בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - זיך קענען ליידן, און זיך ליב האבן
מחלוקת, מוהרא"ש, לשון הרע, אחדות, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אונזער הצלחה איז נאר אנגעהאנגען אין איין זאך: אז מיר וועלן זיך אויסקומען איינער מיטן צווייטן, זיך קענען ליידן, און זיך ליב האבן; דורכדעם וועלן מיר זייער מצליח זיין. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב), די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז: ווען וועט שוין מקוים ווערן די שיחה פון רבי'ן? ווען וועט זיין צווישן אונז אזא שטארקע ליבשאפט אז מען וועט זיך וואונדערן דערויף? מיר זאלן נישט מבטל זיין א צווייטן, מיר זאלן פארגינען א צווייטן, און זיך נישט מישן אין א צווייטנ'ס פרשה.


ווען מען קומט דיר דערציילן מעשיות פון דעם און פון יענעם - זאלסטו זיך נישט פרייען, עס זאל דיר נישט אינטערעסירן, און געדענק, די בעלי לשון הרע וואס זענען פארנומען מיט יעדן - זענען אויך פארנומען מיט דיר, מען האט אויף דיר אויך עוולות, מען רעדט אונטער דיר אויך; זאלסטו זיך נישט צוכאפן צו די מעשיות.


א גוטע עצה צו שטיין ווייט פון מחלוקת איז זיך צו דערמאנען יעדן טאג נאכאמאל ביי התבודדות: 'ווער בין איך? ווי אזוי הייס איך? וואס טו איך אין ברסלב? פארוואס בין איך געקומען קיין ברסלב? וואס איך מיין ציל אין לעבן? ווי לאנג נאך גיי איך לעבן?' און אזוי ווייטער; דעמאלט איז גרינגער זיך ארויסצודרייען פון רעדן פון דעם און פון יענעם, מען לעבט מיט תכלית.


וויסן זאלסטו, דארט וואו מען האלט זיך אינאיינעם - דארט איז דער רבי, אפילו א קליינע חבורה, אויב מען האט זיך ליב און מען רעדט פון רבי'ן - קען מען דארט שפירן דעם רבי'ן, ווייל ווען דער רבי איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, אויפן וועג ארויס פון שטוב האט ער געלייגט די האנט אויף די מזוזה און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפז), איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיך קענען ממשיך זיין צו אייך.


דאס איז נישט נאר ביי א שול אדער א חבורה, דאס איז ביי חברים וכו'; אז דו מיט דיינע חברים רעדן פון רבי'ן און מען האט זיך ליב - איז דאס א גוטע סימן, און אז מען רעדט נאר פון לשון הרע - איז נישט גוט.


די וואך וועט נישט זיין א שיעור פאר די פרויען, מען איז נאך פארנומען מיט צוריק שטעלן די סדר אין שטוב, אריינלייגן די קינדער אין סדר; קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין צוריק די שיעורים פאר די אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אז מען טשעפעט, באצאלט מען געפערליך
קינדער, בין אדם לחבירו, בושה, טשעפען, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ זאלן ענק רעדן צו אייער טאכטער זי זאל נישט וויי טון אנדערע קינדער, עס איז סכנת נפשות, אז מען טשעפעט באצאלט מען געפערליך; ווייזט איר דעם בריוו, עס איז זייער וויכטיג זי זאל ליינען די קומענדיגע פאר שורות איידער זי פארט אין מיידל קעמפ:


עס איז דא מעשיות ביי כמעט אלע סקול'ס, וואו עס איז געווען א נעבעכדיגע מיידל, וואס די קלאס האט איר קיינמאל נישט געלאזט מיט שפילן, רוב פון אירע יארן איז זי געזיצן אליין אן קיין חבר'טעס, און ווען מען האט נאר געקענט - האט מען איר געטשעפעט, און יארן זענען אריבער, און די גאנצע כיתה ליידט, א טייל זענען געבליבן אלטע מיידלעך, א טייל האבן חתונה געהאט און זיך גע'גט השם ישמרינו, א טייל האבן נעבעך נישט קיין קינדער, און א טייל מוטשען זיך מיט נישט געזונטע קינדער השם ירחם, און נאכן מאכן חשבונות: 'וואס גייט דא פאר? ווי קען זיין א גאנצע כיתה זאל אזוי ליידן?' האט מען זיך געכאפט אז מען האט דא פארגאסן בלוט אלע אונזערע יארן פון די מיידל, און יעצט איז געקומען די צייט וואס מען שטראפט אונז אויף דעם; אמאל איז שוין נישט שייך אפילו איבער צו בעטן, ווייל אז מען גייט אריבער די קינדער יארן מיט ווערן פארשעמט און ווערן געפייניגט, ווי איז אפילו שייך איבער צו בעטן? און מען ליידט נאכדעם זייער ביטער.


דעריבער זאלט איר קיינמאל נישט טשעפען א מיידל, און אז מיידלעך מאכן א געשפעט, מען נעמט זיך אויף א נעבעכדיג קינד - זאלט איר נישט לאזן רינען איר בלוט, איר זאלט זיך אננעמען פאר איר, און אויך זאלט איר שטענדיג אויפזוכן די מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס, די מיידלעך וואס קומען פון פשוט'ע שטיבער, וואס קומען נישט אנגעטון מיט די טייערסטע קליידער - און שמועסן מיט זיי און זיי פרייליך מאכן, וועט דער אייבערשטער אייך פרייליך מאכן, ווייל דער אייבערשטער האט ליב די צעבראכענע הערצער, דאס זענען דעם אייבערשטנ'ס פארגעניגן, "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב" (תהלים לד, יט), דער אייבערשטער איז נאנט צו די צעבראכענע הערצער, אזוי וועט איר אויך זיין נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אפלאזן אלע מחלוקת און שנאה, פאר'ן בלאזן שופר
מחלוקת, ראש השנה, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר שרייבן אפאר גוטע הנהגות פאר ראש השנה, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טעג.


עס איז א מנהג ישראל, איידער מען גייט בלאזן שופר – זאגט דער רב אדער דער ראש החבורה – א תקיעת שופר דרשה, אויפצואוועקן די מענטשן פון זייער שלאף, און די גדולי הצדיקים פירן זיך צו מעורר זיין אלע תלמידים זייערע זיי זאלן ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ וואס מען האט אויף א צווייטן איד, און ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, פלעגט מוהרא"ש וויינען אויפן קול און זיך בעטן ביי אלעמען מען זאל זיך איבערבעטן און זיך מוחל זיין איינער דעם אנדערן, מוהרא"ש האט אויסגערופן מיט בכיות עצומות, אויב איז דא איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן, בעט ער ברחמים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש, ווייל דאס איז מעכב די תפילות און די תיקונים.


על כן, בעט איך דיר ליבער ברודער, יעצט פאר מען גייט בלאזן שופר זאלסטו זיך מיישב זיין און ארויסנעמען פון הארץ אלע מחלוקת און שנאה, ווייל דער הייליגער אר"י הקדוש זאגט אז די ווארט שופ"ר קומט ארויס פונעם פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה"; לכאורה, וואס האט די פסוק מיט די מצוה פון שופר? נאר מוהרא"ש זאגט, אז יעצט ווען מען בלאזט שופר דארף מען ארויסנעמען פון זיך די שורש פורה ראש ולענה, ווי רש"י זאגט דארט: "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם", די רשעות וואס ליגט באהאלטן אין הארץ, פון פיינט האבן א צווייטן איד.


יעצט ביי תקיעת שופר, ווען מען גייט זיך מל'ן, מען גייט ארויסנעמען די פארשטאפטע הארץ, א'ת ל'בבך, וואס קומט פון א'ת ל'בב זרעך, דורך פוגם זיין בברית רחמנא לצלן, זאלסטו ארויסזאגן בפה מלא: "הייליגער באשעפער, איך בין יעדן מוחל, איך האב אויף קיינעם נישט קיין תרעומות, און איך בעט דיך הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל קענען האבן א ריינע הארץ, נישט האבן קיין פיינטשאפט אויף קיין שום איד".


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן אין אומאן, לאז נישט אפ דאס משמש זיין דעם רבי'ן, כל הפורש ממנה כפורש מן החיים...


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - זיך גוט אויסלערנען ווי אזוי מען דאווענט שמונה עשרה
חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, דאווענען, תפילה, בית פיגא, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו די טייערע תלמידות בית פיגא פון בית שמש, שתחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן פון ענקערע לערערינס אז ענק גייען אנהייבן דאווענען שמונה עשרה; איך וויל ענק בעטן ענק זאלן זיך גוט אויסלערנען ווי אזוי מען דאווענט שמונה עשרה, די הלכות און די פירוש המילות; אזוי וועלן ענק קענען דאווענען ווי מען דארף צו דאווענען ענקער גאנץ לעבן.


די גרעסטע זאך ביי א איד איז דאווענען צום אייבערשטן, ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן, און מען קען פועל'ן אלעס וואס מען דארף, דאווענען איז די שטערקסטע זאך, דאווענען קען איבערדרייען די טבע, און אפילו על פי טבע איז דא די שלעכטע זאך - קען מען מיט דאווענען דאס איבערדרייען.


אויך בעט איך ענק טייערע בית פיגא תלמידות פון בית שמש, ענק זאלן נישט וויי טון איינער דעם צווייטן; אז מען טוט וויי א צווייטע מיידל - טוט מען ווייי די שכינה, מען מאכט צער פארן אייבערשטן, און אויב מען בעט נישט איבער קען מען באשטראפט ווערן. איך בעט ענק, קיינמאל זאלן ענק נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל זאלן ענק נישט טשעפען, ענק זאלן נאר זוכן דאס גוטס ביי אנדערע און נאר זוכן שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.