בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - זיך אויפפרישן מיט חבורות און הפצה
הפצה, חבורות, קירוב, אומאן ראש השנה, בני ברק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן ביים רבינ'ס ראש השנה און הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט עוסק זיין אין 'הפצה', פארשפרייטן דעם רבינ'ס זיסע עצות, חיזוק און שכל פאר די וועלט.


ליבער ברודער נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


איך האב גערעדט צו ... אין אומאן ער זאל צוריק אנהייבן מאכן חבורות - נישט אין שול - נאר אין שטיבער, ווייל די פרישע בחורים און אינגעלייט האבן אין אנהייב א פחד זיך ארויס צו שטעלן אלס ברסלב, עס איז נישט באקוועם צו קומען אין שול, מען דארף מאכן אין שטיבער, פריוואט, און אזוי מקרב זיין די יוגענט. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים', טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


איך וויל בעטן אלע חברים אין בני ברק זיך צוריק אויפפרישן אין די זאך פון הפצה, ווייל דאס איז די ווילן פון רבי'ן, מיר אלע זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, קוק וואס רבי נתן שרייבט ווייטער (חיי מוהר"ן, שם): "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


בנוגע די דירה וכו'; טו אזוי ווי מיר האבן גערעדט, פארקויף עס און קויף א דירה אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#6 - אן א מורה דרך, בלאנזשעט מען
היכל הקודש, מורה דרך, יראת שמים, ליצנות, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א גאנץ יום טוב האב איך געטראכט וואו דו ביסט נעלם געווארן, איך האב געוואוסט אז דו ביסט אין אומאן, ווייל ערב יום טוב האב איך דיך געזען; ביז איך האב דיך געטראפן ביים אהיים פארן און דו זאגסט מיר אז דו ביסט געווען מיט משפחה וכו', האט מיר עס געגעבן א ציפ אין הארץ.


א שאד אז גאנץ יום טוב ראש השנה ביסטו נישט געווען מיט אונזער חבורה, תלמידי היכל הקודש, קודש הקדשים; וואלסט זיכער באקומען אזויפיל חיזוק אויף זיין גוט, און אויף וועלן זיין גוט, און אויף וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; יראת שמים האסטו זיכער נישט באקומען דארט ביי דיינע קרובים, א שאד אז ראש השנה זאל אריבערגיין מיט ליצנות און דברים בטלים. איך וויל דיר זאגן אז עס האט מיר ממש וויי געטון, דיין טאטע און דיין שווער ביידע זענען געווען ביי אונז, און זיי ווילן נאר זען ביי דיר נחת, א שאד א שאד.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל, דו זאלסט נישט מאכן נארישע זאכן אין לעבן, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א גוטער איד וואס זאל דיך באגלייטן און ווייזן די וועג, און דו זאלסט אים פרעגן יעדע זאך, ווייל מען מוז האבן אין לעבן א מורה דרך, אן א מורה דרך בלאנזשעט מען, אן א מורה דרך איז נישט שייך צו וויסן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5 - אריינגיין אין כולל, אביסל אויף אמאל
כולל, אביסל, אומאן ראש השנה, לערנען, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


בנוגע אפלאזן די ארבעט און זיך אריינזעצן אין כולל לערנען; נעם די כלל פון 'תפשת מרובה לא תפשת, תפשת מיעוט תפשת' (סוכה ה.); פרוביר שטייטליך, אביסל אויף אמאל, זונטאג ווען מען ארבעט נישט און אלעס איז פארמאכט זאלסטו גיין אין כולל. רעד צום ראש הכולל ער זאל דיר געבן א חברותא, הייב אן מיט א האלבע טאג, פון צען ביז דריי אזייגער, און נאך א שטיק צייט זאלסטו לערנען דעם גאנצן סדר הכולל פון צען אזייגער אינדערפרי ביז זעקס אזייגער אווענט, זיבן שעה מיט א קליינע הפסקה, און אויב עס וועט אזוי אנהאלטן אפאר חדשים וועט מען גיין אויף נאך א טאג, און נאכדעם אויף נאך א טאג, אבער נישט אנהייבן מיט אפלאזן די ארבעט און נאכדעם וועט זיין 'לא תפשת', ווייל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיך געמאכט טון זייער אסאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#4 - זיך פארלייגן צו זיין פרייליך שבת
שמחה, מניעות, שבת תשובה, אומאן ראש השנה, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


זע צו זיין פרייליך שבת און מאך פרייליך דיין שטוב, נאר אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן, צו זיין פרייליך, ווייל מיט שמחה פארברענט מען אלע קליפות און מען קומט צו די העכסטע מדריגות.


איך בין מקצר די בריוו, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#3 - איך בין אן איינגעפאלענע סוכה, בוי מיך אויף
שמחה, התחזקות, סוכות, אומאן ראש השנה, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ערשטע אות פון שם הוי"ה, י"א תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו אז מיר זענען געווען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


ווען דו זיצט אין די סוכה זאלסטו אויפהייבן דיין קאפ, קוק ארויף; וואס זעסטו? סכך, וואס איז סכך? פון וואס מאכט מען סכך? וועסטו זען אז מען מאכט נישט סכך - נישט פון זילבער, נישט פון גאלד, נאר פון 'פסולת גרן ויקב', פון די איבריגע צווייגלעך און איבריגע שאלאכטס וואס מען ווארפט געווענליך אין מיסט, מען קען גארנישט מאכן דערפון, מיט זיי מאכט מען די הייליגע מצוה פון סוכה; דאס לערנט אונז אז אפילו איינער וואס ער שפירט איבריג, ער זעט זיך ווי פסולת... ער ווייסט אז ער איז אפפאל, ער איז גארנישט ווערד, דאך אויב וועט ער זיך שטארקן נישט אויפצוגעבן, ער וועט נישט אפלאזן זיין גוטע ווילן און ער וועט זאגן פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין גוט - וועט ער זוכה זיין אז די שכינה הקודשה וועט ביי אים רוען.


ליבער ברודער, ווען דו זיצט אין די הייליגע סוכה, וועט דער יצר הרע פרובירן דיך צו צעברעכן, ער וועט דיך מאכן שפירן ווי דו ביסט שוין א פארפאלענער, דאך בעט איך דיר זאלסט זיך זייער שטארקן און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז איך בין 'פסולת גרן ויקב', איך בין גארנישט ווערד, איך בין אזוי נידריג, איך בין אזוי ווייט פון דיר, אבער רבונו של עולם טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין גוט, טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין אן ערליכער איד, איך וויל דאווענען, איך וויל לערנען און טון די מצוות, איך בעט דיר אייבערשטער 'וְתָקִים אֶת סֻכַּת דָּוִד הַנֹּפָלֶת', בוי צוריק אויף מיין סוכה, מיין לעבן, איך בין אן איינגעפאלענע סוכה, בוי מיך אויף, מאך פון מיין פסולת א כלי צו מקבל זיין קדושה וטהרה, איך זאל דיך קענען דינען מיט גרויס שמחה און גרויס פרייד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#2 - טראג מיט דיר וואו דו גייסט א קליין תהילים'ל
תהלים, תשובה, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' שבוע שחל בו ראש השנה, כ"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נישטא קיין צייט פאר שרייבן בריוו, מען דארף זיך גרייטן אויף די נסיעה צום רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו המתקת הדינים און צו טהרת המחשבה, דער רבי האט אזוי שטארק געוואלט אלע זאלן קומען; די לעצטע ראש השנה האט דער רבי זיך אנגערופן מיט די לעצטע כוחות: "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסער'ס פון דעם איז נישט פארהאן".


טראג מיט דיר וואו דו גייסט א קליין תהילים'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו זאגן תהלים, זאג יעדן טאג דעם יום תהלים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין צו תשובה - זאל זאגן תהלים, ווייל יעדער איד וויל זיין גוט און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער מענטש וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, און אפילו ער האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, אבער אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - ביסט אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה
אומאן, ראש השנה, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך, מיר פארן שוין אט אט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; וויסן זאלסטו אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע תלמידים רעדן נישט צו אלעמען אז זיי זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן; "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, עיין שם. נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו), אפילו די מענטשן וואס א גאנץ יאר קענען זיי נישט באקומען זייער תיקון, אבער ראש השנה קען איך זיי אויך מתקן זיין.


על כן דארפסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט זוכה צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן און באקומען אלע תיקונים, און דו זאלסט זיך זייער זייער פרייען אז דו ביסט שוין דא, און דו האסט צעבראכן אלע מניעות און פארקוקט אויף די שוועריקייטן וואס אלע גייען אריבער, סיי די טלטול הדרך, און סיי די גרויסע הוצאות און די פיזור הנפש וכו' וכו', ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג), ווער עס איז זוכה צו קומען אויף ראש השנה צו אים – "רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דארף זיך זייער פרייען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (נחמי' ח, י): "אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים וגו', כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם".


עס קען זיין אז פון די אפגעמאטערטקייט פון די שווערע נסיעה און פון דאס נישט זיין אין די אייגענע שטוב – קען זיך אריינכאפן מחשבות פון טראכטן: 'פארוואס בין איך געקומען קיין אומאן?' אויך קען פאסירן אז אלע געפילן און אלע גליסטענישן ווערן פארשווינדן, און מען טרעפט זיך טראכטן מחשבות פון וועלן אהיימגיין; איך בעט דיר זייער, טרייב אוועק די מחשבות, געדענק דעם רבינ'ס ווערטער וואס ער האט געזאגט דעם לעצטן ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסער'ס פון קומען צו מיר איז נישט פארהאן"; פארטרייב די שלעכטע מחשבות, און פריי זיך זייער אז דו ביסט שוין דא, דו ביסט אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה, און דו וועסט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.