בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7457 - פרוטות פאר צדקה לזכות די נשמות
צדקה, זכותים, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר ווילט עפעס טון פאר די נשמות פון אייערע באבעס און זיידעס - זאלט איר אריינלייגן פרוטות אין די צדקה פושקע, און איידער איר לייגט אריין די פרוטות זאלט איר זאגן: "איך געב א פרוטה לצדקה עס זאל זיין א זכות פאר די נשמה פון..." מיין באבע אדער זיידע, און זאגט ארויס די נאמען מיט די טאטע'ס נאמען; דאס וועט זיין א גרויסע טובה פאר זיי.


די נשמות אויבן אין הימל זענען זיך אזוי מחי' מיט יעדע מצוה וואס מען טוט פאר זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7456 - גיין שלאפן מיט יראת שמים, צו האבן ריינע מחשבות
סגולות, חלומות, תיקון הכללי, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חלומות וכו'; די ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי. דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון, און נאכן זאגן די צען קאפיטלעך דארף מען מער נישט זארגן.


אויך זאלסטו גיין שלאפן מיט יראת שמים. לערן פארן גיין שלאפן, לערן ליקוטי מוהר"ן - וועסטו נישט האבן די מחשבות השם ישמרינו. לערנען ליקוטי מוהר"ן פארן גיין שלאפן איז א סגולה פאר ריינע חלומות, פאר א ריינע בעט.


מוהרא"ש דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן אן עצה, האט אים דער מגיד געגעבן אן עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן. האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7455 - ווייטער העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים א גאנצע לעבן
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


עס איז א גרויסע זכות פאר דיר אז דו העלפסט דרוקן די ספרים וואס ברענגען אריין אמונה, שמחה און התחזקות, עצות פון הייליגן רבי'ן.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין צו הצלחה און ברכה, ומצוה גוררת מצוה, דאס זאל דיך מזכה זיין דו זאלסט ווייטער העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים דיין גאנצע לעבן.

#7454 - פארשפרייטן דעם ספר פאר אלע וואס טוען אין חינוך
חינוך הילדים, הפצה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


יעצט האט מען מיר באוויזן דעם ספר "ותחיין את הילדים" מהדורת וועבערמאן; וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר האבן די זיסע עצות פון רבי'ן, ווי מוהרא"ש האט עס אונז איבער געגעבן.


די ספר דארף מען פארשפרייטן פאר אלע מחנכים און פאר אלע וואס האבן און טוען אין חינוך.


אינעם זכות פון נעמען די די מהדורה זאלסטו געבענטשט ווערן מיט נחת פון אלע קינדער און געזונט און הצלחה.

#7453 - מקבל געווען בזיונות באהבה
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית, צדיקים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבינו חיים [בן רבי משה] בן עטר זכותו יגן עלינו, דער אור החיים הקדוש. מיר קענען נישט פארשטיין דאס גרויסקייט פון די צדיקים, מיר דארפן זיך לערנען פון זייער וועג ווי זיך צו פירן, ווי זיי זענען געווען בטל ומבוטל צום אייבערשטן. דער צדיק דער אור החיים הקדוש האט געזאגט, ער איז צוגעקומען צו זיינע הייליגע מדריגות צוליב דעם וואס ער האט מקבל געווען בזיונות באהבה, ער האט נישט געענטפערט און נישט צוריק געקריגט; דארפן מיר זיך לערנען פון זיי מקבל זיין די בזיונות וכו'.


אויך די בזיונות וואס דו גייסט אריבער אין שטוב פון דיין ווייב - זאלסטו מקבל זיין מיט ליבשאפט, זאלסט איר חס ושלום נישט טשעפען, נישט צוריק טון, נאר אנעמען באהבה. מיר האבן דאך באקומען פון רבי'ן א וועג צו פאררעכטן אונזערע מעשים; נישט צו פאסטן, נישט צו מאכן סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך שווייגן און אנעמען אלעס באהבה, בפרט אין שטוב; נישט צו ענטפערן און נישט וויי צו טון.


געב אכטונג אויף די צניעות ביי דיינע טעכטער, טו זיי אן נאכט קליידער, טו זיי נישט אן קיין הויזן; הויזן פאר א מיידל, פאר א פרוי - איז פריצות. אזוי אויך זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דיינע טעכטער שווימען, לערן זיי אויס שווימען הייליג, מיט א שווים קלייד, לאז נישט אין דיין שטוב קיין בעדינג סוט. דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געזאגט דאס איז א בגד פריצות וואס טאר נישט ארויפגיין אויף א אידישע טאכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7452 - פארלאנג פון דיינע קינדער דרך ארץ
חינוך הילדים, התחזקות, דרך ארץ, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארלאנג פון דיינע קינדער דרך ארץ, פארלאנג פון דיינע קינדער זיי זאלן רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע; נישט נאר אלטע מענטשן, נאר אלע וואס זענען עלטער פון זיי. און ווען זיי קומען אהיים פון חדר, פון סקול - פרעג זיי: "ווי אזוי איז געווען ענקער טאג? ווער זענען דיינע חברים?" פרעג זיי אויב זיי זענען געווען וואויל און דרך ארץ'דיג, אז מען לערנט אויס די קינדער דרך ארץ - שניידט מען שפעטער שיינע נחת.


בנוגע דיינע מניעות וכו'; וויסן זאלסטו, ווי מער מניעות מען גייט אריבער ביים קומען צום צדיק - אלץ מער קדושה וטהרה איז מען זוכה צו באקומען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער וואס האט מער שוועריקייטן ווען ער ווערט מקורב צום צדיק, "כְּגוֹן מֵאָבִיו", זיין טאטע קריגט אויף אים, "וְאִשְׁתּוֹ", אדער זיין אייגענע ווייב שפעט פון אים, "וְחוֹתְנוֹ", די שווער שטערט אים, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער שוועריקייטן פון אנדערע מענטשן וואס שטערן אים און לאזן אים נישט דינען דעם אייבערשטן, "וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן", אדער דער וואס האט שוועריקייטן ווייל ער האט נישט קיין געלט, "וּשְׁאָרֵי מְנִיעוֹת וְעִכּוּבִים וּבִלְבּוּלִים שֶׁמִּשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער אנדערע שוועריקייטן וואס קומט אונטער שטענדיג, "וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם", ער מוטשעט זיך זייער צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, זיין ביים צדיק; עס איז אים זייער שווער ביז ער צעברעכט די אלע מניעות, "כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס אלעס איז א גרויסע טובה פארן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווייל דורך די שוועריקייטן איז מען זוכה צו מקבל זיין קדושה וטהרה, "כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי", ווייל פון די שוועריקייטן ווערן כלים צו קענען מקבל זיין פון צדיק אסאך קדושה און אסאך טהרה, "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות, ווי מער מחלוקת און ווי מער שוועריקייטן עס איז געווען און מען האט זיך דערהאלטן - האט מען געמאכט גרעסערע כלים צו קענען מקבל זיין הייליגקייט און ריינקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7451 - וועסט עסן די פירות אויף יענע וועלט
צדקה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די צדקה וואס דו האסט געגעבן פאר די נייע הערליכע בית המדרש אין קרית ברסלב, די נדבה פון הונדערט טויזנט דאלער.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל צוזאגן א ישועה וכו'; ווי קען איך צוזאגן? ווי קען איך טון די זאכן? איין זאך קען איך דיר צוזאגן, אז דו וועסט עסן די פירות אויף יענע וועלט, דו און דיין ווייב (וואס זי האט דיך מחזק געווען דאס צו טון) – וועלן אנקומען אויבן גרינגער און שנעלער ביים אריבער גיין וואס אלע נשמות גייען אריבער, עס וועט ענק זייער צוניץ קומען.


אויך וועסטו זען גרויסע ישועות.

#7450 - בלייב מיט דיין ווייב ראש השנה
דרך ארץ, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, שמחות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


די יאר ווען דו ווארטסט א שמחה אויף ראש השנה – זאלסטו בלייבן מיט דיין ווייב. דארפסט פארשטיין, דיין ווייב איז זייער באזארגט און נישט רואיג, זי דארף דיך האבן מיט איר, זאלסטו בלייבן מיט איר. זאלסט זיך מקשר זיין מיטן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גם בתמימות אסור להיות שוטה", א נאר טאר מען נישט זיין, מען דארף וויסן אז יעדע זאך האט איר צייט.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. קום אין שול מיט הוט און רעקל מיט דרך ארץ, אויך מיט שיך, נישט מיט סליפערס, אויך זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג גמרא.

#7449 - בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט
חברים, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע ווערטער זאלן נאר אויפטון, נאר מחזק זיין, און נישט חס ושלום דערווייטערן.


דיין ווייב ווארט אויף דיר נאכט נאך נאכט, דיין ווייב וויל לעבן מיט דיר, זי וויל רעדן מיט דיר, בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט, לאז איר נישט אויסגיין וכו', האב שכל און פארברען נישט דיינע נעכט מיט אזוי גערופענע חברים. גיי אהיים צו איר, רעד מיט איר, זי איז דיר אזוי געטריי, זי דארף דיך, זי ווארט אויף דיר, זי איז דאך אן אשת חיל, קומט איר נישט צו זיין אליין נאכט נאך נאכט.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער גוט, ווייל איך וויל נישט מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין.

#7448 - פירן די בית פיגא סקול אין וויליאמסבורג
בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל בעט איר זאלט אנהאלטן מיט אייער הייליגע ארבעט, פירן די בית פיגא סקול אין וויליאמסבורג.


רעדט זיך דורך מיט די מנהלת מרת ... תחי', וועם צו נעמען פאר לערערינס, ווייל איך וויל זייער אוועק שטעלן אונזער בית פיגא אין שטאט, עס זאל זיין אוועק געשטעלט שטארק און גוט; מיט לערערינס וואס האבן א געפיל פאר די קינדער, און א געפיל פארן רבי'ן.


אויך זאלט איר ארויסשיקן צעטלעך און רופן אלע עלטערן פרעגן ווער עס קומט צוריק, און אויך די פרישע תלמידות וואס קומען אריין, און אויסשמועסן ווער וועט זיין די טיטשערס וכדומה.


שטארקט זיך מיט פירן די בית פיגא סקול אין וויליאמסבורג, און אלע אייערע ספיקות זאלט איר דורכשמועסן מיט די מנהלת מרת ...

#7447 - א זכי' צו קענען געבן, און קענען בארגן, פאר די מוסד
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין צדקה פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער, און אויך די הלואה פון נאך הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביטע מיר זאגן א טאג ביז ווען דו בארגסט מיר די געלט, אזוי וועל איך דיר שרייבן א שטר הלואה.


איך קלער, אז מען דארף האבן א זכי' צו קענען געבן פאר אונזערע מוסדות, און אויך דארף מען א זכי' צו קענען בארגן פאר די מוסד.


די צדקה וואס דו געבסט און אויך די צדקה פון בארגן פאר אונזער מוסד – וועט דיר גוט צוניץ קומען בזה ובבא.

#7446 - ה
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב איבער פאר אלע אנשי שלומינו וואס העלפן דיר דרוקן עצתו אמונה, אז זיי וועלן זען גרויסע ישועות.

#7445 - אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי, וואלט מיר גוט געווען
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף איין זאך דארפט איר זיך פארלייגן, אויף שמחה, און אויף קוקן גוט אויף זיך אליין, דאס וועט אייך העלפן זיין א מאמע און האבן א גוטע שלום בית, ווייל אלעס ווענדט זיך אויב מען איז צופרידן און מען איז אין א גוטע גוסטע.


עס איז א טעות ביי ווייבלעך וואס מיינען אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי און אזוי וואלט מיר גוט געווען, און אויב מיין מאן וואלט געטון אזוי און אזוי, גערעדט אזוי, און אהער און אהין – וואלט מיר זיס געווען, עס האט גארנישט מיטן מאן, עס איז די מענטש אליין.


אויב מען איז צופרידן מיט זיך איז די לעבן גוט און זיס און אויב מען האט זיך ליב, מען ווייסט אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער זארגט פאר מיר – דארף מען שוין קיינעם נישט, און אלעס ווערט גוט, מען איז א גוטע מאמע און א גוטע ווייב.

#7444 - געב זיך אכטונג פון דיין שותף וואס גנב'ט
גניבה, ביזנעס

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג פון דיין שותף (גנב), ער ליידיגט אויס די באנק אקאונט; דו ארבעטסט און ער קויפט הייזער און ער זאגט דיר ליגנט וכו', מוהרא"ש האט נישט געהאלטן מען זאל האבן א שותף צוליב דעם.


נעם דיר די שותף וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "כל המשתף שם שמים בצערו", ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיין איבערגייאכץ, "כופלין לו פרנסתו", וועט ער האבן גרויס שפע; דורך דאווענען מיט מנין דריי מאל א טאג די דריי תפילות און דורך געבן צדקה און לערנען יעדן טאג – איז די בעסטע שותפות.


 

#7443 - קויף זיך א קאר
הכנסת אורחים, קאר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קויף זיך א קאר, דער רבי האלט געוואלט מען זאל האבן א קאר (דעמאלט איז דאס געווען א פערד און וואגן), אזוי קען מען ארויספארן זיך מתבודד זיין צווישן די וועלדער און פעלדער (חיי מוהר"ן, סימן ר"ל), איז דאך זיכער אז א קאר וואס איז גרינגער זיך צו פארענען ווי א פערד און וואגן איז וויכטיג.


אויך קען מען מאכן די מצוה פון הכנסת אורחים מיט א קאר, מען קען מחי' זיין א אידן מיטן געבן א היטש, אויך קען מען טון אסאך חסד, העלפן, טראגן וכדומה.


הויב אן דיין טאג מיט רעדן צום אייבערשטן, גיי א שפאציר אינדערפרי, שמועס מיטן אייבערשטן, דאנק און לויב אים פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.

#7442 - גוטע ווערטער און ליבשאפט ברענגט די שכינה אין שטוב
צניעות, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן, א טייערע ווייב; אזוי איידל, אזוי צניעות'דיג, זי גייט אנגעטון אזוי ווי די מאמע פון הייליגן רבי'ן די צדיקת פיגא עליה השלום, און די צדיקת אדל דעם רבינ'ס באבע, אויך די צדיקת סאשיא דעם רבינ'ס ווייב, אלע זענען געגאנגען מיט א טיכל, און אזוי האבן זיי זוכה געווען צו קינדער צדיקים וואס האבן ליכטיג געמאכט די וועלט.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין שטוב איז הייליג און ריין, און געב דיין ווייב אסאך גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט; דאס וועט ברענגען מער און מער די שכינה אין שטוב.

#7441 - האט נישט קיין שרעק, איר זענט געזונט און שטארק
פחדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


האט נישט קיין שרעק, איר זענט געזונט און שטארק. דערמאנט זיך די חסדים וואס איז אריבער די ווינטער, ווי מען האט אייך אנגעשראקן וכו', און אלעס איז אריבער בנקל ובנחת, אלעס איז אזוי גוט, זאלט איר זיך ווייטער נישט שרעקן, איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה און שמחה, און דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשָׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", ווי שטארק דער מענטש זאל נאר זיין, קומט די שרעק און צעברעכט אים; פחדים אז מען איז נישט געזונט – קען חרוב מאכן דעם מענטש, די עצה איז – טראכטן פון באשעפער, און ווי מער מען דאנקט אים – ווערט מען רואיג אן קיין פחד.

#7440 - ספר המידות אין אידיש
הפצה, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געזען די ערשטע פאר בלעטער פון די שיינע ספר וואס דו געבסט ארויס, "ספר המידות אין אידיש", אפגעשריבן פון שיעורים וואס איך האב פארגעלערנט פאר תלמידים, עס איז הערליך שיין, און עס איז אויף לעובדא ולמעשה מיט אזויפיל שכל, עצות, חיזוק והדרכה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות וואס מיר פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות זאלן מיר זוכה זיין צו קענען אלעס פאררעכטן און קענען צוריק ברענגען אלעמען צום אייבערשטן, אמן.



 

#7439 - נישט אינטערעסירן וואס מענטשן רעדן, זאגן, טראכטן, לאכן, וויינען
יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס נעמט איר זיך צום הארצן וואס דער זאגט אויף אייך און וואס יענער זאגט אויף אייך, וואס גייט אייך אן? וואס אינטערעסירט אייך דער און יענער? קוקט אייערע קינדער ווי טייער זיי זענען און אייער טייערער מאן, מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן.


נעכטן בין איך געפארן קיין קרית יואל צו די הקמת המצבה פון מיין נעפיו עליו השלום, א גאנצע טאג האב איך אויפגענומען מענטשן, יעדער מיט זיין איבערגייאכץ, און ביים הקמת המצבה האב איך געטראכט 'עלטערן גייען אריבער אזא צער, זיי דארפן באערדיגן זייער טייער קינד ערב זיין בר מצוה, אזא צער, אזא ווייטאג, און אז מען האט ליכטיגע קינדער מיט א גאנצע משפחה, וואס איז שייך צו קלאגן און וויינען...'


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס מענטשן רעדן, זאגן, טראכטן, לאכן, וויינען וכו', עס זאל אייך נאר אינטערעסירן אייער משפחה.



 

#7438 - רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, אפילו ס'איז שווער
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס אז עס קומט אייך אן שווער צו רופן אייער מאמע וכו'; וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי דער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", און איר וועט זיך מיט דעם מער דערנענטערן צום אייבערשטן.


מענטשן ווייסן נישט צו שעצן עלטערן ביז מען ווערט אליין פארעלטערט, און דעמאלט איז שוין שפעט. אינגעלייט און יונגע ווייבלעך לייגן נישט צו קאפ צו רופן עלטערן, באזוכן עלטערן, מחי' זיין עלטערן, און שפעטער רייסט עס אין הארץ, אבער עס איז שוין צו שפעט.


רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, בפרט אייער מאמע תחי', און ווערט נישט באליידיגט אז זי זאגט אייך וואס צו טון, ווייל מוסר פון א מאמע איז אזוי גוט, ובזכות וואס איר וועט מכבד זיין אייער מאמע וועט איר זען וואונדער פונעם אייבערשטן, מיט ישועות.

#7437 - די ערשטע זאך, באצאל דיינע חובות
פרנסה, חובות, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ערשט באצאל דיינע חובות און נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שלאק פאר סוכות. א סוכה מוז מען האבן, אבער א שלאק פון אפאר טויזנט דאלער, ווען מען האט חובות – איז נישט כדאי. ערשט זאלסטו באצאלן דיינע חובות, און שפעטער וועט מען טראכטן פון מאכן א שלאק.


בנוגע ארבעטן זונטאג וכו'; כל זמן דו האסט חובות – זאלסטו ארבעטן אין די זייטיגע טעג צו קענען באצאלן די חובות, ווייל חובות איז אזוי געפערליך, אז מען קען נישט לערנען און דאווענען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב; נאר נאכדעם וואס דו וועסט זיין אויסגעצאלט דיינע חובות, זאלסטו זיך קובע זיין יעדע זונטאג מיט א חברותא לערנען הלכה, טור בית יוסף ביז הלכה למעשה.

#7436 - הייליגער באשעפער, איך האב גארנישט קיין געלט
תפילות אויף אידיש, צדקה, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט קענסטו נישט געבן קיין גרויסע צדקות, יעצט דארפסטו באצאלן פאר דיין מארטגידזש אז מען זאל דיר נישט צונעמען דיין הויז, טו אלעס צו באצאלן חודש'ליך דיין מארטגידזש אז דו זאלסט האבן א דירה.


אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו נעמען די אלטע סגולה, די סגולה וואס אונזערע עלטערן האבן געטון; בעט דעם אייבערשטן, זאג: "הייליגער באשעפער איך האב גארנישט קיין געלט, מאך מיר א נס אז איך זאל האבן צו צאלן די מארטגידזש און פאר עסן און שכר לימוד", וועסטו זען ניסים.

#7435 - אויב איז דא הפקרות, זאל מען פארמאכן די קווארטיר
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש ארץ הקודש


בנוגע די קווארטיר, אז די בחורים גייען שלאפן שפעט און קומען שפעט, עס איז מיט הפקירות וכו'; אין אמעריקע האבן מיר געהאט די זעלבע מעשה און מיר האבן פארמאכט די קווארטיר, צוליב דעם וואס זיי זענען געגאנגען שפעט שלאפן און נישט געקומען אין ישיבה.


אויב ביי ענק איז אויך מעשה הפקר זאלסטו פארמאכן די קווארטיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7434 - פארטייטש דעם חלום אויף א גוטע וועג
צדקה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער פראגע בנוגע די חלום וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נה.), ווי אזוי מען פארטייטשט א חלום אזוי ווערט עס; זאלט איר פארטייטשן די חלום נישט אויף שלעכט חס ושלום, נאר אדרבה, פארטייטשט עס אויף לעבן, מען וועט אים רופן חיים, דאס מיינט נישט נאכן טאטן, דאס מיינט לעבן, דער קינד וועט זיין א לעבעדיגע קינד וואס וועט יעדן מאכן לעבן.


געבט יעדן טאג אפאר פרוטות לצדקה, נעמט אין שטוב א צדקה פושקע, (עס וואלט גוט געווען א צדקה פושקע וואס גייט פארן רבי'ן, צו פארשפרייטן דעם רבי'ן), און ביים לייגן די פרוטות לצדקה זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נאר זיין שמחות און גוטע מזל ביי אייך אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7433 - נישט ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, התחזקות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דיינע עלטערן קריגן זיך און עס זעט אויס ווי עס גייט זיין א גט, און דו ביסט אינדערמיט, דו ביסט יונג, דו ביסט א יונגער בחור, און אלע שלעפן דיך זאלסט זיין אויף זייער זייט.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א געזונטע ערליכע שטוב, מיט ליבשאפט אן קיין קריגערייען.


געב אכטונג נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די מחלוקת צווישן די עלטערן, דו זיי מכבד ביידע, און אז מען פרובירט דיך אריינצודרייען צו נעמען א צד - זאלסטו מיט חכמה יעדן אויסהערן און יעדן איינעם געבן גערעכט, ביידע זאלן שפירן ווי דו ביסט מיט זיי, און מיט חכמה זיך ארויסדרייען.


איך האף דו וועסט קענען אריבערגיין די וואסער. אין לעבן דארף מען אריבערגיין אסאך וואסערן, מען פרובירט אויס מיט די זיבן וואסערן וואס דער רבי דערציילט ביי די מעשה פון די בערגער און דעם ארעמאן (ספורי מעשיות, מעשה י'); וואויל איז דעם מענטש וואס שווימט אריבער די וואסערן, ער דערהאלט זיך מיט אמונה, ער בלייבט שטארק נישט אפצולאזן דעם אייבערשטן און די הייליגע תורה.


שרייב מיר נאך, איך וויל זיין נאנט מיט דיר, איך האב דיך זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.