בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - געדענק, נאר תפילה און סבלנות
רפואה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט די גוטע בשורה אז דיין ווייב תחי' שפירט זיך שוין אסאך בעסער - געלויבט דעם אייבערשטן.


דאס אלעס וואס זי שפירט זיך שוין רואיגער קומט צוליב דיינע און אירע תפילות, און אדאנק איר וויינען טאג נאך טאג.


איך האב אויך מתפלל געווען פאר איר זי זאל האבן א רפואה שלימה, זי זאל ארויסגיין פון איר עצבות און מרה שחורה. זי זאל צוריק קומען צו אירע כחות, צו קענען זיין א מאמע און ווייב.


געדענק! נאר תפילה און סבלנות!!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - נעם הפצה פאר דיין פרנסה
שידוכים, הפצה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! קוק צו וואס מען איז זוכה אז מען האט סבלנות; האסט אזוי לאנג געווארט פאר דיין שידוך, יעצט זעסטו וואס דו האסט באקומען, אזא טייערע כלה תחי' און אזא שיינע ערליכע משפחה. זאלסטו שטענדיג געדענקען אז ביים סוף איז מען זוכה צו שיינע זאכן, מען דארף נאר האבן סבלנות.


יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו געדענקען וואס מען האט געטון פאר דיר און דו זאלסט עס ווייטער טון פאר אנדערע; זאלסט גיין הפצה ארויס צו העלפן אידישע קינדער. אזוי ווי מען האט דיר ארויסגעשלעפט וכו' זאלסטו ארויסשלעפן אנדערע אידן פון זייערע עבירות; עס איז נישט דא קיין גרעסערע רחמנות ווי א מענטש וואס טוט עבירות.


דאס זאלסטו נעמען פאר דיין פרנסה: "הפצה"; וועסטו האבן גרויס שפע.


הלוואי זאלן אלע תלמידים פון ישיבה נאר עוסק זיין אין "הפצה", יעדער איינער אין זיין תחום, וועלן מיר קענען צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן און האבן א חלק אין די גאולה. אזוי ווי דער ניגון גייט: "על ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו", במהרה בימינו, אמן.


א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - די ווייב דערקענט אויפ'ן מאן וואס ער איז
שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי', איך ווארט צו באקומען פון דיר א בריוו.


איך מוז דיר זאגן אז עס איז מקיום געווארן ביי דיר וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן "זוּ אִשְׁתּוֹ", דאס איז די ווייב; ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעמאלט וועט זיין ווייב מעיד זיין אז ער איז אן ערליכער איד. דיין ווייב שרייבט אז דו שרייסט קיינמאל נישט אויף איר; אפילו ווען זי פארלירט זיך ערב שבת און ערב יום טוב ענטפערסטו איר קיינמאל נישט צוריק, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב ערהאלטן די געלט; א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אויף יום טוב.


איך שיק דיר דא א בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מחנך זיין די קינדער מיט רואיגקייט, נישט מיט רציחה
חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין זון האט מיר היינט פארציילט וואס דו האסט מיט אים געטון די וואך, ער ווייזט מיר צייכענעס אויף זיין ריקן, שווארצע און בלויע צייכענעס ווי דו האסט אים געשלאגן מכת רצח. איך קען עס נישט גלייבן אויף קיין שום איד, איך קען נישט גלייבן אז א איד איז אומשטאנד צו שלאגן א צווייטן איד - בפרט א אייגן קינד - מיט אזעלכע מכות, כל שכן דו וואס דו זעסט אויס ווי א שיינער איד. ווען דו דאווענסט שבת פארן עמוד קען זיך דאכטן אז דו ביסט א דערהויבענער איד, און דא פירסטו זיך אויף אזוי נידריג און געמיין.


איך האב געזאגט פאר דיין זון ער זאל מער נישט אהיים גיין, ער זאל זיך זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן כדאי ער זאל געראטעוועט ווערן פון דיר.


קודם כל זאלסטו וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה  (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מועד קטן יז.): "בְּמַכֶּה לִבְנוֹ גָדוֹל הַכָּתוּב מְדַבֵּר", מען טאר נישט שלאגן א קינד ווען ער איז גרויס; דאס איז ביי קליינע פעטש, אבער מכות רצח טאר מען נישט שלאגן קיינעם - כל שכן א בחור פון פופצן יאר.


איך וויל דיר פרעגן: "דו ביסט נאך קיינמאל נישט פארשלאפן אין לעבן?! "ווען דו ביסט געווען א פופצן יעריגער בחור ביסטו אליינס אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי?!" "עס האט קיינמאל פאסירט אז דו זאלסט אויפשטיין שפעט?!" לאמיר זאגן אז דו ביסט יא א מאשין און דו שטייסט אויף פארטאגס, קומט זיך פאר דיין זון מכות רצח מיט א שטעקן ווייל ער שטייט אויף שפעט?! פארוואס זאל ער בכלל וועלן אויפשטיין ווען ער האט א טאטע א רוצח?!


יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס צוויי פון דיינע קינדער זענען דיר ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן; ווייל אז דער טאטע איז אזא רוצח צו שלאגן אן איידעלער בחור פון פופצן יאר מכות רצח מיט א שטעקן, איז פארשטענדליך אז די קינדער ווילן נישט זיין אידן.


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי וכו', ווייל אז איך וועל דיר נישט זאגן אויפצוהערן וועסטו אויך אים חס ושלום פארלירן; שלאגן איז נישט קיין חינוך זאך, שלאגן איז ארויס צו געבן די אייגענע נערוון. אז דו ווילסט דיין זון זאל אויפשטיין לערנען די הייליגע תורה זאלסטו אים שיין אויפוועקן; וועק אים מיט ליבשאפט, וועק אים ווי מען וועקט א דערוואקסענער מענטש.


שלמה המלך זאגט (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ פֶּן יִשְׂנָאֶך, הוֹכַח לְחָכָם וְיֶאֱהָבֶך", שטראף נישט קיין לץ ווייל דו וועסט גארנישט אויפטון, ער וועט דיר פיינט האבן, אבער ווען דו וועסט זאגן מוסר פאר א חכם וועט ער דיר ליב האבן; זאגט מוהרא"ש א מורא'דיגער פשט: "אַל תּוֹכַח לֵץ" – ווען דו זאגסט מוסר פאר איינעם זאג אים נישט: דו "לֵץ" וואס דו ביסט, דו שגץ וואס דו ביסט – "פֶּן יִשְׂנָאֶך", ווייל ער וועט דיר פיינט האבן; אז דו וועסט רעדן מיאוסע ווערטער צו איינעם וועט ער נישט אננעמען די מוסר וואס דו זאגסט אים, נאר דער וועג איז "הוֹכַח לְחָכָם" – זאג אים: דו ביסט דאך א חכם, עס פאסט נישט פאר דיר דו זאלסט זיך אזוי פירן; אז דו וועסט רעדן צו אים שיינערהייט, "ְויֶאֱהָבֶך", וועט ער דיר ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט זיין א גוטע טאטע פאר דיינע קינדער; נישט נאר זיך אהער שטעלן ווי א גוטער מענטש פאר די גאס. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בֶּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט קיין רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע קינדער.

#1 - קינדער טאנצן און שפרינגען, א תפלה צו האבן געדולד צו זיי
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דעם וואס איר זעט אז איר האט נישט קיין כח צו אייערע קינדער און יעדע צופרי ווערט אן אנגעצויגענע שטימונג ביי אייך אין שטוב ווען די קינדער פאלגן נישט.


וויסן זאלט איר אז יעדע אידישע מאמע מיט קליינע קינדער שפירט וואס איר שפירט און גייט אריבער וואס איר גייט אריבער וכו'; יעדע פרוי מיינט אז זי האט מיט די נערוון וכו', בפרט ווען מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער, דעמאלט קען מען אסאך מאל שפירן אז מען גייט ממש אראפ פון זינען ווען די קינדער פאלגן נישט וכו'.


זייער אסאך מאל ווערט א מענטש צעבראכן נאכדעם וואס מען געשריגן אויף די קינדער; מען הייבט אן טראכטן אז מען איז נישט געזונט וכו', מען הייבט אן טראכטן אז מען קען נישט זיין קיין מאמע וכו', אבער דאס איז נישט וואר. ווייל א מענטש איז א מענטש, א מענטש איז נישט קיין מלאך; איר דארפט וויסן אז קינדער זענען קינדער און דער געזונטער נאטור פון קינדער איז צו טאנצן און שפרינגען און נישט פאלגן; געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי. אז מען ווייסט דאס פון פאראויס איז דאס גרינגער צו נעמען.


קינדער מיט עלטערן זענען פונקט דאס פארקערטע; עלטערן האבן ליב ווען עס איז שטיל, רואיג און מסודר, קינדער – פון די אנדערע זייט - ווילן נאר שרייען, טאנצן און שפרינגען. באמת איז נישט געפערליך אז קינדער שפרינגען וכו'; ענדערש זאל דער קויטש כאפן א ריס ווי דער קינד זאל ווערן צעדרוקט, ענדערש זאל דער וואנט כאפן א קראץ ווי איידער דער קינד זאל כאפן קולות א גאנצן טאג.


איינער פון די בחורים וואס פלעגן קומען עסן ביי מיר אויף שבת האט מיר געזאגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט צו עסן שבת ביי מיר צוזעהנדיג ווי מען הרג'עט נישט די קינדער ווען זיי טאנצן אויפן קויטש, ווייל ביי זיי אין שטוב הרג'עט מען די קינדער אויב מען טאנצט אויפן קויטש; עלטערן קענען נישט נעמען ווען די קינדער לויפן און שפרינגען, מען האט מורא אויב די וואנט וועט כאפן א זעץ וכדומה, מען כאפט זיך נישט אז א קויטש קען מען קויפן א נייע, א וואנט קען מען איבער פארבן, אלעס קען מען פארעכטן, אבער קינדער אויב מען שרייט אויף זיי טאג און נאכט ווערן זיי פעלערהאפטיג פאר זייער לעבן.


אבער מיר דארפן געדענקען אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט דער וועלט און מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט אונז געגעבן וואונדערליכע עצות אויף יעדן פראבלעם; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און מיר זאלן אים בעטן יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אלעס וואס באדערט אים, ווערט דער מענטש צופרידן און רואיג.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן שטארקע נערוון צו די קינדער, און איר זאלט זוכה זיין זיי מגדל צו זיין און זען נחת פון זיי.


איך שרייב אייך א קורצע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיר פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: "קינדער זענען קינדער"; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג און אויב איר האט צייט - אפאר מאל א טאג, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


איך ווארט צו הערן אז עס איז אייך בעסער געווארן.