בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#338 - ליבשאפט אין א אידישע שטוב, ברענגט גרויס שפע און ברכה
שלום בית, צדקה, מוסדות, אומאן, פרנסה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין אזוי פרייליך אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב, עס איז דא ליבשאפט צווישן ענק. איך זע דו געבסט לעצטנס אסאך צדקה, סיי פאר די רענט, פאר די כולל און פאר הדפסה; יעצט פארשטיי איך שוין פון וואו די שפע קומט, דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", דורך שלום איז דא ברכות, (שם, סימן כב): "הַשָּׁלוֹם סִימָן לְשֹבַע", שלום ברענגט זעטיגקייט.


געב איבער פאר דיין ווייב א דאנק פאר'ן העלפן אנגרייטן די פארשטעלונג, די פלעי, וואס בית פיגא האט געמאכט.


יעדע זאך וואס וואס מען העלפט די סקול, די חדר - איז א גרויסע זכות פאר יעצט, פאר שפעטער און פאר אייביג.


איך האף וואס שנעלער צו באצאלן מיינע טיקעטס און די טיקעטס פון מיינע קינדער, און א יישר כח פאר'ן מיר מאכן די טיקעטס אויף בארג.


א כתיבה וחתימה טובה.

#337 - איך בין נתפעל ווי דו געבסט אכטונג מ'זאל נישט רעדן ניבול פה
מוסדות, ישיבה, נחת, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין קאנטרי "אילן החיים", מיר האבן געהאט א שיינע שפאציר מיט די בחורים.


אויפ'ן וועג האט מען מיר דערציילט צוויי שיינע מעשיות פון דיר, איך האב געהאט אזא נחת צו הערן די שיינע מעשיות.


איינס, אז עס איז אנגעקומען א דעליווערי צום תלמוד תורה, פון ברויט, און די טראק האט זיך צעבראכן. דער דרייווער, א איד מיט א ווייסע בארד האט זיך פארלוירן און געשריגן א מיאוס'ע ווארט, דו האסט אים געפרעגט: "אזוי רעדט א איד?!" דער דרייווער האט נאך אזוינס נישט געהאט, א אינגערמאן וואס איז אנגעטון מיט א שווארצע ארבעטס העמד, זאל אים פארהאלטן אויף ניבול פה...


די צווייטע מעשה, א בחור איז געקומען צום מנהל נרו יאיר דערציילן אז דער קעכער האט אים געשלאגן און ארויסגעווארפן פון קאך, דער מנהל זאגט אים: "דאס קען נישט זיין, אונזער קעכער שלאגט נישט, אונזער קעכער איז פון די איידלסטע תלמידי הישיבה"; ביז דער בחור האט דערציילט אז ער האט גערעדט שמוציג, ער האט גערעדט ניבול פה - האסטו אים ארויסגעווארפן.


איך בין אזוי צעבראכן אז עס איז דא אין ישיבה אפאר בחורים וואס רעדן ניבול פה; וויפיל איך רעד ביי די שיעורים פון דאס הארבקייט, די סכנה דערפון - קען איך דאס נישט פועל'ן. דו זאלסט זיין פעלזן פעסט, נישט לאזן ביי דיר אין קאך בחורים אן יראת שמים.


שרייב מיר א בריוו, וועסטו מיר מחי' זיין.

#336 - איך פריי זיך צו הערן פון עלטערן וואס מען קען פאררעכטן
צניעות, מוסדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין ווייב'ס בריוו.


איך נעם אן וואס עס שטייט אינעם בריוו, איך גיי רעדן צו די מנהל און מנהלת מען זאל אכטונג געבן אז די קינדער - די אינגלעך און מיידלעך - זאלן זיין אפגעהיטן ביים פארן, מיט גרויס קדושה.


איך פריי זיך צו הערן פון די עלטערן וואס מען קען פאררעכטן און וואס מען קען בעסער מאכן.


נאך אביסל וועלן מיר האבן באזונדערע באסעס פאר די אינגלעך און מיידלעך, און אויך באזונדערע בניינים.


זאג יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהלים און בעט פאר דיינע קינדער, אויך דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים פאר ערליכע דורות.

#335 - קומען אין חדר מאכן חאלאקע
סקול, מוסדות, חדר, אחדות, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך אז דו האסט געטראפן א פלאץ פאר די מיידל שולע בית פיגא; נעם ארויס די דירה, הויב אן קליין; די רֵאשִׁית וועט זיין מִצְעָר, אבער וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד (איוב ח, ז).


אויך ביטע לאזן מיין טייערער תלמיד ... פון ... קומען מאכן פאות פאר זיין זון. ער האט געלערנט ביי מיר, ער איז א טייערער אינגערמאן, ער האט נישט יעצט קיין חדר פאר אים, ווייל דארט וואו ער שיקט די קינדער איז יעצט בין הזמנים, ער וויל זייער שטארק קומען מיט זיין זון זאגן די א' ב' ביי אונז אין תלמוד תורה על טהרת הקודש. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא אסאך מאל ווען מענטשן קומען מאכן חאלאקע, זאגן די א' ב' ביי אונז אין תלמוד תורה, אפילו דער קינד לערנט נישט ביי אונז.


אונזער זאך איז לקרב ולא לרחק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#334 - דרייוון די קינדער ווי עס דארף צו זיין
צניעות, מוסדות, אידיש געלט, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען צוויי קאמפלעינס, איינס אויף דיר, אז דו פארסט צו שנעל; די קינדער און די טיטשערס זאגן עס איז סכנת נפשות, זיי קומען אן אינגאנצן אויפגעשאקלט.


די צווייטע איז אויף איינער פון די דרייווערס, אז ער פירט זיך אויף אביסל צו העפליך שקורין היימיש - מיט די מיידלעך. וויל איך דיר בעטן, סיי דו געב אכטונג צו פארן פארזיכטיג, און אויך זאלסטו רעדן מיט אלע דרייווערס זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מיט יראת שמים.


אויך זאלסטו רעדן מיט די בחורים וואס דרייווען, זיי זאלן אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס געלט; אז מען איז מפסיד די ישיבה'ס געלט - טשעפעט מען דעם רבינ'ס געלט.


דער רבי האט אמאל פארטריבן זיין תלמיד רבי שמעון זכרונו לברכה ווייל ער האט מזלזל געווען אין זיין געלט.

#333 - נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן
שידוכים, מוסדות, מחלוקת, שלום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן די מוסד וואס איז על שם רבינו, וואו מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה על טהרת הקודש.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן, פארטרייבן מענטשן - בפרט מיינע טייערע מלמדים.


אז מען זאגט דיר: "לאז נישט אריין קיין מלמדים אין קאך" זאלסטו שיינערהייט זאגן אז דאס איז נישט פאר דיר, דו ווילסט ענדערש העלפן קאכן און רייניגן; לאז א צווייטן טון די ארבעט.


אויך ווען דו וועסט גיין ארבעטן וואו אימער און מען וועט דיר מכבד זיין מיט די ארבעט פון פארטרייבן מענטשן אדער אפזאגן ארבעטערס - זאלסטו דאס בשום אין אופן טון.


נאך אביסל ווערסטו א חתן און מן הסתם וועסטו שיקן דיינע קינדער ביי אונזער מוסד, נו, ווי אזוי וועסטו קענען קומען צו דיין זון'ס מלמד און רעדן מיט אים, ווען דו האסט אים נעכטן ארויסגעווארפן פון קאך...


ברענג אריין ליבשאפט אין תלמוד תורה, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל ארבעטן אינאיינעם, מען זאל געדענקען 'פארוואס און פארוועם ארבעט איך דא? איך בין דא משמש דעם רבי'ן, איך בין דא אין בית המקדש'; איין כהן איז אויפ'ן מזבח, איין כהן איז אין קאך, איין כהן מאכט תרומת הדשן, ער טראגט ארויס די מיסט, און אלע קומען זיך צאם אין לשכת הגזית ליינען קריאת שמע, אויסשרייען אז עס איז דא איין באשעפער (תמיד ד, ג).


 

#332 - מיט חכמה קען מען מאכן א גוטע לופט, עס זאל זיין אמת'ע שלום
מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שלום עליכם פאר'ן זיך ארויסציען אין אונזער הערליכע שטעטל "קרית ברסלב". איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען וואוינען דא, אויך פרייען זיך אלע אז דו ביסט געקומען וואוינען דא, זיין מלמד פאר אונזערע קינדער.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר וואס גייט פאר דא אין חדר, דו ווילסט אביסל זאלץ פאר די קינדער - שרייט מען דיר אן: "גיי ארויס פון קאך", נאכדעם קומסטו מיט די קינדער צום באס - שרייט מען אויף דיר, אז דו קומסט נישט - לאזט מען דיר איבער וכו' וכו'.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מיט חכמה אריבערגיין די אלע זאכן. דו ביסט גענוג קלוג צו קענען כאפן די מוחות און הערצער פון אלע קינדער ביי דיר אין כתה, אלע עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט, דארפסטו אויך קענען מאכן א גוטע לופט אין חדר צווישן אלעמען.


אז דו וועסט דאס טון וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת, איך וויל נישט קיין מחלוקות, און אויך וויל איך נישט עס זאל ווערן שלום; אוודאי וויל איך שלום, איך וויל אבער נישט די סארט שלום ווען יעדער ווערט איינגעגעסן אין זיך און פון אינדרויסן זאגט מען אז אלע זענען בשלום.


איך האלט אז דו קענסט דאס באווייזן.


 

#331 - בארעכן זיך אויב דו ווילסט אויך זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פאר'ן גיין אין חדר זיין א במקום מלמד יעדע מאל וואס עס פעלט זיך אויס. זיין א מלמד איז פון די חשוב'סטע עבודות, עס איז חשוב'ער פון די העכסטע זאכן.


היות צוויי מלמדים האבן זיך אוועק געצויגן פון וויליאמסבורג קיין שטעטל, טראכט איך, אויב דו ביסט מסכים צו ווערן מלמד פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה. אלע דיינע ברודער זענען מלמדים, בארעכן זיך אויב דו ווילסט אויך זיין א מלמד.


איך האף עס וועט נישט נעמען לאנג, דו וועסט טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב.


 

#330 - גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ
מוסדות, הכרת הטוב, קעמפ, סיום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ, אויך דערציילט מען מיר ווי געטריי דו ביסט פאר די קינדער. די עלטערן זאגן אז די קינדער רופן אהיים אזוי צופרידן - עס גיסט זיך שמאלץ ווען זיי דערציילן וואס טוט זיך אין קעמפ, ווי מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פאריגע וואך ביי די סיום הש"ס פון הבחור ... נרו יאיר, און איך ווארט ווען מען וועט מיך איינליידענען צו נאך סיומים.


אויב דו שפירסט ווי די ארבעט איז דיר זייער שווער, בעט איך דיר, כאפ א שמועס מיט אינגעלייט; פרעג זיי אויס אויב פאר זיי איז גרינגער... ווייל וויפיל איך הער פון אינגעלייט - הער איך פון יעדן איינעם ווי שווער מען ארבעט, ווי שווער עס איז זיי; ביי יעדן איז שווער, ביי דיר וועט כאטשיג בלייבן די יראת שמים, די מידות טובות און די אמונה וואס דו לייגסט אריין אין זיי.

#329 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#328 - מען דארף האבן נאך א בנין פאר די מוסדות אין שטעטל
צדקה, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן צאלן רענט פאר אלע אונזערע בנינים מידי חודש בחדשו; שוין לאנגע יארן וואס דו מיט ... נרו יאיר נעמען צוזאם צדקה, מעשר, חומש פון אנשי שלומינו - פאר די בנייני המוסד. מאכסט מיר גרינגער צו קענען עוסק זיין מיט די בחורים מיט ישוב הדעת.


יעצט וויל איך דיר בעטן, היות די מוסד אין קרית ברסלב האט זיך אזוי שנעל צואוואקסן, עס איז שוין נישטא קיין פלאץ אין 39 טשעסטנאט סטריט, מיר האבן געקויפט נאך א בנין פינקט אנטקעגן איבער די ערשטע בנין, ממש פאר בחנם, דרייסיג טויזנט דאלער, אבער מען דארף אריינלייגן לכל הפחות דריי הונדערט טויזנט דאלער.


אפשר ווילסטו האבן די זכות צאמצונעמען פאר דעם בנין צדקה פון אנשי שלומינו, אפשר איז דא וואס ווילן קויפן זכותים פון כיתות; ווייל איך מוז שוין יעצט ענדיגן די ארבעט, מיר מוזן האבן דעם בנין גרייט אויף דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ג הבא עלינו לטובה.


שטארק זיך, זיי שטארק מיט לימוד משניות וגמרא; דאס איז נצחיות, דאס איז וואס מען נעמט מיט.


אויך ערלעדיג מיר די האלטערס פאר די זילבערנע ה.


יישר כח

#327 - די סקול זאל בלייבן היימיש און ווארעם, אפילו ווען ס'ווערט גרעסער
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן העלפט מיר זייער געטריי, ער העלפט מיר אן קיין אייגענע חשבונות; ער איז דא צו העלפן די מוסד וואס האט אים געהאלפן.


אויך איר זענט זייער א גוטע טיטשער, מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


ברענגט אריין אין די תלמידות - שמחה.


זעט אז די סקול זאל בלייבן היימיש, עס זאל בלייבן א סקול וואו יעדע מיידל איז א קינד - נישט א נומער. איך האף אז אפילו ווען מיר וועלן וואקסן, די מוסד ווערט גרעסער - וועט דאס בלייבן א ווארעמע פלאץ וואו מען ערציעט קינדער מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


גייט מיט איידעלע קליידער, זוכט נישט ארויסצושטארן פון אנדערע.


 

#326 - זומער דארף מען מער טרינקען, נישט צו ווערן אויסגעטרוקנט
מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, נסיונות, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון סקול אז דו טוסט זייער א גוטע ארבעט, די קינדער זענען צופרידן.


איך האב נחת פון דיין מאן נרו יאיר. יעצט זומער זיצט ער מער אין ישיבה, איך האלט מיט פון דער נאנט זיין התמדת התורה, זיין יראת שמים און זיין גוטע הארץ. ער העלפט מיר זייער מיט די בחורים אין ישיבה, ער זארגט פאר זייער וואוילזיין.


שרייב מיר יעדע וואך וויפיל תהילים דו זאגסט. תהילים איז א טרינק, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; יעצט זומער ווען עס איז הייס, די נסיונות זענען גרויס - דארף מען מער טרינקען נישט צו ווערן דיהיידרעיטעד, אויסגעטרוקנט.


פון דיין טאטע.


 

#325 - ווי אזוי דער מלמד שפירט, אזוי שפירן די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש קרית יואל


עס איז א מחי' צו זיין ביי דיר אין תלמוד תורה, מען שפירט דארט אויר ארץ ישראל, מען שפירט אן אויר הזך והנח, א גוטע לופט, מען שפירט אין די לופט שמחה; הלוואי זאל מען דאס שפירן אין אלע כתות.


מיר האבן ברוך ה' אויסגעצייכנטע מלמדים, סיי אין ליבערטי, סיי אין וויליאמסבורג און אויך אין ירושלים, יעדער איינער האט זיינע מעלות, אבער דאס וואס מען שפירט ביי דיר, די שמחה - דאס איז נישט פשוט; די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו די קינדער, אזוי זיס, האניגדיג, הארציג, צוקערדיג.


איך דערמאן זיך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט, נישט איין מאל, אפאר מאל: "זע עס זאל זיין שמחה צווישן דיינע תלמידים, ווייל אז עס איז פרייליך - איז די מח אפן אנצונעמען וואס מען לערנט".


א מלמד דארף וויסן, ווי אזוי ער שפירט - שפירן די קינדער; אויב פאר אים איז די ארבעט אן אפקומעניש - איז פאר די קינדער אויך אן אפקומעניש, אויב דער מלמד שפירט א טעם אין זיין ארבעט, ער האט הנאה צו זיין מיט די קינדער, ביי אים איז דאס א פארגענוגן - האבן די קינדער אויך א טעם; דעמאלט גייט אריין די ווערטער אין זייערע הערצער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כל אדם שיש בו יראת שמים" וואס איז א סימן פון ירא שמים, א סימן אז דער אייבערשטער איז מיט דעם מענטש? "דבריו נשמעין", אז די ווערטער זיינע גייען אריין.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש.

#324 - א קינד האט א הארץ, עס ווארט אויף א שמייכל, אן אמת'ע שמייכל
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, קעמפ, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר גרייט זיך צו ענטפאנגען די תלמידות אין קעמפ מחנה בית פיגא, איר לייגט אריין קאפ און מח אין די טעכנישע חלקים, עס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, זאלט איר אבער געדענקען אז אונזער מטרה, אונזער ציל איז, אז די קינדער זאלן באקומען א ווארעמע און א ליבע געפיל צום באשעפער, אונזער ציל איז די קינדער זאלן לעבן מיט גוטע מדות.


איידער איר הויבט אן דעם טאג מאכט זיך א חשבון פון אייערע קינדער יארן, וואס געדענקט איר פון קעמפ? איר געדענקט די מעכטיגע שפילן? די מעכטיגע טריפס? אדער די גוט ווארט וואס א קאונסלער האט אייך געגעבן? די גוטע געפיל פון הערן אביסל ווערטער פון אמונה, ווערטער פון רבי'ן.


איך האף איר וועט נעמען דעם בריוו אויף די גוטע וועג, נישט איר זאלט יעצט אפלאזן אלע אקטיוויטעטן און מעכטיגע פלענער... ניין, מאכט ווייטער אלע פלענער, און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן גוט, אבער געדענקט די ציל, געדענקט די עיקר, געדענקט וואס א קינד איז; א קינד איז נישט קיין מאשין, א קינד האט א הארץ, א מח - וואס ווארט אויף א שמייכל; נישט א געמאכטע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל; א הארץ און א מח וואס ווארט אויף א גוט ווארט.


א קינד האט נאטורן וואס מען דארף אויסארבעטן, און ווען דאס קינד פאלגט נישט גלייך - ווערן זיי נאכנישט שלעכט, מען דארף זיי נאכאמאל זאגן.


די ציל איז אויסלערנען גוטע מדות; רוב צייט זאלט איר רעדן פון גוטע מדות. גרייט אייך אן שיינע מעשיות פון גוטע מדות, פון אויסארבעטן מדות, ווי שיין און זיס די לעבן ווערט ווען מען איז מוותר פאר א צווייטן.


מיר לערנען אין די גמרא (יבמות קכא.) דער הייליגער רבי טרפון האט דערציילט, איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפ'ן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: "איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדע מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן".


ווען די הייליגע חכמים האבן געהערט די געשיכטע האבן זיי געזאגט: "אם יבוא רשעים על אדם", אויב א מענטש האט צוטון מיט שלעכטע מענטשן, "ינענע להם ראשו", זאל ער זיך איינבייגן זיין קאפ, אזוי וועט ער געראטעוועט ווערן; און זיכער אויב מען לעבט מיט גוטע מענטשן, מאן און ווייב, וואס זענען נישט קיין רשעים, אדער מיידלעך אין קעמפ - דארף מען זיך אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, און אז עס איז שווער - בייגט מען איין דעם קאפ, אזוי קען מען האבן א חיים טובים.


איך וועל נאך רעדן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן סייעתא דשמיא.

#323 - דער ציל זאל זיין אויפצובויען די קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן זיין א געטרייע טיטשער פאר אונזערע קינדער אין בית פיגא.


דער עיקר זאלט איר האבן פאר זיך איין ציל, דער ציל זאל זיין: אויפבויען די קינדער; יעדע קינד זאל שפירן און וויסן 'איך קען יא', 'איך בין גוט', 'איך בין חשוב', 'מיין טיטשער האט מיך ליב', 'דער אייבערשטער האט מיך ליב'; דאס וועט פאסירן ווען איר וועט אזוי גלייבן, אז די טיטשער האלט פון די תלמידות – הויבן זיי אליינס אן צו האלטן אזוי.


אינמיטן לערנען זינגט א גאנצן צייט: "א מחי' דו קענסט", "וואו, דו קענסט אזוי גוט"; יעדע קינד'ס נאמען רופט מען אויס, קארגט נישט ביי קאמפלימענטן.

#322 - איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען
כיבוד אב ואם, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול אזוי געטריי, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח צו זיין א געזונטע מאמע מיט שטארקע נערווען.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; דאס ווענדט זיך אין אייך, איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען, איר זאלט טון וואס עס איז גוט פאר אייך און אייער מאן. מען קען זיין אין שטעטל, מען קען זיין ערגעץ אנדערש; מען דארף איבעראל רחמי שמים צו זיין דבוק צום אייבערשטן.


בנוגע וכו'; וואס די עלטערן געבן אייך זאלט איר נעמען מיט שמחה, נאך אביסל וועט איר אויך שפירן די טעם פון געבן מתנות פאר קינדער; עלטערן האבן נישט קיין אינטערעסע, זיי ווילן נאר עס זאל זיין גוט פאר די קינדער.

#321 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.

#320 - מען דארף דיך האבן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, חלישות הדעת, אפיס, קאמפלעקס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך נישט נאריש, ווארף אוועק די קטנות הדעת; איך זע דער יצר הרע האט סוף כל סוף יא געטראפן א וועג דיר אוועקצונעמען פון די מוסדות, מיט די פאלשע שיטות דיינע 'וואס געב איך שוין צו?' 'וואס טו איך שוין?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה מח:) אויפ'ן פסוק (זכריה ד, י): 'כִּי מִי בַז לְיוֹם קְטַנּוֹת', "מי גרם לצדיקים שיתבזבז שולחנן לעתיד לבא", וואס האט גורם געווען די צדיקים אז זייער טיש זאל זיין צעשטערט אויף יענע וועלט? "קטנות שהיה בהן" די ווייניג אמונה וואס זיי האבן געהאט, אז זיי האבן נישט קיין אמונה אין זיך (עיין שיחות הר"ן, סימן קמ).


איך בעט דיר זייער, קום אין אפיס; מאך זיך נישט קיין נייע אפיס, דיין אפיס זאל בלייבן ביי די ישיבה אפיס, די חדר אפיס. דו ווייסט דאך סוף כל סוף אביסל ווי אזוי איך וויל זאכן זאלן זיך פירן, ווי אזוי מען זאל רעדן צו מענטשן, ווי אזוי זיך צו פירן מיט עלטערן וואס ווילן יא צאלן, וואס וויל נישט צאלן, אדער די וואס ווילן צאלן און האבן נישט וכו' וכו'.


היינט זאגט מיר דער אדמיניסטראטאר אז דו האסט זיך געמאכט א נייעם אפיס; איך וויל דיר נישט איינטיילן וואס צו טון, אין ברסלב זאגט מען נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אבער אלס חבר טוב זאג איך דיר, דיין פלאץ איז אין אפיס, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", ווער עס הויבט אן א מצוה – דארף ענדיגן.


בפרט ווען די איינגעשטעלטע פארמערן זיך; איך טייל יעצט אויס פינקט פופציג ענוועלאפס, חוץ די ארץ ישראל'דיגע סטעף; דארף איך דו זאלסט זיין אין די מוסד, אריינברענגען שכר לימוד און אנווארעמען אנשי שלומינו צו העלפן. איך האב יעצט ב"ה פיינע חובות, צוויי מעלאונעס; איך בין נייגעריג ווען ... וועט מתרגם זיין בלשון הקודש - ווי אזוי ער וועט דאס שרייבן, אפשר שני דלועין.


איך האף דו וועסט מיר ווייטער העלפן; גיי התבודדות, שמועס מיט'ן אייבערשטן און זיי מחזק אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין פרייליך.


דו ווייסט דאך וואס גייט אריבער אויף איטליכן, בפרט די וואס ארבעטן אין מוסד; בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'; מען דארף האבן א גוט ווארט, איינער וואס מען טראסט וכו'; ווי נישט ביסטו דאך מיט מיר אלע יארן.


בלייבזשע מיר געזונט.


 

#319 - די זומער וואכן אין קעמפ זענען קריטיש וויכטיגע וואכן פאר די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די זומער וואכן אין קעמפ זענען קריטיש וויכטיגע וואכן פאר די קינדער בכלל און באזונדער פאר די קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס זענען נישט מסודר. אין די וואכן קען מען אסאך אריינלייגן אין זיי, ביים שלאפן גיין און ביים עסן, ביים שפילן און ביים שלאפן; מען קען אויסארבעטן זייער דרך ארץ און זייערע מדות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט יעדן קינד, עס זאל דיר אנקומען גרינג.


גיי שפאצירן יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער; בעט פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר יעדן תלמיד.

#318 - יעדע קינד זאל זיך שפירן ווי ער איז דער בעסטער קינד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


ברוכים הבאים בשם ה', מיר פרייען זיך זייער אז דו ביסט ארויסגעקומען וואוינען אין שטעטל, די גאנצע תלמוד תורה קוקט ארויס אויף דיר, דו וועסט אסאך צוגעבן פאר די הצלחה פון אונזערע קינדער.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר מעורר זיין איך זאל מער חזר'ן מיט מיין זון ..., אים העלפן קענען גוט די עברי. איך האב שוין אנגעפאנגען מער לערנען מיט אים, איך בין זיכער דו וועסט זען א גרויסע שנוי לטובה ביי זיין ליינען.


אז דו האסט מצליח געווען אלע יארן אין די וויליאמסבורג תלמוד תורה וועט יעצט זיין פי כמה; דא אין שטעטל איז די לופט אסאך ריינער, מען האט דא א קלארע קאפ, א ריינע הארץ, מען קען מער טראכטן פון תכלית.


די סוד פון א גוטער מלמד איז: יעדע קינד זאל זיך שפירן ווי ער איז דער בעסטער קינד, זיין מלמד האט אים ליב.

#317 - די קינדער זאלן נישט צוריקפאלן פון עברי אין די זומער וואכן
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, עברי, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


די עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט, די קינדער קענען גוט די לימודים, זיי קענען גוט ליינען.


יעצט אין די זומער וואכן זאלסטו זען אז די קינדער זאלן נישט צוריק פאלן. זייער אסאך קינדער פון כתה א' וואס האבן גוט געקענט די עברי קומען צוריק נאכן זומער שוואכער ווי זיי זענען געווען, ווייל אין די וואכן זענען קינדער זייער פארשפילט, און אז מען חזר'ט נישט צען וואכן - פארגעסט מען.


זאלסטו זען אז די קינדער זאלן חזר'ן יעדן טאג די עברי, אזוי וועלן זיי קענען גוט ליינען.


כתה א' איז דער יסוד פונעם לעבן; אויב מען פאלט ארויס פון ליינען - קען מען נאכדעם נישט מצליח זיין ביי קיין שום כתה.

#316 - דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, חדר, פירושים

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


היינט אינדערפרי ביים לערנען תיקונים האב איך זיך באגעגנט מיט אזעלכע זיסע ווערטער און איך האב גלייך גענומען דעם פעדער און פאפיר דיר צו שרייבן אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט, ער טייטשט אויס די מצוה פון שילוח הקן (תיקון ו, דף כא ע"ב): "אֶפְרוֹחִים" פייגלעך, "אִלֵּין תַּלְמִידֵי חֲכָמִים" דאס מיינט מען די ערליכע אידן וואס לערנען תורה. "דִּבְגִינְהוֹן" צוליב זיי, "שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא" רוט די הייליגע שכינה, "עַל יִשְׂרָאֵל" אויף אידישע קינדער. "אוֹ בֵּיצִים" אדער אייער; זאגט רבי שמעון בר יוחאי - "אִלֵּין אִינוּן תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן" דאס מיינט מען קינדער וואס לערנען תורה ביים מלמד; קינדער זענען אזוי ווי אייער, זיי זענען נאך יונג, נאך פאר'ן ווערן פייגלעך - גרויסע תלמידי חכמים, "דִּבְגִינְהוֹן שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא עַל יִשְׂרָאֵל" וואס אין זייער זכות רוט די שכינה ביי אידישע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:) די וועלט שטייט אויף זייער תורה, "וְאִלֵּין" און די קינדער, "אִינוּן מָארֵי מִקְרָא" לערנען חומש. "וּבְזִמְנָא דְאִינוּן עָסְקִין בְּאוֹרַיְיתָא" ווען תלמידי חכמים און תינוקות של בית רבן לערנען חומש, "אוֹ בְמִצְוָה" אדער טוען מצוות, "דְאִנּוּן קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתָּא" פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, "וְגָרְמִי לְחַבְּרָא לוֹן כַּחֲדָא" קלעבן זיי זיך צו צום אייבערשטן, "יָרְתִין מִתַּמָּן נִשְׁמָתִין" זיי זענען זוכה צו באקומען א הייליגע נשמה, "וְאִתְקְרִיאוּ בָנִים דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" זיי ווערן אנגערופן 'די קינדער פונעם אייבערשטן', אויף זיי זאגט דער פסוק (דברים כב, ו): "'לֹא תִקַּח הָאֵם עַל הַבָּנִים', דְּאִימָּא לָא זָזָה מִנַּיְיהוּ לְעָלַם", דער אייבערשטער בלייבט שטענדיג מיט זיי.


הערסט זיסע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי? דאס איז דאך ממש חיזוק פאר דיר, דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן, עס איז דא סיי אפרוחים - די מלמדים, או ביצים - מיט די קינדער, - זיי זענען גורם צו ברענגען קדושה אויף די וועלט, זיי מאכן רוען די שכינה הקדושה.


נעכטן ווען איך בין געווען ביי דיר אין כתה ביי די סיומים, האב איך באקומען פרישע כוחות; איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיצן מיט די ליכטיגע קינדער.


זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.


 

#315 - שרייבט מיר וואס מען דארף פאררעכטן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, קאמפיוטער, אפיס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר שרייבן אז די פילטער אין אפיס איז נישט גוט, אזוי האבן מיר דאס געקענט פאררעכטן.


איך בעט אייך זייער, אויב איז דא זאכן וואס פירט זיך נישט אזוי ווי מען דארף - זאלט איר מיר דאס שרייבן.


שרייבט מיר אויך וויפיל תהלים איר זאגט, און אייערע סיומים.

#314 - אזא איבערגעגעבנקייט פאר די חדר, סקול און קאנטרי
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך זע יעצט פון דער נאנט אביסל וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער, ווי דו זארגסט פאר די חדר, סקול און קאנטרי - מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איך שטיי און שטוין ווי האסטו אזויפיל כח, ממש אומגלויבליך... פון פארטאגס ביז ביינאכט ביסטו אזוי איבערגעגעבן פאר די מוסד.


א באזונדערע דאנק פאר'ן יא מיט ארבעטן מיט האברך ... נרו יאיר, דאס איז פאר מיר די גרעסטע זאך, אז מיר ארבעטן אינאיינעם.


א באזונדערע דאנק פאר דיין אשת חיל תחי' אז זי לאזט דיר אזויפיל טון פאר'ן מוסד.