בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#413 - מען קען נישט מחייב זיין א מענטש צו געבן חודש'ליך כך וכך
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניין, איך וויל נישט אויסקוועטשן אינגעלייט; איך קען עס נישט טון, איך טאר עס נישט טון און איך וועל עס נישט טון.


בחורים קענען גיין נאך געלט, מיט זיי קען איך גיין אויף א שבת, אבער אינגעלייט געבן זייער אייגענע געלט, און ניטאמאל אייגענע געלט; זיי בארגן פון זייערע קרעדיט קארדס און זיי בלייבן גרויסע בעלי חובות.


אזוי אויך, די וועג פון זאגן פאר אינגעלייט זיי זאלן זיך מחייב זיין געלט חודש'ליך - איז נישט לפי רוחי, איך האב דאס נישט ליב, איך האלט אז דאס איז גניבה; ווייל ווי קען א אינגערמאן וויסן וואס גייט זיין מיט אים קומענדיגע חודש? ווי קען ער וויסן אויב ער גייט קענען געבן חודש'ליך כך וכך...? איך קען משפחות וואס האבן נישט אין מויל צו נעמען און זייער קרעדיט קארד לויפט פאר בנינו, און זיי שעמען זיך אריינצורופן אין אפיס זאגן מען זאל מער נישט נוצן זייער קארטל.


א ווייבל האט נעכטן דערציילט פאר מיין ווייב אז זי האט נישט אין מויל צו נעמען אבער די קארטל פאר בנינו לויפט חודש'ליך, ווייל זיי שעמען זיך צו זאגן מען זאל דאס מער נישט נוצן.


די אלע וואס פאנדרעיזן פאר מיר פאר מיינע מוסדות זאלן וויסן אז איך בין נישט באוויליגט פון די וועג. איך האלט פון בעטן צדקה, און דו קענסט יענעם רופן קומענדיגע חודש פרעגן אויב ער וויל דיר געבן, אבער מחייב זיין אנדערע - איז קעגן מיין ווילן.


קענסט דאס איבערגעבן פאר אלע וואס נעמען צאם פאר אונזער מוסד.

#412 - אוודאי איז כדאי צו לערנען מיט די קינדער ספר המידות
חינוך הילדים, מוסדות, ספרי ברסלב, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אוודאי איז כדאי צו לערנען מיט די קינדער ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם ספר (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "אט דאס האט מיך געמאכט פאר א איד"; דעריבער איז זייער וויכטיג צו לערנען מיט די קינדער מידות.


מיר האבן שוין איבערגעטייטשט רוב ספר המידות אין אידיש (קענסט בעטן פון אפיס מען זאל דיר דאס שיקן), עס איז גוט אריינצולייגן אות ביי אות אין א ניגון, און דאס זינגען מיט די קינדער מיט די טייטש, אזוי וועלן זיי דאס גוט קענען.


דארפסט נישט אויסלאזן אותיות, דארפסט נאר וויסן ווי אזוי צו טייטשן וכו', און ווען דו האלסט ביי די אותיות, ווי למשל קרי, טייטשט מען אזוי (אות קרי, סימן א'): "קֶרִי בָּא עַל יְדֵי דִּבּוּר מִזְּנוּת", דורך רעדן פון עבירות ווערט מען טמא מיט טומאת קרי, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁנָּפַל מֵאֱמוּנָתוֹ", אויך אויב מען פאלט פון אמונה ווערט מען טמא. אזוי אויך אין אות קישוי לילד (סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָהּ", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט, "תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", וועט געבוירן שווער.

#411 - עס וועט זיין שפע, מען וועט קענען באצאלן די איינגעשטעלטע
תפילה והתבודדות, צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארג נישט, מען וועט ווייטער שיקן געלט קיין ארץ ישראל צו באצאלן די מלמדים און איינגעשטעלטע; יעצט איז טאקע ליידיג די קאסע, אבער דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אונז גרויסע ניסים.


איך האב אויפגענומען האברך אייזיק אפפעל נרו יאיר ער זאל זיין געשטעלט אויף די צוועק, צאמנעמען געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל. קענסט אים העלפן מיט אריינשטעלן אין אונזער צייטונג פראקלאמעס פון געבן צדקה פאר די חדר אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, לייג בילדער פון די חדר און שרייב סכומים, למשל 'פאר כך וכך קענט איר האבן א זכות פון א מלמד אדער קינד פאר וואך', אדער 'פאר כך וכך קענט איר האבן די זכות פון ישיבה קטנה' וכדומה.


טייל אויס פושקעס פאר אלע אנשי שלומינו און איך וועל שרייבן פאר אנשי שלומינו צו האלטן חשוב די פושקע און לייגן זייער צדקה פאר אונזערע מוסדות.


פארליר זיך נישט, נעם די קינדער זאלן יעדן טאג דאווענען עס זאל זיין שפע, מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און אלעס וואס מען דארף פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#410 - די עיקר כוחות לייג אריין אין חדר
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר, גליון, צייטונגען, בלעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עיקר כוחות לייג אריין אין חדר; אז דו ווילסט זיך אויסלופטערן קענסטו שרייבן פאר אונזער צייטונג, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון אונזערע קינדער. גלייב מיר, עס איז מיר גארנישט אינטערעסאנט נאר אויב אונזער חינוך איז הונדערט פראצענט גוט, אויב די חינוך איז נישט הונדערט פראצענט גוט - איז מיר נישט אינטערעסאנט גארנישט; נישט דער צייטונג, נישט דער בלעטל און נישט קיין גליונות, גארנישט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#409 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#408 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#407 - א ברכה אויף ליכטיגע דורות, בזכות וואס איר העלפט דעם רבי'ן
קינדער, תפילה והתבודדות, חנוכה, מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו ... תחי'


יעצט אין די הייליגע טעג פון חנוכה זאלט איר אויסנוצן די צייט צו בעטן פאר קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הָרָגִיל בְּנֵר, הַוְיָן לוֹ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים"; בשעת די ליכט ברענט זאלט איר בעטן צום אייבערשטן ער זאל ענק געבן קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן נאר דינען דעם אייבערשטן, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען; עס איז זייער א גרויסע צייט צו פועל'ן ישועות.


איך וואונטש ענק א ברכה אויף ליכטיגע דורות, בזכות וואס איר העלפט דעם רבי'ן אזוי געטריי; דו מיט די שטאטישע פראגראמען, מיט'ן צושטעלן די עסן פאר די קינדער, און איר מיט די סקול.


פארלירט אייך נישט, איר וועט זען ליכטיגע דורות.


איך בעט פאר ענק.


 

#406 - תפילה והתבודדות ברעכט אייזן
תפילה והתבודדות, מוסדות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן אויף די שול אין בארא פארק, איך פריי זיך צו הערן אז מען רעדט נישט ביים דאווענען.


תפילה והתבודדות ברעכט אייזן; דו בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן אלע זיין צוגעבינדן צום צדיק. אפילו עס זעט נישט אויס שכל'דיג אז דיינע קינדער זאלן אנקומען אין ברסלב'ער חדר און אין ברסלב'ער סקול - דאך איז תפילה שטערקער פון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#405 - געלט פון טייערע שמחות, געב ענדערש פאר צדקה, צו פארדינען זכותים
כולל, צדקה, מוסדות, הדפסה, אידיש געלט, היכל הקודש, זכותים, חתונה, שמחות, בר מצוה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, איך האב געהאט נחת צו זען ווי די בחורים פון ישיבה גייען נאך געלט. עס האט מיך ממש פרייליך געמאכט צו זען תלמידי היכל הקודש זענען עוסק אין די גרויסע מצוה פון גיין נאך געלט, הלואי וואלסטו אויך עוסק געווען אין גיין נאך געלט. מאך זיך א צייט איינמאל א וואך אדער איינמאל אין צוויי וואכן וואס דו וועסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און ברענג די געלט פאר די מוסד. מיר פלאגן זיך זייער; ווי עס זעט אויס וועלן מיר נישט קענען צאלן די וואך די איינגעשטעלטע, די קאסע איז אין א לאך.


עס האט נישט קיין פשט די אלע וואס מאכן טייערע שמחות, ענדערש זאלסטו נעמען די געלט וואס דו ווילסט אויסגעבן פאר די שמחה און טון צדקה מיט דעם. אז דו מאכסט בר מצוה זאלסטו פרעגן דיין זון: "וואו זאלן מיר געבן די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן פאר א זאל, פאר א שפילער, פאר א וועיטער וכו' וכו'? וואו זאלן מיר געבן די געלט לכבוד דיין בר מצוה - אז דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק?


אז דו מאכסט חתונה זאלסטו זיך אראפזעצן מיט דיין מחותן און ביידע אינאיינעם זאלט איר פרעגן די חתן כלה, וואס פאר א צדקה זאלן מיר טון מיט די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן, זאלן מיר אויסצאלן די מלמדים די וואך פון די חתונה?


עס קאסט אונז כהיום דרייסיג טויזנט דאלער א וואך צו צאלן אלע איינגעשטעלטע, ביז דערווייל האבן מיר איין גרויסע שיסל פאר די מלמדים פון אלע תלמוד תורה'ס: וויליאמסבורג, מאנרא, שטעטל, טברי' און ירושלים.


אדער א וואך פאר אונזער כולל? כהיום דארפן מיר א וואך פינף טויזנט דאלער פאר די טייערע אינגעלייט.


אדער אזוי ווי מען טוט אין חב"ד; זייערע רביים האבן איינגעפירט אז דער בר מצוה בחור און חתן דרוקט א ספר לכבוד די שמחה. אפשר נעם די געלט פון דיין שמחה צו דרוקן ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן און ווייזן א וועג צו לעבן.


פארוואס אויסגעבן געלט פאר א וואך נאכט? מען איז מפרסם אין די בלעטער אז מען קען האבן א וואך נאכט פאר בלויז ניינצן הונדערט דאלער; גיוואלד און געשריגן, ניינצן הונדערט דאלער קען מען צאלן צוויי מלמדים פאר א וואך, פארוואס זאל מען אויסגעבן געלט פאר אפאר שעה פאר גארנישט און פאר נישט? פארוואס מאכן טייערע שמחות? העלף מיט דיין געלט אידישע קינדער.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט די בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען ספר בראשית. די בחורים האבן געטאנצן מיט א שטארקע שמחה: "חזק, חזק ונתחזק!" מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, מיר זענען אין חדר היכל הקודש, דאס איז דאך די גרעסטע מופת; נעמען א מענטש וואס איז ווייט פון לערנען - און אים מאכן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#404 - איך לאז נישט בארגן געלט, איך האב שוין גענוג חובות
מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך לאז נישט בארגן געלט; ענדערש זאל מען נישט צאלן אין צייט די איינגעשטעלטע, אבער נישט בארגן געלט; איך האב שוין גענוג חובות.


דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן; מיר האבן געהאט ניסים ביז אהער, מיר וועלן ווייטער האבן ניסים.


 

#403 - זיין שולדיג חובות איז ערגער פון נישט צאלן צייטליך
מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר בעטן, היות דו העלפסט מיר מיט די מוסד, דו האסט זיכער געמאכט מען זאל צאלן אין צייט די מלמדים און די איינגעשטעלטע פאר די לעצטע שטיק צייט. יעצט הער איך אז עס איז נישטא קיין געלט און דו ווילסט בארגן געלט כדי מען זאל ווייטער צאלן צייטליך, איך בעט דיר ברחמים - טו דאס נישט; איך בין נישט מסכים מען זאל בארגן געלט, נישט צאלן צייטליך איז איין זאך, און זיין שולדיג חובות איז נאך ערגער.


איך בעט דיר זייער פאלג מיך, ענדערש זאל מען נישט צאלן צייטליך און ווארטן די געלט וואס דארף אריינקומען זאל אריינקומען. איך האב אפגערעדט מיט א אינגערמאן צו גיין מיט אים נאך געלט פאר די מוסד, איך האף צו קענען אנפילן די לאך.


דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים ביז אהער און דער אייבערשטער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן.


 

#402 - איך דארף דיין הילף צו קענען ווייטער אנגיין מיט די מוסדות
צדקה, מוסדות, דאווענען, סדר היום, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דארף דיין הילף צו קענען ווייטער אנגיין מיט די מוסדות; סיי מיט שכר לימוד און סיי מיט צדקה. אפילו דיינע פרוטות דארף איך; אויב דו האסט א פולע פושקע - ביטע ברענג עס מיר, און אויב דו האסט נישט קיין פושקע - וועל איך דיר געבן.


איך דארף די הילף פון אנשי שלומינו; חסדי השם יתברך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיך גוט אנגעגרייט מיט שטארקע אמונה נישט צו ווערן פארלוירן אפילו ווען מען זעט נישט א וועג ווי אזוי אנצוגיין, אבער איך דארף דיין הילף מיט וואס דו קענסט.


אויב דו ווייסט איינער וואס קען זיין א גבאי צדקה - ביטע זיי מיר מודיע, איך זוך א פאנדרעיזער פאר די מוסדות.


שטארק זיך מיט די דריי תפילות, צו דאווענען דוקא מיט מנין און מיט א סידור. פרוביר מקשר זיין דעם מח צו דיין מויל, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עג) דאס איז תפילה בכח, אז מען האט אינזין וואס מען דאווענט; הויב נישט אן דיין טאג אן דאווענען, דאס ערשטע זאך - גיי דאווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#401 - איך פריי זיך אז דו האסט ארויסגענומען דעם קאמפיוטער פון שטוב
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, קאמפיוטער, מאוויס, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט ארויסגענומען דעם קאמפיוטער פון דיין שטוב, עס איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קיין שום קליפס, אפילו אידישע זאכן.


ווען מיר האבן געעפנט די חדר אין אמעריקע - האבן מיר נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו זיין, מיר האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ. על הטוב יזכר הרב רבי יצחק לעזער שליט"א וואס האט אונז דעמאלט אוועק געגעבן א דירה, זיין בעיסמענט - מיר זאלן דאס נוצן פאר די חדר.


דארט איז געווען נאר פלאץ צו לערנען, די קינדער האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו שפילן, ביי הפסקה האבן מיר ארויסגענומען די קינדער אין פארק צו שפילן, און ווען עס האט גערעגנט איז נישט געווען וואס צו טון, עס איז געווען זייער צעקוועטשט. איין טאג איז געווען זייער שווער מיט די קינדער, האט איינער פון די איינגעשטעלטע געטראכט אז ער וועט ווייזן פאר די קינדער אויפן קאמפיוטער עפעס אידישע קליפס וכו', און מוהרא"ש האט מיך גערופן און געזאגט זייער שארף, אויב מען וועט נאכאמאל ווייזן פאר די קינדער קליפס - זאל מען אראפנעמען זיין נאמען פון די מוסד.


מוהרא"ש האט אונז געגעבן צו פארשטיין די חומר הדברים פון ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס, אפילו אידישע זאכן; פון חתונות, זינגערס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס גייט בתמימות, ער איז נישט קיין אויבער חכם, ער פאלגט, ער ברענגט נישט אריין אין שטוב די זאכן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#400 - אויב קענסטו נישט זיין אין צייט, קענסטו נישט זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הרב ... נרו יאיר, מלמד בחדר היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל דיך דערמאנען צו זיין צייטליך. איך נעם זיך אויס מיט דיר צו זיין צייטליך, אויב קענסטו נישט זיין אין צייט - קענסטו נישט זיין ביי מיר קיין מלמד; איך בין נישט מוחל אויף דעם, און איך וויל נישט הערן קיין שום תירוץ.


אויך וויל איך דיך מחזק זיין, חס ושלום ארויסצוגיין פון כיתה אין די צייט וואס מען דארף לערנען מיט די קינדער, איבערלאזן די קינדער אויף הפקר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#399 - איך מוז ווייטער אנהאלטן די מוסד, איך זוך א פאנדרעיזער
צדקה, מוסדות, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין ליבער חבר ... נרו יאיר


איך האב היינט געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו אז איך זוך א פאנדרעיזער.


זיי נישט ברוגז אויף מיר, איך זוך נישט אוועק צו נעמען פון דיר די אמט, אבער איך וויל זיין אפן מיט דיר; די אנדערע פאנדרעיזערס ביי אונז אין די מוסד, אלע פון זיי - טוען זייער ארבעט בשלימות. משה ארי' דעקט די כולל; די אינגעלייט ווערן באצאלט יעדע דריי וואכן. שבתי דוד און אשר בער טוען זייער ארבעט בשלימות; די רענט פאר אונזערע בנינים אין שטאט ווערן באצאלט חודש'ליך. אזוי אויך לייבי טוט זיין ארבעט; מען דרוקט ספרים, קונטרסים און גליונות - אן אפשטעל, אבער די מוסד האט א גרויסע לאך.


איך האב נעכטן נאכט גערעדט מיט אברהם שבתי, איך האב אים געזאגט: "געענדיגט מיט צאלן די איינגעשטעלטע, איך לאז נישט בארגן קיין געלט". איך האב אים געזאגט: "די ערשטע פרינציפ אין אפיס איז געווען אלע יארן, 'נישטא אזא זאך בארגן געלט, איז דא געלט צאלט מען און אז נישט - צאלט מען נישט', און היות עס איז ליידיג די קאסע קען מען נישט בארגן".


נאכאמאל, איך זוך נישט צוצונעמען פון דיר דיין אמט; האסט מיר געהאלפן אלע יארן אזוי געטריי, מיר האבן צוזאמען געעפנט די מוסד, און הלואי זאלסטו ווייטער שטיין צו די האנט. לעצטנס האסטו אנגעהויבן שרייבן ארטיקלען, איך רעד נישט אריין אין וואס דו טוסט, מן הסתם האסטו געמאכט אויף דעם אסאך התבודדות, אויב דו זאלסט אוועקגעבן דיינע טעג און יארן פאר שרייבן. איך מוז ווייטער אנהאלטן די מוסד, און איך זוך א פאנדרעיזער זאל מיר העלפן אנפילן די לאך.


איך בין נישט ברוגז אויף דיר אז דו וועסט ענדערש שרייבן וכו'; איך האב דיך זייער ליב, ונפשי קשורה בנפשך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#398 - געב חנוכה געלט פאר דיינע קינדער'ס מלמדים
שכר לימוד, חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה, מוסדות, הכרת הטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב חנוכה געלט פאר דיינע קינדער'ס מלמדים, און אז דו האסט נישט וואס צו געבן - מאך זיך כאטשיג וויסנדיג; געב זיי עפעס, אפילו א קלייניקייט. אין בית המקדש איז אויך אזוי געווען, דער וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א רייכע קרבן - האט געברענגט א פייגעלע.


מאך זיך וויסנדיג פון דיינע קינדער'ס מלמדים, טראכט א מינוט אריין וואס זיי גייען אריבער איין טאג מיט די קינדער; זיי זיצן מיט מסירת נפש פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג, מיט דיינע קינדער און מיט נאך קינדער; זיי ארבעטן זייער שווער, ווייז זיי אביסל הכרת הטוב.


אזוי אויך ווען מען רופט דיר פון די מוסד צו צאלן שכר לימוד - מאך זיך וויסנדיג, נאר אזוי וועסטו האבן הצלחה מיט די קינדער. מוהרא"ש שרייבט זייער שארף צו די עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג פון שכר לימוד, אזוי אויך דערציילט מען אז דער היילגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די הנהלה פארוואס נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד, אזוי ווי מען צאלט אנדערע זאכן, ווי לעקטער און גאז, וכדומה, האט מען אים געזאגט, ווייל די אנדערע זאכן אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ; אז מען צאלט נישט קיין לעקטער - האקט מען אפ די לעקטער, און אז מען צאלט נישט קיין גאז - האקט מען אפ די גאז, האט זיך דער הייליגער רבי אנגערופן: "ווער זאגט אז ביי שכר לימוד אז נישט אזוי? ביי שכר לימוד האקט מען אויך אפ די סייעתא דשמיא פון הימל פאר די קינדער זיי זאלן מצליח זיין און אויסוואקסן ערליכע אידן".


אז מען רופט דיך פון די מוסד - זאלסטו אויסארבעטן א פלאן ווי אזוי צו צאלן שכר לימוד; נישט זיך נישט וויסנדיג מאכן.


חנוכה איז א צייט פון חינוך, חנוכה איז א צייט פון זיך מאכן א חשבון 'וואס טו איך מיט די קינדער מיינע?' דער הייליגער רבי רש"ב פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים א שארפע הוראה: "אזוי ווי א איד האט א חיוב יעדן טאג אנצוטון תפילין, אזוי אויך האט יעדער איד א חיוב זיך אפשטעלן א האלבע שעה יעדן טאג, אויף טראכטן וועגן די חינוך פון זיינע קינדער, און טון אלעס וואס מען קען טון צו פארזיכערן אז די קינדער זאלן גיין אין די וועג וואס מען איז זיי מחנך".


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל זיין אין שטעטל ביז נאך שבת חנוכה, די וועכנטליכער שיעור ליל שישי וועט די וואך זיין אין שטעטל. יעדע מאל איך קום אהער ווער איך נאכאמאל איבערגענומען פון די שיינע קהילה, פון די חסד, פון די יראת שמים, פון די איידעלע משפחות.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#397 - געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן מוסדות פאר די קינדער
תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע נס וואס מיר האבן איז, אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואס מען לערנט מיט זיי אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז אונזערע קינדער זיצן מיט מלמדים יראי שמים, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מלמדים וואס גייען אין מקוה, מלמדים וואס זענען זיך מתבודד, מלמדים וואס לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן קינד.


אזוי אויך אין בית פיגא; לערערינס וואס האבן ליב יעדן קינד און לייגן אריין א ליבשאפט אין די קינדער צו גיין מיט די תורה וועג.


יארן צוריק איז דאס נישט געווען; ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האבן מיר געוויסט אז דאס איז א זאך וואס גייט נישט איבער פאר די קינדער, דאס איז א סוד פאר אונז אליין, מען האט אונז קלאר געזאגט אז מען דארף געהערן צו די גרויסע קהילות צוליב די קינדער, און שטילערהייט קענען מיר נעמען חיזוק פון מוהרא"ש, און חסדי השם אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן רבי'ן, אויפוואקסן מיט תמימות ופשיטות, אויפוואקסן מיט מעשיות פון תפילה; אז דאס זאל זיין זייער לעבן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#396 - יישר כח פאר'ן אויפלעבן די "לעידיס עקזילערי"
צדקה, מוסדות, חובות, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן אויפלעבן די לעידי"ס עקזילער"י, אריין צו ברענגען געלט פאר די מוסד. אויך א גרויסן דאנק פאר'ן מחזק זיין די ארגעניזעישן "בנינו", דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן נחת ביי אייערע קינדער.


איך וויל קלארשטעלן מיין מיינונג, מען זאל נישט מחייב זיין די פרויען צו געבן וועכנטליך אויטאמאטיש א קרעדיט קארד. איך וויל נישט מען זאל אויסקוועטשן אנשי שלומינו, זיי אריינלייגן אין חובות, נאר בעטן בתורת נדבה. אויב מען האט געלט זאל מען לייגן אין די פושקע, אבער נישט עס זאל לויפן אויטאמאטיש אויך אין די צייטן וואס מען האט נישט קיין געלט.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות, וואס איר דארפט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים.


 

#395 - נאר איין זאך דארף איך, אונזערע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


צוויי זאכן. איינס, א טאטע קומט מיר זאגן אז זיין קינד וויל נישט גיין אין חדר, ווייל זיין מלמד שלאגט אים און ציפט אים, ער קומט אהיים מיט צייכענעס אויף די הענט. אויך זאגט ער אז נאך א טאטע האט אים דאס דערציילט; וויל איך דו זאלסט מברר זיין וואס דא גייט פאר, אויב איז דאס וואר - זאלסטו פארשיקן דעם מלמד, ער זאל גיין ארבעטן ביי די מיסט.


צווייטנס, איך בין נישט צופרידן פונעם סדר היום, צופיל צייט פון פארמיטאג גייט לאיבוד, די קינדער דארפן לערנען און דאווענען די ערשטע פיר שעה, פון 9:00 ביז 1:00 מיט איין קליינע הפסקה פון פופצן מינוט, פון 11:00 ביז 11:15.


נאך 1:00 דעמאלט איז דא א לענגערע הפסקה, ביז א שעה. און שפעטער קען מען ווייטער צעטיילן די טאג, אבער אינדערפרי איז א צייט וואס מען דארף לערנען און דאווענען.


איך זע ווי די מלמדים פראווען מיט די קינדער שיינע פת שחרית, דאס איז א זאך וואס דו דארפסט פאררעכטן.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, לאז אפ אלעס, לאז אלעס קראכן, איך דארף נישט קיין האט-ליין, איך דארף נישט קיין גליון, נישט קיין עצתו אמונה, גארנישט; איין זאך דארף איך, א חינוך; אונזערע קינדער זאלן באקומען אין זייערע יונגע יארן א גוטע חינוך; דאווענען מיט א חיות, לערנען מיט א געשמאק און זיי אנפילן מיט סיפורי צדיקים, סיפורי הפצה און סיפורי תפילה.


א מנהל איז נישט א טיטל, א מנהל איז אחראי אויף יעדן קינד אין תלמוד תורה; א מנהל דארף האבן שייכות מיט יעדן קינד, א מנהל דארף יעדן טאג באגריסן יעדן איינציגן קינד.


שטארק זיך און לאז מיך וויסן אויב דער מלמד שלאגט, אדער דער קינד דמיון'ט.

#394 - צוגעוואוינען די קינדער צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג
חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים, חדר, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין אמעריקע אין אונזער תלמוד תורה זענען דא מלמדים וואס געבן צייט יעדן טאג פאר די קינדער צו מעביר סדרה זיין; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער. עס איז א גוטע זאך אז מען געוואוינט איין די קינדער זיי זאלן איבערגיין די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום לויט די טעג פון די וואך, אזוי וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


א מלמד מוז דערציילן יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א שטארקע רייץ; זיי הויבן אן בענקען און גליסטן צו ווערן א צדיק.


רעד צו די קינדער פון צדיקים, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים. דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק; ווייל ווען א קינד הערט א סיפור פון א צדיק הויבט ער אן בענקען: 'איך וויל אויך זיין א צדיק'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#393 - ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוסדות, תשובה, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


איך פריי זיך זייער צו הערן פונעם מנהל אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; יעצט איז די חדר נאך קליין, אבער נאך אביסל וועט זיין אסאך קינדער אין די חדר היכל הקודש אין שטאט טברי'.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?' וויסן זאלסטו, גלייך ווען מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה, מען זאגט: "הייליגער באשעפער, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה, זיי מיר מוחל" - איז דער אייבערשטער גלייך מוחל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען א איד איז זיך מתוודה, ער דערציילט דעם אייבערשטן וואס ער האט געטון - "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", בין איך אים גלייך מוחל.


דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו תשובה טון. זיי זיך מתוודה, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטראכט, גערעדט און געטון, איך נעם זיך פאר מער נישט צו טראכטן, רעדן און טון די שלעכטע זאכן". און אויב דו געדענקסט עפעס א נישט גוטע זאך - זאלסטו דאס דערציילן דעם אייבערשטן, שמועס אויס פינקטליך וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן דעם אייבערשטן אין דיין שפראך; אזוי וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#392 - לערנען ספר המדות מיט די קינדער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


דער מלמד האט מיר געשריבן אז ביים לערנען ספר המידות, האסטו געפרעגט וואס איז דער פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה חלק ב, סימן יד): "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה", עסן און טרינקען, "בָּא עַל יְדֵי חֹק וּמִשְׁפָּט", קומט דורך חק ומשפט.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז דער ספר המידות האט אים געמאכט פאר א איד; דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט מען זאל לערנען מיט די קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי אין סקול מיט די מיידלעך - ספר המידות, אזוי וועלן אלע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים. און ביי יעדע אות וואס מען לערנט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קומען צו די גוטע זאך און אויסרייסן די שלעכטע זאכן.


פשט איז, דער אייבערשטער געבט דעם מענטש שפע; דער מענטש באקומט עסן און טרינקען בזכות וואס ער היט די הייליגע תורה און בזכות וואס ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כה, ז) אויפן פסוק (שמות טז, ד): "'הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם', אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" דער אייבערשטער זאגט אונז: "מִי גָּרַם לָכֶם לֶאֱכֹל מִן הַמָּן וְלִשְׁתּוֹת מֵהַבְּאֵר", אין וואס פאר א זכות האט איר זוכה געווען צו באקומען די מן און די באר? "מִפְּנֵי שֶׁקִּבַּלְתֶּם אֶת הַחֻקִּים וְאֶת הַמִּשְׁפָּטִים", ווייל איר האט מקבל געווען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה - איז מען זוכה צו האבן שפע.


ניץ אויס דיינע קינדער יארן; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א צדיק. און ווען דער מלמד אין חדר דערציילט מעשיות פון צדיקים - זאלסטו גיין אין א ווינקעלע און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין א צדיק, הייליגער באשעפער ווי אזוי ווערט מען א צדיק?" ביז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#391 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#390 - אלע וואס זאגן משניות מיט א שטארקייט, זענען גרויסע ערליכע אידן
שכר לימוד, קדושה, מוסדות, וויכוחים, עבודת השם, תשובה, משניות, מאוויס, לצנות, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


משניות צעברעכט תאוות ניאוף. אז דו וועסט זאגן משניות טאג נאך טאג, דו וועסט דאס טון מיט אן עקשנות; דו וועסט נישט קוקן אויף דעם וואס דו האלסט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - רחמנא לצלן, דו וועסט זיין שטארק מיט לימוד התורה הקדושה - וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


הויב אן זאגן משניות אין א רייע דוקא, זאג א פרק נאך א פרק; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וועג צו לערנען, עיין שיחות הר"ן (סימן עו) וואו דער רבי זאגט: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד", נאר זאגן די ווערטער. "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן די ווערטער אין א רייע, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף" און אויב מען וועט נישט פארשטיין - "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען שפעטער, מיט די צייט - פארשטיין, עיין שם.


טענה נישט מיט קיין לצים, טענה נישט מיט קיין מחוצפים; בעיקר געב זיך אכטונג פון די צבועים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כב:): "הִזָּהֲרוּ מִן הַצְּבוּעִים" געבט זיך אכטונג פון די וואס זעען אויס ווי פנחס און טוען מעשה זמרי; די אלע וואס שפעטן פון לערנען, און שפעטן פון צדיקים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן אויף די וועלט - די אלע זענען בעלי עבירה, גרויסע נואפים. אפילו פון אינדרויסן שטעלן זיי א פנים ווי פנחס - זענען זיי עושה מעשה זמרי.


איך זאג דיר איך האב דאס געזען ביי צענדליגער בחורים און צענדליגער אינגעלייט; די אלע וואס האבן געזאגט משניות מיט א שטארקייט - זענען היינט גרויסע ערליכע אידן. אפילו די וואס זענען געלעגן אין עקלדיגע מעשים רחמנא לצלן וואס מען קען אפילו נישט אראפשרייבן, אלע זענען זיי ארויסגעקראכן פון דעם דורך פאלגן דעם רבי'ן, נאכגיין מוהרא"ש מיט תמימות ופשיטות; הלואי זאלסטו שוין אויך אנהייבן פאלגן דעם רבי'ן.


צאל שכר לימוד, איך קען נישט אנגיין מער נאר אז אלע עלטערן הויבן אן צאלן שכר לימוד. איך ווייס אז דו פלאגסט זיך, דו האסט נישט, אבער פאר עפעס האסטו יא; לעקטער צאלסטו, און נאך זאכן צאלסטו, בעט איך דיר לייג שכר לימוד די ערשטע אויף די ליסטע.


אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז איך וועל צאמברעכן און נישט קענען מער אנגיין מיט די מוסד, וואס וועסטו דעמאלט טון?

#389 - מען דארף באצאלן שכר לימוד
שכר לימוד, צדקה, מוסדות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער זייער בעטן נאכאמאל, וועגן שכר לימוד; העלף מיר, שטיי נישט פון דער זייט, שפיל נישט שיינער איד. טיילסט צדקות רעכטס און לינקס, מאכסט זיך דיין דירה שענער און שענער און ווען מען בעט שכר לימוד - מאכסטו זיך נישט וויסנדיג.


שכר לימוד איז נישט קיין נדבה, שכר לימוד איז א חיוב; מן התורה האסטו א מצוה צו לערנען פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט דיינע קינדער, אדער דינגען א מלמד פאר זיי, שטעלן א שליח זיי זאלן לערנען מיט די קינדער און זיי באצאלן.


אז מען שפילט מיט שכר לימוד, ווי אזוי קען איך באצאלן די מלמדים? אז מען צאלט נישט שכר לימוד - איז דאס גניבה וגזילה, אויך האט מען נישט קיין הצלחה מיט די קינדער; איך זאג דיר נאר וואס מוהרא"ש שרייבט.


מיר האבן געהעכערט פאר די מלמדים זייער געהאלט; די אלע מלמדים וואס ארבעטן שוין אפאר יאר און זיי האבן משפחות - האבן מיר יעצט געהעכערט מיט א גרויסע סכום, און די לאך ווערט גרעסער און גרעסער.


מיר בעטן ווייניג שכר לימוד ווייל מיר ווילן נישט שווער מאכן פאר די עלטערן, אבער אז דו זוכסט א גוטע צדקה צוועק - קענסטו צאלן שכר לימוד, די פרייז וואס מען וואלט ווען געדארפט בעטן. אויך קענסטו אפשר באצאלן פאר קינדער וואס קיינער צאלט נישט.


איך האף דו וועסט זיך וויסנדיג מאכן און העלפן די מוסד צאלן מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע אין צייט.