בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8282 - באצאלן די איינגעשטעלטע פון די הייליגע מוסדות
צדקה, פסח, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד אהרן וועבערמאן נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר די מלמדים און טיטשערס אין אונזערע הייליגע מוסדות אין ארץ הקודש, אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, מען דארף זיי נאר בעטן, מען דארף נאר אפנעמען פון זיי די צדקה; בפרט יעצט ערב פסח ווילן אלע העלפן די מלמדים אין ארץ ישראל זיי זאלן קענען גיין צום יום טוב פסח, עס זאל זיי גארנישט פעלן.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר אראפנעמען די שווערע לאסט פון מיר, עס איז נישט שייך אז איך אליין זאל קענען שאפן די שווערע טויזנטער דאלער מידי חודש בחדשו, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות און אלע ישועות.

#8281 - דער טאטע רעדט פסח צו די קינדער פון אמונה
חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


וואס מאכסטו? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, איך האף אז דו באניצט זיך נאך מיטן רבינ'ס עצות, בעיקר מיטן גיין יעדן טאג א שפאציר, זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן.


וואס מאכן דיינע קינדער? וואס מאכט דיין ... נרו יאיר? לייג אריין קאפ אין דיינע קינדער, נישט אלעס איז ביזנעס, פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, אלעס וואס מיר טוען אינעם סדר נאכט דרייט זיך ארום די קינדער; זיי זאלן פרעגן די קשיות און מען זאל זיי קענען דערציילן די סיפור יצאת מצרים.


פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה, אנגעהויבן ביים סדר נאכט דארף דער טאטע דערציילן פאר די קינדער אז עס איז דא א באשעפער וואס ער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט, קיינער קען גארנישט טון; קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס.


צדיקים זאגן, מען געבט פון הימל גרויסע כוחות פאר יעדן איינעם צו קענען רעדן צו זיינע קינדער פון אמונה, און אז מען ניצט אויס די סדר נאכט איבער צו געבן די אמונה - בלייבט מען נאכדעם א גאנץ יאר מיט די כח צו קענען איבערגעבן פאר די דורות די אמונה בשם.


מען דארף נישט קיין טיפע געדאנקען מיט דראמאטישע משלים, מען דארף נישט מער פון זאגן דעם ריינעם אמת, אז דער אייבערשטער איז אלעס, דומם צומח חי מדבר, אלעס אלעס איז ער, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, נישטא קיין מציאות אויסער אים, ובכל תנועה ותנועה איז ער באהאלטן.


איך בעט דיר מיין טייערער הארציגער ברודער, ניץ אויס די סדר נאכט צו רעדן צו דיינע קינדער פון אמונה, לייג אריין אין זיי אז וואס זיי דארפן נאר האבן אין זייער לעבן זאלן זיי זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, און זיך נאר פארלאזן אויף אים. רעד צו דיינע קינדער פון דאס נארישקייט פון זיך פארלאזן אויף א בשר ודם, דער פסוק זאגט (ירמיהו יז, ה): "אָרוּר הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בָּאָדָם, וְשָׂם בָּשָׂר זְרֹעוֹ", א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף א מענטש, "וּמִן ה' יָסוּר לִבּוֹ", און פונעם אייבערשטן קערט ער זיך אפ. "וְהָיָה כְּעַרְעָר בָּעֲרָבָה", ער וועט זיין צוגעגליכן צו אן איינצעלנעם בוים אין מדבר, "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבוֹא טוֹב", און ער וועט נישט זען דאס גוטס. ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן האט מען גארנישט, מען טרעפט זיך נאכדעם איינער אליין, "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואויל איז דעם מענטש וואס פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.


מעגסט מיך אמאל רופן, מעגסט מיך אמאל שיקן א בריוו, איך האב א בענקעניש צו דיר, און איך געדענק אלע גוטס וואס דו האסט מיר געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8280 - ל"ג בעומר אין שטעטל
חינוך הילדים, שטעטל, פסח, ל"ג בעומר, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל פארן קיין מירון, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך די יאר זיין ל"ג בעומר אין שטעטל; איך וויל דארט מאכן א הדלקה, מיט א סעודה. איך וויל דיר בעטן דו זאלסט ערלעדיגן די פערמיט, סיי פאר מאכן א פייער און סיי פאר מאכן מוזיק. איך וויל נישט די שכנים זאלן דאס אפשטעלן, (סוכות האט מען נישט גענומען קיין פערמיט און די שכנים האבן גערופן די פאליציי און מען האט דאס אפגעשטעלט; א שאד מען רעכנט זיך נישט אויס פון פאראויס, אז מען זאל נישט שטערן).


מיר וועלן מאכן די הדלקה מיט די סעודה דינסטאג ל"ג בעומר נאכמיטאג, מען קען ווען מאכן די ערשטע נאכט, אבער די זמן איז צו שפעט און איך וויל די קינדער זאלן מיט האלטן, די קליינע קינדער זאלן דארט זיין, עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער די שמחה פון ל"ג בעומר.


יעצט פסח ווען מען איז מקיים די אלע מצוות פון אויסרוימען די חמץ, און מען עסט די הייליגע מצה, יעדער איינער טוט דאס מיט זייערע גוטע מנהגים, טאר מען נישט פארגעסן פון דער עיקר; זיך פרייען מיט די מצוה אליינס. אמאל קען פאסירן אז דורכדעם וואס מען איז אזוי פארנומען מיט אלע הידורים און חומרות - קען מען פארגעסן פון זיך פרייען פון דעם אליינס אז מען איז זוכה צו מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן.


געב זיך אכטונג געבן פון אריינקריכן אין נארישע חכמות, מען דארף נישט קיין חכמות, מען דארף נישט מער פון דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, נישטא גרעסערס פון דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה), מען דארף נישט קיין חכמות ביים טון די מצוות, הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות.


ווען דו עסט די מצה און דו טרינקסט די ד' כוסות זאלסטו טראכטן: 'אַה, א מחי', איך טו דעם ווילן פונעם אייבערשטן'; די כוונה איז העכער פון אלע כוונות, נישטא העכער פון טון די מצות מיט א תמימות. אמאל האט דער רבי געזאגט: "איך בין מקנא דעם איד ר' יוסקא"; אין די שטאט ברסלב איז געווען א איד, א פשוט'ער איד, ער האט נישט געוואוסט קיין סאך, ער האט אבער געהאט א שטארקע תמימות און א שטארקע אמונה, ער פלעגט אסאך דאווענען, אסאך זאגן תחינות ובקשות, אן חכמות, ער האט געזאגט אסאך תהלים; דער רבי האט געזאגט אז ער איז מקנא אזא איד, ווייל דער עיקר אידישקייט איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8279 - זיך פרייען אז מען עסט נישט חמץ
שמחה, פסח, מצה, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א מלמד, זיצן מיט נשמות ישראל און לערנען מיט זיי די הייליגע תורה, און פלאנצן אין זיי אמונה, יראת שמים און מידות טובות; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין לעבן גייט דיר אריבער מיט דעם. מוהרא"ש האט מיר דאס כמה פעמים געזאגט, אפילו די ארבעט איז שווער דאך איז דאס אבער הייליג.


אז מיר זענען זוכה צו עסן די הייליגע מצה און מיר זענען זוכה אויסצורוימען די חמץ דארפן מיר זיך זייער פרייען, א גאנץ יאר דארפן מיר זיך מחי' זיין מיט דעם אז מיר האבן זוכה געווען נישט צו עסן חמץ און מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה, און אז מיר וועלן זיך פרייען מיט די מצוה וועלן מיר זיין א גאנץ יאר אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, ווייל דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מוהרא"ש זאגט, פשט איז, ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פרייט זיך מיט דעם, ער לעבט מיט דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן.


זיין פרייליך איז גאר א שווערע עבודה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז שווערער ווי צוצוקומען צו סיי וועלכע אנדערע עבודות; דער יצר הרע ציטערט פון שמחה ווייל שמחה פארברענט אים, ער האט נישט קיין שליטה אויף א פרייליכער מענטש, דער אייבערשטער היט דעם מענטש וואס איז פרייליך ער זאל נישט פאלן אין פגם הברית (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קסט).


ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו שמחה? די איינציגסטע וועג זוכה זיין צו שמחה איז דורך תפילה, דורך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויסגיין פון מיין דיפרעסיע, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטית. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע, איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".


איך ארבעט זייער שווער צו שאפן די געלט וואס איך קום פאר די מלמדים, ביטע זיי מתפלל מיט די קינדער איך זאל מצליח זיין.דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8278 - שרייען ביי 'ונצעק'
התחזקות, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ...


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר זאלסטו זאגן די הגדה הויך אויפן קול מיט א חיות, שטעל זיך פאר ווי דיין גאנצע שטוב איז אנגעפילט מיט מלאכים, און דער אייבערשטער מיט זיי אלע הערן זיך צו ווי דו זאגסט די הגדה און ווי דערציילסט די ניסים פון יציאת מצרים. זאלסט נישט רעדן קיין איין ווארט ביים סדר טיש וואס איז נישט פון די הגדה און פון סיפור יציאת מצרים, עס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, מען קען פועל'ן שידוכים און קינדער, און בעיקר זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, האבן א ריינעם מח מיט הייליגע אויגן.


ביי די ווערטער: "ונצעק אל ה'" - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער מאך מיר א נס, איך וויל ארויסגיין פון מצרים, איך וויל חתונה האבן", און אזוי אויך קען מען פועל'ן קינדער, אז דער מאן און ווייב זאלן ביידע שרייען און וויינען צום אייבערשטן: "ונצעק אל ה'", שריי: "הייליגער באשעפער געב מיר קינדער, געב מיר געזונטע קינדער, ערליכע קינדער", ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען זאל שרייען ביי 'ונצעק' ביז מען ווערט געהאלפן.


אזוי אויך, אז מען האט קינדער וואס זענען אוועק פון די וועג, זיי זענען נעבעך פארקראכן - קען מען פסח ביינאכט ביים ליל הסדר פועל'ן זיי זאלן באקומען א הרהור תשובה און זיך צוריק קערן צו די תורה וועג; "ושאינו יודע לשאול, את פתח לו", טייטשן צדיקים, מען בעט דעם אייבערשטן אז די אלע וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו בעטן און ווי אזוי זיך צוריק צו קערן – 'את פתח לו' דו הייליגער באשעפער ברענג זיי צוריק.


דער עיקר בעט איך דיר מיין ליבער טייערער ברודער, געב נישט אויף, זיי זיך נישט מייאש, די אידן ביים ים סוף זענען געווען אין א גרעסערע צרה פון דיר, עס איז נישט געווען פאר זיי קיין שום וועג, און בזכות די אמונה וואס זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן און בזכות וואס זיי האבן געגלייבט אין משה רבנו - האט דער אייבערשטער זיי געשפאלטן דעם ים, און אזוי וועט זיין אויך ביי דיר, עס וועט זיך שפאלטן דער ים און דו וועסט פלוצלונג געהאלפן ווערן, נאר געב נישט אויף; דערהאלט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן און פארלאז זיך אינגאנצן אויף אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8277 - די קינדער זאלן מיטהאלטן די הכנות פון פסח
חינוך הילדים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען ביים רבי'ן, עס איז גאר אנדערש די הכנות צום פסח און דער פסח אליינס - ווען מען איז מקורב צום רבי'ן; אלעס גייט מיט א גרויסע שמחה, מיט חשק און בענקעניש צום אייבערשטן.


אויך די קינדער וואקסן אויף מיט א ליבשאפט צום פסח, זיי ווארטן אויף פסח, זיי ווילן די ימים טובים, זיי האבן ליב די מצוות.


ווען דו ביסט בודק חמץ זאלסטו דאס טון מיט דיינע קינדער, אפילו מיט די גאר קליינע קינדער. אויך ביי שריפת חמץ, און ביים באקן ערב פסח מצות זאלסטו מיט נעמען דיינע קינדער; ווייל יעדע זאך וואס מען טוט מיט די קינדער, מען נעמט זיי אריין אין דעם, זיי האלטן מיט די הכנות און צוגרייטונגען צו די מצוה - גייט זיי אריין אין די ביינער, און ווען זיי וועלן עלטער ווערן - וועלן זיי אויך טון אלע מצוות.


נעם מיט דיינע בחורים און גרויסע זין ווען דו גייסט פארקויפן די חמץ ביים דיין, זאלן זיי זען ווי מען בייגט איין דעם קאפ און מען פרעגט דעם דיין ווי אזוי זיך צו פירן, לאז זיי זען אז א איד - ווי קלוג מען איז - דארף מען א רב, א דיין, אזוי וועלן זיי נאך די חתונה אויך גיין פרעגן זייערע שאלות, זיי וועלן זיך פירן ערליך.


פארקויף די חמץ ביים דיין וועם דו ניצט א גאנץ יאר פאר דיינע שאלות און ספיקות, און זע צו געבן דעם דיין לכבוד יום טוב. א גאנץ יאר ניצט מען דעם דיין, ער ארבעט שלא על מנת לקבל פרס, ער ווערט געשטערט אין אלע צייטן, זאלסטו יעצט אים מכיר טוב זיין. לאז דיינע קינדער זען ווי מען איז מכבד א תלמיד חכם, אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:) ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, און ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים; ווייל אז דער מענטש האלט פון א תלמיד חכם און ער רעדט שיין פון תלמידי חכמים - וועלן זיינע קינדער וועלן זיין תלמידי חכמים, און די טעכטער וועלן אויך וועלן מענער תלמידי חכמים, און חס ושלום אז די קינדער הערן טאג און נאכט חוזק מאכן פון אלע תלמידי חכמים - וואס קען מען נאך ערווארטן זיי זאלן אויסוואקסן...


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8276 - כיבוד אב ואם אום פסח און בין הזמנים
כיבוד אב ואם, בין הזמנים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, בארא פארק


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהאלטן דיין ארבעט מיט די בחורים. איך בין פארנומען, איך האב אסאך אויפן קאפ, די אלע תלמוד תורה'ס, סיי אין שטעטל, סיי אין ארץ ישראל, אויך די אלע בית פיגא'ס. איך בין טרוד מיט אינגעלייט, מיט שלום בית, איך האב נישט די מעגליכקייט צו זיין מיט די בחורים פון אינדערפרי ביז ביינאכט, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט פירן די ישיבה, דו זאלסט אריינלייגן אין די בחורים יראת שמים, מידות טובות און קדושה.


רעד צו די בחורים אסאך פון כיבוד אב ואם. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו רעדן פון כיבוד אב ואם יעדן טאג. בפרט יעצט אין די בין הזמנים טעג, און די אלע יום טוב טעג - דארף מען זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, און אויך נאך די חתונה, ווען מען גייט צו די עלטערן צו די סדרים אדער סעודות, אדער אז מען האט די זכיה אריינצונעמען די עלטערן אין שטוב דארף מען זייער אכטונג געבן זיי מכבד זיין און זיי פרייליך מאכן, און אז די חומרות פון פסח וועט פוגע זיין אין די כבוד פון די עלטערן - זאל מען דאס איבערשמועסן מיט א דיין אדער רב ווי אזוי זיך צו פירן, ווייל די חומרות און מנהגים קענען נישט אוועק שטופן די כיבוד אב ואם וואס איז א מצוה דאורייתא.


עס איז באקאנט די מעשה, דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זכותו יגן עלינו האט זייער אכטונג געגעבן אויף זיין מאמע'ס כבוד, אמאל פסח, עסנדיג פון איין טעלער מיט זיין מאמע האט זי איינגעטינקען די מצה אין די זופ, און דער הייליגער צדיק האט ווייטער ממשיך געווען צו עסן פון די זופ, אלע האבן זיך געוואונדערט: 'ווי קען דאס זיין, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דאך מקפיד געווען נישט צו עסן קיין געבראקס, די מצה זאל נישט אנרירן קיין וואסער, און דער רבי איז דאך מקפיד נישט צו עסן קיין געבראקס?!' האט דער הייליגער שר שלום געזאגט: "נישט עסן קיין געבראקס איז א גוטער מנהג און מיר דארפן דאס היטן, אבער די מצוה פון מכבד זיין א מאמע איז נאך מער הייליג, דאס שטייט אין די הייליגע תורה, אז מען דארף זייער מכבד זיין א מאמע".


נאך א זאך וויל איך דיר בעטן, איך וויל דו זאלסט מיר העלפן קענען אויפנעמען קבלת קהל יעדן זונטאג, איך דארף דיין הילף עס זאל זיין א סדר ווער עס קומט און ווען מען קומט. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טרעטן אויף מענטשן, נישט זיין א "פוסע על ראשי על קודש", איך וויל נאך פסח צוריק אנהייבן אויפנעמען אנשי שלומינו, זיי מחזק זיין און זיי פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8275 - גיי נישט אין קיין קיאסק, אפילו אין א כשר'ע
שמירת עינים, בין הזמנים, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, טייערער ליבער תלמיד, דו ביסט יונג, דו ביסט ריין, דו קענסט נאך זוכה זיין צו זיין א גרויסער צדיק, נאר איין זאך - היט דיינע אויגן. איך בעט דיר זייער זאלסט נישט אריינגיין אין קיין קיאסק, אפילו אין א כשר'ע קיאסק, געב זיך אכטונג. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת יג.), מען זאגט פארן נזיר: "לֵךְ לֵךְ אָמְרִי נְזִירָא, סְחוֹר סְחוֹר לְכַרְמָא לֹא תִקְרָב", גיי נישט אריין אין א וויינגארטן, אפילו דאס אריינגיין אין א וויינגארטן איז נישט קיין עבירה פאר א נזיר, דאך זאגט מען אים: 'גיי נישט אריין', מען זאגט אים: 'מאך זיך גדרים, מאך זיך נישט קיין נסיונות, ווייל דו וועסט נאכדעם צוקומען צו עסן פון די טרויבן'; אזוי אויך טייערער ליבער תלמיד, וואס דארפסטו זיך אריינשטעלן אין א נסיון? מען קען חס ושלום נכשל ווערן אין שלעכטס, חס ושלום אז מען קוקט עבירות איז מען נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן און מען פארלירט אלעס, מען ווערט א דערביטערטער, א צעקלאפטער, ביז מען וויל שוין נישט לעבן; דאס אלעס הייבט זיך אן מיט מפקיר זיין די אויגן.


טייערער ליבער תלמיד גיי נישט אין קיין קיאסק און נעם נישט אריין אין האנט א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און הארץ זענען די מעקלערס פארן יצר הרע; דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן.


הלואי זאלסטו מיך צו הערן, איך האב דיך אזוי ליב, איך קוק אזוי ארויס אז דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק; שרייב מיר צוריק אז דו גייסט מער קיינמאל נישט גיין אין קיין קיאסק און קיינמאל נישט נעמען אין האנט א סמארטפאון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8274 - בין הזמנים איז וויכטיג צו האבן א סדר היום
סדר היום, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביסט מיר נעלם געווארן, שוין לאנג וואס דו קומסט מער נישט אין ישיבה, א שאד. קוק די לשון וואס די פארלוירענע בת מלך האט געזאגט פארן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א), "א שאד... נאך אזויפיל יגיעות וטרחות וואס דו האסט זיך געפלאגט..."


יעצט אין די 'בין הזמנים' טעג איז זייער וויכטיג זיך צו מאכן א סדר היום; א גאנץ יאר דארף מען לעבן מיט א סדר, און נאך מער יעצט 'בין הזמנים', וואס מען איז אן ישיבה, אן כולל - דארף מען זיך מאכן א סדר ווען מען גייט שלאפן, ווען מען שטייט אויף, ווען דאווענט מען, ווען העלפט מען וכו'; ווייל נאר מיט א סדר קען מען מצליח זיין, אן א סדר איז די לעבן א שטיק דורכפאל; טאג איז נישט טאג, נאכט איז נישט נאכט, מען האט נישט קיין צייט ווען צו גיין שלאפן און ווען צו אויפשטיין, די גאנצע טאג איז מען מבולבל; דאס איז שייך ביי יעדן מענטש ובפרט ביי א יונגער בחור, אז מען מאכט זיך א גוטע סדר קען מען זייער מצליח זיין, סיי יעצט און סיי דורכאויס די גאנצע לעבן.


מאך זיך א סדר צו גיין שלאפן פרי. איך ווייס אז דו האסט ליב צו גיין שלאפן שפעט, ביי אסאך בחורים איז אזוי, מען האט א יצר הרע צו פארברענען די טייערע צייט מיט פעניען די נעכט מיט גארנישט און נישט, מען גייט און מען קומט אין די שפעטע נאכט שעות; איך בעט דיך פעניע נישט די נעכט, מאך זיך א סדר צו גיין שלאפן פרי, ליין קריאת שמע, גרייט אן נעגל וואסער, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אינדערפרי ליינען קריאת שמע אין צייט, און דאווענען שחרית אין צייט, די גאנצע טאג וועט דיר גוט גיין.


איך ווארט צו הערן פון דיר, א שאד דו ביסט מיר אנטלאפן אזוי פאר שלחן עורך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8273 - בין הזמנים קענסטו מער לערנען ווי א גאנצע זמן
לימוד התורה, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


טייערער ליבער תלמיד, יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' קענסטו זוכה זיין נאך מער צו לערנען ווי א גאנצע זמן. מאך זיך א ציל וואס דו ווילסט לערנען און ענדיגן, דאווען שחרית פרי, עס פת שחרית און זעץ זיך לערנען בהתמדה רבה; הייב אן מיט לערנען משניות, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר מטהר זיין דיין נשמה, עס שטייט פון צדיקים אז משניות רייניגט די נשמה, 'משנה' איז די אותיות 'נשמה' (באר היטב אורח חיים הלכות השכמת הבוקר, סעיף קטן ו), אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין יעדע ווארט, אבער קוק נישט אויף דעם, דו זאג די ווערטער, דאס וועט דיך רייניגן פון אלע שלעכטס, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן וואס איז איינגעגעסן אינעם מעענטש.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס, לערן בלעטער גמרא, דאס וועט פארברענען אלע קליפות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד), 'תלמוד' באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין עבירות, און אז מען לערנט תלמוד בבלי, מען לערנט גמרא - פארברענט מען אלע קליפות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען, און דער רבי זאגט דארט ווייטער אז אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, און ביים סוף וועט מען פארשטיין; מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', אבער אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8272 - לערנען, דאווענען, העלפן, ארבעטן; נאר נישט גיין ליידיג
שמירת עינים, היטן די צייט, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל שליט"א, ער זאגט מיר דו האסט אנגעהויבן לערנען פלייסיג; דו לערנסט משניות און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ.


יעצט קומט די טעג פון 'בין הזמנים', זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו גיין ליידיג, ווייל די ערגסטע זאך איז גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט.): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט צו עבירות, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און עס ברענגט צו ווערן א נערווען קראנקער מענטש דער אייבערשטער זאל אפהיטן צו וואס מען קען צוקומען דורך גיין ליידיג.


אדער גייסטו אין שול לערנען, אדער דאווענען, אדער העלפסטו דיינע עלטערן, אדער עפעס אן ארבעט; נאר נישט גיין ליידיג, נאר נישט בטל'ען די צייט, און זיכער נישט נעמען א קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן און זיך פארברענען די מח השם ישמרינו. קוקן קליפס, מאוויס, ווידיאוס - ברענגט מען זאל ווערן א חולה נפש, מען באקומט ענקזייעטי, פאניק אטאקעס, פחדים; אלעס קומט פון קוקן עבירות רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער מיין ליבער תלמיד, האלט ריין דיינע אויגן, האלט ריין דיין מח, אויך יעצט 'בין הזמנים' איז דער אייבערשטער דא; היט זיך - וועט דער אייבערשטער דיך היטן, אז דו וועסט זיך היטן די אויגן פון קוקן שלעכטס - וועט דער אייבערשטער דיך אפהיטן פון שלעכטס; דער אייבערשטער זאגט (ירושלמי ברכות א, ה): "אִי יְהָבְתְּ לִי לִבְּךָ וְעֵינֶיךָ", אויב דו וועסט מיר געבן דיין הארץ מיט דיינע אויגן, "אֲנָא יְדַע דְּאַתְּ לִי", ווייס איך אז דו ביסט מיינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8271 - בין הזמנים קען מען מער העלפן די עלטערן
כיבוד אב ואם, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין זיידע האט מיך גערופן, ער זאגט מיר אז דו העלפסט אים זייער, די ווינטער האט זייער אסאך געשנייט, יעדע מאל נאך איידער ער האט געהאט די מעגליכקייט דיך צו רופן - ביסטו געקומען און אויפגעשארט די שניי מיט א זריזות, ער האט דיך זייער אויסגערימט.


טייערער ליבער תלמיד, יעצט אין די 'בין הזמנים' טעג זאלסטו זען וואס מער צו העלפן דיינע עלטערן און אויך דיינע זיידעס. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן טאטע מאמע, כיבוד אב ואם איז (ירושלמי קדושין א, ז): "חמורה שבחמורות", עס איז זייער א טייערע מצוה; און יעצט אין די ערב יום טוב טעג, וואס מען רופט 'בין הזמנים' טעג - זענען די עלטערן נאך מער אנגעוויזן אויף די הילף פון די קינדער; מען דארף אנגרייטן דעם יום טוב, מען דארף איינקויפן, איינרישן וכו' וכו' - זאלסטו אויסניצן די טעג זיי צו העלפן.


ווען דו העלפסט דיינע עלטערן זאל דאס זיין מיט גרויס שמחה, נישט אבי געטון און אבי געמאכט, ווי מען איז געצווינגען, מען האט נישט קיין ברירה, נאר מיט גרויס שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש טוט א מצוה מיט שמחה - איז דאס א באווייז אז זיין הארץ איז אים גאנץ מיטן אייבערשטן; ווען דיינע עלטערן רופן דיך בעטן דו זאלסט זיי עפעס טון - זאלסטו זיך פרייען אז דו קענסט זיי העלפן, זאלסט זיך אונטערזינגען און אונטערטאנצן אז דו ביסט זוכה צו מאכן א נחת רוח פאר זיי; ווייל מען האט גארנישט קיין השגה אין די גרויסע מצוה פון העלפן די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8270 - דריי זיך נישט אין גאס
חברים, הדרכות, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


טייערער ליבער תלמיד, פיר זיך מיט יראת שמים, דריי זיך צווישן די פיר ווענט פון ישיבה, און אויך יעצט 'בין הזמנים' זאלסטו זיך דרייען נאר אין שול, דארט איז די בעסטע פלאץ; די אלע וואס האבן אויסגעניצט זייערע יונגע יארן מיט לערנען אין ישיבה - די האבן זייער מצליח געווען אין לעבן, און נעבעך די אלע בחורים וואס האבן זיך געלאזט איבער רעדן פון נישט גוטע חברים איבער צו לאזן די פיר ווענט פון ישיבה און גיין זוכן אזוי גערופענע גליקן - די אלע האבן נישט מצליח געווען. ווייל אין ישיבה און אין שול - דארט געפינט זיך דער אייבערשטער, די הייליגע חכמים זאגן (שיר השירים רבה ה, ב), אויפן פסוק (שיר השירים ה, ב): "'אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר', אני ישנה מבית המקדש", אבער "ולבי ער לבתי כנסיות ובתי מדרשות", אפילו מיר האבן נישט היינט קיין בית המקדש איז אונז געבליבן די ישיבה, די שולן; דארט קען מען געפינען דעם אייבערשטן.


איך בעט דיר ליבער תלמיד, אויך יעצט אין די 'בין הזמנים' טעג זאלסטו זיך נאר דרייען אין שול, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה", אזוי ווי מען גייט אין טייך ווערט מען אויס טמא, מען ווערט טהור, "אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", אזוי אויך אז מען גייט אין שול, אפיו מען איז פארשמירט מיט נארישקייטן, די קאפ ליגט אין שלעכטע זאכן - ווערט מען ריין, מען ווערט מלאים מצוות, אנגעפילט מיט מצוות; און טאקע ווייל מען קען זוכה זיין אין שול, אין ישיבה, אין כולל - צו ווערן אנגעפילט מיט מצות - פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף בחורים און אינגעלייט זיי אוועק צו שלעפן פון ישיבה, פון כולל - און זיי אריינווארפן אין עבירות, זיי זאלן איבערלאזן די שול, איבערלאזן די ישיבה.


איך בעט דיר זייער, דריי זיך נישט אין גאס, דריי זיך נישט אין נישט גוטע פלעצער, דריי זיך נאר אין ישיבה, און יעצט 'בין הזמנים' ווען עס איז נישטא ישיבה - זאלסטו זוכן א שול וואו דו קענסט לערנען אן ווערן געשטערט. מאך זיך א הויפן ספרים, נעם א חומש, משניות, גמרא, שלחן ערוך, תהלים, און נאך - און לערן מיט א ניגון אויפן קול, און אפילו דו וועסט נישט פארשטיין אלעס אין אנהייב - זאלסטו ווייטער לערנען; ווייל אזוי גייט עס, אין אנהייב איז שווער צו פארשטיין, אבער ביים סוף עפנט זיך אויף די קאפ און מען הייבט אן פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8269 - זיך מער היטן פון מסוכנ'דיגע מענטשן
חברים, קדושה, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך הער זייער גוטע גריסן פון דיין מגיד שיעור, אז דו לערנסט און דו דאווענסט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים, איך האף דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


הער זיך גוט צו וואס דער מגיד שיעור לערנט מיט ענק, עס וועט קומען טעג און לעבן וואס דו וועסט זיך זייער מחי' זיין מיט די טעג וואס דו האסט זוכה געווען צו לערנען אין ישיבה, ישיבת היכל הקודש, און מקבל געווען אזויפיל עצות פארן לעבן.


טייערער ליבער תלמיד, אויך אין די 'בין הזמנים' טעג איז דער אייבערשטער דא, אויך ווען מען איז נישט אין ישיבה - דארף מען זיין אפגעהיטן, מען קען זיך נישט באהאלטן, אויב איינער רופט דיך אין א באהאלטענע פלאץ זאלסטו געדענקען אז דער אייבערשטער איז איבעראל, דער אייבערשטער זעט אלעס און מען קען זיך פון אים נישט אויסבאהאלטן.


טייערער ליבער תלמיד, יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' ווען מען איז נישט אין קיין מסגרת דארף מען זיך מער היטן פון מסוכן'דיגע מענטשן און זיך נישט דרייען אין ליידיגע שולן אדער אין ליידיגע ווייבער שולן, ווייל עס זענען דא נישט געזונטע מענטשן וואס זוכן יונגע בחורים און טון מיט זיי עבירות רחמנא לצלן, מען קען ווערן אומגליקליך פאר די גאנצע לעבן, און אויב איינער וויל טון מיט דיר עפעס - זאלסטו אנטלויפן, דו זאלסט דערציילן פאר דיינע עלטערן, זאלסט דערציילן פאר דיין מגיד שיעור, און אזוי ווייטער.


זאג יעדן טאג משניות, זאג וויפיל דו קענסט, קוק נישט אויף אנדערע, אז דיר קומט אן שווער דאס זאגן - זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער אייבערשטער רעכנט די ווילן און דאס הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8268 - א שטילע פלאץ זיך אויסצושמועסן מיט'ן אייבערשטן
בחור, משמש דעם רבי'ן, הדרכות, קליידער, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


יישר כח פארן העלפן רייניגן די מקוה אין שטעטל, עס איז אזא הייליגע זאך צו העלפן אין א שול, מען האט א חלק אין אלע תורה און תפילה און גוטע זאכן וואס ווערן געטון אין דעם שול.


גיי מיט חסידי'שע קליידער און חסידי'שע שיך, און אפילו עס איז דא בלאטעס ביי די ישיבה אין שטעטל - זאלסטו נאכאלץ בלייבן אנגעטון חסידי'ש, און אז עס איז דא קאלטע טעג זאלסטו אנטון א חסידי'שע מאנטל, א חסידי'שע סוועטער, מאך נישט נאך וואס דו זעסט ביי דעם און יענעם. איך דארף אלע מקרב זיין, איך נעם אלע וואס ווילן זיין אין ישיבה, אבער דו דארפסט האבן די שטארקקייט נישט זיך צו רירן פון די לבוש וואס דיינע טייערע עלטערן גייען.


ניץ אויס די טעג פון 'בין הזמנים' אויף נאנט ווערן צום אייבערשטן, מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו גיין אביסל רעדן מיטן אייבערשטן. דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן י), אלס קינד פלעגט ער זוכן א שטילע פלאץ וואו צו קענען רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, ער פלעגט ארויפגיין אין בוידעם, (ביי זיין טאטע אין שטוב איז געווען א בוידעם, דארט האט מען געהאלטן די האלץ פאר א גאנץ יאר, און די עסן פאר די פערד), דארט האט ער זיך אויסגעוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד, ער פלעגט מיט נעמען א תהלים און ער האט אריינגעפלאכטן זיינע אייגענע תפילות, אזוי האט ער געטון טאג טעגליך, און דאס האט אים געברעגט צו וואס ער האט זוכה געווען, און אזוי אויך אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע מדריגות דורך די עבודה פון רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


על כן טייערער ליבער תלמיד, מאך עס נאך, זוך אויף א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר... העלף מיך... ראטעווע מיך פונעם יצר הרע...", אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.


אויך זאלסטו נישט ווערן צעבראכן ווען דו וועסט שפירן ווי קיינער הערט דיך נישט אויס, ווען דו וועסט זען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס דו בעטסט און בעטסט און עס זעט אויס ווי גארנישט פאסירט; וויסן זאלסטו אז אלע צדיקים גייען דאס אריבער, אויך דער רבי איז דאס אריבער. דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב), ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס וואס ער בעט, און קיינער קוקט נישט אויף אים, פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8267 - זיך מחזק זיין מיט א גוטע חבר
חברים, ניבול פה, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם גוטע חברים וואס רעדן איידל, וואס מאכן נאר איידעלע ווערטלעך, און היט זיך פון פייער פון די וואס רעדן ניבול פה אדער כמו ניבול פה, און ווען דו גייסט אין גאס מיט חברים און זיי שרייען און ווילדעווען - זאלסטו אוועק גיין פון זיי, גיי נאר מיט די איידעלע בחורים. אויך זאלסטו אכטונג געבן ווען דו גייסט הפצה צו גיין אנגעטון שיין, ווייל אלע קוקן אויף די מפיצים, מען וויל זען ווי אזוי עס פירן זיך די ברסלב'ע בחורים.


אויך זאלסטו זיך נעמען א גוטע חבר מיט וועם דו וועסט זיך מחזק זיין אין עבודת השם, זוך אויף צווישן די חברים א חבר וואס האט תמימות, ווייל עס איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם א גוטע חבר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן? "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטע חבר, ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין, און מען קען אסאך מער מקבל זיין פון רבי'ן דורך א גוטע חבר.


על כן ליבער תלמיד, זוך דיר אויף א גוטע חבר און זיי זיך מחזק מיט אים, בפרט יעצט אין די 'בין הזמנים' טעג וואס מען האט נישט קיין מסגרת איז גאר וויכטיג צו האבן א גוטע חבר מיט וועם מען קען זיך שטארקן אין עבודת השם, זאלסט אים דערציילן שיינע זאכן וואס דו האסט היינט געלערנט, דערצייל אים פון דיין עבודת השם, און ער וועט דיר דערציילן וואס ער האט היינט געהאט און זיך געשטארקט, אזוי וועסטו זייער מצליח זיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, "וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", און פון מיינע חברים האב איך געלערנט מער ווי פון מיינע רבי'ס, ווייל מיט א גוטע חבר קען מען אנקומען גאר שיין.


און אז דו האסט עפעס א בלבול אדער א קטנות הדעת וועט דיר דיין חבר קענען ארויסנעמען דערפון, און דיר מחזק זיין. אזוי ווי עס שטייט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", עס איז בעסער צוויי אינאיינעם, "כִּי אִם יִפֹּלוּ, הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ", ווייל אויב איינער פאלט קען אים דער חבר אויפהייבן, "וְאִילוּ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", אבער אז מען איז איינער אליין האט מען נישט ווער עס זאל אויפהייבן, און אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו (צעטיל קטן, אות יג), אז מען האט א גוטע חבר מיט וועם מען שטארקט זיך אין עבודת השם - קען מען זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8266 - ווען מען דאווענט, דאווענט מען
בחור, משמש דעם רבי'ן, הדרכות, דאווענען, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער אז דו העלפסט דיין טאטע רייניגן די מקוה אין שטעטל, איך בין דיר זייער דאנקבאר. ביי דיר איז דאס צוויי זכותים, איינס העלפן א טאטע - דאס איז זייער הייליג; צווייטנס - משמש זיין דעם רבי'ן, וואס מען טוט אין רבינ'ס שול, חדר, סקול, ישיבה וכו' - איז א זכות און א תיקון.


יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' - זאלסטו זיך שטארקן צו דאווענען די דריי תפילות אין שול מיט מנין, זאלסט דאווענען מיט א סידור און זיך נישט ארומדרייען אהער און אהין.


אויך זאלסטו נישט לערנען ביים דאווענען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת, י.): "זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד", ווען מען דאווענט - דאווענט מען, ווען מען דאווענט - רעדט מען צום אייבערשטן, און אזוי ווי ווען מען וואלט ווען גערעדט מיט א צווייטן וואלט מען נישט אריינגעקוקט אין ספרים, און זיכער נישט ווען מען רעדט מיט א קעניג; מען וואלט געשטאנען מיט דרך ארץ פארן קעניג, איז דאך זיכער ווען מען דאווענט - דארף מען דאווענען מיט הכנעה, מיט יראה; גארנישט טון, נאר דאווענען, אריינקוקן אין סידור.


געוואוין זיך צו צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען, טרעף זיך דיין ווינקל און דארט זאלסטו דאווענען מיט א זיסקייט, און וויסן זאלסטו, אין די צייט וואס מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין - דעמאלט איז די הימל אפן, און דער אייבערשטער איז מוחל פאר די גאנצע מנין אלע עבירות, עס איז דעמאלט אן עת רצון (ברכות ז:); זאלסטו זיך נישט ארומדרייען אהער און אהין, און זיכער נישט שמועסן און רעדן מיט חברים; ביים דאווענען זאלסטו נאר אריינקוקן אין סידור.


אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען ביים דאווענען שמונה עשרה, ביים סוף, פאר די צווייטע 'יהיו לרצון אמרי פי' - צו מאכן א סטאנציע און זיך דארט אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אים בעטן אויף אלעס; אויף א גוטע שידוך, אויף ערליכע דורות, אויף פרנסה, און אויף זוכה זיין צו תשובה שלימה, בעט אין דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון, אין אידיש: "הייליגער באשעפער העלף מיך, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, וואס קען איך טון, דער יצר הרע ווארפט מיך אראפ אין נישט גוטע זאכן"... אזוי זאלסטו טון ביי אלע דריי תפילות; יאג זיך נישט אויס צו טרעטן שמונה עשרה, בלייב שטיין מיטן סידור אויפן פנים און רעד צום אייבערשטן, רעד זיך אויס דיין הארץ; דאס וועט דיך ברענגען צו הויכע מדריגות, ווייל אלע צדיקים זענען צוגעקומען צו זייערע הויכע מדריגות דורך די עבודה פון תפילה והתבודדות, רעדן צום אייבערשטן כידבר איש אל רעהו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8265 - גוטע חברים דארף מען האבן אויך בין הזמנים
בחור, הדרכות, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' ווען די ישיבות און די כוללים זענען פארמאכט - זאלסטו זיך ווייטער נאר חבר'ן מיט ערליכע חברים, ווייל אפילו א גוטער בחור און א גוטער אינגערמאן, אויב וועט ער זיך דרייען מיט בחורים אן יראת שמים - וועט ער נאכגעשלעפט ווערן נאך זיי. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (משלי יג, כ): "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", אז מען דרייט זיך מיט נישט ערליכע חברים ווערט מען נאכגעשלעפט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט משלי, רמז תתקנ), אז א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים, אפילו ער קויפט נישט קיין בשמים - גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע שמעק.


ספעציעל זאלסטו זיך זייער היטן פון די וואס גייען ארום צו טישן פון רבי'ס מיט די כוונה צו מאכן ליצנות, און זיי רעדן שלעכטס אויף רבנים, ראשי ישיבות; פון די זאלסטו זיך זייער היטן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן העלפט מען אים צו פון הימל ער זאל אוועק גיין, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט דער הייליגער מוהרנ"ת, מען כאפט אן דוקא דעם פסוק: "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", ווייל אז א מענטש וויל זיך מטמא זיין - ברענגט מען אים א לץ וואס לאכט אפ פון צדיקים, פון רבנים און ראשי ישיבות, ביז מען פאלט אראפ רחמנא לצלן אין די טומאה השם ישמרינו.


'בין בזמנים' איז גארנישט אנדערש ווי א גאנץ יאר, גוטע חברים דארף מען האבן אויך 'בין הזמנים'. האלט אויפן דיינע אויערן, אז דו הערסט פון די גרופע בחורים אדער אינגעלייט ווערטלעך פון ניבול פה - זאלסטו זיך נישט חבר'ן מיט זיי, און אז זיי ווייזן דיר אין טעלעפאן אדער זיי שיקן דיר נישט גוטע זאכן - זאלסטו זיך נעמען אנדערע חברים, ווייל מען קען אינגאנצן אוועק פאלן און מען פארלירט אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8264 - בלייב אין שטוב אויף פסח
כיבוד אב ואם, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וואו צו זיין פסח וכו'; פאר נישט אוועק אויף פסח, בלייב אין שטוב. עס איז זייער שיין צו זיין יום טוב אין שטוב, פסח מיט די ווייב און מיט די קינדער איז גאר גאר שיין. עס איז זייער הייליג ווען דער טאטע געבט איבער פאר די קינדער פסח ביים סדר די הייליגע אמונה, עס איז נישט אזוי שווער פסח'דיג צו מאכן די שטוב, אז מען טוט עס מיט שמחה - איז דאס גאר געשמאק, און אזוי קען מען זיין אין שטוב פסח.


העלף דיין ווייב מאכן פסח'דיג, בעיקר זאלסטו איר מחזק זיין מיט גוטע ווערטער, און איר אויסהערן, און זיכער איר אויסרימען; דאס איז דאך אונזער מצוה, מיר זאלן מחיה זיין און פרייליך מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


אז דיינע עלטערן האבן נישט ווער עס זאל זיין מיט זיי, און זיי רופן דיך צו קומען - איז א מצוה צו גיין, אבער אז דיינע ברידער און שוועסטער גייען שוין - פעלט נישט אויס דו זאלסט אויך גיין; ענדערש בלייב אין שטוב, מאך א שיינע סדר, געב איבער פאר דיינע קינדער די ריינע אמונה, ליל הסדר באקומען די עלטערן ספעציעלע כוחות פון הימל צו קענען פלאנצן די אמונה אין זייערע הערצער, פסח ביינאכט קומט צו יעדן טאטן הימלישע כוחות צו קענען משפיע זיין אויף זיינע קינדער; אפילו א גאנץ יאר האט מען נישט קיין דיבורים, מען האט נישט וואס צו פארקויפן, אנדערש איז פסח ביינאכט, דעמאלט באקומט מען הימלישע כוחות, מען באקומט דיבורים איבער צוגעבן פאר די דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8263 - ביים טאנצן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן שטילערהייט
תפילות אויף אידיש, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים איז זייער א הייליגע טאג, מען קען פועל'ן ביים אייבערשטן אלעס וואס מען דארף, וויל איך דיך מחזק זיין דו זאלסט אויסניצן די טאג מיט קדושה וטהרה, דער עיקר זאלסטו אויסניצן די טאג מיט תפילה והתבודדות, ווען דו טאנצט און שפרינגסט - זאלסטו זיך שטילערהייט מתבודד זיין, שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער.


עס איז געווען ביי אנשי שלומינו א איד ר' מאיר טעפליקער, ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה, אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן, געטרינקען און געטאנצן, איין יאר פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד הייבט אן קרעכצן: "ווי קען איך טאנצן ווען איך האב א צבי' אויפן קאפ? איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צבי' דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איר האט טאקע א גרויסע פראבלעם, אבער איז דאס דען די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה - שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צבי', איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן", ר' מאיר הייבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאגט מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צבי' אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דער אייבערשטן, און נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, זי איז א כלה געווארן און חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב.


ליבער ברודער אזוי זאלסטו טון, ביים טאנצן זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן שריי: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער, איך בין אזוי פארפלאנטערט ביים יצר הרע, ער פייניגט מיך מיט שלעכטע תאוות, הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8262 - פורים, א צייט זיך איבערצובעטן
שלום, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים אינדערפרי גלייך נאכן דאווענען זאלסטו זען צו מקיים זיין די מצוה פון משלוח מנות איש לרעהו און די מצוה פון מתנות לאביונים.


געב פאר דיינע עלטערן משלוח מנות, פורים איז א גוטע צייט צו מאכן שלום מיטן שיקן א משלוח מנות, שלום מאכן מיט משפחה, שכנים און חברים וואס מען האט זיך אינמיטן יאר פארטשעפעט, עס דארף נישט זיין קיין טייערע זאכן, דער עיקר איז די הארץ, און מיט דעם מעקט מען אויס עמלק. ווייל המן און עמלק ווילן נאר מאכן פירוד לבבות, זיי ווילן נאר מקטרג זיין איינער אויפן צווייטן און מיט דעם וואס מען אנטלויפט פון מחלוקת און מען זוכט ווי מער צו פארמערן שלום און ליבשאפט - איז מען מקיים די מצוה פון אויסמעקן המן עמלק; דעריבער זאלסטו זיך איבערבעטן מיט דיין משפחה, שכנים און חברים, און זיכער מיט דיינע עלטערן. זאלסט זיי ארומנעמען און זיי איבערבעטן, מיט דעם וועסטו פועל'ן דיין ישועה.


ליבער ברידער היינט פורים איז א גוטע צייט זאלסט זיך איבערבעטן מיט דיינע עלטערן, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי מכבד זיין עלטערן און מאכן א נחת רוח פאר עלטערן, און אויך ווען עס קומט אן שווער, מען האט עלטערן וואס איז שווער צו זיין מיט זיי וכו' - איז נאך מער חשוב די מצוה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לפום צערא אגרא"; זאלסטו היינט אינעם הייליגן טאג פורים זיך איבערבעטן מיט זיי, גיי ארויף צו זיי, ברענג זיי משלוח מנות און בעט זיך איבער, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דיר געבן אלע דיינע בקשות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8261 - טרוקן, טונקל, קאלט און אויסגעלאשן
התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען עס גייט איבער אויף דיר חלישת הדעת און בלבולים וכו' וכו', און דו דערהאלסט זיך, דאס איז א גרויסע חידוש, יעצט שיינסטו און לייכסט אין אלע עולמות, דיקא יעצט ווען עס איז חושך אפילה, אלעס איז טונקל, אלעס איז קאלט, אויסגעלאשן וכו', און דו גייסט אן מיט עבודת השם, יעצט שאקלסטו אלע הימלען.


דו ווייסט אז מוהרנ"ת האט געזען איינער פון די תלמידים ווי עס ברענט אין אים עבודת השם וכו', האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "יעצט האב איך נאכנישט הנאה פון דיין עבודת השם יתברך, נאר דעמאלט ווען איך וועל דיך זען אין א קטנות הדעת און דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן, ווען דו וועסט אראפפאלן און דו וועסט ווייטער טון וואס מען דארף טון – דעמאלט וועל איך הנאה האבן".


עס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט אנשי שלומינו, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט דעם אז מיר זענען ברסלב'ע חסידים דארפן מיר קענען אנגיין אין די טרוקענע טעג, אין די קאלטע טעג, אין די טעג וואס מען זעט נישט, ווען מען שפירט נישט און ווען מען פאלט השם ישמרינו, דארף מען זיך אנהאלטן אין רבי'ן, אפיר זוכן די גוטע נקודות, ארויסכאפן אפאר טרוקענע דיבורים, נישט ווארטן צו האבן די הארץ... נאר טון לעובדא ולמעשה.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8260 - עמלק וויל מיך אוועקנעמען פון צדיק
תפילות אויף אידיש, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז שבת זכור, מיר גייען אויסמעקן עמלק, אלע קומען אין שול הערן די קריאה פון שבת זכור, עס איז א מצות עשה דאורייתא אויסצומעקן עמלק. די עיקר קליפה פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות אינעם מענטש, "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן" (שמות יז, ז), און גלייך נאכדעם שטייט: "וַיָּבֹא עֲמָלֵק" (שם, ח); המן-עמלק מאכן אלע צרות, זיי מאכן משוגע דעם מענטש אז דער היינטיגער טאג איז שוין פארפאלן, היינט וועסטו שוין נישט מצליח זיין, היינט וועסטו שוין נישט אויפטון, און אזוי מאכט ער יעדן טאג משוגע, און דערפאר שטייט (שם, ט): "צֵא הִלָּחֵם בַּעֲמָלֵק מָחָר", האלט מלחמה מיט די קליפה פון עמלק, וואס זאגט 'מחר', מארגן.


הייב היינט אן דאווענען און לערנען, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, היינט גיי אין שול, היינט גיי אין מקוה, היינט נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, נישט מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן גייט זיין?!


שבת זאלסטו גיין אין שול, און אז דיין ווייב קען גיין הערן קריאת עמלק זאל זי גיין, און בעט דעם אייבערשטן: "העלף מיך, עמלק וויל מיך אוועק נעמען פון צדיק, פון משה רבינו, 'אֲשֶׁר קָרְךָ' (דברים כה, יח), עמלק קילט מיך אפ מיט ליצנות, 'וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ' (שם), ער נעמט נארישקייטן 'וזורקן כלפי מעלה' (רש"י, שם), און מאכט מיך טראכטן פון זיי, אבי נישט פונעם צדיק וואס קען מיך העלפן..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8259 - אויסמעקן עמלק דעם שבת
שבת זכור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך בר מצוה מיין זון הבחור יצחק דוד נרו יאיר דעם מוצאי שבת, ער ווערט בר מצוה דעם שבת קודש, די סעודה וועט זיין מוצאי שבת אינאיינעם מיט א מלוה מלכה אין ישיבה. אויב דו וועסט זיין אין שטאט און עס וועט דיר נישט זיין קיין טירחא צו קומען צו די בר מצוה - וועל איך זיך זייער פרייען, (די סעודת בר מצוה איז נישט פאר פרויען).


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען אויסמעקן עמלק דעם שבת, דורך ארייננעמען אין דיר די ריינע אמונה, צו וויסן און געדענקען אז אלעס וואס פאסירט, אלעס אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8258 - אזוי צעבראכן און אזוי מבולבל
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו' וכו' – דאס איז אלעס למען הבחירה והנסיון, דיך צו אויספרובירן און דיך אויפהייבן זאלסט קומען נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, אפילו דו ביסט אזוי צעבראכן און אזוי מבולבל, ביסט אריין אין א קטנות הדעת – זאלסטו זיך מקשר זיין צום רבי'ן און זיך נישט לאזן פארווארפן ווערן. דאס מוזן אלע בהכרח אריבערגיין, אלע צדיקים זענען דאס אריבער, זיי האבן זיך געשפירט אזוי דערווייטערט און אזוי פארווארפן, און ווען נישט וואס זיי וואלטן זיך געשטארקט און זיך נישט נאכגעלאזט – וואלטן זיי פארפאלן געווארן.


דער רבי האט דערציילט אז אפילו דער הייליגער בעל שם טוב איז געווען אין די סכנה, ער פלעגט פלוצלונג שפירן ווי ער האט סיי וויי גארנישט און ער איז פארפאלן, און ווען נישט וואס ער האט זיך געשטארקט וואלט ער חס ושלום אויפגעגעבן, (עיין לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח; שיחות הר"ן, סימן מח).


איך קען דיר נאך אסאך שרייבן, אבער איך בין אפגעמאטערט.


שטארק זיך, זיי זיך מחי' מיט דעם אז דו ביסט א איד, זיי זיך מחי' אז דו ביסט געווען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן, און א תיקון וועסטו שוין יא האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.