בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#488 - דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן קענען זיך דעקן
התחזקות, מוסדות, ישיבה, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטאר מוסדות היכל הקודש, ליבערטי


איך האב געהערט די מעסעדזש.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, עס וועט נאר ווערן גרינגער. איך קען דיר דערציילן וואס איך בין אריבער די ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה און די חדר, ווי מיר האבן זיך געמוטשעט; איך פלעג זיך אראפווארפן ביינאכט אין שטוב אויף דער ערד און ווייינען צום אייבערשטן מיר זאלן קענען אנגיין נאך א טאג, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. נישט איין וואך זענען מיר געווען שולדיג, מיר האבן איין וואך א יאר באצאלט... פרעג די מלמדים וואס האבן געארבעט די יארן וואס די חדר האט זיך געעפנט, עס איז נישט געווען קיין פרוטה לפורטה, נישט געווען גארנישט, און מיט די חיזוק פון מוהרא"ש און מיט די עצות פון רבי'ן - האבן מיר זיך דערהאלטן, און קוק ווי מיר שטייען יעצט, ווי שיין די מוסד איז, און ווי עס פארשפרייט זיך יעדע מינוט אין נאך א שטאט אין נאך א לאנד; איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן קענען זיך דעקן.


א צווייטע זאך, דער מענידזשער, האברך אליעזר נרו יאיר זאגט מען האט אים געבינדן די הענט, ער קען זיך נישט רירן, מען לאזט נישט גארנישט מאכן, פאררעכטן וכו' וכו'; דארפסט פארשטיין אז ער דארף זיך קענען רירן, ער דארף באקומען געלט צו קענען פאררעכטן, בויען, מאכן וכו' וכו'; הלואי ווען מען קען ווען האבן אינגעלייט זאלן קומען העלפן אזוי ווי אין אנהויב ווען אלע האבן געהאלפן, אלע האבן געבויט; יעצט ווערט די מוסד גרעסער, ווערט עס אנדערש, אזוי גייט עס; זאלסטו אים געבן וואס עס פעלט אויס צו בויען וכו' וכו'.


בנוגע אריינקומען וכו'; עס איז גוט אז דו זאלסט קומען מזמן לזמן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איבערגיין מיט מיר פנים בפנים אלע איינצעלהייטן פון די מוסד.


שטיי אויף פארטאגס און גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן דו זאלסט קענען טון די ארבעט בנאמנות, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און מצליח זיין מיט יעדן קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#487 - צולייגן א פלייצע צום חדר, סקול, און די ישיבה, מיט וואס מען דארף נאר
מוסדות, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, געלט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


דער אדמיניסטראטאר, האברך רפאל נרו יאיר - וויינט צו מיר אז ער האט נישט קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; אפשר קענסטו אריינגיין אין אפיס זען וואס מען קען טון.


געדענק, וואס מען טוט פאר די מוסד - דאס איז אן אייביגקייט, נאר תורה און תפילה בלייבט, דאס נעמט די נשמה מיט אויף יענע וועלט.


נאך א זאך, דער עתיד פון אונזער שטעטל איז די חדר און סקול; ווי שענער מען וועט דאס אוועקשטעלן, אז די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן קאפ און מח פאר די קינדער - דאס איז אונזער עתיד, אלעס אנדערש איז זייער שיין און זייער וואויל, אבער די מוסד; די חדר, בית פיגא און די נייע ישיבה - דאס איז אויף וואס מיר דארפן זיך פארלייגן.


געב איבער פאר יעדן איינעם אין שטעטל, ווער עס לייגט צו א פלייצע צום חדר און סקול מיט וואס מען דארף נאר, אז דער זכות און די שכר איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#486 - יישר כח פאר דיין הילף צו שאפן געלט פאר די בניני מוסדות
מקוה, מוסדות, סדר דרך הלימוד, געלט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אראפנעמען פון מיר די שווערע לאסט פון צאלן די חובות אין וואס איך בין אריין פאר די מוסדות.


באזונדער דאנק איך דיר פארן העלפן שאפן א נדבן פאר די מקוה טהרה אין די נייע געגנט אין שטעטל.


די מוסד דארף יעצט דיין הילף, מיר דארפן צוויי מיליאן דאלער פאר די נייע חדר בנין אין שטעטל, און נאך, וואס מיר וועלן רעדן פנים בפנים.


עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן א בלאט גמרא און אכצן פרקים משניות. אן תורה האט מען גארנישט; בפרט אז מען איז עוסק אין שאפן געלט, מען לויפט נאך עשירים - דארף מען לערנען גמרא און משניות מען זאל נישט פארגעסן וואס איז תכלית, מען זאל נישט פארגעסן אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#485 - הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל העלפן די מוסד מיט מסירות נפש
סקול, מוסדות, שטעטל, פרנסה, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו פירן א באס; די מוסד ווערט גרעסער, איך דארף האבן נאך דרייווערס, און אזוי ווי מיר מוטשען זיך זייער צו קענען צאלן די איינגעשטעלטע - איז נישט קיין עסק פאר די מוסד צו אויפנעמען נאך און נאך איינגעשטעלטע, וויל איך אז די מלמדים זאלן קענען אויך פירן קינדער אינדערפרי און אהיים טראגן ביינאכט.


הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל זיין ווארעם צו העלפן די מוסד מיט מסירות נפש, אזוי ווי ווען מיר האבן געעפנט די מוסד מיט יארן צוריק, ביידע מנהלים, סיי ר' אברהם משה דער מנהל פון ישיבה, און סיי ר' מרדכי דער מנהל פון תלמוד תורה - ביידע האבן געארבעט פאר די חדר יארן לאנג אן קיין געהאלט. אויך האברך הלל נרו יאיר, ער האט געטראגן און געברענגט די קינדער פאר א לאנגע צייט, צו העלפן בויען די מוסד. אזוי קען איך דיר אויסרעכענען צענדליגער נעמען פון אינגעלייט וואס היינט זענען זיי שיינע בעלי בתים, זיי פירן שיינע געשעפטן - נאר פארן העלפן אויפשטעלן די ברסלב'ער אימפעריע אין אמעריקע.


ווייז דעם בריוו פאר דיין שוואגער ..., אויך פאר ..., אפשר ווילן זיי מאכן איין אדער צוויי טריפס יעדן טאג מיטן שאטל צו ברענגען די טיטשערס אין סקול בית פיגא? אפשר קענסטו אויפהענגען דעם בריוו אין שול און אונטערשטרייכן די ווערטער: הלואי זאלן אינגעלייט זיין ווארעם, קומען אין אפיס פרעגן 'וואס קען איך העלפן? וואס קען איך טון פאר די חדר? פאר די סקול? פאר די ישיבה קטנה?'


איך פאל פון די כוחות, איך קען נישט אלעס אליינס מאכן און טון. דער אדמיניסטראטאר וויינט צו מיר, ער קען נישט צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, עס קומט אויס יעדע צוויי וואכן אכציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע.


וואלטן אלע אינגעלייט געוואלט בויען א חדר פאר זייערע קינדער, א סקול, א ישיבה, פאר די אייגענע קינדער - וואלטן מיר זיך געקענט העלפן.


איך האף דו וועסט טון וואס איך זאג דיר און שוין אנהויבן מאכן לייסענס צו קענען פירן א באס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#484 - מען קען נישט קומען אין חדר א מינוט שפעט
חינוך הילדים, מוסדות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די עלטערע קינדער, אז עס זענען דא קינדער וואס קומען נישט צייטליך - דארפסטו רעדן צו די עלטערן; אז עס שטערט די גאנצע חדר און מען קען נאר קומען אין חדר צייטליך, און אויב די עלטערן נעמען עס נישט ערנסט - קען דער קינד נישט קומען ביי אונז אין מוסד. וועסט נישט מצליח זיין נאר אויב די עלטערן וועלן מיט-ארבעטן, און נאר אז דאס קינד וועט בלייבן אינדערהיים איין טאג נאכן צווייטן - וועלן די קינדער קומען צייטליך.


איז דאס אין דער ענין פון דרך ארץ - דאס האט מיט די קינדער; דארפסטו ארבעטן מיט זיי אליינס (צומאל דארף מען אויך אריינמישן די עלטערן), אבער זמנים - דאס האט מיט די עלטערן; אז דו וועסט אוועקשטעלן א סדר אז מען קען נישט קומען אין חדר א מינוט שפעטער - וועט זיך אלעס שטעלן אין פלאץ.


מיר האבן געהאט יארן צוריק אין סקול די זעלבע פראבלעם, ביז די מנהלת האט אוועקגעשטעלט א שטרענגע סדר, און וואונדער איבער וואונדער, אלעס איז געפאלן אין פלאץ. עס זענען געווען עלטערן וואס האבן אין אנהויב געקריצט מיט די ציין, מען האט מיר גערופן פארהאלטן היתכן? הזאת נעמי? דאס איז ברסלב?! מען איז געקומען מיט טענות צו מיר, אבער מיט דער צייט האבן זיך די עלטערן אויסגעלערנט אז חדר און סקול איז נישט קיין בעבי סיטינג, און קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך און קומען צייטליך. דעריבער זאלסטו רופן די עלטערן זאגן די נייע פלאן פארן קומענדיגן זמן, אסרו חג סוכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#483 - חומש רש"י לערנט מען יעדעס יאר פון פריש
כולל, מוסדות, שטעטל, אומאן, חומש רש"י, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן, נעכטן בין איך געפארן אין שטעטל; איך בין שוין נישט געווען אין שטעטל פון זומער. איך בין נעכטן געפארן צו די קינדער, צו די חדר און צו בית פיגא; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי מיר איז חינוך הבנים והבנות מער פון אלעס, אוועק שטעלן גוטע מלמדים און גוטע לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער אמונה, לערנען מיט די קינדער תפילה; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך פון אלעס וואס איך טו.


רוב טאג איז מיר אוועק ביי די קינדער. אויך בין איך געווען אין כולל, געגעבן א פתיחת הזמן שמועס. קודם האט דער דיין, דער ראש הכולל - גערעדט אפאר ווערטער, און נאכדעם האב איך גערעדט צו די טייערע אינגעלייט. די כולל איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן פאר אזויפיל יארן לערנען מיט די בחורים, די כולל איז א גרויסער חידוש, די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג. איך האב גערעדט מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען און ענדיגן הלכות שבת, איך האב זיי געבעטן אז איך וויל דעם קומענדיגן יאר און אזוי ווייטער זאל די קאך ביי אונזער בנין אין אומאן ווערן געפירט דורכן דיין און די אינגעלייט, איך האב געהערט אז עס איז געווען שאלות פון חילול שבת ויום טוב, איך וויל אוועקשטעלן די קאך זאל זיין געפירט דורך די כולל אינגעלייט, קיין איין זאך זאל מען נישט טון אן פרעגן די הלכה, נישטא אזא זאך זאגן פאר א גוי טו אזוי, מאך אזוי - אן פרעגן די תלמידי חכמים וואס די הלכה איז. אזוי אויך וויל איך אלע אונזערע הצלה אינגעלייט זאלן באקומען שימוש ווי אזוי זיך צו פירן שבת, און חס ושלום נישט מחלל שבת זיין; יעדע פרט ופרט וויסן וואס דארף געטון ווערן דורך א שינוי, וואס מעג מען יא און וואס נישט; דאס אלעס זאל ווערן אוועק געשטעלט דורך די רבני הכולל.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען חומש רש"י. חומש רש"י איז נישט א שיעור וואס מען ענדיגט איינמאל און מען לאזט דאס אפ, חומש רש"י לערנט מען בכל שנה ושנה. א אינגערמאן איז צו מיר געקומען אין שול, נישט אין אונזער שול אין א פרעמדע שול, פרעגן "וואס זאל איך די יאר לערנען אנשטאט חומש רש"י?" איך האב יענעם מסביר געווען אז חומש רש"י איז נישט א לימוד פאר איין מאל, אנדערע לימודים איז א לימוד וואס מען קען אפלאזן און מען גייט צו א צווייטע ספר, חומש רש"י דאס איז די נשמה פונעם איד, און אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג.


מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי אונז - סאטמערע חסידים - אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוויסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#482 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#481 - א נאנטע שייכות מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


דיין ארבעט איז מוטיגן די מלמדים און זען אז זיי זאלן טון די ארבעט בנאמנות; זיין צייטליך און לערנען מיט די קינדער. (איך דארף נישט קאונסלערס פאר מלמדים, איך דארף מלמדים וואס לערנען און דאווענען מיט די קינדער).


עס פעלט נישט אויס זאלסט יעדן טאג געבן א מלמדים שמועס, עס איז בעסער זאלסט געבן איינמאל א וואך א שמועס.


ענדערש זאלסטו נישט פארפעלן איין טאג רעדן צו די קינדער ביי מיטאג, זאלסט האבן א נאנטע שייכות מיט די קינדער.


אז דו קומסט נישט אן צו מאכן א גליון - וועט גארנישט פאסירן, אבער אז דו קומסט נישט אן צו רעדן מיט א קינד אדער מיט א מלמד - איז א חורבן לדורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#480 - באגריס די קינדער מיט א שמייכל
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, באס דרייווער פון אונזער מוסד


אויב די קינדער זענען נישט דרך ארץ'דיג טאר מען דאס נישט אדורכלאזן, נישטא ביי דעם מחול על כבודו, איך וויל קינדער בעלי דרך ארץ.


יעדע פרט וואס דו זעסט ביים טראגן און ברענגען די קינדער - זאלסטו דאס איבערשמועסן מיטן מנהל, און ביי די מיידלעך מיט די מנהלת. איך וויל נישט אויפציען קינדער עזות פנימ'ער, איך וויל אונזערע קינדער זאלן זיין בעלי דרך ארץ מיט יראת שמים.


באגריס יעדע קינד מיט א ווארעמע "א גוט מארגן" און "א גוטן טאג"; פארגין א שמייכל פאר יעדן קינד, ברענגט אריין א חיות אין אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#479 - חסידי'שע לצים
חינוך הילדים, ניגונים, מוסדות, חסידות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד די באס דרייווערס פון אונזער מוסד ... - נרם יאיר


איך וויל איר זאלט אנצינדן ביים טראגן און ברענגען די קינדער נאר ניגונים פון היכל הקודש.


אויך קענט איר אנצינדן מעשיות וואס דער מנהל זאגט מען קען אנצינדן; קיין שום אנדערע זאכן קען מען נישט אנצינדן ביים טראגן און ברענגען די קינדער, נאר וואס דער מנהל און די מנהלת זענען מאשר. היינט זענען דא לצים, אינדרויסן זעען זיי אויס חסידי'ש און פון אינעווייניג זענען זיי דורכגעפוילט און זייערע ווערטער איז סם פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#478 - פירן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש
הפצה, צדקה, מוסדות, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל נישט דו זאלסט מיינען איך האב זיך אוועק געדרייט פון דיר און זיך נישט געזעגנט, איך בין פארנומען געווארן מיט מיין שטוב; ביז איך האב זיך געכאפט אז איך דארף נאך רעדן מיט דיר - ביסטו שוין געפארן צום עירפארט.


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, ווי צו פירן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש און לויט די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל דו זאלסט רעדן צום מגיד שיעור ר' משה שמואל ער זאל פארלאנגען פון די בחורים זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה; יעדער בחור מוז עוסק זיין אין גיין נאך געלט. אויב די בחורים ווילן דאס מאכן אינאיינעם מיט הפצה - אשרי להם, און אז דער בחור קען זיך נישט זען גיין הפצה - מוז ער נאכאלץ צוזאמנעמען געלט. די ישיבה אין אמעריקע שטייט שוין זעכצן יאר, די אלע בחורים וואס זענען געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה די אלע האבן מצליח געווען, אזוי האט מוהרא"ש אוועק געשטעלט.


אויך זאג דעם מגיד שיעור ער זאל נישט מורא האבן צו לערנען די בחורים וואס איז ריכטיג צו טון; יעצט איז די צייט וואס מען קען גוט אויסבייגן די מידות צום גוטן. קינדער און בחורים האבן ליב ווען מען לערנט זיי די וועג ווי זיך צו פירן.


איך וויל דיר באצאלן פאר די שיינע ווייסע זיידענע קאפל וואס דו האסט מיר געברענגט לכבוד ראש השנה. דערמאן מיך אין אומאן, איך וויל דיר באצאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#477 - יעדער איינער זאל טון הפצה, יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות
שלום בית, הפצה, מוסדות, תשובה, ספרי ברסלב, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער נאך ענק, איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זיך זען ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


די וואך האב איך געהאט א גאסט פון ארץ ישראל, דער מנהל המוסדות איז געקומען פאר א באזוך ביי אונז אין שטעטל, ער האט מיר דערציילט ווי שיין עס פירט זיך די חדר, סיי אין ירושלים און סיי אין טבריה, אויך האט ער מיר דערציילט פון די נייע חדר וואס האט זיך געעפנט די וואך אין בני ברק; איך האב זייער הנאה צו הערן ווי שיין עס איז ביי ענק, ווי שיין ענק גייען אן.


איך וויל ענק אלע בעטן, זייט אייך מחזק אין די זאך פון הפצה; יעדער איינער זאל אליין עוסק זיין אין הפצה - יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות, ווייל מיר קומען צום רבי'ן, וועט אונז דער רבי פרעגן די פראגע וואס דער רבי האט געפרעגט אנשי שלומינו: "אויב איר זענט דא, פארוואס איז נישט די גאנצע וועלט דא? און אז די וועלט איז נישטא, פארוואס זענט איר יא דא?" אז מיר האבן אזעלכע גוטע עצות ווי זיך צו מחזק זיין, גוטע עצות ווי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, איז וואס איז מיט די וועלט, פארוואס ברענגט מען דאס נישט אריין אין אנדערע?!


נאך א טובה וויל איך אייך בעטן, רעדט שיין אין שטוב מיט דרך ארץ, מען קען נישט שרייען אויף א ווייב, מען קען נישט ווארענען, סטראשען וכו'; מען דארף רעדן צו די ווייב, מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און זיי האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ברכה.


טייערע ברידער, אלול איז א צייט פון תשובה; וואס איז תשובה? מען זאל זיין צופרידן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט און מאכט אלעס; תשובה איז, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין תרעומות אויף אים.


מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש; די ספרים בויען אויף א קלארע שטארקע אמונה, ווען מען לערנט די ספרים ווערט מען אנגעפילט מיט הרהורי תשובה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#476 - נעמען די קינדער נאר צו קברי צדיקים און צו רואיגע פלעצער
קברי צדיקים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


די טריפס וואס מען מאכט - איז נישט לפי רוחי; איך שרייב דיר דאס ווייל די מוסד ווערט גרויס און נישט יעדע זאך פרעגט מען מיר, דו אלס מנהל וויל איך זאלסט וויסן אז די טריפס איז נישט לפי רוחי.


מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט אין יבנאל חדר, אין יבנאל סקול – זיי זאלן נישט גיין הוצקען מיט די קינדער, נאר גיין אויף מקומות הקדושים און אויפן וועג זיך אפשטעלן זיך אויסלופטערן ביי א וואסער, אדער צווישן שיינע גראז און ביימער, עסן און שפילן, אבער נישט גיין אויף סכנה'דיגע פלעצער.


ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא מקומות הקדושים; מען קען נעמען די קינדער קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, קיין מאנסי צום ציון פון ריבניצער רבי זכותו יגן עלינו אדער קיין קווינס צום אוהל, און אויפן וועג קען מען זיך אפשטעלן זען די נאטור, די וואונדער פונעם אייבערשטן.


עס פעלט בכלל נישט אויס נעמען קינדער פאָרן שעות אויף שעות, עס איז נישט לפי רוחי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#475 - מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד
מוסדות, שטעטל, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן אפשערן פון דיין זון, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער בזכות וואס דו העלפסט אזוי געטריי די מוסדות מיט דיין גאנצע הארץ.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר טרעפן א בנין פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד. עס איז אינטערעסאנט, מיר האבן קוים אנגעהויבן די שטעטל, קוים אנגעהויבן די חדר און מיר האלטן שוין ביי אפאר הונדערט קינדער - אינגלעך און מיידלעך; מיר האבן נישט קיין פלאץ וואו צו לייגן די קינדער.


פון הימל שטופט מען אונז צום וואנט, מיר זאלן שרייען און דאווענען פאר א בנין פארן תלמוד תורה. אינטערעסאנט, אמאל האבן מיר נישט געהאט געלט צו קויפן - האבן מיר געדארפט דאווענען מיר זאלן קענען קויפן, היינט איז דא געלט, מיר האבן א נדבן - איז נישטא א פלאץ וואו צו בויען, דארפן מיר ווייטער צוקומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#474 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם וואס באשעפטיגט זיך מיט הייליגע זאכן
התחזקות, מוסדות, אינוועסטמענט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר זיין אזא גוטע רבי און פארן זיין א געטרייער באס דרייווער; וואס מען טוט פאר די מוסד איז נצחיות, בפרט אז מען ברענגט קינדער צו לערנען און מען טראגט זיי אהיים - דאס איז נישט א פראסטע ארבעט, דאס איז א הייליגע ארבעט; דארפסט זיך זייער פרייען אז דיינע יארן גייען אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן.


האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך. נעכטן איז צו מיר געקומען א אינגערמאן, ער האט געקויפט אן אינוועסטמענט, ער האט געבארגט אויף שווערע ציפעדיגע פראצענט; יעצט שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די קרובים פונעם מוכר שרייט אז עס איז גארנישט יענעמ'ס, עס איז זיינ'ס; זיי קריגן זיך שוין דריי יאר אין קארט, ביז דערווייל צאלט ער ציפעדיגע ריבית, די טייטל קאמפעני זאגט 'ווארט, מען וועט זען ווער איז גערעכט'; בקיצור, דער אינגערמאן זאגט עס קאסט אים הונדערטער טויזנטער דאלער, ער קען נישט אנגיין מער. דאס איז א אינגערמאן וואס אלע טראכטן 'ער האט עס', 'ער מאכט עס', 'ער האט שווערע געלטער', און קוק ווי ער ליידט; יעצט פרעג איך דיר, אז דו ביסט א מלמד, דיין טאג גייט אריבער מיט אידישע קינדער, ארבעסט טאקע שווער אבער עס וועט בלייבן דיין ארבעט לנצח נצחים...


איך בעט דיר זייער זאלסט דערציילן יעדע פרט פארן מנהל נרו יאיר, יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין קלאס און אויפן באס; געענדיגט מיט נישט רעדן, דער מנהל דארף וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך, יעדן טאג זאלסטו אים עפעס דערציילן, ווייל נאר אז מען ארבעט אינאיינעם קען מען מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#473 - איך האב געשטעלט א מנהל צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל
מוסדות, היכל הקודש, ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט עפענען א בית פיגא שולע אין טברי' מיט מיין נאמען - זאלסטו רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר. איך האב אים געשטעלט צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל, ער ווייסט וואס איך וויל, ער ווייסט ווי אזוי דאס צו פירן און נאר מיט אים וועלן מיר עפענען א בית פיגא.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר זאגן. דו שרייבסט מיר שארפע בריוו קעגן דעם אינגערמאן נרו יאיר; איך ווייס אז די זאכן זענען נישט וואר, איך פרעג זיך אלץ נאך, און איך קוק זיך צו פון דער זייט צו זען ווי אזוי ער פירט די חדר און די בית פיגא, און אויך דעם ירושלימ'ער שול; איך בין זייער צופרידן פון ווי אזוי ער פירט עס.


איך בין נישט בעל הבית אויף בית פיגא און נישט אויף היכל הקודש, יעדער איינער - ווער עס וויל עפענען תלמוד תורה'ס און שולע'ס - זאל זיין געבענטשט, יגדיל תורה ויאדיר, אבער אז דו ווילסט עס זאל זיין אונטער מיין נאמען - וויל איך דיר בעטן זאלסט גארנישט מאכן. נישט ר' ... נרו יאיר און נישט ר' ... נרו יאיר האב איך געשטעלט; קענסט רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר און אז ער וועט זאגן עפענען - וועט מען עפענען.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט. מיר האבן אן עצה באקומען פון רבי'ן וואס ווער עס פאלגט די עצה, ווער עס טוט דאס - איז אן אויסגעלייזטער, א באפרייטער, מען זעט א וועג ארויס פון יעדע פראבלעם. וואויל איז דעם וואס גייט מיט די וועג, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג; וועט ער זען גרויסע ישועות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#472 - אנגרייטן פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', סעקרעטערי בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך וויל בעטן פון די סעקרעטעריס, אויב די לערערינס בעטן צו מאכן צעטלעך וכדומה; דאס קען נישט געטון ווערן בשום אין אופן אין די צייט וואס די לערערינס דארפן זיין אין קלאס.


מען קען קומען זיצן אין אפיס פארברענגען די צייט - אין די אייגענע צייט, אבער ווען די לערערין דארף זיין אין קלאס - קען מען נישט קומען זיצן אין אפיס, און אז א לערערין זאגט 'איך האב נישט וואס צו טון מיט די קינדער' - זאל זי אהיים גיין; מען קען זיין א לערערין נאר אז מען איז אנגעגרייט פון פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#471 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין דעם בנין 'היכל ראזענבערג' אין שטעטל
צדקה, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, סיום, ישיבה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין דעם בנין פאר די ישיבה פאר זומער, און פארן עס ענדיגן בויען, עס שיין מאכן; אזוי ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.


איך וויל א נאמען געבן דעם בנין: 'היכל ראזענבערג', און די אלע טויזנטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא וואס מען וועט לערנען אין דעם בנין - וועט זיין פאר דיר א זכות, עס וועט דיר צוניץ קומען בזה ובבא.


איך בעט דיר זייער, אויב דו קענסט צואיילן די ארבעט, עס זאל שוין זיין גרייט אויף פרשת חקת בלק, (די יאר קומט מען אין קעמפ א וואך פריער); מיר דארפן שוין די פלאץ פאר מאנטאג פרשת חקת בלק.


יעצט אז מען מאכט עס לויטן געזעץ - דארף מען זיך שוין נישט באהאלטן וכו'; איז כדאי צו לייגן פענסטערס פון די אנדערע זייט, עס זאל זיין ליכטיג און געשמאק צו לערנען, עס זאל זיך נישט שפירן ווי מען איז פארשפארט.


אז דו קומסט נישט אן צו ענדיגן די ארבעט - איז נישט געפערליך צו האבן רויע ווענט, אבער די פלאר איז מיר זייער וויכטיג עס זאל זיין געענדיגט. פאריאר זומער האב איך זיך ממש געשטיקט די אטעם פון די שטויב, עס איז מיר זייער שווער צו געבן שיעורים אז עס איז פארשטויבט. איך וויל זייער זאלסט דאס ענדיגן מיט סערעמיק טיילס, די גלאנציגע; וואס מען קען גוט וואשן און עס האלט נישט קיין שטויב.


מען ענדיגט מארגן מסכת סוטה און מען הויבט אן מסכת גיטין, א שאד אז דו לערנסט נישט יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#470 - רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט פון זיין איידל און ערליך
חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, שערן די האר, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בעט אייך זייער, לייגט אריין אין אונזערע תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה. היינט נאכט, ל"ג בעומר, איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן ישועות פאר זיך און פאר אנדערע.


רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט און הייליגקייט פון זיין איידל און ערליך. רעדט צו זיי פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, פון די ברכות וואס דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט מבטיח געווען פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר; גוטע קינדער, ערליכע דורות, שלום בית, פרנסה און וואס נישט.


אז איר וועט מיר העלפן מיט די תלמידות פון בית פיגא - זאג איך אייך צו נחת ביי אייערע קינדער, און אויך פאר אלע פרויען וואס העלפן אין בית פיגא, וואס טוען פאר אונזערע טעכטער - וועלן זוכה זיין צו נחת ביי די קינדער.


ווען איר רעדט צו די קינדער און צו די ווייבלעך - זאלט איר רעדן אזוי ווי דער זוהר הקדוש רעדט, אלץ קודם 'וואויל זענען די וואס גייען אין די תורה וועג', און נאכדעם 'וויי איז פאר די וואס גייען נישט אין די תורה וועג; קודם אסאך אויסלויבן און אויסרומען דאס שיינקייט פון די תורה וועג.


 

#469 - קיינער קען נישט זיין אין שול ווען די קינדער זענען דארט
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


כל זמן די חדר איז אין שול - זאלסטו פארשפארן דעם שול, און קיינער קען נישט זיין אין שול - אין די צייט ווען די קינדער זענען דארט; א חדר מיט א שול גייט נישט אינאיינעם.


איך שרייב דיר דאס ווייל אנשי שלומינו שרייבן מיר איך זאל דיר זאגן זאלסט יא לאזן אריינקומען אין שול, זיי זוכן אינמיטן טאג א שטילע ווינקל וואו צו לערנען און זיך מתבודד זיין; וויל איך דיר זאגן, זייער גוט טוסטו, זאלסט ווייטער אזוי טון - ביז מען וועט אפטיילן די חדר פונעם שול.


געב אכטונג אויף די קינדער ווי מען געבט אכטונג אויפן שווארץ אפפעל פון אויג.


א גוט שבת.


 

#468 - איך וועל נישט נעמען קינדער אין מוסד, אויב איז דא ביי זיי שעדליכע כלים
חינוך הילדים, מוסדות, סמארטפאון, אומאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האב איך געדארפט ענדיגן די שיעור ממש ביים אנהויב שיעור, ווייל מיר זענען אריין אין א שמועס פון די שעדליכקייט פון האבן א סמארטפאון מיט זיך און דאס אהיים ברענגען אין שטוב, איך האב געשפירט ווי איך צופלאץ זיך אין א געוויין, איך האב געמוזט אויפהערן רעדן, די ערשטע מאל איך האב אזוינס.


איך וויל מודיע זיין אז איך האב מיך בארעכנט, איך וועל נישט נעמען אין אונזער בנין אין אומאן שלאפן די וואס האבן א סמארטפאון. דאווענען יום טוב - וועלן אלע קענען קומען, אבער שלאפן - וועל איך נישט נעמען. איך האב גערעדט צו יחזקאל סאמעט ער זאל צוריק געבן די געלט פאר אלע וואס האבן שוין באשטעלט און גענומען א צימער.


אזוי אויך וועל איך נישט צוריק נעמען קומענדיגע יאר אין די מוסד די קינדער וואס די עלטערן האבן אין שטוב די שעדליכע זאכן.


איך זאג עס יעצט און איך מיין עס זייער ערנסט.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל האבן כח צו קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש איך וועל טון.


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל נישט צאמברעכן.


א גוט שבת.


 

#467 - שיקט אין אן ערליכע מוסד, עס איז נישט קיין סתירה מיט היכל הקודש
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקט אייער טאכטער אין די ... שולע, געבט פאר אייערע קינדער דאס בעסטע חינוך; ... איז זייער א גוטע מוסד און זייער א גוטע חינוך. לייגט נישט אייער טאכטער אין סתם אבי א מוסד, די אלע וואס זוכן מער ליבעראלע מוסדות פאר זייערע קינדער - שפעטער האט מען זייער חרטה, שפעטער קומען די טעכטער מיט השגות וואס מען ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך.


עס איז נישט קיין סתירה מיט היכל הקודש. דעם רבינ'ס לימודים גייט מיט אלע ערליכע קהילות בישראל, דער רבי איז אונז מחזק מיר זאלן נישט אויפגעבן ווען מען זעט אז עס גייט נישט, ווען מען פאלט, דעם רבינ'ס לימוד איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די ערליכע קהילות.


איך האב אסאך משפחה וואס שיקן אין דעם מוסד. מיין ווייב'ס זיידע איז געווען א פלאם פייערדיגער בעלזער חסיד, ער האט קינדער יראים ושלמים וואס שיקן אין די מוסד, עס איז גאר א גוטער מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#466 - זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, אפאר מינוט פאר די צייט
לערערין, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל היכל הקודש ירושלים


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק די מלמדים און די לערערינס זיי זאלן זיין צייטליך, מען קען נישט זיין א מלמד אויב מען קומט שפעט. (אז עס מאכט זיך אמאל אן אונס - איז איין זאך, אבער יום יום קומען שפעט - איז נישט גערעכט), ווי געלונגען דער מלמד זאל נאר זיין, ווי געלונגען די לערערין זאל זיין; זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד און א צווייטע לערערין וואס איז נישט אזוי געלונגען, און זיי וועלן מער מצליח זיין.


זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, צייטליך מיינט אפאר מינוט איידער מען דארף זיין, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#465 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#464 - עס איז כדאי די שוועריקייטן, אז קינדער זאלן באקומען א ווארעמע חינוך
קינדער, תודה והודאה, חינוך הילדים, סגולות, מוסדות, תלמוד חכם

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע א סגולה פאר האבן קינדער; תפילה והודאה, בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן! נישטא קיין בעסערע סגולה פאר קינדער ווי בעטן און דאנקען.


בנוגע עפענען א תלמוד תורה היכל הקודש אין בית שמש; איך בין נישט בעל הבית אויף היכל הקודש, יעדער איינער קען עפענען שולן און מוסדות. אבער אויב דו ווילסט עס זאל זיין אונטער מיין נאמען - איז יעצט נאכנישט דער צייט פאר דעם, יעצט קענסטו שיקן דיינע קינדער קיין ירושלים; עס איז טאקע א שלעפ, עס איז נישט גרינג - אבער עס איז כדאי. אז קינדער זאלן באקומען א ווארעמע חינוך, אן צעקלאפן, אן צעברעכן - איז אלעס כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.