בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#813 - נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן צו זיין אן ערליכער איד
תפילות אויף אידיש, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, רצונות, בזיונות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער, איך ווארט שוין אייך צו טרעפן און ענק קענען באגריסן, און אפילו קענען רעדן מיט יעדן איינעם אפאר ווערטער פערזענליך; בעיקר די בחורים פון אונזער ישיבה, זיי האב איך זייער ליב, איך ווארט זיי צו טרעפן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר גערעדט פון נישט אפלאזן די רצון צו זיין אן ערליכער איד; כל זמן מען וויל נאך זיין אן ערליכער איד, אפילו מען זעט ווי די מלחמה ווערט שווערער און שווערער, אויב לאזט מען נישט אפ דאס וועלן, בענקען און גליסטן צו זיין גוט – וועט מען ביים סוף מצליח זיין. דאס איז וואס די תורה זאגט אונז (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אויב דו וועסט גיין אין מלחמה – "וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן, דו וועסט אויספירן.


דעם הייליגן רבינ'ס מדה איז נצח, דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח, איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן - צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, שווייגט אפ אין שטוב, נעמט אן די בזיונות, ענטפערט נישט, סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייגט אפ אויף די בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון; אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם – איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקי"ה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


געדענקט, מיר פארן צום רבי'ן; דארפן מיר פארן מיט ריינע מוחין, מיט שלום בית. דער רבי האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אז מיר קומען צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן און קומען מיט שלום בית.


גייט אהיים און בעטס ענק איבער, און אז זאכן שטערן דיר און זאכן באדערן דיר, זאלסטו גיין אין א ליידיגע פעלד, א ליידיגע פלאץ און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס ברענט אין מיר כעס, עס ברענט אין מיר כבוד, עס ברענט אין מיר נצחון, עס ברענט אין מיר טפשות, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך וויל זיין ערליך, נעם ארויס פון מיר די שלעכטע בלוט".


לייגט אוועק אלע מניעות, קומט אלע צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה.
.

#812 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#811 - וואלסטו געוואוסט וואס צרות מיינט, וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע
צרות, שלום בית, התחזקות, אומאן, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אין די בריוו: "מען פרעגלט מיר אויס פון הימל פון אלע זייטן"; איך מיין דו ווייסט נישט וואס מיינט פרעגלען, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן גייען אריבער, וואלסטו געוויסט וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט - וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע בייטאג און ביינאכט, וואלסט געזאגט און געשריבן: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, דער אייבערשטער געבט מיר נאר גוטס".


דו ווייסט נישט וואס צרות מיינט, ווייל אז די ווייב וויינט א האלבע נאכט - איז דאס נישט דיך פרעגלען פון הימל; וואס איז אז די ווייב וויינט? וואס איז אז די ווייב שרייט? דאס איז נישט קיין פרעגלען, דאס איז נישט קיין צרות; דאס איז די לעבן, און דאס איז די פליכט אויפן מאן, פרייליך מאכן די ווייב, דאס איז נישט קיין פרעגלען. און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע צייט מיט פרנסה - איז נאך אויך נישט עק וועלט, און אז דו דארפסט באצאלן גרויסע קנסות פאר די קאמפעני וכו' וכו' - איז אויך נישט עק וועלט; דאך ביסטו געזונט, דאך ביסטו חתונה געהאט, און נאך טויזנטער גוטע זאכן וואס דו האסט.


פארליר זיך נישט, באלד קומט גרויס שפע, דו טו נאר דיינס מיט גרויס עקשנות, דו קום אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט די גרעסטע עקשנות, זאל זיין וואס זאל זיין. לאז דיין טעלעפאן אין קאר, פלאג זיך אויס פון די גאנצע וועלט, דאווען צום באשעפער, דאנק אים און בעט אים ער זאל דיר העלפן, זאלסט האבן פרנסה בריווח.


בנוגע אומאן וכו'; מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר א שנה ראשונה אינגערמאן ער זאל בלייבן וכו', מוהרא"ש האט געוויזן וואס די הייליגע חכמים זאגן (עיין יומא פה:): "מוטב שיחלל שבת אחת וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#810 - וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, וועט זי דיר שיקן קיין אומאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דו גייסט אריבער שווערע ביטערע מניעות פון שטוב, דו ווייסט נישט וואס צו טון.


איין זאך קען איך דיר זאגן ליבער ברודער, אויב דו וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, אזוי ווי א תלמיד היכל הקודש פירט זיך אויף; דו וועסט רעדן שיין מיט דרך ארץ, דו וועסט העלפן, דו וועסט מכבד זיין אירע עלטערן - וועט זי דיר שיקן קיין אומאן, זי וועט דיר נישט לאזן בלייבן ראש השנה אין שטוב.


דו גיי אין א ווינקל און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, דא איז דא א רבי וואס קען מיך מתקן זיין, א רבי וואס זאגט 'אלע מוזן קומען צו אים', א רבי וואס פארשטייט מיך, א רבי וואס קען מיר העלפן, און דא איז דא אזעלכע התנגדות, אזעלכע מניעות, הייליגער באשעפער מאך א נס אז מיין ווייב זאל מיך נישט צוריק האלטן פון פארן קיין אומאן, מיין ווייב זאל מיך שיקן מיט שמחה, מיין ווייב זאל האבן כח צו בלייבן אין שטוב מיט קינדער", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען.


פארליר זיך נישט; ווייז איר דעם בריוו, און זאג איר דו וועסט פארן קיין אומאן נאר אויב זי איז מסכים, און איך בין זיכער אז דו וועסט רעדן שיין און ווייך - וועט זי דיך שיקן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#809 - עס נעמט אביסל צייט אז מאן און ווייב זאלן אוועקשטעלן זייער לעבן
שלום בית, תהלים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין נשות אנשי שלומינו, בפרט יונגע פארפעלקער, זיי געבן צו פארשטיין אז עס נעמט אביסל צייט אז מאן און ווייב זאלן אוועק שטעלן זייער לעבן, זאכן זאלן נישט שטערן און נישט באדערן.


רעדט נישט קיין פריוואטע זאכן פון אייער לעבן וכו', אבער בכלליות זאלט איר יא רעדן, איר זאלט זאגן אז ביי אייך נאך די חתונה האט אויך גענומען צייט ביז די שטוב שטעלט זיך אוועק.


זאגט יעדן טאג תהלים און זינגט אייערע תפילות צום אייבערשטן, זינגט שירות ותשבחות, אויך בעטס פאר אייערע דורות, זיי זאלן אלע זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#808 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#807 - אז מאן און ווייב האבן זיך ליב, עפנט זיך די הימל
שמחה, שלום בית, שבת קודש, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן די יאר נאך צוויי שבתים, די וואך און נאך איין שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלים", וואלט מען געהיטן צוויי שבתים וואלט מען גלייך געווארן אויסגעלייזט; לאמיר דעם שבת און די קומענדיגע וואך שבת - זיין זייער פרייליך, וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט, יעדער איינער פון זיין ביטערע גלות.


פארלייג זיך זייער צו זיין משונה פרייליך דעם שבת, לאז נישט דעם סמ"ך מ"ם זיצן ביי דיר אין שטוב, לאז נישט די קליפות איבערנעמען די שטוב. דער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט ארויסגעטריבן פון אזא סארט שטוב.


אז מאן און ווייב האבן זיך ליב - עפנט זיך די הימל און עס קומט ליבשאפט אויפן מענטש פונעם אייבערשטן, און אז מען ווייסט און מען גלייבט אז די ווייב איז אויך אלוקית - עפנט זיך אויף די הימל און די גאנצע שטוב ווערט א מרכבה פאר די שכינה.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א גוט שבת.

#806 - טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות, מאך נישט חוזק פון איר איידעלע וועג, רייס נישט ארונטער אירע גוטע מנהגים, ווייל עס איז נישטא שענערס, עס איז נישטא בעסערס - פון אן איידעלע ערליכע פרוי, א געטרייע מאמע פאר די קינדער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט חתונה געהאט, און דאנק דעם אייבערשטן פאר די איידלקייט און באשיידנקייט; דאס איז די שענסטע מתנה פונעם אייבערשטן. "מִמִּשְׁבְּצוֹת זָהָב לְבוּשָׁהּ", אן איידעלע פרוי איז שענער פון די שענסטע גאלדענע קליידער (תהילים מה, יד).


דו וועסט נאך מודה זיין צו מיינע ווערטער, עס וועלן אריבערגיין די היציגע יארן, דו וועסט אזוי דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז ערליך, זי האט א כשר'ע טעלעפאן, זי איז תמימות'דיג און ריין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


אנשי שלומינו פירן זיך צו פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן תקפא, סעיף ב): "נוהגים להתענות בערב ראש השנה". מען גייט צום ציון און מען בעט זיך אויס א גוט יאר פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.


היינט נאכט איז דא די וועכנטליכע שיעור, עס איז וויכטיג זאלסט קומען צום שיעור און בעט דעם אייבערשטן זאלסט מקבל זיין וואס מען רעדט, זיך נישט האלטן קלוגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#805 - קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן
שלום בית, אומאן, ראש השנה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום צום רבי'ן מיט זכותים, מיט מזכה זיין אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן. די מפיצים פארנעמען די ערשטע א פלאץ ביים רבי'ן; דאס וויל דער רבי פון אונז, מיר זאלן טון פאר אידישע קינדער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות אויבן אין הימל; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א איד וואס ברענגט צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:) 'תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא' קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, 'אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא' דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. 'וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי' ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, 'וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי' און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, 'כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי', קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, 'עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ' ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מיר פארן שוין קיין אומאן, קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן, זי מאכט דיר נישט דעם טויט אזוי ווי אנדערע. מוהרא"ש האט מיר געזאגט - ווען איך בין געפארן מיין ערשטע יאר קיין אומאן ראש השנה שנת תשס"ו - איך זאל קויפן א שיינע מתנה פאר מיין ווייב אז זי איז נישט קיין אפהאלט אויף די נסיעה.


נעם מיט שמירה פארן וועג, נעם מיט ספרים פאר די מפיצים. רוף אריין צו קרן הדפסה בעטן א פעקל ספרים מיט צו נעמען קיין אומאן, די ספרים וואס מען נעמט מיט פאר הפצה - איז א שמירה פאר די רענצלעך אז עס זאל אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#804 - פארוואס זאלסטו זיך אליין גראבן א קבר?
שלום בית, פרנסה, טעלעפאן, דאווענען, דמיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק.


הויב אן גיין אין שול דאווענען מיט די דריי תפילות מיט מנין, וועסטו זען אז דו וועסט האבן פרנסה.


אויך זאלסטו אוועק ווארפן דיין סמארטפאון, וואס דארפסטו זיך אליין אריינלייגן אין קבר, ווארט ווען עס וועט קומען די צייט ווער דער מלאך וועט קומען, דעמאלט וועלן מיר דארפן גיין אין קבר, פארוואס זאלסטו זיך אליין גראבן א קבר מיטן סמ-פאון.


קיינער זוכט נישט דיך אונטער צו ברענגען, קיינער רעדט נישט צו דיין ווייב קעגן דיר; דיין שוויגער האט דיך נישט פיינט, דאס איז אייגענע אויפגעבלאזענע אויפגעטראכטע דמיונות וואס אלע ליידן פון דעם, און מיט די עצות פון רבי'ן, מיט תורה, תפילה והתבודדות - גייט מען ארויס פון דעם.


הער מיך צו, איך בין דיר א גוטער פריינד, איך האב נישט קיין אייגענע נגיעות ביים שרייבן פאר דיר די פאר ווערטער, איך וויל נאר עס זאל דיר גוט זיין, דו ביסט שוין אריבער אזויפיל שוועריקייטן און אזויפיל מניעות, אזויפיל נסיונות און אלעס בייגעקומען - זאלסטו נישט יעצט אלעס פארלירן.


טראסט מיך, גלייב וואס איך שרייב דיר, קיינער אויף דער וועלט רעדט נישט שלעכטס צו דיין ווייב אויף דיר; דו האסט א טייערע ווייב, א געטרייע ווייב, עס איז אייגענע דמיונות.


שרייב מיר די גוטע נייעס אז דו נעמסט אן מיינע ווערטער, דו גייסט צוריק דאווענען אין שול, שרייב מיר נאכן צוריק עפענען די הייליגע משניות, דיין אלטע ליבער חבר וואס האט דיך נישט אפגעלאזט אין דיינע אלע שווערע טעג, און שמייס אריין אין ים המלח די נייע בליטשקעדיגע סמארט טעלעפאון וואס ברענגט אלע דמיונות און חלומות, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#803 - איך האף אז דו שרייסט נישט אויף דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו ביסט ערליך, דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו רעדסט שיין צו דיין ווייב. איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהערט ווי דו רעדסט צו דיין ווייב אויפן טעלעפאן, ווי דו שרייסט אויף איר, דו רעדסט שארף צו איר; איך האב זיך זייער דערשראקן, ווי מעג מען אזוי רעדן? ווי מעג מען זיך אזוי אויפפירן?


איך שרייב דיר ווייל איך בין געווען דיין שדכן, און איך וויל זיכער מאכן אז דו פירסט זיך ערליך מיט יראת שמים.


שרייב מיר, האלט אן דיין קשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש, א גוט געבענטשט יאר.

#802 - עס איז נישט גוט עס זאל זיין א פחד אין שטוב
שלום בית, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט אז זי האט ספיקות וואס זי וויל פרעגן און דו ווילסט נישט קומען פרעגן, זי בעט אין די בריוו מיט אימה ופחד, איך זאל דיר נישט זאגן אז זי האט געשריבן.


ערשטנס, עס איז נישט גוט עס זאל זיין א פחד אין שטוב, אויב די ווייב אדער די מאן האבן א אימה ופחד איינער פון צווייטן - איז די שטוב געבויט נישט געזונט. צווייטנס, מען מוז האבן א מורה דרך וועם מען פרעגט אלע ספיקות, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז זיכער דא אין יעדע דור צדיקים וואס קענען העלפן דעם מענטש און ווייזן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן וכו' וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א וועג ווייזער א צדיק וואס זאל דיר העלפן אין לעבן, א וועג ווייזער וואס וועט דיך ברענגען נאנט צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ", עס איז א מצוה צו נעמען א פירער; שטעלט זיך די פראגע, וועם נעמט מען פאר א מנהיג? וועם נעמט מען פאר א וועג ווייזער? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ", איינער וואס געבט דיר אריין דעם אייבערשטן, ער רעדט שטענדיג פון אמונה און פון תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#801 - חודש אלול איז א צייט פון שלום בית
שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין ווייב האט דיר עפעס אריינגעזאגט - זאלסטו איר נישט טשעפען און נישט צוריק זאגן, זיי מקיים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "ישמע בזיונו ידום וישתוק", אז מען באקומט א בזיון זאל מען שווייגן און נישט ענטפערן, דאס איז תשובה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נג.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁלֹּא חָטָא" וואויל איז דעם וואס זינדיגט נישט, "וּמִי שֶׁחָטָא" און ווער עס האט יא געזינדיגט – "יָשׁוּב וְיִמְחוֹל לוֹ" זאל תשובה טון און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין, מוהרא"ש זאגט, י'ש'ו'ב' איז די ראשי תיבות י'שמע ב'זיונו י'דום ו'ישתוק, שווייגן און נישט ענטפערן ווען מען באקומט א בזיון, דאס איז תשובה.


מיר זענען אריין אין חודש אלול, יעצט איז א צייט פון שלום בית; אז מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה און מען לאזט אפ די נישט גוטע מעשים - איז מען זוכה צוריק צו באקומען די שלום בית. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית" חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלֹא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


איך בין נעכטן געווען ביים אהל, איך האב זיך דארט גוט מתבודד געווען, עס איז אזוי גוט צו גיין מפעם לפעם צו קברי צדיקים מתפלל זיין, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַךְ", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#800 - פירט זיך ערליך, גוט צו די ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען צו הערן פון דיין ווייב אז דו ביסט אזוי גוט צו איר, דו פירסט זיך ערליך.


איך האב דיך ליב.


פון דיין ראש ישיבה.

#799 - ווער דארף נאכגעבן?
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט אייער מעסעדזש.


וויסן זאלט איר, ווען מען וויל מאכן שלום, און זיכער שלום צווישן מאן און ווייב - פארלאנגט מען פון דעם וואס איז יעצט אין מוחין דגדלות זאל איינגעבן פאר דער וואס איז בקטנות המוחין, דאס איז א וויכטיגע כלל ווען מען וויל שלום מאכן צווישן שכנים, חברים, משפחה, און זיכער ביי מאן און ווייב; מען קוקט נישט ווער עס איז גערעכט, נאר אויב איז דער מאן אין א קטנות הדעת, אפילו ער איז נישט גערעכט - דארף מען מחזק זיין די ווייב זי זאל איינגעבן, כדי עס זאל ווערן שלום.


יעצט איז ער בקטנות הדעת דארף מען איר מחזק זיין זי זאל האבן סבלנות און מיט תפילה וועט ער ארויסגיין פון זיין קטנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#798 - נעם דיין ווייב צו אן ערליכע פרוי טעראפיסט
שלום בית, קבלה טובה, הדרכות, דאווענען, מעביר סדרה, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער איז גרויס, וועסט האבן גרויס שפע, קען זיין אז מען האט אוועק געטראגן דיין קאר צוליב דיך מחזק זיין אויף אהויבן מעביר סדרה זיין יעדע וואך, ווייל מוהרא"ש זאגט, א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה – וועט מען האבן א שאדן, בדוק ומנוסה; אזוי מוז זיין, און דער וואס זאגט אז ביי אים איז נישט אזוי, איז דאס נאר ווייל ער האט נישט צאמגעשטעלט די צוויי זאכן.


הויב אן א נייע התחלה צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך פון אנהויב וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, וועסטו מער נישט האבן קיין שאדן.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די טייערע מתנה וואס ער האט דיר געגעבן א טייערע ווייב, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר פון אירע ווייטאגן – זאלסטו דאס חס ושלום נישט דערשטיקן, אויב מען לאזט נישט ארויס ווייטאג פון הארץ – קען דאס זיין שעדליך, לאז איר רעדן פון אירע ווייטאג און דו זאלסט אויסהערן און איר טרייסטן אז דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן און די ווייטאג וועט ארויסגיין.


אויך זאלסטו איר נעמען צו אן ערליכע פרוי טעראפיסט (מיר האבן אין קרית ברסלב ערליכע פרויען טעראפיסטן וואס זענען גרויסע מומחים צו היילן די נפש מיטן רבינ'ס עצות, חיזוק און הדרכה), זי זאל זיך קענען אויסרעדן אירע ווייטאג וואס זי האט געליטן אלס מיידל, און מיט די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן – וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.


לכבוד די נייע יאר וואס קומט – זאלסטו זיך מקבל זיין א גוטע זאך, איך וואלט דיר געזאגט זאלסט זיך מקבל זיין צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין יעדן טאג, דאס זאל זיין ביי דיר חשוב'ער פון אלעס אויף דער וועלט.

#797 - ווארפט אוועק אייער סמ' טעלעפאן און גייט צוריק צו אייער מאן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


אייער מאן האט מיר נעכטן געשריבן א בריוו אז ענק לעבן נישט אינאיינעם וכו', און ווי שווער עס איז אים וכו' וכו'.


איך האב אזוי רחמנות אויף אייער מאן נרו יאיר, איך האלט נישט אויס זיין צער. ער שרייבט אינעם בריוו אז איר זאגט אים "קענסט זיך גט'ן" וכו', ער איז אזוי צעבראכן.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט יא צוריק לעבן מיט אייער מאן, איר האט אזא טייערער מאן, ער איז אזא גוטער מענטש, ער איז פול מיט חן, דער פראבלעם איז אז איר קוקט שמוציגע ווידיאס פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים, דאס מאכט אייך בעצבות ומרה שחורה.


טייערע ..., איך ווייס אז איר זענט א גוטע און איר האט א הייליגע נשמה, און אז איר ווילט באמת זיין גוט און וואויל, עס איז נאר אז די קליפות האבן אייך געפאנגען אין זייער טומאה, איר זענט צוגעקלעבט צו אייער סמ' טעלעפאן, דאס מאכט איר זאלט נישט לעבן מיט אייער טייערער מאן. איך בעט אייך טייערע ..., ווארפט אוועק די געטשקע, ווארפט אוועק אייער סמ' טעלעפאן און גייט צוריק צו אייער מאן, איר האט א טייערע מאן; אנדערע פרויען וואלטן אויסגעגאנגען צו האבן אזא מאן, ערליך, איידל, קלוג און וואס נישט.


איך בין מתפלל פאר אייך, איר זאלט צוריק קומען צו די קדושה, אפלאזן די שעדליכע מאוויס און ווערן צוריק א מאמע פאר אייערע קינדער, און א ווייב פאר אייער מאן.

#796 - זיך מקבל זיין צו רעדן שיין, ווייך און הארציג צום מאן
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


עס קומט שוין ראש השנה, עס קומט א נייע יאר, מען גייט דן זיין יעדן איינעם, מען נעמט אפיר אלע מעשים פונעם יאר, יעדער זוכט פרישע זכותים.


די גרעסטע זכות פאר אידישע פרויען, וואס זיך צו מקבל זיין לכבוד דעם נייעם יאר - איז רעדן שיין, ווייך און הארציג צום מאן און צו די קינדער, נישט וויי טון דעם מאן, אים נישט אריינשטעכן מיט שארפע ווערטער; וואויל איז א פרוי וואס רעדט שיין צו איר מאן און קינדער, וועט זי האבן א גוט געבענטשט יאר.


בעטס דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין א צדיקת, איך וויל זיין הייליג און ריין".


מיט תפילה והתבודדות קען מען זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע פלעצער.

#795 - צוביסלעך זיך אפגעוואוינען פונעם סמארט טעלעפאן
שלום בית, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


נעכטן נאכן שיעור האסט מיך מחי' געווען מיטן זאגן אז זייט אנהויב זומער – ברענגסטו נישט אריין דיין סמארט טעלעפאן אין שלאף שטוב, דו פרובירסט צוביסליך זיך אפגעוואוינען פון די עדיקשן פון האלטן די סמארט טעלעפאן טאג און נאכט; האסט מיך ממש מחי' געווען.


ביי די שיעור נעכטן נאכט האב איך ממש זיך געשטיקט פון צער און געוויין, פון וויפיל שטיבער צעפאלן צוליב דעם סמארט טעלעפאן; וויפיל ווייבלעך שרייבן מיר און רופן מיט געוויין אז זיי קענען נישט געווינען זייער מאן'ס הארץ צוליב דעם טעלעפאן, עס פאר'שיכור'ט, עס מאכט פארטעמפט, וויפיל זיי טוען פארן מאן – קענען זיי נישט באקומען אפאר מינוט פון שמועסן, רעדן און זיך אנקוקן מיט ליבשאפט, דער סמארט טעלעפאן גנב'עט זייער מאן, זיי ליידן וכו'; פאר מיר איז דאס די גרעסטע ווייטאג.


הלוואי זאלסטו אינגאנצן פטור ווערן פון די סמארט טעלעפאן.


ביים רבי'ן אין אומאן זאלסטו נאר אויף דעם בעטן; אויף הייליגקייט, ריינקייט, קדושה וטהרה.



 

#794 - נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ביסט א חידוש אין דיין חסד וואס דו טוסט מיט אנדערע, דו טוסט און טוסט פאר אידישע קינדער אזויפיל חסדים, ממש צו באוואונדערן.


וויל איך דיך מחזק זיין, זאלסט ווייטער טון חסד און אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב מיט דיינע קינדער, ווייל אמאל קען פאסירן ביי די וואס טוען אסאך חסד אז דאס גייט אויפן חשבון פון די משפחה, מען קומט נישט אהיים, מען פארגעסט צו שמועסן מיט די ווייב – פון זיין אזוי אריינגעטון צו טון גוטס.


האסט א טייערע פרוי מיט ליכטיגע קינדער, זאלסט מיט זיי אויך טון חסד.


אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן נישט צו האלטן אין שטוב א סמ' טעלעפאן, נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען אין שטוב, דארף מען באצייטנס זען וואס מען קען ראטעווען.


איך האב דיך ליב, דעריבער שרייב איך דיר.

#793 - רעד שיין צו דיין ווייב, וועסטו אלעס פאררעכטן
שלום בית, בזיונות, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט אן וואס איך זאג דיר, איך האב דיך ליב, איך וויל נאר דיין טובה; ביז אהער האב איך דיר ברוך ה' נישט אפגענארט, און יעצט וויל איך דיר ווייטער נישט אפנארן. מאך זיך א חשבון וויפיל טובות דו האסט באקומען די פאר יאר דא אין היכל הקודש, פון די טיפע פלאנטערס וואס דער רבי האט דיך ארויסגעצויגן, ממש 'מאשפות ירים אביון' פון די מיסט האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר ארעמאן, און ווי האט מיך דער אייבערשטער געברענגט? 'להושיבי עם נדבים' צו די גרויסע צדיקים.


איך וויל דיך זייער בעטן, רעד שיין צו דיין ווייב, האלט איר טייער, און אז זי שרייט און זי דמיונ'ט וכו' - זאלסטו נאך מער רחמנות האבן אויף איר, און אז זי זידלט דיך אפ, זי שרייט אויף דיר אז דו רודפ'סט איר, זי זאגט אלעמען אז דו ביסט נישט גוט - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן געראטעוועט פון גיהנום.


עס איז געווען א איד וואס זיין ווייב האט אים זייער דערביטערט די יארן, ביז איינמאל האט ער איר געזאגט: "כאטשיג וועל איך נישט אנקומען אין גיהנום צוליב דיר, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) 'מי שיש לו אשה רעה' ווער עס האט א שלעכטע פרוי, 'אינו רואה פני גיהנום' וועט נישט גיין אין גיהנום", האט זי געזאגט: "ניין, ניין, ניין, דאס נישט, איך וועל דאס נישט דערלאזן אז דו זאלסט נישט האבן קיין גיהנום, פון היינט, וועל איך דיר מער נישט טשעפען, איך וועל זיין צו דיר זייער שיין", איז דער איד געלאפן צום רב וויינען: "מיין ווייב איז א שלעכטע, זי איז צו מיר נאר גוט ווייל זי וויל נישט איך זאל אפקומען מיינע עבירות..."


נעם ארויס פון דעם אז מען דארף זוכן דאס גוטס; אויב די ווייב שרייט און זידלט דארף מען טראכטן 'זי איז אן אשה טובה, זי ברענגט מיר איך זאל נישט דארפן אריבערגיין די ברענעדיגע גיהנום'.


טראג איר און ברענג איר, שפּאַר איר נישט איין אין שטוב, און אז זי בעט דיר זאלסט איר נעמען צום דאקטער - זאלסטו איר נעמען, שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער ערליכער איד ווייסט וואס זיין משפחה דארף, ער העלפט זיי אלע; זיין ווייב, זיינע קינדער, און אפילו אויף די בהמות האט ער רחמנות.


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, ווייל איך זע ווי דו פאלגסט דעם רבי'ן מיט מסירות נפש, דו האסט אוועקגעווארפן די משקה המשכר; וואס עס נעמט פאר אנדערע יארן לאנג, מען גייט פון איין ריהעב צום צווייטן, און מען קען נישט אפלאזן דעם ביטערן טראפ, און ביי דיר איז דאס פשוט; א ווארט פון רבי'ן איז א ווארט, און אזוי מיט דיינע אנדערע זאכן וואס דער רבי האט דיך אויסגעהיילט, זאלסטו נאך די איין זאך פאלגן דעם רבי'ן, רעדן שיין צו דיין ווייב - וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#792 - אויפהערן וויי טון אייער מאן, וועט איר געהאלפן ווערן
קינדער, שלום בית, סגולות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס ווילט איר פון אייער מאן? וואס עסט איר אים אויף זיינע קושקעס? איר זענט דאך א אידישע טאכטער, א אידיש קינד טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, וואס איז ער שולדיג אז איר זענט איבערגעשטרענגט? וואס ווילט איר פון אים? ביי מיר איז קלאר אז דאס וואס איר ווארט אזוי לאנג אויף אייער ישועה וכו' - איז נאר צוליב די צער און ווייטאג וואס איר זענט מצער אייער מאן, און אלע סגולות און אלע זאכן וואס ענק טוען - האלט זיך אפ, ווייל איר פארטרייבט די שכינה הקדושה פון שטוב.


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט אויפהערן וויי טון אייער מאן – וועט איר געהאלפן ווערן וכו', און די סגולות פון אזויפיל יארן וועלן אנהויבן ארבעטן, אייער מאן איז א טייער קינד, ער טוט אלעס פאר אייך.


איך ווארט צו הערן אז איר האט אנגענומען די ווערטער וואס איך שרייב מיט בלוט פון הארץ.

#791 - ווי אזוי קען איך זאגן פאר דיין ווייב זי זאל זיך נישט גט'ן?
שלום בית, גט, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס צו שרייבן, איך האב דיך זייער ליב, ביסט אן ערליכער מענטש, אבער ווי קען איך זאגן פאר דיין ווייב זי זאל זיך נישט גט'ן ווען זי האט א ריכטיגע טענה, זי וויל א מאן און דו לעבסט נישט מיט איר, דו לויפסט אוועק פון שטוב יעדע נאכט מיט א צווייטע מעשה.


גלייב מיר, איך האב דיך ליב, אבער איך האב זייער רחמנות אויף דיין ווייב, זי האט א גערעכטע טענה. חנה צירל, רבי נתן'ס טאכטער האט דאס גע'טענה'ט צו איר טאטן רבי נתן: "טאטע איך דארף א מאן, נישט קיין מלאך"; איר מאן רבי נחמן, א זון פונעם ברסלב'ן רב רבי אהרן - איז געווען אפגעשיידט, זי האט געזאגט: "איך וויל א מאן", און זי האט זיך גע'גט און נאכאמאל חתונה געהאט, און דער רבי נחמן איז אוועק פון די וועלט.


איך האב דיר שוין אזויפיל געשריבן זאלסט זיך פירן ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש די וועג פון לעבן מיט די ווייב, און דאס זאל זיין עבודת השם; א שאד דו האלסט זיך קלוגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#790 - עס וועט אריבערגיין די טונקעלע טעג
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס וועט אריבערגיין די טונקעלע טעג, עס וועט באלד אויפשיינען די זון; אזוי גייט די וועלט, (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", קודם איז טונקל, נאכדעם ווערט ליכטיג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "ברישא חשוכא", ערשט איז פינסטער, ערשט איז שווארץ, מען ליידט, מען מוטשעט זיך – "והדר נהורא" (שבת עז.), נאכדעם ווערט ליכטיג, נאכדעם ווערט זיס און געשמאק.


איר האט א טייערער מאן, און אז ער ווערט דערשראקן ווען איר רעדט מיט אייער מאמע וכו' - זאלט איר זיין גענוג קלוג צו רעדן צו אייער מאמע ווען ער איז אין שול אדער ביי די ארבעט.


זייט פרייליך, וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#789 - אז מען הערט די שיעורים, איז מען מצליח ברוחניות ובגשמיות
שלום בית, פרויען צאמקום, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע דיין ווייב זאל קומען צו די וועכנטליכע פרויען שיעורים וועט אלעס זיך טוישן צום גוטן, טו אלעס וואס דו קענסט זי זאל קומען; בלייב אין שטוב זי זאל קענען גיין, און אז זי האט נישט קיין חשק צו גיין - זאלסטו מיט חכמה איר מחזק זיין צו גיין (נאר מיט חכמה און סבלנות); אלעס וועט זיך טוישן צום גוטן אז זי וועט גיין צו די שיעורים, און אז זי האט א פחד פון טרעפן מענטשן וכו' - זאל זי כאטשיג הערן די שיעורים פריוואט אין שטוב; דיין גאנצע שטוב זאל לעבן מיט די שיעורים.


אויך זאלסטו נישט מוותר זיין אויף די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, וועסטו ביים סוף ווערן א צדיק און אויך מצליח זיין אין פרנסה; ווייל מיט די עצות פון רבי'ן איז מען מצליח - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מיט די חיזוק און עידוד וואס דער רבי געבט - קען מען אפלעבן א חיים טובים, און אפילו דער וואס איז אין עבירות, ער איז געפאלן אין שאול תחתית - טוט תשובה און ווערט א צדיק, דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער שטארק מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען זאל נישט קומען צווישן אנשי שלומינו.


דורך הערן דעם רבינ'ס ווערטער - ווערט מען א גרויסער צדיק, אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", דורך דעם רבינ'ס ספרים און דיבורים ווערט מען אן אמת'ער בעל תשובה, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו נישט אויסלאזן צו קומען הערן דעם רבינ'ס תורות, דעם רבינ'ס חיזוק און עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.