בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5872 - הייליגער באשעפער, איך געב זיך איבער צו דיר
תפילות אויף אידיש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב איבער א גרויסן דאנק פאר דיין ווייב פארן העלפן אונזערע מוסדות, זי העלפט זייער געטריי אין אפיס, מיר אלע זענען זייער צופרידן פון די ארבעט וואס זי טוט.


זע צו גיין יעדן טאג א שפאציר פאר א צוויי דריי מינוט ביי דיר אין פעלד, ארום דיין שטוב. הויב אויף דיינע הענט צום הימל און זאג:


"הייליגער באשעפער, איך געב זיך איבער צו דיר, איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג, אלעס וואס האט מיט מיר, מיט מיין ווייב און קינדער, אלע מיינע מחשבות, דיבורים און מעשים.


הייליגער באשעפער, העלף מיר די היינטיגע טאג זאל זיין מיט הצלחה, איך זאל נאר טון גוטס, איך זאל נאר טון דיין רצון".


די גאנצע טאג וועט דיר גיין מיט הצלחה, עס איז גאר אנדערש ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן.

#5871 - אשר בנחל און עצתו אמונה וועלן פארענטפערן אלע ספיקות
שאלות, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט הנאה ווען איך זאג דיר ווי אזוי זיך צו פירן, דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן און זאגן.


וואס זאל איך דיר זאגן, לערן אשר בנחל און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זוכה זיין צו טון און פאלגן אלעס וואס דער צדיק זאגט. מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל, לערן א באנד נאך א באנד כסדרן, וועסטו זען נפלאות, דיינע שאלות וועלן דיר פארענטפערט ווערן. אויך לערן עצתו אמונה, גיי אין א סדר, א בריוו נאך א בריוו, אלע דיינע ספיקות, אלע דיינע בלבולים, אלעס וועט ווערן פארענטפערט און מסודר.


מאך זיך א שיעור, נעם א חברותא, לערן אדער גמרא אדער הלכה, לערן קיצור שלחן ערוך. נעם א חברותא פאר פופצן מינוט א טאג, אדער צוואנציג מינוט, עס זאל זיין מיט א קביעות.

#5870 - העלף מיר באצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף פסח
צדקה, מוסדות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, העלף מיר די יאר אויך איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסד אויף יום טוב פסח, איך דארף יעצט האבן זייער א גרויסע סכום געלט צו קענען צוגיין צום יום טוב; האבן אויסגעצאלט אלע איינגעשטעלטע סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. העלף מיר, נעם צאם פון אנשי שלומינו און פון אלע וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש.


ווארעם אן אלע אנשי שלומינו יעדער זאל גיין נאך געלט פורים, אלע זאלן זיין גבאי צדקה. פורים איז א טאג וואס מען טיילט צדקה, און אז מען גייט ארום צאמנעמען צדקה – קען מען אינאיינעם אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ער זאל יעדן טאג רעדן מיט מענטשן, און ווען רבי נתן האט געזען סוף טאג אז קיינער איז נישט געקומען צו אים רעדן – איז ער ארויס אין גאס זוכן איינעם מיט וועם צו רעדן. מיר דארפן דאס נאכטון, מחזק זיין אידישע קינדער.

#5869 - רבונו של עולם, ווי לאנג נאך וועל איך דארפן זיין אליין?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין אזוי לאנג דיין שידוך, דו ווארסט שוין אזא לאנגע צייט, דו קוקסט ארויס 'ווען וועל איך שוין חתונה האבן? ווען וועל איך שוין האבן א שטוב?' און נאכאלץ האסטו נישט דיין שידוך, עס איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אראפ וכו', דער יצר הרע ברענט אין דיר, עס איז דיר אזוי געפערליך.


דאך בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך, בלייב שטארק, באנוץ זיך מיט די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות; זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער הערט נישט, און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, רעד צו אים אויף דיין אייגענע שפראך, מיט דיין מאמע לשון, רעד אויפן קול, זאג:


"רבונו של עולם איך דארף אזוי שטארק מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, איך קען נישט זיין אליין, איך מוז שוין האבן מיין שידוך. רבונו של עולם, ווילאנג נאך וועל איך דארפן זיין אליין? איך פאל אראפ אין נישט גוטע זאכן, איך בין פוגם בברית, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה, זע מיין צעבראכן הארץ, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל".


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג און אפאר מאל א טאג, און דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו חתונה האבן.

#5868 - טון וואס מער פאר שידוכים
שידוכים, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט פון מאכן שידוכים פאר אידישע קינדער, ווער עס מאכט שידוכים און ווער עס העלפט שידוכים – דער איז זייער באליבט ביים אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית סח, ד) דעם אייבערשטנ'ס זאך איז מאכן שידוכים; כביכול דאס טוט ער פון בריאת העולם, מזווג זווגים, און ווער עס העלפט מאכן שידוכים – העלפט דעם אייבערשטן.


ווערט נישט מיד, ווערט נישט אלט און טאנצט אריבער אלע בלבולים און חלישות הדעת, אוודאי און אוודאי גייט אריבער אלע סארט בלבולים וחלישות הדעת אויף דער וואס טוט אין הייליגע זאכן, בפרט אין די ענין פון שידוכים, אבער מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די אלע סארט מחשבות, נאר וואס מער טון פאר די שכינה הקדושה.


מוהרא"ש האט אלע יארן אזויפיל געוויינט פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי גייען אריבער... אזא רחמנות אויף זיי... קיינער ווייסט נישט (אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט) די צער פון בחורים און מיידלעך, ווי זיי וויינען און שרייען 'מיר ווילן זיין גוט, לאזט אונז חתונה האבן, לאזט אונז לעבן א ריינע ערליכע לעבן'.


איך בעט אייך זייער, ביידע פון אייך, דו זיי מחזק זיין ווייב און איר זייט מחזק אייער מאן צו טון וואס מער פאר שידוכים.


איך בעט פאר ענק און איך בין מכיר טובה פאר אלעס וואס ענק טוען פאר קהילת היכל הקודש.

#5867 - אויסלויבן און אויסרומען די גרויסע קינדער אן א שיעור
חינוך הילדים, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גריס פון דיין טייערער זון ... נרו יאיר, ער איז ביי מיר ליכטיג און טייער, ער לערנט זיינע שיעורים, ער דאווענט ערליך, אויך העלפט ער אין ישיבה.


איך געב זייער אכטונג אויף אים, און ווען ער קומט שפעט בין איך מעלים עין, איך מאך זיך ווי איך זע נישט, ווייל איך וויל אים נישט פארלירן, ער איז ביי מיר זייער חשוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט אומגיין מיט אים זייער איידל, אים זאגן איין מאל, מערסטנס צוויי מאל און נישט צופיל דרוקן, יעצט אין די יארן דארף מען נוצן די ימין מקרבת, אויסלויבן און אויסרומען אן א שיעור.


ווען קינדער זענען יונג דעמאלט איז די צייט פון גיין שטרענג, אבער ווען זיי ווערן גרויס – דארף מען זיך אנטון זיידענע הענטשיך און פארמאכן די אויגן, און נאר אויסרומען.


איך זאג דיר צו דו וועסט האבן נחת פון אים, אבער איך וויל זאלסט מיט ארבעטן מיט מיר, אים נאר אויסרומען און אויסלויבן, וסוף הכבוד לבוא.


דיין ראש ישיבה וואס וויל נאר די טובה פון דיר און דיינע קינדער.

#5866 - וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת און איר אויפציען לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


פרעג דעם מענידזשער אליעזר אדער דער אדמיניסטראטער רפאל, אפשר קענסטו האלטן די ווענס; דאס אנצינדן מזמן לזמן, עס זאל נאך ארבעטן פארן זומער. מיר דארפן האבן די ווענס פאר זומער צו טראגן די עסן צו די קעמפס וכדומה, און אז עס שטייט לאנג אן נוצן – ווערט דאס חרוב.


עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס מען קען העלפן, מען דארף נאר וועלן העלפן, מען דארף האבן אינגעלייט זאלן כסדר רופן דעם מענידזשער אדער אדמיניסטראטער פרעגן: "וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?"


געלויבט דעם אייבערשטן ביי מיר גייט אריבער רוב טאג מיט די מוסדות, מיט די חינוך הבנים והבנות, דאס איז מיין שענסטע און וויכטיגסטע זאך, און איך האף צום אייבערשטן אז דאס וועט זיין א כפרה און א תשובה און א תיקון אויף וואס איך דארף מתקן זיין.


איך שרייב דיר ווייל איך שפיר אז דו האסט א שטיקל געפיל פאר די מוסדות.

#5865 - די געפיל ווייטער מסיים זיין נאכאמאל און נאכאמאל משניות
קינדער, משניות, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט די הודעה אז דו האסט מסיים געווען די ניין און פערציגסטע מאל ששה סדרי משנה, איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר. איך געדענק אלס בחור האסטו פלייסיג געלערנט, אבער יעצט ווען דו ביסט פארנומען רוב טאג מיט ברענגען פרנסה און צאלן חובות, דאך האסטו די שכל, די געפיל ווייטער צו לערנען און מסיים זיין נאכאמאל און נאכאמאל משניות; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר אויף יענע וועלט.


פרעג דיין ווייב אויב ענק ווילן קומען רעדן אינאיינעם בנוגע וכו'; איך וויל ענק העלפן סיי ארויסקריכן פון די חובות און סיי מיט זרע של קיימא.

#5864 - מחצית השקל, האלב איז אויך גוט
שמירת עינים, נקודות טובות, יאוש, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, מחצית השקל לערנט אונז, דער אייבערשטער דארף פון אונז 'האלב'; עס איז חשוב 'אביסל', עס פעלט נישט אויס 'גאנץ'.


די סיבה פארוואס מענטשן זענען מיואש פון דינען דעם אייבערשטן, מען וויל שלימות, מען וויל זיין א מלאך, מען וויל גלייך זיין 'גאנץ'; זאגט אונז די תורה, געב א 'האלב', נאר אזוי קען מען בויען א משכן.


דאס איז בעצם דער לימוד פון רבי'ן, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, לערן אביסל, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, 'מחצית עיניים', מאך א האלב שמירת עיניים.


אשרינו.

#5863 - יעדער אשר בשם היכל הקודש יכונה זאל טון פאר הפצה
הפצה, פרנסה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט פון "הפצה", פארשפרייט צווישן בני הנעורים; בחורים, כולל אינגעלייט – די קונטרסים, גליונות און ספרים פון מוהרא"ש, עצות פון הייליגן רבי'ן, אויך פאר פרויען און מיידלעך.


אויך זאלסטו מאכן א שטורעם צווישן אנשי שלומינו אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, דערצייל פאר די אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער און קענען נישט דעקן דעם חודש, דערצייל זיי וואס פאר א שפע מען מאכט דורך הפצה, און די זכותים פון אפראטעווען גאנצע דורות.


קום אין ישיבה, נעם בחורים, מאך א סדר פון גיין הפצה, און וואו מען זאל גיין, שטעל צוזאם חברותות ווער עס זאל גיין מיט וועם, ווייל איך וויל יעדער בחור און יעדער אינגערמאן אשר בשם היכל הקודש יכונה – זאל טון פאר הפצה.

#5862 - זייער מכיר טוב פאר'ן זיך אוועקגעבן פאר די מוסד
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער זכות איז זייער גרויס בזה ובבא פארן אוועקגעבן פון זיך אזויפיל, אוועקגעבן פון אייער באקוועמליכקייט, אלעס אז אייער חשוב'ער מאן זאל קענען העלפן אונזער מוסד, ער זאל קענען טון פאר אונזערע דורות.


איך פערזענליך בין אייך זייער מכיר טובה, און אויך די גאנצע קהילה איז אייך זייער מכיר טובה פארן טון אזויפיל פאר אונזערע קינדער.


בזכות די מסירות נפש זאלט איר זען נחת ביי אייערע דורות.

#5861 - אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק, ווערט מען ריין
קדושה, שלום בית, צדיקים, חסידות ברסלב, תשובה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, מסורה, אמונת חכמים, ספרי ברסלב, מנהגים, פסח, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שבת פרה, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך שבת רייניגן מיר זיך, אלס א הכנה אויפן יום טוב פסח; ווי אזוי רייניגט מען זיך פון טומאת מת? דורך דעם כהן, דורכ'ן צדיק; אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק - ווערט מען ריין פון טומאת מת.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב) אז טומאת מת איז שלעכטע מחשבות, מחשבות פון ניאוף רחמנא לצלן; און נאר דער כהן קען רייניגן פון דעם.


טייערע חברים, טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וואס איז חסידות ברסלב, וואס איז היכל הקודש; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך פאררופן פון רבינ'ס לייט, אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים - האט מען גארנישט מיטן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה געפארן מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג האט ער דערציילט פאר רבי נחמן טולטשינער אז ער האט גוט געקענט דעם רבי'ן, ער איז געווען נאנט צום רבי'ן, און רבי נחמן טולטשינער האט דערציילט פאר רבי נתן אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, און ער אזי אים מקנא, האט רבי נתן געלאכט און געזאגט: "יוסל פאראנטשיק האט געקענט דעם רבי'ן? יוסל פאראנטשיק האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, דו ביסט נאנט צום רבי'ן, דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן - איז דער רבי מיט דיר.


ביי פרישע מקורבים קען זיין מען זאל זיך טועה זיין, מען זאל זיך אנכאפן אין נישט וויכטיגע זאכן, מען איז משנה פון די זאכן וואס מען האט געזען ביי די עלטערן, מען כאפט זיך אן אויף נישטיגע זאכן; זאלט איר וויסן און געדענקען אז ברסלב'ע חסידות איז נישט צו פארמינערן פון שיינע מנהגים און די וועג ווי מען האט געזען ביי עלטערן, ברסלב'ע חסידות איז נאר אריינבלאזן חיות צו לעבן מיטן אייבערשטן, לעבן מיט תכלית, און נאר אז מען לערנט די ספרים - האט מען שייכות מיטן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיטן לערנען ענקערע שיעורים בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


געבט אכטונג אין די פארנומענע ערב יום טוב טעג צו העלפן די ווייב ארויסטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, פירט אייך אויף ערליך. אז מען שרייט אויף די ווייב - איז מען א שגץ; אפילו מען גייט מיט א ירושלימ'ער קאפטן, איז מען א שגץ מיט א קאפטן; אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים. רעדן מיט גרויס דרך ארץ, מען מוז רעדן שיין, מען קען נישט שרייען און טשעפען.


איך דארף מקצר זיין.


א פרייליכן שבת.

#5860 - גיי ווייטער התבודדות, האב נישט מורא פון די הינט
כולל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מחזק די כולל אינגעלייט זיי זאלן קומען צייטליך. זאג זיי, איינע פון די סודות פון הצלחה, מצליח זיין מיט די לימודים – איז זיין צייטליך. קוק אין די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט פאר די כולל אינגלייט אין יבנאל, אין יעדע בריוו שטייט וועגן שמירת הזמן, קומען אין צייט.


איך טראכט, די לעצטע יאר צייט נעם איך נישט אראפ פון די געהאלט, ווייל איך האב רחמנות געהאט אראפ צו ציפן פון די קליינע געהאלט, אבער איך וועל יא דארפן אראפנעמען אז מען היט נישט די זמנים.


שטארק זיך, גיי ווייטער התבודדות, האב נישט מורא פון די הינט, העכסטנס קענסטו נעמען א מעסער אין טאש, און אז די הינט וועלן קומען צו דיר נאכאמאל דיך בייסן – זאלסטו זיך באנוצן מיטן מעסער, זיך צו קענען היטן.

#5859 - נאר אז מען איז צייטליך, קען מען מצליח זיין
כולל, עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן אויף דיר, אז דו דאווענסט מיט יראת שמים, דאווענסט אויף איין פלאץ מיט א סידור, אן קיין שמועסן; איך בין אזוי פרייליך דאס אלעס צו הערן, אויך דערציילן מיר די כולל אינגעלייט אז דו לערנסט מיט התמדה. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זען מיינע קינדער לערנען און דאווענען.


זע צו זיין צייטליך אין כולל, איינע פון די סודות פון מצליח זיין איז זיין מיט א סדר צייטליך. אויך זאלסטו זאגן פאר אלע אינגעלייט אז איך וויל זייער אלע זאלן זיין צייטליך, און נאר אז מען איז צייטליך – קען מען מצליח זיין.


גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זאגט דעם יום תהלים, נאכדעם זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות; תהילים און משניות זאלן זיין דיינע ערשטע שיעורים.


פון דיין טאטע וואס בעט פאר דיר.

#5858 - וויפיל איך פרוביר, פאל איך מער אראפ
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות, עבירות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב היינט גערעדט צו דיינע עלטערן, איך האב אנגעטראגן א שידוך, איך האף צום אייבערשטן צו קענען זיין דער גוטער שליח, אויספירן ביי דיר א שידוך.


זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, אויך לערן תיקונים אין דעם רבינ'ס ספרים.


ועל כולם גיי שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך, איך פאל אין בלאטע, איך בין פוגם בברית, רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט און עס גייט מיר נישט, וויפיל איך פרוביר פאל איך מער אראפ, רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, און העלף מיר זיין גוט".


טייערער ברודער, שטארק זיך מיט די צוויי עצות, לערנען און דאווענען; דאס איז די עצה צו לעשן די פייער פון ניאוף.


איך האף צום אייבערשטן צו הערן גוטע נייעס ביי דיר בקרוב.

#5857 - האסט א פעלד ביי דיין שטוב, נוץ עס פאר התבודדות
תפילה והתבודדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די טשעק פון פינף טויזנט דאלער.


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מיטן קענען באצאלן צייטליך די מלמדים, איך האב ערהאלטן דיין צדקה פון פינף טויזנט דאלער, ובזכות די מצוה זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער, און האבן גרויס שפע.


אינדערפרי איידער דו גייסט צו דיינע געשעפטן – זאלסטו כאפן א שפאציר אין פעלד. האסט א פעלד ביי דיין שטוב, נוץ עס פאר התבודדות. הויב אן מיט דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, מיט דיין משפחה, נאכדעם זאלסטו זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, זאלסט זוכה זיין צו תשובה, אויך זאלסטו בעטן פאר דיינע דורות.


עס איז גאר אנדערש דאס לעבן ווען מען איז זיך מתבודד.

#5856 - א מלמד דארף מער אכטונג געבן וואס ער הערט און ליינט
נייעס, צייטונגען, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב זיך אכטונג וואס דו ליינסט און וואס דו הערסט, א מלמד דארף מער אכטונג געבן נישט צו הערן ליצנות, ווייל וואס מען הערט – דאס קומט נאכדעם ארויס ווען מען לערנט מיט תלמידים. א מענטש רעדט פון וואס ער טראכט, און מען טראכט פון וואס מען ליינט און הערט; דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו אויסהערן די נייעס האטליינס וואס איז ליצנות.


באמת איז נישטא קיין צייט צו ליינען צייטונגען און הערן די שטותים האטליינס; אדער לערנט מען אדער דאווענט מען, אדער רעדט מען מיט די ווייב, מען העלפט איר אין שטוב, אדער גיין מען הפצה וכו'.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט ציען די סארט זאכן, עס זאל דיר ציען צו ענדיגן כל התורה כולה, עס זאל דיר ציען מקרב זיין אלע אידן צום אייבערשטן.

#5855 - איז דא היינט א צדיק וואס קען מיר ברענגען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי מבולבל, וואס איז א נפקא מינה די גאנצע זאך? וואס פייניגסטו זיך מיט די נארישקייט? קוק אויף די איין זאך: 'וואס האב איך אין האנט? וואס באקום איך דא אין מיין האנט?' איך באקום חיזוק אויף רעדן צום אייבערשטן, איך באקום חיזוק אויף זיך נישט אראפקלאפן, חיזוק אויף שלום בית, חיזוק אויף טון וואס שטייט אין די תורה, חיזוק אויף טון די מצוות מיט שמחה; דאס איז דער עיקר.


די אלע מחשבות וכו' – איז נישט נוגע אויף גארנישט; מאך מיך נישט גרויס און מאך מיך נישט קליין, מאך מיך נישט פאר א צדיק און מאך מיך נישט פאר אויס צדיק, דו קוק אויף איין זאך, אויף 'וואס האב איך אין האנט?'


לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און פאלג די עצות וואס דארט שטייט, בפרט די עצה פון משיח – משיח אלמים, משיח איז די זעלבע ווארט פון שיחה; משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון שמועסן מיטן אייבערשטן, אפילו להבדיל ביי די אומות העולם וועט ער אריינברענגען די שכל פון רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


גיי צו קברי צדיקים, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין, וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך זוך דעם צדיק, וואו איז דא היינט א צדיק וואס קען מיך ברענגען אזוי נאנט צו דיר, איך זאל דיך שפירן א גאנצן טאג, איך זאל צו דיר רעדן", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן לט), מען דארף וויינען און קייכן צום אייבערשטן מיר זאלן טרעפן דעם צדיק וואס קען אונז ברענגען צו טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.


נאכאמאל, איך בעט דיר זייער, לאז מיך ארויס פון בילד, מאך נישט קיין עסק פון מיר, הייב מיך נישט אויף און ווארף מיך נישט אראפ. אנשטאט שטיין און חקר'נען וואס איז דער ראש ישיבה, יא א צדיק אדער נישט – זאלסטו אריינכאפן נאך משניות און נאך גמרא, און נאך אביסל גיין הפצה.


אז די שיעורים און די בריוו פון עצתו אמונה זענען דיך מחזק פאר עבודת השם – זאלסטו דאס ווייטער אויסהערן, און לערנען און פאלגן וואס שטייט אין די בריוו און וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און אז מיר וועלן טון וואס דער רבי זאגט – וועלן מיר אלע ווערן צדיקים, אויך איך, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ), דורך לערנען זיינע ספרים ווערט מען א גרויסער צדיק.


 

#5854 - מחצית השקל, איך אליין בין נאר האלב
שלום בית, הפצה, מחלוקת, נחת, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל, שקלים, מברכים החודש, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איר שרייבט מיר בריוו אז ענק בענקען זיך שטארק, איך בענק זיך נאך מער, איך וויל אזוי שטארק שוין זיך טרעפן מיט ענק, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח צו קענען קומען זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט ענק.


די וואך האבן מיר שבת שקלים, דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן געבן א מחצית השקל. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ז, אות ט): "כל אחד מישראל בעצמו הוא רק בחינת מחצית ואין לו שלימות כי אם על ידי שנצטרף לחבירו", א איד פאר זיך איז נאר האלב, מען ווערט נאר גאנץ דורך זיין מיט א חבר, מיט נאך אידן, דאס איז דער ענין פון די מחצית השקל, מען מוז זיך האלטן אינאיינעם, מען קען נישט גיין אליין; שלום איז די גרעסטע זאך און מחלוקות איז די ערגסטע זאך, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחלוקות, פיינטשאפט, דאס איז די אותיות ס' (זעכציג) מ' (פערציג), מען זאל טראכטן 'איך בין מער, יענער איז ווייניגער'; דער אייבערשטער וויל נישט אזוי, דער אייבערשטער וויל אלע זאלן זיין באחדות, יעדער זאל טראכטן 'איך אליין בין נאר האלב, איך מוז זיין מיט אנדערע'.


דאס זעלבע איז מיט שלום בית, אז דער אייבערשטער האט געהאלפן מען האט חתונה געהאט - דארף מען לעבן בשלום און אלץ וויסן 'איך בין האלב, אינאיינעם מיט מיין ווייב זענען מיר גאנץ', און אז מיר וועלן זיך נישט קריגן - וועלן מיר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה; דאס לערנען מיר פון די פרשה.


איך וויל ענק בעטן ענק זאלן אלע עוסק זיין אין הפצה; אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזעלכע עצות - קענען מיר דאס נישט האלטן נאר פאר זיך, מען מוז מזכה זיין אנדערע אלע זאלן וויסן פון די עצות, מיר דארפן טראכטן 'וואס וואלט געווען ווען איך ווייס נישט פון רבי'ן מיט זיינע עצות, וואלט איך נישט געלעבט, וואלט איך געוואלט איינער זאל קומען און מיר געבן א קונטרס, א ספר, א גליון, איך זאל וויסן ווי צו לעבן, א וועג צו לערנען, א וועג פאר שלום בית, א וועג ווי צו מחנך זיין די קינדער; דארף איך דאס טון פאר אנדערע'.


איך האלט מיט יעדן טאג אלעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין תלמוד תורה און אין בית פיגא, איך האב באקומען א גריס פון די מנהלת פון אונזער שולע אין אמעריקע, זי זאגט זי איז געווען באזוכן אין בית פיגא אין ירושלים, מען האט איר גערופן זי זאל זיי לערנען, למעשה איז זי אהיים געקומען מיט שיינע זאכן וואס זי האט ביי זיי געלערנט.


איך באקום גוטע גריסן אויף אלע שולן ווי שיין עס פירט זיך, מיט דרך ארץ, מיט אהבה; דאס געבט מיר כח און דאס געבט מיר מוט צו וועלן קומען נאכאמאל צו ענק.


א פרייליכן שבת.

#5853 - עס זאל נישט זיין קיין אינטערנעט אין מלמדים שטוב
מוסדות, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות קרית ברסלב


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין אינטערנעט ביי די מלמדים שטוב, און אויב מען קען נאר האבן ביכלעך מיט צעטלעך אויף דעם וועג - לוינט עס נישט; איך דארף נישט קיין ביכלעך, איך דארף נישט קיין צעטלעך, מיר איז גוט יעדער מלמד זאל זיך אליין מאכן מיט א פען היימישע צעטלעך, ווי איידער עס זאל זיין אינטערנעט ביי די מלמדים.


איך בין געווען יארן א מלמד און יעדע וואך האב איך אהיימגעשיקט צעטלעך, ביכלעך, שאלות וכו', אלעס געמאכט היימיש מיט א בליי און פעדער.


נאכאמאל, איך בעט דיר, עס לוינט מיר נישט די גאנצע עסק, לאז די מלמדים בלייבן ריין און הייליג.


די אחריות ליגט אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5852 - מאך איר אזוי פרייליך, ביז זי וועט דיך טרייבן צום לערנען
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל נישט זאלסט ארויסגיין לערנען, זי וויל דו זאלסט בלייבן אין שטוב, איז ריכטיג איר מפייס זיין מיט שיינע רייד, ביז זי וועט זיך פרייען אז דו גייסט לערנען, זי וועט דיך טרייבן צום לערנען.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט נעלם ווערן פון שטוב משבת לשבת, ער האט געהאט זיין וועג פון עבודת השם, זיין אפגעשיידט, דאך איז ער נישט ארויס פון שטוב אן רשות, ער האט געהאט א זיסע שפראך, ער האט גערעדט צו זיין ווייב זיסע ווערטער, ביז זי האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו גיין דינען דעם אייבערשטן, אודאי זאלסטו גיין לערנען", און ווען די שכינות האבן איר אנגעהעצט, מען האט איר געזאגט זי איז א רחמנות, זי האט נישט קיין מאן, פלעגט זי נאכאמאל בעטן דעם צדיק ער זאל מער נישט אוועק גיין פון שטוב, אבער רבי אברהם מיט חכמה האט ער איר מפייס געווען ביז זי האט אים ווייטער געשיקט לערנען.


אזוי זאלסטו טון, זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן דאס לערנען, אבער דאס מוז גיין מיט רשות; דארפסט איר מפייס זיין, איר אזוי פרייליך מאכן - ביז זי וועט דיך טרייבן צום לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5851 - חזר'ן די עברי מיט'ן קינד, מיט א גלעט און שמייכל
חינוך הילדים, פרנסה, עברי, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען מיט דיין כיתה א' אינגל יעדן טאג די עברי וואס דער מלמד שיקט אהיים.


א רחמנות אויף די וואס געבן אוועק די קינדער פאר די ביזנעס, עס גייט אריבער אפאר יאר און מען האט גארנישט, נישט קיין ביזנעס און נישט קיין דורות, די קינדער דארפן נישט די עלטערן, זיי געדענקען גוט ווי אלע יארן זענען זיי גארנישט ווערד געווען, די עלטערן זענען געווען פארנומען מיט די ביזנעס.


איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, געב אוועק צייט פאר דיין כיתה א' אינגל, חזר מיט אים די עברי וואס דער מלמד שיקט אהיים; נישט פארהער אים און שלאג אים, נאר חזר מיט אים; יעדע אות וואס ער זאגט גוט - געב אים א גלעט, א שמייכל.


אויך זאלסטו געבן א גוט ווארט פאר דעם מלמד פון דיין זון; וואלסטו געווען איין טאג מלמד - וואלסטו אנדערש געקוקט אויף די מלמדים, אפילו די עלטערן וואס באדאנקען זיך פאר די מלמדים און געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים - ווייסן נישט וואס א מלמד איז.


פרנסה דארף מען ברענגען, מען דארף ארבעטן, אבער פון דיין ביזנעס וועט נישט בלייבן, עס איז אויף כפרת עוונות, מען דארף ארבעטן פאר די זינד; פון דיינע קינדער וועט בלייבן דורות, און אז דו וועסט זיך אפגעבן מיט זיי - וועסטו זען שיינע דורות מיט אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5850 - וואס האט מיר אויסגעפעלט די פרוי?
שלום בית, מחשבות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו אלעס פאר דיין שלום בית, זיי מוותר, זוך שלום און זיי דער וואס איז נישט גערעכט, אבי עס זאל זיין שלום בית.


עס איז א גרויסע מדריגה צו זיין א מכיר את מקומו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ו) איינע פון וועגן ווי אזוי מען קען זוכה זייין צו קונה זיין די הייליגע תורה, איז "המכיר את מקומו", וויסן די גאנצע אמת אויף זיך, אזוי האלט מען זיך נישט גרויס. בפרט נאך די חתונה ווען די קליפות קומען צום מענטש מיט די דמיונות, זיי לייגן אריין א דיבוק אינעם מענטש, מען טראכט 'וואס האט מיר אויסגעפעלט חתונה האבן מיט די פרוי... איך וואלט געקענט האבן בעסערס, איך בין דאך אזוי געלונגען, און יעצט וועל איך ליידן א גאנץ לעבן', ווען די רוחות רעות קומען און ווילן פארכאפן דעם מענטש מיט זייערע טומאות, מיט די טריפה'נע מחשבות 'איך בין אזוי געלונגען, איז וואס דארף איך זיין מיט אזא נארישע פרוי, איך קען ווען האבן סאך בעסערס און סאך שענערס'; דעמאלט דארף מען האבן דעם צדיק זאל דערמאנען: 'ווער ביסטו? וואס פארקויפסטו?' און זיין א מכיר את מקומו, זיך קענען גוט אפלערנען, וויסן 'ווי נידריג און נאריש בין איך, און דער אייבערשטער האט רחמנות אויף מיר און מיך חתונה געמאכט, איך בין אסאך ווייניגער ווי מיין ווייב', אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא" אז דיין ווייב איז קליין, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", ווי רש"י זאגט: "כפוף עצמך ושמע דבריה", בייג זיך אראפ צו איר און הער איר אויס; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5849 - אז מען רעדט צו א פרעמדן, שטערט עס די שלום בית
קדושה, שלום בית, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס אז נישט כדאי דו זאלסט צופיל רעדן מיט דיין שוועגערין. איך ווייס דו ווילסט איר נאר העלפן, דו מיינסט נישט קיין שלעכטס, זי גייט אריבער א שווערע ביטערע צייט, זי ליידט פון איר מאן, דאך איז נישט כדאי צופיל צו רעדן מיט איר, ווייל די טבע פון א פרוי איז אז זי דארף צו איינעם רעדן און איינער זאל איר געבן די געפיל וכו' וכו', און אז דו הערסט איר אויס שעות אויף שעות, קען זיין אז דאס אליין איז דער גורם זיי זאלן זיך קריגן.


דאס איז דער חורבן פון טעראפי; מענטשן צאלן געלט פאר טעראפי, נישט נאר עס העלפט נישט, נאר דאס מאכט די חורבן, עס לאזט נישט מאן און ווייב ווערן איינס, עס לאזט נישט עלטערן מיט קינדער זיין אויף די געזונטע וועג, מען נעמט די חיות, די סיפוק - פון רעדן צו א פרעמדער און צאלן גראב געלט השם ירחם.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5848 - זאגן דעם מנהל און מנהלת וואס ליגט אויפ'ן הארץ
תפילה והתבודדות, מוסדות, רעדן, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


זונטאג איז געווען ביי מיר משפחת ..., זיי זענען נישט צופרידן פון דעם מלמד ..., זיי זאגן זיי קוקן אן ווי מען דארף דורכשטופן די יאר, זיי וואלטן ווען צוריק געלייגט זייער קינד א כיתה אראפ, צו זיין פאריעריגער מלמד.


איך האב זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי רעדן נישט צום מנהל; עפעס א פחד, א באהאלטענע פחד ליגט אין זיי, אז אויב זיי וועלן רעדן און זאגן וואס שטערט זיי, וועט דאס הייסן זיך אפרעדן. איך האב זיי געזאגט מען מוז רעדן, מען מוז זאגן דעם מנהל און מנהלת יעדע זאך וואס ליגט אויפן הארץ וואס איז נוגע די קינדער, נאר אזוי קען מען בעסער מאכן.


זיי זאגן זיי האבן שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר אבער נאכן רעדן ווייסן זיי נישט אויב זיי רעדן שטותים אדער זיי זענען גערעכט, דעריבער רעדן זיי נישט.


עפעס דארף מען מאכן אז די עלטערן זאלן יא וועלן רעדן און אויסשמועסן יעדע זאך וואס ליגט זיי אויפן הארץ, זיי געבן די גוטע געפיל אז מען וויל נאר מאכן גוט, און אז עס איז דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן - דארף מען מודה זיין על האמת און פאררעכטן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הויב אן דעם טאג מיט התבודדות; סתם א מענטש מוז אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, און זיכער איינער וואס האט אונטער זיך א מוסד, צענדליגע מלמדים מיט הונדערטער קינדער, ווי קען מען זיך דערווייגן צוצוגיין צו אזא זאך אן התבודדות, אן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


גלייך אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר פאר צוויי דריי מינוט און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן, אים דאנקען פאר אלע חסדים און אים בעטן פאר הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.