בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#37 - פורים איז גרעסער פון יום כיפור
שלום בית, מחלוקת, אמונה, פורים, ספיקות, שלום, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו שיחיו פון ירושלים עיר הקודש


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצות עשה אויסצומעקן עמלק, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא תצא, יא): "אֵין הַכִּסֵּא שָׁלֵם עַד שֶׁיִמָּחֶה זַרְעוֹ שֶׁל עֲמָלֵק", אז מען מעקט אויס עמלק איז מען זוכה צו ווערן אויסגעלייזט; עמלק פארדעקט די אמונה, עמלק פארדעקט דעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט אלץ גע'חזר'ט מיט אונז אז עמל"ק איז בגימטריא ספ"ק, די טומאה פון עמלק איז אריינצוברענגען ספיקות אינעם מענטש, עמלק ברענגט אריין די ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; מיר דארפן אויסמעקן עמלק, ארויסנעמען פון זיך די אלע ספיקות ובלבולים וכו', מיר דארפן גלייבן אינעם אייבערשטן.


מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פורים; פורים איז זייער א גרויסער טאג. אין תיקוני זוהר שטייט (תיקון כא, נז:): "פּוּרִים אִתְקְרִיאַת עַל שֵׁם יוֹם הַכִּפּוּרִים", פורים איז גרעסער פון יום כיפור; ווייל פורים איז א צייט וואס מען מאכט שלום איינער מיט'ן צווייטן, מען שיקט משלוח מנות איינער פאר'ן צווייטן, מען געבט צדקה פאר ווער עס בעט און מען איז מרבה שמחה - דאס איז חשוב'ער פאר'ן אייבערשטן מער ווי אלצדינג.


שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:), שלום איז די העכסטע זאך; פורים איז א צייט וואס מען בעט זיך איבער, מען מעקט אויס די קליפה פון המן און עמלק - פון מחלוקת. המן האט געוואלט מאכן מחלוקת, ער האט געזאגט פאר אחשורוש (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד", זיין זאך איז מחלוקות, וואו עס איז דא א מחלוקת איז עס פון המן און עמלק, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", א פלאץ וואו מען קריגט זיך - דארט איז דער שטן; ווידער מרדכי הצדיק און אסתר המלכה זייער זאך איז (אסתר ד, טז): "לֵךְ כְּנוֹס אֶת כָּל הַיְּהוּדִים", זיך צאמנעמען לעבן בשלום.


בעט איך אייך טייערע חברים, זעט עס זאל זיין שלום אין שטוב; געדענקט, אין שטוב איז אסור וויכוחים, מיט א ווייב איז מען זיך נישט מתווכח, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א ווייב איז אלץ גערעכט"; מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, ווייל דער יסוד פונעם מענטש איז צו האבן א ריינעם מח מחשבה, און כדי צו האבן א ריינעם מח דארף זיין שלום אין שטוב, אז מען איז בשלום מיט די ווייב איז מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דערפאר יעצט ווען עס קומט יום טוב, עס טוט זיך, מען מאכט הכנות, מען גייט צו די עלטערן און מען איז פארנומען מיט די מצות היום קען אמאל אויסקומען מען זאל פארגעסן פונעם עיקר, מען קען אריינפאלן אין טענה'רייען און קריגערייען, דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, הצלינו מקליפות המן ועמלק, היט מיר פון מחלוקת, היט מיר פון דעם יצר הרע; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר, איך זאל דיר רבונו של עולם שטענדיג שפירן, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר קיין איין רגע".


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב פורים.

#36 - עס פאסירט גארנישט ווען יענער לאכט
מחלוקת, חיזוק פאר פרויען, משפחה, יענער, זעלבס זיכערקייט, ראש ישיבה, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט נעמען צום הארצן ווען מען קוקט אויף אייך און מען לאכט פון אייך; אמת, עס איז נישט אזוי איינגענעם ווען א שוועסטער שמייכלט זיך אונטער, מען ווערט אומזיכער מיט זיך, מען שפירט זיך חוזק, אבער דאס איז נישט נוגע צום לעבן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייער מאן לאכט נישט פון אייך, אייער מאן איז אזוי געטריי צו אייך - דאס איז אייער לעבן, איר און אייער מאן זאלן נישט לאכן איינער פון צווייטן. א שוועסטער איז טאקע נאנט, א שוועסטער איז זייער וויכטיג, אבער מען קען נישט קוקן אויף שוועסטערס און שוואגערס, מען קען נישט לעבן פאר זיי, לויט זייער פארשטאנד.


איך פארשטיי אייער ווייטאג, איך בין דאס אלץ אריבער; מען האט געלאכט, געשמייכלט און געבלינקט מיט די אויגן אונטער מיין רוקן וכו' וכו'; ווען איך האב דאס דערציילט פאר מוהרא"ש פלעגט ער מיר אלץ פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב?" אן א שיעור מאל פלעגט מיר דאס מוהרא"ש פרעגן, ביז מיין מח האט זיך א דריי געטון אויף די ריכטיגע שינעס און עס האט מיר אויפגעהערט צו באדערן.


דא האט איר א קליינע תפלה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן און פאר מיין קינד; דו ביסט אזוי גוט צו מיר.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר, איך בין זייער צעקלאפט נאך פון אלס קינד, עס שטערט מיר אין מיין לעבן; איך טראכט אלס וואס מענטשן זאגן, וואס מענטשן טראכטן - אויב מען לאכט פון מיר. העלף מיר באשעפער איך זאל זיין אזוי שטארק ביי מיר, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט; איך זאל זיך פרייען מיט מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן".


די תפלה זאלט איר זאגן און לייגט צו אייגענע תפילות; בפרט ווען איר צינדט אן די הייליגע שבת לעכט זאלט איר בעטן אויף דעם, וועט איר זען גרויסע נסים.

#35 - דיין נסיון איז אז דו מיינסט ביסט שוין פארפאלן
קדושה, מחלוקת, תשובה, הפצה, התחזקות, לשון הרע, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען שוין ביים ענדע פון די ימי השובבי"ם, מען קען זוכה זיין אין די טעג צו וואס מען קען נישט זוכה זיין א גאנץ יאר.


די טעג פון שובבי"ם זענען זייער מסוגל צוריק צו קומען צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נכשל געווארן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג.): "כָּל הַמּוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס איז פוגם בברית איז חייב מיתה, און אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:): "מָאן דְּאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַנְיָא, חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית און ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה; אבער דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור - דער הייליגער רבי, דער רבי מיט זיין גרויס רחמנות ווייזט אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער ווייזט פאר די אלע וואס פאלן אראפ אין די עבירה זיי זאלן זיך נישט מייאש זיין, זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", און עס העלפט יא תשובה.


שטעלט זיך א שטארקע קשיא, ווי אזוי קען זיין אזא זאך, דער זוהר הקדוש זאגט אז אויב א מענטש איז פוגם אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה און דער רבי קומט און זאגט אז עס העלפט יא תשובה?! רבי נתן פרעגט די שאלה (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אז דער רבי זאל זאגן פארקערט פון הייליגן זוהר - אז עס העלפט יא תשובה?!"


זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר פרישע מקורבים. באמת העלפט יא תשובה אויף די עבירה, עס איז נישטא קיין עבירה וואס תשובה זאל נישט העלפן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון - נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה און רעכנט דעם מענטש אזוי ווי ער וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט, אבער וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה און זייער א ביטערע עבירה; ווען מען איז פוגם בברית רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, מען בלייבט אן א מח, דער גאנצער מענטש ווערט פארדריידט, מען ווערט ממש א משוגענער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "וְזֶה שֶׁכָּתְבוּ חַכְמֵי הָרְפוּאוֹת, שֶׁהַסֵּרוּס רְפוּאָה לִמְשֻׁגָּע", די דאקטורים זאגן אז פאר א משוגע'נער איז נאר דא איין רפואה - אים מסרס זיין, ווייל אז מען זינדיגט ווערט מען משוגע וכו'.


דערפאר מוז דער מענטש אריבערגיין אזא שווערע נסיון, מען שטעלט אים די נסיון וואס מען האט געשטעלט פאר אחר. אחר האט געהערט א בת קול וואס רופט אויס (חגיגה טו.): "שׁוּבוּ בָּנִים שׁוֹבָבִים חוּץ מֵאַחֵר", זיין תלמיד דער הייליגער תנא רבי מאיר האט זיך געבעטן ביי זיין רבי, "רבי, טו תשובה, קום צוריק צום אייבערשטן", האט ער געזאגט פאר רבי מאיר: "איך האב געהערט א בת קול רופט אויס פון הימל 'יעדער איינער קען תשובה טון - חוץ איך'"; שטעלט זיך א פראגע, וואס איז אחר שולדיג אז מען לאזט אים נישט תשובה טון, ווי איז שייך אזא זאך?! נאר ער האט געדארפט אריבערגיין דעם נסיון, ער זאל הערן ווי מען דארף אים נישט, ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן - דאך זאל ער אזוי שטארק תשובה טון און זאגן: 'מיר גייט נישט אן אויב מען דארף מיר יא, אויב מען דארף מיר נישט; איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן".


זאגט רבי נתן אז דאס איז פשט; דער זוהר הקדוש זאגט פאר'ן מענטש 'דו ביסט פארפאלן', כדי אים אויסצופרואוון און זען וואס ער גייט טון; גייט ער זאגן 'שוין, איך בין פארפאלן' און ער גייט אויפגעבן, אדער גייט ער זאגן 'איך שטופ זיך אריין אין די קדושה, איך גיי צוריק צום אייבערשטן אפילו מען וועט מיר נישט געבן קיין עולם הבא, איך דארף דעם אייבערשטן'.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי פלעגט פארן צו צדיקים; אין אנהייב איז ער געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'.


עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים, ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידימער, ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


זאגט מוהרא"ש, עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן פארוואס עס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


טייערע חברים, אלע לשון הרע'ס וואס איר הערט אויף ברסלב, אלע קשיות, שאלות און בלבולים - דאס אלעס מוז זיין; מיר זענען נישט ראוי צו קומען צום רבי'ן, דערפאר שטעלט מען אונטער פאר יעדן איינעם שווערע נסיונות, מען פארדריידט דעם קאפ מיט מחלוקות, אדער אנדערע בלבולים - אבי מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן; אויב מען וועט זיין שטארק, מען וועט זאגן צו זיך 'איך האב געטראפן א רבי און איך גיי אים נישט אפלאזן; עס אינטערעסירט מיר נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, עס אינטערעסירט מיר נישט אז די מענטשן וואס דרייען זיך דא רעדן אויף דעם און אויף יענעם, עס אינטערעסירט מיר נישט קיין סתירות וכו', איך בלייב ביים רבי'ן וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן', דורכדעם וועלן מיר אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.


נעמט ספרים, קונטרסים, גליונות און גייט מזכה זיין אנדערע מיט דעם, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית? אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן זיינע נישט גוטע מעשים - ווי אז ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


איך קען נישט מאריך זיין, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - דער רבי קען יעדן העלפן, אבער נישט קיין בעל מחלוקת
חסידות ברסלב, מחלוקת, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


מוהרא"ש זאגט, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, זאל זיין ווער עס זאל נאר זיין, "אפילו הגרוע שבגרועים שמונח בשאול תחתית", אפילו דער ערגסטער מענטש וואס ליגט אין שאול תחתית, "אבל לא בעל מחלוקת", אבער נישט דער וואס מאכט מחלוקות.


איך שטיי ווייט פון די גאנצע פרשה וכו', איך וויל נישט האבן מיט דער זאך, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט נארן, איך זאל נישט פארגעסן ווער איך בין און פארוואס איך בין געקומען צום רבי'ן; איך בין געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל מיר היילן, איך זאל נישט פארווארפן ווערן; אפהיטן זאל מיך דער אייבערשטער אז איך זאל אנהייבן זאגן דעות אויף אנדערע.


וואויל איז דעם וואס געדענקט פון תכלית און זוכט נישט קיין שלעכטס ביי א צווייטן, ער פילט אן זיינע טעג מיט תורה ותפלה.

#33 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
מחלוקת, הפצה, היכל הקודש, שלום, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מען קען לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן
חסידות ברסלב, מחלוקת, חברים, אחדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ח טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם זיך מחזק זיין איינער מיט'ן צווייטן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד) מען דארף האבן נקודת החבר, אויסער וואס מען לערנט אליינס ביים רבי'ן דארף מען זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר, ווייל דורך א חבר קען א מענטש איבער חזר'ן אלע תורות פונעם צדיק, מען קען מקבל זיין נאך מער שיינע זאכן ווי מען איז אליינס מקבל פון רבי'ן; מען קען לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן, אזוי ווי רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, אבער פון מיינע חברים האב איך געלערנט נאך מער ווי פון מיינע רבי'ס.


הלואי זאלט איר דאס אנהאלטן, זיין שטארק מיט דעם; זיך צאמקומען חברים תלמידי היכל הקודש, איבער חזר'ן און זיך מחזק זיין מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כג.): "אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא", אן א גוטער חבר איז מען ווי א טויטער מענטש, מען מוז האבן גוטע חברים מיט וועם מען פרישט זיך אויף; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן? "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטער חבר, ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן.


בנוגע וואס איר זאלט לערנען בשעת מען קומט זיך צאם; עס איז נישט קיין חילוק וואס איר לערנט, דער עיקר איז עס זאל זיין געבויט אויף רעדן פון רבי'ן, פון די עצות, פון די שכל; אדער מאכט מען איינמאל אזוי און א צווייטע מאל אן אנדערע ספר, דאס איז נישט קיין חילוק, דער עיקר איז דער צאמקום זאל זיין געבויט אויף רעדן פון רבי'ן, אויב מען קומט זיך צאם סתם רעדן שטותים והבלים זאלט איר נישט אהין גיין, אז מען רעדט נישט פון תכלית, פון אייבערשטן - איז עס א מושב לצים, אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס שטייט (תהלים א, א): "אַשְׁרֵי הָאִישׁ אֲשֶׁר לֹא הָלַךְ בַּעֲצַת רְשָׁעִים וּבְדֶרֶךְ חַטָּאִים לֹא עָמָד וּבְמוֹשַׁב לֵצִים לֹא יָשָׁב", וואויל איז דעם וואס גייט נישט אין די וועג פון שלעכטע מענטשן, ער שטייט נישט מיט זינדיגע מענטשן און זיצט נישט מיט לצים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אויב וועט זיין צווישן אונז אחדות; דער צדיק רבי חיים וויטאל זכרונו לברכה דערציילט (ספר שבחי האר"י ז"ל): "בְּעֶרֶב שַׁבָּת פִּרְצָה מְרִיבָה בֵּין כַּמָה נָשִׁים", ערב שבת האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן די ווייבער פון די תלמידים פון אריז"ל, "וְאָמַר הָאֲרִיזַ"ל", און דער אריז"ל האט געזאגט, "בְּקַבָּלַת שַׁבָּת בָּא אֵלַי הַמֶלֶךְ הָרָע, וְאָמַר לִי", אינמיטן קבלת שבת איז געקומען דער מלאך המות און ער האט מיר געזאגט, "גַם אַתֶּם גַם מַלְכְּכֶם תִּסָפוּ", אז איך גיי נפטר ווערן, "וְכָל זֶה בִּגְלַל הַקְּטָטָה שֶׁהָיְתָה בֵּינֵיכֶם הַיוֹם", אלעס צוליב די מחלוקה וואס איז היינט געשען צווישן אייך, "כִּי כָּל פַּעַם שֶׁהָיָה הַשָׁלוֹם שׁוּרָה בֵּינֵיכֶם לֹא הָיְתָה לְמַלְאָךְ הַמָוֶת דְרִיסַת רֶגֶל", ווייל ווי לאנג עס איז געווען שלום צווישן אייך האט דער מלאך המות נישט געהאט קיין שליטה אויף מיר, "כֵּן הָיָה בַּעֲווֹנוֹתֵנוּ הָרַבִּים בְּאוֹתוֹ זְמַן נִתְבַּקֵּשׁ בִּיְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ זַ"ל", וכך הוה, אז דער אריז"ל איז יענע יאר אוועק; זעט מען פון די מעשה ווי חשוב עס איז צו זיין באחדות. אז מיר וועלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות צו זיין בשלום מיט יעדן איינעם וועלן מיר זוכה זיין צו ברענגען משיח במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - שלום צווישן אנשי שלומינו איז די וויכטיגסטע זאך
אומאן, מחלוקת, שטעטל, שלום, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון ... נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב זי זאל האבן א רפואה שלימה.


דו וואונדערסט זיך ווי אזוי דער ראש ישיבה איז אזוי רואיג בשעת עס טוט זיך, עס הייסט עס גייען ארויסקומען רבנים מיט חתימות וכו', וכו'; גלייב מיר ... מיר טוט מער וויי ווען אנשי שלומינו פארטראגן זיך נישט, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן – ווי א קול קורא קעגן מיר פון טויזנט חתימות.


בפרט אין אונזער שטעטל קרית ברסלב וויל איך מען זאל לעבן בשלום, ווי מוהרא"ש שרייבט אין די לעצטערע בריוו פאר'ן הסתלקות, פאר אנשי שלומינו: "איך עקל זיך פון מחלוקת, מיין גאנץ לעבן בין איך אנטלאפן פון מחלוקת".


דיר וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט זען עס זאל זיין שלום אין שטעטל, יעדער זאל זיין צופרידן.


 

#30 - שרעקט אייך נישט, זייט ממשיך צו פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל
בית המדרש, מחלוקת, הפצה, צדקה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ..., גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט נישט געזאגט מען זאל נישט פארקויפן קיין עליות, מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל נישט צוזאגן געלט ביים עולה זיין לתורה ווייל אויב מען שנאדערט און מען באצאלט נישט - איז דאס א גרויסע סכנה; אזוי פירט מען זיך אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, מען זאגט "בעבור שיתן צדקה בלי נדר", אבער מען זאגט נישט וויפיל.


ביי אונז אין ישיבה פארקויפט מען אויך די עליות; מיר פארקויפן די עליות דורכאויס די הייליגע טעג ווייל דעמאלט ווילן מענטשן עולה זיין, עס איז א צייט וואס עס קומט אריין געלט פאר'ן בית המדרש. וועכנטליך פארקויפן מיר נישט, אבער אז איר מוטשעט זיך מיט'ן אויפהאלטן דעם בית המדרש קענט איר פארקויפן די עליות, אזוי וועט זיין א שטיקל הכנסה, מען וועט קענען דעקן די הוצאות.


געב איבער פאר אלע חברים אין ירושלים די ווערטער:


שרעקט אייך נישט פון קיינעם, זייט ממשיך מיט אייער הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל לארכה ולרחבה. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן; וואו מען גייט און וואו מען שטייט באדאנקען זיך מענטשן פאר זייער לעבן, פון אלע קהילות און פון אלע חצירות, אלע נעמען די גאנצע חיות פון רבי'ן. זה לעומת זה עשה אלוקים, אנטקעגן דעם איז דא דער סמ"ך מ"ם וואס וויל דאס שטערן - הי' לא תהיה, יעצט איז דא אפאר משפחות פון שול אין מאה שערים, ממש געציילטע, צוויי משפחות וואס זיי זוכן ווי אזוי מען קען פארמאכן אונזער נייעם שול אין ירושלים, זיי האבן זייער פיינט היכל הקודש, זיי קענען נישט אראפשלינגען צו זען וואס מוהרא"ש טוט פאר כלל ישראל, זיי זענען איינגעזאלצן אין זייער ווינקל בשעת ווען מוהרא"ש נעמט איין די וועלט מיט'ן רבינ'ס חיזוק; יעדן טאג, יעדע שעה און יעדע מינוט דרוקט זיך טויזנטער ספרים און קונטרסים אין די גאנצע וועלט, כמעט אין יעדע שטאט אין ארץ ישראל דרוקט מען היינט די ספרים און קונטרסים, דאס ווערט צעכאפט ביי אלעמען, זיי קענען דאס נישט אויסהאלטן.


זיי פרובירן לייגן דרוק אויף געוויסע רבנים זיי זאלן שרייבן קעגן אונזער פלאץ; בעט איך ענק זייער, איר דארפט זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון קיינעם אין דער וועלט, מיר וועלן ווייטער גיין אונזער וועג, נאכגיין די הייליגע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט צו טון פאר אידישע קינדער, מיר וועלן ווייטער ראטעווען בחורים און מיידלעך פון די הענט פונעם סמ"ך מ"ם.


איך בין אריבער די אלע זאכן פאר לאנגע יארן צוריק, איך וועל זיך נישט אפשטעלן פאר די זאכן; איך האף אז איר וועט האבן די כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#29 - אין היכל הקודש איז נישטא קיין חילוק צווישן ספרד'ישע און אשכנז'ישע
מחלוקת, צדיקים, אחדות, מוהרא"ש, היכל הקודש, עצתו אמונה, משיח

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ליין יעדע וואך די בריוו פון עצתו אמונה בלשון הקודש, דו ביסט דאס זייער שיין מתרגם; עס ליינט זיך זייער געשמאק, איך בין זיך מחי' מיט דעם. שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


פאריגע וואך איז געווען א בריוו איבער דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, אין די בריוו שטייט: "מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען פאר אונז אין אמעריקע: 'איך האב א שטאט פון טייערע ספרד'ישע משפחות וואס אלע שערן זיך אפ די האר'"; אין אידיש ווען מען זאגט "טייערע ספרד'ישע משפחות" - הערט זיך דאס שיין, געב אכטונג אז ווען דו ביסט דאס מתרגם זאלסטו שרייבן די שענסטע וועג אויף די ספרד'ישע אידן, מער פארזיכטיג.


ליידער זענען דא וואס קוקן אויף זיי מיט א זלזול און ביטול השם ישמרינו; אפשר שרייב משפחות פון עדות המזרח, ספרד'ישע טייערע אידן; עס זאל זיך ליינען מיט די גרעסטע מאס כבוד. ביי תלמידי היכל הקודש איז נישטא קיין אונטערשייד צווישן אשכנז'ישע אידן און די טייערע ספרד'ישע אידן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם צווייטן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן א חידוש אין די ברסלב'ע שטאט יבנאל, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם. אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות - זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן צוזאמען, ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי זייער חשוב, אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


ביים רבי'ן קענען אלע זיין אינאיינעם, עס איז דא פלאץ אין הארץ פאר אלעמען. דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "עס איז דא א בוים וואס אונטער יענעם בוים וואוינען אלע סארט חיות, אויך אלע פייגלעך האבן זייערע נעסטן אויף יענעם בוים, און דער תענוג וואס דארט איז דא - איז עד אין שיעור"; אזוי ווי עס שטייט ווען משיח וועט קומען וועט זיין (ישעיה יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט'ן לעמעלע דער לעמפערט מיט'ן ציגעלע - וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער בוים - דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון נב): "עֵץ דָא צַדִּיק", דער צדיק ווערט אנגערופן א בוים; אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו, ווען ער האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל האט ער זיי געזאגט זיי זאלן קוקן (במדבר יג, כ): "הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן", זאגט רש"י (שם): "אִם יֵשׁ אָדָם כָּשֵׁר לְהָגֵן עֲלֵיהֶם", זיי זאלן קוקן אויב עס געפונט זיך אין ארץ ישראל אן ערליכער איד וואס קען מגין זיין אויף זיי; ביים צדיק איז דא פלאץ פאר אלעמען.


ווען מען קומט קיין אומאן צום רבינ'ס קיבוץ קען מען זען ווי אזוי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען; עס קומען זיך צאם אלע סארט מענטשן, אלע סארט חיות און פייגל און קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן מיט א ביטול, קיינער האלט זיך נישט גרעסער פונעם צווייטן, ווייל ווען מען קומט צום רבי'ן באקומט מען שפלות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - נישטא קיין חתונה אן א מחלוקת
מחלוקת, חתונה

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


דו זאלסט זיך נישט מישן אין קיין שום מחלוקת; חכמינו זכרונם לברכה זאגן שוין (שבת קל.): "לֵיכָּא כְּתוּבָה, דְּלָא רָמוּ בָּהּ תִּיגְרָא", נישטא קיין חתונה אן א מחלוקת; דאס איז פונעם יצר הרע וואס האט נישט חשק מען זאל חתונה האבן, אים לוינט בעסער ווען מען בלייבט א פלג גוף, דעריבער זוכט ער צו שטערן יעדע שמחה.


לאך זיך גוט אויס, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים, אז דו האסט געפונען א כלה פון א חשוב'ע משפחה; מער פון דעם דארפסטו נישט, עס זאל דיר נישט אנגיין וואו די חתונה איז, ווער דער שפילער איז, דער בדחן וכדומה; גרייט זיך אן מיט תפלה והתבודדות. געדענק פונעם עיקר, דו גייסט מקיים זיין דעם רצון השם; אלעס אנדערש איז דברים של הבל.


 

#27 - די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, און דערנאך וועט איר זיין פיל נחת
מחלוקת, התחזקות, צרות, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו גייסט צו די שמחה מיט א שמחה; וויפיל דו ביסט צופרידן פונעם חתן וועסטו זען נאך די חתונה אז ער איז נאך אסאך מער ווי דו מיינסט, ער איז א טייער קינד, א דיאמאנט.


דאס וואס גייט אריבער יעצט, מען קען זיך נישט אויסקומען, די מחותנים וכו' וכו' - דאס איז אזוי ווי חבלי לידה. ווען א פרוי גייט האבן א קינד, פון איין זייט איז דאס זייער שווער, אבער זי ווייסט אז די ווייען גייען אריבער און מען באקומט א ליכטיג קינד פונעם אייבערשטן. דאס זעלבע זאג איך דיר, דו און דיין ווייב תחי' גייען יעצט אריבער שווערע טעג, איר קענט נישט אנגיין מיט אייער לעבן פון די אלע רייבערייען וכו'; דאס איז נאר די פאר וואכן, באלד באקומט איר א זיסער ליכטיגער איידעם וואס וועט אייך ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - מ'דארף נישט מאכן די חתונה אין ישיבה
שידוכים, מחלוקת, חתונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זאג פאר'ן מחותן ... נרו יאיר אז פון מיין זייט קען ער חתונה מאכן זיין טאכטער אין א זאל; איך זוך נישט צו מאכן קיין מחלוקת, איך האב אים נאר געוואלט העלפן. אז די אנדערע צד פארפירט, ער סטראשעט אז ער גייט פארברענען די ישיבה, ער גייט מיר ארעסטירן - זאל ער עס מאכן אין א זאל.


נישט אז איך האב מורא, פארקערט, איך בין צוגעוואוינט צו האנדלען מיט אזעלכע מעשיות, נאר עס פעלט נישט אויס קיין מחלוקת, וד"ל.


שטארק זיך, דו מאך נאך שידוכים; ווי מער דו קענסט מאכן שידוכים זאלסטו מאכן נאך און נאך, דאס איז די גרעסטע מצוה - מאכן שידוכים.


איך האף דו וועסט אים איבערגעבן די שליחות, ער זאל טון וואס איז גוט פאר אים, ער דארף נישט קומען מאכן די חתונה אין ישיבה.


 

#25 - אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס די בריוו האבן דיר געהאלפן?
מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען; דו אליינס ווייסט דאך ביי דיר ווי שטארק די בריוו פון ספר עצתו אמונה האבן דיר געהאלפן, ווי עס האט דיר ארויסגענומען פון דיינע יסורים, יעצט קומסטו זאגן אז די בריוו טאר מען נישט געבן פאר בחורים און אינגעלייט?! יעצט זאגסטו אז די בריוו ברענגען שלעכטע מחשבות?! אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס די בריוו האבן דיר געהאלפן, אזוי שנעל האסטו פארגעסן ווי די בריוו האבן דיר ארויסגענומען פון ביטערע עבירות רחמנא לצלן, אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס דו האסט נעכטן געטון?!


איך האב אלע מיינע יארן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס פאסירט ווען מען נעמט ארויס א מענטש פון די קליפות, מען נעמט ארויס א מענטש פון זיינע עבירות, מען איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן - אז ביים סוף דריידט זיך אלץ איבער, יענער הייבט אן זאגן אויף דעם וואס האט זיך געפארעט מיט אים - אז מען טאר נישט אזוי רעדן, מען טאר נישט אזוי שרייבן, מען האט נישט געהאלטן פון אים, ער איז א בעל דמיון וכו' וכו'; יעצט זע איך וואס מוהרא"ש האט אלץ גערעדט און וואס מוהרא"ש איז אלץ אריבער.


שכל'דיג איז דאס נישט, מען קען דאס נישט פארשטיין; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער חק פון פרה אדומה, דער כהן וואס שפריצט דעם מי חטאת אויפ'ן טמא'נעם מענטש - ער ווערט טמא און דער טמא'נער מענטש ווערט ריין, דאס איז א זאך וואס איז אומפארשטענדליך, דאס איז א חק בלי טעם. מוהרא"ש זאגט מען קען דאס זען בחוש, עס קומט א טמא'נער מענטש, א טמא מת; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", טראכטן מחשבות פון ניאוף איז די גרעסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", מען ווערט טמא בטומאת מת, ווער רעדט נאך ווען מען איז פוגם בברית - דאן איז גאר ביטער, ווען אזא איינער קומט צום צדיק און דער צדיק פארעט זיך מיט אים, ער לאזט זיך אראפ, ער רעדט זיין שפראך, ער דריידט ארום אזוי שטארק מיט אים ביז ער פועל'ט ביי אים ער זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער שפריצט אויף אים די מי חטאת, די מים טהורים, ער ווייזט יענעם א וועג ווי אזוי מען לערנט און ווי אזוי מען דאווענט, ער ווייזט אים די רחמנות פונעם אייבערשטן, וואס פאסירט נאכדעם? יענער הייבט אן זאגן אויפ'ן כהן: "אזוי רעדט מען? אזוי שרייבט מען? אזוי פירט מען זיך?"


געוואלד און געשריגן, ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען מען אזוי שנעל פארגעסן וואס מען האט נעכטן געטון? צו קומען זאגן פאר'ן צדיק וואס האט דיר ארויסגעשלעפט פון וואס נאר איין איינציגער באשעפער ווייסט וואס מען האט געטון, "שֶׁאֵינוֹ לֹא מַזֶּה וְלֹא בֶּן מַזֶּה יֹאמַר לְמַזֶּה בֶּן מַזֶּה", ווי קען זיין דער וואס איז נישט קיין כהן און נישט קיין זון פון א כהן קומט און זאגט פאר'ן כהן (ברכות כח.): "מֵימֶיךָ מֵי מְעָרָה וְאֶפְרֶךָ אֵפֶר מִקְלֶה", דיינע וואסער זענען נישט קיין כשר'ע וואסער און דיין אש איז נישט קיין כשר'ע אש?!


זאת נחמתי, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "מיר קענען זיך בארימען אז מיר האבן קיינעם נישט פארפירט"; כמה פעמים האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "אלע וואס האבן געהאט שייכות ביי מיר און אלע וואס האבן שייכות מיט דיר האבן זוכה געווען צו לערנען משניות און ענדיגן לכל הפחות איין מאל ששה סדרי משנה און לערנען און מסיים זיין מסכתות אין ש"ס; מיר האבן קיינעם נישט אפגענארט, אפילו מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, אפילו מען שלאגט אונז וכו'".


אמאל ווען איך האב זיך אויסגעשמועסט פאר מוהרא"ש מיינע יסורים, איך האב אים דערציילט אז איך בין געגאנגען אין גאס און מען האט מיר נאכגעשריגן: "ביסט שטאט'ס משוגע'נער", (היינט טראכט איך: 'וואס האט מיר דאס בכלל געבאדערט? וואס אינטערעסירט מיר וואס מען רעדט? אבער דעמאלט האט מיר עס יא וויי געטון), האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דו ביסט שטאט'ס משוגע'נער און איך בין וועלט'ס משוגע'נער"; מיר צו טרייסטן און זאגן: 'וואס גייט דיר אן וואס מענטשן רעדן, וואס מענטשן זאגן? אויף מיר רעדט מען אויך'; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער עיקר זאלסטו ווייטער פועל'ן ביי די תלמידים זיי זאלן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, זיי זאלן דורך שפאצירן כל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש און הלכה".


זאת נחמתי, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה פד, ו) אויפ'ן פסוק (בראשית לז, ב): אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף - "כָּל מַה שֶׁאֵרַע לְיַעֲקֹב אֵרַע לְיוֹסֵף", אלץ וואס איז אריבער אויף יעקב אבינו איז אויך אריבער אויף יוסף; די זעלבע זאך, וואס איז אריבער אויף מוהרא"ש חזר'ט זיך יעצט איבער, מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס אוועק געגעבן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, און זייער אסאך פון די וואס מוהרא"ש האט זיי א טובה געטון האבן גערעדט אויף מוהרא"ש, עד היום הזה זענען דא מפורסמים אין ברסלב וואס מוהרא"ש האט זיי מקרב געווען צום רבי'ן, מוהרא"ש האט זיי אויפגעהויבן פון וואו זיי זענען געלעגן און זיי שטייען און בארעדן די ספרים, אז מען טאר דאס נישט לערנען וכו' וכו', אזוי ווי דו שרייבסט, אז דאס מאכט מחשבות רעות.


דאס אלעס חזר'ט זיך איבער היינט; מען רעדט אויף די בריוו, מען שרייט אז מען טאר נישט רעדן און שרייבן אזוי, פלוצלונג ווערט (שמות א, ח): "וַיָּקָם מֶלֶךְ חָדָשׁ ... אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא.) ער האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט יוסף, ער האט פלוצלונג פארגעסן וואס יוסף הצדיק האט אים געטון, ווי ער האט אים געראטעוועט זיין לעבן; 'יוסף' - דאס איז דער צדיק וואס ער שפייזט יעדן, ער האט חיזוק פאר יעדן, ער ווייזט פאר דרי מעלה אז זיי האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין און פאר דרי מטה ווייזט ער 'דער אייבערשטער איז מיט דיר; אפילו דו זינדיגסט, אפילו דו ביסט אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, קענסטו נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן'; און מען מאכט זיך ווי מען האט פארגעסן וואס די בריוו האבן געהאלפן.


איך האב נאך נישט אנגעהויבן שרייבן, איך דארף מקצר זיין; איך לויף אריין צו די בחורים וואס ווארטן אויף מיר.

#24 - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מחלוקת, אחדות, יענער, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, ירושלים.


די וואך האבן מיר אין די פרשה זייער א וויכטיגע זאך, דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה.


אין די צוויי ווערטער ליגט א וויכטיגע זאך פאר יעדן איינעם; דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע; אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, אויב דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן - טארסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נאר אויף דיר, לֶךְ לְּךָ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב') אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דאס איז זייער א וויכטיגע יסוד, אויב וויל מען מצליח זיין אין לעבן - נישט צו קוקן אויף קיינעם; סיי אויף לצים און סיי אויף עובדי ה'. בפרט די פרישע מקורבים וואס ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן קענען אסאך מאל האבן חלישות הדעת ווען מען קומט צום רבי'ן און מען זוכט צו טרעפן די ברסלב'ע מלאכים, מען זוכט 'וואו זענען די עובדי ה'?' פון דעם קען מען אסאך מאל אוועק פאלן; אזוי האט שוין פאסירט מיט אסאך.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, איינער פון די היינטיגע משפיעים אין ברסלב איז דאס אריבער; ער איז געקומען דאווענען ראש השנה אין שול אין מאה שערים און ער האט דארט באקומען אזא חלישות הדעת... דעם צווייטן טאג ראש השנה איז ער געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ער האט מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר אים. ער איז געקומען צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט אים מחזק געווען ער זאל נישט קוקן אויף 'קיינעם', נאר נעמען די ספרים פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט.


מוהרא"ש אליינס ברענגט (רגעי מוהרא"ש, סימן נה, נז) ווען ער איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל נאכן לערנען עלף יאר דעם רבינ'ס ספרים האט ער געמיינט אז ער גייט טרעפן א שול מיט מלאכים, ווען ער איז אבער געקומען אין שול אין מאה שערים און געזען די לצים האט ער געהאט חלישות הדעת; אזוי גייט עס אן אין אלע צייטן. דארף מען וויסן און געדענקען די וויכטיגע הקדמה אין לעבן פון לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לֶךְ לְּךָ - גיי דיר דיין וועג, דין דעם באשעפער אויף דיין וועג.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע ברידער פון ירושלים עיר הקודש, שטארקט אייך, יעדער האט זיין זאך וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, וואס נאר ער קען טון און קיינער קען דאס נישט אויסכאפן פון אים; דאס זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לעב מיט דיין נקודה.


נאך א זאך בעט איך ענק, געדענקט וואס די לבנה האט געזאגט פאר די זון (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - פונעם חיגר): "וואס זארגסטו פרעמדע זארג? מיין זארג איז, די שדים נעמען אוועק מיינע כחות, זיי לאזן מיר נישט גיין, דאס איז מיין זארג", דאס זאלט איר חזר'ן, זארגט נישט פרעמדע זארג, אונזער זארג איז נאר איין זארג: 'ווי אזוי קען איך זיין אן ערליכער איד, א פשוט'ער איד; האבן שלום בית, ליב האבן אהיים צו גיין, זיין א גוטער מאן און א וואוילע טאטע פאר די קינדער; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.


היט אייך פון מחלוקת און פון לשון הרע, היט אייך פון זארגן פרעמדע זארג; בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך וויל נאר טון דיין ווילן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין פאלן, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל זיך שוין צוריק קערן צו דיר".


איך וועל זיין אין די נאנטע טעג, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - אין ארץ ישראל; איך בעט אייך זייער מאכט נישט קיין פרסום, איך וויל דאס נישט; איך האף איר וועט נישט מפרסם זיין אז איך קום, נאר דעמאלט וועל איך זיין ביי אייך אין שול, אויב וועט זיין א פרסום וועל איך גיין נאר קיין יבנאל און צו תלמידים אין שטוב.


אנשטאט מיך מפרסם זיין - זייט מפרסם די ספרים און קונטרסים אינעם קו, דאס וועט צוריק קערן אזויפיל אידן צום אייבערשטן; זייט מפרסם די גליונות און בריוו וואס איז מחי' אזויפיל אידן. מיר פערזענליך זייט נישט מפרסם, איך האב נישט קיין כח דערצו.


איך בענק נאך אייך.

#23 - טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, שידוכים, מחלוקת, תהלים, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות; טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב, דאס קריגן אויפ'ן רבי'ן איז נישט קיין שכל'דיגע זאך; וואלט די התנגדות געווען א שכל'דיגע זאך וואלט מען ווען געקענט ענטפערן, אויפווייזן, מסביר זיין וכו' וכו', אבער עס איז נישט אזוי, עס איז א כח הטומאה וואס קריגט זיך מיט די קדושה, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פונעם רבי'ן, דעריבער מאכט ער מחלוקת אויפ'ן רבי'ן.


זאגט תהילים; אייערע עלטערן וועלן אייך נישט שטערן פון זאגן תהילים, זיי דארפן נישט וויסן אז איר נעמט חיזוק אויף תהילים פון ברסלב.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שוין טרעפן אייער שידוך, אזוי וועט איר קענען אויפשטעלן א שיינע ברסלב'ע שטוב און ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#22 - מען טאר נישט אויפהעצן א קינד קעגן א טאטע
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מחלוקת, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דער אינגל וואס זיינע עלטערן לאזן אים נישט קומען; מען טאר נישט אויפהעצן א קינד קעגן א טאטע, און זיכער נישט אים זאגן ער זאל זיך קויפן א טעלעפאן; עס טוט מיט זייער וויי אז איר פירט זיך היציג אן שכל.


איר דארפט אים נישט ארויס ווארפן, אבער חס ושלום אים אויפהעצן צו גיין קעגן זיינע עלטערן.


איך שיק דיר א בריוו, ווען דו זעסט דעם קינד געב אים די בריוו.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דיין טאטע וויל נישט דו זאלסט זיך דרייען אין היכל הקודש זאלסטו נישט מאכן קיין מחלוקת, ענדערש זאלסטו נעמען די עצות פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט אן קיין מחלוקת.


נעם די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס דו דארפסט - זאלסטו שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף אידיש; דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז. דער רבי וויל אריין ברענגען אין אונז א קלארע לויטערע אמונה מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, דאס קענסטו טון אן קיין מחלוקת, נעם אריין דעם אייבערשטן אין יעדע זאך וואס דו טוסט.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט נאכמאכן דעם רבי'ן, דו וועסט אסאך רעדן צום אייבערשטן - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק; א שאד זיך קריגן מיט א טאטע, ענדערש זאלסטו דאווענען מיט דיין טאטע, גיי מיט אים אין שול, זיי אים מכבד און פאר דיר אליינס זאלסטו לעבן מיט די לימודים פון רבי'ן. אז מען רעדט צום אייבערשטן ברענגט דאס נישט צו קיין מחלוקת, דאס איז א זאך וואס איז נאר צווישן דעם מענטש אינעם אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל שוין אנטפלעקט ווערן פאר אלעמען די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, מען זאל שוין נישט זאגן אויף ברסלב אז דאס איז א נישט גוטע פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - תלמידי היכל הקודש וועלן נישט אוועקמאכן א צווייטן
מחלוקת, אחדות, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען נישט גלייבן וואס איר שרייבט, עס קען נישט זיין אז תלמידות היכל הקודש זאלן חוזק מאכן אין פארנט פון אייך פון אייער חסידות, פון די פלאץ וואו איר זענט אויפגעוואקסן; די פרויען וואס טשעפען אייך מיט די פלאץ פון וואו איר קומט זענען נישט קיין תלמידות היכל הקודש, תלמידות היכל הקודש וועלן קיינמאל נישט מבטל זיין א צווייטע חסידות, א חשוב'ע קהילה; היכל הקודש האט גענוג און נאך וואס צו פארקויפן, עס פעלט נישט אויס אפצושפעטן פון אנדערע.


וויסן זאלט איר אז נישט יעדע גאסט וואס איז נעכטן אנגעקומען אין היכל הקודש איז היכל הקודש; אסאך מאל ווערט מען צעבראכן, מען ווערט אנטוישט ווען מען זעט מענטשן וואס דרייען זיך אין היכל הקודש פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'הזאת נעמי? דאס איז היכל הקודש? פארדעם האב איך זיך געדארפט קריגן מיט מיין משפחה צו קומען אויף ברסלב?!'


כדי נישט צו קומען צו די חלישות הדעת איז זייער וויכטיג אריין צו נעמען אין זיך וואס היכל הקודש איז, וואס ברסלב איז; היכל הקודש איז די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל און עצות פון מוהרא"ש, ווער עס נעמט די שכל און חיזוק דער האט א חיים טובים, דער האט נישט קיין חלישות הדעת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט האבן קיין חבר'טעס, מען דארף האבן חבר'טעס און פארברענגען, אבער אז מען ווייסט פון פאראויס די הקדמה - ווערט מען נישט צעבראכן ווען מען הערט ווי דער רעדט אזוי און דער פירט זיך אזוי וכו' וכו'.


מאכט אייך א שיעור אין ספר אשר בנחל און אין ספר עצתו אמונה, דארט וועט איר טרעפן גוטע חיזוק פאר אייך, דארט וועט איר געפונען עצות פאר יעדע פרט אין לעבן.


ווייזט דעם בריוו פאר די אלע וואס מאכן אוועק די חסידות וואו איר זענט אויפגעוואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מ'דארף נישט דערציילן אז מ'האט חיות פון רבי'ן
חסידות ברסלב, מחלוקת, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט קיינעם נישט דערציילן אז איר נעמט אייער גאנצע חיות פון רבי'ן, וואס דארפט איר זיך זוכן מחלוקת? ענדערש זאלט איר ווייטער לעבן מיט די עצות אן דעם וואס מען זאל וויסן דערפון, אזוי וועט איר נישט האבן קיין מחלוקת.


אויב מען וועט זיך דערוואוסן אז אייער גאנצע חיות איז פון הייליגן רבי'ן - איז אויך גארנישט; נישטא פון וואס מורא צו האבן, ווי לאנג מען טוט נישט קיין שלעכטס איז נישטא וואס מורא צו האבן.


זאגט א יעדן טאג תהילים, פרובירט צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים וועט איר זיך שפירן זייער שטארק; ווען מען זאגט תהילים שפירט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, דעמאלט פאלן אוועק אלע פחדים.


א גמר חתימה טובה.

#19 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט פיינט האבן דאס שטעטל
אומאן, מחלוקת, תשובה, התחזקות, מוהרא"ש, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו האסט אסאך שלעכטס אין דיר, עס קאכט אין דיר דיין עבר - דיינע מעשים וואס דו דארפסט פאררעכטן, ווייל די אלע טענות וואס דו שרייבסט מיר און וואס דו רעדסט מיט חברים וועגן די שטעטל האט נישט קיין הענט און קיין פיס; עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס עס זאל דיר שטערן די שטעטל. די טענה וואס דו זאגסט אז די מוסד אין וויליאמסבורג וועט צעפאלן - איז זייער לעכערליך. איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס אין דיר אויף די אלע משפחות פון אנשי שלומינו וואס שיקן נישט די קינדער פון אנהייב אן אין אונזער הייליגע מוסד אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס א פיינטשאפט צו די משפחות וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז עס זאל דיר שטערן די משפחות וואס ציען זיך קיין דזשערזי סיטי, מאנסי, סטעטן איילענד וכדומה, נאר ווען מען רעדט פון שטעטל הייבט אן גיין פייער פון דיר; ווען דו רעדסט פון אנשי שלומינו טייערע משפחות וואס ציען זיך ארויס קיין קרית ברסלב ליבערטי - צינדט זיך אן אין דיר א בלינדע פיינטשאפט וואס האט נישט קיין שום זין.


איך מוז דיר זאגן אפן, עס טוט מיר זייער וויי יעדעס מאל וואס איך הער פון אנדערע ווי דו רעדסט מיט א פיינטשאפט אויף די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל; דו ווייסט אז נאך אביסל פארן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן אויף ראש השנה וואו מיר וועלן זיין אינאיינעם אלע תלמידי היכל הקודש, און דו ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט אויסרופן פאר תקיעת שופר געשטיקט מיט טרערן: "איך בעט יעדן איינעם, אויב איינער האט פיינט א צווייטן זאל ער מיר טון א טובה און ארויס גיין פון בית המדרש"; איך געדענק ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט, עס קלינגט מיר נאך אין אויער די ווערטער ביז'ן היינטיגן טאג, איך געדענק דאס התעוררות, דאס געוויין וואס האט געהערשט בשעת מעשה, איך געדענק די הרהורי תשובה וואס יעדער איינער האט געהאט און מיט דעם לעב איך א גאנץ יאר.


אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועסטו קענען זיין מיט אונז דעם קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין אין אונזער חבורה, אבער אז דו וועסט אנהאלטן די פיינטשאפט, דו וועסט נישט קוקן אין די אויגן פון די משפחות וכו', זאג איך דיר קלאר און איך בעט דיר אז דו זאלסט נישט קומען דאווענען ביי אונז. מיר דארפן נישט קיין עולם, מיר זוכן נישט קיין סאך מענטשן, מיר דארפן א חבורה וואס מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


איך האב ליב אלע אידן און נאך מער אלע ברסלב'ע חסידים תלמידי היכל הקודש, און דיר האב איך זייער שטארק ליב; אבער יעצט ווען דו שרייבסט מיר די לאנגע מגילה פול מיט האס, מוז איך דיר זאגן אפן: "אדער טוסטו תשובה, דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין עבר און ריין מאכן דיין הארץ זאלסט זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס, אדער זאלסטו נישט קומען מער צו מיר".


מיר קענסטו נישט סטראשען און פון מיר קענסטו גארנישט צונעמען; איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן לעבן און מיר געבעטן איך זאל עפענען א ישיבה, איך האב געפאלגט מיט מסירת נפש; איך האב געהאט צו הערן און צו זינגען פון אלע זייטן - פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, אבער גארנישט האט מיר אפגעשטעלט פון צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אז איך וועל דיר נאר שרייבן איין פראצענט פון וואס איך בין אריבער - וועסטו מיר אויך נישט גלייבן; מען האט מיר פארשעמט אין אלע גאסן, מען האט אויסגעווארפן זייער אסאך מאל פאשקעווילן קעגן מיר אין אלע גאסן, עס זענען ארויסגעקומען גאנצעטע העפטן מיט לשון הרע און הוצאת שם רע אויף מיר און מיין משפחה, עס זענען פארגעקומען גרויסע הפגנות און פראטעסטן קעגן מיר אין די גאנצע שטאט דורך מענער און פרויען, באזונדער איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען; במשך א וואך צייט אין איין צי זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פארנט פון מיין שטוב, יעדן אינדערפרי זענען געשטאנען פרויען מיט גרויסע שילדן (סיינס) קעגן מיר און קעגן מיין ווייב תחי', מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט, מען האט גערופן טאג און נאכט סטראשען מיין ווייב און מיין משפחה, מען האט מיר ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים; איך האב נישט געקענט גיין א שטיק צייט אין מקוה, און ווען איך בין שוין יא געגאנגען באהאלטענערהייט האט מען האט מיר אנגעגאסן מיינע וועש אין מקוה. איך האב געכאפט מכות; מען האט מיר צובלוטיגט - איינמאל אין גאס און איינמאל ביי א חתונה. ווען איך פלעג גיין אויף שמחות פון גאר נאנטע משפחה און איך האב געוואלט וואונטשן מזל טוב האט מען מיר נישט צוריק געגעבן די האנט.


שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט די שטאט; מען האט גע'מסר'ט די ישיבה אז איך הייס בחורים זיך נעמען דאס לעבן, מען האט מיר גערופן אויף חקירות ודרישות; טעג און וואכן האב איך נישט געהאט קיין מנוחה פון די פאלשע מסירות. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט רבנים, מען האט מיר גערופן צו דין תורה'ס און מען האט געוואלט ארויסקומען מיט א חרם אויף די ישיבה.


אזוי אויך האב איך געליטן פון אינעווייניג, אין היכל הקודש האט מען מיר זייער וויי געטון; רוב חברים וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק וואס דוד המלך וויינט צום אייבערשטן (תהלים מא, י): "גַּם אִישׁ שְׁלוֹמִי אֲשֶׁר בָּטַחְתִּי בוֹ", מיינע נאנטע פריינד, "אוֹכֵל לַחְמִי", נאנטע מענטשן וואס האבן געגעסן מיין ברויט, מיין געלט, מיין געהאלט, - "הִגְדִּיל עָלַי עָקֵב", זענען געווארן מיינע פיינט, זיי האבן גערעדט צו מוהרא"ש שלעכטס אויף מיר; עס האט געפעלט א האר, עס איז געווען "כְפֶשַׂע בֵּינִי וּבֵין הַמָּוֶת", עס זאל ווערן א פירוד חס ושלום צווישן מיר און מוהרא"ש.


און נאך אסאך אסאך, וואס מען קען נישט אנהייבן צו שרייבן - וואס איז אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם האב איך קיינמאל נישט געטראכט פון אפלאזן די ארבעט. ביי מיר איז געווען א ווארט פון מיין הייליגער רבי וואס האט מיר געגעבן א שליחות צו טון - א ווארט.


איך שרייב דיר דאס אלעס כדי דו זאלסט וויסן אז מיר קענסטו נישט צעברעכן; קענסט פרובירן אבער עס וועט דיר נישט גיין. ווען מען וויל מיר צעברעכן מאכט מען מיר נאר שטערקער, ווייל ווען עס גייט אריבער אויף מיר שוועריקייטן גיי איך צוריק צום אייבערשטן, איך וויין זיך גוט אויס און איך בעט אים ער זאל מיר העלפן, דורכדעם ווער איך נאר מער מחוזק. ווען א מענטש וויל עפעס דעמאלט קען מען אים שטערן, מען קען אים אונטערלייגן פיסלעך וכו' וכו', אבער ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט - קען מען אים גארנישט טון.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסב): דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געבעטן זיינע תלמידים זיי זאלן מקרב זיין א געוויסער איד אן עושר, שפעטער ווען ער איז מקורב געווארן און ער איז געווארן א גרויסער צדיק איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כה:) 'הָרוֹצֶה שֶׁיַעֲשִׁיר - יַצְפִּין', ווער עס וויל רייך ווערן זאל זיך שטעלן אויף צפון זייט 'הָרוֹצֶה שֶׁיַחְכִּים – יַדְרִים', און ווער עס וויל קלוג ווערן זאל זיך שטעלן אויף דרום זייט, קומט אויס אז דער איד - איידער ער איז מקורב געווארן צו עבודת השם איז ער געווען אויף צפון זייט, איז ער געווען רייך, אבער יעצט ווען ער איז אריבערגעקומען אויף דרום זייט, ער איז געווארן אן ערליכע איד, א חכם - קען ער שוין נישט זיין אויף צפון זייט", זאגט דער רבי: "דאס איז ווען א מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש פארנעמט פלאץ אויף די וועלט - דעמאלט קען ער זיין נאר אין איין פלאץ, אדער צפון אדער דרום, וואס איז אבער ווען א מענטש וויל גארנישט? דעמאלט פארנעמט ער נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דעריבער קען ער זיין סיי קלוג און סיי רייך", אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, די תורה זאגט (במדבר יב, ג): "וְהָאִישׁ משֶׁה עָנָו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", משה רבינו איז געווען א גרויסער עניו; וואס מיינט אן עניו? אז ער האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויף די וועלט, ער איז געווען ביי זיך גארנישט; אזא איינער - זאגט דער רבי - קען זיין רייך און קלוג.


אזוי איז ווען מען קריגט אויף איינעם, מען וויל אים צעברעכן; כל זמן דער מענטש וויל עפעס קען מען אים צעברעכן, אבער אז דער מענטש וויל גארנישט, ער איז בכלל נישט תופס מקום - דעמאלט קען מען אים גארנישט טון.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט מיין שליחות, אויפשטעלן מוסדות פאר בחורים אינגלעך און מיידלעך און כוללים פאר אברכים, איך וועל ווייטער געבן שיעורים פאר אינגעלייט און פרויען, זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן, זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי זאלן קענען לעבן אויף די וועלט, זיי זאלן ליב האב די תורה, און אלע וואס שטערן מיר און לייגן מיר אונטער פוסלעך - מאכן מיר נאר שטערקער, זיי העלפן מיר מיט מיין התבודדות, זיי שטופן מיר נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, עס איז פארט אן אנדערע התבודדות ווען מען ווערט געשטערט וכו' וכו'.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך טראכט אז איך וועל קענען עפענען די בלינדע טפשות וואס איז דא ביי דיר אויפ'ן שטעטל.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין סיי מיט אונזער מוסד אין וויליאמסבורג און סיי מיט'ן מוסד אין שטעטל, און איך האף צו גיין ווייטער און ווייטער. איך זיץ שוין מיט רבי ... נרו יאיר דער מנהל המוסד ווי אזוי אויסצושטעלן די קלאסן פאר'ן קומענדיגן יאר, און מיט די מנהלת תחי'; בשעת דו שרייבסט מיר דיין לאנגע מגילה, זיץ איך מיט'ן מנהל און מנהלת ווי אזוי אויסצושטעלן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר לייגן אריין כוחות ארויס צו געבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - געבן א נאמען נאך א צדיק
מחלוקת, קינדער, משפחה, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! אזא נס, אזא אפענע נס האט דער אייבערשטער געמאכט מיט אייך! יעדעס מאל וואס א קינד ווערט געבוירן געזונטערהייט איז דאס א נס, כל שכן ווען די דאקטורים שרעקן אן וכו' וכו' און מען זעט ביים סוף אז זיי ווייסן גארנישט; זיי מיינען אז זיי זענען בעל הבית, זיי מיינען אז זיי זענען די וואס געבן קינדער - דעמאלט זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, מען זעט די כח פון תפילה.


בנוגע די נאמען וכו'; אויב אייער מאן נרו יאיר וויל געבן א נאמען נאך א צדיק און אויך איר ווילט דאס, די איינציגסטע פראבלעם איז די משפחה, איר האט מורא אז מען וועט חוזק מאכן וכו' וכו' - דארפט איר נישט קוקן אויף דעם, ווייל חוזק איז נאר דער וואס איז באמת א חוזק, אבער דער וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות איז קיין חוזק נישט. ביים סוף זעט מען ווער דער חוזק איז; די אלע וואס זענען באהאפטן צו צדיקי אמת - די לעבן א חיים טובים, די זעען נחת פון זייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער צדיקים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט זוכה זיין צו איידעמער צדיקים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט מורא פון צדיקים, ער מאכט נישט חוזק פון צדיקים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן א צדיק, א גרויסער תלמיד חכם.


נעמטס אריין אין זיך אז איר האט אליינס א משפחה; ברידער און שוועסטערס, שוואגערס און שוועגערינס - זענען גוט פאר משפחה איידער מען האט חתונה, נאך די חתונה הייבט זיך אן א נייע געשיכטע, מען בויט א נייע משפחה; איר מיט אייער מאן זענען יעצט די משפחה און ווי לאנג איר מאכט נישט חוזק איינער פון צווייטן איז גוט.


דעריבער זאלט איר מחליט זיין וואס איז גוט פאר ענק און נישט קוקן וואס די משפחה וועט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין דעם קינד און אלע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, די ברית זאל זיין אין צייט און איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן.

#17 - נישט גיין קעגן קיינעם
תפילה והתבודדות, מחלוקת, הפצה, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות פאר נאך און נאך מענטשן.


זאגטס פאר מרת ... אז זי דארף נישט מורא האבן פון קיינעם; אויך זאל זי נישט גיין מיט אלע עלטערן וואס נעמען זיך צאם קעגן איר זון'ס ראש ישיבה, ער וועט אליינס האבן א מפלה; איינער וואס רעדט צו בחורים צו טון עבירות וועט נישט האבן קיין קיום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קד.) אז שקר האט נישט קיין קיום.


זי זאל נישט גיין קעגן קיינעם; מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס חז"ל זאגן (שבת לב.): "שִׁבְקֵיהּ לְרָוְיָא - דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", לאז דעם שיכור אליינס אראפפאלן; ווען מען האט צוטון מיט א שיכור דארף מען אים נישט אראפ ווארפן, ער וועט סיי ווי פאלן - פריער אדער שפעטער.


אונזער וועג איז תפילה והתבודדות; אונזער וועג איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - נעם נישט קיין צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר
חסידות ברסלב, מחלוקת, היכל הקודש, שלום

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, כ"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו אז דו האסט זיך צעקריגט מיט דיין טאטע, ווייל ער האלט אז מען טאר נישט רעדן קעגן ... און דו האלסט אז מען דארף יא רעדן קעגן ....


עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אז דו האסט בכלל א דיעה אין די גאנצע נושא פון ...; ביי אונז תלמידי היכל הקודש האבן מיר בכלל נישט קיין דיעה - נישט אהער און נישט אהין, מיר לעבן מיט תכלית. מוהרא"ש האט אונז געגעבן א גדלות המוחין, מיר זאלן נישט דאגה'נען פון זאכן וואס האט נישט מיט אונז.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער פארוואס דו נעמסט א צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר, פארוואס עס אינטערעסירט דיר בכלל די זאכן; תלמידי היכל הקודש לעבן און געדענקען די ווערטער פון רבי'ן, די מעשיות פון רבי'ן; די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): "די לבנה האט געזאגט פאר'ן זון, וואס זארגסטו פרעמדע זארג? איך וועל דיר דערציילן מיינע זארג, איך האב נישט קיין כח אין מיינע פוס, די שדים נעמען צו מיינע כוחות", עיין שם; דאס דארף זיין דיינע זארג, דאס איז די איינציגסטע זארג וואס מיר האבן, מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן, מיר זאלן נישט פארכאפט ווערן ביי די שדים, ביי די נישט גוטע - רחמנא לצלן.


מאך זיך נישט נאריש, רעד מער נישט מיט קיינעם פון די גאנצע פרשה, אלע דיינע ווערטער זאלן נאר זיין דיבורי התחזקות. טו וואס איך טו, ווען איינער פרעגט מיר וואס איז מיין דיעה אין די פרשה, זאג איך וואס יענער וויל הערן; אז יענער שרייט "קדוש!" שאקל איך דעם קאפ אויף דעם זייט, אז יענער שרייט "טמא!" - שאקל איך דעם קאפ אויף דעם אנדערן זייט; וואס האט דאס מיט מיר? וואס האט דאס מיט מיין תיקון? איך דארף דאך פאררעכטן מיינע מעשים, איך וועל דאך פארט דארפן אויסטון דעם גוף און צוריק גיין צום אייבערשטן, וואס וועט מיר העלפן די אלע שמועסעלעך לכאן אדער לכאן?


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון שיחות ילדים, געדענק וואס דער הייליגער תנא רבי דוסא בן הרכינס זאגט (אבות ג, י): "שִׂיחַת הַיְלָדִים, וִישִׁיבַת בָּתֵּי כְנֵסִיּוֹת שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ - מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", שמועסן קינדערישע שמועסן און זיצן מיט עמי הארצים - מאכט מען זאל פארלירן די וועלט און יענע וועלט; א שאד צו זיין פארנומען מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיר און נישט מיט דיר. געדענק, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), "אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב", און ער וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, "וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - איך בין גוט מיט דיר, אבער מאך נישט חוזק פון מיין רבי'ן
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, זיכוי הרבים, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט האט איר געטון און אזוי זאלט איר ווייטער טון; ווען איינער קומט אייך אונטעררייסן און מאכט חוזק פונעם הייליגן רבי'ן וואס געבט אייך לעבן, זאלט איר שיין זאגן: "מיר קענען שמועסן און זיין גוטע פריינט נאר אז מען רעדט נישט פון דער נושא און קיינער מאכט נישט אוועק דעם צווייטן; איך מאך נישט חוזק פון דיין חסידות און דו מאך נישט קיין געשפעט פון מיין פלאץ".


בויטס אויף אייער מאן; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער האט זייער גוטע מידות און ער איז א ירא שמים, וויבאלד זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט אים זייער שטרענג איז ער דערשראקן וכו'. ער דארף אביסל שטארקייט; איר מיט אייער חכמה קענט איר אים אזוי שיין אויפבויען ער זאל זיין א שטארקער מענטש.


זייטס מקרב נאך פרויען און מיידלעך צום הייליגן רבי'ן; דאס איז אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין וואס מיר דארפן אלץ פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, אחדות, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#13 - קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף מפיצים
מחלוקת, הפצה, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס עס שטערט דיר אז איינער לייגט ארויס אויף זיין אקאונט וכו' חיזוק אויף צו לערנען און דאווענען...


איך כאפ נישט פון וועם דו ווערסט פארשעמט; ווער מאכט חוזק? די אלע וואס מאכן חוזק וכו' מאכן אין די זעלבע צייט חוזק פון דיר ווען דו הערסט נישט; די אלע וואס מאכן ליצנות פון דעם רבינ'ס ווערטער זענען נישט צופרידן מיט זייער לעבן, וואלטן זיי געהאט א טעם אין לעבן וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון אנדערע, בפרט פון הפצה.


איך בעט דיר זייער, מאך נישט אוועק קיין מפיצים, קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף זיי. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד, אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון אן ערליכער איד"; אז דו ביסט נאכנישט גרייט צו פארשפרייטן פאר אנדערע מאך נישט חוזק פון די אינגעלייט וואס גייען יא הפצה.


זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער דיר אזוי; איך קען עס פשוט נישט אויסהאלטן ווי אייגענע תלמידים זאלן אזוי רעדן וכו', וכו'. האב נאר שייכות מיט אנשי שלומינו וואס מאכן נישט ליצנות.


מיין גאנצע הצלחה ווי אזוי איך האב זיך דערהאלטן ביז אהער איז ווייל איך האב נישט געהאט קיין שייכות מיט לצים, איך האב נאר גערעדט מיט חברים וואס האבן תמימות. אזוי ווי דעם רבינ'ס תלמיד רבי שמעון האט געזאגט פאר'ן רבי'ן: "אני איש תם וחפץ בתמימות", איך בין א תם און איך האב ליב תמימות (פעלת הצדיק, סימן סז).


פארשטיי וואס איך מיין...