בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#33 - תורה ברענגט געלט
לימוד התורה, פרנסה, שמחה, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן און ווייטער אנגיין מיט דיינע גוטע מעשים; זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות און אויך זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט דיינע שיעורים אין חומש, משניות און גמרא. ובזכות וואס דו לערנסט וועסטו האבן גרויס שפע, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז): עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, איינמאל האט איינער געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, נאכדעם האט ער געזען ווי דער חבר האט געטון א גרויסע עבירה, האט ער זיך אפגעטיילט פון אים. נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הייבט אן מצליח צו זיין, אבער ער איז געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפ'ן אייבערשטן: 'איך ווייס דאך אז יענער האט געטון א גרויסע עבירה, פארוואס גייט אים אזוי גוט? ער איז מצליח, ער איז א גרויסער עושר', איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייט א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גרידער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט, מען האט אים געזאגט: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין אלטער חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה ווייל מעות' איז נוטריקון די ראשי תיבות וְ'אֵין עֲ'בֵירָה מְ'כַבֶּה תּ'וֹרָה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.


אפילו דו גייסט אריבער שווערע צייטן זאלסטו ווייטער זיין פרייליך; גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה און עס וועט דיר בעסער ווערן. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו אזוי פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז ס'וועט נאך זיין איין טאג גוט און דעמאלט וועלן מיר זיין זייער פרייליך, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו קומסט ארויף אין ישיבה, איך האב דיר זייער ליב; דו ביסט מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#32 - מיט תפלה וועט זיין שפע אויף יום טוב
פרנסה, חיזוק פאר פרויען, צניעות, תפלות אויף אידיש, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נס אז איר האט באקומען אזא טייערער חשוב'ער מאן נרו יאיר. דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, ער דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים וועט אים דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים, אויף דער וואוילער מאן וואס איר האט, וועט דער אייבערשטער אייך געבן פרנסה בריווח.


איר וואוינט דאך נישט ווייט פון קבר רחל, כאפטס אייך אריבער צו מאמע רחל, דארט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן געלט אויף צום לעבן און געלט אריין צו ברענגען דעם יום טוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוויסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאךְ אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר אוּן דִיר הֶעלְפְן", דער איד קוקט אן דעם רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זאלט איר טון, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט יום טוב און מיר האבן גארנישט אין שטוב; נישט דא קיין איין שקל אויף יום טוב, מיר דארפן געלט פאר דיינע מצוות אייבערשטער, מיר דארפן א סוכה, ד' מינים, קליידער וכו'".


בעט אייער מאן יעצט ווען ער פארט קיין אומאן, אז ער זאל נישט אפלאזן דעם ציון; ער זאל גיין צום ציון נאכאמאל און נאכאמאל, דארט זאל ער בעטן פאר ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


איך וויל אייך אנמערקן אויף א זאך וואס איר האט מן הסתם נישט אינאכט גענומען, ווען איר שיקט אן אימעיל קומט ארויף א בילד פון אייך מיט אייער מאן, וויל איך אייך בעטן איר זאלט דאס אראפנעמען. איר זאלט קיינמאל נישט ארויסשטעלן בילדער פון אייך און זיכער נישט א בילד פון זיך מיט אייער מאן וכו'; עס איז נישט קיין צניעות אז פרעמדע מענטשן זאלן זען פריוואטע בילדער, איך האף אז איר וועט אננעמען וואס איך בעט אייך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#31 - קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט
אומאן, פרנסה, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


"וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


אין אומאן אליינס איז נישט קיין חילוק וואו מען איז, דער עיקר איז מען זאל זיין ביים רבי'ן אין אומאן. אז עס קומט דיר אויס צו טייער צו זיין מיט אונז זאלסטו גיין וואו עס קומט דיר אויס בעסער, אבער דער עיקר איז זיין אין אומאן.


אז דו פלאגסט זיך און דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות - זאלסטו גיין נאך געלט; מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז אויב מען וויל נישט פושט רגל זיין (באנקראטירן) זאל מען פושט יד זיין, מען זאל אויסשטרעקן די הענט און גיין נאך געלט אז מען זאל האבן וואס צו געבן פאר די ווייב; עס איז נישט דא אזא זאך ווי נישט אהיים ברענגען געלט. האסט חתונה געהאט און אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו' - דארפסטו דאס מקיים זיין, דו דארפסט ברענגען פון אונטער דער ערד געלט.


זיי עוסק אין הפצה וועסטו שטענדיג האבן שפע; דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן 'תיקון הכללי'. ער האט באקומען א ברכה פון רבי'ן אז ווען ער וועט אריין לייגן זיינע הענט אין טאש וועט ער אייביג טרעפן דארט געלט, וכך הוה, ווען ער האט געדארפט האבן געלט האט ער אריין געלייגט די הענט אין טאש און געטראפן געלט; מוהרא"ש שרייבט אין 'אשר בנחל': "איך געב א צווייטע ברכה, ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה, ער וועט גיין מיט קונטרסים וכדומה ביי די הייזער וכו', וועט אייביג האבן געלט אין טאש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - מען קען נאר מצליח זיין מיט אן ארבעט אויב מען האט א חיות אין דעם
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב עס מאכט דיר בעצבות זאלסטו דאס נישט טון.


נעם דעם כלל אין פרנסה: "מען קען נאר מצליח זיין מיט אן ארבעט אויב מען האט א חיות אין דעם, אז מען האט א געפיל אין וואס מען טוט, אויב אבער איז עס געצווינגען, עס מאכט בעצבות - איז נישטא קיין הצלחה אין דעם".


אז דו דארפסט פרנסה בריווח איז דא איין עצה: "וויינען, וויינען און וויינען צום אייבערשטן און זאגן תהילים ביז די פרנסה וועט דיר נאכלויפן"; עס וועט דיר פלוצלינג אונטער קומען פרנסה אויף אזא וועג וואס דו האסט נישט געקענט חלומ'ען.


מענטשן מיינען אז די פרנסה איז אנגעהאנגען אין אים אדער אין אנדערע מענטשן, דערפאר ווערט מען זייער צעבראכן און מען ווערט כסדר אין כעס וכו', אבער אז מען ווייסט אז פרנסה האט גארנישט מיט מיר אדער מיט א צווייטן, נאר אלעס איז תלוי אינעם אייבערשטן; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, - דעמאלט לעבט מען א חיים טובים, א רואיג לעבן, און מען האט נישט מורא פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#29 - ווען דארף מען זוכן א צווייטע פרנסה
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאלה איז ווער איז דער בעל הבית דארט, אונטער וועם ארבעטסטו? אויב איז דער טאטע דער בעל הבית און דער זון זוכט נאר וואו ער קען אריין שטעקן זיין נאז כאילו ער איז דער גאנצער קנאקער, דעמאלט דארף דיר נישט אנגיין וואס ער זאגט דיר. אבער אז דער זון איז דער אחראי דארט און ער זאגט דיר: "זוך דיר א צווייטע פרנסה", דעמאלט זאלסטו זוכן א צווייטע פרנסה און אנטלויפן פון דארט וואס שנעלער.


אמת עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה: "א פרנסה טאר מען נישט אוועק ווארפן, נאר די פרנסה זאל דיר אוועק ווארפן"; דאס מיינט מען נישט צו זאגן אז אויב מען האט א בעל הבית וואס שרייט און פארשעמט וכו' איז מען מחויב צו ארבעטן ביי אים א גאנץ לעבן, א מענטש דארף ארבעטן אויף א פלאץ וואו דער בעל הבית פירט זיך אויף שיין צו אים. אויב דער בעל הבית שרייט און פארשעמט, איז זיכער כדי צו טוישן צו א צווייטע ארבעט ווי פריער.


אז ער שרייט אויף דיר: "דו האלסט נישט ביים ארבעטן, דו ביסט פארנומען א גאנצן טאג מיט ברסלב, זוך דיר א צווייטע פרנסה", דאס מאכט מיר טראכטן אז אפשר טוסטו נישט דיין ארבעט ווי עס דארף צו זיין; קען זיין אז ער זעט אויפ'ן קאמפיוטער ווי דו ביסט רוב צייט פארנומען מיט 'ברסלב סענטער' וכדומה, (א בעל הבית קען זען ביי זיך יעדער ריר וואס זיינע ארבעטערס טוען אויפ'ן קאמפיוטער), קומט אויס אז דו ביסט א גנב וגזלן, ווייל אן ארבעטער טאר נישט מבטל זיין קיין איין רגע פון טון די ארבעט; אן ארבעטער טאר אפילו נישט ענטפערן א טעלעפאן, כל שכן ענטפערן טעקסט, אימעילס וכו' איז גניבה וגזילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב
שלום בית, סמארטפאון, פרנסה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב פאר דיין שוואגער, עס איז א גרויסע שמחה אז ער איז א חתן געווארן.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר אפגעזאגט צו לערנען "חתן שיעורים" מיט דיין שוואגער; איך בין נישט קיין חתן מדריך, איך האב נישט קיין צייט פאר דעם. דאס וואס איך לערן מיט מיינע תלמידים – איז עפעס אנדערש; פאר מיינע תלמידים טו איך אלעס, איך בין זיי מדריך חתונה צו האבן און אויך נאך די חתונה געב איך זיך אפ מיט זיי ווי מיט אייגענע קינדער, אבער סתם חתנים האב איך נישט די מעגליכקייט דערצו.


בנוגע דיין ווייב'ס ארבעט וכו'; אז זי וויל אפלאזן איר ארבעט ווייל זי וויל נישט זיין אויף סאושעל מידיע. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב וואס וויל לעבן בקדושה ובטהרה, זי וויל נישט האבן צוטון מיט די כלי שופכין; זאלסטו איר נישט הייסן בלייבן מיט איר ארבעט צוליב די געלט.


זיי מקפיד צו דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין – וועסטו האבן גרויס שפע.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך – אידיש, וועסטו זען ניסים ונפלאות.


דיין ראש ישיבה.

#27 - מיט די פרנסה, קען מען אויך ארויסכאפן אסאך גוטע זאכן
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דער הייליגער רבי לערנט אונז א וועג צו זיין דבוק צום אייבערשטן, אפילו מען ארבעט און מען איז פארנומען צו ברענגען פרנסה – דאך קען מען זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


ווען מען האט אן איבעריגע מינוט זאל מען ארויסכאפן אביסל תורה, אביסל חומש – שנים מקרא ואחד תרגום; אביסל משנה; גמרא, וכו', וכו' און בעיקר רעדן צום אייבערשטן א גאנצן טאג, די ליפן זאלן זיך שאקלען שעפשענדיג תפילות שטענדיג.


יישר כח פאר'ן מיר העלפן שאפן מזומנים איך זאל קענען שיקן דאס געלט קיין אומאן; געלויבט דעם אייבערשטן אז דאס יאר – ה'תש"פ וועלן מיר שוין האבן דעם בנין פערטיג.


איך בענק צו הערן פון דיר אז אלעס איז בסדר.

#26 - נאך אביסל וועסטו האבן גרויס שפע
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


טייערער ..., איך בעט דיר האלט זיך מיט אלע כוחות. איך שעפ פון דיר אזויפיל נחת, פון דיין דאווענען און לערנען, און בעיקר פון דיין שיינע חסידי'שע שטוב וואס דו בויסט מיט אלע דיינע כוחות.


יעצט ווען עס איז דיר ענג אין פרנסה בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך נישט פארלירן; אנטלויף נישט... נאך אביסל וועסטו האבן גרויס שפע... זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים, נאך אביסל וועט דיר גרינגער ווערן.


יעצט ווען עס קוועטשט דיר וכו' גיי אין א ווינקל און געב א גוטע קרעכץ צום אייבערשטן, זאג: "טאטע! עס איז מיר אזוי שווער! אייבערשטער איך קען נישט מער", וכו', וכו'; מיט די פאר ווערטער וועסטו געבן א שאקל אלע הימלען...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - מפיץ זיין די גליונות
פרנסה, הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו קענסט פארדינען מער געלט און גרינגער ארבעטן איז דאך נישט קיין פראגע וואס צו טון, אודאי זאלסטו אננעמען די נייע ארבעט; נעם דיר דעם כלל אין לעבן: "קוק שטענדיג אויף וואס עס איז גוט פאר דיר".


בנוגע הפצה וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך אריין לייגן מפיץ צו זיין די גליונות. ווען א מענטש טרעפט דעם 'גליון היכל הקודש' וועט דאס אים שוין טראגן צו הערן די שיעורים און אנקומען צו אלע ספרים; דעריבער זאלסטו אריין לייגן כוחות מיט דיינע חברים צו פארשפרייטן די גליונות אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס
פרנסה, ספרי ברסלב, סגולות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן ביידע בריוו.


בנוגע זוכן א נייע ארבעט וכו'; איך האלט אז דו זאלסט בלייבן ביי די פלאץ וואו דו ארבעסט יעצט. אפילו זיי ציען זיך אוועק וכו' און עס וועט דיר נעמען מער צייט צו פארן און קומען וכו' דארפסט אויך קוקן אויף די אנדערע זייט, ווי צופרידן דו ביסט וכו'. א ברסלב'ער חסיד האט שטענדיג וואס צו טון און מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן בשעת'ן פארן, מען קען זיך מתבודד זיין אינטערוועגנס.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף 'מסכת יבמות'; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים מאכסטו מיר פרייליך.


בנוגע זיך האלטן רואיג אין שטוב און אין ארבעט וכו' און נישט ווערן בכעס; פאלג דעם רבי'ן און פון היינט אן זאלסטו מקפיד זיין אויף 'פת שחרית'. יעדן אינדערפרי גלייך נאכ'ן דאווענען, פאר דו גייסט ארבעטן - זאלסטו זיך וואשן אויף פרישטאג. אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכ'ן דאווענען, דאס וועט דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים.


נאך א עצה האב איך פאר דיר, לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף. אז דורך כעס פארלירט מען די געלט, ווייל כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ; יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס וויל נישט דער מענטש זאל רייך ווערן – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען, און דער רבי איז ממשיך אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף; לערן יעדן טאג די תורה, זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, וויסן זאלסטו אז אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אינעם רבינ'ס תורות - אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


א גריס פון דיינע זיסע קינדער.

#23 - קיינער קען נישט צונעמען קיין פרנסה אדער געבן פרנסה, נאר דער אייבערשטער
שלום בית, פרנסה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


שטארקט אייך און שטארקט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר. ער איז זייער צעבראכן יעצט; ער האט נישט קיין פרנסה נאכדעם וואס מען האט אים אפגעזאגט און ער זוכט א פרישע פרנסה. איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט ענק נישט פארלאזן און נאך אביסל וועט איר האבן גרויס שפע.


בעט איך אייך איר זאלט זיך מחזק זיין מיט אמונה פשוטה, גלייבן אין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא", פרנסה קומט פונעם אייבערשטן. קיינער קען נישט צונעמען קיין פרנסה אדער געבן פרנסה – נאר דער אייבערשטער, ער איז דער זן ומפרנס לכל מיט א פונקטליכער חשבון. איי וואס וועט זיין ביז דער אייבערשטער וועט העלפן? וועט אויך דער אייבערשטער העלפן.


מיר לעבן מיט'ן אייבערשטן; ער איז אלעס און אלעס איז ער. "פארוואס?" "פאר ווען?" דאס איז נישט אונזער עסק, מיר דארפן אים דינען און זיין צו אים געטריי, דורכדעם איז מען זוכה צו גרויסע נסים.


איך בעט פאר אייך שטענדיג און איך וועל אייך שטענדיג מחזק זיין.


אייער ראש ישיבה.


...

#22 - געלט באקומט מען נאר מיט תפלה
תפילה והתבודדות, פרנסה, הכרת הטוב, שבת קודש, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו ביסט געקומען צו מיר ווי א שליח פון הימל; איך האב די וואך געהאט אן ארבעטער וואס האט געארבעט ביי מיר אין שטוב, איך האב נישט געוואלט עובר זיין אויף דעם לאו פון (ויקרא יט, יג): "לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר", אבער איך האב נישט געהאט קיין איין פרוטה אים צו באצאלן. האב איך זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל קענען באצאלן דעם ארבעטער אויפן טאג, אפילו ער האט עס נישט געמאנט פון מיר. פלוצלינג ביסטו אנגעקומען ווי א שליח פון הימל און איך האב געקענט באצאלן אויפן טאג.


עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז פאר יעדע מצוה צאלט מען שכר מדה כנגד מדה, און ווער עס איז נזהר צו באצאלן זיין ארבעטער און איז מקיים (דברים כד, טו): "בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ" איז זוכה צו קדושת שבת. אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון בְּ'יוֹמוֹ תִ'תֵּן שְׂ'כָרוֹ איז "שבת"; ווייל דער ארבעטער האט אוועק געגעבן זיין נשמה בשעת ער האט געארבעט און אז מען באצאלט אים פאר'ן אוועק געבן זיין נשמה איז מען זוכה צו באקומען די נשמה יתירה וואס מען באקומט שבת; דאנק איך דיר פאר דעם.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון בעטן דעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער הערט צו ווען מען בעט אים; מען זעט גלייך אפענע ישועות.


עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט פון צאלן די מלמדים און טיטשערס וכו' וכו' שוין איבער צען יאר, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע און מיר זאלן נישט האבן קיין חובות. און וואונדער איבער וואונדער ווי אונזער מוסד שטייט היינט, אן קיין עשירים און אן קיין נדבנים נאר אויף תפילה!


פאריגע וואך האב איך געהאט א גרויסע נס, מיר זענען געווען שולדיג איבער פופציג טויזנט דאללער פאר די מלמדים און טיטשערס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אזוי אויך האבן אלע קינדער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס. די שטאט האט באצאצלט אן אלטע חוב פון פינף יאר צוריק אזוי ארום האט מען געקענט באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


 

#21 - פרנסה געבט דער אייבערשטער
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב דערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה; יישר כח.


איך וויל דיר מחזק זיין אויף דעם וואס דו גייסט יעצט אריבער, מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין ארבעט; דו גייסט ארום אן א קאפ, דו טראכסט: 'פון וואו וועל איך אהיים ברענגען פרנסה?'


זאלסטו וויסן, געדענקען און איינקריצן אין זיך: "פרנסה געבט דער אייבערשטער!!!"


זאלסט זיך חס ושלום נישט פארלירן פאר קיין איין רגע, אויך זאלסטו זיך נישט באשולדיגן און זיך נישט קלאפן אז דו פארלירסט איין דזשאב נאכ'ן צווייטן; דאס האט נישט מיט דיר, דאס אלעס איז דיר אויסצופרובירן צי דו וועסט ווייטער זיין פרייליך, אזוי ווי די מעשה פונעם בעל בטחון וואס דער רבי האט דערציילט.


אחי היקר, חזק ואמץ ואחוז עצמך בכל כוחך.

#20 - ווען ס'גייט שווער די פרנסה
שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס גייט דיר שווער אין פרנסה האב איך פאר דיר אן עצה, זאלסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין בתי מדרשים האלטן דרשות; איינמאל איז צוגעקומען צו אים א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט און איך האב זיי נישט וואס צו געבן וכו' וכו'", האט אים ר' בנציון געזאגט: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאךְ אַ רַייכֶע טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן ר' בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים ר' בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "דוּ הָאסְט דָאךְ אַ רַייכֶע טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר"; פרנסה האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.


אז דיין ווייב וויל דיר העלפן מיט פרנסה איז נישט קיין פראבלעם; עס איז אמת וואס דו זאגסט אז דער מאן איז דער וואס האט זיך מתחייב געווען צו ברענגען פרנסה, דאס מיינט אז מען קען נישט מחייב זיין די ווייב זי זאל ארבעטן, אבער אז זי וויל דיר העלפן זאלסטו איר דאנקען פאר דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן גרויס שפע.

#19 - אנגרייטן מזוזות פאר אומאן
אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך און פארליר זיך נישט; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, עס קען זיין אז כהרף עין וועסטו געהלאפן ווערן מיט גרויס שפע.


יישר כח פאר די מזוזות; סך הכל האב איך געקויפט פון דיר פערציג מזוזות, אבער עס איז מיר נישט גענוג נאר פערציג מזוזות פאר אומאן, ווייל מיר האבן אויף איין שטאק אליינס פופצן שטובער וואס יעדע שטוב דארף צוויי מזוזות. בעט איך דיר דו זאלסט שוין אנגרייטן נאך מזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#18 - א באס דרייווער מיט א משניות?
לימוד התורה, חינוך הילדים, פרנסה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א באס דרייווער מיט א משניות? א באס דרייווער מיט א תהלים? וואו האט מען אזאנס געזען?! דו ברענגסט אריין נייע זאכן; אמאל האט יעדער געוויסט אז דרייוון א באס איז נישט א ארבעט וואס מען קען דערביי זיין אן ערליכער איד, אבער ווען מען זען דיר ווי דו זיצט אויפן באס – ווינטער אין די גרעסטע קעלט און זומער אין די גרעסטע היצן - מיט א משניות'ל, דאס מאכט אז מען זאל זיך אפשטעלן טראכטן: 'וואס גייט דא פאר?!' מען הייבט אן זען וואס ברסלב איז, מען הייבט אן זען אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, דו ביסט גורם א מורא'דיגע קידוש השם.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, חזק ואמץ; זיי ממשיך צו לערנען און דאווענען מיטן דרייוון א באס.


געדענק צו שמייכלען צו יעדע איינציגסטע קינד, בפרט צו די קינדער וואס מען רופט זיי "נישט חשוב'ע"; זיי זאלסטו מער מקרב זיין, אזוי וועלן זיי בלייבן אידן.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#17 - מ'קען זיין א טראק דרייווער, און זיין דבוק צום אייבערשטן
פרנסה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך קען ברסלב'ע אידן טראק דרייווערס וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן מיט א שטארקע דביקות; זיי זעען אויס פשוט און גייען אנגעטון מיט ארבעטס קליידער אבער זיי טראכטן נאר פונעם אייבערשטן און רעדן נאר צו אים.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט פאר זיין פרנסה געדרייווט א טראק – אזוי ווי דו, צוזאמען מיט אים אויפן טראק זענען געווען גוים, דו ווייסט דאך אז גוים רעדן נאר ניבול פה, האט ער מיר פארציילט ווי שווער עס איז אים צו זיצן אויפן טראק מיט די חיות און ער דארף אגאנצן טאג הערן זייער ניבול פה, ווער רעדט נאך זומער ווען עס ברענט ממש א פייער, די גוים גייען אנגעטון – בעסער געזאגט – אויסגעטון ווי די חיות פון וואלד, ער שפירט יעדע רגע ווי ער ווערט פארברענט אין ניאוף, דאן באנוצט ער זיך מיטן רבינ'ס עצה און ער מאכט התבודדות, ער וויינט און רעדט צום אייבערשטן אן א קול, בלויז מיט זיינע ליפן שעפשעט ער: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין א איד, היט מיר מיינע אויגן", בשעת עס רינען אים טרערן פון זיינע אויגן, די גוים פלעגן אים פרעגן: "פארוואס וויינסטו?" פלעגט ער זיך ארויסדרייען און זיי ענטפערן: "איך האב עלערדזשיס" וכו'.


דאס שרייב איך דיר אז דו זאלסט וויסן אז אפילו א טראק דרייווער קען צוקומען צו זיין א גרויסער צדיק.


...

#16 - מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג
פרנסה, שמחה, חידושי תורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו; שרייב מיר נאך, איך בין זיך ממש מחי' מיט יעדע בריוו וואס דו שרייבסט מיר. הגם איך קום נישט אן דיר צו ענטפערן ווייל איך בין זייער טרוד מיט די בחורים וכו' וכו', אבער איך ליין יעדע בריוו דיינע און איך בין זיך מחי' מיט דיינע חידושי תורה.


הלוואי זאלסטו אפשרייבן אלע דיינע חדושי תורה וואס דאס איז זייער א חשוב'ע זאך, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה) אז טראכטן חדושי תורה איז א גרויסע תיקון פאר טראכטן שלעכטס.


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן" – האט דער הייליגער רבי געזאגט; ווי אזוי מעסט מען אויבן אין הימל דאס גרויסקייט פון א איד? מען זעט ווי אזוי ער דערהאלט זיך און דינט ווייטער דעם אייבערשטן אפילו עס גייט דורך אויף אים שווערע ביטערע נסיונות.


אלס איינער וואס שטייט אין א געשעפט, אין א גראסערי – טראגסטו א גרויסע אחריות צו שענקען א שמייכל פאר יעדן איד וואס קומט אריין אינעם געשעפט; מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק זיך און דערהאלט זיך.


...

#15 - כאטש ביסט נישט אין ישיבה, קום ארויף צו א שיעור
פרנסה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי מיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן חודש'ליך די ישיבה; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בענק מיך נאך דיר...; איך פארשטיי אז דו ביסט ארויס פון ישיבה און דו ביסט געגאנגען ארבעטן וכו', מיט דעם אלעם וועל איך זיך זייער פרייען דיר צו זען אמאל ביי א שיעור.


דו ווייסט דאך וואס מיר רעדן ביי די שיעורים; נאר שיינע עצות און ווארימע דיבורים וואס העלפט דעם מענטש אינעם טאג טעגליכן לעבן.


דיין ראש ישיבה.


...

#14 - ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש
פרנסה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו גיין ארבעטן אין א גראסערי וואס דו וועסט אהיים קומען מיט ווייניגער געלט ווי מען קען לעבן בכלל?! ענדערש זאלסטו גיין הפצה וועסטו האבן גרויס עשירות.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש; בפרט אין ארץ ישראל דארט האסטו מיליאנען אידישע קינדער וואס מען האט זיי ליידער אוועק געריסן פון די אמונה און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים.


אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון און דו שרייבסט מיר נאכמאל און נאכמאל: "וואס דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן וועל איך טון", זאג איך דיר: "נאר מיין דעה איז פאר דיר ענדערש צו גיין הפצה ווי שטיין אין א גראסערי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#13 - ווי אזוי א באלעבאס דארף האנדלען מיט פרויען ארבייטערס
פרנסה, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אן די דזשאב.


א בעל הבית אדער א מענעדזשער וואס האט אונטער זיך פרויען מעג געבן און דארף געבן קאמפלימענטס אפילו פאר די פרויען וואס ארבעטן פאר אים; מען דארף נאר אכטונג געבן ביי פרויען נישט צו קאמפלימענטירן זיי אליינס נאר געבן א גוט ווארט אויף די ארבעט וואס זיי טוען. למשל מען זאגט: "מיר זענען זייער צופרידן פון אייער 'ארבעט'", נישט זאגן: "מיר זענען זייער צופרידן פון 'דיר'".


הצלחה רבה.

#12 - געב דיין געלט פאר דיין טאטע
שידוכים, פרנסה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין געהאלט וואס מען צאלט דיר איז נישט דיינס, דאס איז דיין טאטנ'ס געלט; די גאנצע געלט וואס מען מאכט אלס מיידל געהער פאר די טאטע. וואס צו טון מיט די געלט דאס וועט דיין טאטע אפמאכן; אז ער וויל דאס אוועק לייגן דיר חתונה צו מאכן קען ער דאס לייגן אין א גמ"ח וכדומה. דו זאלסט געבן די געלט פאר דיינע עלטערן, זאלן זיי טון מיט דעם וואס זיי ווילן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכן בחור; דער עיקר דארף מען זוכן א בחור וואס האט אמונת חכמים, ער פירט זיך נישט מיט זיין אייגענע שכל נאר ער פאלגט וואס צדיקים זאגן. ווייל נאר אז מען גייט בדרך התורה האט מען א גוטע לעבן, אבער איינמאל מען גייט מיטן אייגענעם שכל קען מען זייער ווייט פארקריכן. דעריבער זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט באקומען א חתן וואס האט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#11 - אויב איז נישטא צניעות אינעם אפיס, זוך דיר א צווייטע פרנסה
פרנסה, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי לנו אז עס זענען דא עלטערן וואס זענען מפקיר זייערע טעכטער פאר געלט; מען שיקט די טעכטער ארבעטן אין אן אפיס פאר א פאר דאללער.


קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין א אפיס וואו עס זיצט א מיידל מיט א פרעמדע מאן; קודם כל איז דאס אן איסור יחוד וואס דאס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא. און אפילו אז מען ארבעט אויס עס זאל נישט זיין דער איסור, ווערט מען אבער פארברענט מיט שלעכטע מחשבות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות; מען הייבט אן רעדן איינער מיטן צווייטן פריינטליך ביז מען פאלט אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן. ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן דאס געזען וואלטן זיי דאס נישט אויסגעהאלטן, זיי וואלטן פארבאטן צו ארבעטן אויף אזא אופן.


בנוגע דיין ארבעט, אז דיין בעל הבית האט אריין גענומען מיידלעך זיצן מיט דיר אין איין אפיס, קודם האט ער געזאגט אז מען וועט מאכן א באזונדערע צימער פאר די מיידלעך אבער למעשה האט ער זיי געלייגט צוזאמען מיט דיר אין איין אפיס, זיי לאכן ארום און פירן זיך נישט אויף בצניעות וכו'; רעדט צו דיין בעל הבית, זאג אים אז די מיידלעך זענען נישט געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן בצניעות, זיי קומען פון סקול ארויס, זיי ווייסן נישט אז מען דארף זיך פירן איידל און באשיידן מיט א פרעמדע מאן, און אזוי ווי עס איז יעצט טויג נישט. שעם דיך נישט, און אויב עס ווערט נישט בעסער זאלסטו זוכן אן אנדערע פרנסה; ווי איידער ווערן פארברענט מיט טראכטן פון ניאוף זאלסטו זיך זוכן אן אנדערע פרנסה.


זיי נישט דערשראקן אז דו וועסט נישט האבן קיין פרנסה ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער, געדענק וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהלל האט געזאגט פאר די חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", איך וועל ענדערש זיין א שוטה מיין גאנץ לעבן ווי צו זיין פאר איין מינוט א רשע פארן אייבערשטן; אסאך זענען געווארן אומגליקליך פון ארבעטן אין אן אפיס מיט מיידלעך און פרויען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#10 - ווי אזוי צו געבן ליבשאפט / א קינד וואס איז שווער מיט עברי
שלום בית, חינוך הילדים, פרנסה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א.    ווען עס קומט צו געבן ליבשאפט און ווארימקייט דארף מען נישט קיין טיפע ענינים, ווייל ליבשאפט קומט פון הארץ; מען רעדט שיינע ווערטער, מען זוכט א גוטע זאך וואס יענער האט און מען רומט דאס אויס נאכאמאל און נאכאמאל. מען דארף נישט קיין גרויסע חכמות אויף דעם, מען דארף נאר אביסל שכל אפ צו ווארטן דעם מאן מיט א שמייכל און זיין דער ערשטער וואס געבט גוטע ווערטער. ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב רעדט שיין צו אים וועט ער איר אלעס נאכגעבן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה; מיט שיינע ווערטער קען מען אלעס פועל'ן און אלעס באקומען.


ב.    בנוגע אייער קינד וואס כאפט אויף אביסל שווער דאס ליינען עברי; דאס ערשטע זאך זאלט איר זאגן תהילים יעדן טאג פאר אים בפרטיות און פאר אלע קינדער בכלליות, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל פארשטיין דאס לערנען. צווייטנס דארפט איר זיך מער אפגעבן מיט דעם קינד; נעמט אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו לערנען מיט אים ליינען און שרייבן, דאס זאל זיין די וויכטיגסטע זאך ביי אייך אין שטוב, ווייל אז איר וועט פארשפילן די יאר וואס ער לערנט עברי וועט נאכדעם זיין פאר אים זייער שווער במשך אלע קומענדיגע כיתות.


דאס בעסטע איז דאס צו טון מיט אים ווי פריער אינעם טאג, ווייל שפעטער ווערט מען מער אויסגעמוטשעט און עס איז שווערער פארן קינד צו לערנען; אזוי אויך שבת אין און די טעג ווען עס איז נישט דא קיין חדר דארף מען געדענקען אז דאס ערשטע זאך ווען דער קינד איז אויפגעשטאנען, נאכן עסן וכו', זאלט איר אים העלפן מיט די עברי.


ג.      איך האב געשריבן פאר אייער מאן א בריוו, איך האף אז ער וועט דאס אננעמען צום גוטן; עס פעלט נישט אויס צו קומען קיין אמעריקע צו שאפן געלט, דא דרייען זיך ארום בלוטיגע ארימעלייט וואס קענען נישט דעקן זייער לעבן.


דער אייבערשטער וועט אים דארט ברענגען זיין פרנסה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מ): "כָּל הַנְּסִיעוֹת שֶׁל אָדָם הוּא בִּשְׁבִיל קִלְקוּל הָאֱמוּנָה", אלע נסיעות וואס א מענטש פארט קומט פון חסרון אמונה, "כִּי אִם הָיָה מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁיָּכוֹל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְהַזְמִין לוֹ כָּל צָרְכּוֹ", ווען א מענטש וואלט געגלייבט אז דער אייבערשטער קען אים העלפן און געבן אלע זיינע באדערפענישן, "לֹא הָיָה נוֹסֵעַ שׁוּם נְסִיעָה", וואלט ער אין ערגעץ נישט געפארן, "נִמְצָא כִּי הַנְּסִיעָה הִיא קִלְקוּל אֱמוּנָה", קומט אויס אז אוועק פארן איז א פגם אין אמונה.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת פון אייערע קינדער און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#9 - דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין די ארבעט
חינוך הילדים, פרנסה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט טוט איר אז איר האט גענומען אן ארבעט זיך מפרנס צו זיין, צו קענען אנגיין אין לעבן; דער אייבערשטער זאל אייך געבן שפע איר זאלט קענען מפרנס זיין אייך און אייערע קינדער.


אודאי איז בעסער צו ארבעטן אין די שעות ווען די קינדער זענען אין חדר און אין די שעות ווען זיי שלאפן וכו', כדי אז אין די צייט ווען זיי זענען אין שטוב זאלן זיי האבן א מאמע מיט וועם צו פארברענגען וכו', אבער אזוי ווי די גאנצע עול הפרנסה ליגט לעת עתה אויף אייך און איר האט נישט קיין אנדערע פרנסה, זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט אייער ארבעט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן א זיס יאר, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך, און איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.