בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#946 - א פרוי האט ליב צו מאכן און טון פאר'ן מאן
שלום בית, עבודת השם, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם יתברך, שטארק זיך מיט לערנען און דאווענען, נאר דאס בלייבט, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליג, כאפ אריין לערנען יעדן טאג חומש און משניות, אויך לערן גמרא והלכה; אז דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן די ווערטער, ביים סוף וועסטו פארשטיין.


דאס וואס דו בעטסט נישט פון דיין ווייב עסן, קליידער וכו' – איז לדעתי א טעות; ווייל א פרוי האט ליב צו מאכן און טון פארן מאן, ווען די פרוי קאכט און באקט פארן מאן – מאכט דאס א שטארקע קשר און עס מאכט שלום בית, אויך אז די ווייב מאכט די קליידער, זי וואשט וכו', זי איז מסדר דעם מאן'ס קליידער – מאכט דאס שלום בית.


עס איז נישט ריכטיג ווען דיין ווייב פרעגט דיר: "וואס דארפסטו פאר נאכטמאל?" – צו ענטפערן: "איך וויל דיך נישט מטריח זיין, מאך גארנישט"; דאס טוט וויי פאר די פרוי, ווייל זי וויל זיין נאנט, דאס איז נישט קיין טירחא, אזוי אויך מיט די קליידער; דאס מיינט נישט אז מען איז מטריח.


איך וויל דיר בעטן, מהיום והלאה, אז דיין ווייב פרעגט דיר: "וואס קען איך דיר מאכן?" זאלסטו יא זאגן וואס דו באגערסט, און זאלסט איר יא בעטן צו מאכן קליידער וכו', דאס וועט מאכן ענקער קשר שטערקער און נענטער.


קאנטראלירן מיינט ווען די פרוי איז נישט ביי די כוחות, זי זאגט: "היינט האב איך נישט קיין כח צו מאכן עסן, היינט וועלן מיר עסן ירקות און פירות וכדומה", און דער מאן ווארפט א שרעק, אז זי טוט דאס אן כח; דאס איז א קאנטראלער השם ישמרינו, אבער גיין לכתחילה זיך אלעס מאכן, אייגן, אליין – דאס איז נישט ריכטיג.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט לערנען, מיט דאווענען; לערן יעדן טאג די הייליגע תורה, און זיי מקפיד אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין דוקא; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן, עס וועט שיינען אויף דיר די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פון שכינתו יתברך.

#945 - א שרעקעדיגע חלום אין גן עדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, חלומות, גן עדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


די שרעקעדיגע חלום אייערע ווי אלע זיצן אין גן עדן ביים שבת טיש, אלע מיט שיינע לייכטער און איר זיצט אין די זייט אנגעטון וואכנדיג מיט נישט שיינע לעכט; מיט דעם ווייזט מען אייך ווי טרויעריג עס איז אין הימל ווען מען נעמט נישט אויף דעם שבת פרייליך. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט, פינקט אזוי ווי א פרוי צינדט די שבת לעכט – אזוי איז מען מקבל איר נשמה אויבן אין הימל, און דאס וואס האט פאסירט פאריגע שבת, איר האט נישט געדעקט טיש און נישט געצינדן די שבת לעכט אין די שיינע לייכטער, נאר געצינדן בעצבות צוויי קליינע טרעוול לעכט; האט מען אייך גלייך געוויזן די שרעקעדיגע חלום ווי אזוי עס וועט אויסזען אין הימל.


נעמט זיך פאר פון דעם שבת צו צינדן ליכט מיט שמחה און מיט שיינע לייכטער און שיין אנגעטון, און אפילו חס ושלום אויב עס וועט זיין זאכן וואס וועלן אייך מאכן בעצבות ומרה שחורה – וועט איר נישט וויי טון דעם שבת, איר וועט נישט ניצן די מצוה פון צינדן שבת לעכט פאר א סטראשע, און אויב חס ושלום עפעס שלעכט וועט פאסירן צווישן אייך און אייער מאן (עס זאל נישט פאסירן) – וועט איר נישט פארשעמען די שבת ליכט, וועט איר אויך זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט די שיינע שבת קליידער און מיט די שיינע לעכט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, טוט אלעס פאר אייער שלום בית, און אז איר ווערט וויי געטון פון אייער מאן – זאלט איר דערציילן אייער ווייטאג פארן אייבערשטן; טוט נישט גארנישט, מאכט נישט די זאכן וכו', עס העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער, גייט אביסל התבודדות, דערציילט דעם אייבערשטן אייערע געפילן, און בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך פרייליך מאכן און די שכינה הקדושה זאל רוען אין שטוב.


איך וועל ענק ווייטער מחזק זיין, איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל אהיים קומען צייטליך, און ווען ער קומט אהיים זאל ער אוועק לייגן די טעלעפאן, ער זאל אייך אויסהערן און רעדן שיין צו אייך, אבער אייך בעט איך איר זאלט מיט אלע כוחות רעדן ווייך, און אלע מאל מאכן א שמייכל; דאס וועט אים ציען צו אייך.

#944 - נעם ארויס דיין ווייב, טראג איר, ברענג איר, נעם איר
שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר. איך האב דיר שוין אסאך געשריבן זאלסט ארויסנעמען דיין ווייב, זאלסט איר טראגן אין גראסערי איינקויפן, זי זיצט אין שטוב איינגעשפארט כאלמנה.


איך בעט דיר, דו העלפסט אזויפיל מענטשן, דו מאכסט חסד א גאנצן טאג; מאך אויך חסד מיט איר, זי איז א לב נשבר, זי איז זייער נאנט צום אייבערשטן. טראג איר, ברענג איר, נעם איר; דאס איז דיין תיקון, מיט דעם וועסטו אלעס מתקן זיין, דורך מהפך זיין כעס צו רחמנות. ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד): "עיקר עבודת הצדקה לשבר האכזריות", דארט וואו עס איז שווער, דארט וואו מען וויל נישט – דארט דארף מען מהפך זיין לרחמנות.

#943 - א ווייב מעג זאגן
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב ווארט אויף דיר, דיין ווייב דארף דיין הילף, דיין ווייב דארף דיין שמייכל, דיין ווייב ווארט זאלסט איר פרעגן: "ווי אזוי איז געווען דיין טאג?" "וואס מאכסטו?" "ווי אזוי שפירסטו זיך?"


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית, בעט אים דו זאלסט ליב האבן צו זיין אין שטוב, זאלסט שפירן ווי א קנס יעדע מאל דו דארפסט ארויסגיין צו א שמחה וכדומה, נישט ווי יעצט ווי דו שפירסט זיך גע'קנס'עט ווען דו דארפסט בלייבן אין שטוב.


דאס וואס דיין ווייב זאגט דיר זאכן ווי זיך צו פירן און דו שפירסט ווי דו האסט נאך א מאמע וכו'; דאס דארפסטו אויסוויינען ביים אייבערשטן, דאס איז א תוצאה פון דיינע קינדער יארן ווען מען האט דיר טאג און נאכט נאר געזאגט. א ווייב מעג זאגן, דאס מיינט נישט אז זי איז א מאמע. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית און הער דעם קול פון צדיק, וועסטו בודאי האבן שלום בית.

#942 - זאג נאר איין זאך, זיי מיר מוחל
שלום בית, איבערבעטן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


נעם די שכל וועט דיר גוט זיין:


ווען די ווייב זאגט דיר אז זי איז וויי געטון געווארן פון דיר וכו', זאלסטו איר נישט אנהייבן מסביר זיין פארוואס דו האסט עס געטון, און וואס דו האסט געמיינט וכו' וכו', ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן. אז זי זאגט: "דו האסט מיך וויי געטון" – איז דא איין זאך און נאר איין זאך צו זאגן: "זיי מיר מוחל", און אז זי זאגט: "יעדע מאל טוסטו דאס צו מיר, און נאכדעם מאכסטו זיך אזוי בא'טעמ'ט און דו בעטסט איבער, יעדע מאל טוסטו דאס" – הייבט מען נישט אן שפילן מיט אירע געפילן, נאר מען בעט נאכאמאל איבער, און אז זי זאגט ווייטער: "דו ווייסט ווי שטארק דו טוסט מיך וויי וכו' וכו'", זאגט מען נאכאמאל: "איך בעט דיר, זיי מיר מוחל".


דו ביסט טאקע זייער קלוג, אבער ביסט נישט קלוגער פון מוהרא"ש, אז מוהרא"ש זאגט 'נישט טענה'ן מיט די ווייב, נישט אריינגיין אין ויכוחים, א ווייב דארף מען מכבד זיין, איר געבן גערעכט' – איז דאס אזוי, און אז דער הייליגער רבי זאגט קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב), מען זאל אכטונג געבן נישט טענה'ן מיט די ווייב, נאר איבערבעטן און געבן גערעכט – איז קיינער נישט קלוגער פון דעם.


איך וויל זייער דו זאלסט האבן שלום בית, איך וויל זייער האבן נחת פון ענק. זאלסט מאכן א פלאץ פאר די שכינה, און דאס קען מען נאר אז מען בייגט איין די קאפ, מען זוכט נישט צו זיין גערעכט.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט אין רבינ'ס ווערטער (שם חלק א' סימן ו', אות ב): "לית כבוד", מען קען נישט זוכה זיין צו כבוד אלקים, צו שפירן דעם אייבערשטן, צו זיין ארומגענומען מיט די שכינה – "בלא כ"ף", אן די אות כ' וואס ווייזט אויף כפיפה, איינגעבויגן; נאר אז מען בייגט איין די קאפ, די 'כבוד עצמו', דורך איבערדרייען 'דָם' צו 'דֹם', מען זאל אפשווייגן אויף בזיונות, און ווען די ווייב שרייט מיאוס'ע ווערטער, "משוגע'נער", "צעדרייטער", "נאַר" – זאל מען נישט מדקדק זיין על בזיון כבודו.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין העלפן מיט ווייב מיט די קינדער.

#941 - ווילדע זאכן העלפט נישט פאר שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה מען דארף נאר צו מאכן ביי ענק שלום בית, אבער איין זאך מוז זיך אויפהערן; מען קען נישט צונעמען דעם מאן'ס קליידער און די שליסל פון זיין קאר, מען קען נישט טון די זאכן, און ווער רעדט נאך צערייסן די כתובה; די זאכן קענען נישט געטון ווערן, דאס מאכט נישט בעסער, דאס מאכט נאר ערגער.


אז דער מאן קומט אהיים שפעט איז טאקע נישט גערעכט, אבער מען קען נישט טון די זאכן, און אז דער מאן קומט אהיים און ער איז צוגעקלעבט צו זיין טעלעפאן און ער הערט נישט ווען מען רופט אים, ער קלעבט צו זיין טעלעפאן - קען מען נאכאלץ נישט שלאגן, שטופן, אויסשפארן וכו'; דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער.


איך בין גרייט צו העלפן, איך דארף עס טון פשוט פאר מיין געזונט, איך ווער קראנק פון דעם, צו זען מיינע תלמידים ותלמידות זיך אזוי אויפפירן. איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה עס וועט אויספעלן, אבער איין זאך, די זאכן מוזן זיך ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#940 - די משפחה טשעפעט וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך קען נישט קומען צו זיך הערנדיג ווי דיין ווייב תחי' ווערט אזוי שטארק געטשעפעט פון איר משפחה צוליב דעם וואס זי נעמט חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ווי קענען מענטשן זיין אזוי שלעכט? ווי קענען ברידער און שוועסטער זיין אזוי שלעכט? צו טשעפען א שוועסטער וכו' וכו'.


יעצט ווען זי גייט דאס אריבער זאלסטו זיין מער ליבליך און מער ווארעם, ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ווען א משפחה האקט אפ קשר וכו'.


שטארק זיך און שטארק איר, עס וועט אריבערגיין, יארן גייען אריבער, מען ווערט עלטער, מען קוקט זיך ארום אויף די קינדער און אייניקלעך; אפילו ווען אלע קינדער און אייניקלעך בלייבן בדרך התורה, דאך זעט מען א גרויסע חילוק צווישן די קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן רבינ'ס עצות און מיט זיינע וועגן, די כיבוד אב ואם איז גאר אנדערש, די דרך ארץ איז מער, די חינוך הבנים והבנות איז כרחוק מזרח למערב; ביים סוף זענען אלע מודה אז דאס מערסטע נחת האט מען פון די ברסלב'ע קינדער און אייניקלעך.


 

#939 - זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות שבת
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


זיכער ווען עס קומט שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו רעדן שיין, ערב שבת דארף מען מער זיין פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין לחץ אין שטוב, דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב.


א גאנץ שבת זאלסטו נאר טאנצן און זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען זייער גאנץ לעבן, און אויב חס ושלום דו וועסט שרייען ביי די סעודות וועלן דיינע קינדער ווערן צעקלאפטע נפשות. זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו, מיר דארפן זוכן ביי די צדיקים מיט וואס מיר קענען זיי נאכמאכן, מיט וואס מיר קענען זיך לערנען פון זייערע הייליגע וועגן. דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צעקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#938 - טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים
צניעות, שלום בית, אומאן, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב גוטע ווערטער אין שטוב, לויב אויס דיין ווייב, אויך זאלסטו איר אויסרימען מיט איר איידלקייט, מיט איר צניעות, און חס ושלום איר אראפרייסן מיט איר ערליכע לבוש, און זיכער ווען עס קומט צו די הייליגע זאך פון זיך אפשערן - זאלסטו איר שעצן און איר אויסלויבן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב; זאלסטו איר אויסלויבן און אויסרימען.


אנטלויף פון חכמות, פיר זיך מיט תמימות, זע אז דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף תמימות, טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; קודם רעדט מען אויף צדיקים, נאכדעם גייט מען ארויף צו די פריערדיגע דורות, מען לאכט אפ פון זיי, מען מיינט אז מען פארשטייט בעסער, מען האלט זיך קלוגער, אבער ביים סוף זעט מען דעם חילוק פון דער וואס האט געפאלגט וואס צדיקים זאגן און דער וואס איז געגאנגען מיטן אייגענעם שכל.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה; אין אכט אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך נישט שטערן פון קומען ראש השנה צום רבי'ן - זאלסטו איר מכבד זיין און זיך אויפפירן ווי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף, מיט דרך ארץ, רעד צו איר שיין, טשעפע איר נישט, וועט זי דיר נישט אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן. מוהרא"ש זאגט, דער שופר בלאזט ראש השנה גוט ווייל א גאנץ יאר ליגט זי אין ארון הקודש, אזוי אויך אז א גאנץ יאר רעדט מען שיין צו די ווייב, מען קריגט זיך נישט מיט איר און מיט די שווער און שוויגער - וועט מען נישט מאכן קיין סקאנדאל ווען דו וועסט פארן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#937 - א ווייב איז נישט קיין שלאק
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב זאגט זי האט דיך ליב אבער אויך האט זי א שרעק פון דיר, דאס איז זייער נישט גוט און עס קען זיך שפעטער זייער נישט גוט ענדיגן, זי האט מורא פון דיין שרייען און דיין קוועטשן וכו', עס טאר נישט זיין קיין פחד אין שטוב, אן אימה יתירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", מען זאל נישט לייגן קיין פחד אין שטוב, ווייל עס קען ברענגען שרעקליכע זאכן.


דיין ווייב זאגט זי האט דיך ליב, זי וויל נישט איך זאל דיר אראפקוקן וכו', איך קוק דיך נישט אראפ; וואלט איך דיך אראפגעקוקט וואלט איך דיר נישט געשריבן, אז איך שרייב דיר איז דאס נאר ווייל איך האב דיך ליב און איך וויל דיר לערנען ווי אזוי מען רעדט צו א ווייב מיט דרך ארץ, א ווייב איז נישט קיין שלאק, די ווייב איז נישט קיין משרת, וויל איך דיר בעטן דו זיי נישט דער פריץ און דיין ווייב דיין משרת, דו זיי א קעניג און דיין ווייב די קעניגן...

#936 - וויינען ווען דער מאן שרייט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גערעדט צו אייער מאן, אויך האב איך אים געשריבן ער זאל פאררעכטן וכו', נישט ווארפן קיין פחד אויף אייך וכו'.


אויף אייער פראגע אז איר מורא צו וויינען ווען ער שרייט אויף אייך ווייל איר ווייסט פון די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (כתובות סב:), איר ווילט נישט אייער מאן זאל געשטראפט ווערן, אבער פון די אנדערע זייט שפירט איר ווי דאס בארירט אייך.


איר מעגט וויינען, און אז עס וועט חס ושלום נאכאמאל פאסירן, ער וועט שרייען קולות אויף אייך אדער דערקוטשען (עס זאל נישט פאסירן), זאלט איר יא וויינען, דאס וועט אים דערשרעקן, ער וועט כאפן אז ער קען נישט שרייען און ווארפן א פחד, ווייל אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, עכט עכט וויל ער אייך נישט וויי טון, ער פארלירט זיך, ער פארגעסט זיך, און דאס מאכט אים שרייען וכו', און אז איר וועט אויסשיסן אין א געוויין וועט ער אייך זיכער איבערבעטן, און במילא וועט נישט זיין קיין סכנה.


שטארקט זיך, בעטס דעם אייבערשטן אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן, איר זאלט האבן חן אין זיינע אויגן, און ער זאל האבן חן אין אייערע אויגן. תפילה איז אזוי שטארק, א שאד מען איז מזלזל אין דעם; וואלט מען געגלייבט אין תפילה, וואלט מען געהאט א שטארקע אמונה – וואלט מען שוין לאנג גע'פועל'ט.


ובכן, ווען איר צינדט אן די שבת לעכט, איר לייגט די הענט אויפן פנים – זאלט איר בעטן א שטילע תפילה צום אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער מאך ליכטיג אונזער שטוב, מאך רוען דיין שכינה אין שטוב, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, איך זאל אים אזוי ליב האבן אז איך זאל נישט נערוועז ווערן ווען ער זאגט און מוטשעט וכו', און אויב ער פארלירט זיך און שרייט – זאל איך נישט ווערן וויי געטון, איך זאל בלייבן פרייליך און ווייטער נאר זען גוטס אין אים".


אזוי זאלט איר טון, און אויך אינמיטן די וואך קען מען בעטן ביי די לעכט, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ס, טו), אז ביי די הייליגע אמהות שרה און רבקה האט א גאנצע וואך געברענט די לעכט, זיי האבן זיך שטענדיג מתבודד געווען.


וואויל איז דער וואס לעבט מיט תפילה, דער לעבט א חיים טובים.

#935 - שמועסן, פארברענגען, רעדן, אויסהערן די ווייב
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין אויף די זאך וואס דיין ווייב ערווארט פון דיר, אביסל שמועסן, רעדן, אויסהערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי וויל ענדערש ווייניג געלט, ווייניג עסן, אבער אסאך שמועסן, פארברענגען, רעדן, אויסהערן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", פון אסאך עסן, אסאך געלט, און נישט לעבן אינאיינעם.


מיט די בריוו מיין איך דיר נישט צו קלאפן, חס ושלום, דו ביסט א גוטע מאן, א גוטע מענטש, איך האלט פון דיר, די זאך איז נאר אז א פרוי דארף מער דאס שמועסן ווי א מאן, זי וויל רעדן, אויסשמועסן, אויסקנעטן, און אז מען געבט זיי דאס – מאכט מען זיי פרייליך, און אז די ווייב איז פרייליך – איז דאך גאר גוט; דאן איז די משפחה פרייליך, און אזוי ווערט דער מאן פרייליך, און עס גייט ווי א רינג, שטערקער און שטערקער.


דעריבער זאלסטו פרובירן צו מאכן צייט צופרי און ביינאכט רעדן צו דיין ווייב, ובעיקר אויסהערן.

#934 - א גוטע זיסע שלום בית, ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


צו האבן שלום בית דארף מען געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג געזאגט, מען זאל נישט זוכן צו זיין גערעכט, נאר זוכן צו זיין קלוג, ווייל נאר אזוי קען מען האבן שלום בית; אז מען געבט נאך, מען איז א מוותר, מען קען זיך איינבייגן די קאפ, און נישט זיין גערעכט, נאר אזוי איז דא א שאנס צו האבן א זיסע שלום בית.


טייערער ברודער, זוך נישט צו זיין גערעכט, אוי ואבוי ווען מען זוכט צו זיין גערעכט, מען לעבט אפ א ביטערע לעבן און מען ווייזט אויף יעדן איינעם אז מען איז גערעכט, וואו מען גייט און וואו איז מען יעדן איינעם מסביר ווי גערעכט מען איז און ווי נישט גערעכט די ווייב איז; און? וואס איז יעצט? יעצט איז שוין גוט? יעצט איז פיין? ניין, גארנישט טוישט זיך נישט, מען ליידט ווייטער, ווייל מען וויל נישט איינבייגן די קאפ פארן אייבערשטן.


איך בעט דיר ליבער ברודער, פון היינט זאלסטו זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט; וועסטו נאך זוכה זיין צו א גוטע זיסע שלום בית, ווי צוויי טויבעלעך אין א זיסע חלום.

#933 - איר קענט איבערדרייען אייער מאן צום גוטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וויסן זאלט איר, אייער מאן איז אריבער פון זיין טאטע שרעקליכע פיין, זיין טאטע איז א רוצח, ער האט אים אזוי געפייניגט ביז ער האט אים פארברענט זיין מח, און יעדע מאל איר וועט רעדן צו אייער מאן, אויב וועט ער שפירן ווי איר האלט אים פאר – וועט ער גלייך אנהויבן מיט ליגנט וכו', אזוי ווי אלס קינד און אלס בחור; דאס טוט ער נישט פאר שלעכטס, ער טוט דאס נישט אייך אויסצושפילן, דאס פאסירט פון זיך אליין, פון געוואוינהייט וכו'.


איר וויינט, איר דארפט א מאן, איר שפירט ווי איר לעבט אן א מאן, איר שפירט ווי איר האט נאך א קינד אין שטוב, איר זענט אויס מענטש, איר זאגט איר קענט נישט ווייטער אזוי אנגיין; טייערע מרת ..., איר זאגט דאך אזוי גוט, איר אליין זאגט די עצה, איר שפירט ווי איר לעבט מיט נאך א קינד, איז וואס טוט איר ווען אייער קינד פירט זיך אזוי אויף, זאגט ליגנט, דרייט ארום? וואלט איר נישט אוועק געווארפן די קינד, נאר געקוקט אויף די מעלות און געזוכט די פינטלעך גוטס, און ערווארטעט אז זיין ווייב זאל לעבן שיין מיט אים, אזוי אויך מיט אייער מאן, זוכט דאס גוטס, און דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער, א ווייכער, א גוט הארץ, ער האט טאקע נישט די שטארקקייט וכו', אבער ער איז דאך פול מיט מעלות; אז איר וועט אזוי טון – וועט זיך אלעס איבער דרייען לטובה.

#932 - גיין צו א דאקטער מיט הארץ און געפיל
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זאל מער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פונעם דאקטער וואס זי פלעגט ביז אהער ניצן, נאכדעם וואס ער האט איר אזוי אנגעשראקן אן רחמנות אז ענק וועלן האבן השם ישמרינו... זי זאל גיין צו א דאקטער וואס האט הארץ און געפיל, א דאקטער וואס קוקט אויף איר אלס א מענטש, נישט ווי א נומער.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; איך וועל מיך זייער פרייען, מיר האבן פאר דיר א פרנסה, א מלמדות פאסטן, אבער אז דיין ווייב תחי' איז נאכנישט גרייט צו קומען – זאלסטו איר נישט דרוקן, נעם נישט די גאולה פאר די צייט, ענדערש ווארט אביסל און ווען זי וועט וועלן קומען וואוינען אין שטעטל וועסטו קומען.


מאך זיך א קביעות אפאר מינוט וואס דו דאנקסט דעם אייבערשטן און דו בעטסט אים, דאס – און נאר דאס – איז ברסלב'ע חסידות.

#931 - שווייג און שווייג, זיך אפרוען און שווייגן
שלום בית, התחזקות, שבת קודש, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכין אב, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען שרייט אויף דיר - שווייג, און אז עס איז אין שטוב - זאלסטו זיכער אפשווייגן, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר נישט שיין - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות; וואלסטו געוואוסט וואס מען קומט אפ מיט דעם וואס די ווייב רעדט שטעכעדיג, מיט זלזול; וויפיל עונשים קשים ומרים מען נעמט אראפ - וואלסטו דאס אנגענומען מיט ליבשאפט.


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער קינד, שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט כח, דו שפירסט אז דו קענסט מער נישט, אלעס האט א שיעור - זאלסטו שווייגן, נעם עס אן באהבה, דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע ראסט און שמוץ. ווייל ווען מען זינדיגט, מען קוקט איין שלעכטע קוק, מען האט איין שלעכטע מחשבה...


מוהרא"ש זאגט אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען א סוד, ווער עס איז פוגם במחשבה - ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור - ליידט פון די ווייב, און ווער עס איז פוגם במעשה - ליידט פון מענטשן. מוהרא"ש איז מסביר די ווערטער, אז מען היט נישט דעם דיבור, מען ענטפערט צוריק - דעמאלט ליידט מען אין שטוב, ווייל מען טאר נישט ענטפערן אין שטוב, מען טאר נישט אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט. דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (חולין פט.): "אמר רבי אילעא, אין העולם מתקיים אלא בשביל מי שבולם את עצמו בשעת מריבה", די וועלט שטייט נאר אויב מען האלט איין דעם דיבור ביי א קריגעריי, מען ענטפערט נישט צוריק, און אויב מען ענטפערט, מען טוט וויי - פאלט איין די וועלט.


יעצט קומט שבת, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך בארעכענען און זיך שוין אויפהערן קריגן, און אז דיין ווייב איז די וואס הויבט אן קריגן, זי הויבט אן פארשעמען - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, איך בעט דיר שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט קיין כח - זאלסטו זיך אפרוען און שווייגן, און אז זי שרייט - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו ביסט ביים בית דין של מעלה און מען איז דיך דן אויף דיינע מעשים און די בזיונות נעמט אלעס אוועק.


איך בין אין שטעטל זומער, איך בין זיך מחי'; א ריינע פלאץ, א פרייליכע פלאץ, אינדערפרי לערנען איך דעם בלאט גמרא מיט אינגעלייט, און ביינאכט זיץ איך מיט די בחורים און מיר רעדן פון רבי'ן.


א גוט שבת.

#930 - א חסידישע שטוב, מיט שלום בית
שלום בית, חסידות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, האבן מיר גערעדט אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן גיין חסידי'ש, מיט פיאות, און זי וויל די קינדער זאלן גיין קליינע פיאות אויף די אויערן; דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


דאס ווייסטו אוודאי אז מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך באהאלטן די פיאות פון די חתונה, ווייל די רביצין האט נישט געוואלט אראפגעלאזטע פיאות, למען השלום בית האט ער דאס געטון, און אין די זעלבע צייט האט מוהרא"ש זיך מתבודד געווען מיט טרערן, געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אז זיין ווייב זאל נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זי זאל יא הנאה האבן פון פיאות, ביז איין טאג האט מוהרא"ש זיך צוריק אראפגעלאזט זיינע פיאות.


אזוי זאלסטו טון, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין גאראטשקע, און אין די זעלבע צייט זאלסטו גיין התבודדות אז דיין שטוב זאל זיין געבויט ערליך און הייליג, קינדער מיט בארד און פיאות און א מאמע מיט א צוגעדעקטע קאפ און אפגעשוירן וכו' וכו', ווייל מיט תפילה קומט מען אן זייער ווייט און זייער שיין.

#929 - נעם ארויס דיינע קליינע קינדער אויף א שפאציר מיט'ן אייבערשטן
תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


ווען דו קומסט אהיים זאלסטו העלפן אין שטוב, נעם ארויס די קליינע קינדער, גיי א שפאציר מיט זיי און דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, קענסט מיט איין גוטע טון אויפטון צוויי זאכן; איינס, דיין ווייב וועט האבן אפאר מינוט צו אטעמען, זי איז איבערגעשטרענגט מיט די פיצלעך קינדער, זי וועט קענען כאפן איר אטעם און אין די זעלבע צייט וועסטו זיך מתבודד זיין. ערשט וועסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו ביסט געזונט, דיין ווייב און די קינדער זענען געזונט, און אויף די נס אז דו ביסט חתונה געהאט מיט ליכטיגע קינדער, און אויך וועסטו זיך קענען אביסל אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אויף שמחה, אויף שלוות הנפש, אויף שלום בית, אויף פרנסה בריווח, אויף נחת פון די קינדער, ועל כולם זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, לעבן מיט אים.


וואויל איז דעם מענטש וואס האט רחמנות און געפיל צו זיין ווייב, וואויל איז דעם אינגערמאן וואס פארשטייט די פלאג און די מיה פון זיין ווייב, ער איז איר מחזק, ער העלפט מיט וואס ער קען נאר.


איך האב דיך זייער ליב, איך ווייס עס וועט דיר גרינגער ווערן, יעצט איז אלעס איבערגעשטרענגט, יעצט איז א צייט צו העלפן אין שטוב.

#928 - מקבל געווען בזיונות באהבה
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית, צדיקים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבינו חיים [בן רבי משה] בן עטר זכותו יגן עלינו, דער אור החיים הקדוש. מיר קענען נישט פארשטיין דאס גרויסקייט פון די צדיקים, מיר דארפן זיך לערנען פון זייער וועג ווי זיך צו פירן, ווי זיי זענען געווען בטל ומבוטל צום אייבערשטן. דער צדיק דער אור החיים הקדוש האט געזאגט, ער איז צוגעקומען צו זיינע הייליגע מדריגות צוליב דעם וואס ער האט מקבל געווען בזיונות באהבה, ער האט נישט געענטפערט און נישט צוריק געקריגט; דארפן מיר זיך לערנען פון זיי מקבל זיין די בזיונות וכו'.


אויך די בזיונות וואס דו גייסט אריבער אין שטוב פון דיין ווייב - זאלסטו מקבל זיין מיט ליבשאפט, זאלסט איר חס ושלום נישט טשעפען, נישט צוריק טון, נאר אנעמען באהבה. מיר האבן דאך באקומען פון רבי'ן א וועג צו פאררעכטן אונזערע מעשים; נישט צו פאסטן, נישט צו מאכן סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך שווייגן און אנעמען אלעס באהבה, בפרט אין שטוב; נישט צו ענטפערן און נישט וויי צו טון.


געב אכטונג אויף די צניעות ביי דיינע טעכטער, טו זיי אן נאכט קליידער, טו זיי נישט אן קיין הויזן; הויזן פאר א מיידל, פאר א פרוי - איז פריצות. אזוי אויך זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דיינע טעכטער שווימען, לערן זיי אויס שווימען הייליג, מיט א שווים קלייד, לאז נישט אין דיין שטוב קיין בעדינג סוט. דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געזאגט דאס איז א בגד פריצות וואס טאר נישט ארויפגיין אויף א אידישע טאכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#927 - בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט
חברים, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע ווערטער זאלן נאר אויפטון, נאר מחזק זיין, און נישט חס ושלום דערווייטערן.


דיין ווייב ווארט אויף דיר נאכט נאך נאכט, דיין ווייב וויל לעבן מיט דיר, זי וויל רעדן מיט דיר, בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט, לאז איר נישט אויסגיין וכו', האב שכל און פארברען נישט דיינע נעכט מיט אזוי גערופענע חברים. גיי אהיים צו איר, רעד מיט איר, זי איז דיר אזוי געטריי, זי דארף דיך, זי ווארט אויף דיר, זי איז דאך אן אשת חיל, קומט איר נישט צו זיין אליין נאכט נאך נאכט.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער גוט, ווייל איך וויל נישט מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין.

#926 - אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי, וואלט מיר גוט געווען
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף איין זאך דארפט איר זיך פארלייגן, אויף שמחה, און אויף קוקן גוט אויף זיך אליין, דאס וועט אייך העלפן זיין א מאמע און האבן א גוטע שלום בית, ווייל אלעס ווענדט זיך אויב מען איז צופרידן און מען איז אין א גוטע גוסטע.


עס איז א טעות ביי ווייבלעך וואס מיינען אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי און אזוי וואלט מיר גוט געווען, און אויב מיין מאן וואלט געטון אזוי און אזוי, גערעדט אזוי, און אהער און אהין – וואלט מיר זיס געווען, עס האט גארנישט מיטן מאן, עס איז די מענטש אליין.


אויב מען איז צופרידן מיט זיך איז די לעבן גוט און זיס און אויב מען האט זיך ליב, מען ווייסט אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער זארגט פאר מיר – דארף מען שוין קיינעם נישט, און אלעס ווערט גוט, מען איז א גוטע מאמע און א גוטע ווייב.

#925 - די חשיבות פון שלום צווישן מאן און ווייב
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דאס וואס דו גייסט אריבער וכו'; וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישטא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג, "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף די וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישטא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים - נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


טו אלעס אין די וועלט עס זאל ווערן צוריק שלום בית, בעט איבער דיין ווייב, מעק אויס דיין אייגענע נאמען, דיין אייגענע כבוד. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ויקרא רבה ט, ט): "רַבִּי מֵאִיר הֲוָה יָתִיב וְדָרִישׁ בְּלֵילֵי שַׁבַּתָּא, הֲוָה תַּמָּן חָדָא אִתְּתָא יַצִּיבָא וְשָׁמְעָה לֵיהּ תָּנְתָא מִדְרָשָׁא", עס איז געווען א פרוי וועלכע פלעגט גיין יעדע פרייטאג צו נאכטס צום שיעור וואס דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס פלעגט געבן, "אַמְתִּינַת עַד דִּיחֲסַל מִמִּדְרָשׁ", איין וואך האט דער תנא רבי מאיר אריינגעצויגן די שיעור אביסל שפעט און די פרוי האט געטראכט אז זי וועט אויסווארטן ביז ער ענדיגט דעם שיעור. "אָזְלָה לְבֵיתָהּ, אַשְׁכְּחָא בּוּצִינָא טָפֵי", ווען זי איז אהיים געקומען איז שוין געווען טונקל אין שטוב, די ליכט האבן זיך שוין געהאט אויסגעלאשן, "אֲמַר לָהּ בַּעְלָהּ, אָן הֲוֵית", ווען איר מאן האט איר געפרעגט: וואו ביסטו געווען? "אָמְרָה לֵיהּ אֲנָא יָתִיבָא וְשָׁמְעָה קָלֵיהּ דָּרוֹשָׁה", האט זי געענטפערט: ביים שיעור פון הייליגן תנא רבי מאיר, "אֲמַר לָהּ כֵּן וְכֵן לָא אִעַיַּלְתְּ לְהָכָא עַד דַּאֲזַלְתְּ וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּי דָרוֹשָׁה", איר מאן איז געווען א שלעכטער מענטש, א כעסן, א לץ; האט ער איר געזאגט: דו קענסט נישט אריין קומען אין שטוב ביז ווילאנג דו גייסט שפייען אויפן פנים פונעם בעל דרשן, און ער האט פארמאכט די טיר. "יְתִיבָא שַׁבַּתָּא קַמַּיְיתָא תִּנְיָנָא וּתְלִיתָא, אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתּוּן צְהִיבִין, אֲתֵינָן עִמָּךְ לְגַבֵּי דָּרוֹשָׁה", די פרוי איז געווען אן ערליכע פרוי און זי האט געטראכט צו זיך: 'איך וועל ענדערש בלייבן אינדרויסן ווי איידער מבזה זיין דעם הייליגן תנא רבי מאיר', און זי איז געגאנגען צו א חבר'טע שלאפן, אזוי זענען אריבער אפאר וואכן וואס זיי זענען געווען צעטיילט. "כֵּיוָן דְּחָמֵי יַתְהוֹן רַבִּי מֵאִיר צָפָה בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ", דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט דאס געזען מיט רוח הקודש, "אֲמַר לְהוֹ אִית מִנְּכוֹן אִתְּתָא דְּחַכִּימָא לְמִלְחַשׁ בְּעֵינָא", האט ער ארויס געלאזט א שמועה אז זיין אויג טוט אים וויי, ער שפירט ווי עס ברענט אים, און ווער עס קען לוחש זיין אויף דעם זאל קומען. (אמאל איז געווען אזא רפואה, אז מען פלעגט שפייען אויפן אויג און זאגן עפעס ווערטער, און אזוי איז מען אויסגעהיילט געווארן).


"אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתְּ אָזְלַת וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּיהּ וְתִשְׁרֵי לְבַעֲלִךְ", האבן די חבר'טעס געזאגט פאר די פרוי: גיי שפיי אריין אין רבי מאיר'ס אויג, אזוי וועט דיין מאן מאכן שלום מיט דיר. "כֵּיוָן דְּיָתְבָא קַמֵּי אִידְחִילַת מִינֵיהּ, אֲמָרָה לֵיהּ רַבִּי לֵית אֲנָא חַכִּימָא לְמִילְחַשׁ עֵינָא, אֲמַר לָהּ אֲפִלּוּ הָכֵי רוֹקִי בְּאַנְפִּי שְׁבַע זִמְנִין וַאֲנָא מִינְשִׁים", איז זי געגאנגען, און רבי מאיר פרעגט איר: דו קענסט לוחש זיין? האט זי זיך דערשראקן און געזאגט דעם אמת אז זי קען נישט. האט איר רבי מאיר געזאגט: דעמאלט שפיי אריין זיבן מאל אויף מיין פנים, אזוי וועל איך האבן א רפואה, "עָבְדָה הָכִין. אֲמַר לָהּ אִיזִילִי אִמְרִי לְבַעֲלִיךָ אַתְּ אֲמַרְתְּ חָדָא זִימְנָא וַאֲנָא רָקֵית שְׁבַע זִימְנִין", און זי האט אזוי געטון. האט איר רבי מאיר געזאגט: גיי אהיים און זאג פאר דיין מאן: דו האסט מיר געהייסן שפייען איינמאל, אבער איך האב געשפיגן זיבן מאל.


"אָמְרוּ לוֹ תַּלְמִידָיו רַבִּי כָּךְ מְבַזִּין אֶת הַתּוֹרָה, לָא הֲוָה לָךְ לְמֵימַר לְחַד מִינָן לְמִלְחַשׁ לָךְ", האבן די תלמידים געפרעגט: איז דאס כבוד התורה? פארוואס האט אונז נישט דער רבי געזאגט אז דער מענטש האט געהייסן זי זאל שפייען אויפן רבי'ן, מיר וואלטן אים מסדר געווען ער זאל זיך נישט ווייגן אזוינס צו טון?! "אֲמַר לְהוֹ לָא דַּיּוֹ לְמֵאִיר לִהְיוֹת שָׁוֶה לְקוֹנוֹ, דְּתָנֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל גָּדוֹל שָׁלוֹם שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָּחֶה עַל הַמַּיִם בִּשְׁבִיל לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", האט רבי מאיר געזאגט: דער אייבערשטער האט געהייסן מען זאל אויסמעקן זיין נאמען אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, איז דאך זיכער אז רבי מאיר'ס נאמען זאל אויסגעמעקט ווערן אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב; זעט מען ווי חשוב עס איז אז עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#924 - לאז דיין ווייב ווייב ארויסגיין אן די בעבי
שלום בית, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דיין ווייב גייט צו א שיעור זאלסטו איר נישט שיקן מיט די בעבי, שיק איר אן די בעבי, עס קומט איר די ביסל צייט זיך צו קענען כאפן איר אטעם פון ארבעטן פיר און צוואנציג שעה ארום די זייגער, אזוי אויך אז זי וויל אמאל גיין צו איר מאמע אדער איינקויפן, זאלסטו איר העלפן. לאז איר גיין אן די בעבי, בלייב אין שטוב מיט די בעבי, זאג משניות מיט די בעבי, זיי זיך מתבודד מיט די בעבי, דאנק דעם אייבערשטן מיט די בעבי.


מיר האבן נישט אנונג וויפיל די פרויען גייען אריבער מיט די קינדער, מיט ווארטן, געבוירן, אויפהאדעווען וכו' וכו', וויפיל מסירות נפש זיי גייען אריבער.

#923 - הפצה איז נישט גרעסער ווי העלפן די ווייב
שלום בית, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיך זייער ליב, איך האב זייער הנאה פון דיר, צו זען ווי שיין דו פירסט זיך מיט דיין ווייב און פון דיין עבודת השם.


בנוגע הפצה; די תורה זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן" וכו', יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט ווען דו האסט נאר פיצליך קינדער דארפסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב און זיין אין שטוב איר צו העלפן, נאך אפאר יאר ווען דיינע קינדער וועלן אונטער וואקסן, זיי וועלן העלפן אין שטוב – וועט זיין גרינגער פאר דיין ווייב זיך אן עצה צו געבן, וועסטו קענען זיין מער ביי הפצה, אבער יעצט איז א צייט פון העלפן די ווייב, אירע נערווען זאלן זיך חס ושלום נישט איבער רייסן.


דער זעלבער צדיק וואס האט אונז געזאגט גיין הפצה, דער זעלבער צדיק האט אונז געזאגט זיין אין שטוב העלפן די ווייב פיזיש און בעיקר גייסטיש, איר אויסהערן און איר אויספרעגן ווי אזוי איר טאג איז געווען, ווי אזוי זי שפירט זיך וכו'.


איך געדענק מיינע ערשטע יארן נאך די חתונה, ווי מיר זענען געווען איבער געשטרענגט מיט די פיצליך קינדער, איז קלאר אז הפצה איז נישט גרעסער ווי העלפן די ווייב.

#922 - א וועג וואס פירט צום טויט
קינדער, שלום בית, מאוויס, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דיין ווייב וויל וויסן אויב איז כדאי צו קוקן קליפס, פאדקעסט וכו', זי זאגט אז זי איז לאנגווייליג (באורד), זי וויל וויסן אויב עס איז טאקע אזוי געפערליך.


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל דאס נישט טון. עס זעט אויס ווי עס איז נישט געפערליך, אזוי ווי עס שטייט: "יש דרך ישר לפני איש", עס איז פארהאן א וועג וואס זעט אויס גלייך אין די אויגן פונעם מענטש, אבער: "ואחריתה דרכי מות", צום סוף איז עס א וועג וואס פירט צום טויט; מען פארלירט די אמונה, מען פארלירט די יראת שמים, עס פירט צום גיהנום.


עס איז דא גענוג זאכן מיט וואס זיך צו באשעפטיגן און אוועק נעמען דאס גיין ליידיג, מיט טון חסד וכדומה, אבער חס ושלום קוקן קליפס, מאוויס; אפילו פון ערליכע.


בזכות וואס ענק וועלן נישט קוקן, און נישט הערן וכו', וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.