בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#74 - געבט אכטונג אז איר זאלט נאך קענען הערן שופר בלאזן אום ראש השנה
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 


שלום וברכה ... נרו יאיר והאברך ... נרו יאיר.


גייטס נישט אריבער די וואלד צווישן וכו' וכו' בעפאר איר ווייסט וואס איר טוט, עס איז א גרויסע סכנה דאס צו טון.


איר דארפט דאך הערן שופר בלאזן ראש השנה, וואס וועט איר טון אויב חס ושלום מען וועט אייך לייגן אין תפיסה השם ישמרינו?


איך קען נישט שרייבן אלע פרטים, ביטע זייטס פארבינדן מיט ... נרו יאיר.


 

#73 - קומטס נישט קיין מאלדאווא
אומאן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ביז דערווייל בלייבטס אין לאנדאן, קומטס נישט קיין מאלדאווא; זיי זענען זייער פארקנאקט, זיי לאזן נישט ארויס פון עירפארט, ביז דערווייל ווארטס.


לויף נישט אוועק פונעם עולם, האלט זיך אינאיינעם ביז מיר וועלן האבן א ידיעה.


איך בין פון איין זייט זייער פרייליך אז איך בין אין אומאן, פון די אנדערע זייט בין איך זייער צעבראכן אז מיינע תלמידים, מיינע חברים, מיינע קינדער - זענען נאכנישט אין אומאן.


ישועת ה' כהרף עין.

#72 - איך וועל אי"ה שיקן נאך תהלים'ס
אומאן, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו א', כ"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


... זייט מיר מוחל, עס איז געווען ביי מיר א איד פון ארץ ישראל און פונקט יענעם טאג האב איך באקומען אן אימעיל פון א מיידל ... וואס האט געבעטן זיבציג תהילים'ס; האב איך געפרעגט דעם איד און ער האט געקענט נעמען אפאר תהילים'ס. איך קען נישט פון אויסנווייניג אלע נעמען, איך האב געשיקט די פאר נעמען וואס האבן יענעם טאג מיר געשיקט א בריוו.


איך וועל אייך שיקן ביי די קומענדיגע געלעגנהייט.


איך קען נישט יעצט ענטפערן אויף אייער בריוו; מיין גאנצע קאפ און מח איז יעצט: 'ווי אזוי קען איך אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה?'


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#71 - אויף יעדע רגע פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וועסטו באקומען אסאך באלוינונג
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו פארשאפן וועגן פאר אלע אנשי שלומינו; איך בין געפארן קיין אומאן אויפ'ן באשטעטיגונג אז עס וועט זיין א וועג פאר אלעמען צו קומען.


איך ווייס אז דו פאלסט שוין פון דיינע כוחות נאכן ארבעטן אזויפיל חדשים אויף אזויפיל וועגן אז מען זאל קענען אנקומען קיין אומאן און ביים סוף זעסטו ווי אלעס איז צעפאלן, אבער דארפסט געדענקען אז אויף יעדע רגע און יעדע מינוט וואס דו האסט זיך אוועקגעגעבן פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וועסטו באקומען אסאך באלוינונג.


זיי מיר מודיע יעדע מענטש וואס דו פארשאפסט א וועג אריין, זיי פארבינדן מיט האברך ... און מיט ....


איך ווארט דיר צו זען אין אומאן מיט אלע אנשי שלומינו.


א כתיבה וחתימה טובה.     

#70 - אויב קען מען נישט פארן קיין אומאן, זאל מען מאכן א קיבוץ יעדער אין זייער שטאט
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, אויב מען וועט נישט עפענען די גרעניץ אין אוקריינא ווילסטו דינגען א האטעל פאר אלע אנשי שלומינו, עס זאל זיין פלאץ פאר אלעמען, מען זאל מאכן א גרויסע קיבוץ וכו'.


אויב די גרעניץ וועט זיין פארשפארט און מען וועט נישט קענען זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, וועל איך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין שטעטל, אין קרית ברסלב.


מען וועט מאכן א קיבוץ אינעם בית המדרש אין בארא פארק, אין די ישיבה אין וויליאמסבורג, אינעם בית המדרש אין קרית יואל, מאנסי, סטעטן איילענד און אזוי ווייטער; איך פערזענליך וועל זיין אין אומאן און אז מען קען נישט פארן קיין אומאן בין איך אין קרית ברסלב.


איך ווארט צו הערן וואס דיינע פלענער זענען; אויב דו בלייבסט אין וויליאמסבורג דארף איך אנגרייטן אן אנדערער בעל קורא און א בעל מקריא.


ישועת ה' כהרף עין, מיר האפן צו זיין אין אומאן.

#69 - דער רבי וואס הייסט קומען אויף אומאן, וויל אויך מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן
אומאן, שמחה, תשובה, ראש השנה, ישוב הדעת

 בעזרת ה' יתברך


 


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש שיחיו, ירושלים.


מיר ווארטן אלע אויף די גוטע נייעס, צו הערן אז די גרעניץ איז אפן און מיר קענען אלע גיין קיין אומאן, זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן און אין די זעלבע צייט זענען מיר זייער רואיג און מיושב אז אויב דער גרעניץ וועט בלייבן פארשפארט וועלן מיר ווייטער זיין פרייליך; דער זעלבער רבי וואס האט אונז געזאגט מיר זאלן קומען קיין אומאן דער זעלבער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן און צעטומלט, מיר זאלן זיין פרייליך אין יעדע מצב.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, בלייבט רואיג; יעצט דארף זיך אנזען וואס דער רבי געבט אונז די גאנצע יאר, מען טאר זיך נישט פארלירן, מיר דארפן טאקע ווייטער בעטן, האפן און גליסטן אנצוקומען צום רבי'ן אבער מיט ישוב הדעת און שמחה.


אויב די גרעניץ וועט זיין פארשלאסן זאלט איר מאכן א מנין צוזאמען תלמידי היכל הקודש; ווייל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט געפונט זיך דער רבי, בתנאי אז די צען מענטשן קריגן זיך נישט, די מנין האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפ'ן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


די וואך איז געווען אין ישיבה איינער פון אייער חבורה, א אינגערמאן וואס דאווענט ביי אייך, ער האט מיר איבערגעגעבן שיינע גרוסן אויף אייך. אויך באקום איך יעדן טאג בריוו, סיי פון געסט וואס פאלן אריין אויף א שבת און אויך פון קביעות'דיגע מתפללים, אלע שרייבן א זאך וואס באנעמט מיר זייער, אלע שרייבן אז מען שפירט א שטארקע ליבשאפט אין אייער שול; דאס איז מיר זייער חשוב צו הערן, ווייל א מנין פון אנשי שלומינו וואס ליבן זיך - דארט איז דער רבי.


איך בעט יעדן איינעם פון אייך, געבט אכטונג נישט צו ווערן בעצבות; תשובה מיינט נישט עצבות, תשובה איז א מצוה וואס מען דארף טון מיט שמחה. אזוי ווי מען פריידט זיך ווען מען טוט אנדערע מצוות, אזוי דארף מען תשובה טון מיט שמחה; מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש אז עס איז א מצוה צו זיין צעבראכן, אז מען זינדיגט דארף מען תשובה טון - אבער אין די זעלבע צייט בלייבן פרייליך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף-עַל-פִּי-כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאכְדֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר-כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#68 - ווי מער מען דאנקט דעם באשעפער אלץ נענטער ווערט מען צו אים
אומאן, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; ווי מער מען דאנקט דעם באשעפער אלץ נענטער ווערט מען צו אים, מען שפירט דעם זיסן טעם וואס מען שפירט אין גן עדן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא - לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די זיסקייט פון עולם הבא, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


איך האף אז דו מאכסט אלע הכנות פאר אומאן, ווייל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיך די גרעניץ עפענען און מיר וועלן זיין ביים רבי'ן ראש השנה, פועל'ן ישועות פאר אונז און פאר אלע אידן.


טובל זיך יעדן טאג אין מקוה וועסטו מבטל זיין אלע דינים.

#67 - א שאד די צייט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן
לימוד התורה, אומאן, פחדים, התחזקות, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבער ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן פון די גאנצע פחד און בלבול וואס מען מאכט וועגן אומאן; מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן, מיט תפילה וועלן מיר אנקומען.


איך בעט אייך לאזט אייך נישט נארן, מאכט נישט פון עיקר טפל און פון טפל עיקר; געדענקט וואס דער רבי וויל פון אונז, דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און דאווענען און לעבן מיט'ן אייבערשטן.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, דאס ברענגט יראת שמים. ליידער ליידער קען מען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי ווייס איך וואס אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י, מען איז נישט מעביר סדרה און מען האט נישט קיין יראת שמים.


דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען באזוכן דעם בעל ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו, האט אים דער ערוגת הבושם געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיינע תלמידים לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אריבערגעגאנגען אין די ישיבה זען די בחורים, ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט פאר'ן ערוגת הבושם: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" האט דער ערוגת הבושם געפרעגט: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" זעט מען פון דעם אז אויב מען וויל האבן יראת שמים דארף מען לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט רש"י.


מוהרא"ש פלעגט כמעט יעדע שיעור רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט'ן תרגום פון אנהייבן וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; דער אריז"ל זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, תלמידי היכל הקודש, לערנט יעדן טאג אפאר פרקים משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה, בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט און וואס עס טוט פאר'ן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


דער עיקר בעט איך אייך, טענה'ט נישט מיט קיינעם; א שאד די צייט, א שאד צו ענטפערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


איך האף זיך צו זען מיט אייך אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


 

#66 - מיר זענען ווייטער מתפלל פאר דיר
תפילה והתבודדות, אומאן, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער פריינט ... נרו יאיר.


חסדי השם כי לא תמנו! איך האב געהערט די גוטע נייעס אז דו ביסט ארויס פון די גרוב, מען האט דיר ענדליך באפרייט פון די תפיסה בתוך תפיסה.


איך וויל דו זאלסט וויסן אז די קינדער, סיי אין תלמוד תורה, סיי אין מיידל סקול - בעטן יעדן טאג פאר דיר דו זאלסט שוין אינגאנצן ארויסקומען פון תפיסה.


איך וועל אם ירצה ה' שיקן א בחור זאל אהיים ברענגען דיין משפחה פון קאנטרי.


מיר אלע זענען יעצט זייער באזארגט אז מיר זאלן קענען זיין אין אומאן אויף ראש השנה; עס גייען ארום שמועסן אז מען וועט נישט קענען פארן אויף ראש השנה, מיר האפן און בעטן אז מיר זאלן קענען זיין ראש השנה ביים רבי'ן און פועל'ן אלעס גוטס פאר גאנץ כלל ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#65 - איך בין פרייליך צו הערן שיינע גרוסן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', בית שמש.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אזעלכע שיינע גרוסן וואס איר שרייבט אויף אייער טייערער מאן, ווי ער לערנט און העלפט אייך.


איך בענק זיך זייער צו אייער מאן; איך האף אים צו זען ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


 

#64 - דערמאנט אייך וואס איר האט באקומען פון רבי'ן, וועט דיין ווייב דיר לאזן פארן קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א חידוש די גאנצע מעשה וואס דו שרייבסט, אז דיין ווייב איז דיר א מעכב צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; זי איז געווען ביי מיר מיט דיר אינאיינעם און זי האט זיך זייער באדאנקט, זי האט געזאגט אז זי קומט איר לעבן פאר'ן הייליגן רבי'ן, זי האט אזוי ליב ברסלב, איר לעבן איז געווארן ניי, איר לעבן איז געווארן זיס און צוקער; ווי קען זיין אז זי זאל דיר נישט לאזן קומען קיין אומאן? עפעס שטימט נישט, עפעס פרטים פעלט פון דיין בריוו.


קען זיין אז זי וויל יא דו זאלסט פארן נאר עס איז איר שווער צוליב איר משפחה; איר משפחה מאכט חוזק פון איר, אירע עלטערן מאכן חוזק, זיי טשעפען איר מיט ברלסב, מיט אומאן; דאס מאכט עס זאל דיר אויסזען אז זי וויל נישט דו זאלסט פארן קיין אומאן, אבער באמת וויל זי יא דו זאלסט פארן קיין אומאן, זי דארף נאר דיין חיזוק, זי וויל דו זאלסט איר שטארקן זי זאל עס טון מיט שמחה.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט רעדן מיט דיין ווייב; רעד שיין צו איר, שמועס מיט איר יעדן טאג וואס איר באקומט פון רבי'ן. דערמאנט אייך אינאיינעם ווי אזוי אייער לעבן האט אויסגעזען פאר איר האט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן, דורכדעם וועט זי ווערן שטערקער און שטערקער, זי וועט האבן די כוחות מיט צו גיין מיט דיר און נישט ווערן צעפאלן פון איר משפחה.


ביסט נישט גערעכט אז דו רעדסט נישט מיט דיין ווייב פון אומאן; דו דארפסט רעדן מיט איר נאכאנאנד פון דאס לעבן וואס דער הייליגער רבי געבט, וועט זי זיין דיין עזר, זי וועט דיר שטופן צו פארן צום הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#63 - א קימפעטארן דארף זיך אפרוען
אומאן, רפואה, הפצה, הלכה, קינדער, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר די ברית פון אייער ניי געבוירן אינגעלע! דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל וואקסן א צדיק, איר זאלט האב נחת פון אים און פון אלע קינדער אינאיינעם מיט אייער מאן נרו יאיר.


בנוגע וואס איר שרייבט אז איר מאכט יעצט ווייטער הפצה וכו'; יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט איז עת ללדת, איר זענט א קימפעטארין, דארפט איר אביסל רוען; איר טארט נישט טון קיין שווערע ארבעט, איר טארט נישט מאכן קיין הפצה, עס איז נישט קיין שפיל.


מען מוז זיך אביסל אפרוען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות צט:): "בִּטּוּלָהּ שֶׁל תּוֹרָה זֶהוּ יְסוֹדָהּ"; כדי מען זאל האבן כח צו קענען ממשיך זיין מען זאל קענען טון גוטע זאכן - דארף מען זיך אפרוען.


איך בעט אייך, איר קענט נישט יעצט מאכן קיין שום צאמקום פאר פרויען, יעצט דארפט איר רוען; נאך אביסל ווען איר וועט זיין גוט אפגערוט וועט איר קענען ווייטער ממשיך זיין מיט אלע אייערע גוטע מעשים.


בנוגע ווי לאנג מען דארף ווארטן וכו'; דער רמ"א (יורה דעה סימן קצד, סעיף א) ברענגט א מנהג מען זאל ווארטן פערציג טעג נאכן געבוירן א אינגל און אכציג טעג נאכן געבוירן א מיידל וכו', אבער די פוסקים ברענגען (עיין באר היטב שם, סעיף קטן ג) אז מען דארף נישט ווארטן, מען דארף נישט האלטן דעם מנהג.


בנוגע אייער מאן, ער וויל וויסן ווי אזוי צו פארן אויף אומאן פון ארץ ישראל; יעצט דארף מען אכטונג געבן וואו מען קויפט, דורך וואס פאר א עירליין, ווייל די מדינה של גיהנום ווילן נאר אפשטעלן די נסיעות. זיי קריצן מיט די ציין יעדעס יאר, זיי קענען נישט נעמען דאס וואס עס הייבן זיך אויף צענדליגער טויזנטער אידן און פארן קיין אומאן, זיי ווילן דאס נישט צולאזן. היי יאר ווילן זיי דאס אפשטעלן מיט די טענה פון קורונה, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ביי וועם מען קויפט אז מען זאל נישט בלייבן שטעקן און נישט האבן קיין וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#62 - דיינע שוועגערינס קען דיר נישט איינטיילן וואס צו טון
שלום בית, אומאן, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע שוועגערינס לאזן דיר נישט פארן קיין אומאן זאלסטו זיך גוט אויסלאכן און טון וואס איז גוט פאר דיר. א חוצפה און אן עזות ווען שוועגערינס מישן זיך אריין, זיי טיילן איין וואס צו טון. פאלג מיר, קוק נישט אויף קיינעם, מאך א טיקעט און קום קיין אומאן; אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט פארן וועגן אירע שוועסטערס - דאס מיינט נישט אז מען דארף איר פאלגן.


דער רבי האט געהייסן מכבד זיין די ווייב, אבער אז די משפחה מישט זיך אריין זאלסטו טון וואס איז גוט פאר דיר; קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם, קום צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן אלעס גוטס.


לייג דיינע שוואגערס און שוועגערינס אויף איין זייט וואגשאל און נעם די פאר דיבורים פון רבי'ן וואס האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר"; וועם וועסטו אויסהערן? וואס איז בכלל די פראגע?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פארשטיין ווען יא אויסצוהערן אין שטוב און ווען דו דארפסט טון וואס דו האסט צו טון.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#61 - העלף מיר דרוקן אשר בנחל
אומאן, אשר בנחל, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אראפ נעמען פון מיר דעם גאנצן עול פון אומאן; דו נעמסט אויף דיר שוין אפאר יאר די גאנצע עול פון פארדינגען בעטן און צושטעלן די פלאץ אזוי שיין.


אז דו נעמסט צאם געלט פאר בעטן פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל און דו האסט געלט ליגן דארט, אפשר קען איך דיר געבן געלט דא און די געלט פון דארט זאל איך קענען נוצן צו דרוקן אשר בנחל? איך דארף יעצט שיקן א גרויסע סומע געלט קיין ארץ ישראל, מיר גייען יעצט נאכאמאל דרוקן אשר בנחל.


לאז מיר וויסן אויב מען קען דאס ערלעדיגן, איך וויל נישט אפשטעלן דאס דרוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - פירן דעם בית המדרש אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט
תפילה והתבודדות, אומאן, בית המדרש, מוהרא"ש, היכל הקודש, דרך ארץ, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


געלויבט דעם אייבערשטן, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, מיר האבן זוכה געווען צו עפענען דעם שבת א ברסלב'ער בית המדרש אין ירושלים; א בית המדרש וואו מען וועט רעדן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן, א בית המדרש וואס וועט ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט האלטן דעם פלאץ זייער ריין; ריין פון לצים און פון נישט געזונטע מענטשן. עס זאל זיין ריינע ד' אמות וואו מען וועט רעדן דעם רבינ'ס דיבורים אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות. יעדער וואס קומט אריין זאלט איר מחזק זיין, גייט נישט מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; עס אז דא א גרויסער יצר הרע אויף דעם, ווען מען הערט רעדן קעגן רבי'ן, קעגן מוהרא"ש - צו וועלן ענטפערן און אויפווייזן, אבער איך בעט אייך גייט נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; נעמט דעם רבינ'ס ווערטער פאר אייך צו לעבן דערמיט און מחזק זיין אנדערע.


יעדער איינער זאל צולייגן א האנט אז דער בית המדרש זאל זיין שיין און ריין; א בית המדרש היכל הקודש דארף זיין מסודר, נישט אנגעלייגט מיט אלטע טליתים און שמות. נאכן דאווענען זאל מען מסדר זיין דעם בית המדרש עס זאל זיין שיין און אלע ספרים אוועק געלייגט; יעדער איינער זאל קוקן אויפ'ן שול ווי דאס איז א חלק פון זיין שטוב, אזוי ווי מען האלט ריין די שטוב דארף מען האלטן ריין דעם שול.


איך בעט אייך זייער, איך וויל האבן שייכות מיט אייער חבורה, איך וויל זיין א חלק פון די קהלה; אויב איר זענט מסכים וויל איך זיין א גבאי ביי אייך אין שול, איך בין גרייט צו הערן פון אלע חברים און מתפללים וואס מען האט צו זאגן. די גרינגסטע וועג צו רעדן מיט מיר איז דורך בריוו; איר קענט מיר שרייבן בריוו, סיי טענות און וואס מען דארף בעסער מאכן און איך וועל פרובירן פירן די שול אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר ווילט מיר נעמען פאר א גבאי. אין ישיבה אין וויליאמסבורג בין איך גבאי און אויך אין קרית ברלב ליבערטי בין איך גבאי, איך פיר עס אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ.


מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווילאנג עס דארף נעמען דאס דאווענען; מוהרא"ש האט מיר גענומען פאר א בעל תפילה אין אומאן צו דאווענען ראש השנה, קודם האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו דאווענען שחרית און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף", מוהרא"ש האט מיר געזאגט א גענויע צייט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען; עס איז געווארן א גאנצע גערודער אין שול, עס זענען געווען געוויסע וואס זענען געקומען צו לויפן צו מיר: "היתכן דו דאווענסט שנעל?" איך האב זיי נישט געענטפערט אז מוהרא"ש האט מיר אזוי געזאגט, איך האב גארנישט געזאגט, זענען זיי געגאנגען צו מוהרא"ש מיט טענות. (מוהרא"ש האט געהאט זיין וועג ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן; ער וואלט געקענט זאגן גלייך: "אזוי וויל איך! איך האב אים געבעטן דאווענען אזוי און אזוי!" אבער מוהרא"ש האט געהאט זיין כוונה ווי אזוי צו רעדן מיט יעדן איינעם, ער האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן צו מיר, ער וועט זען וואס ער קען טון). מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דו הער נישט אויס קיינעם, טו וואס איך זאג דיר".


זאלט איר אויך אוועק שטעלן א זמן פאר'ן דאווענען; נישט אפכאפן דאס דאווענען און נישט אויסציען די קישקעס, נאר דאווענען שיין געלאסן. עס זענען דא מענטשן וואס קומען נישט אין שול נאר ווייל זיי קענען נישט נעמען די לאנגע טירחה וואס מען איז מטריח דעם עולם, אזוי אויך אז מען ציט אויס דאס דאווענען און מען פעניעט מאכט דאס מען זאל שמועסן.


די גבאים האבן מיר געפרעגט אויב מען זאל שרייבן אויפ'ן שילד אז דאס איז א ברסלב'ע שטיבל, א טייל זאגן מען זאל נישט שרייבן דאס ווארט "ברסלב", ווייל מענטשן האבן מורא פון די ווארט "ברסלב". ליידער ליידער איז ברסלב היינט א פלאץ פון הפקירות, א פלאץ פון עזות פענימער; עס פעלט דער ראש בית וואס זאל אכטונג געבן. עס האט זיך אריין געכאפט אין ברסלב צעדרייטע מענטשן, מען פארפירט אינגעלייט, מען פארפירט בחורים, זיי שטעלן זיך אהער ווי עובדי השם, מען מאכט משוגע דעם יוגענט מיט עבודות משונות.


אין ארץ ישראל איז ברסלב א מין צעמישעניש, דעריבער שטייען מענטשן ווייט, מען האט מורא פון דעם; דארפט איר זען צוריק צו קערן דאס שיינקייט פון ברסלב, אלע זאלן וויסן וואס ברסלב איז. א פלאץ פון רעדן שיין, א פלאץ פון מכבד זיין עלטערן, ברסלב לערנט אויס אז מען קען זיין אין שטוב, זיין מיט די ווייב און קינדער און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן מיט אזא דביקות מיט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געלעבט. אז איר וועט זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז וועט איר שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך ארבעט יעצט צו באקומען רשות צו קומען קיין ארץ ישראל; זייט מתפלל מען זאל מיר געבן רשות. איך וויל שוין זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין צוזאמען מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


א פרייליכן שבת.

#59 - יעדע קלייניקייט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


איך האף איר זענט זיך מחזק, איר שטארקט זיך; איך בענק זיך שוין זייער צו אייך, איך האף נאך צו קומען די יאר קיין ארץ ישראל זיין מיט אייך, מיט ענקער חבורה.


איך שיק אייך אפאר ווערטער לכבוד שבת, איר זאלט דאס לערנען ביי שלש סעודות; איינער זאל דאס פארליינען און אלע זאלן אויסהערן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן א איד, דער וואסער טרעגער פון שטאט; ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער, א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך צום מעזריטשער מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגעריגקייט וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן? פארוואס האט מען געלאכט פון מיר?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט אז אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


א מענטש מיינט ער איז נישט חשוב אויבן אין הימל; ער טראכט: 'וואס טו איך שוין? ווער דארף מיר? וואס איז ווערד מיין דאווענען? מיין תורה, מיינע מצות?' ער מיינט אז דער אייבערשטער וויל פון אים ער זאל ווערן א מלאך, דער אייבערשטער וויל דוקא אונזערע מצוות וואס זעען אויס נישט חשוב; אין הימל זענען דא מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש וואס גייען און שטייען און פאלן נישט אראפ, דאך האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט ווייל ער וויל האבן א נחת רוח פון אונז מענטשן וואס גייען, פאלן און הייבן זיך אויף.


יעדע קלייניקייט וואס מען טוט, יעדע מצוה וואס מען טוט און יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן - גייט ארויף אויבן אין הימל, דער אייבערשטער האט פון דעם א גרויסע נחת רוח.


געציילטע וואכן האבן מיר ביז ראש השנה, מיר פארן שוין קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; מיר פאלגן דעם רבי'ן אן קיין חכמות. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר"; נו, אז דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים - פארן מיר אפילו מיט די גרעסטע מניעות.


מען דערשרעקט אן אלעמען אז מען וועט נישט קענען פארן; האטס נישט מורא, מיט תפילה וועלן מיר אנקומען צום רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#58 - זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב
שלום בית, תפילה והתבודדות, אומאן, פרנסה, הפצה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב.


בנוגע אומאן, אז דו ווילסט אזוי שטארק קומען צום הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו אלע תיקונים אבער דיין ווייב וויל נישט, זי זאגט אז דו זאלסט אפילו נישט טראכטן דערפון; דו ווילסט וויסן וואס צו טון.


דו בעט דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן; מיט דיין ווייב זאלסטו נישט טענה'ען, עס וועט גארנישט העלפן, מיט כח האט נאך קיינער נישט געוואונען די ווייב.


רעד צו איר שיינערהייט; זאג איר ווי שטארק דיין לעבן האט זיך געטוישט. ווען דו רעדסט מיט איר זוך נישט איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו זאלסט נאר רעדן פון דיר, ווי שטארק דו ווילסט גיין.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי נקודות, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל און דו וועסט זיין שטארק מיט נישט טענה'ען מיט איר און נישט זוכן איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי זיך ברעכן פאר דיר, זי וועט דיר שיקן צום רבי'ן מיט שמחה.


בנוגע הפצה; יעצט ווען דיין ווייב איז נאך א שטארקע מתנגדת וכו' - זאלסטו איר נישט דערציילן אלע דיינע פלענער פון הפצה, זי פארשטייט נאך נישט וואס מיינט הפצה, דו זאג איר אז דו גייסט ערלעדיגן דיינע זאכן און אזוי זאלסטו מאכן הפצה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געהאט קיין פרנסה, ער האט געטון וואס שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג) אז ווער עס האט נישט קיין פרנסה מעג צאמנעמען צדקה פאר זיך; זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין נאך געלט, זי האט זיך געשעמט, זי פלעגט פארלאנגען ער זאל ברענגען געלט אן צו גיין נאך געלט. רוב טאג איז ער געזעצן און געלערנט בהתמדה רבה און נאכמיטאג איז ער אהיים געקומען און זיך אנגעטון זיין טייערן רעקל, ער פלעגט זאגן אז ער גייט צום פריץ, ער האט געשעפטן מיט'ן פריץ. זי איז געווען מלא שמחה אז איר מאן איז אזא פערזענליכקייט, ער מאכט געשעפטן מיט'ן פריץ; ער איז ארום געגאנגען אין די הייזער צאמנעמען געלט, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן אן דעם וואס זיין ווייב זאל וויסן וואס ער טוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט פיינט האבן דאס שטעטל
אומאן, מחלוקת, תשובה, התחזקות, מוהרא"ש, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו האסט אסאך שלעכטס אין דיר, עס קאכט אין דיר דיין עבר - דיינע מעשים וואס דו דארפסט פאררעכטן, ווייל די אלע טענות וואס דו שרייבסט מיר און וואס דו רעדסט מיט חברים וועגן די שטעטל האט נישט קיין הענט און קיין פיס; עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס עס זאל דיר שטערן די שטעטל. די טענה וואס דו זאגסט אז די מוסד אין וויליאמסבורג וועט צעפאלן - איז זייער לעכערליך. איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס אין דיר אויף די אלע משפחות פון אנשי שלומינו וואס שיקן נישט די קינדער פון אנהייב אן אין אונזער הייליגע מוסד אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס א פיינטשאפט צו די משפחות וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז עס זאל דיר שטערן די משפחות וואס ציען זיך קיין דזשערזי סיטי, מאנסי, סטעטן איילענד וכדומה, נאר ווען מען רעדט פון שטעטל הייבט אן גיין פייער פון דיר; ווען דו רעדסט פון אנשי שלומינו טייערע משפחות וואס ציען זיך ארויס קיין קרית ברסלב ליבערטי - צינדט זיך אן אין דיר א בלינדע פיינטשאפט וואס האט נישט קיין שום זין.


איך מוז דיר זאגן אפן, עס טוט מיר זייער וויי יעדעס מאל וואס איך הער פון אנדערע ווי דו רעדסט מיט א פיינטשאפט אויף די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל; דו ווייסט אז נאך אביסל פארן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן אויף ראש השנה וואו מיר וועלן זיין אינאיינעם אלע תלמידי היכל הקודש, און דו ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט אויסרופן פאר תקיעת שופר געשטיקט מיט טרערן: "איך בעט יעדן איינעם, אויב איינער האט פיינט א צווייטן זאל ער מיר טון א טובה און ארויס גיין פון בית המדרש"; איך געדענק ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט, עס קלינגט מיר נאך אין אויער די ווערטער ביז'ן היינטיגן טאג, איך געדענק דאס התעוררות, דאס געוויין וואס האט געהערשט בשעת מעשה, איך געדענק די הרהורי תשובה וואס יעדער איינער האט געהאט און מיט דעם לעב איך א גאנץ יאר.


אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועסטו קענען זיין מיט אונז דעם קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין אין אונזער חבורה, אבער אז דו וועסט אנהאלטן די פיינטשאפט, דו וועסט נישט קוקן אין די אויגן פון די משפחות וכו', זאג איך דיר קלאר און איך בעט דיר אז דו זאלסט נישט קומען דאווענען ביי אונז. מיר דארפן נישט קיין עולם, מיר זוכן נישט קיין סאך מענטשן, מיר דארפן א חבורה וואס מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


איך האב ליב אלע אידן און נאך מער אלע ברסלב'ע חסידים תלמידי היכל הקודש, און דיר האב איך זייער שטארק ליב; אבער יעצט ווען דו שרייבסט מיר די לאנגע מגילה פול מיט האס, מוז איך דיר זאגן אפן: "אדער טוסטו תשובה, דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין עבר און ריין מאכן דיין הארץ זאלסט זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס, אדער זאלסטו נישט קומען מער צו מיר".


מיר קענסטו נישט סטראשען און פון מיר קענסטו גארנישט צונעמען; איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן לעבן און מיר געבעטן איך זאל עפענען א ישיבה, איך האב געפאלגט מיט מסירת נפש; איך האב געהאט צו הערן און צו זינגען פון אלע זייטן - פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, אבער גארנישט האט מיר אפגעשטעלט פון צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אז איך וועל דיר נאר שרייבן איין פראצענט פון וואס איך בין אריבער - וועסטו מיר אויך נישט גלייבן; מען האט מיר פארשעמט אין אלע גאסן, מען האט אויסגעווארפן זייער אסאך מאל פאשקעווילן קעגן מיר אין אלע גאסן, עס זענען ארויסגעקומען גאנצעטע העפטן מיט לשון הרע און הוצאת שם רע אויף מיר און מיין משפחה, עס זענען פארגעקומען גרויסע הפגנות און פראטעסטן קעגן מיר אין די גאנצע שטאט דורך מענער און פרויען, באזונדער איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען; במשך א וואך צייט אין איין צי זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פארנט פון מיין שטוב, יעדן אינדערפרי זענען געשטאנען פרויען מיט גרויסע שילדן (סיינס) קעגן מיר און קעגן מיין ווייב תחי', מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט, מען האט גערופן טאג און נאכט סטראשען מיין ווייב און מיין משפחה, מען האט מיר ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים; איך האב נישט געקענט גיין א שטיק צייט אין מקוה, און ווען איך בין שוין יא געגאנגען באהאלטענערהייט האט מען האט מיר אנגעגאסן מיינע וועש אין מקוה. איך האב געכאפט מכות; מען האט מיר צובלוטיגט - איינמאל אין גאס און איינמאל ביי א חתונה. ווען איך פלעג גיין אויף שמחות פון גאר נאנטע משפחה און איך האב געוואלט וואונטשן מזל טוב האט מען מיר נישט צוריק געגעבן די האנט.


שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט די שטאט; מען האט גע'מסר'ט די ישיבה אז איך הייס בחורים זיך נעמען דאס לעבן, מען האט מיר גערופן אויף חקירות ודרישות; טעג און וואכן האב איך נישט געהאט קיין מנוחה פון די פאלשע מסירות. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט רבנים, מען האט מיר גערופן צו דין תורה'ס און מען האט געוואלט ארויסקומען מיט א חרם אויף די ישיבה.


אזוי אויך האב איך געליטן פון אינעווייניג, אין היכל הקודש האט מען מיר זייער וויי געטון; רוב חברים וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק וואס דוד המלך וויינט צום אייבערשטן (תהלים מא, י): "גַּם אִישׁ שְׁלוֹמִי אֲשֶׁר בָּטַחְתִּי בוֹ", מיינע נאנטע פריינד, "אוֹכֵל לַחְמִי", נאנטע מענטשן וואס האבן געגעסן מיין ברויט, מיין געלט, מיין געהאלט, - "הִגְדִּיל עָלַי עָקֵב", זענען געווארן מיינע פיינט, זיי האבן גערעדט צו מוהרא"ש שלעכטס אויף מיר; עס האט געפעלט א האר, עס איז געווען "כְפֶשַׂע בֵּינִי וּבֵין הַמָּוֶת", עס זאל ווערן א פירוד חס ושלום צווישן מיר און מוהרא"ש.


און נאך אסאך אסאך, וואס מען קען נישט אנהייבן צו שרייבן - וואס איז אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם האב איך קיינמאל נישט געטראכט פון אפלאזן די ארבעט. ביי מיר איז געווען א ווארט פון מיין הייליגער רבי וואס האט מיר געגעבן א שליחות צו טון - א ווארט.


איך שרייב דיר דאס אלעס כדי דו זאלסט וויסן אז מיר קענסטו נישט צעברעכן; קענסט פרובירן אבער עס וועט דיר נישט גיין. ווען מען וויל מיר צעברעכן מאכט מען מיר נאר שטערקער, ווייל ווען עס גייט אריבער אויף מיר שוועריקייטן גיי איך צוריק צום אייבערשטן, איך וויין זיך גוט אויס און איך בעט אים ער זאל מיר העלפן, דורכדעם ווער איך נאר מער מחוזק. ווען א מענטש וויל עפעס דעמאלט קען מען אים שטערן, מען קען אים אונטערלייגן פיסלעך וכו' וכו', אבער ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט - קען מען אים גארנישט טון.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסב): דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געבעטן זיינע תלמידים זיי זאלן מקרב זיין א געוויסער איד אן עושר, שפעטער ווען ער איז מקורב געווארן און ער איז געווארן א גרויסער צדיק איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כה:) 'הָרוֹצֶה שֶׁיַעֲשִׁיר - יַצְפִּין', ווער עס וויל רייך ווערן זאל זיך שטעלן אויף צפון זייט 'הָרוֹצֶה שֶׁיַחְכִּים – יַדְרִים', און ווער עס וויל קלוג ווערן זאל זיך שטעלן אויף דרום זייט, קומט אויס אז דער איד - איידער ער איז מקורב געווארן צו עבודת השם איז ער געווען אויף צפון זייט, איז ער געווען רייך, אבער יעצט ווען ער איז אריבערגעקומען אויף דרום זייט, ער איז געווארן אן ערליכע איד, א חכם - קען ער שוין נישט זיין אויף צפון זייט", זאגט דער רבי: "דאס איז ווען א מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש פארנעמט פלאץ אויף די וועלט - דעמאלט קען ער זיין נאר אין איין פלאץ, אדער צפון אדער דרום, וואס איז אבער ווען א מענטש וויל גארנישט? דעמאלט פארנעמט ער נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דעריבער קען ער זיין סיי קלוג און סיי רייך", אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, די תורה זאגט (במדבר יב, ג): "וְהָאִישׁ משֶׁה עָנָו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", משה רבינו איז געווען א גרויסער עניו; וואס מיינט אן עניו? אז ער האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויף די וועלט, ער איז געווען ביי זיך גארנישט; אזא איינער - זאגט דער רבי - קען זיין רייך און קלוג.


אזוי איז ווען מען קריגט אויף איינעם, מען וויל אים צעברעכן; כל זמן דער מענטש וויל עפעס קען מען אים צעברעכן, אבער אז דער מענטש וויל גארנישט, ער איז בכלל נישט תופס מקום - דעמאלט קען מען אים גארנישט טון.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט מיין שליחות, אויפשטעלן מוסדות פאר בחורים אינגלעך און מיידלעך און כוללים פאר אברכים, איך וועל ווייטער געבן שיעורים פאר אינגעלייט און פרויען, זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן, זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי זאלן קענען לעבן אויף די וועלט, זיי זאלן ליב האב די תורה, און אלע וואס שטערן מיר און לייגן מיר אונטער פוסלעך - מאכן מיר נאר שטערקער, זיי העלפן מיר מיט מיין התבודדות, זיי שטופן מיר נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, עס איז פארט אן אנדערע התבודדות ווען מען ווערט געשטערט וכו' וכו'.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך טראכט אז איך וועל קענען עפענען די בלינדע טפשות וואס איז דא ביי דיר אויפ'ן שטעטל.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין סיי מיט אונזער מוסד אין וויליאמסבורג און סיי מיט'ן מוסד אין שטעטל, און איך האף צו גיין ווייטער און ווייטער. איך זיץ שוין מיט רבי ... נרו יאיר דער מנהל המוסד ווי אזוי אויסצושטעלן די קלאסן פאר'ן קומענדיגן יאר, און מיט די מנהלת תחי'; בשעת דו שרייבסט מיר דיין לאנגע מגילה, זיץ איך מיט'ן מנהל און מנהלת ווי אזוי אויסצושטעלן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר לייגן אריין כוחות ארויס צו געבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - אז די תלמידים שטארקן זיך, געבט דאס כח צו גיין ווייטער
לימוד התורה, אומאן, הפצה, ראש השנה, תלמיד, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, בפרט אז דו לערנסט יעדן טאג א בלאט גמרא; אפילו דו ביסט פארנומען צו ברענגען פרנסה גנב'עסטו אראפ אפאר מינוט צו לערנען און דאווענען.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א חלק אין הפצה מיט דעם וואס דו שיקסט ארויס חיזוק יומי פאר טויזנטער מענטשן יעדן טאג; דאס איז די גרעסטע הפצה, מיט איין דרוק אין קנעפל קומסטו אן צו טויזנטער מענטשן.


דו האסט מיר זייער דערפריידט מיט דיין בריוו; הלואי וואלסטו מיר געשריבן מער. איך ארבעט זייער שווער מיט די בחורים, אסאך מאל קומט מיר אריין אין מחשבה: 'וואס פעלט מיר אויס די שווערע ארבעט?' אבער ווען איך הער צוריק אזעלכע שיינע גריסן, ווען איך באקום בריוון פון תלמידים וואו זיי שרייבן ווי זיי גייען ווייטער אן אין לעבן מיט די לימודים - געבט דאס מיר כח אויף ווייטער.


איך וועל רעדן מיט ... נרו יאיר ער זאל דיר פרובירן אריין צו שטופן זאלסט קענען זיין מיט אונז אינעם בנין אין אומאן אויף ראש השנה, איך האף אז עס איז נאך דא בעטן צו דינגען.


א פרייליכן שבת.

#55 - לאז נישט דיין זון אין א חדר וואו מ'רודפ'ט אים
אומאן, חינוך הילדים, פרנסה, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האב איך געהערט דיין מעסעדזש.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט ארויסגענומען דיין זון פון די חדר.


אז די קינדער רודפ'ן אים, מען שרייט אויף אים אלע מיאוס'ע ווערטער צוליב דעם וואס ער פארט קיין אומאן, און וויפיל דו רעדסט מיט'ן מלמד ווערט נאר ערגער און ערגער - דארפסטו אים ארויסנעמען פון דארט.


שיק אים אין שטעטל חדר, דארט וועט מען אים אויפבויען; אונזערע מלמדים זענען זייער ווארעמע מלמדים, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער מען זאל זיי נישט טשעפען.


שטארק זיך און ווער נישט פארלוירן; קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. מען האט דיר ארויסגעווארפן פון זיין א מלמד ווייל דו פארסט אויף אומאן, געדענקסט ווי אזוי די האסט דעמאלט געשפירט? דו האסט געמיינט אז עס איז עק וועלט; נאכדעם האסטו באקומען א בעסערע פרנסה, ביסט געווארן א מלמד אין א צווייטע פלאץ; אזוי וועט דער אייבערשטער דיך פירן אלץ שענער און שענער.


א גוט שבת.

#54 - זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש"
אומאן, חסידות ברסלב, חברים, היכל הקודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח-מברכין החודש, כ"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך האלטן צוזאמען; דאווענען צוזאמען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויף קומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו - הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


עס זענען דא אינגעלייט וואס קומען נישט דאווענען אין היכל הקודש - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו' - יעדער מיט זיינע תירוצים; אבער א מענטש דארף טראכטן: 'למשל איך בין א נפטר, וואו גיי איך? ווער וועט רחמנות האבן אויף מיר? וויל איך דען מען זאל מיר איינרעדן תירוצים אז מען קען נישט אריין צום רבי'ן ווייל עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו'?!' בעט איך אייך, שטארקט אייך און זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש" טראץ אלע מניעות וכו'; דו קומסט נישט צו קיינעם, דו טראכט: 'דער רבי איז דא, מוהרא"ש איז דא, איך קום צו זיי און איך האב מיט קיינעם גארנישט'.


א פרייליכן שבת.

#53 - קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'
שלום בית, אומאן, מניעות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קלאפ דיר ארויס די מחשבות פון קאפ; נישט דא אזא ווארט "גט", נישט דא אזא זאך ווי געבן א גט, נעם ארויס פון דיר די נארישע מחשבה.


דו האסט א טייערע ווייב, זי איז דיין ווייב און די מאמע פון דיינע טייערע קינדער; דאס אז זי לאזט דיר נישט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה - דאס איז נאר א מניעה, דאס איז נאר אז דו זאלסט נאך שטערקער וועלן קומען, נאך מער גליסטן צום רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", יעדע גוטע זאך וואס א מענטש דארף טון, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", צום ביישפיל - פארן צום צדיק, "אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", אדער אנדערע גוטע זאכן וואס מען דארף טון, "נוֹתְנִין לוֹ מִתְּחִלָּה חֵשֶׁק כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יַעֲשֶׂה הַדָּבָר", ברענגט מען אים פון הימל א גליסטעניש אז ער זאל וועלן טון די זאך, "וְעִקַּר גֹּדֶל הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמַּזְמִינִין לוֹ", און די וועג ווי אזוי מען ברענגט א גליסטעניש פאר'ן מענטש איז דורך דעם וואס מען האלט אים אפ, מען שטערט אים ער זאל נישט קענען טון די גוטע זאך, "כִּי כְּשֶׁאִישׁ יִשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת דָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ לְיַהֲדוּתוֹ, בִּפְרָט כְּשֶׁצָּרִיךְ לוֹ לַעֲשׂוֹת דָּבָר גָּדוֹל הַצָּרִיךְ לְיַהֲדוּתוֹ, שֶׁכָּל יַהֲדוּתוֹ תָּלוּי בָּזֶה - כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְצַדִּיק אֲמִתִּי", ווייל ווען א איד דארף טון א זאך וואס זיין גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין דעם, ווי צום ביישפיל ער דארף גיין צו אן אמת'ן צדיק, "אֲזַי מַזְמִינִין לוֹ מְנִיעָה", דעמאלט האלט מען אים אפ, "וְזֹאת הַמְּנִיעָה הִיא בִּשְׁבִיל הַחֵשֶׁק, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר לַעֲשׂוֹת אוֹתוֹ הַדָּבָר", דאס טוט מען פאר'ן מענטש ווייל מען וויל ער זאל מער און מער גליסטן צו די זאך, "כִּי עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמּוֹנְעִין אֶת הָאָדָם מִן הַדָּבָר, עַל יְדֵי זֶה נַעֲשֶׂה הִתְגַּבְּרוּת הַחֵשֶׁק מְאֹד", ווייל ווען מען וויל עפעס טון און מען קען עס נישט טון - דאס מאכט אז מען זאל עס נאך מער וועלן טון, "כְּמוֹ לְמָשָׁל כְּשֶׁמַּרְאִין לְקָטָן דָּבָר הַנֶּחֱמָד לוֹ, וְתֵכֶף וּמִיָּד חוֹטְפִין מִמֶּנּוּ וּמַחְבִּיאִין מִמֶּנּוּ, אֲזַי הוּא רוֹדֵף מְאֹד אַחַר הָאָדָם, וּמְבַקֵּשׁ וְחוֹשֵׁק מְאֹד לְאוֹתוֹ הַדָּבָר", אזוי ווי מען ווייזט פאר א קינד א גוטע זאך און מען באהאלט עס נאכדעם פונעם קינד, הייבט דאס קינד אן מער נאכצולויפן די זאך און ער הייבט אן מער גליסטן צו דעם, "נִמְצָא שֶׁעִקַּר הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי שֶׁחָטְפוּ מִמֶּנּוּ וְהֶחְבִּיאוּ אֶת הַדָּבָר", דאס געשעהט ווייל דער קינד קען דאס נישט זען און קען דאס נישט באקומען, דעריבער הייבט ער אן מער בענקען צו דעם; זעט מען אז דאס שטארקע גליסטעניש קומט פון דעם וואס מען קען דאס נישט האבן, "כְּמוֹ כֵן מוֹנְעִין אֶת הָאָדָם בִּמְנִיעוֹת מֵהַדָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר", דאס זעלבע טוט מען מיט'ן מענטש וואס דארף טון גוטע זאכן, מען האלט עס אפ פון אים כדי עס זאל אריין גיין אין אים א שטארקע גליסטעניש, אזוי ווי עס שטייט "וְלֶחֶם סְתָרִים יֻנְעַם", באהאלטענע ברויט איז זיס.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה נאכאמאל און נאכאמאל - וועסטו שוין פארשטיין פארוואס עס דארף אריבער גיין אויף יעדן איינעם אזעלכע שווערע ביטערע מניעות ווען מען וויל מקורב ווערן צום רבי'ן, מען וויל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; ווייל ווי שטערקער עס זענען די מניעות אלץ שטערקער ווערט די גלוסטעניש צו מקורב ווערן צום צדיק, וואס אין דעם איז אנגעהאנגען דאס גאנצע אידישקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן רָאוּי לָאָדָם לָדַעַת כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת מְאֹד מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה, יֵדַע וְיָבִין מִזֶּה, שֶׁזֶּה הַדָּבָר שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת הוּא נֶחֱשָׁק גָּדוֹל מְאֹד", דעריבער דארף א מענטש וויסן אז ווען ער גייט אריבער שוועריקייטן, מען האלט אים אפ פון טון גוטע זאכן - אז דאס איז נאר כדי אויפצובויען זיין חשק, "וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיק הָאֱמֶת", בפרט ווען מען וויל פארן צום אמת'ן צדיק. "כִּי יֵשׁ צַדִּיקִים הַרְבֵּה", עס זענען טאקע דא אסאך צדיקים, "אֲבָל יֵשׁ בְּחִינוֹת נְקֻדּוֹת הָאֱמֶת בֵּין הַצַּדִּיקִים שֶׁכְּשֶׁרוֹצִים לְהִתְקָרֵב אֵלָיו, שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל", אבער צווישן די צדיקים איז דא דער אמת'ער צדיק וואס די גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין אים, "אֲזַי יֵשׁ לְהָאָדָם מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת רַבּוֹת מְאֹד, וּמִזֶּה בְּעַצְמוֹ יָבִין הָאָדָם גֹּדֶל מַעֲלַת הַנֶּחֱשָׁק כַּנַּ"ל", דעמאלט איז דא זייער גרויסע מניעות.


דאס אלעס שרייב איך דיר אין גרויס איילעניש, איך בין זייער פארנומען און איך האב נישט קיין צייט; אבער איך האב דיר דאס געשריבן ווייל איך ציטער פון די ווארט 'גט'. איך ווייס אז דאס איז מעשה יצר - ער וויל צעברעכן אידישע שטובער, דערפאר בעט איך דיר, קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'; אז דו וועסט זיך דערהאלטן און האבן סבלנות וועט דיין ווייב דיר לאזן פארן קיין אומאן, און נישט נאר לאזן פארן נאר זי וועט דיר הייסן גיין און זי וועט דיר העלפן אין הפצה.


אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט נישט מדחיק זיין דעם קץ - וועסטו זען שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - מ'דארף זיך אנהויבן גרייטן אויף אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט יעדע פרט און פרט.


איך וויל דיר בעטן אויב דו ווילסט נאכאמאל האבן די זכות מיר צו העלפן דעם קומענדיגן יום טוב ראש השנה אין אומאן; יעצט איז די צייט אנצוהייבן פארדינגען בעטן ביי אונז אין בנין.


יעצט ווען אלעס איז פארשפארט, יעדער איז דערשראקן - איז די פאסיגע צייט זיך צו דערמאנען פונעם רבינ'ס ראש השנה; דעם קומענדיגן יאר וועלן אלע קומען קיין אומאן נאכדעם וואס מען זעט אפן דעם: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת", מען זעט דעם: "וְעַל הַמְּדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר אֵיזוֹ לְחֶרֶב ... וְאֵיזוֹ לְרָעָב".


בנוגע די פרייזן; לאז אלעס אזוי ווי פאריאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה קִלְלוֹתֶיהָ", די מחלה פון קאראנע און אלע אנדערע מחלות זאלן שוין אוועקגיין, עס זאל נישט שאדטן פון קיינעם.


אז די תלמידים הייבן זיך אן איינצושרייבן און עס קומט אריין געלט זאלסטו מיר מודיע זיין, ווייל איך דארף באצאלן אלטע חובות און אויך דארפן מיר בויען א גרויסע וואסער באסיין, עס זאל זיין גענוג וואסער פאר יום טוב.


איך האב דיר ליב.

#51 - איך וויל נישט האבן שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען
אומאן, חינוך הילדים, פחדים, ישיבה, גמרא, מאגאזינען, קאראנע וויירוס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב בכלל נישט גערעדט מיט זיי וועגן די גאנצע באשרייבונג; זיי לויפן מיר שוין נאך א לאנגע צייט אז זיי ווילן מאכן אן אינטערוויו מיט מיר אדער מיט איינעם פון די קהילה, איך האב זיי אלעמאל איגנארירט, איך וויל נישט האבן צו טון מיט זיי און מיט קיין שום מאגאזין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל שטיין ווייט פון צייטונגען און מאגאזינען און קיינמאל נישט רעדן מיט זיי.


דאס וואס זיי שרייבן בשמי אז מען זאל נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אויף ראש השנה - איז נישט אמת; מיר אלע ברענגען די קינדער קיין אומאן אלע יארן אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איך בין נישט געווען אין ישיבה פאר צוויי וואכן, איך בין געווען אין שטעטל; יעצט האב איך געזען דיין בריוו וואו דו פרעגסט ווי אזוי מען כשר'ט דעם קאך לכבוד פסח, איך האף אז דו האסט געהאט א פרייליכע יום טוב.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, די נייעס וועט דיר נישט דערשרעקן; אזוי ווי רבי נתן האט געזאט ווען מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי ער האט די כוחות צו זיין שטארק ווען אלע קריגן אויף אים, פלעגט ער זאגן: "דער רבי האט מיר געגעבן אזויפיל שיעורים צו לערנען אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן וואס מען רעדט אויף מיר און וואס מען דערשרעקט מיר".


איך דערמאן זיך יעצט, ווען איך האב געעפנט די ישיבה און עס איז אריבער אויף מיר שווערע זמנים פון די וואס האבן געוואלט פארמאכן די ישיבה, האב איך דעמאלט געלערנט זייער אסאך משניות און גמרא, איך פלעג לערנען יעדן טאג א סדר משניות נאר צוליב דעם, אז איך זאל נישט ווערן אפגעשוואכט פון די אלע שוועריקייטן.


דאס זאלסטו טון; אנשטאט זיצן מיט'ן טעבלעט און קוקן וואס יעדער גאווערנאר זאגט און וואס יעדע פאליטישן ווארנט - נעם ענדערש די הייליגע גמרא און זאג א בלאט נאך א בלאט, וועט ביי דיר מקוים ווערן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹ"ת", דו וועסט נישט האבן מיט קאראנע און נישט באקומען די קאראנע, ובעיקר וועסטו ניצול ווערן פון די שרעק און דמיונות פון די קאראנע וכו', וכו'.


וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין מגע ומשא מיט קיין שום צייטונג און מאגאזין, ער נעמט זיין שכל און ער לופטערט זיך אויס מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - זיי מכבד טאטע מאמע אפילו זיי זענען קעגן ברסלב
אומאן, חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז פאר דיין טאטע שטערט ברסלב איז דאס נישט דיין פראבלעם; דו זיי מכבד דיין טאטע און מאמע, און אז עס שטערט זיי אז דו פארסט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון איז דאס נישט קיין חסרון אין כיבוד אב ואם. אז מען וויל נישט רעדן מיט דיר קענסטו מתפלל זיין אז עס זאל ווערן שלום, און אז זיי רעדן יא צו דיר, נאר עס איז נישט מיט ווארעמקייט וכו', מען רעדט צו דיר אן א שמייכל, דארפסטו ווייטער רעדן מיט זיי און גיין צו זיי אויף שבתים און שמחות.


מיר קענען גארנישט טון אז מענטשן רעדן כל דבר אסור אויפ'ן הייליגן רבי'ן; אזוי מוז זיין און אזוי וועט זיין ביז משיח וועט קומען. ווייל דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "דער נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, און זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; מען שפעט פון רבי'ן, מען רעדט כל דבר. דאס איז די סיבה פארוואס עלטערן ווערן דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד דריידט זיך אין ברסלב און פארט קיין אומאן וכדומה.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו א וועג ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיינע עלטערן.