בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א
בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב ראש השנה שנת תשפ"ז לפרט קטן, פה אומאן ביים רבי'ן
לכבוד...
איך געב דיר דעם ספר אלס א געשאנק פארן העלפן אונזער קרן הדפסה צו קענען דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים; עצות, שכל און חיזוק פאר די וועלט.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גוט געבענטשט יאר מיט אלע ברכות און ישועות, ובעיקר זאלסטו פארשריבן ווערן "בספרן של צדיקים", דאס מיינט – דרוקן און פארשפרייטן 'ספרן של צדיקים' פאר די גאנצע וועלט, האבן א חלק אין דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב ראש השנה שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד מרדכי היימליך נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען אויף זיך צו איבערדרוקן ספר ארך אפים אין אידיש; דער ספר איז פון די וואונדערליכע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, דער ספר האט חיזוק און עצות פאר יעדע פראבלעם וואס איז נאר דא, און עס ברענגט דעם מענטש צו א שטארקע ביטול צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, נחת פון דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט, מיט אלע ישועות, ובעיקר זאלסטו בלייבן ווייטער מיט די געפיל צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק פאר די וועלט.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין טרוד יעצט ערב אונזער נסיעה קיין אומאן, איך וועל דיר שרייבן ממש אפאר ווערטער; דיך מחזק זיין.
וויסן זאלסטו, אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, און מען מוז זיך זייער שטארקן און זיך נישט מייאש זיין, ווייל וויסן זאלסטו, אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער איז נאר צוליב דעם וואס מען וויל זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן, און אויב חס ושלום דו וועסט זיך פארלירן און רעדן אדער טראכטן קעגן די אמונה.
דאס איז בעיקר די גאנצע ברסלב'ע חסידות; שטארקן דעם מענטש, זיין אמונה; מען זאל זיך נישט פארלירן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדריקט: "העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן".
געזעגן זיך פון דיינע עלטערן, פון דיינע זיידעס; און אויב עס איז דיר שווער יעצט ערב די נסיעה קיין אומאן - זאלסטו געדענקען דאס צו טון בין כסא לעשור, נאך פאר יום הקדוש.
זע צו ברענגען אין אומאן א ווייסע בעקיטשע אדער א קיטל; ביי אונז איז דער מנהג ראש השנה צו גיין ווייס אנגעטון.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".
היינט איז א גרויסע טאג, די היינטיגע טאג רופט מען: "שלש עשרה מדות". זאלסט נעמען דיין ווייב מיט דיינע קינדער זאגן תשליך (מיר האבן שוין געזאגט תשליך ראש השנה אין אומאן ביים רבי'ן). אויך זאלסטו גיין מיט דיין משפחה שלאגן כפרות, ווייל דער מנהג פון כפרות איז זייער הייליג, עס נעמט אראפ די דינים. מען מאכט פאר יעדע קינד, און אויך אז מען האט גוטע נייעס מאכט מען באזונדער וכו'.
איך וויל דיך נישט אויסמוטשען, איך ווייס אז דו קומסט פון אומאן, די וועג אהיים אליינס האט גענומען אזויפיל שעה מיט אזויפיל מי, אבער אז דיינע עלטערן און דיין שווער וואוינען אין דיין שטאט, און עס איז דיר נישט קיין גרויסע טרחא - זאלסטו גיין צו זיי זיך געזעגענען, דו מיט דיין משפחה, און זיך לאזן בענטשן ביי זיי.
אויך יעצט ווען מיר זענען נאך אויסגעשעפט פון די שווערע וועג אהיים פון אומאן - זאלסטו פרובירן צו טון גוטע זאכן, גיי אין שול דאווען די דריי תפילות מיט מנין און זאג תהלים, און שמועס מיטן אייבערשטן. ווייל די טעג זענען טעג פון רחמנות, מען קען פועל'ן. די הייליגע חכמים זאגן (יבמות מט:) אויפן פסוק (ישעיה נה, ו): "'דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב', אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים"; ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, און יום כיפורים פארזיגלט מען דעם פסק, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די עשרת ימי תשובה מיר זאלן קענען תשובה טון און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.