בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8041 - גיין צו א קורס פאר שלום בית?
שלום בית, הדרכות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


בנוגע דיין פראגע צו גיין צו א קורס וואס לערנט אויס שלום בית וכו'.


לדעתי, נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן, האט קיינער נישט וואס צו מוסיף זיין, נאכן מקבל זיין פון רבי'ן ווי צו לעבן אין שטוב אן חומרות און אן פרישות, נאר מיט ליבשאפט און מיט רחמנות האבן אויף די ווייב, מכבד זיין די ווייב; איז וואס קענסטו מער באקומען?


ליבער ..., דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט מיך טועם געווען, קען מען שוין נישט אפנארן"; אז דו האסט שוין טועם געווען פון רבי'ן, איז וואס נאך קענסטו הערן? דארפסט נאר אנהייבן צו ניצן די עצות פון רבי'ן, גיין יעדן טאג התבודדות, נעם דיין קאר און ווען דו פארסט אינדערפרי זאלסטו פארמאכן די פענסטערס און שרייען קולי קולות: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף א ישועה, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך זינק אין בלאטע, איך טו וויי מיין נשמה, איך טו וויי די שכינה"; אין די קאר קען מען אזוי גוט שרייען, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ אן דעם וואס איינער זאל וויסן, אן דעם וואס מען זאל הערן.


אויך זאלסטו זיך באנייען מיט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות.


איך פאר יעצט קיין ארץ ישראל, די פליגער ווארפט זיך שרעקליך, עס איז נישט מעגליך ווייטער צו שרייבן.

#8040 - בינד זיך צו צום צדיק
התחדשות, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


מיר דארפן האבן מער שייכות, ווען מיר האבן געהאט שייכות ביסטו געווען מער פרייליך, און אז מען איז פרייליך איז אלעס אין פלאץ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך שטענדיג, איז מצליח.


בינד זיך צו צום צדיק, דער רבי זאגט (שם, אות צדיק חלק א, סימן קצו): "הִתְקַשְּׁרוּת לַצַּדִּיק הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אז מען בינדט זיך צו צום צדיק איז דאס א גרויסע רפואה; מען ווערט אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש, מען ווערט פרייליך, עס פאלן אוועק אלע דמיונות און חכמות המדומות.


הייב צוריק אן אויסהערן די שיעורים פון ישיבה, רוף אריין די האטליין קול ברסלב און הער די ליכטיגע אמונה שיעורים, די זיסע דיבורים פון רבי'ן, אלעס וועט אויפשיינען, דו וועסט ווערן פרייליך און דיין גאנצע שטוב וועט פרייליך ווערן.


איך בין יעצט אויפן פליגער העכער די וואלקענעס, איך פאר קיין ארץ ישראל מחזק זיין אנשי שלומינו און מתפלל זיין פאר אונז.


קום אריין פון צייט צו צייט רעדן, אפילו דו האסט נישט וואס צו רעדן נאר זיך זען – וועט דיך אויפלעבן.

#8039 - ווייטער מאכן צאמקומען פאר פרויען
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ווייטער מאכן צאמקומען פאר פרויען, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס חיזוק און עצות, און אז עס קומען נאר אפאר פרויען, און אפילו נאר איין פרוי וועט קומען זאל זי דאס ווייטער אנהאלטן, ווייל עס גייט אריבער אסאך שווערע טעג אויף פרויען, מיט אויפציען קינדער, מיט ברענגען קינדער וכו' וכו', און נאר מיט די עצות פון רבי'ן האט מען כח צו טון ווייטער די ארבעט.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל נישט מיד ווערן פון איינלאדענען פרויען פון אנשי שלומינו, און אפילו זי זעט אז נאכן רופן קומען זיי נישט – זאל זי ווייטער רופן, זי זאל מיט חכמה נאכאמאל פרובירן אויף אנדערע אופנים, נישט אויפגעבן אויף קיינעם.


אויך דו זאלסט מחזק זיין אנשי שלומינו און גיין הפצה ביי ענק אין שטאט, זיי נישט קיין בייזער למדן, ענדערש זאלסטו עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן ווי צו זיצן איינגעשפארט און טראכטן נאר פון זיך.


איך בין אויפן וועג קיין ארץ ישראל, איך פאר מחזק זיין אנשי שלומינו און מתפלל זיין פאר אונז אלע.

#8038 - פאדקעסטס פון מינים ואפיקורסים
משניות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דעם וואס דו האסט אפגעלאזט אלע עפפס, אלע פאדקעסטס; ווייל די סכנה פון די אינטערנעט איז דאס וואס אינגעלייט הערן זיך צו וואס מינים ואפיקורסים רעדן דרשות, אזויפיל טרייף פסול קומט ארויס יעדע רגע, מענטשן וואס זעען אויס אז זיי קענען און ווייסן וואס זיי רעדן, זיי זעען אויס ווי תלמידי חכמים, אבער עס איז מינות וכפירה, און נעבעך טייערע אומשולדיגע אינגעלייט ווערן אנגעפילט מיט די סם המות; גאנץ ספר משלי איז געשריבן אויף די סכנה, ווי מען קען אלעס פארלירן.


איך האב געוואוסט אז דו האסט די זאכן, און דו קוקסט וכו' וכו', דאס האב איך געזען אויף דיין פנים, און דאס זע איך אויף אלע אינגעלייט נעבעך, די וואס קוקן דרשות של דופי, (פאדקעסטס פון מינות וכפירה, דרשות פון חקירות) – זעט מען אויף זייער פנים...


דאס איז נישט עפעס העכערס, דאס איז נישט רוח הקודש, דאס זאגט דער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תט): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים..." מען קען זען אויפן פנים פון דער וואס קוקט נעבעך אין ספרי מינות, און לעצטנס איז דיר דיין פנים צוריק מסודר, האסט צוריק דיין צלם אלקים.


זיי מתקן דאס אלעס מיט זאגן ח"י פרקים משניות, משניות איז מזכך ומטהר את הנפש; "המאור שבה", די ליכטיגע תורה וועט דיר צוריק ליכטיג מאכן און דיך מתקן זיין.

#8037 - נישט זיך פארטיפן אין לערנען ביים שבת טיש
חינוך הילדים, שבת קודש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביי די סעודות שבת זאלסטו זיך נישט פארטיפן אין לערנען, זינג מיט דיינע קינדער זמירות שבת, און אז די קליינע קינדער זענען פארשפילט מיט זייערע שפילצייג – זאלסטו שמועסן מיט דיין ווייב, דערצייל איר שיינע זאכן פון די פרשה, מעשיות פון מדרשים, און וואס דו האסט געהערט ביי די ליל שישי שיעור, אבער פארטיף זיך נישט אין לערנען.


מוהרא"ש פלעגט לערנען א שטיקל פון ספר הקדוש נועם אלימלך; דאס קענסטו טון אבער נישט מער פון דעם.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון אן אדם גדול וואס האט שפעטער געזאגט אז ער האט חרטה פארן לערנען ביי די סעודות שבת, ער וואלט זיך ווען געדארפט מער אראפלאזן צו זיין משפחה, צו די קינדער.


מיט די הקדמות פון רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש קען מען פון אלע שמועסן, נייעס, וועלטליכע נייעס – מאכן כלים צו מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, דורך אלעס מקשר זיין מיט אמונה און מיטן צדיק.


איך בין יעצט אויפן פליגער, איך פאר קיין ארץ ישראל מחזק זיין אנשי שלומינו און מתפלל זיין פאר אונז אלע.

#8036 - יישר כח פאר די שיינע נדבה פאר די ישיבה
צדקה, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער איידעם ר' ... נרו יאיר האט מיר איבערגעגעבן די שיינע גרויסע נדבה פון אייך פאר אונזער ישיבה, איך וויל אייך באדאנקען פאר דעם און אויך פאר די נדבה וואס איר האט געגעבן דעם פארגאנגענעם זומער; דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע ברכות, מיט געזונט און מיט נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך.


שטארקט אייך, און וואס איר דארפט נאר זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן. שמועסט מיטן באשעפער אין אייער שפראך, אין אידיש. בעטס פון אים פאר די קינדער און אייניקלעך, מיט תפילה פועל'ט מען אלעס, תפילה איז די שטערקסטע זאך אויף די וועלט.

#8035 - גרויסע נייעס, עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט
נייעס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך זייער מחי' געווען מיט די בריוו און מיר דערציילן דיינע סיומים אז דו האסט מסיים געווען די זיבעצנטע מאל משניות און אז דו הערסט מער נישט קיין נייעס, עד כדי כך אז דו ווייסט גארנישט וואס טוט זיך אין די וועלט, דיין גאנצע נייעס איז די האט-ליין 'קול ברסלב', אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און דאס איז די תכלית; אים צו דינען און נישט עפעס אנדערש.


מוהרא"ש זאגט, ווען משיח וועט קומען וועט נאר דאס שטיין אין די נייעס, די גרויסע אותיות - וואס מיט דעם הייבט מען אן די ארטיקל – וועט שטיין מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און צו אים דארף מען זיך ווענדן, און א רחמנות אויף די וואס פארלאזן זיך אויף מענטשן; און דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח וועט נישט זיין קיין חילוק, וואס משיח וועט לערנען לערן איך שוין יעצט, איין חילוק איז דא, ביי מיר איז נאך דא די בחירה", און אז ביי משיח וועט זיין די נייעס "אין עוד מלבדו" – איז יעצט אזוי ביים רבי'ן, דאס איז אונזער נייעס, דאס רעדט מען צווישן אנשי שלומינו, אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און עס איז נישטא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר אים צו דינען, נאר צו אים רעדן, נאר דאווענען און לערנען און דאווענען (שיחות הר"ן, סימן רפז).


איך בין אויפן וועג קיין ארץ ישראל מחזק זיין אנשי שלומינו און מתפלל זיין פאר אונז אלע.

#8034 - די באבע פארקאש עליה השלום
אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי מיר, ביי מיין איידעם נתנאל פארקאש. שבת בין איך געווען אין שטעטל, מען האט א נאמען געגעבן פארן קינד רייזל, נאך אייער מאמע עליה השלום.


ביי די קידוש האב איך דערציילט שיינע זאכן פון אייער מאמע עליה השלום, ווי זי האט זיך געשטארקט אין איר לעבן, און פון איר חכמת נשים בנתה ביתה; זי איז געווען א מאמע פאר ענק, אויך א מאמע פאר אלע אייניקלעך, און א מאמע פאר אסאך פון אנשי שלומינו, זי האט שטענדיג געטון חסד, איר טיר איז געווען אפן פאר חסד, אלץ מיט א שמייכל, און אפילו איר לעבן איז נישט געווען גרינג, זי האט אסאך מיטגעמאכט וכו' וכו', דאך איז זי געווען פעלזן פעסט מיט אמונה, און מיט אמונת חכמים, איך פריי זיך אז מיין אייניקל טראגט אזא נאמען.


אויב איר קענט איבערגעבן פאר אייער חשוב'ע טאטע ר' אברהם חיים א "מזל טוב", איך האב זייער געוואלט רעדן מיט אים, אויך מיין טאטע האט אים געוואלט רופן וואונטשן א מזל טוב, אבער ער האט נישט קיין טעלעפאן; איז אויב איר קענט אים זאגן אז איך וואונטש אים א מזל טוב מיט א ברכה ער זאל זיין געזונט און שטארק און קענען דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה, איך האב אייך שיינע זאכן צו דערציילן וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף אייער טאטע, אין א צווייטע געלעגנהייט אם ירצה השם.


שטארקט זיך מיט אייער ארבעט מיט אויפציען אייערע קינדער, אזוי מאכט איר א נחת רוח פאר אייער מאמע אין גן עדן.

#8033 - ארויספארן פארטיילן די הייליגע ספרים פון רבי'ן
הפצה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר פרעגן, אפשר קענסטו מאכן א חברת מפיצים וואס פארן ארויס פון שטעטל בחברותא קיין מאנסי און צו אנדערע געגנטער וואו אידן וואוינען – פארטיילן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, בפרט אין די קומענדיגע זעקס וואכן, אין די ימי השובבי"ם ווען מען קען מתקן זיין חטאים וואס א גאנץ יאר איז דאס שווער. דער הייליגער אריז"ל (שער רוח הקודש, תיקון כז), האט מגלה געווען אז אין די זעקס וואכן פון שובבי"ם, און אין אן איבער-יאר איז דאס אכט וואכן – קען מען פאררעכטן דעם חטא פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און אזוי אויך אלע סארט פגמי הברית רחמנא לצלן, נדה רחמנא לצלן, נשג"ז רחמנא לצלן, און דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָלָה שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחְזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין די עבירה זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; זאלסטו צוויי מאל א וואך ארויספארן פון שטעטל מיט אינגעלייט און בחורים און גיין אויף די שטיבער, קלאפ אין די הייזער, טייל אויס די זיסע ליכטיגע ספרים און קונטרסים וואס היילן די בת מלך, וועסטו אליינס ווערן געהיילט.


איך בין אויפן וועג קיין ארץ ישראל, איך בין געפארן מחזק זיין אנשי שלומינו און אויך צו מתפלל זיין, איך וועל בעטן פאר דיר און דיין ווייב.

#8032 - עס וועט דיר בעסער ווערן
רפואה, משניות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל אז דו האסט שרעקליכע יסורים, איך האב אסאך געבעטן פאר דיר, איך האב דערמאנט אלע גוטע זאכן וואס דו האסט געטון פאר אונזערע מוסדות און קהילה; איך ווארט צו הערן אז דו שפירסט זיך שוין גוט, די ווייטאג איז אוועק.


שטארק זיך, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן ניסים, עס וועט דיר בעסער ווערן און ברייטער ווערן, נאר חס ושלום נישט פרעגן קיין קשיות אויף די אמונה, נאר בעטן ברחמים ובתחנונים.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און זאג די "יום תהלים", דאס זאל זיין פאר אלע אנדערע שיעורים, ווייל משניות און תהלים איז פאר די נשמה.

#8031 - אז מען ווארט אויס, ווערט דאס לערנען זיס
כולל, לימוד התורה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן דאס לערנען. וויסן זאלסטו, אין אנהייב איז דאס לערנען אן טעם, אבער אז מען ווארט אויס, מען בלייבט לערנען – ווערט עס זיס, ביז מען וויל דאס מער נישט אפלאזן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יז), ווען מען הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה דארף מען שוין מער נישט קיין עולם הבא, מען וויל נאר די תורה אליין.


אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אין כולל זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, לערן שנים מקרא ואחד תרגום פון די וועכנטליכע פרשה; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, און אויך זאלסטו לערנען משנה, לערן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, אויך זאלסטו לערנען די בלאט גמרא פונעם טאג. קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת וארא הייבן מיר אן מסכת מנחות; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג די בלאט גמרא, אויך זאלסטו זאגן די יום תהלים יעדן טאג.


דאווען אלע דריי תפילות מיט מנין, לעש אויס די טעלעפאן ביים דאווענען, דאווען מיט א סידור אויף איין פלאץ, דאווען מיט מנין.


איך האב דיך ליב.

#8030 - נאכ'ן לעפל מוסר, באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות
חינוך הילדים, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור וכו', ערשטנ'ס עס איז נישט אזוי זיכער אז די מעשה איז בכלל וואר, צומאל קען א בחור מאכן א פאלשע מעשה אויף זיינ'ס א חבר אין ישיבה צוליב קנאה. את חטאי אני מזכיר היום, מיט יארן צוריק, ווען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נאך געלעבט, האב איך פארשיקט א בחור פון ישיבה, נאכדעם וואס איינער פון די בחורים זענען זיך געקומען באקלאגן, מיט טרערן אין די אויגן, אויף יענעם בחור, אז ער האט אים באצווינגען און געטון מיט אים מעשה תועבה רחמנא לצלן, ער האט אים געבינדן די הענט און די פיס און געטון וכו' וכו'; איך האב פארשיקט דעם בחור, נאכן הערן אזויפיל מאל פון מוהרא"ש ווי ער ווארנט מיך אז איך זאל אכטונג געבן אז אין ישיבה זאלן נישט זיין בחורים וואס לויפן נאך אנדערע בחורים וכו'.


די קומענדיגע דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור, ווען מיר זענען געגאנגען שעפן חיות פון מוהרא"ש; דו האסט נישט קיין השגה, ווי שטארק מיר האבן ארויסגעקוקט א גאנצע וואך ווען וועט שוין זיין ליל שישי און מיר וועלן קענען נאכאמאל זיצן און הערן א שיעור פון מוהרא"ש; דאס האט אונז געגעבן פשוט לעבן און כח פאר נאך א וואך. און די וואכן וואס מוהרא"ש איז געווען אין ארץ ישראל, און עס איז נישט געווען קיין שיעור ליל שישי, איז אונז ממש געווען טינקל אין די אויגן.


נאכן שיעור ווען איך בין אריין צו מוהרא"ש, פרעגט מיך מוהרא"ש: "פארוואס האסטו פארשיקט דעם בחור?" האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש די מעשה וואס דער אנדערער בחור האט מיר דערציילט, און ווי ער האט געוויינט מיט טרערן אז ער וויל זיין ערליך און דער בחור באצווינגט אים צו טון מיט אים עבירות. מוהרא"ש קוקט אויף מיר און פרעגט מיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת?" מוהרא"ש זאגט מיר: "נישט יעדע מאל ווען איינער דערצייילט א מעשה - איז דאס וואר"; מער פון דעם האב איך נישט געדארפט, איך האב גלייך צוריק גענומען דעם בחור אין ישיבה, און געלויבט דעם אייבערשטן, ביידע בחורים האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שיינע ערליכע אידישע שטיבער.


דאס זעלבע פרעג איך דיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת? נישט יעדע מאל ווען איינער דערציילט א מעשה איז דאס וואר".


צווייטנס, אפילו עס זאל יא זיין אמת די מעשה, אז דער בחור האט געזאגט פאר א צווייטן בחור ווי אזוי מען קען אויפזוכן שלעכטע זאכן צו קוקן, דארפסטו – אלס מחנך – אים ווייטער ליב האבן, און נאר אזוי וועסטו אים קענען מאכן פאר אן ערליכער איד.


רעד צו דיינע תלמידים אז מען זאל אכטונג געבן צו האבן ריינע אויגן, געב זיי א לעפל מוסר און נאכן געבן דעם לעפל מוסר באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות, אז אפילו מען איז אראפגעפאלן אין קוקן עבירות, האט דער אייבערשטער נאכאלץ ליב דעם מענטש און מען קען נאך זיין א גרויסער צדיק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דורך גיין אין מקוה, זאגן תיקון הכללי און זאגן ח"י פרקים משניות. ווייל מוהרנ"ת האט אונז געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען געבט דעם מענטש דארף מען אים אנגיסן מיט א שיסל חיזוק", און דאס איז זייער וויכטיג פאר מחנכים; סיי מלמדים, מגידי שיעורים, לערערינס, מנהלים, מנהלת; ווען מען געבט א לעפל מוסר פאר א תלמיד, א תלמידה, דארף מען געדענקען פון מוהרנ"ת, אנצוגרייטן א שיסל חיזוק מיט ליבשאפט צו גיסן אויפן מענטש, ווייל דער סמ"ך מ"ם האלט אין איין צעקלאפן דעם מענטש אינערליך, ער מאכט אים שפירן ווי דער אייבערשטער האט אים שוין מער נישט ליב, ספעציעל, גייען די בני הנעורים אריבער די סארט געפילן, זיי שלאגן און האקן זייער נפש אז 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין, א צדיק וועל איך שוין זיכער נישט זיין, צוליב מיינע עבירות וואס איך האב שוין געטון'.


טייערער ליבער ..., דאס וואס דו האסט מיר געשריבן אינעם בריוו וכו' וכו', געדענקזשע וואס איך האב דיר געלערנט, אז די זעלבע מחשבה וואס דו האסט אויף א תלמיד, אז ער דארף דיך נישט, ער איז ברוגז אויף דיר און ער פירט מיט דיר א רוגזה, די זעלבע קטנות הדעת האט דער תלמיד, ער טראכט דאס זעלביגע, אז 'דער מגיד שיעור האט מיך נישט ליב, און דער מגיד שיעור איז ברוגז אויף מיר, און דער מגיד שיעור פירט מיט מיר א רוגזה'; ווען באמת איז דאס נישט אזוי, דער תלמיד שטייט און ווארט אויף א גוט ווארט פון דיר, ער שטייט און ווארט צו באקומען א ליבליכע שמייכל, און ער קען דאס נישט באקומען צוליב דעם וואס דו ביסט בקטנות הדעת.


גיי אביסל התבודדות, זוך זיך אויף א שטילע ווינקעלע, און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן הייליגן באשעפער, בעט אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין בגדלות המוחין, איך זאל קענען אויפהייבן אלע מיינע תלמידים, איך זאל זיי אלע ליב האבן, און איך זאל נישט גלייבן ווען מען רעדט צו מיר אויף זיי שלעכטס, העלף מיר איך זאל האבן חן ביי זייערע אויגן און זיי זאלן האבן חן אין מיינע אויגן, און ווען איך זע ווי א תלמיד בלאזט אויף מיר, זאל איך געדענקען אז דאס איז נישט ווייל ער איז מיך נישט גורס, איך זאל געדענקען אז דאס איז א סימן אז ער איז צעבראכן, דאס איז א סימן אז ער דארף פון מיר מער ליבשאפט און ווארעמקייט פון אנדערע".


איך דארף מקצר זיין, איך בין זייער פארנומען מיט די ארבעט.


לייג אוועק די בריוו ווייל דו וועסט דארפן די בריוו לימים הבאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8029 - העלפן דעם מאן ברענגען פרנסה?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע אויב א פרוי האט א פליכט צו ארבעטן - איז די ענטפער ניין; די פרוי האט נישט א פליכט צו ארבעטן און ברענגען פרנסה, ברענגען פרנסה איז די פליכט וואס דער מאן האט; אדם הראשון האט באקומען די ברכה פון ברענגען פרנסה און חוה האט באקומען די ברכה פון ברענגען און ערציען קינדער, אבער אז די פרוי וויל העלפן איר מאן אויך מיט דעם, זיך צו קענען דעקן - איז דאס חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


אז די פרנסה איז יעצט אביסל בצמצום איז גוט אז איר העלפט ארויס אייער מאן שפייזן די קינדער, דאס איז מער חשוב ווי ארבעטן אויף אוועק לייגן געלט; ארבעטן צו אוועק לייגן געלט אויף שפעטער - האט נישט קיין פשט.


זייט פרייליך, זינגט און טאנצט ניגוני שמחה ואמונה, וועט איר זען ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8028 - גיי נישט אין קיאסק
קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


גיי נישט אין קיאסק, מען קען אראפפאלן אין שאול תחתית, מען קען אלעס פארלירן; איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן אז דו גייסט מער נישט גיין. בכלל וויל איך באקומען פון דיר כאטש איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זיין נאנט מיט דיר.


שרייב מיר איין מאל א וואך א טשארט פון די וואך אויב דו האסט יעדן טאג געזאגט אכצן פרקים משניות, יעדן טאג דעם יום תהלים, יעדן טאג געלערנט גמרא, ספר המידות און עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8027 - דן זיין לכף זכות
משמש דעם רבי'ן, דן לכף זכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ויזרח


דראפע זיך און דערהאלט זיך!


דו האסט א טענה אז דער מנהל איז דיר נישט דן לכף זכות ווען אין די זעלבע צייט ביסטו אים נישט דן לכף זכות... דו ווייסט וואס ליגט אויף א מנהל? דו ווייסט אז יעדע רגע גייט אריבער אויף אים שטארקע דריק וכו' וכו'; אז דו וועסט אים דן זיין לכף זכות וועט ער דיר דן זיין לכף זכות.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו ווייטער העלפן דעם רבי'ן, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8026 - באגריס יעדן איינעם מיט א שמייכל
מדות טובות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אלימלך עגאמי נרו יאיר, ישיבת היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


יישר כח פארן העלפן דעם שמש אין שטעטל ר' ישראל פוקס נרו יאיר מיטן רייניגן די טישל וואו עס ליגט די קאווע און זיכער מאכן אז עס איז דא קאפס, קאווע, צוקער און מילך.


דאס איז אויך אין די מצוה פון הכנסת אורחים; א איד קומט אין שול הונגעריג, דארשטיג, און מען גרייט צו א גלעזל ווארעמע טרינקען, ווארעמע קאווע, ווארעמע טיי. מען וואלט ווען אויך געדארפט לייגן א מאשין מיט קאלטע סעלצער פאר די ווארעמע טעג, מחי' זיין ווער עס קומט נאר אריין אין שול.


אויך זאלסטו גריסן מיט דרך ארץ, גרוס דיין מגיד שיעור, גרוס דעם מנהל, גריס די חברים, די בחורים, און אויך אין שול זאלסטו גריסן. דאס איז זייער א שיינע מידה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טו): "הוי מקדים בשלום כל אדם", זאלסט יעדן איינעם באגריסן; נישט ווארטן יענער זאל אנהייבן, נאר דו זאלסט יענעם פעדערן און באגריסן. די משנה זאגט דארט ווייטער: "והוי זנב לאריות", זאלסט זיין א וויידל פארן לייב, "ואל תהי ראש לשועלים", און נישט זיין א קאפ פונעם פוקס. מוהרא"ש זאגט (ספר תורת אבות): די צווייטע חלק משנה איז אן עצה צו קענען מקיים זיין די ערשטע זאך פון שטעדניג באגריסן יעדן איינעם; דורכדעם וואס מען האט די נאטור פונעם לייב, א לייב האט די נאטור פון זיך נישט אויסדרייען, דעריבער איז דער לייב דער קעניג פון די חיות, נאר אזוי קען מען זיין א קעניג, אז מען קוקט נישט אויף אנדערע, מען דרייט זיך נישט אויס הערן וואס מען שמועסט אויף מיר, וואס מען רעדט הינטער מיר, מען קוקט נאר אויף פאראויס, מען טוט וואס מען האט צו טון, און א פוקס האט א פארקערטע נאטור, דער פוקס דרייט זיך אלץ אויס הערן וואס מען שמועסט, וואס מען רעדט; דאס זאגן די הייליגע חכמים, זאלסט יעדן איינעם שיין באגריסן א גוט מארגן, א גוטן טאג, וואס מאכסטו? וואס הערט זיך? ווי אזוי איז מען זוכה דאס צו טון? "והוי זנב לאריות", דורך זיין שטארק ווי דער לייב נישט צו קוקן אויף קיינעם, האבן זעלבסטזיכערקייט, "ואל תהי ראש לשועלים", און נישט זיין ווי דער נארישער פוקס וואס דרייט זיך אויס קוקן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט; וואויל איז דעם וואס באגריסט יעדן איינעם מיט א שמייכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8025 - יעדע ריר, יעדע פינטל, איז מיט א פונקטליכער חשבון
חנוכה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


יעצט חנוכה דארפן מיר זיך בארעכענען, אריינטראכטן אין די גרויסקייט פונעם אייבערשטן; חנוכה ווערט אנטפלעקט אז אלעס אויף די וועלט איז אלקות, אפילו די טבע איז אויך אלקות; דאס אז אויל ברענט איז נישט ווייל אויל ברענט, נאר ווייל דער אייבערשטער זאגט אז אויל זאל ברענען, און אזוי אויך מיט יעדע זאך; חנוכה ווערט אנטפלעקט די אמונה.


איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אמונה און בטחון, גלייב אינעם אייבערשטן אז אלעס איז מיט א חשבון, און אז דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון דיר, יעדע ריר פון דיר, יעדע פינטל - איז מיט א פינקטליכער חשבון פאר דיין אייביגע טובה.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג כאטש איין פרק משניות מיט פינף קאפיטלעך תהילים, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע מעשים.



 

#8024 - העלפן אין חדר מיט'ן גאנצן הארץ
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אין חדר. דער מנהל נרו יאיר זאגט מיר, ווען ער בעט דיר זאלסט קומען העלפן אין חדר - זאגסטו קיינמאל נישט אפ, און ווען עס מאכט זיך אז א מלמד קען נישט אנקומען און מען דארף שנעל איינעם פאר א במקום, אז מען בעט דיר קומסטו צו לויפן און דו טוסט עס מיט הארץ, און אפילו עס איז דיר שווער - טוסטו דאס מיטן גאנצן הארץ.


ווען דו האסט א פראגע אין חינוך - זאלסטו דאס דורכרעדן מיטן מנהל, דער מנהל וועט דיר העלפן מיט דיינע פראגעס.


הייב אן דיין טאג מיט ח"י פרקים משניות, לאז עס נישט אויף סוף טאג, אנהייב טאג גייט עס געשמאק, מיט א זריזות, די משניות וועט דיך אויסלייטערן, אויסרייניגן פון אלע שלעכטס, עס וועט אריינבלאזן אין דיר א רוח טהרה, א הייליגע גייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8023 - שלעכטע מחשבות
התחזקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט מיר א מזל טוב, מיין איידעם הרב נתנאל שליט"א האט געהאט א מיידל למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמחות ביי אונז אלע.


מיט שלעכטע מחשבות קען מען זיך נישט קריגן ווייל ווי מער מען קריגט זיך מיט זיי ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, די עצה איז טראכטן פון גוטע זאכן, טראכטן פון אייבערשטן, טראכטן פון צדיקים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רלג): הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורכדעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכטע מחשבה.


ווער נישט צובראכן יעדע מאל עס קומען די מחשבות און דו דארפסט פונדאסניי אנהייבן מיט די מלחמה, דער רבי זאגט דאס איז א פארגעניגן ביים אייבערשטן צו זען ווי מען קריגט זיך מיט זיי. דער רבי זאגט אז עס איז זייער טייער ביים אייבערשטן צו זען ווי מען וויל נישט טראכטן שלעכטס. דער רבי זאגט (שם): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיטן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", און דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור, קום זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8022 - נישט געזונט פאר קינדער צו קוקן אויפ'ן טעלעפאן
חינוך הילדים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אפילו דו קוקסט וואס דו קוקסט, אבער פאר דיינע קינדער זאלסטו גארנישט ווייזן; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו קוקן אויפן טעלעפאן, טו עס נישט; פאלג מיך, איך מיין נישט דיין שלעכטס, איך וויל דו זאלסט האבן געזונטע קינדער.


נעם א משניות, זאג פרקים משניות, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך ארויסנעמען פון די טומאה, פון די קליפות, פון די זוהמה פון קוקן עבירות. זאגן משניות וועט דיר העלפן; ווייל אפילו אין שאול תחתית, אפילו אין די דיוטא התחתונה - גייט די תורה דארט אראפ און שלעפט ארויס דעם מענטש פון דארט.


הלואי וועסטו מיך אויסהערן, הלואי וועסטו מיך פאלגן; וואס נאך קען איך טון דו זאלסט נישט צוגרונד לייגן דיינע אייגענע קינדער, דיין אייגענע שטוב? עס איז גענוג שווער דאס לעבן אן דעם טעלעפאן, אן דעם קאמפיוטער, די קינדער גייען שוין אריבער שווערע נסיונות אן דעם, וואס דארף מען זיי יונגערהייט געבן די ביטערע טעם פון קוקן, השם ישמרינו...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8021 - העלפן פאר די סעודת יארצייט פון הייליגן רבי נתן
מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער נשות אנשי שלומינו שתחיו


קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט פרשת ויחי וועט פארקומען די יארצייט פון דעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן, רבי נתן זכר צדיק לברכה און מיר ווילן מאכן אין אלע שולן אין אלע שטעט א סעודה; מיר ווילן וויסן ווער עס וויל האבן א חלק אין די סעודה, עפעס קאכן, עפעס באקן, עס זאל זיין א זכות פאר די משפחה; ביטע זיך מעלדן יעדער איינער צו די גבאים פון זייער שטאט.


אלעס וואס מיר האבן און וואס מיר ווייסן - איז אין זכות פון רבי נתן זכותו יגן עלינו; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מיר דארפן דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן איין בלעטל שמות פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8020 - זיי נישט מוותר קיין איין טאג אויף מקוה
מקוה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, די דריי תפילות איז אזוי הייליג, עס האלט דעם מענטש אין פארעם נישט צו פארקריכן.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח), די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, און דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד:) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל, און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן; עוג מלך הבשן איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט דעם איד, ער וויל הרג'ענען דעם איד, אים אוועק נעמען פון אייבערשטן, ווי אזוי? דורכדעם וואס ער וועט אים אוועק נעמען פון דאווענען די דריי תפילות, אזוי וועט ער אים אוועק נעמען פון מחנה ישראל.


אויך זאלסטו גיין אין מקוה, זיי נישט מוותר קיין איין טאג אויף מקוה; הייב אן דיין טאג מיט מקוה, דאס וועט דיך מאכן ניי געבוירן. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה, (קומענדיגע וואך דינסטאג, עשרה בטבת - איז זיין יארצייט) האט געזאגט: "ווער עס וועט גיין אין מקוה - וועט אלעס פאררעכטן".


עס איז געווען צוויי וואכן פאר זיין הסתלקות, שבת חנוכה, האט מען געשמועסט אז די דאך פון די מקוה איז איינגעפאלן און מען וועט נישט קענען גיין אין מקוה, שפעטער האט מען געזאגט אז די מקוה איז גוט, נאר ביי די פארצומער איז איינגעפאלן די דאך, און רבי נתן איז געגאנגען אין מקוה. ווען ער איז צוריק געקומען האט ער אנגעהויבן זיך גרייטן צום דאווענען, ער האט געזאגט די ברכות און נאכדעם האט ער אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן הויך אויף דעם וואס ער האט זוכה געווען צו גיין אין מקוה, ער האט געזאגט: "איך בין געווען גרייט צו גיין אין טייך בוג, אונטער די אייז", עס איז געווען יענעם ווינטער שרעקליך קאלט, די טייך בוג איז שוין געווען געפרוירן, רבי נתן האט געוויזן ווי ער וואלט ווען אריינגעשפרינגען אין טייך, און יעצט דארפן מיר לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן געקענט גיין אין א ווארעמע מקוה. און עס האט זיך געמאכט דעמאלט א שיינע שמועס פון דאס גרויסקייט פון גיין אין מקוה.


רבי נתן האט דעמאלט געזאגט, מען זעט ביי די מעשה ווען מען איז געקומען דערציילן פאר עזרא הסופר אז אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען האט חתונה מיט גוי'אישע פרויען, האט עזרא זיך גענומען שרייען קולי קולות (עזרא ט, ו): "בֹּשְׁתִּי וְנִכְלַמְתִּי לְהָרִים אֱלֹקַי פָּנַי אֵלֶיךָ", איך שעם זיך פון דיר אייבערשטער, איך שעם זיך אויפצוהייבן מיין קאפ, און נאכדעם שטייט: "וַיַּעַן שְׁכַנְיָה בֶן יְחִיאֵל וְכוּ', אֲנַחְנוּ מָעַלְנוּ" וְכוּ', וְעַתָּה יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל", עס איז דא א וועג דאס צו פאררעכטן, און די פסוק כאפט אן א לשון פון מקוה, צו ווייזן און צו לערנען אז דורך מקוה קען מען אלעס פאררעכטן, אפילו די ערגסטע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8019 - זאת חנוכה קען מען פועל'ן ישועות
חנוכה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זאת חנוכה, עס שטייט פון צדיקים אז מען קען פועל'ן ישועות; זאלסטו נישט זיין קיין בטלן, זיי זיך מקבל א גוטע קבלה, זאג פארן אייבערשטן דיין קבלה און בעט אים ער זאל דיר העלפן, וועסטו זען א גרויסע נס.


שטארק זיך אין אמונה, 'זאת' איז אמונה, אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (הקדמת תיקוני זוהר, דף יא:), דאס איז דער נאמען פון 'זאת חנוכה', חנוכה איז מען זוכה צו אמונה, מען באקומט א שטארקע אמונה צו וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער איז אלעס, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים.


איך בין געווען שבת חנוכה אין שטעטל, עס איז געווען א הערליכע שבת, א הערליכע קיבוץ מיט אנשי שלומינו; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי איז מתקן אין די צייטן.

#8018 - א גוטע קבלה אום זאת חנוכה
צניעות, חנוכה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


היינט איז זאת חנוכה, עס שטייט פון צדיקים אז מען קען היינט פועל'ן ישועות; זייט אייך מקבל א גוטע קבלה, זאגט פארן אייבערשטן אייער קבלה און בעט אים ער זאל אייך העלפן, וועט איר זען א גרויסע נס.


זייט אייך מקבל א גוטע זאך אין צניעות, ווייל חס ושלום אויב מען פירט זיך נישט בצניעות - פארטרייבט מען די שכינה פון שטוב. דער אייבערשטער זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דורך פריצות, דורך זיך נישט פירן איידל, דורך גיין אנגעטון נישט איידל - פארטרייבט מען מיך; דעריבער זאלט איר זיך מקבל זיין עפעס א גוטע זאך אין צניעות, גיין אנגעטון שטרומפ וואס זעט נישט אויס ווי די פיס, גיין אנגעטון קליידער וואס איז נישט אויסגעפאסט אויפן קערפער וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8017 - הער נישט אויס קיין מינים און אפיקורסים
תהלים, אינטערנעט, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווארף אוועק אלע חכמות און געב זיך אכטונג נישט צו הערן קיין דרשות פון מינים ואפיקורסים, היינטיגט טעג מיט די אינטערנעט קען מען אוועק פאלן מיט איין אויגן בליק דורך אויסהערן דרשות פון מינים ואפיקורסים. הער אויס נאר דעם רבי'ן מיט זיינע תלמידים, און פיר זיך בתמימות ופשיטות.


זאג יעדן טאג דעם יום תהלים; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א פשוט'ער איד, אן ערליכער איד, וואס זאגט תהלים און רעדט צום אייבערשטן בתמימות. דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסע סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז וואו עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריינגענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו', דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען צוריק געקומען אלע שרי המלוכה זיי זענען געקומען זוכן דעם קעניג, זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב, ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריינגענומען ביי אים אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיך אהיים טראגן צום פלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריינשפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהלים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח" (פעולת הצדיק, סימן תתל"ד).


מארגן נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען צו מאכן א יארצייט סעודה פון דעם גרויסן תלמיד מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.