בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7725 - טון פאר די חדר און בית פיגא, איז ווי לערנען תורה
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן צוריק באקומען די געלט פון די זיצן, דער אינגערמאן ... זאגט ער איז געווען אין עירפארט צו קומען צום רבי'ן מיט די געלט אוןמען האט עס פון אים אוועק גענומען ווייל עס איז געווען מער פון וויפיל מען מעג אריבערפירן די גרעניץ.


ביטע פארבינד זיך מיט אים און נעם א לויער זאל זען צוריק צו באקומען די גאנצע געלט, עס איז אסאך געלט, קרוב צו דרייסיג טויזנט דאלער, און איך האב גערעכנט אויף דעם צו באצאלן אלעס וואס מיר דארפן באצאלן.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך פארנעמען צו העלפן בויען די קהילה מיט די מוסדות און אויך יעדן יחיד מיט וואס מען קען נאר. איך ווייס אז דיין גאנצע ווילן און שטרעבן איז אלעס אפצולאזן און זיצן און לערנען א גאנצן טאג, אבער געדענק, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ה, א): "הָעוֹסֵק בְּצָרְכֵי צִבּוּר כְּעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", מיטן טון פאר די חדר און בית פיגא – איז דאס אזוי ווי לערנען תורה, און נאך מער, ווייל דאס מערסטע וואס דו קענסט לערנען תורה אין איין שעה איז זעכציג מינוט, דו קענסט נישט לערנען מער פון זעכציג מינוט א שעה, מה שאין כן, אויב דו שטעלסט אויף מוסדות וועט מען לערנען אין איין שעה טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מינוט, וד"ל.


א גמר פאר די גוים און א חתימה טובה פאר דיר.

#7724 - גיין נאך געלט איז א תיקון פאר'ן מענטש
צדקה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין דארט און צו אלע תיקונים.


איך וויל דיר בעטן זאלסט גיין נאך געלט, גיי אין די שולן און אין די שטיבער און ביי שמחות, און וואו מען קען אלץ גיין, נעם דאס פאר הכנסת כלה. עס איז דא צווישן אנשי שלומינו וואס מאכן חתונה און האבן נישט, ואין בידם לפורטה אפילו שוה פרוטה; דאס וועט זיין א תיקון פאר דיר. עס שטייט אין אשר בנחל אז גיין נאך געלט איז א תיקון פארן מענטש, עס ראטעוועט פון אלע גזירות רעות און עס ברענגט צו זיכוך הנפש.


אויך זאלסטו לכבוד דעם נייעם יאר איבערדרייען דיין סדר היום, גיי שלאפן פרי, און אלע שיעורים כסדרן וואס דו לערנסט – זאלסטו טון אינדערפרי, מיט א קלארע ריינע מח.


אויך זאלסטו מחזק זיין בחורי אנשי שלומינו.

#7723 - בארגן געלט צו קויפן א דירה
חובות, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


מעגסט בעטן דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלן דיר בארגן געלט צו קענען קויפן א דירה, עס איז א שמחה פאר עלטערן צו העלפן די קינדער קויפן א הויז, עס איז אנדערש ווען מען בארגט געלט צו קויפן א דירה ווי מען בארגט געלט צו לעבן; ווייל בארגן געלט אויפן טאג טעגליכן לעבן – איז נישט ריכטיג, דאס טוט וויי פאר עלטערן, צו זען ווי די קינדער קענען נישט דורכשטופן דעם חודש, די וואך וכו', אבער ווען מען קויפט א דירה – איז דאס א שמחה; זאלסטו בעטן אלע פון די משפחה און אלע באקאנטע, און זיי נישט דערשראקן, מוהרא"ש זאגט, אביסל בארגט מען און אביסל זארגט מען און מען האט אן אייגענע הויז.


לערן יעדן טאג א בלאט גמרא ב'בלי, י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, די דריי לימודים איז די ראשי תיבות בי"ת; מוהרא"ש זאגט, דאס איז א סגולה צו האבן א בית אויף די וועלט און א בית נצחי לנצח נצחים. און אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען – זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, מען דארף נישט גלייך פארשטיין, און במשך די צייט וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.

#7722 - אלעס זאל זיין אפן, מען זאל אלעס קענען זען
קדושה, משניות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר דאנקען בשם כל הקהל ובשם של החבורה פאר די הערליכע ראש השנה וואס דו מיט דיינע מיט העלפערס האבן אהערגעשטעלט אין אומאן. אנגעהויבן מיט די געשמאקע סעודות, מיט די צימערן צו שלאפן, מיט די פיינע הייסע מקוה, מיט די זויבערקייט, מיט די שמירה, מיט די וואסער, מיט אלעס אלעס. בזכות די גרויסע אונטערנעמונג, בזכות המצווה הזאת – זאלסטו געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות, ישועות ורפואות צוזאמען מיט אלע וואס האבן דיר געהאלפן, א זיס יאר פאר ענק אלע.


איך וויל בעטן זאלסט אויסרייסן אלע ביימער צווישן אונזער בנין אינעם שטח וואו מען גייט בויען דעם בית המדרש הגדול, איך בין נישט רואיג מיט די שטח, עס איז מיר נישט געפאלן צו זען די קינדער שפילן דארט וכו'. מיר לערנען טאקע מיט די קינדער קדושה וטהרה, אבער דאך וויל איך עס זאל נישט זיין קיין איין ווינקל וואו מען קען זיך באהאלטן, איך וויל אלעס זאל זיין אפן, מען זאל אלעס קענען זען.


באניי זיך צוריק מיט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, תשפ"ו – ת'הא ש'נת פ'ריש ו'וערן, ווער א פרישער מקורב.

#7721 - א מאטארסייקל איז א סכנה
סכנה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר זאלסט טרעפן שנעל דיין שידוך, דו זאלסט שוין אנהייבן א הייליג לעבן.


בנוגע די מאטאר סייקל וואס דו האסט געקויפט; דו זאגסט האסט נישט געוואלט פרעגן איידערן קויפן, האסט נישט געוואלט באקומען א 'ניין', און יעצט פרעגסטו אויב עס איז גוט.


טייערער ליבער ..., מוהרא"ש שרייבט אז דאס איז א סכנה, אויך קען מען נאכקוקן פראצענטועל וויפיל וואס פירן מאטארסייקלס שטארבן השם ישמרינו, די וואך איז איינער געשטארבן נעבן די ישיבה.


איך וויל דיר א חתן מאכן און דו זאלסט אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט ערליכע דורות, טו נישט קיין סכנה'דיגע זאכן.


העיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען און לערנען. קום אין שול דאווענען די דריי תפילות און האלט אן דיינע שיעורים כסדרן, חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. משניות כסדרן, און בלעטער גמרא. אויך זאג דעם 'יום תהילים'. איך ווארט צו גיין אויף דיינע שמחות.

#7720 - זייער אכטונג געבן אויף די געפילן פון אנדערע
גבאי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין די תפילה קודם התפילה: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן צו אנדערע שיין, הארציג, געפיליש; דאס איז א שיינע תפילה אויף וואס מיר דארפן אסאך בעטן ביים אייבערשטן.


ווער רעדט נאך א גבאי, א מנהל, א חבר הנהלה, און זיכער א רב, ראש ישיבה; דארף זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רעדן שיין, ווייך און הארציג; מען זאל אכטונג געבן אויף די געפילן פון אנדערע, און אפילו אן כוונה, בשוגג ובאונס – זאל קיינער נישט ווערן וויי געטון.


איך ווייס עס איז נישט גרינג, א גבאי דארף האלטן סדר, א מנהל דארף פירן די חדר, א חבר הנהלה דארף אכטונג געבן די קהילה זאל זיך פירן ריכטיג וכו' וכו', אבער עס איז נישט קיין תירוץ צו רעדן אן געפילן, מענטשן ווערן זייער וויי געטון.


וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירן, אבער מיט די עצה פון רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן אן אויפהער.


דער בריוו האב איך געשריבן פאר מיר, איך טראכט אז דו וועסט ווערן מחוזק פון דעם, שיק איך דיר דאס.

#7719 - נישט אפלאכן פון וואס מ'רעדט אינעם מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, הלכה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוג' תחי', קרית ברסלב


אז דיין ווילן און דיין ווייב'ס ווילן איז צו זיין גוט – וועלן מיר אננעמען דיינע קינדער אין אונזערע מוסדות, ווייל אויב מען וויל זיין גוט, עס איז נאר שווער זיך צו טוישן וכו' וכו' – איז גוט, ביים סוף וועט מען זיין גוט און אויך די קינדער וועלן זיין גוט.


אפלאכן – דאס איז נישט גוט, שפעטן פון וואס מען רעדט אין די מוסד – דאס איז זייער שעדליך.


לכבוד די נייע יאר – זאלסטו זיך שטארקן אין קומען דאווענען אין שול אלע דריי תפילות מיט מנין, און אז דו ביסט פארשלאפן, עס איז שוין נישטא קיין מנין – זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען.


אויך איז גוט זאלסט האבן א שיעור מיט א חברותא, אדער גמרא אדער הלכה, עס דארף נישט זיין לאנג, אפילו נאר פאר צען פופצן מינוט.

#7718 - לערנען מיט די בחורים, און שפילן מיט זיי
בריוו, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ביים לערנען גמרא האב איך געטראכט א שיינע זאך וואס קען זיין א גוטע חיזוק והדרכה פאר מלמדים.


די גמרא דערציילט (עבודה זרה ג:) דעם אייבערשטנ'ס סדר היום, די ערשטע דריי שעה פון טאג לערנט דער אייבערשטער תורה, די צווייטע דריי שעה איז דער אייבערשטער דן די וועלט מיט גרויס רחמנות, די דריטע דריי שעה שפייזט ער די גאנצע וועלט, און די לעצטע דריי שעה "יושב ומשחק עם לויתן", כביכול ער האט א שפיל מיט די לויתן; פרעגט די גמרא, אין א צווייטע פלאץ זעען מיר אז די לעצטע דריי שעה – "יושב ומלמד", לערנט דער אייבערשטער תורה מיט תינוקות של בית רבן?! די גמרא ענטפערט צוויי תירוצים, די צווייטע תירוץ איז: "הא והא עביד", ער טוט ביידע אינאיינעם; דאס לערנט אונז אז דאס לערנען תורה מיט קינדער דארף צו גיין אויף די וועג פון "הא והא עביד", דער מלמד דארף זיך אויך שפילן מיט זיי, אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער טוט, "יושב ומלמד תינוקות של בית רבן, ויושב ומשחק עם לויתן".


איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען דעם בריוו אויף למעשה, סיי לערנען מיט די בחורים גמרא, און סיי גיין מיט זיי שפילן. מוהרא"ש אמר לי בפירוש, די בחורים זאלן שפילן, די בחורים זאלן זיך אויסגעבן, אבער נאכדעם און פארדעם זאלן זיי לערנען פלייסיג שיעורים כסדרן, משניות, גמרא והלכה.


אויך האב איך דיר געשריבן זייער אסאך בריוו, מאך זיך א קביעות דאס צו איבערגיין און איבערליינען כאילו עס איז א נייע בריוו, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט דאס קענען מקיים זיין.

#7717 - זאגן משניות וועט דיר מאכן פאר א צדיק
בחור, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען ביי א משפחה שמחה אין ..., איך האב דארט באגעגנט דיין זיידע, הרב....


ער האט מיר געזאגט אז ער האט גרויס נחת פון דיר אז דו לערנסט אין ישיבה, ער זעט ווי דו ביסט מצליח, ער האט מיר זייער ווארעם אנגעווינטשן.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, בעיקר זאלסטו זיין זייער שטארק מיט לערנען יעדן טאג משניות; לערנען מיין איך צו זאגן זאלסט 'זאגן' משניות אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיך מאכן פאר א צדיק, אויך וועסטו זען ישועות, וועסט טרעפן א גוטע ערליכע שידוך און האבן הצלחה.


א זיסע יאר.

#7716 - די צניעות וועט ברענגען אלע ברכות
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעטון מער איידעלע טייץ, וואס איז נישט דורכזיכטיג; אזוי וועט איר צוריק ברענגען די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב קומען אלע ברכות, עס ווערט פרייליך.


בנוגע אייער פראגע ווי דיק די טייץ זאל זיין; פרעגט אייער חבר'טע, די פרוי פון וועם איר שרייבט אין די בריוו, זי איז א גוטע חבר'טע, זי ווייסט, זי איז איידל, זי וועט אייך זאגן.


דער עיקר זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און פאר אייער טייערער מאן און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. מוהרא"ש זאגט, רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7715 - א גרויסע רחמנות אויף יענע וועלט
סדר דרך הלימוד, שיעורים כסדרן, יום המיתה

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זע צו לערנען דיינע שיעורים חומש, משניות, גמרא וכו'. נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, דארט איז א גרויסע רחמנות אויף א נשמה וואס האט נישט געלערנט, דארט איז אנדערש פון דא; אויף די וועלט ווען מען זעט איינעם אן קליידער – קען מען רחמנות האבן אויף אים, מען קען גיין נאך געלט אים צאמשטעלן געלט פאר קליידער, אבער אויבן – זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן כג) – איז אנדערש, "בעולם הבא מי שהולך עירום אי אפשר לרחם עליו כלל", דארט איז נישטא קיין רחמנות, נאר דער וואס איז מקורב צום צדיק – "יכול לרוץ", קען לויפן צום צדיק, "וליקח איזה מלבוש", און נעמען א קלייד "להתלבש עליו", זיך אנצוטון.


באניי זיך מיט זאגן משניות, זאג יעדן טאג א פרק משניות מיט א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), מען דארף ביים לערנען זאגן די ווערטער, פארשטיין – דאס קומט שפעטער.

#7714 - נאך ארבעט וועט גייט אויפ'ן חשבון פון די קינדער
שמחה, מלמדים, שטעטל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג דאס וואס דו ווילסט נעמען דעם מנהל ר' ... זאל פארלערנען דעם דף גמרא אינדערפרי אין שול, דער מנהל איז פארנומען מיט אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט תורה ויראת שמים, און אז דו וועסט אים געבן נאך זאכן צו טון - וועט דאס גיין אויף די חשבון פון אונזערע קינדער.


אזוי אויך זע איך אז דו האסט גענומען דעם מלמד ר' ... זאל העלפן מיט צושטעלן אכסניא'ס פאר אלע געסט וואס קומען אין שטעטל אויף שמחת תורה; עס איז דא גענוג און נאך אינגעלייט וואס ווילן העלפן בויען דעם שטעטל, דער מלמד טוט פאר אונזערע קינדער, סיי ער איז מלמד און סיי ער גרייט אן די לימודים פאר אלע כיתות פאר די קומענדיגע יאר, עס לוינט נישט זיי צו נעמען, עס וועט גיין אויפן חשבון פון אונזערע קינדער.


זע אין שטעטל זאל זיין פרייליך, מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, ווייל דאס איז אונזער הצלחה, נאר אז עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו וועט זיין הצלחה, וועלן אלע האבן ברייט פרנסה און מען וועט קענען באצאלן די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע; אלעס ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7713 - שפילן מיט באזייטיגטע מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


לכבוד אייער פופצנטע געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; נעגל וואסער איז זייער וויכטיג, עס מאכט הייליג, עס מאכט די טומאה זאל אוועקגיין.


איך וויל אייך זייער בעטן און אויך זאלט איר ווייזן דעם בריוו פאר אייער חבר'טעס, זיי זאלן אויך טון וואס איך בעט אייך; זוכט אויף די מיידלעך וואס קיינער וויל מיט זיי נישט שפילן, מיט זיי זאלט איר שפילן, מיט זיי זאלט איר שפאצירן; וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין מיט אייך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה ב, ב-ג), ווען דוד המלך איז געווען א יונגער בחור איז ער געווען א פאסטוך, פלעגט ער אלץ אכטונג געבן אויף די רחמנות'דיגע שעפעלעך און אויף די יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שעפעלעך וואס זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און קענען נישט עסן פון אונטן ביים ווארצל וואו עס איז הארט, זיי האט ער קודם ארויסגענומען זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געעפנט די טיר פאר די עלצטע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציין זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, און נאכדעם האט ער ארויסגענומען די מיטעלע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציין און קענען אויסרייסן די תבואה ביז די ווארצלען; האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: 'דוד, דו האסט רחמנות אויף די שעפעלעך, ביסטו ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל', אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא) 'מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7712 - דער עיקר איז דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, דאווענען, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו אנגרייטן נעגל וואסער איידער איר גייט שלאפן און נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


ביים דאווענען זאלט איר נישט שמועסן מיט חבר'טעס און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום זאך, שטעל זיך פאר איר שטייט פאר א גרויסע קעניג און איר רעדט מיט אים - וואלט איר זיכער נישט געטון קיין שום אנדערע זאך.


ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר דאווענען, דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיין זאך איז תפילה", עס איז נישט געווען איין שמועס וואס דער רבי האט געשמועסט און נישט גערעדט פון תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט מען איינס מיטן אייבערשטן, "כִּי הַתְּפִילָּה הוּא שַׁעַר, שֶׁדֶּרֶךְ שָׁם נִכְנָסִין לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", תפילה והתבודדות איז די טויער אריין צו קומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7711 - איך ווארט דיך צו זען אין אומאן
קברי צדיקים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין בנין אין אומאן איז נישט צוגעשטעלט צו קענען קומען עסן, די סעודות זענען נאר פאר די וואס שלאפן אינעם בנין.


דאווענען וועסטו קענען מיטהאלטן, די שול איז אפן פאר אלעמען ביי די תפילות, אין די אנדערע זמנים איז דער בנין פארמאכט, עס איז פריוואט נאר פאר די וואס נעמען א בעט דארט.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, זאג דיין ווייב אז איך ליין אלע אירע בריוו, און אפילו די בריוו וואס ווערן נישט געענטפערט ליין איך, איך בעט פאר איר און פאר ענקער גאנצע משפחה.


כאפ זיך אריבער ביי די הייליגע צדיקים, דער אריז"ל, דער בית יוסף און אלע אנדערע צדיקים. דו וואוינסט דאך נעבן זיי, א שפאן אוועק, קענסטו זיך אריבערכאפן טאג טעגליך. ביי די צדיקים איז אפן די הימלען, די תפילות גייען ארויף זייער שנעל, זיי זיך דארט מתבודד, בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, און זיי מיך אויך מזכיר לטובה, יואל בן רייצא רעכיל.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7710 - רינדעכיגע חלות פאר די הייליגע טעג
מנהגים, ימים נוראים, חלה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; ביי מיר אין שטוב פירט מען זיך, מען מאכט רינדעכיגע חלות פאר די סעודות פון ראש השנה, שבת תשובה, ערב יום כיפור, מוצאי יום כיפור און פאר די סעודות פון הושענא רבה.


עס איז דא אסאך טעמים פארוואס מען עסט רינדעכיגע חלות, איין טעם איז, יעצט איז מען דן די גאנצע יאר פון אנהייב ביזן סוף. אויך איז דא א טעם, יעצט שרייען מיר 'המלך' מאכט מען רינדעכיגע חלות אזוי ווי א קרוין. אויך איז דאס מרמז אויפן צדיק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח), דער צדיק ווערט אנגערופן 'סוחר ישמעאל' ווייל 'סוחר' איז 'סחור', אויפן פסוק (קהלת א, ו): "סוֹבֵב סֹבֵב הוֹלֵךְ הָרוּחַ" - זאגט דער תרגום 'סחור' [רינדעכיג], דער צדיק בלאזט אריין א לופט, א רוח חיים וכו'. אויך איז רינדעכיג מרמז אויף נסים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כה:), דער מלאך וואס איז כלול מכל הנסים דמיא לעגלא, בחינת עגולים, בחינת אמונה (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז). די בעסטע טעם איז, אז דאס איז דער מנהג ישראל, אזוי האבן די עלטערן געמאכט.


די אנדערע סעודות; די שבת נאך יום הכיפורים, און אזוי אויך די סעודות פון סוכות - מאכן מיר גראדע חלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7709 - מכבד זיין דעם טאטן, אויך נאך זיין פטירה
קינדער, כיבוד אב ואם, שבת קודש, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך מנחם זיין אויף די פטירה פון אייער טאטע עליו השלום, "המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים", איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


וויסן זאלט איר, אויך נאכדעם וואס עלטערן גייען אוועק פון די וועלט איז נאך אויך דא די מצוה פון כיבוד אב ואם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:): "מכבדו בחייו ומכבדו במותו". און מוהרא"ש זאגט, ערב שבת ווען די קינד לייגט די ווייסע טישטוך לכבוד שבת און מען גרייט אן די לעכט, פון דעמאלט הייבן אן ריען די עלטערן אין גן עדן, עס ווערט שוין ביי זיי אזוי ווי שבת, ווען אלע נשמות רוען; איז א גרויסע זאך צו לייגן פרי די טישטוך מיט די לעכט, און אויך צינדן אפאר מינוט פריער פון די זמן; דאס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די נשמה פון די עלטערן.


אויך זאלט איר וויסן, ווען א נשמה לאזט איבער א קינד בזה העולם וואס רעדט און שמועסט מיטן אייבערשטן - ווערט א שטארקע רעש אויבן אין הימל, אלע נשמות זענען מקנא די עלטערן פון דעם מענטש, און די נשמה פון די עלטערן גייען ארויף זייער הויך; איז א גרויסע זאך זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג, אנהייבן מיט דאנקען און אויך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא מיט אלע משפחות וואס ווארטן אויף זוכה זיין צו קינדער, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

#7708 - בעטס פאר אייערע דורות
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - זומער, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די ספר תהילים איז א מתנה פארן העלפן צאמנעמען צדקה פאר די יערליכע נשי חיל קאמפיין פון אונזער מוסד היכל הקודש.


זאגט תהילים, בעטס פאר אייערע דורות, בעטס פאר זייער געזונט און אז זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


אויך זאלט איר מיך מזכיר זיין ביי די תפילות.

#7707 - אריינפלעכטן אייגענע געבעטן אין די קאפיטלעך תהילים
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - זומער, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער ספר תהילים איז א געשאנק פארן העלפן צאמנעמען צדקה ביי די יערליכע קאמפיין פון אונזער מוסדות, נשי חיל.


זאגט תהילים און דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך.


אויך זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע געבעטן אין די קאפיטלעך תהילים, וועט איר אלעס האבן.

#7706 - נישט כעס'ן אויף די ווייב און קינדער
שמחה, התחזקות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין פרייליך, ווייל די גאנצע שפע פון די קומענדיגע וואך איז געוואנדן לויט די שמחה פון שבת קודש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט.), ווען א מענטש איז פרייליך און ער איז מכבד דעם שבת וועט ער זוכה זיין צו שפע און צו גרויס עשירות; זאלסטו זיין שבת נאר פרייליך, זאלסט זיך נישט כעס'ן אויף דיין ווייב און קינדער, און אז עס גייט יעצט אריבער אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות זאלסטו זיך דערהאלטן; וועסטו צוקומען צו שיינע זאכן.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; ווייל אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען שווערע ביטערע נסיונות, און ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן - זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


א פרייליכן שבת.

#7705 - דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז פאר אונז די לעצטע שבת פון תשפ"ה וואס מיר זיצן מיט די קינדער, מיט די משפחה, קומענדיגע וואך שבת וועלן מיר שוין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן. זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב מיט די קינדער, טאנץ מיט די קינדער: "אוי ווי גוט איז צו זיין א איד, אוי ווי גוט איז צו זיין א איד"; מוהרא"ש זאגט, מיט איין שבת וואס מען איז פרייליך - פאררעכט מען אלעס.


מוצאי שבת זאגן מיר סליחות, איך וועל אם ירצה ה' זאגן סליחות אין שטעטל. די ספרדי'שע טייערע אידן זאגן שוין א גאנץ חודש אלול סליחות, מיר אשכנז'ישע אידן גייען אנהייבן זאגן סליחות מוצאי שבת, מיר גייען וויינען צום אייבערשטן ער זאל צערייסן אלע גזירות, די ביטערע גזירות וואס די מקטריגים ווילן גוזר זיין אויף די הייליגע פאלק. מיר גייען שרייען: "זוֹחֲלִים וְרוֹעֲדִים" מיר זענען אזוי דערשראקן און מיר ציטערן, "מִיּוֹם בּוֹאֶךָ" פון ראש השנה וואס קומט, "חָלִים כְּמַבְכִּירָה" מיר ציטערן אזוי שטארק, אזוי ווי א פרוי גייט צום ערשטן געבורט, מיר בעטן דיר, "טִנּוּפָם מְחֵה נָא" מעק אויס אונזערע זינד, זיי אונז מוחל אויף אלעס וואס מיר האבן געטון, "וְיוֹדוּ פִלְאֶךָ" און מיר וועלן דיך נאר לויבן.


איך וויל דיר בעטן נאכאמאל זאלסט שבת זיין נאר פרייליך, גיי אין שול, נעם דיינע קינדער מיט דיר, דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול, זיץ מיט זיי, לויף נישט צו חברים, געב זיך מיט זיי אפ. מוהרא"ש האט אונז גוט געלערנט וואס חברים מיינען, מען שמייכלט אין פנים און הינטערן רוקן שטעכט מען מיט א מעסער. זיץ מיט דיינע קינדער, ווייז זיי ווי מען דאווענט, מיט שמחה, מיט געשמאק. נאכן דאווענען גיי אהיים צו דיין ווייב, צו דיין משפחה, בלייב נישט רעדן נארישקייטן, די מלאכים ווארטן אויף דיר, זיי ווילן זען דיין זמירות שבת.


גרייט אן די לעכט, ברען אפ די קנויטן און זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיינע קינדער. בעט דעם אייבערשטן פאר הייליגע דורות, זיי זאלן שיינען אין תורה. בלייב אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט לעכט, לויף נישט ארויס, גיי אין מקוה פרי, ביים לעכט צינדן זאלסטו זיצן מיט א סידור זאגן שיר השירים. בוי דיין שטוב געזונט, מיט יראת שמים. מאך נישט נאך די פליטעס וואס דערמאנען זיך ביים זמן אז מען דארף גיין אין מקוה און זיך אפבאדן לכבוד שבת, בוי דיין שטוב ריכטיג.


מיר זאגן סליחות ביינאכט ביי חצות מיט די בגדי שבת.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7704 - זיך אויסקומען מיט אנדערע
שלום, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיך צו קענען אויסקומען מיט אנדערע, זען דאס גוטס ביי אנדערע - אויף דעם דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן, בפרט יעצט ווען מען הערט שופר בלאזן דארף מען אויף דעם בעטן. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן אריז"ל אז די ראשי תיבות פון שופ"ר איז די פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", און מוהרא"ש זאגט, מען דארף פארשטיין וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט דארט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ" א ווארצל, "מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין" וואס מאכט וואקסן א ביטערע גראז, "שֶׁהֵם מָרִים" וואס איז זייער ביטער, "כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם" עס פארשפרייט צווישן ענק שלעכטס; מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


מיר פארן שוין כמעט קיין אומאן, פון היינט דרייצן טעג פארן מיר; מיר דארפן ארויסנעמען די פיינטשפאט פון הארץ, מוהרא"ש זאגט: "דער רבי קען נעמען דעם גרעסטן בעל עבירה, אויסער א בעל מחלוקת"; א בעל מחלוקת האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט מען עס קענען מיט האלטן מיט א הוקאפ אין אלע שול'ן היכל הקודש; עס איז וויכטיג זאלסט קומען, מען מוז קומען הערן דעם רבינ'ס ווערטער, נאר אזוי בלייבט מען מקורב און מקושר צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7703 - יעצט דארף מען זיך רייניגן פון אלע טומאות
מוסדות, אומאן, טעלעפאן, בחירה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך פארן מיר צום רבי'ן, מען דארף תשובה טון, מען דארף זיך גרייטן, מען דארף זיך רייניגן פון אלע טומאות. יעצט איז די צייט אוועק צו ווארפן די סמ'פאון, קומען צום רבי'ן ריין. דו ווייסט נאך בעסער פון אלעמען ווי שלעכט די סמ'פאון איז, מען פארלירט די מח, מען ווערט פארשמירט מיט די ערגסטע טומאות השם ישמרינו. דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון די וועלט און סיי פון יענע וועלט. רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארטפאון, ביסט צוגעקלעבט צו דעם מיט א שטארקע קלעב, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "געענדיגט, גענוג געווען מיט דעם", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט רבי נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא 'ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיך נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?' דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".


מיר פארן מיט די קינדער צום רבי'ן. ברוך ה' אונזערע אינגלעך האבן א חדר וואו מען דארף זיך נישט שעמען מיט ברסלב, די קינדער וואקסן מיט א ליבשאפט צום רבי'ן, מיט א ליבשאפט צו פארן ראש השנה צום רבי'ן, און ברוך ה' די מיידלעך ווערן נתחנך מיט אמונת צדיקים, ווען זיי וועלן חתונה האבן וועלן זיי שיקן מיט שמחה זייערע מענער צום רבי'ן קיין אומאן. אזוינס איז נאכנישט געווען אין ברסלב, א גאנצע מוסד וואס אלע ווייבלעך תלמידות פון די מוסד זאלן אלע מעודד זיין זייערע מענער פארן צום רבי'ן, און אפילו אז דער מאן איז אין א מצב פון נישט האבן געלט צו פארן וועלן די ווייבער - די תלמידות פון בית פיגא - מוותר זיין אויף זייערע אייגענע באקוועמליכקייטן, אוועק געבן זייערע צירונג, זייערע קליידער - אבי דער מאן זאל פארן צום רבי'ן, אפגערעדט די בחורים; זיי פרעגלען זיך ביים רבי'ן, זיי האבן מגידי שיעורים וואס פילעווען מיט דעם רבינ'ס תורות, דעם רבינ'ס דיבורים, עס איז גרויסע ניסים די גאנצע מוסד, למעלה מדרך הטבע, ווייל אפאר יאר צוריק איז קוים געווען מנין פון אנשי שלומינו אין אמעריקע, און היינט איז דא אזויפיל שולן על שם רבינו.


איך דארף נאך נסים, מיר דארפן שפע צו קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע, סיי דא אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן, איך האב נישט צו וועם צו גיין, איך גיי נאר צו אים, איך בעט אים, איך קרעכץ זיך אויס צו אים וכו' וכו', איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם נאר אויף אים.


שכר לימוד דארף מען באצאלן פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7702 - הייליגער באשעפער, איך וויל געדענקען פון דיר
מוסדות, חודש אלול, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל לדוד ה' אורי וישעי (תהילים, כז) - ביי תפילת שחרית נאכן יום, און ביי תפילת מנחה נאך הויכע שמונה עשרה, פאר קדיש תתקבל.


זאג די קאפיטל מיט כוונה, און ביי די ווערטער: "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" אויב וועלן קומען אויף מיר א באנדע רשעים, "לֹא יִירָא לִבִּי" האט מיין הארץ נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה" אויב וועלן זיי מאכן א מלחמה מיט מיר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" פארלאז איך מיך אויפן אייבערשטן; די ווערטער זאלסטו זאגן מיט גרויס כוונה. ווייל דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר, תיקון כא), "זאת" דאס מיינט מען די שכינה; אז מען האט א שטארקע אמונה, מען איז צוגעקלעבט צו די שכינה - האט מען נישט פון קיינעם מורא. דער זוהר זאגט (שם), דוד המלך, מיט אמונה אינעם אייבערשטן - האט ער מנצח געווען אלע זיינע פיינט דאס זאגט דוד "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" וגומר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ"; און דאס זאלסטו שטענדיג בעטן, און נאר אויף דעם: "הייליגער באשעפער איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל נישט פארגעסן קיין איין רגע אז דו ביסט מיט מיר און אלעס ביסטו".


מיר הייבן היינט אן לערנען א פרישע מסכתא, מסכת הוריות; איך בעט זיך ביי דיר זאלסט יעדן טאג לערנען די הייליגע גמרא, א בלאט גמרא, דער בלאט וועט דיר באשיצן פון אלע דיינע פיינט און פונעם גרעסטן פיינט, דער סמ"ך מ"ם וחיילותיו - וואס ווילן אויסרייסן דעם מענטש, אים אוועק נעמען פונעם אייבערשטן; נאר דורך תורה קען מען בלייבן א איד.


ברוך ה' אונזערע אינגלעך האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, די קינדער וואקסן געזונט, און ברוך ה' די מיידלעך ווערן נתחנך מיט א ליבשאפט צו איידלקייט. אויך די בחורים האבן מגידי שיעורים וואס האבן זיי ליב, זיי האבן ליב צו לערנען מיט זיי פון רבי'ן; נאר איין זאך וואס מיר דארפן, א נס מען זאל האבן שפע זיי צו קענען באצאלן, מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן, נאר ער איז מיין האפענונג, איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7701 - נישט אויפגעבן ווען מען פאלט
תפילות אויף אידיש, שמחה, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן ביי התבודדות: "רבונו של עולם, 'אחת שאלתי מאת ה' איין זאך בעט איך דיר רבונו של עולם, 'אותה אבקש' און נאר דאס איז מיין געבעט, 'שבתי בבית ה' כל ימי חיי' איך זאל בלייבן זיצן שטענדיג אין דיין הויז, איך זאל בלייבן ביים צדיק, 'לחזות בנעם ה' איך זאל שפירן די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פון דיר רבונו של עולם, 'ולבקר בהיכלו'".


דאס דארף זיין אונזערע תפילות צום אייבערשטן, מיר זאלן קיינמאל נישט אוועק גיין פון אים, אפילו עס זאל אריבערגיין וואס עס זאל נאר אריבערגיין זאלן מיר בלייבן שטארק מיט אמונה בו יתברך, זוכה זיין יעדן טאג אנצוטון די הייליגע תפילין, זוכה זיין יעדן טאג צו קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות, זוכה זיין צו היטן אות ברית קודש, און דער עיקר - נישט אויפגעבן ווען מען פאלט.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיך שטענדיג שפירן, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר גיין צו דיר, און אויב איך האב א נפילה, איך פאל - זאל איך זיך נישט מייאש זיין, איך זאל גלייבן אז איך קען נאך תשובה טון און זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד".


גיי א טענצל, ווייל אויך ווען מען טוט תשובה - דארף עס זיין מיט שמחה, אזוי ווי אלע מצוות דארפן מיר טון בשמחה - דארפן מיר אויך תשובה טון מיט שמחה.


מארגן וועט זיין די געזעגענונגס שיעור פון תשפ"ה, קומענדיגע וואך פארן מיר שוין קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.