בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - זיך פארהערט הלכות בשר בחלב
צדקה, הלכה, לערנען, תורה

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געלערנט פלייסיג הלכות בשר בחלב און זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים און גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין און ווייטער ממשיך זיין צו לערנען פלייסיג הלכות תערובות, מליחה און טרפות, און ענדיגן יורה דעה חלק א, דאס גוט קענען, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, אמן.


לכבוד יום טוב שיק איך דיר טויזנט דאלער, איך וויל האבן א חלק אין דיין לערנען תורה.

#3 - די זכות פון לערנען מיט אנדערע, וועט דיר העלפן
כולל, לימוד התורה, הלכה, לערנען

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים אויף גאנץ בשר בחלב, און דו האסט גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין ווייטער לערנען הלכות תערובות, מליחה, טרפות, און גאנץ יורה דעה חלק א; ללמוד וללמד, ווייטער לערנען מיט אינגעלייט וואס דארפן א סעד לתמכו.


און א גרויסן יישר כח פארן מקרב זיין מיין זון הרב ... שליט"א, אים געבן טועם צו זיין פון די זיסקייט פון די הייליגע תורה, ובזכות לערנען מיט אנדערע זאלסטו מצליח זיין צו לערנען מיט אמת, און געדענקען, און צו אלע מדריגות פון לערנען לשמה.

#2 - אריינגיין אין כולל, אביסל אויף אמאל
כולל, אביסל, אומאן ראש השנה, לערנען, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


בנוגע אפלאזן די ארבעט און זיך אריינזעצן אין כולל לערנען; נעם די כלל פון 'תפשת מרובה לא תפשת, תפשת מיעוט תפשת' (סוכה ה.); פרוביר שטייטליך, אביסל אויף אמאל, זונטאג ווען מען ארבעט נישט און אלעס איז פארמאכט זאלסטו גיין אין כולל. רעד צום ראש הכולל ער זאל דיר געבן א חברותא, הייב אן מיט א האלבע טאג, פון צען ביז דריי אזייגער, און נאך א שטיק צייט זאלסטו לערנען דעם גאנצן סדר הכולל פון צען אזייגער אינדערפרי ביז זעקס אזייגער אווענט, זיבן שעה מיט א קליינע הפסקה, און אויב עס וועט אזוי אנהאלטן אפאר חדשים וועט מען גיין אויף נאך א טאג, און נאכדעם אויף נאך א טאג, אבער נישט אנהייבן מיט אפלאזן די ארבעט און נאכדעם וועט זיין 'לא תפשת', ווייל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיך געמאכט טון זייער אסאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1 - ווייניג בחורים, אבער זיי פאלגן און לערנען
נסיעה, ישיבה, בחורים, לערנען

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מגיד שיעור היכל הקודש ירושלים


איך האב געהערט די באריכט ווי אזוי עס קוקן אויס די נסיעות ווען דו פארסט מיט די בחורים, די סכנה'דיגע זאכן וכו', ווי איינער עפנט א טיר אינמיטן פארן, און די אנדערע סכנה'דיגע זאכן.


אויב די בחורים זענען נישט דערוואקסן - זאלסטו מער נישט פארן קיין נסיעות מיט זיי, ווייל חס וחלילה אויב עס וועט עפעס שלעכט פאסירן וואס וועסטו טון...


העיקר שטארק זיך, און לאז נישט אין ישיבה בחורים וואס לערנען נישט און דאווענען נישט. מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: עס איז נישט קיין קונץ צו האבן הונדערט בחורים וואס טוען גארנישט, העיקר האבן בחורים, אפילו נאר אפאר - אבער וואס פאלגן און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.