בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - די סעודת בר מצוה וועט זיין אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א אין מירון
ראש ישיבה, שמחות, בר מצוה, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קום איך אויך די יאר קיין מירון אויף ל"ג בעומר. איך קום שוין אויף פסח שני, מיין זון נחמן נתן נרו יאיר ווערט בר מצווה פסח שני. די סעודת בר מצוה וועט זיין אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א, איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט זיך באטייליגן ביי די בר מצוה.


אויף שבת פרשת אמור וועל איך זיין אם ירצה ה' אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א. איך דאווען ביי מיין טאטע און איך עס די שבת סעודות ביי מיין טאטע שליט"א; "אין אורח מכניס אורח" (עיין בבא בתרא, צח:), איך קען נישט איינליידענען קיין געסט ווען איך אליינס בין דער גאסט.


איך האף זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו און זיך מחזק זיין, איך וועל אם ירצה ה' קומען קיין טברי' און קיין ירושלים. יעצט ווייסט מען נישט ווען עס וועט זיין די שיעורים, מען וועט מודיע זיין מער נענטער די פרטים. (אין מירון געב איך נישט קיין שיעורים, אין מירון ביי מיין טאטע זיץ איך פון דער זייט).


געב א גרוס פאר די חשוב'ע בחורים ... און ..., זאג זיי איך דאנק זיי פארן רייניגן דעם בית המדרש. אויך פאר די צוויי בחורים ... און ..., פארן העלפן מיט וואס מען דארף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#14 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#13 - אלעס גייט ארויף, די כולל געלט דארף אויך ארויפגיין
כולל, צדקה, נחת, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרוס פון מירון, דיין זון ... נרו יאיר איז דא מיט מיר, מיר האבן געהאט א הערליכע יום טוב ל"ג בעומר, און א הערליכע שבת; וועסט שוין הערן פון דיין זון ווי שיין דא איז געווען.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר באצאלן די כולל אינגעלייט. די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, מען הערט כסדר גרוסן, ווער עס פאלט אריין אינמיטן טאג אין שול - ווערט זייער איבערגענומען פון זייער התמדה.


דערפאר בעט איך דיר, זיי ממשיך שטערקער און מערער, איך וויל זיי צאלן מער וויי צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך. אלעס איז ארויף, פרייזן גייען ארויף העכער און העכער, אויסער די געהאלט פאר כולל אינגעלייט. הלוואי וואלסטו מיר געהאלפן איך זאל זיי קענען צאלן מער ווי טויזנט דאלער א חודש.


מענטשן ווארטן מיט צדקה, מענטשן ווילן געבן צדקה; מענטשן זוכן זכותים, מען וויל העלפן; עס דארף נאר זיין איינער זאל ארומגיין צאמנעמען. דארפסט נישט טראכטן אזויפיל מאל פאר דו בעטסט צדקה, א שאד זיך פייניגן; די אלע ווילן דיר געבן, זיי שעמען זיך צוצוגיין, זיי ווארטן דו זאלסט זיי בעטן, דער פראבלעם איז אז דו שעמסט אויך, און דאס טאר נישט זיין פארשעמט.

#12 - עס לוינט צו קומען ל"ג בעומר צו רבי שמעון בר יוחאי
ראש ישיבה, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ב לפ"ק, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען ..., ... און ... – איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל מיט מאמי. געווענליך פאר איך אליינס, מאמי קומט נישט מיט ווייל עס איז שווער צו צעטיילן די קינדער, אבער דאס מאל האט מאמי יא געוואלט קומען צו רבי שמעון בר יוחאי פועל'ן ישועות.


איך האב מיטגענומען שמעון נרו יאיר, איך האב אים שוין פון לאנג צוגעזאגט אז אויב ער וועט מסיים זיין ש"ס וועל איך אים נעמען קיין ארץ ישראל, ער האט שוין געוואלט קומען פאריגע נסיעה ביי די הקמת המצבה פון זיידע זכרונו לברכה, איך האב אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו ווארטן צו קענען קומען ל"ג בעומר צו רבי שמעון בר יוחאי.


דיר זאג איך דאס זעלבע, עס לוינט צו קומען ל"ג בעומר צו רבי שמעון בר יוחאי, און אז מען קומט איין מאל, מען איז דאס טועם – קומט מען שוין יעדע יאר. מוהרא"ש פלעגט דאס זאגן, ווער עס קומט קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר – דער קומט שוין יעדעס יאר.


קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה זאלסטו קומען מיט דיין ווייב תחי', מיט דיין נחמן נתן, אים אפשערן ביי רבי שמעון בר יוחאי.

#11 - מיט תפילה באקומט מען שכל ווי אזוי צו האנדלען אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שכל, הדרכות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ...


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און געבעטן אן עצה וכו' האב איך דיר געזאגט איך וועל רעדן מיט דיר פריוואט, למעשה בין איך אוועק געפארן קיין ארץ ישראל, יעצט בין איך אין מירון, איך ווייס נישט ווען עס וועט אויסקומען צו רעדן, וועל איך דיר קודם שרייבן ברמיזה, ווען עס וועט אויסקומען צו רעדן פנים בפנים – וועלן מיר רעדן.


די זאך איז אזוי, אז די ווייב שפירט ווי איר מאן לויפט איר נאך – וועט זי זיך אוועקציען, ווי נאר די ווייב באקומט די הרגשה אז איר מאן לויפט איר נישט נאך, איר מאן איז איר מכבד, ער זארגט פאר איר, ער העלפט איר און רעדט שיין צו איר – וועט זי טון רצון בעלה; דאס איז בדוק ומנוסה.


דער פראבלעם איז אז נישט יעדער כאפט דאס, אדער כאפט מען יא וואס מען האט צו טון – אבער מען האט נישט כח און סבלנות דאס צו טון, דאס אויסצואווארטן; דארף מען טון די עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אויף די פשוט'ע שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר, געב מיר שכל איך זאל וויסן וואס מיינט מכבד זיין - דאס צו טון, און וואס מיינט נאכלויפן – איך זאל דאס נישט טון; ווי אזוי טוט מען, וואס טוט מען, וויפיל טוט מען וכו' וכו'", מען דארף בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל לעבן מיט מיין ווייב א געזונטע לעבן, איך וויל לעבן מיט איר, נישט איר באצווינגען, ווי אזוי טוט מען דאס?"


מיט תפילה באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט, "שכל" איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", גיס זיך אויס דאס הארץ פאר'ן באשעפער; דאס איז שכל, תפילה והתבודדות געבט שכל, מען ווייסט וואס מיינט 'יענעם ליב האבן', און וואס איז 'זיך אליינס ליב האבן'; א ווייב קויפט נישט אפ דאס זאגן מען האט איר ליב – ווען די געפילן זאגן 'האסט זיך אליינס ליב וכו''.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


דערווייל זיי זיך קובע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש. אויך זאלסטו גיין אין פעלד יעדן איינציגסטן טאג; שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


איך מוז מקצר זיין, איך הער מען קען גיין צו די מערה, איך לויף ארויף.

#10 - וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק
תפילות אויף אידיש, חברים, התחזקות, חסידות ברסלב, תשובה, התחדשות, ראש ישיבה, אחדות, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איינע פון די שיינע זאכן וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו זאגט וועגן "פסח שני" (לקוטי הלכות ברכת הפרות הלכה ה, אות טז).


די פרשה פון פסח שני, די מצוה פון פסח שני – איז ארויסגעקומען נאר נאכדעם וואס די אידן וואס זענען טמא געווארן, זיי האבן נישט געקענט מקיים זיין די הייליגע מצוה פון "קרבן פסח" – זענען געקומען צו משה רבינו מיט א טענה (במדבר ט, ז): "'לָמָּה נִגָּרַע', וואס זענען מיר אנדערש? איך בין טמא, איך טאר נישט מאכן דעם קרבן פסח, פארוואס? איך וויל אבער אויך מאכן די הייליגע מצוה!" משה רבינו האט געזען די רצון, די ווילן פון אט די אידן, האט ער זיי געזאגט: "איך גיי פרעגן דעם אייבערשטן", ער האט פארשטאנען אז דא גייט עפעס זיין, ווייל ווען מענטשן ווילן זיין גוט, זיי בעטן זיך: "למה נגרע" – העלפט דער אייבערשטער. די הייליגע חכמים זאגן דאך (שבת קד.): "הבא לטהר", ווען מען וויל זיין גוט, "מסייעים אותו", העלפט מען פון הימל; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו זאל זיי געבן נאך א געלעגנהייט צו מאכן יעצט דעם פסח.


דאס איז א שטארקע חיזוק פאר אונז, מיר זענען דאך ווי אזוי מיר זענען, "וכולנו אין פנינו יפות כלל" (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן לט), מיר דארפן רחמי שמים, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז; אז מיר וועלן נישט אפלאזן די רצון, מיר וועלן בעטן דעם אייבערשטן, מיר וועלן שרייען צום אייבערשטן: "למה נגרע, וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך האבן א ריינע מח מחשבה. איך האלט אין איין פאלן, רבונו של עולם, איך בין ממש א פארלוירענער, העלף מיר, ראטעווע מיר" – וועלן מיר זוכה זיין, מען וועט אונז געבן נאך א געלעגנהייט אנצוהויבן פונדאסניי.


טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש, מיר גייען יעצט אריין אין א ליכטיגע וואך, אין די ספירה פון הוד. די וואך זענען תַּרְעִין פְּתִיחָן, די טירן זענען אפן (זוהר הקדוש פרשת בהעלותך, דף קנג.). די וואך האבן מיר די גרויסע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין ל"ג בעומר אין מירון, אויך די שבת נאך ל"ג בעומר. נאך שבת וועל איך זיין אין ירושלים, איך וועל דאווענען אין אונזער שול, אויך וויל איך באזוכן די חדר, די צאן קדשים.


איך וויל אייך נאר בעטן איין זאך. רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין זוהר, איידער ער האט אנטפלעקט די הייליגע סודות אין פרשת נשא, די אידרא קדישא, זאגט רבי שמעון בר יוחאי א לשון וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן מיט אונז, רבי שמעון בר יוחאי זאגט פאר די הייליגע חברים (נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז זיין חברים, אונזער כח איז נאר אז מיר וועלן זיך ליבן, "אֲנָן" איז ראשי תיבות: א'נשי נ'חל נ'ובע; ברסלב'ער חסידים מוזן זיך ליב האבן, מיר מוזן זיך ליידן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר קענען זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגות דער רבי וועט אונז צוברענגען אז מיר וועלן זיך ליב האבן, מיר וועלן לעבן באחדות".


זייט מיר נישט מפרסם, זייט ענדערש מפרסם די נומער פון די שיעורים, די בריוו און גליונות. גייט הפצה מיט די שיינע קונטרסים עצתו אמונה מתורגם; עס איז אזוי שיין, אזוי זיס; נישטא א קונטרס וואס מען זאל זיך נישט טרעפן דערין, יעדע קונטרס עצתו אמונה איז דא דערין אזויפיל חיזוק און שכל ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן.


איך וועל זיין אם ירצה ה' אין ירושלים זונטאג; די גבאים וועלן שוין מודיע זיין ווען און וואו, איך דארף נישט מען זאל מיך מפרסם זיין.


שבת וועל איך זיין ביי מיין טאטע שליט"א אין מירון. איך קען נישט לאדענען מענטשן, איך בין דארט אליינס א גאסט. איך וועל מאכן צייט נאך שבת צו קענען רעדן מיט ענק, מיט יעדן איינעם באזונדער.


דער עיקר דארפן מיר זיך אויפפרישן פונדאסניי, פריש מקורב ווערן, אנהויבן נוצן די ליכטיגע עצות פון רבי'ן. זיך מתבודד זיין; א שאד דאס נישט צו טון, מען ווערט דאך אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען שמועסט מיט אים ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינט; דאס לעבן ווערט אזוי זיס, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אלע מרירות איז כל זמן מען לעבט אן אמונה; ווי נאר מען דערמאנט זיך 'עס איז דאך דא א באשעפער, עס איז דא איינער וואס פירט מיך, איך בין נישט אליינס, איך בין ביים אייבערשטן אין די האנט' – ווערט אלעס גוט.


בנוגע מירון; ווער עס קען קומען צו רבי שמעון בר יוחאי – זאל זיכער קומען, ביי רבי שמעון בר יוחאי באקומט מען ישועות. צדיקים טייטשן, די הייליגע חכמים זאגן א לשון (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹךְ עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", דאס מיינט צו זאגן, ווען עס דרוקט, ווען מען איז בדוחק – קען מען זיך פארלאזן אויף רבי שמעון בר יוחאי; אבער מען דארף זיך נישט קריגן, און חס ושלום זיך שלאגן צוצוקומען ביזן ציון, אינעם מערה.


מוהרא"ש זאגט בפירוש: "די גאנצע הר מירון איז א מקום צו פועל'ן ישועות"; זיכער זיך נישט קריגן מיט די ערב רב. מוהרא"ש האט אונז געזאגט זיך אכטונג געבן פון זיי, די ערב רב זענען רוצחים, עס איז נישט כדאי צו האבן מיט זיי. מיר האבן די זאך פון תפילה והתבודדות; וואו מען שטייט – קען מען זיך מתבודד זיין.


איך ווארט שוין צו זיין מיט ענק.

#9 - פון די מצוה פון כיבוד אב ואם פארדינט מען נאר
כיבוד אב ואם, ישועות, נסים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ברוך ה' איך בין צוריק געקומען פון ארץ ישראל געזונטערהייט.


איך בין געווען ל"ג בעומר אין מירון, איך האב אסאך מתפלל געווען פאר דיר. איך האב אלעמען אינזין, איך בעט פאר אלעמען בכלליות, אבער דיין נאמען איז עפעס אנדערש, איך בעט פאר דיר בפרטיות. גלייב מיר, איך ווארט אויף דיין ישועה נאך מער ווי דו אליינס ווארטסט, אדער על כל פנים פונקט ווי דו ווארטסט דערויף; עס שטעכט מיר אין הארץ ווען איך טראכט פון דיר, איך גלייב אז דו וועסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן.


איך האב געהאט א נס אין מירון. איך בין געווען ביי מיין טאטע'ס הדלקה - אין חדר פון זיין בית המדרש מראה יחזקאל קארלסבורג, נאכן הדלקה, נאך די טענץ האב איך געטראכט אז איך לויף שוין ארויף צו די מערה, איך וויל מיטהאלטן די הדלקה, די פייערדיגע טענץ. נאכדעם טראכט איך אז מיין טאטע גייט יעצט מאכן די סעודה, וועל איך בלייבן, איך וויל טון כיבוד אב ואם, זיצן ביי זיין טיש, איך וועל שוין גיין שפעטער.


נאך די סעודה האט מען געהערט די שרעקליכע נייעס; איך ווייס נישט אויב איך וואלט געווען ביי יענעם פלאץ, קען זיין יא, קען זיין נישט - על כל פנים פון די מצוה פון כיבוד אב ואם פארדינט מען נאר, בזה ובבא.

#8 - מיר מוזן געבן פאר מענטשן די זיסע עצות צו קענען אטעמען
הפצה, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער פארשפרייטן די 'חיזוק יומי המתורגם' ביתר שאת וביתר עוז.


עס איז נישט משיג צו זיין וואס טוט זיך דא אין ארץ ישראל, איך בין יעצט דא אין מירון, הונדערטער, בלי גוזמא - קומען זאגן ווי דאס איז זיי מחזק, וואס זיי האבן זיך געטוישט דאס לעבן בזכות די דיבורים, הונדערטער און טויזנטער האבן לעבן פון רבינ'ס ווערטער.


המתחיל במצוה אומרים לו גמור, אז דו האסט אנגעהויבן מיט דעם - דארפסטו ווייטער אנהאלטן און נישט אפלאזן. דאס איז פאר מענטשן א לעבנסוויכטיגע זאך, דאס געבט זיי לופט צו אטעמען.


געב א קוק וואס האט פאסירט אין מירון, צענדליגער מענטשן האבן פארלוירן דעם אטעם, עס האט פאסירט אזא שרעקליכע אומגליק, דאס דארף אונז מעורר זיין וויפיל טויזנטער מענטשן זיצן אין שטוב אן קיין לופט צו אטעמען, מענטשן זענען אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אריבער, מענטשן האבן נישט קיין כח אנצוגיין אין לעבן, דארפן מיר זיין די וואס געבן לופט, חיזוק - פאר זיי.


מיר מוזן זיך שטארקן אין הפצה; געבן פאר מענטשן די זיסע עצות צו קענען אטעמען.

#7 - מירון איז גאר אנדערש ווען מען לערנט א גאנץ יאר דעם הייליגן זוהר
תיקוני זוהר, מירון, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


"ואשרי הנוסעים על ציונך, ולומדים מאמריך", וואויל זענען די וואס קומען צו זיין ציון הקדוש און וואויל איז פאר די וואס לערנען דעם הייליגן ספר הזוהר.


איך האב זוכה געווען צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך האב אויסגעזאגט ספר תהלים און זיך מתבודד געווען, נאכדעם האב איך געזאגט די הארצרייסנדע תפלה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', תפלה מז), די תפלה איז געבויט אויפ'ן תורה וואס דער רבי איז מגלה דארט אז דיקא פונעם פסוק וואס רבי שמעון בר יוחאי איז מבטיח שלא תשכח התורה מפי זרעו קומט ארויס די סופי תיבות יוחאי, כי' לא' תשכח' מפי' זרעו', דוקא דורך יוחאי'ס קינד - רבי שמעון - וועט די תורה בלייבן אויף אייביג; די תפלה איז אזא זיסע תפלה, עס עפנט די הארץ.


נאכדעם האב איך מסיים געווען דעם ספר התיקונים און אנגעהויבן נאכאמאל.


איך האב זיך מקבל געווען צו ענדיגן די יאר דעם ספר הזוהר, מיר האלטן שוין כמעט ביים סוף, מיר האבן נאך אפאר פרשיות צו לערנען; וויל איך דיר בעטן זאלסט שטיין אויף מיר און זען מיר זאלן ענדיגן אינאיינעם דעם גאנצן זוהר, איך וויל קומענדיגע יאר ל"ג בעומר מאכן די סיום דא ביי רבי שמעון בן יוחאי, אויב דו וועסט וועלן קומען מיט מיר.


עס איז גאר אנדערש דער גאנצער קומען אויף מירון ווען מען לערנט א גאנץ יאר דעם הייליגן זוהר.

#6 - האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, גענומען גוטע חברים
חברים, תיקוני זוהר, עבודת השם, ארץ ישראל, לצנות, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, דו האסט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, דו פירסט זיך מיט יראת שמים; דיין דאווענען איז שיין, דיין לערנען איז אויסנאם. בעיקר האסטו גענומען גוטע חברים, תמימות'דיגע; האסט זיך אפגעשאקלט פון ליצנות, אשריך ואשרי חלקיך.


איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל; איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין מירון ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור. אז מען האט שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר - איז ל"ג בעומר גאר אנדערש; ווי אזוי האט מען שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי? אז מען לערנט זוהר און תיקונים.


יעצט איז א גוטע צייט צו מאכן אן התחלה, אנהייבן לערנען דעם הייליגן ספר תקוני זוהר; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע עבירות, עס רייניגט און הייליגט.

#5 - אייערע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים
התחזקות, דרך ארץ, חסידות ברסלב, נסיונות, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, אחדות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאך זייער איבערגענומען פון זיין אין ארץ ישראל, פון זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון; איך קען נישט מסביר זיין וואס מען שפירט ל"ג בעומר ביי רבי שמעון אין מירון, איך האב געשפירט אזא הייליגקייט, אזויפיל הרהורי תשובה. אויך בין איך זייער פרייליך אז איך האב געטראפן א טייל פון אנשי שלומינו; זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען קיין בני ברק, איך האף צו זיין ביי ענק ווי שנעלער.


עס איז זייער א גוטע זאך אז איר נעמט זיך צאם יעדע מיטוואך א חבורה מיט די בני ברק'ער תלמידים. ווען איר נעמט זיך צאם זאלט איר רעדן פון מעשיות וואס איר האט געהאט ביי הפצה, אדער מעשיות ווי אזוי איר זענט מקורב געווארן, אזוי אויך מעשיות פון תפילה און פון השגחה; אייערע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן און פון די תלמידים פון רבי'ן.


טייערע ברידער, איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייער עבודות השם; דער אייבערשטער האט א גרויסע נחת רוח פון די גוטע זאכן וואס מען כאפט ארויס. דאס שיינקייט פון א איד איז - מיט דעם וואס עס ברענט אין אים די יצר הרע, דאך לויפט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער; א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך אן צום מעזריטשער מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגער וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן, פארוואס האט מען פון מיר געלאכט?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט, אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


נאך א זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; סיי צווישן די חברים, סיי אין שטוב, סיי מיט די עלטערן און מיט יעדן איינעם; תלמידי היכל הקודש דארפן זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין, רעדן געלאסן, נישט וויי טון אנדערע. דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
צרות, אמונה, התחזקות, סוכות, ניחום אבלים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר


עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.


ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.


אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.


אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.


מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.


שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.

#3 - איך זע איר זענט גוטע מפיצים
הפצה, ארץ ישראל, מירון

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חסדי ה' יתברך איך האב זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל, יעצט געפון איך זיך אין מירון; אויף שבת וועל איך דא זיין. אם ירצה ה' קומענדיגע וואך וויל איך זיין אין ירושלים, איך וויל זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין מיט אונזערע אוצרות וואס מיר האבן פון רבי'ן.


איך מוז אייך זאגן, איך זע איר זענט גוטע מפיצים, עס איז נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך, איך קען נישט זיין א מינוט פאר מיר; יעדע רגע ממש קומט צו נאך א בחור, נאך א אינגערמאן זיך באדאנקען פאר די עצתו אמונה, פאר די גליונות, פאר די שיעורים, פאר די חיזוק יומי; אזוינס האב איך נאכנישט געהאט, אן קיין גוזמא, מען שטעלט מיר אפ אין די הונדערטער זיך באדאנקען.


דאס איז אלעס די פרישע מקורבים, גוטע מפיצים; איר זענט לעבעדיגע חברה, שטערקערע און פרישערע ווי אמאל.


א פרייליכן שבת.

#2 - מאך דיר א שיעור אין הייליגן תיקוני זוהר
מקוה, תיקוני זוהר, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


ביז דערווייל האב איך נאכנישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, איך האף נאך צו באקומען רשות, איך וויל זייער שטארק זיין אין מירון דעם יאר ל"ג בעומר.


אויב איך וועל נישט באקומען קיין רשות וויל איך דיר בעטן זאלסט צושטעלן א סעודה פאר אלע תלמידים, אויך זאלסטו צוגרייטן מוזיק (אויך קלארינעט וואס שפילט אין מירון); מיר וועלן מאכן א סעודה ליל שישי אין ישיבה פאר אנשים, און אויך אין ווייבער שול פאר די נשים און פאר די קינדער. ל"ג בעומר איז א יום טוב, א טאג וואס אלע אידן פרייען זיך אויף וואס מיר האבן באקומען דעם זוהר, די פנימיות התורה.


לייג צו א שיעור צווישן דיינע שיעורים, אין ספר התיקונים; איך לערן יעדן טאג תיקוני זוהר, איך בין זיך ממש מחי' מיט די תיקונים. אפילו מען פארשטייט ווייניג, דאך שפירט מען ביים לערנען אז עפעס גרויסע זאכן טוט זיך.


דעם שיעור זאלסטו לערנען נאר נאכן גיין אין מקוה.

#1 - מירון איז א פרייליכע פלאץ
הפצה, רענט, מירון, חב"ד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ר' ... נרו יאיר.


איך האב זיך אריבערגעכאפט אויף שבת קיין ארץ ישראל; דעם שבת איז אויסגעפאלן די ערשטע יארצייט פון מיין באבע עליה השלום וועלכע ליגט אין מירון, דערפאר בין איך געפארן מיט מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער צו זיין ביי יארצייט.


אינעם "ספר התולדות" וואס איר האט מיר געשאנקען במתנה האב איך געזען שטיין אז דער פריערדיגער רבי דער ריי"ץ נשמתו עדן, ווען ער איז געווען אין מירון ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט דעם לשון: מירון איז א פרייליכע פלאץ". איך האב זיך דערמאנט פון דעם ווארט פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען אינעם מערה פון רבי שמעון, און איך האב דאס געשפירט.


אינטערעסאנט איז אז ווען דער רבי איז געווען אין מירון ביי זיין נסיעה קיין ארץ ישראל בשנת תקנ"ט איז ער געווען זייער פרייליך; ער האט זיך ארומגעדרייט אין די מערה מיט א מורא'דיגע שמחה (עיין באריכות בשבחי הר"ן, סימן יט; פעולת הצדיק סימן רנט).


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; איר ווייסט דאך אביסל וואס די פעולות פון ישיבה טוען אויף. אין חב"ד וואלט איך געווען א שליח, אבער ביי אונז אין ברסלב בין איך א שמש, איך בין משמש דעם רבי'ן. דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.


א ליכטיגן חנוכה.


אייער פריינד.


...