בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - א באנדיט, מיט א קלייד פון א פרוש
שלום בית, עבודת השם, ווייב, חומרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מען טאר נישט מאכן וויינען די ווייב, אז מען מאכט וויינען די ווייב איז דאס א סכנה, און אז דו ווילסט גיין בדרך פרישות דארפסטו וויסן אז דאס קען נישט גיין נאר אז עס איז געקניפט מיט די תורה, נאר אז די ווייב איז מוחל וכו', אויב זי איז נישט מוחל איז מען נישט קיין עובד השם, מען איז אן עבריין, א בעל עבירה באיצטלותא דרבנן, און די אלע צדיקים וואס זענען געגאנגען אויף די וועג פון פרישות איז דאס געווען מיט די פולע הסכמה פון שטוב, נאר אזוי האבן זיי געמעגט גיין אויף די וועג, ווייל אויב די ווייב וויינט חס ושלום - איז מען א באנדיט מיט א קלייד פון א פרוש, די זענען די וַיצִדְקָתְךָ אידן וואס מען דארף זיך זייער היטן פון זיי (קוק אין ספר קב הישר, פרק נב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - כלה שיעורים
מוסדות, הכרת הטוב, כלה, בית פיגא, חומרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משפחת ... שיחיו, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק זענען צופרידן פון די מוסדות, סיי ביי די אינגלעך, סיי ביי די מיידלעך. איך זע ענק שרייבן מיר יישר כח; איך האף אז ענק באדאנקען זיך אויך פארן מנהל און פאר די מנהלת, וואס פאר זיי קומט באמת דעם יישר כח, זיי לייגן אריין זייער גאנצע לעבן פאר די קינדער, און ווען עלטערן טוען שעצן די ארבעט - געבט דאס כח אויף ווייטער.


בנוגע וואו צו שיקן אייער טאכטער לערנען כלה שיעורים; מיר האבן אין די קהילה די חשוב'ע מנהלת פון בית פיגא מרת ... תחי', זי לערנט מיט די כלות אויף די וועג ווי מען לערנט אין היכל הקודש, אן קיין חומרות און פרישות; אבער דאס האט מיט ענק עלטערן, אויב ענק ווילן נעמען א פרוי וואס איז מער מומחה - זאלן ענק טון ווי אזוי ענק פארשטייען.


דער עיקר זאלן ענק נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער גוטס באקומט מען, מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", דו וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.