בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#603 - א זכי' צו קענען געבן, און קענען בארגן, פאר די מוסד
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין צדקה פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער, און אויך די הלואה פון נאך הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביטע מיר זאגן א טאג ביז ווען דו בארגסט מיר די געלט, אזוי וועל איך דיר שרייבן א שטר הלואה.


איך קלער, אז מען דארף האבן א זכי' צו קענען געבן פאר אונזערע מוסדות, און אויך דארף מען א זכי' צו קענען בארגן פאר די מוסד.


די צדקה וואס דו געבסט און אויך די צדקה פון בארגן פאר אונזער מוסד – וועט דיר גוט צוניץ קומען בזה ובבא.

#602 - פון שיקן די קינדער אין היכל הקודש פארדינט מען נאר
חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך האב געעפנט די מוסד היכל הקודש זענען געווען ווייניגער קינדער וויפיל עס לערנען ביי ענק אין די מוסד, און פון די פאר קינדער זענען געווען קינדער וואס זענען געקומען פון צעפליקטע שטיבער השם ירחם, און אסאך משפחות האבן נישט אריינגעשיקט זייערע קינדער אין ברסלב צוליב דעם, זיי האבן געפרעגט הזאת נעמי? מיט וועם זאלן מיינע קינדער לערנען? מיט די פארעכעס? מיט די קינדער וואס קומען פון נישט געזונטע שטיבער? אבער איך קען דיר זאגן אז דאס האט נישט געשאדט מיינע קינדער, איך האב געוואוסט אז איך שיק מיינע קינדער צום רבינ'ס חדר, איך לייג זיי בין ברכי תלמידי חכמים, אויפן רבינ'ס שויס, און מער פון דעם דארף איך נישט.


אז דו ווילסט ארויס נעמען דיינע קינדער, און אז דיין ווייב וויל ארויס נעמען - קענען ענק ארויס נעמען, איך וועל נישט זיין ברוגז, און אויך וויל איך נישט ענק זאלן האלטן די קינדער ביי אונז כאילו מיר א טובה טון, איך קען דיר נאר זאגן אז פון שיקן די קינדער אין היכל הקודש פארדינט מען נאר.


וואס איז דען שייך צו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון? איין זאך קען איך דיר זאגן, גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך פירן אויפן ריכטיגן וועג, דו זאלסט זיך נישט אפנארן, דו זאלסט טון וואס איז ריכטיג, דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#601 - קינדער זאלן זיין אפגעהיטן
תפילות אויף אידיש, מוסדות, סכנה, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר זעט אין סקול זאכן וואס זענען נישט סעי"ף, זאכן וואס קען זיין א סכנה – זאלט איר דאס זאגן פאר די סעקריטערי, און אז זיי לאכן זיך אויס זאלט איר רופן די מענידזשער; ווייל איך האב געשריבן דעם מענידזשער וואס זיין ארבעט איז, איינע פון די זאכן איז, עס איז זיין אחריות אז די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און נישט קומען צו קיין סכנה.


בנוגע וכו'; מיט תפילה וועט יום טוב ווערן די שענסטע טעג, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל קענען מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מיט ישוב הדעת, איך וויל ליב האבן חודש תשרי, ליב האבן יעדע רגע, אפילו עס איז א פארדרייטע סדר היום וכו' מיט די קינדער וכו', העלף מיר איך זאל נישט וועלן יום טוב זאל אריבער גיין וכו' וכו'", אזוי זאלט איר בעטן, וועט זיך אלעס איבער דרייען, עס וועט ווערן א זיסע צייט, ווייל אלעס איז אין מח, אלעס איז ווי אזוי מען טראכט, און מיט תפילה ווערט די מח מסודר.

#600 - א קרן פאר מוסדות 'היכל הקודש' 'בארץ הקודש' על 'טהרת הקודש'
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך זייער בעטן ענק זאלן מיר העלפן אוועק שטעלן א קרן הצלה פאר אונזערע מוסדות 'היכל הקודש' 'בארץ הקודש' על 'טהרת הקודש'. ביז דערווייל פרוביר איך אליין - אן קיין הילף פון קיינעם - צו שיקן חודש'ליך פאר די מוסד קרוב צו פופציג טויזנט דאלער, אבער דאס איז נישט ריכטיג, ריכטיג איז אז די מוסד זאל זיך אויפהאלטן אויף אלע אינאיינעם, אלע חברים זאלן טראגן די לאסט פון די מוסדות, עס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין.


יעצט איז געקומען דער גבאי אהרן וועבערמאן פון אמעריקע אוועק צו שטעלן די קרן, בעט איך אייך מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, נעמט אים אויף בסבר פנים יפות און שליסט אייך אן אין די קרן, געבט ענקער צדקה - מעשר און חומש פאר די קרן, אז די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין.


ענקער חבר דער ראש ישיבה וואס בענקט זיך נאך אייך.

#599 - איין גוט ווארט, קען אלעס בארואיגן
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ביטע געדענקען וואס די פליכט פון א מנהל איז, צו מחזק זיין די מלמדים, זיי מאכן שפירן וויכטיג, זיי מאכן שפירן גוט, זיי געבן יעדן טאג גוטע ווערטער; זיי זאלן נישט לעבן אין ספיקות אויב מען דארף זיי יא אדער נישט וכו'.


עס דרייט זיך ביים מלמד אין קאפ בלבולים, מחשבות וכו', און איין גוט ווארט פונעם מנהל קען אלעס בארואיגן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#598 - מ'דארף נישט קיין קאמפיוטער, אפילו מיט א פילטער
מוסדות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך הער אז עס איז דא א קאמפיוטער אין די טברי' שול און אינגעלייט זיצן אויף דעם ביינאכט, מיט די אויסרייד כאילו מען דארף עס פאר די מוסד. איך בין זייער דערשראקן פון דעם, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט ארויסנעמען דעם קאמפיוטער פון שול, איך בין נישט מסכים עס זאל זיין ביי אונז אין שול א קאמפיוטער אפילו מיט א פילטער.


בכלל פאר די מוסד זאלסטו וויסן, איך דארף נישט קיין צעטלעך מיט קיין ביכלעך, איך דארף מלמדים יראי שמים מיט אייזערנע נערווען צו די קינדער. מען קען מאכן צעטלעך, אבער אויב דאס דארף זיין אויפן חשבון פון זיצן שעות אויפן מכשף - דארף איך נישט די גאנצע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#597 - אנשטאט זיך פלאגן מיט נארישקייטן, קען מען לערנען תורה
מוסדות, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער צו קבלת התורה, וויל איך דיך מחזק זיין שוין פון היינט זאלסט אנהויבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיטן תרגום, איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש, און איין מאל יעדע פסוק תרגום - וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח), אז דער גר"א האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך קען מען לערנען פון פאראויס, זונטאג ביז שלישי, מאנטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען משניות און גמרא. איך ווייס דו האסט תירוצים, דו קענסט נישט לערנען, דו פארשטייסט נישט, דו האסט שווערע טעג, אבער דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו אן פארשטיין, איז פארוואס זאלסטו נישט פרובירן די זיסע וועג פון זאגן די ווערטער פון די תורה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יג, ז), אויפן פסוק (בראשית ב, ה): "'וְאָדָם אַיִן לַעֲבֹד אֶת הָאֲדָמָה', לֹא נִבְרָא אָדָם אֶלָּא לְעָמָל", דער מענטש איז נישט באשאפן געווארן נאר אויף זיך צו פלאגן, "אִם זָכָה, הוּא עָמֵל בַּתּוֹרָה", אויב איז ער זוכה פלאגט ער זיך אין תורה, "וְאִם לֹא זָכָה", און אויב ער איז נישט זוכה, "הוּא עָמֵל בָּאָרֶץ", פלאגט ער זיך אין ארבעטן מיט די ערד, "אַשְׁרָיו לְאָדָם", וואויל איז דעם מענטש, "שֶׁהוּא עָמֵל בַּתּוֹרָה", וואס זיין פלאג איז אין די תורה; איז דאך ממש א שאד, אנשטאט זאלסט זיך פלאגן מיט נארישקייטן - קענסטו אויסניצן די פלאג מיט גוטע זאכן, מיט לערנען די הייליגע תורה.


זיי נישט קיין בטלן, זיי נישט נאריש, כאפ אריין יעדן טאג חומש, משניות, גמרא וכו', דאס איז די גרעסטע עשירות וואס איז דא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.), אויפן פסוק (ישעיה ג, ז): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה', זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארעמאן.


איך בין געווען אין מירון ל"ג בעומר, איך האב באזוכט אונזערע מוסדות אין בני ברק, טבריה און ירושלים, אויך אין ישיבה, עס איז אזוי שיין צו זען ווי עס וואקסט אויף א דור אזוי ריין און הייליג, לויט די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט על פי די עצות פון הייליגן רבי'ן.


הלואי וואלסטו אויך געברענגט דיינע קינדער אין רבינ'ס מוסדות, זיי זאלן אויפוואקסן געזונט און הייליג, אריינגעבאקן די ריינע אמונה.


יום טוב שבועות וועל איך אם ירצה ה' זיין אין שטעטל, מיר וועלן אם ירצה ה' באנייען דעם נייעם בית המדרש "היכל דוד", און מוצאי יום טוב וועלן מיר טאנצן און זיך פרייען אשר בנחל שם גורלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#596 - די הערליכע מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט אויך פאר דיר און דיין משפחה.


איך שרייב דיר יעצט שפעט אויפדערנאכט, נאכן זיין אויף אפאר טעג מיט גאר ווייניג שלאף, ווייל דו האסט מיר דערציילט נאכן ליל שישי שיעור אז דו האסט אנגעהויבן געבן חודש'ליך זעקס טויזנט שקל פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


וויל איך דיר זאגן, איך בין היינט אינדערפרי געווען אין בני ברק אין חדר און אין בית פיגא, איך בין אן א לשון, איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אביסל וועל איך פרובירן צו דערציילן. סיי די חדר, סיי די סקול פירט זיך זייער שיין, די קינדער זענען זייער פרייליך און צופרידן, אלע שמייכלען, אלע זאגן מיר פה אחד אז זיי האבן ליב צו קומען לערנען, זיי האבן א ליבשאפט צו זייערע רבי'ס און לערערינס, און די חידוש איז אז דאס איז געקניפט און געבינדן מיט א שטארקע דיסציפלין, מיט גרויס דרך ארץ ויראת הכבוד פאר זייערע רבי'ס און לערערינס. אלע דערציילן מעשיות פון בעטן דעם אייבערשטן און ווי זיי זענען געהאלפן געווארן.


דיין זכות איז גרויס, איך דאווען פאר דיין הצלחה.

#595 - נישט זיצן ביים קאמפיוטער קיין איבריגע צייט
מוסדות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט אנגעהויבן ארבעטן פאר די חדר אלס סגן מנהל, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט נישט ווערן קיין ליימענער גולם ביים קאמפיוטער; דער קאמפיוטער געבט ארויס גוטס, מען קען מאכן שיינע צעטלעך, שיינע קונטרסים, און אויך קען מען ווערן א קלאץ; מען קען זיצן און קוקן און נישט וויסן ווי דער טאג איז אריבער.


מאך זיך א סדר, נישט מער ווי אפאר שעה א טאג וואס דו דארפסט האבן פאר די צעטלעך (אויב מען דארף עס), און אין די איבריגע צייט זאלסטו נישט זיצן ביים קאמפיוטער. זאלסט רעדן צו די קינדער, געבן גוטע ווערטער פאר די קינדער, און העלפן מיט וואס מען דארף העלפן.


לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, מדרש; וועסטו ממשיך זיין צו דיר די שכינה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#594 - איך וויל זיך טרעפן מיט אייך אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומענדיגע וואך קומען קיין ארץ ישראל, איך פריי זיך זייער זיך צו טרעפען מיט ענק, איך האף צום אייבערשטן צו קענען אנקומען צו אלע שטעט וואו מיר האבן שולן און צו אלע תלמידי תורה און בית פיגא.


איך וויל ענק אלע לאדענען צו קומען צו די סעודה וואס וועט פארקומען אין ירושלים מאנטאג פארנאכטס, פסח שני, מיר העלפן אוועק שטעלן א קרן פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, "קרן צדקת רבי מאיר בעל הנס" פאר מוסדות "היכל הקודש", "בארץ הקודש", "על טהרת הקודש"; איך האף ענק אלע צו זען.


נישט אלע האבן שוין יעצט די קינדער אין די מוסדות; אין חדר, בית פיגא, ישיבה; אבער די עלטערן וואס האבן די קינדער אין די מוסדות זאגן עדות אז די קינדער באקומען אן ערליכע געזונטע ריינע חינוך, מען צעקלאפט נישט די קינדער, מען בויט אויף די קינדער, מען גרייט אן די קינדער פארן לעבן; די איינגעשטעלטע זענען אזוי איבערגעגעבן, אשרינו שזכינו.


אויך וויל איך ענק איבערבעטן, היות עס זענען דא וואס טענה'ען אז מען וויל וויסן גענוג פרי וואו עס וועלן זיין די שיעורים, און ווען מען וועט קענען אריינקומען, וועלן מיר דאס מאל זיך זייער רעכענען מיט אנשי שלומינו, אז קיינער זאל נישט ווערן בא'עולה'ט, אלע זאלן קענען קומען און מיט האלטן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם קומענדיגן שבת פרשת אמור אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א, איך וועל שבת נישט אויפנעמען און נישט געבן קיין שיעורים. ביי מיין טאטע שליט"א בין איך א זון, נישט קיין ראש ישיבה. אם ירצה ה' נאך שבת, זונטאג און מאנטאג - וועל איך זיין אין ירושלים.


אויך וועל איך זיין באזונדער מיט די בחורים. דאס הייסט ביי די שיעורים וועלן אלע קענען זיין און אלע זאלן זיין, אבער אינמיטן טאג - וויל איך זיין מיט די בחורים באזונדער, און אויך וויל איך זיין אין אלע תלמוד תורה'ס באזונדער, דארט איז נישט שייך מען זאל זיך אריינשטופן.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז וואס משיח וועט אונז לערנען; צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטע פריינד, פאר דעם אליין איז שוין כדאי געווען די התקרבות.


א גוט שבת.

#593 - יעדער איינער זאל האבן א חלק אינעם נייעם תלמוד תורה בנין
צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע שיינע מוסדות מיט די רענט קאמפיין.


אויב דו קענסט מיר זיין א שליח צו באצאלן די לעצטע צוויי חובות וואס איך האב געבארגט צו קענען קויפן די קעמפ 'אילן החיים', איך האב געבארגט פון ... צוואנציג טויזנט און פון ... פערציג טויזנט, ביידע פון זיי זע איך מער נישט, איך מיין אז ביידע פון זיי האבן מער נישט קיין דירעקטע שייכות וכו'. איך געב דיר זעכציג טויזנט דאלער דו זאלסט זיי באצאלן און פון זיי צוריק נעמען די שטרות.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויב איז דא איבריגע געלט אין דיין קאסע; עס איז מיר אונטערגעקומען צו קויפן יעצט א שטח נעבן אונזער בנין אין אומאן, מיר ווילן שוין אנהויבן בויען א נייעם בנין פאר אנשי שלומינו צו קענען איינשטיין בהרחבה ווען מען קומט אין אומאן אויף ראש השנה. אויב דו קענסט געבן דרייסיג טויזנט דאלער פאר ... נרו יאיר פאר די שטח.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אנהויבן פאנדרעיזן פאר די נייע בנין התלמוד תורה אין שטעטל, מיר האפן בקרוב ממש אנצוהויבן בויען. איך וויל אז אלע אנשי שלומינו, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל - זאל האבן א חלק אינעם תלמוד תורה בנין וואו אונזערע קינדער וועלן נתחנך ווערן מיט תורה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#592 - זיצן איין מאל א וואך מיט אלע איינגעשטעלטע
מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


איך וויל דו זאלסט מאכן באופן קבוע, איין מאל א וואך אדער איין מאל אין צוויי וואכן - א צאמקום פאר די באס דרייווערס. מיט די מלמדים טוסטו דאס שוין, און דאס איז די הצלחה דיינע, יעצט דארפסטו דאס טון מיט די דרייווערס, און אזוי אויך אלע וואס האבן נאר א שייכות צו די חינוך פון די קינדער, ווייל איך וויל זייער אז די טרענספארטעישן זאל זיין אונטער די השגחה און הדרכה פון דיר, פארשטייט זיך אז טעכניש, די סדר, און ווער עס זאל דרייווען- דאס וועט דער מענעדזשער מסדר זיין, אבער די צוגאנג צו די קינדער און צו די עלטערן - זאל גיין דורך דיר.


דער עיקר דארף מען אויסהערן יעדן דרייווער, און אויב איז דאס זאכן וואס מען קען פאררעכטן - דארף מען פאררעכטן, אבער רוב מאל איז דאס א געפיל זאך, דער מענטש זאל שפירן ווי איינער ווייסט וואס ער גייט אריבער און וואס פאסירט.


אז דו וועסט זיצן איין מאל א וואך מיט אלע איינגעשטעלטע, זיי אויסהערן, וועט די מוסד בלייבן ווארעם און געפיליש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#591 - מאכן באזונדערע פראגראמען פאר זומער אויף דרך ארץ
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב


יעצט נאך פסח דארף מען זייער מחזק זיין די לערערינס זאלן ווייטער אנגיין מיט חשק, וויבאלד די נאטור ביי קינדער איז, ווען עס קומט די זומער - איז מען מער פארשפילט וכו', און די טיטשערס ווערן אנטוישט ווען זיי האבן אזוי שווער געארבעט במשך די ווינטער און זיי מיינען אז זייער ארבעט איז אומזיסט, דארף מען זיי מוטיגן און אויפפרישן זיי זאלן וויסן אז זייער ארבעט איז נצחיות, ווייל ווען מען לערנט מיט קינדער תורה, יראת שמים און מידות טובות - טוט דאס אויף און מען זעט שפעטער די פירות.


אויך דארף מען מחזק זיין די קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, עס איז וויכטיג צו מאכן באזונדערע פראגראמען פאר זומער אויף דרך ארץ, אז די קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ וועלן באלוינט ווערן.


איך בין מתפלל צום אייבערשטן איר זאלט מצליח זיין, איר זאלט האבן כח און סיעתא דשמיא מיט יעדע איינציגסטע תלמידה, אלע זאלן אויסוואקסן ערליך, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע שטיבער פארן אייבערשטן.

#590 - מיט א זיסקייט זאלסטו עסן די מצות
מוסדות, מצות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו העלפסט אין חדר, דו געבסט גוטע ווערטער פאר די קינדער, דו געבסט זיי ליבשאפט און ווארעמקייט. דאס אויפבויען קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער, דאס בויעט זיי אויף זיי זאלן זיין זעלבסטזיכער, זיי זאלן זיין געזונט בנפש, דאס איז די וויכטיגסטע זאך.


בנוגע וואס דו זאלסט טון ווען דו גייסט יום טוב פסח עסן ביי דיין שווער, ער עסט מאשין מצות; זאלסטו זיך מיט ברענגען מצות עבודת יד און נישט עסן קיין מאשין מצות.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט די מצות, עס זאל דיר זיין זיס די מצות. צדיקים זאגן, עס שטייט אין די תורה (שמות יב, יח): "בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת", מיט א זיסקייט זאלסטו עסן די מצות.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל נישט פארגעסן פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#589 - אויסניצן די טעג און וואכן מיט עבודת השם
מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בחורים און קינדער פון די עלצטע כיתה אין שטעטל חדר


איך טראכט אסאך און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס איך זאל טון מיט ענקער כיתה דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה; אויב ענק זאלן שוין אריינקומען אין ישיבה ביים מגיד שיעור הרב ישראל יוסף שליט"א, אדער ענק זאלן בלייבן נאך א יאר אין תלמוד תורה; די ספיקות וועל איך נישט מיטטיילן מיט ענק, דאס שמועס איך מיטן אייבערשטן.


וואס וועל איך יא מיטטיילן מיט ענק? איך וויל ענק זייער בעטן ענק זאלן אויסניצן ענקערע טעג און וואכן מיט עבודת השם. אויסהערן דעם מלמד, קומען פארטאגס לערנען שיעורים כסדרן, דרך הלימוד; דאווענען אויפן קול מיט א לעבעדיגקייט; אויך זאלן ענק אויסהערן ענקער מלמד די חומש, גמרא און אלעס וואס ער לערנט.


יעצט ווען א טייל כיתה איז שוין בר מצוה און א טייל ווערן באלד בר מצוה - זאלט איר אויסניצן ענקערע טייערע צייט פאר דאווענען און לערנען. מאכט ענק א קבלה טובה נישט צו רעדן פארן דאווענען, אינדערפרי פונעם אויפשטיין ביז נאכן דאווענען זאלט איר נישט רעדן קיין איבריגע ווערטער, נישט רעדן קיין דברים בטלים, נאר צום אייבערשטן זאלן ענק רעדן.


די ערשטע לימוד זאלן ענק לערנען אכצן פרקים משניות, קומט אין שול פארטאגס לערנען אכצן פרקים משניות, און נאכדעם דעם יום תהלים; די צוויי שיעורים זאלן ענק נישט מוותר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#588 - מיטזינגען דעם זעלבע ניגון וואס מען זינגט אין די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע זין און טעכטער וואס לערנען די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה - אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש וואס האט מקבל געווען פון רבי'ן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער. וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, "אילו פינו מלא שירה כים ... אין אנחנו מספיקים להודות לך", פאר די מוסדות, אז די קינדער וואקסן אויף מיט א ריינע אמונה, מיט שמחת המצוות, מיט אמונת צדיקים וכו'.


איך בין אסאך אריבער במשך די יארן, פון אנהויב, ביים עפענען די חדר און בית פיגא האב איך אסאך מיטגעמאכט, ביטערע שווערע רדיפות פון אינדרויסן, און בעיקר פון אינעווייניג, און מיט די חיזוק פון מוהרא"ש האב איך געהאט די כוחות צו קענען ווייטער אנהאלטן און ווייטער ממשיך זיין, ביז היינט האבן מיר שוין מוסדות אויך אין ארץ ישראל און אויך אין אמעריקע אין אפאר שטעט, און איך האף צום אייבערשטן בקרוב עפענען אין לעיקוואד א תלמוד תורה און א בית פיגא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען א וויכטיגע זאך פאר די טובה פון דיינע קינדער, אויב דו ווילסט זען הצלחה ביי דיינע קינדער - דארפסטו מיט שטימען און מיט זינגען די זעלבע ניגון וואס מען רעדט און מען זינגט אין אונזער מוסד, און אפילו דו פארשטייסט אנדערש, דו האסט אנדערע השקפות וכו' - זאלסטו מיט זינגען די זעלבע ניגון, ווייל אויב מען מאכט אוועק אין שטוב די מוסד און ווי אזוי מיר לערנען מיט די קינדער - ווערן די קינדער צעמישט און זיי זענען נישט מצליח.


ביי אונז אין בית פיגא לערנט מען וואס א פרוי דארף וויסן נאך די חתונה, מיר לערנען נישט צו ווערן קיין דאקטוירים, לויערס וכו', מיר לערנען ווי אזוי מען איז א גוטע מאמע און א ווארעמע ווייב, און צו לעבן מיט אמונה, זיין פרייליך, און אין תלמוד תורה און אין ישיבה באקט מען אריין אמונה, מען באקט אריין קדושה וטהרה, תפילה והתבודדות, און אז מען לאכט אפ פונעם מנהל, מלמד וכו' - ווי אזוי ערווארט מען אז די קינדער זאלן מקבל זיין פון זיי?


זיי שטארק מיטן בלאט גמרא אזוי ווי לייגן תפילין; מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין), אז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#587 - עלטערן זאלן קומען צום "אסיפת הורים"
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד אלע עלטערן שיחיו, קרית ברסלב


היינט וועט זיין א צאמקום אין חדר פאר אלע עלטערן, די טאטעס פון די קינדער און די מלמדים וואס זענען אויך טאטעס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", דער וואס לערנט תורה מיט קינדער איז אזוי ווי ער איז דער טאטע, און די תלמידים זענען זיינע קינדער.


די עלטערן וואס קומען, דאס ווייזט אז חינוך הבנים איז זיי ווערד, און די וואס קומען נישט - די ווייזן אז עס אינטערעסירט זיי נישט די גאנצע זאך, ער דארף די חדר נאר פאר א בעביסיטינג, מען זאל אים האלטן זיינע קינדער, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#586 - דער עיקר פונעם מוסד איז די ווארעמקייט און ליבשאפט
כיבוד אב ואם, מוסדות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט אויסער זיך ווען דיינע עלטערן רעדן צו דיר וועגן דיינע קינדער, אז אונזערע מוסדות איז נישט גוט, מאך נישט קיין עסק דערפון; עלטערן מעגן זאגן, עלטערן הערט מען אויס מיט דרך ארץ, און מען גייט התבודדות, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן אלע צדדים און מען טוט וואס איז ריכטיג.


בנוגע וכו'; מיר מאכן נישט אין בית פיגא קיין עסק פון יום הולדת, עס מאכט נישט גוט צווישן די קינדער, עס הויבט אן ווערן קאנקורענט.


בנוגע די צעטלעך אויף די פרשה וכו'; נישט דאס איז דער עיקר, דער עיקר איז די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די לערערינס לייגן אריין אין יעדן קינד, און דאס נישט מאכן קיין דרוק צווישן די קינדער, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן, אז די קינדער זאלן גיין פרייליך, אהיים קומען פרייליך און עס זאל זיין שם שמים שגור על פיהם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#585 - חס ושלום ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס
מוסדות, הדרכות, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב מען זאל ווייזן פאר קינדער קליפס און מוזיק ווידיאוס; דו ווייסט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, חס ושלום ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס.


עס איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ווען איינע פון די איינגעשטעלטע אין חדר האבן געוויזן פאר די קינדער א קליפ פון א זינגער ווי ער טאנצט, איך האב נישט געוויסט פון די מעשה ביז איך האב באקומען די בריוו פון מוהרא"ש; איך וואלט קיינמאל נישט געלאזט אזא זאך פאסירן, איך בין אבער אין יענע צייט געווען זייער איבערגעשטרענגט, איך האב געהאלטן אינמיטן די פונדאמענט פון די מוסד, ווען אלע האבן נאך געלאכט, ווען קיינער האט מיך נישט געהאלפן, און פלוצלונג באקום איך א בריוו פון מוהרא"ש: "אויב דו וועסט ווייזן קליפס פאר די קינדער - זאלסטו אראפנעמען מיין נאמען פון די מוסד".


ווייז נישט קיין שום קליפס פאר קינדער; אפילו קליפס און ווידיאוס וואס מען מאכט פאר הפצה, פאר די מענטשן וואס מען קען נישט אנקומען צו זיי נאר דורך אן אונטער טיר, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#584 - מיטנעמען דעם יום טוב אויף א גאנצע יאר
מוסדות, פסח, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, ח' לעומר, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך אז עס איז אריין אין אונז אזא הייליגע יום טוב פסח, מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוות פון אויסרוימען די חמץ און עסן די הייליגע מצה און אזוי ווייטער, יעצט דארפן מיר נעמען די יום טוב אויף א גאנצע יאר, מיר דארפן זיך פרייען מיט די מצוות, דאס וועט זיין א שמירה פאר אונז פאר די גאנצע יאר.


היינט הויבן מיר אן די דריטע פרק אין מסכת מכות, דף יג, בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ברודער כאפ זיך מיט, כאפ זיך ארויף אויפן וואגן און לערן דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אויך זאלסטו מעביר סדרה זיין, ווייל נאר די תורה בלייבט פונעם מענטש און נאר די תורה מאכט גליקליך. אויך זאלסטו גיין א שפאציר יעדן טאג אינדערפרי זיך מתבודד זיין, הויב אן מיט דאנקען דעם אייבערשטן און זיי ממשיך מיט בעטן פאר דיר און פאר דיינע דורות.


היינט אסרו חג איז די טאג וואס מיר האבן זוכה געווען צו עפענען ברסלב'ע מוסדות אין אמעריקע, מוסדות היכל הקודש, און אפילו עס זענען שוין טאקע אריבער אזויפיל יאר דארפן מיר יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן מוסדות וואו צו שיקן אונזערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#583 - אלע זאלן ארבעטן אינאיינעם, און רעדן מיט דרך ארץ
מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ריכטיג איז אז דער מנהל זאל אויסטיילן די געהאלט פאר די מלמדים, די מנהלת זאל אויסטיילן די געהאלט פאר די טיטשערס, דער באס מענידזשער זאל אויסטיילן פאר די דרייווערס און אין אפיס זאל דער אדמיניסטראטער טיילן פאר די סעקריטעריס, אזוי איז ריכטיג מכמה טעמים.


איך האף עס וועט ווערן סדר אין אפיס, איך בעט דעם אייבערשטן אלע זאלן ארבעטן אינאיינעם, מען זאל רעדן מיט דרך ארץ, עס זאל נישט זיין קיין פיינטשאפט; ביים רבינ'ס זאך דארף מען סבלנות און תפילה, און זאכן וועלן קומען אין פלאץ.


(רעד מיטן אדמיניסטראטער אז אפילו לויט די נייע פלאן פון באצאלן וכו' - זאל מען האלטן די געהאלט אין אפיס ביז ווען מען וועט האבן די גאנצע געלט און עס וועט זיין פאר אלעמען, אזוי וועסטו קענען געבן אלעמען אויף איינמאל, איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#582 - באצאלן די איינגעשטעלטע לכבוד יום טוב
צדקה, מוסדות, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אלע יארן העלפסטו מיר, דו נעמסט צאם צדקה פון אנשי שלומינו און פון די וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות, א גאנץ יאר שטופט מען אפ דאס באצאלן, אבער ווען עס קומט פסח - וויל איך אלעמען באצאלן.


אלע יארן טראכט איך 'הלואי וואלט איך געקענט צולייגן נאך אפאר דאלער פאר יעדן מלמד לכבוד פסח', און ביז דערווייל איז מיר דאס נאכנישט געלונגען צו טון, ווייל קוים וואס מיר זענען מצליח צו באצאלן וואס מען קומט זיי. אפשר די יאר פסח - הבא עלינו לטובה - וועסטו מיר קענען העלפן צאמנעמען צדקה, מיר זאלן קענען סיי באצאלן אלע מלמדים און אלע טיטשערס, און סיי קענען צוגעבן אפאר דאלער לכבוד יום טוב. שוין פון חנוכה האבן מיר נישט מצליח געווען די יאר צו באצאלן די טיטשערס, און אויך די מלמדים האבן מיר באצאלט מיט געלט וואס דארף ווען גיין פאר די מוסד; ווי למשל, א גאנץ ווינטער זענען די עלטערן פארפרוירן געווארן פון שטיין אין די קעלט, און מיט א קליינע מאשין וואס רופט זיך א טרעקער - וואלט מען געקענט בלייבן אין שטוב און אריינרופן די טעלעפאן פראגראם און וויסן וואו די באס האלט, דאס קאסט אפאר טויזנט דאלער, און דער אדמיניסטראטער רפאל וואלט ווען געדארפט קויפן די מאשין צו מאכן באקוועם פאר די עלטערן, אבער ער האט דאס גענומען צו באצאלן די מלמדים, (דאס אלעס שרייב איך דיר ווייל דו זאגסט מיר אז מען זאגט דיר אז די מוסד געבט זיך סוף כל סוף אן עצה...).


... נרו יאיר, איך בעט דיר זייער, עס איז נאך געבליבן אפאר טעג ביז יום טוב, לייג אלעס אין דער זייט און יעצט טו די מצוה, נעם צוזאם צדקה פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#581 - שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן די מוסדות
צדקה, מוסדות, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


איך האב ערהאלטן א מעסעדזש פונעם אדמיניסטראטער רפאל פורסט נרו יאיר אז דו זאגסט אז דער עולם טענה'ט אז די מוסד מוטשעט זיך נישט, עס איז געווען זייער א שיינע יאר, מען האט געצאלט די מלמדים און די טיטשערס; פאריאר האט דער ראש ישיבה געשריבן בריוון אז עס איז ממש עק וועלט, מען צאלט נישט, אבער היי יאר זאגט דער עולם אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן, זיי ווילן ענדערש געבן פאר אנדערע צדקות וואס האבן נישט קיין אינקאם, רפאל פרעגט וואס ער קען טון.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז דאס איז נישט וואר, ווייל מען האט שוין נישט געצאלט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע אין אפיס פון חנוכה, מען קומט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע ביז היינט - קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און די מלמדים האבן מיר טאקע געצאלט רוב יאר אין צייט, אבער די געלט איז נישט קיין געלט וואס מען האט, דאס איז געלט וואס מען האט אוועק גענומען פון זאכן וואס מען דארף האבן פאר די מוסד.


טייערער אברהם משה נרו יאיר, איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט אפשוואכן, זאלסט ווייטער בעטן צדקה און הילף פון אנשי שלומינו שיחיו, און פון באקאנטע וואס האבן א געפיל פאר אונזער מוסד, און איך בין זיכער אז די וואס האבן א געפיל, און א זכיה - וועלן דיר העלפן, און מיר וועלן קענען גיין צום ליל הסדר האבנדיג באצאלט אלע איינגעשטעלטע, און האבן געלט צו קענען קויפן באסעס און צו אויפנעמען נאך דרייווערס, און נאך מלמדים און טיטשערס און פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן אין די בניני המוסד.


איך ווייס אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים מיט אונז ביז אהער און ער וועט אונז ווייטער העלפן, און ווער עס זאגט דיר אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן זאלסטו אים זאגן 'אמן', און זאג יענעם אז עס איז טאקע אזוי, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן צדקה צו קענען בויען די קלויז, האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, אבער שענער און בעסער וועט זיין אז עס וועט זיין דורך דיר".


ווער נישט צעפאלן, דו זיי עוסק ווייטער אין די הייליגע ארבעט, בלייב דער גבאי פארן רבי'ן, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן, בעט יעדן איינעם צדקה פאר די מוסדות, און אז דער מענטש וועט האבן א זכיה וועט ער געבן צדקה, ווייל מען דארף האבן א זכיה צו קענען געבן צדיקה פאר אונזערע מוסדות.


איך בעט פאר דיין הצלחה.

#580 - וואס קוקט מען פאר'ן זיך אריבערצוציען אין א געגנט
מוסדות, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע קויפן א דירה אין די געגנט וכו'; איך האב נישט געהערט וועגן די נייע געגנט, פרעגט אייך נאך אויב עס איז דא דארט ערליכע פרומע מוסדות מיט אן ערליכער רב, און אויך ווער זענען די מענטשן וואס קויפן דארט, און דאס לעצטע זאלט איר קוקן אויף געלט און אויף ביליגע שטייערן, א איד דארף דאס ערשטע זאך קוקן אויף ערליכע פרומע מוסדות און אויף אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין און אויף גוטע שכנים, ביי א איד איז דער עיקר די חינוך הבנים והבנות, איבערלאזן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#579 - מיין קאפ איז צעדרוקט פון דארפן צאלן די איינגעשטעלטע
שכר לימוד, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר קלאר זאגן, איך קען נאר האלטן דיינע קינדער אין די מוסד אויב דיר אינטערסירט עס, אויב דיר אינטערסירט נישט די מוסד, צאלסט נישט קיין שכר לימוד - קען איך נישט האלטן דיינע קינדער.


איך וויל דיר שרייבן פון רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון מוהרא"ש, איך האב דיר אזויפיל צו דערציילן פון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אבער מיין קאפ איז מיר צעדרוקט פון דארפן צאלן די איינגעשטעלטע. איך האב אראפגענומען פון די מוסד אלע זייטיגע זאכן, ביז יעצט האט די מוסד אלעס געצאלט, די ילד שעשועים, די שאטל, די מקוה טהרה, די מצה בעקעריי, אלעס איז געגאנגען פון איין גרויסע קאסע, איך האב אלעס אראפגענומען פון די מוסד, איך אליין ברעך זיך קאפ צו קענען דעקן די הוצאות פון די קהילה, אבי די מוסד - דאס מיינט נאר די צוויי זאכן 'חדר' און 'בית פיגא' - זאלן קענען צאלן צייטליך די איינגעשטעלטע און קענען האבן געלט צו קויפן באסעס ווען מען דארף, צו קענען לייגן א טרעקער אויף די באסעס אז די מאמעס זאלן נישט ווערן פארפרוירן אין די פרעסטיגע ווינטער, און נאכאלץ קען איך נישט צאלן צייטליך און נישט קויפן באסעס; איך קום די איינגעשטעלטע אזויפיל געלט.


היתכן אז דו צאלסט נישט שכר לימוד? צו וועם זאל איך גיין בעטן געלט אז די עלטערן אליין מאכן זיך נישט וויסנדיג? פון פרעמדע? פון מיין משפחה פון קארלסבורג? פון וועם?! איך ווייס נישט וואס צו טון ווייטער, זאל איך זיך אריינזעצן אין אפיס רופן פאר שכר לימוד? זאל איך ווערן א דרייווער פאר די באס?