בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8257 - אויסמעקן עמלק
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די וואך שבת זכור, מיר גייען אויסמעקן עמלק, דער עיקר דארפן מיר ארויסנעמען פון אונזער הארץ – עמלק; די ספיקות און קרירות וואס עמלק ברענגט אריין, די ספיקות און בלבולים וכו'. מוהרא"ש זאגט, נאכן אויסמעקן עמלק קען מען זיין פרייליך, נאך שבת זכור קומט פורים, ווייל פרייליך קען מען נאר זיין ווען די אמונה איז גאנץ, די אמונה איז קלאר און לויטער.


די עצה פאר אמונה איז בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, הייליגער באשעפער איך שעם זיך אזוי שטארק פון דיר אז איך האב בלבולים און ספיקות, העלף מיר, געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט דא, דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, איך זאל גלייבן אז דו הערסט מיך אויס ווען איך רעד צו דיר" וכו'.


מוהרא"ש זאגט, עס איז א רחמנות אויף דעם מענטש וואס מיינט אז ער האט איינעם וואס קען אים העלפן, א רחמנות, א רחמנות; א מענטש האט קיינעם נישט בזה העולם, נאר דעם אייבערשטן. דאס ווערט נתגלה פורים, דאס האט אסתר המלכה געטון מיט די אידן, זי האט איינגעלאדנט המן מיט אחשורוש פאר א סעודה, אז די אידן זאלן זיך נישט איינרעדן און זאגן (מגילה טו:): "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א קאנדידאט אין פאלאץ וואס וועט אונז העלפן; ווייל וויי און ביטער איז אז מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, מיר האבן נאר דעם אייבערשטן, און אז מען בעט, אז מען שרייט צו אים – העלפט ער, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8256 - א גאנץ יאר פרייליך
שמחה, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


"משנכנס אדר מרבין בשמחה" (תענית כט.), ביי אונז ברסלב'ע חסידים איז עס טאפלט, ווייל מיר דארפן א גאנץ יאר זיין פרייליך; דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; און אז עס קומט חודש אדר און חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "מרבין בשמחה", דארף מען טאפלט זיין פרייליך, און אז מען שפירט ווי די עצבות ומרה שחורה נעמט איבער דעם מענטש – דארף מען זיך מאכן פרייליך, און טון אלעס אבי צו זיין פרייליך; ווייל אז מען איז פרייליך קומט מען צו די העכסטע מדריגות, און וחס ושלום עצבות ומרה – איז די מקור הטומאה השם ישמרינו.


טייערער ברודער, גיי א טענצל יעדן טאג, פאטש און טאנצט, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אז מיר זענען פון די עם הנבחר, בנים למקום, און אויך פון די וואס דער רבי האט זיך אויסגעקוקט וכו'.


אז דו ביסט געפאלן וכו' – הייב זיך אויף, בלייב נישט ליגן אין די בלאטע, שריי פון דארט: "טאטע, טאטע!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8255 - אין די באהעלטעניש, איז דא דער אייבערשטער
דאווענען, פורים, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט פורים, מען גייט זוכה זיין צו הערן די מגילה; צדיקים זאגן, עס לוינט זיך צו קומען אויף די וועלט און ליידן וואס מען ליידט – אבי זוכה זיין צו הערן איין מאל אין לעבן די מגילה.


צדיקים זאגן, 'מגילת' אסתר, עס ווערט אנטפלעקט אז דער אייבערשטער איז באהאלטן אין יעדע זאך, ווייל אז מען לייגט צו די אויערן צו די מגילה פון אנהייב הערט זיך עס ווי א געווענליכע מעשה; אחשורוש מאכט א סעודה און ער רופט ושתי וכו', ער הרג'עט איר, ער זוכט א ווייב, אסתר ווערט פארכאפט, א מעשה מיט בגתן ותרש וכו' וכו', און מען זעט ווי דער אייבערשטער איז באהאלטן אין די מעשה, און דאס וועקט אונז אויף מיר זאלן זיך ערוועקן און וויסן אז אין אונזער טאג טעגליכע לעבן, אין אונזער לעבנ'ס געשיכטע – איז באהאלטן דער אייבערשטער.


ברודער וועק זיך אויף, הייב אן הערן די קול פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מגלה אז אפילו בהסתרה נמצא השם יתברך, אז אין די באהעלטעניש איז דער אייבערשטער (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נו), דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן זיך ווענדן צום אייבערשטן, אים בעטן: "רבונו של עולם איך וויל דיך זען, רבונו של עולם באהאלט זיך נישט פון מיר, איך וויל זיין נאנט צו דיר" (שם חלק ב, סימן יב).


שטארק זיך צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור, ברענג נישט אין שול דיין טעלעפאן, נעם די פאר מינוט צו זיין פריוואט, דו מיטן אייבערשטן, אליינס זיך אויסשמועסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8254 - ראטעווע מיך פון המן און פון עמלק
תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט פורים, וועלן מיר זוכה זיין צו ממתיק זיין אלע דינים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן י), דורך טאנצן און פאטשן ווערן נמתק אלע דינים; ווייל ווען מען איז פרייליך, מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן, מען שטעלט זיך פאר ווי די גאנצע וועלט איז איין שטיק אלקות, אלעס איז אייבערשטער, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין אדער פון א טעות חס ושלום, אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון – דעמאלט ווערן בטל אלע דינים, ווייל דאס אליינס איז דינים; דאס פארגעסן פון אמונה – איז דינים, דאס ברענגט אלע פראבלעמען.


עס קומט פורים, ווי אזוי גרייט מען זיך אויף אזא הייליגע יום טוב? דורך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון המן און פון עמלק, ראטעווע מיך פון זייער טומאה, זיי ווילן מיך אוועק נעמען פון אמונה, זיי ווילן מיך מטמא זיין מיט טבע, מקרה, מזל, און מיט ניאוף, טאטע ראטעווע מיך" וכו' וכו'.


יעצט ווען עס קומען אזעלכע הייליגע טעג איז א צייט זיך צו באנייען אין לימוד התורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח.): "הדור קבלוה", די אידן האבן נאכאמאל מקבל געווען די תורה בימי מרדכי מיט ליבשאפט; איז יעצט א גוטע צייט צוריק אנהייבן לערנען משניות און גמרא אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8253 - אלע התחלות היינט זענען פון פורים
אמונה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט שוין פורים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עד; לקוטי הלכות ברכות הריח הלכה ד, אות כה), אלע התחלות היינט זענען פון פורים; ווייל מען קען זיך נאר באנייען אויב מען איז פרייליך, דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע מדריגות, דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל גערעדט צו אונז פון זיין פרייליך, ווייל דאס עפנט אויף אלע היכלות, מען קומט צו די העכסטע פלעצער.


עס איז נאך דא א וואך צו פורים, לערן דורך מסכת מגילה אפילו בגירסא, עס איז גאר אנדערש די פורים און די קריאת המגילה נאכן לערנען מסכת מגילה, מען הייבט אן זען אז עס איז גארנישט דא, נישט דא קיין טבע, נישטא קיין מקרה, נישטא קיין מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז דא נאר איין עצה, תפילה; טון וואס מרדכי הצדיק ואסתר המלכה האבן געטון, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן און זיי האבן אריינגעברענגט אין אידישע קינדער אז אין יעדע צרה זאל מען וויסן אז עס איז דא נאר די איין עצה פון שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן.


די נס פורים איז גאר אנדערש פון אלע אנדערע ניסים; די ניסים אין מצרים, די מכות, קריאת ים סוף, אזוי אויך די ניסים ביי מתן תורה, און שפעטער ביי יהושע בן נון וואס האט אפגעשטעלט די זון, דניאל אין לייבן גרוב, חנניא מישאל ועזרי' אין קאלעך אויוון – די אלע זאכן זענען געווען ארויס פון די טבע, און עס איז געווען אין יענע צייט; אנדערש איז די נס פון פורים, וואס אלעס איז געווען אין די טבע, א לאנגע מעשה, פון אנהייב ביזן סוף, אלעס זעט אויס טבע, אחשורוש, ושתי, אסתר, און גרויס מאכן המן וכו' וכו', און אז מען קוקט זיך גוט צו זעט מען אז אלעס איז השגחתו יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8252 - מאך הפצה
הפצה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב זייער הנאה געהאט צו קומען קיין לעיקוואד נעכטן ליל שישי פרשת יתרו, און געבן דארט די שיעור פאר ענקער חבורה תלמידי היכל הקודש. איך זע ענק האבן ליכטיגע טייערע אינגעלייט, א גאר שיינע חבורה, איך האף ענק וועלן ווייטער ממשיך זיין מיט ענקער ברען צו 'הפצה' – פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די גאנצע געגנט.


בנוגע עפענען מוסדות אין לעיקוואד; איך האף צום אייבערשטן אז נאך אביסל וועלן מיר קענען עפענען א חדר מיט א בית פיגא, מען דארף נאך אביסל תפילה, נאכן מאכן התבודדות ווי אזוי דאס אוועק צו שטעלן וכו' וכו'.


מאך הפצה, פארברענג מיט די מפיצים, נעם צאם אלע חברים, אלע זאלן לייגן אין די שולן דעם רבינ'ס התחזקות, ווייל עס גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות אויף מענטשן, בפרט אויף די בני הנעורים, און נאר דער רבי קען זיי אלע ראטעווען פון זיך וועלן נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, און זיי מאכן פאר ערליכע אידן.

#8251 - איינבייגן דעם קאפ מיט דרך ארץ
בחור, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע מגידי שיעורים, און צום מנהל, און צו יעדער עלטערער מענטש, און אז דו האסט זיך פאררעדט פארן מנהל, האסט אים געזאגט א נישט שיינע ווארט, א ווארט מיט זלזול – דארפסטו אים איבערבעטן; געדענק אז דער הייליגער רבי וואס קען יעדן איינעם פאררעכטן, ער קען יעדן העלפן – האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם פאררעכטן, איך קען יעדן מתקן זיין, אויסער א מחוצף, אן עזות פנים", און די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אבות ה כ): "עז פנים לגיהנום"; אזוי געפערליך איז דאס.


איך וויל זייער דיין הצלחה, איך וויל דו זאלסט ממשיך זיין אין ישיבה, און נאר אז דו וועסט איבערבעטן דעם מנהל און איבערבעטן דעם באשעפער, תשובה טון אויף די ווארט וואס דו האסט געזאגט פארן מנהל וואס איז זיך מוסר נפש פאר די ישיבה שוין פאר אכצן יאר; אברהם משה איז פון די ערשטע טאג וואס די ישיבה האט זיך געעפנט – זיך מוסר נפש פאר די ישיבה און פאר די קהילה, איז ווי קען זיין אזא זאך אז א יונגער בחור זאל רעדן מיט חוצפה, מיט עזות? אים זאגן ווערטער וואס מען זאגט אויף מסוכנ'דיגע מענטשן השם ישמרינו?!


די אלע בחורים וואס זאגן: "איך פאלג נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט" – די מיינען עס נישט אמת'דיג, די ווילן נישט פאלגן, די ווילן טון וואס זיי ווילן, די ווילן מיר נישט העלפן. איך האב די פראבלעם סיי אין ישיבה און סיי אין די קהילה, נאכדעם וואס מען האט ממנה געווען גבאים, מנהלים, מלמדים וכו' וכו, און אנשטאט העלפן בויען די שיינע קהילה, טון וואס די גבאים זאגן, פאלגן די מנהלים און זיי מכבד זיין, ניצט מען די נאמען פון דער ראש ישיבה, מען זאגט "איך פאלג נאר דער ראש ישיבה", "איך טו נאר אויב דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן", און מען מאכט שווערער די ארבעט.


איך וויל דיין גוטס, איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיינע עלטערן, איך וויל דיר נישט דארפן ארויסווארפן פון ישיבה, איך וויל דיך א חתן מאכן, איך וויל דיך באגלייטן ווייטער דיין גאנצע לעבן, אבער נאר אז דו וועסט איינבייגן דיין קאפ פאר עלטערע, דו וועסט האבן הכנעה פאר די מגידי שיעורים, הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, און פאר הרב אלחנן חיים רוטה שליט"א, און פאר הרב יצחק פעלדמאן שליט"א, און זיכער פארן מנהל אברהם משה, און אזוי אויך פאר יעדן עלטערן איד.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, איך האף דו וועסט קענען איינבייגן דיין קאפ; אז דו וועסט יעצט איינבייגן דיין קאפ וועסטו קענען האבן שלום בית, און זיך אויסקומען אין לעבן מיט אלעמען, און אז עס וועט דיר נישט פאסטן זיך איבער צו בעטן, איז וואס וועט זיין נאך דיין חתונה? עס וועט דיר נישט מעגליך זיין צו לעבן מיט א ווייב, איך ווייס וואס איך רעד, איך האב געזען אין לעבן קלוגע געלונגענע מענטשן וואס האבן נישט געקענט איבערבעטן, זיי זענען געבליבן מיט די נישט גוטע מדה פון קינווייז אן, און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן אין לעבן.


פאלג מיך, איך וויל נאר דיין גוטס.

#8250 - נישט געבן די קליידער בחנם
באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר דיין ווייב א גרויסן דאנק פארן אהערשטעלן די שיינע קליידער באזאר פאר אנשי שלומינו פאר גאר ביליגע פרייזן, און אויך זאל זי איבערגעבן א יישר כח פאר אלע וואלענטירן וואס קומען טעגליך העלפן אין די קליידער געשעפט אז מען זאל קענען איינקויפן פאר גאר ביליג; עס גייט נישט אריבער א וואך וואס איך זאל נישט באקומען יישר כח'ס פון משפחות וואס זאגן אז זיי האבן איינגעקויפט קליידער פאר די גאנצע משפחה פאר אפאר דאלער, עס איז גאר א גרויסע זכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן, די 'מי שברך' וואס אלע זאגן שבת אין שול ביים ספר תורה, 'וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה', אלע וואס העלפן דעם כלל, 'הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם', זאל זיי דער אייבערשטער באצאלן, 'ויסיר מהם כל מחלה', און אוועק נעמען פון זיי אלע קרענק, 'וירפא לכל גופם', זיי אויסהיילן, 'ויסלח לכל עוונם', און זיי פארגעבן, 'וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם עם כל ישראל אחיהם, ונאמר אמן'.


איך וויל טוישן די זאך פון געבן קליידער בחנם פאר די וואלענטירן, בחינם איז נישט ריכטיג, בחינם איז כינם, איך וויל מאכן אז די וואלענטירן צאלן האלב פרייז, און אויך האבן זיי דין קדימה וכו', איך וועל רעדן צו משפחת היילפרין זאל דאס איבערגעבן פאר אלע מתנדבים.

#8249 - ביים העלפן א צדיק דערלייגט מען נישט
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מיטן העלפן די מוסד טוסטו א טובה פאר דיר און פאר דיין נשמה, דו וועסט זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


איך ווייס אז דו טראכסט אסאך מאל: 'מה לי ולצרה הזאת, וואס פעלט מיר אויס צו העלפן די מוסד?' דו ווילסט אוועק גיין, דו ווילסט טרעפן א פרנסה וכו', דאך זאג איך דיר, עס לוינט צו בלייבן העלפן בויען די מוסדות פון רבי'ן, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, ווייל ביים העלפן א צדיק דערלייגט מען נישט.


פרעג אין אפיס וואס נאך דו קענסט העלפן; העלף ווי מער, און ווען דו האסט איבריגע צייט – זאלסטו האלטן אין די האנט – אדער א משניות, אדער א תהלים, זאג אכצן פרקים משניות מיט א יום תהלים און זאג גמרא.


איך ווייס אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער, איך בעט פאר דיר.

#8248 - ברענגען קינדער אין חדר, איז די העכסטע זאך
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך זענען געקומען די קינדער פון די עלטסטע קלאס אין ישיבה, ביים פארברענגען מיט זיי האבן זיך א טייל קינדער אפגערעדט אז זיי קומען נישט אן צייטליך אין חדר ווייל זייער באס דרייווער קומט נישט צייטליך, זיי זאגן מיר אז דו זיצט אין שול, דו לערנסט וכו'.


וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט נישט לערנען אין די צייט ווען מען דארף ברענגען די קינדער אין חדר, ווייל ברענגען קינדער אין חדר לערנען תורה – איז העכער פון אלעס, עס איז מער פון לערנען און דאווענען.


דעריבער זאלסטו ענדערש זיין אויפן באס, ברענגען די קינדער אין חדר. העלף מיר מיט דעם פרט, אז די קינדער זאלן קומען צייטליך, געב א שמייכל פאר יעדן קינד, מאך פרייליך, בלאז אריין א חיות אין די אידישע נשמה'לעך.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פינף אזייגער; דעמאלט זאלסטו דינען דעם אייבערשטן מיט התבודדות, מיט דיינע שיעורים כסדרן, און דאווען פרי, עס עפעס און נעם דעם באס אין צייט וכו'.

#8247 - קאנצעטריר זיך נאר צו העלפן דיין טאטע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער אז דיין טאטע נרו יאיר איז געפאלן און זיך צעבראכן די נאז מיט די הענט, דער אייבערשטער זאל אים שיקן א רפואה שלימה, איך בין מתפלל פאר אים.


איך בעט דיר, יעצט זאלסטו לייגן אלע דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט מיטן העלפן מענטשן – אין די זייט, און דו זאלסט זיך קאנצעטרירן צו העלפן דיין טאטע. נעם דיר די מצוה, דאס זאלסטו טון מיט די גאנצע הארץ און געפיל, ווייל העלפן א טאטע און א מאמע איז זייער זייער א הייליגע זאך.


דער עיקר איז די שיינע באנעמונג, די צוגאנג, עס זאל זיין מיט הכנעה, מיט דרך ארץ.

#8246 - די ישועה קומט אויסדריקלעך דורכ'ן דאנקען און לויבן
קינדער, תודה והודאה, נסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דער דאקטער שרעקט אפ וכו', ענק זענען דערשראקן און פארלוירן.


נעמט די עצה און סגולה פון לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן; דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – עפנט די הימל פאר ישועות און אויך אויב די טירן פון די ישועה זענען פארשלאסן און פארקלאפט – קען מען דאס עפענען דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אויך זאלן ענק מתפלל זיין, בעטן דעם אייבערשטן וכו', אבער די ישועה וועט קומען אויסדריקלעך דורך דעם וואס ענק וועלן נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און טובות וואס ער טוט מיט ענק.


איך ווייס מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס דער דאקטער האט דערשראקן מיט די זעלבע שרעק וואס מען האט ענק דערשראקן און זיי האבן אסאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס, און זיי האבן זוכה געווען צו א געזונט קינד, און די דאקטוירים זענען פארשעמט געווארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן א, אות יא), "סמיכת גאולה לתפילה", מיט "גניזת ספר הרפואות" – גייט אינאיינעם, עיין שם.

#8245 - נאנטע משפחה דארפן מער אכטונג געבן אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז די פרוי פירט זיך איידל – וועט זי זוכה זיין צו ערליכע קינדער; זאלן ענק אכטונג געבן אויף צניעות, ווען ענק גייען צו ענקערע עלטערן זאלן ענק זיך פירן איידל, און מיט שוואגערס און שוועגערינס דארף מען נאך מער זיך פירן בצניעות, אויך אין הלכה געפונען מיר אז מען דארף נאך מער נזהר זיין ביי נאנטע משפחה, ביי הלכות יחוד איז הארבער ביי שוואגערס און שוועגערינס.


שטארקטס ענק, געוואוינטס ענק צו צו זאגן יעדן טאג תהלים, און אויך די תפילת השל"ה פאר גוטע קינדער; נעמט עס נישט גרינג, גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין, נאר אז עס איז דא צניעות אין שטוב, און נאר מיט תהלים און מיט תפילה איז מען זוכה צו גוטע קינדער.

#8244 - סיי גיין צו עלטערן, און סיי אהיימגיין
כיבוד אב ואם, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן נעכטן געשמועסט וכו'; עס איז א שווערע מעשה, ווייל כיבוד אב ואם איז העכער אלעס, אבער אז דיין שלום בית צעפאלט – איז אויך נישט קיין עסק; און אז דיינע עלטערן ווילן דו זאלסט קומען טאג איין טאג אויס, זיצן דארט אן קיין זייגער, און וויפיל דו גייסט צו זיי ווילן זיי נאך און נאך, און דיין ווייב וויל זיין אין שטוב מיט דיר פריוואט; דארפסטו מיט חכמה מאכן ביידע, סיי גיין צו זיי און סיי אהיים גיין.


איך טראכט אז דו זאלסט גיין איין מאל א וואך צו זיי מיט דיין ווייב פאר נאכטמאל, אדער פאר שבת, און די איבריגע נעכט זאלסטו עסן אין שטוב, זיין מיט דיין ווייב.


אויך קענסטו אויסארבעטן צו גיין צו זיי אינמיטן טאג, נישט אויפן חשבון פון דיין ווייב, דעמאלט קענסטו זיי העלפן, פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן, און שמועסן וכו' וכו'.


זיי נזהר צו גיין יעדן טאג אין מקוה, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז ממתיק די דינים, און זיי נזהר צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.

#8243 - די הייליגע מינוטן ביים מגילה ליינען
תפילות אויף אידיש, פורים, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים ביינאכט ביים ליינען די מגילה זאלסטו אויסניצן די הייליגע מינוטן, און ווען דער בעל קורא גרייט זיך אנצוהייבן די מגילה – זאלסטו זאגן א שטילע קורצע תפילה צום אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, יעצט ווען מען גייט ליינען די מגילה זאלסטו מיר העלפן איך זאל קענען יוצא זיין די מצוה, הערן יעדעס ווארט, און זוכה זיין צו באקומען אלע הייליגקייטן וואס קומען אראפ אויף די וועלט ביים ליינען די מגילה".


און ביים אויסהערן די מגילה זאלסטו נישט קוקן אויף חברים וכו', נאכן מגילה ליינען קען מען אלעס ערלעדיגן, יעצט קוקט מען נאר אין די מגילה אדער אינעם חומש, און אויך ביים קלאפן "המן" זאלסטו נישט מאכן קיין ליצנות פון די מגילה, נישט ארומלאכן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה", די אויגן פון די ארעמעלייט קוקן ארויס און ווארטן ווען וועט מען שוין ליינען די מגילה צו באקומען מתנות לאביונים; צדיקים טייטשן, דאס מיינט מען אונז, וואס מיר זענען עניים בדעת, יעדער איינער אין זיינע נסיונות, און ביים מגילה ליינען איז מען זוכה ארויסצוגיין פון די אלע ארעמקייטן.


וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די צייט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף, וועט ער זוכה זיין צו באקומען גוטע מתנות לאביונים, ער וועט ווערן אויס ארעם, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.

#8242 - זאג תהלים, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין
תהלים, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זאך צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים, און אז מען קען ארויסכאפן צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים" – איז גאר גוט, ווייל אז מען איז זוכה צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, און ענדיגן יעדע וואך ספר תהלים – איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. ווייל דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן אז דער וואס וועט זאגן תהלים וועט עס זיין חשוב אזוי ווי מען לערנט מסכת נגעים און מסכת אהלות און ער האט דאס גע'פועל'ט, און מוהרא"ש זאגט, וואס עפעס די צוויי מסכתות? נאר אפילו איינער וואס איז אין די טומאה פון לשון הרע אויף וואס נגעים קומען, און אויך דער וואס איז אין די טומאה פון אהלות – טומאת מת, כפירות ואפיקורסות און ניאוף רחמנא לצלן, אפילו אזא איינער וואס איז נכשל געווארן מיט רעדן לשון הרע און אויך איז ער געפאלן אין ספיקות אין אמונה רחמנא לשיזבן, דאך, אויב וועט ער זאגן תהלים – וועט עס אים אויסרייניגן.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג די תיקון הכללי, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זוכה זיין שוין צו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע ווארעמע חסידי'שע שטוב, ערליכע דורות.


נאר דערהאלט זיך, שנייד נישט די פאות, שנייד נישט די בארד, זיי שטאלץ מיט די אידישע לבוש.

#8241 - פרייליך מיט יעדע מצוה
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד ווי אן אלטער איד זיצט אין א וועגעלע (ווילטשער) און נעבן אים שטייט איינער מיט א טלית בייטל אין די האנט מיט א פרייליכע פנים און ווי ער זאגט דעם אלטן איד עפעס.


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער פון די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון דער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר דעם אלטן איד וואס האט געבעטן א ברכה אז ער וויל שוין שטארבן, אז עס לוינט זיך צו לעבן און עס זאל אריבער גיין וואס זאל נאר אריבער גיין - אבי זוכה זיין נאך איין טאג אנצוטון די הייליגע תפילין.


איך וויל מאכן וואס מער גליונות און מעשה ביכלעך פאר די יוגנט, ווייל עס קומען שווערע שרעקליכע נסיונות און מען דארף פילעווען די קינדער מיט אמונה, מיט סיפורי צדיקים, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, אן קיין ליצנות, נאר בתמימות ופשיטות, זיי זאלן זיין וואקסינירט אנטקעגן די שווערע נסיונות, זיי זאלן קענען זיין ערליכע אפגעהיטענע אידן.


דא האסטו די מעשה:


"רבי איך דארף א ברכה..."


אודאי וועל איך אייך געבן א ברכה: "דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט לעבן לאנגע געזונטע יארן".


"ניין, ניין!" - שרייט דער איד, דער איד לאזט נישט ענדיגן די ברכה, ער הייבט אן ווייינען: "איך וויל נישט אזא ברכה, איך וויל א ברכה אויף פארקערט..."


"פארקערט? וואס?! איר ווילט א ברכה אויף נישט לעבן לאנגע יארן? וואס איז מיט אייך?!"


"רבי, רבי", וויינט דער איד – "איך וויל מער נישט לעבן, איך האב נישט קיין כח מער צו לעבן, איך בין שוין אזוי אלט, איך וויל שטארבן..."


טייערע קינדער, דאס איז געווען אין טבריה, א איד איז געקומען צום הייליגן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו ער וויל בעטן א ברכה, דער איד איז געווען זייער אלט, נאנט צו די ניינציג יאר, ער האט געקרעכצט: "רבי, עס איז מיר שווער צו לעבן, איך וויל שטארבן".


דער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו זאגט אים: "דו טפש וואס דו ביסט, פארוואס ווילסטו שטארבן? עס לוינט זיך צו בלייבן לעבן צו קענען אנטון נאך איינמאל די הייליגע תפילין, דו ווייסט ווי חשוב עס איז ביים אייבערשטן יעדע מצוה וואס א איד טוט? דארפסט זיך פרייען אז דו לעבסט, אז דו קענסט אנטון תפילין, אז דו קענסט אנטון די הייליגע ציצית, און אז מען קען זוכה זיין היטן נאך איין שבת, און אזוי ווייטער".


טייערע קינדער, מיר גייען זיך זייער פרייען אז מיר טוען מצוות; איך וויל פרעגן די קינדער, ווער קען אויסרעכענען מצוות וואס מיר טוען יעדן טאג:


אלע קינדער הייבן אן זאגן הויך: 'נעגל וואסער', 'מודה אני', 'זאגן ברכות', 'פאלגן טאטע מאמע', 'קישן די מזוזה', 'עסן נאר מיט א גוטע הכשר', 'דאווענען', 'לערנען'.


אויך די מיידלעך זאגן זייערע מצוות: 'צניעות', 'נישט פארשעמען א חבר'טע', 'רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן'.


דער טאטע נעמט אלע קינדער און מען גייט ארויס אין א פרייליכע טאנץ: "טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר ווייל איך בין א איד, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8240 - ענדערש לערן מיט א פרישער אינגערמאן וואס קען נאכנישט
כולל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע מיט וועם איז ענדערש צו לערנען בחברותא, א פרישער אינגערמאן וואס האט נאכנישט די צוגאנג צום טור שלחן ערוך, און אים העלפן, אדער ענדערש איינער וואס לערנט שוין אפאר יאר וכו'.


אוודאי און אוודאי איז בעסער צו נעמען א אינגערמאן וואס האט נאכנישט ערפארונג וכו', דאס איז (משלי לא, כו): "'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:): "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד"; און אלע גדולים האבן דאס געטון, זיי האבן אוועק געגעבן זייער צייט צו לערנען מיט בחורים און אינגעלייט וואס האבן געקענט ניצן הילף ביים לערנען.


ובכן איז זייער כדאי צו לערנען מיט פרישע אברכים וואס נפשם חשקה בתורה, אבער זיי ווייסן נאכנישט וואס און ווען און ווי וכו', זיי העלפן אריינקומען בבית ה', לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, בד' אמות של הלכה.


בזכות וואס מען העלפט אנדערע – באקומט מען א סייעתא דשמיא, מען איז זוכה צו הצלחה ביים לערנען.

#8239 - מיט שמחה וועט איר געהאלפן ווערן מיט קינדער
קינדער, שמחה, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


תחי'


שטארקט זיך און זייט פרייליך, דאס וועט ברענגען אייער ישועה נענטער. שמחה איז די סוד פון הצלחה, שמחה עפנט אויף אלע פארשפארטע פארשלאסענע פארהאקטע טירן.


אסאך פרויען וואס ווארט צו געהאלפן ווערן מיט קינדער – ליגט די ישועה ביי זיי אליין, דאס זיין אנגעצויגן און פארזארגט – דאס האלט צומאל אפ די ישועה וכו', דאס איז על פי דרך הטבע, די דאקטוירים זאגן דאס, אז דאס אנגעצויגנקייט – דאס האלט אפ.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן, זיך פרייליך מאכן, זיך אויסלאכן, ארויסגיין פון די איינגעצויגנקייט וואס קומט פון אנגעצויגנקייט – וועט קומען אייער ישועה.


זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, און אויך דעם יום תהלים מיט שמות הצדיקים. בעטס אייער מאן זאל אייך קויפן א מתנה א ספר שמות הצדיקים, און זאגט יעדן טאג אביסל.

#8238 - מאך געשמאק די לופט, וועט ארויסגיין די קטנות המוחין
חינוך הילדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע דיין זון וואס וויל נאר גיין מיט שמאלע הויזן מיט א הארטע קאפל און זיך מאכן דינע פיאות וכו' וכו', און דו מיט דיין ווייב ווייסן נישט וואס איז די ריכטיגע צוגאנג.


דער עיקר דארפן ענק זען עס זאל זיין זייער פרייליך אין שטוב, און נישט מאכן קיין עסק פון די זאכן, און אמאל לויט ארויס צו לאזן די לופט פון די רעדער און אזוי גייט מען ארויס פון די קטנות הדעת.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין א געשמאקע לופט אין שטוב, א פרייליכע לופט, טאנץ יעדע פארנאכטס פאר אפאר מינוט א קאדאטשקע מיט די קליינע קינדער, אזוי וועט אוועק גיין אלע קטנות הדעת, מען וועט קומען צו גדלות המוחין, צו שפירן דעם אייבערשטן, טראכטן פונעם אייבערשטן, לעבן מיטן אייבערשטן.

#8237 - לערנען תורה ברענגט חן און שלום בית
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו גייסט ביינאכט לערנען דעם בלאט גמרא ביים דיין'ס שיעור, מאכסט מיר אזא נחת, ווייל מען קען נישט אן לערנען תורה; אדער איז מען אין כולל, אדער איז מען א מלמד, און אז מען ארבעט – דארף מען האבן א שיעור תורה, מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט מיט די שווערע נסיונות וואס בוזשעוועט אין גאס; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (פעולת הצדיק, סימן תתלד), עס וועט קומען א מבול פון מינות וכפירה וכו', און די שול – דאס איז תיבת נח, וואס ווער עס איז אין איר – ראטעוועט זיך פון אלע בייזע ווינטן און שטורעמישע וואסערן.


אז דו וועסט גיין צום שיעור וועט דיין ווייב פרייליך ווערן, ווייל דער מענטש וואס לערנט תורה באקומט א חן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), און אז עס איז דא חן – איז דא שלום בית.

#8236 - אז מ'פירט זיך בצניעות, איז מען אפגעהיטן פונעם אייבערשטן
פחדים, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


אייער מאן נרו יאיר איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל ענק העלפן, ווייל זייט עס איז געווען די פייער אין שטעטל – קענט איר נישט קומען צו זיך, איר קענט נישט זיין אליין אין שטוב, איר זענט דערשראקן, איר טראכסט אז דאס גייט פאסירן צו אייך חס ושלום.


זארגט נישט, דער אייבערשטער היט אייך, עס וועט אייך גארנישט פאסירן; נישט צו אייך און נישט צו אייער מאן און אייערע קינדער, דער אייבערשטער היט אייך, אייער שטוב איז אפגעהיטן. די אלע פרויען וואס פירן זיך בצניעות האבן א שמירה עליונה, ובפרט די וואס שערן זיך אפ די האר נאך די חתונה, און אזוי טוען זיי יעדע חודש וכו' – די האבן א שמירה פונעם אייבערשטן עס זאל זיי גארנישט שלעכטס פאסירן.


גייט אהיים, זארגט נישט, הייבט אן צוריק לעבן א רואיגע לעבן, איך בין אייך מבטיח אז עס וועט אייך גארנישט שלעכט פאסירן בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות.

#8235 - פורים און שושן פורים אין ישיבה
פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


שבתי מארקוס נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פורים און אויך שושן פורים אזוי ווי אלע יארן – אין וויליאמסבורג, אין ישיבה.


איך וועל דיר בעטן דו זאלסט אנגרייטן א סעודה פאר אנשי שלומינו פאר פורים נאכמיטאג, און אויך א סעודה פאר מיטוואך, שושן פורים נאכמיטאג; אויך וועט זיין א פלעי פון בחורים און אברכים, דארפסטו אנגרייטן נאש פאר די קינדער און אויך פאר די עלטערן.


געב איבער פאר אנשי שלומינו, ווער עס וויל מיר געבן משלוח מנות קען קומען אינדערפרי נאכן דאווענען, אדער שפעטער נאכמיטאג אין ישיבה. ביי מיר אין שטוב איז נישט שייך צו קומען, איך בין נישט אין שטוב פורים. נאך שחרית גיי איך צו מיינע עלטערן, און אויך צו מיין שווער און שוויגער. איך וועל זיין נאכמיטאג פיר אזייגער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט די רענט קאמפיין, און אויך מיט די קרן הבנין. יעדע מאל איך בין אין שטעטל אין חדר וויל איך דיר נאכאמאל זאגן יישר כח פארן דאס אהערשטעלן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן מיט נחת ביי דיינע קינדער, און הצלחה בכל ענינים.

#8234 - נאר אויב דו האסט אים ליב, קענסטו זאגן מוסר
חינוך הילדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נאר אז דו האסט ליב דיין בחור – מעגסטו אים מוסר'ן, אבער איך בין דיר חושד אז א פיינטשאפט און א כעס איז אריין אין דיר אויף אים, דו הערסט נישט אויף אים זאגן מוסר וכו', און דאס העלפט נישט, ווייל עס פעלט ליבשאפט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער, בעט פאר יעדן קינד באזונדער; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיי אלע ליבן, דו זאלסט זען דאס גוטס ביי זיי, און בעט זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל דאס איז די איינציגסטע עצה; מען קען זיין דער גרעסטער חכם, דער גרעסטער בעל מחנך, און מיט די אייגענע קינדער קען מען זיך נישט קיין עצה געבן; דערפאר זאלסטו גיין יעדן אינדערפרי א שפאציר, זיך מתבודד זיין מיטן אייבערשטן, געב אוועק אפאר מינוט פון די התבודדות נאר פאר דיינע קינדער, וועסטו זוכה זיין צו זען נחת ביי זיי אלע.

#8233 - קריאת שמע שעל המטה נעמט אוועק חלומות און פחדים
פחדים, כיבוד אב ואם, קריאת שמע, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די חלומות וכו'; איז די עצה צו ליינען קריאת שמע שעל המטה, דאס נעמט אוועק אלע חלומות און אלע פחדים.


ליין קריאת שמע, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אפאר מינוט, ליין עס אין א סידור, ליין קריאת שמע אין קאך אדער אין דיינונג רום, גיי נישט אין בעט איידער דו ליינסט קריאת שמע, אזוי וועסטו נישט איינשלאפן אינמיטן, און אזוי וועסטו מער נישט חלומ'ען שלעכטע שרעקעדיגע חלומות...


בנוגע וכו'; עס איז זייער א שווערע שאלה, ווייל אז מען רודפ'ט א יתום אדער יתומה איז זייער געפערליך, איז ווי קען מען דיר זאגן דו זאלסט מוחל זיין דיין שטיף טאטע וואס האט דיך אזוי געפייניגט...


אבער מיטן רבינ'ס עצות, מיט התבודדות ותפילה – קען מען ארויסנעמען אפילו די שטארקע ווייטאג, בפרט אז מען איז דן לכף זכות, מען טראכט אז ער אליין איז א גרויסע רחמנות, וואס ווייסט ער פון זיין לעבן צו זאגן וכו' וכו'? דורכדעם קען במשך הזמן ארויסגיין אלע ווייטאג, ביז דו וועסט אים קענען מוחל זיין.