בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#388 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#387 - פלענער איבער די חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין התלמוד תורה
מוסדות, שטעטל, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער נייער בנין פאר די תלמוד תורה אין שטעטל ווערט שוין פערטיג די וואך, און עס זעט אויס אז קומענדיגע וואך וועט מען שוין קענען זיך אריינציען.


וויל איך דיך פרעגן ווען דו ווילסט מאכן די קביעות מזוזה און חנוכת הבית; אויב דו ווילסט ווארטן אויף חנוכה, ווייל אם ירצה ה' שבת חנוכה וועל איך זיין אין שטעטל, און מוצאי שבת וועט זיין א מלוה מלכה מיט סעודת ראש חודש פאר די גאנצע שטעטל, און דעמאלט מאכן די חנוכת הבית און קביעות מזוזה? אדער ווילסטו עס שוין מאכן? אדער ווילסטו מאכן א קליינע פארברענג פאר די נדבנים?


לאז מיר וויסן וואס די פלענער זענען.


ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. איך בין זייער פרייליך דעם זמן אין ישיבה; עס זענען אריינגעקומען נייע בחורים, זייער טייערע בחורים. מען זיצט און מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), יעדער זיינע שיעורים.

#386 - נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין
מקוה, מוסדות, הכרת הטוב, ספיקות, מחשבות, אפיס, אחדות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אין אפיס אזוי געטריי, איך האלט מיט אלעס וואס איר טוט אין וואס אלע אנדערע סעקריטעריס טוען, און איך בין ענק אלע זייער דאנקבאר, איך בין מתפלל פאר ענקער הצלחה און פאר ענקערע דורות.


א באזונדערע דאנק פאר די אחדות וואס איז דא צווישן ענק, דאס איז די וויכטיגסטע זאך; נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין.


איך וויל בעטן אז די אפיס זאל באצאלן די קאסטן פון די מקוה טהרה; די לעקטער וכדומה.


ובנוגע די אלע בלבולים וכו'; מאכט אייך נישט צוטון פון די מחשבות, אלע וואס טוען גוטס - האבן די בלבולים, מען טראכט: 'וואס טו איך שוין? וואס בין איך שוין?' לאזט לויפן די מחשבות און טוט ווייטער אייער ארבעט געטריי.

#385 - זינגען מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת, אידיש, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טבריה


איך האב זייער הנאה צו באקומען פון דיר יעדן טאג א באריכט.


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן פון קיין שום זאך. מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן: "אז מען קריגט אויף דיר ווייס איך אז דו ביסט גוט, וואלט מען נישט געקריגט אויף דיר - וואלט איך חושש געווען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר".


דו גיי אן מיט א שטארקייט, לייג אריין אין די קינדער אמונה. דער מנהל האט מיר געשיקט א רעקארדירונג ווי דו זינגסט מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש; דו זאגסט פאָר די לשון הקודש אין די קינדער ענטפערן אין אידיש, איך האב זיך זייער מחי' געווען; הלואי זאלן אלע מלמדים דאס טון.


איך שיק דיר די אני מאמין'ס מיט טייטש, איך האב עס געטייטשט לויט ווי די אידישע שפראך גייט אין אמעריקע; אז ביי ענק גייט אנדערש די שפראך - זאלסטו דאס זינגען מיט זיי לויט ווי מען רעדט ביי ענק.


איך פריי זיך אז דער קינד ... הויבט אן בעסער רעדן אידיש. איך בעט דיר זייער, האב סבלנות - וועסטו זען שיינע זאכן.


דא האסטו די אני מאמין:


1) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא בּוֹרֵא ער באשאפט, וּמַנְהִיג און פירט, לְכָל הַבְּרוּאִים אלע באשעפענישן. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליין, עָשָֹה האט געטון, וְעוֹשֶֹה און טוט אלעס אויף דער וועלט, וְיַעֲשֶֹה און וועט ווייטער אלעס טון, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אלעס וואס פאסירט.


2) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא יָחִיד ער איז איינער, וְאֵין יְחִידוּת און עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל זיין איינס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אזוי ווי דער אייבערשטער וואס איז איינס. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליינס, אֱלֹהֵינוּ איז אונזער באשעפער, הָיָה ער איז אייביג געווען, הֹוֶה ער איז שטענדיג דא, וְיִהְיֶה און וועט אייביג זיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, אֵינוֹ גוּף איז נישט קיין קערפער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף און ער האט נישט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט א קערפער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל און מען קען אים נישט צוגלייכן צו קיין שום זאך.


4) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא רִאשׁוֹן ער איז דער ערשטער, וְהוּא אַחֲרוֹן און ער וועט זיין דער לעצטער.


5) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, לוֹ לְבַדּוֹ נאר צו אים אליין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דארף מען בעטן, וְאֵין רָאוּי און עס איז נישט ווערד, לְהִתְפַּלֵּל צו בעטן, לְזוּלָתוֹ פון קיינעם אנדערש.


6) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אז אלע ווערטער פון די נביאים זענען אמת'דיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אז די נבואה פון משה רבינו, הָיְתָה אֲמִתִּית איז אמת'דיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים און אז משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו די וועלכע זענען געווען פאר אים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו און פאר אלע וואס זענען געקומען נאך אים.


8) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אז די גאנצע תורה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וואס מיר האבן היינט, הִיא הַנְּתוּנָה האט דער אייבערשטער געגעבן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פאר משה רבינו.


9) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אז די תורה וואס מיר האבן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וועט נישט פארטוישט ווערן, וְלֹא תְהֵא און עס וועט נישט זיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קיין אנדערע תורה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פונעם אייבערשטן.


10) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם ווייסט אלעס וואס מיר טוען און וואס אנדערע טוען, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם און אלעס וואס מיר טראכטן און וואס אנדערע טראכטן, שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט (תהלים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דער אייבערשטער האט באשאפן אלע הערצער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' און ער ווייסט אלעס וואס מען טוט.


11) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, גּוֹמֵל טוֹב באצאלט שכר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פאר די וואס טוען די מצוות, וּמַעֲנִישׁ און ער באשטראפט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו די וואס פאלגן נישט זיינע מצוות.


12) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אז משיח וועט קומען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ און אפילו עס נעמט שוין אזא לאנגע צייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מיט דעם ווארט איך יעדן טאג, שֶׁיָּבוֹא אז ער זאל קומען.


13) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים עס וועט זיין תחית המתים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ ווען דער אייבערשטער וועט דאס טון, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים און עס וועט דערהויבן ווערן זיין נאמען פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#384 - ווי אזוי די מוסדות האבן זיך אנגעהויבן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, ראש ישיבה, ארץ ישראל, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדותינו בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שיקן די רעקארדירונג ווי דער מלמד פלאנצט איין אמונה אין די טברי' חדר. איך בין זייער איבערגענומען פון די רעקארדירונג, איך בין זייער פרייליך פאר די קינדער אז זיי האבן א מלמד וואס פרעגלט אריין אין זיי אמונה.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שטיין צו מיין רעכטע האנט און פארן באצאלן די מלמדים אין צייט, און א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער.


איך האב אנגעהויבן די מוסדות היכל הקודש אין אמעריקע פאר דרייצן יאר צוריק, אסרו חג פסח האבן מיר געעפנט די חדר אין וויליאמסבורג מיט גרויסע בזיונות, איך מיין צו זאגן בזיונות פון תלמידי היכל הקודש; אלע האבן געלאכט פון מיר, נישט געלאכט שטילערהייט - נאר אויפן קול, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס פאר א חוזק מיר זענען געווען; עפענען א חדר מיט אפאר קינדער...


ווען מען איז געקומען פרעגן מוהרא"ש אויב מען זאל אריינשיקן די קינדער, האט מוהרא"ש ברוב חכמתו געענטפערט ווי אזוי מען האט געוואלט הערן; פאר איין משפחה האט ער געזאגט: "אוודאי זאלט איר אריינשיקן די קינדער", און פאר א צווייטן האט מוהרא"ש געזאגט מיט א לשון ווי מען וואונדערט זיך: "וואס? עס איז בכלל א חדר?"


היינט ווען איך קוק צוריק לויב איך און איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן אין א חדר וואו מען רעדט פון אמונה, תפילה, קדושה וכו' וכו'.


בלייב שטארק, האב נישט מורא פון קיינעם.


זע צו כאפן כסדר בילדער, ווייל נאך אביסל וועסטו פארגעסן ווי אזוי עס האט אויסגעזען די אנהויב. עס וועט זיין מוסדות אין גאנצן לאנד, וועסטו קענען דערציילן און ווייזן ווי אזוי מען האט אנגעהויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#383 - פארוואס רעדט מען אויף ברסלב?
תפילה והתבודדות, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים, שטעטל, סיום, אומאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, לשון הרע, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויף אונז? וואס קען מען טון אז עס איז דא לשון הרע און הוצאת שם רע? דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, און אויף דעם מענטש וואס מען האט זיך אויסגעשניצט - קריג איך אויך" - זאגט דער רבי, "דאס האט נישט מיט מיר".


אזוי מוז עס גיין, אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס טאכטער אדל ווען זי האט גע'חלומ'ט א שרעק פון א חלום, ווי אלע אנשי שלומינו האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן איר טאטע - דער הייליגער רבי. מען האט זיך אפגעשמועסט אז מען גייט נישט אריינלאזן דעם רבי'ן אין שול, אלע האבן זיך אויסגע'שורה'ט און זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט, אז ווען דער רבי קומט - וועט מען אים נישט אריינלאזן.


זי חלומ'ט זיך ווייטער ווי דער רבי קומט אריין אין שול און אלע שטייען האנט ביי האנט, זיי כאפן זיך אן פעסט, און ווי נאר דער רבי געבט א טרעט א טריט נענטער און קומט אן צו די ערשטע שורה - עפענען זיי אויף און דער רבי גייט שיין אריבער, און די שורה פון הינטער זיי רעגן זיך פארוואס מען האט אריבערגעלאזט דעם רבי'ן, און זיי שמועסן זיך אפ אז זיי גייען נישט אריבערלאזן דעם רבי'ן, אבער ווי דער רבי קומט נאנט צו זיי - עפענען זיי די בלאקאדע.


אדל וועקט זיך אויף מיט א שרעק און לויפט צו רבי נתן ער זאל איר פותר חלום זיין. זאגט איר רבי נתן: "אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען זעט נאר איין טריט, מען זעט נישט דעם קומענדיגן טריט".


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים אלע שלעכטס, ברסלב'ער חסידים זענען ללעג ולקלס; אזוי מוז דאס גיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווען עס איז געקומען די צייט אז זיין נשמה זאל אראפקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אז דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה פון לאכן, די עצה פון שפעטן.


דיר בעט איך, ענטפער נישט און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, און אז דו אליינס ביסט צעמישט - זאלסטו זיך מתבודד זיין, ווייל אזוי ווי אין א ביזנעס איז דאס וויכטיגסטע זאך צו האבן א רואה חשבון, א בוכהאלטער; עס קען זיך דאכטן אז מען מאכט געלט, מען איז מרוויח, און נאר דער רואה חשבון ווייסט די קלארע פאקטן, אויב מען איז דא מרוויח אדער מען דערלייגט, אזוי איז ברוחניות; עס קען זיך דאכטן אז מען לערנט, מען דאווענט, אבער נאר מיט התבודדות קומט ארויס די קלארע פאקטן; אזוי אויך דורך התבודדות ווערט מען קלאר וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט.


בקרוב וועלן מיר עפענען דעם נייעם שטעטל, דאס איז אביסל ווייטער פון די יעצטיגע שטעטל. מענטשן פרעגן, וואס גייט דא פאר? פארוואס דארף מען שוין גיין צו א נייע געגענט? דער ענטפער איז פשוט, די שכנים ווילן זייער אסאך געלט פאר די הייזער, זיי זעען אידן קומען - ווילן זיי מאכן אויף אונז געלט, איך וויל נישט מען זאל ארויפברענגען די פרייזן; מיר איז גוט צו גיין אין א פרישע געגענט.


מוצאי שבת חנוכה וועלן מיר מאכן א חנוכת הבית פאר די נייע חדר, איך ליידן איין אלע משפחות, די חנוכת הבית וועט פארקומען אינעם בנין התלמוד תורה. די מסיבה וועט זיין אינאיינעם מיט א סעודת הודאה אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש און אונזערע קינדער האבן א חדר און א סקול וואו מען לערנט אמונה און קדושה, מען לאכט נישט פון רבי'ן.


איך טראכט אלץ פון די נס אז מען האט ארויסגעווארפן מיינע קינדער און איך האב געדארפט עפענען א מוסד פאר זיי, אזוי האבן מיינע קינדער א ריינע חינוך. אפהיטן זאל איך זיין אויב וואלטן מיינע קינדער נישט געווארן ארויסגעווארפן, וואלטן זיי מן הסתם היינט נישט גערעדט מיט מיר, זיי וואלטן זיך געשעמט אז זיי זענען קינדער פון מיר. אזוי איז געווען מיט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און אזוי איז געווען מיט די קינדער פון די מפיצים וד"ל.


די חברי הנהלה ארבעטן זייער געטריי פאר אונז, מען גרייט זיך יעצט צו קויפן נאך אפאר בנינים פאר די קומענדיגע יאר פאר די חדר און סקול, ווייל ווי עס זעט יעצט אויס וועלן די צוויי בנינים זיין גוט פאר די יאר, אבער קומענדיגע יאר וועט דאס שוין זיין קליין און אויסגעוואקסן.


אויך וועט זיין די מסיבה אינאיינעם מיט סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער וועלן ענדיגן ש"ס און מסכתות. מוהרא"ש זאגט, ווען מען קומט צום רבי'ן קיין אומאן - קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, יעדער ברענגט א סיום. מיר האבן געמאכט אין אומאן די יאר ביים לעצטן מלוה מלכה א מעמד סיומים, ווי בחורים, אינגעלייט און קינדער האבן מסיים געווען יעדער איינער זיינע סיומים, יעצט שבת חנוכה איז דאך אויך א צייט וואס מען קומט צום רבי'ן, וועלן מיר מאכן די מעמד סיומים אינאיינעם מיט די סעודת הודאה און חנוכת הבית.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#382 - אז די עלטערן זענען פרייליך, איז גוט פאר די קינדער
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עלטערן כאפן נישט און לייגן נישט צו קאפ אז ווי אזוי זיי פירן זיך - אזוי גייען די קינדער זיך פירן; אז די עלטערן זענען פרייליך - דעמאלט איז גוט פאר די קינדער, און אז די עלטערן וויינען און רעדן זיך שטענדיג אפ - וועלן די קינדער אויך זיין אזוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה פ, א): "כְּאִמָּה בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די טעכטער; אז די מאמע איז א פרייליכע - וועלן די קינדער אויך זיין פרייליכע.


דאס איז נוגע אויף אייער פראגע וכו'; פון איין זייט איז טאקע זייער וויכטיג די מוסדות וואס איר האט פאר אייערע קינדער דא, אבער אויב איר זענט נישט פרייליך דא - איז שוין ענדערש יא צוריקגיין וכו'. ווייל דאס וויכטיגסטע זאך פאר קינדער איז א פרייליכע מאמע; אז די מאמע איז פרייליך און צופרידן - איז גוט פאר די קינדער, און אז נישט - איז נישט גוט.


אויב קענט איר באווייזן צו זיין פרייליך דא - איז גוט, און אז איר זענט נישט פרייליך - איז ענדערש איר זאלט צוריקגיין און דארט אויפבויען א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#381 - נעמט זיך פאר צו בעטן א קורצע תפילה ביי די מזוזה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, מזוזה, סקול, מוסדות, דרך ארץ, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די גוטע גרוסן פון בית פיגא שולע אין ירושלים; דאס מערסטע פריי איך זיך ווען איך הער פון די לערערינס אז אלע תלמידות זענען זייער דרך ארץ'דיג, מען רעדט נישט ווען די לערערין רעדט, מען לאכט נישט פון לערערינס, מען איז ערנסט ביי די לימודים.


בנוגע וואס איר זאלט זיך פארנעמען לכבוד אייער געבורט'ס טאג; נעמט זיך פאר, ווען איר גייט ארויס פון שטוב לייגט די האנט אויף די מזוזה און בעטס דעם אייבערשטן די קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונט און שטארק", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "שכוח אייבערשטער אז איך בין צוריק אין שטוב געזונטערהייט"; דאס איז א גוטע זאך זיך פארצונעמען, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן אייער גאנצע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#380 - רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שערן די האר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס ... פרעגט, אויב מען מעג רייכערן אן עלעקטעראנישע ציגארעטל וכו'; זאגט איר זי זאל קיינמאל נישט רייכערן. רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות, נישט קיין חילוק עלעקטעראנישע אדער נישט עלעקטעראנישע; מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז רייכערן פאר פרויען איז זייער א גרויסע פריצות.


לייגט אריין אין די תלמידות דאס שיינקייט פון זיין איידל; זיי זאלן וועלן זיין איידל, זיי זאלן זיך עקלען פון די וועג פון אומות העולם. איך האב א תלמיד וואס וויינט צו מיר אז זיין ווייב וויל זיך מאכן נאך לעכער אין די אויער, נאכמאכן די אומות העולם, ער ווייסט נישט וואס צו טון. דעריבער בעט איך אייך איר זאלט אריינלייגן אין די בית פיגא קינדער דאס ליב האבן צניעות.


וואס זאל איך אייך זאגן, איך ווער שוואך פון די סארט שאלות; איך וויל די תלמידות זאלן זיין איידל און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען פסח אין איסטאנבול, האט ער געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט הייליגע נשמות אזוי גרויס ווי די הייליגע תנאים. האט דער בעל שם טוב געזאגט, זיי האבן זוכה געווען צו דעם צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען צו וואס מען איז זוכה ווען מען פירט זיך איידל.


אויך זאל מען רעדן צו די קינדער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; נאר אז מען וועט דאס אריינלייגן פון קינדווייז אן - וועלן זיי דאס טון מיט שמחה, אז נישט - וועלן זיי דאס טון געצווינגענערהייט, און נאכדעם פאלט מען אראפ פון דעם, מען לאזט זיך צוריקוואקסן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#379 - ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי אין מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט אלע דיינע טענות אויף מיר און אויף אונזער חינוך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט ארויסנעמען דיינע קינדער פון אונזערע מוסדות, ווייל עס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר די חינוך פון דיינע קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי זיי הערן אין חדר און אין סקול.


בנוסף לזה געב איבער אין שטוב אז עס איז נישט גוט וואס מען טוט מיטן ארום רופן משפחות און רעדן אויף מיר. די ריכטיגע זאך איז, אויב מען האט הנאה פון א פלאץ - דעמאלט איז דאך גוט, און אויב מען האט נישט הנאה, מען האלט אנדערש - דארף מען זיך זוכן אן אנדערע פלאץ.


איך קען דיר דערציילן וואס איך האב מיטגעהאלטן יארן צוריק. עס זענען געקומען משפחות מיט טענות צו מהרא"ש אויף מיר, מוהרא"ש האט זיי גע'עצה'ט זיי זאלן ארויסנעמען די קינדער און אזוי האבן זיי געטון. נאכדעם זענען געווען וואס האבן געהעצט, דאס האט זיך זייער נישט גוט אויסגעלאזט.


בעט איך דיר זייער, געב איבער אין שטוב מען זאל דאס נישט טון. איך באקום בריוו פון משפחות וואס שרייבן אז פון דיר אין שטוב רופט מען און מען רעדט שעות אויף שעות קעגן די חינוך ביי אונז; שוואכע מענטשן ווערן צעמישט און דאס מאכט נאכדעם נאר חרבונות.


איך בין נישט ברוגז אז מען שיקט די קינדער צו מיר און זיכער נישט אויב מען שיקט נישט די קינדער צו מיר, אונזער חינוך איז אנדערש, נישט אלע גלייכן דאס; מיר רעדן זייער אסאך מיט די קינדער פון אמונה, מער ווי מען רעדט אין אנדערע פלעצער. מיר רעדן צו די קינדער זייער אסאך פון תפילה, אויך גרייטן מיר אן די קינדער זיך אכטונג צו געבן פון קראנקע מענטשן, און מיר רעדן מיט די קינדער פון אמונת חכמים; מען קען נאר זיין א איד אויב מען גלייבט און מען פאלגט וואס צדיקים זאגן. אויך רעדן מיר וואס דער לעבן איז, נישט נאכלויפן פרענדס און נישט זוכן אויסצוגעבן געלט פאר נארישע זאכן וכו' וכו'.


איך דארף מקצר זיין.

#378 - נעמט אריין אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש
בחור, צדקה, מוסדות, ישיבה, סיום הש"ס, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך הער צוריק אזעלכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, כמעט יעדן טאג באקום איך א גוטע גרוס פון אונזער שול אין ירושלים; וואו מען לערנט און מען דאווענט, און מען פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ.


אינגעלייט זאגן מיר, זיי קומען אינמיטן וואך צו א שחרית, צו א מנחה מעריב, אדער צום שיעור גמרא - דאס געבט זיי זייער אסאך חיזוק אנצוגיין מיט זייער עבודות השם.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נעמען אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש, און ווען דאס ווערט אנגעפילט זאלט איר דאס ברענגען צום מנהל המוסד נרו יאיר.


איך האב אזויפיל נחת פון די ישיבה קטנה אין ירושלים, איך קען זען אויף די קאמערע ווי זיי לערנען און דאווענען מיט א חיות. די וואך האט א תלמיד הישיבה מסיים געווען נאכאמאל גאנץ תלמוד בבלי; וואו אין די וועלט הערט מען אזא זאך, א בחור פון דרייצן יאר זאל מסיים זיין שוין די צווייטע מאל גאנץ ש"ס; איך וויל כאפן א פליגער און קומען צו די ישיבה, צו די חדר און בית פיגא.


שטארקט זיך מיט הפצה, שטארקט זיך מיט קוקן גוט איינער אויפ'ן צווייטן, און וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#377 - וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט?
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, מוסדות, דרשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט אין ישיבה איז געווען זייער שיין, איך האב פארגעלערנט א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, אויך די משניות שיעור און יעצט גיי איך געבן א שיעור התחזקות.


אויך האב איך היינט געהאט א שיינע שמועס מיט די בחורים אין ירושלים, אונזערע ישיבה קטנה בחורים; זיי זענען אזעלכע טייערע בחורים, זיי לערנען און דאווענען מיט אזא התמדה, איך האב פון זיי גרויס נחת.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף גיין געבן א שיעור פאר זיי. דיר בעט איך זייער, שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


הער נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און דיין משפחה איז געזונט, בעט דעם אייבערשטן פאר אונזער חבר נתן יוסף ברוך בן טויבא א אינגערמאן פון שטעטל וואס איז פארשלאפט, ער ליגט אין שפיטאל, ער דארף רחמי שמים.


וואס איז דער גאנצער מענטש? וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט? מען דארף נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, נאר דאס ברענגט ישועות.


איך האף דיר מארגן צו מבשר צו זיין גוטע נייעס פון דעם אינגערמאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#376 - א שווערע אבער געשמאקע טאג
לערערין, תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ, אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אינעם בריוו: ש'כח אייבערשטער, היינט זונטאג איז געווען א שווערע אבער געשמאקע טאג". די שורה האט מיך זייער איבערגענומען, דאס הייסט א גוטע לערערין; מען קען מאכן געשמאק אויך די שווערע טעג, און מען זאגט "שכוח אייבערשטער" אויך אויף די שווערע טעג; ביי מיר איז א געווינס צו האבן אזעלכע לערערינס.


איך פריי זיך צו הערן אז די קינדער ווערן צוביסליך מער און מער דרך ארץ'דיג, וויפיל איר און די אנדערע לערערינס וועלן אריינלייגן אין די קינדער, מען וועט זיי מחנך זיין, מען וועט זיי לערנען דרך ארץ - אלץ שענערע פירות וועלן מיר שפעטער קענען שניידן. קינדער דארף מען מחנך זיין, קינדער דארף מען לערנען דרך ארץ.


אויך פריי איך זיך צו הערן אז די קינדער לערנען זיך אויס מער און מער אידיש, איך וויל ביי אונז אין שולע זאל מען רעדן נאר אידיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - מען טאר נישט ווארפן קיין איבריגע שרעק אויף די קינדער
פחדים, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


איך האף אז דו ווארפסט נישט קיין אימה יתירה אויף דיינע תלמידים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן טאקע (כתובות קג:): "זרוק מרה בתלמידים", מען זאל זיך פירן שטרענג מיט תלמידים; דאס מיינט מען זאל נישט זיין קיין חבר פאר'ן תלמיד, דער תלמיד קען נאר מקבל זיין אז דער מלמד איז נישט זיין חבר, אבער מען טאר נישט ווארפן קיין איבריגע שרעק אז די קינדער זאלן מורא האבן, און חס ושלום שלאגן; נישטא קיין שלאגן. אז מען דארף שלאגן - זאלסטו גיין צום מנהל, אים מכבד זיין מיט די מצוה, דו ריר נישט אן קיין קינד.


מוהרא"ש זאגט: "א מלמד וואס שלאגט - דארף גיין ארבעטן ביים צאמנעמען די מיסט קאנעס און זיך אויסגעבן די כעס אויף די קאנעס, נישט אויף די טייערע נשמות, צאן קדשים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#374 - איך בין זייער צופרידן פון די גרוסן פון די מוסדות אין ירושלים עיה"ק
סקול, מוסדות, תהלים, סיום, ישיבה, ארץ ישראל, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דעם מלמד אין טברי'; אויב דו קענסט אריבערגיין לכל הפחות איינמאל א וואך מחזק זיין די חדר, און מיר מודיע זיין אלע פרטים וואס טוט זיך דארט.


איך האב געהאט דא נעכטן האברך אברהם רוטמאן, איך האב מיט אים געשיקט תהילים'ס פאר די תלמידות פון בית פיגא. דו זאלסט דאס אויסטיילן פאר די מיידלעך, פארשטייט זיך נאר פאר די עלטערע תלמידות וואס זאגן שוין תהילים.


איך בין זייער צופרידן פון די גרוסן וואס איך באקום פון די חדר, סיי אין ירושלים און אין טבריה און פון בית פיגא ובעיקר פון די ישיבה קטנה, נעכטן איז געווען א סיום הש"ס א בחור'ל האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס, דער מגיד שיעור ווייסט גאר גוט וואס איך וויל, און ער טוט די ארבעט הונדערט פראצענט ממש ווי איך וואלט דאס אליינס געפירט.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף אריינלויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#373 - עס וועט דיר גארנישט בלייבן, נאר דאס ביסל לערנען און דאווענען
מוסדות, סיום, לימוד התורה, תכלית, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך, פרובירסט צו מאכן דא אפאר דאלער, דארט אפאר דאלער און בין כך גייען אריבער די יארן, און אז מען קוקט צוריק זעט מען אז עס איז גארנישט איבערגעבליבן פון אלע יארן נאר גוטע זאכן, לערנען און דאווענען.


א שאד דו הייבסט נישט אן לערנען די הייליגע תורה. דער רבי האט דאך א זיסע וועג פאר דיר, א וועג צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, א וועג צו לערנען תורה אפילו מען האט נישט קיין חברותא, מען האט נישט קיין מסגרת, א וועג צו לערנען אפילו מען איז אויסגעשפילט, מען האט גארנישט - מען זאל זאגן די ווערטער.


קוק אריין אין שיחות הר"ן (סימן עו) די ווערטער פון רבי'ן: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען - נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


נעכטן איז געווען א סיום אין ישיבה קטנה אין ירושלים, א תלמיד הישיבה, הבחור שלמה צבי פערל נרו יאיר - האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס. איך בין אזוי איבערגענומען פון דעם, דער מגיד שיעור רבי משה שמואל נרו יאיר מאכט א גוטע ארבעט מיט די בחורים, די בחורים האבן א שטארקע גליסטעניש צו די תורה און צום אייבערשטן, ער לייגט אריין אין זיי אסאך יראת שמים.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך ווייס אז דו ווילסט אויך ענדיגן ש"ס, דו ווארסט נאר אויף חיזוק; יעדע מאל איך שרייב דיר - גייסטו צוריק צום גמרא, און נאך אפאר טעג ווארסטו שוין אויף נאך א שטופ.


איך שיק דיר א בילד פון די סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#372 - סיי וואו איר וועט נאר וואוינען, וועט איר דארפן האבן חיזוק
התחזקות, רפואה, מוסדות, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער בעבי וכו'; בזכות וואס איר און אייער מאן געבן זיך אזוי אוועק פאר אונזער מוסד, איר געבט זיך אוועק פאר אידישע קינדער - וועט איער בעבי זיין געזונט און שטארק.


בנוגע קומען וואוינען אין שטעטל וכו'; איר מיינט אז אין שטעטל דארף מען נישט קיין חיזוק? איר מיינט אז אין שטעטל גייט נישט אריבער וואס גייט אריבער? מען קען שפירן איבעראל אייבערשטער, און מען קען זיין אין בית המקדש, אין די עזרה - און דארט זיין פארנומען מיט כבוד און געלט. מען קען זיין אויפן מזבח און דארט זיין א רוצח און שטעכן איינעם צום טויט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (יומא כב.) איינער האט אראפגעשטופט פונעם מזבח א צווייטן כהן כדי ער זאל געווינען דעם פארמעסט און זוכה זיין צו טון די עבודה, נאך זאגן זיי (שם כג.) איינער א כהן האט געשטאכן א צווייטן כהן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש
צדקה, מוסדות, משניות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע פון בארגן געלט וכו'; אז דו ווילסט פארבארגן דיין אפגעשפארטע געלט - פארבארג עס ענדערש פאר אונזערע מוסדות, אנדערע מוסדות וועלן זיך אן עצה געבן אן דיר, אבער אונזערע מוסדות ווערן געבויט דורך אנשי שלומינו.


איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש. עס איז אנגעקומען פון יבנאל איינער פון די שמשים ביי מוהרא"ש צו מיר, איך זאל אים העלפן צאמשטעלן פאר אים. אומר ועושה, איך האב גלייך אנגעהויבן צאמנעמען געלט. נאכדעם געב איך א טראכט 'איין מינוט, לאז מיר פרעגן מוהרא"ש', איך פרעג מוהרא"ש, און מוהרא"ש זאגט מיר די ווערטער: "ער וועט זיך אן עצה געבן אן דיר, דו שטעל צוזאם געלט פאר די ישיבה, חדר, הדפסה וכו'".


איך קען דיר נישט זאגן נישט צו פארבארגן פאר אנדערע, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן: "וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש"; דער הייליגער רבי וועט דיר נישט שולדיג בלייבן.


פארלייג זיך צו לערנען משניות, דאס היילט בגוף ונפש, משנה איז מְשַׁנֶה, משנה געבט א נייע נשמה, משנה רייניגט פון אלע שלעכטע מחשבות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#370 - איך וויל שטיין אויף דעם אז מען זאל זיין צייטליך
סקול, מוסדות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שמועסט אפ מיט די טיטשערס אז אלעס וואס זיי דארפן האבן פאר די קינדער אין סקול - דארף מען אריינגעבן כך וכך טעג פריער וכדומה, און נאר אזוי וועט מען דאס טון. און אז די טיטשערס זענען פארשלעפט און זיי קענען זיך נישט צאמנעמען - וועט די אפיס דאס נישט צושטעלן, זיי וועלן דאס אליינס דארפן צושטעלן.


בנוגע קומען צייטליך; שרייבט מיר די נעמען פון די טיטשערס ווער עס קומט נישט צייטליך, איך וויל שטיין אויף דעם אז מען זאל זיין צייטליך.


בנוגע מאכן א רעגנבויגן אין קלאס; עס איז נישט קיין פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#369 - עס וואקסן אויף געזונטע קינדער, אן קיין מעדעצין
קינדער, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט שייך צו ענטפערן פונדערווייטנס און זאגן אויב מען דארף יא געבן ריטעלין פאר'ן קינד - אדער נישט, אבער דאס קען איך אייך יא זאגן, מיר האבן אין אמעריקע דריי תלמוד תורה'ס און דריי מיידל סקולס און קיין איין קינד באקומט נישט קיין ריטעלין וכדומה, קיין איין קינד איז נישט אויף קיין שום מעדעצין (על כל פנים מטעם המוסד; וואס עלטערן טוען שטילערהייט מיט די קינדער - ווייס איך נישט).


עס זענען דא ביי אונז קינדער וואס זענען נישט סתם ווילד און הייפעראקטיוו, זיי באקומען נישט קיין מעדעצין. מיר האבן מלמדים און טיטשערס וואס מיט שטארקע סבלנות און מיט געבן אסאך גוטע ווערטער, און פארשטייט זיך אויך מיט שטרענגקייט - וואקסן די קינדער אויף געזונט און שטארק, אזוי ווי אלע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#368 - הערליכע דורות, בזכות וואס איר העלפט אין בית פיגא סקול
קינדער, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, הערליכע דורות - בזכות וואס איר העלפט אין בית פיגא סקול, איר האט א חלק אין אויפשטעלן אידישע דורות.

#367 - אזוי שיין געווען נעכטן אין שטעטל
כולל, חברים, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הדפסה, שטעטל, שבת קודש, דרשות, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, חובות, ישיבה, ראש ישיבה, הלכה, דאווענען, אינוועסטמענט, דף גמרא, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל; או ווי שיין דארט איז, קענסט זיך נישט פארשטעלן! עס שפירט זיך דארט ממש די פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט ארויסטראגן זיינע מענטשן חוץ לישוב (ספורי מעשיות, מעשה יב).


איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי. דאס ערשטע בין איך געקומען אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא, מוהרא"ש האט דאס מיר אזוי אריינגעלייגט אין מיינע ביינער, איך זאל נישט אנהויבן דעם טאג אן לערנען א בלאט גמרא, איך האב געדאווענט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן א וועג ווי אזוי צו פארן, איך האב געטראפן א אינגערמאן וואס איז מיר גרייט געווען ארויס צו טראגן.


דאס ערשטע בין איך געפארן צו די בנין התלמוד תורה, ווייל ביי מיר איז דער עיקר די תלמוד תורה און די מיידל שולע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש, לך לך): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק, הַמְלַמֵּד תּוֹרָה לְתִינוֹקוֹת" ווער עס לערנט מיט קינדער די הייליגע תורה, "דִּירָתוֹ עִם הַשְּׁכִינָה" וואוינט ביי אים די שכינה הקדושה, "וְהַיְינוּ דְּאָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן" דאס איז וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון האט געזאגט: "כַּד הֲוָה אָתֵי לְמֶחֱמֵי עוּלֵימַיָיא בְּבֵי רַב" ווען ער פלעגט קומען קוקן די קינדער וואס לערנען אין חדר, "הֲוָה אֲמַר" האט ער געזאגט, "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", איך גיי יעצט קוקן די פנים פון די שכינה; ווען איך פאר אין שטעטל גיי איך די ערשטע צו די קינדער, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך.


איך האב גערעדט פאר די בית פיגא תלמידות, אין יעדע כיתה באזונדער. נאכדעם האב איך געגעבן א שיעור, מחזק זיין אלע וואס האבן א חלק אין אונזער מוסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לַמְּחוּזָקִין", דאס מערסטע דארפן חיזוק די וואס געבן חיזוק פאר אנדערע; איך בין געגאנגען נאכדעם צו די אינגלעך, איך האב זיי דערציילט א מעשה פון "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; די ליכטיגקייט פון די קינדער, די פרייליכקייט וואס דארט הערשט - איז נישט צום באגרייפן.


מיר האבן אנגעהויבן נישט לאנג צוריק די חדר מיט אפאר קינדער, און די סקול מיט אפאר קינדער, און יעצט איז אין שטעטל אליינס דא אינעם תלמוד תורה און אין די מיידל סקול איבער צוויי הונדערט קינדער, כן ירבו.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין פונעם תלמוד תורה. מיר וועלן אפטיילן די אינגלעך און מיידלעך אין באזונדערע בנינים; יעצט זענען זיי אויך אפגעטיילט, יעצט איז איין שטאק אינגלעך און איין שטאק מיידלעך, אבער די מוסד וואקסט - דארף מען שוין האבן א באזונדערע בנין פאר אינגלעך און א באזונדערע בנין פאר מיידלעך.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין בית הדפוס אביסל שעפן פרישע כוחות, זען די נחת, ווי עס שטייען אינגעלייט און דרוקן אן אפשטעל די ספרים און קונטרסים. איך האב דארט געזען אן אינטערעסאנטע זאך, איך טרעף דארט א אינגערמאן, א שיינער בעל פרנסה, א בעל מלאכה - שטייט און דרוקט, פרעג איך אים: "וואס טוסטו דא?" זאגט ער מיר, ער קומט טון עפעס פאר זיין נשמה; עס איז שוין סוף וואך, ער האט שוין גענוג געלט פאר די וואך - יעצט קומט ער אביסל בהתנדבות העלפן פאקן ספרים און דרוקן. דאס איז מיר זייער געפאלן, צו זען א אינגערמאן האט שכל, ער קומט זיך אנטראגן צו העלפן.


אויך האב איך געזען ווי מען דרוקט שוין אלע ספרים און קונטרסים אויף חנוכה, און אויך גרייטן זיי זיך שוין אויף פורים און אפילו אויף שבועות. עס איז נייע צייטן; יארן צוריק האט מען זיך דערמאנט ערב חנוכה צו דרוקן עפעס אויף חנוכה, היינט אינעם נייעם בית הדפוס קען מען דרוקן אן אויפהער, און אנגרייטן פאר אלע צייטן וואס מען דארף נאר האבן פאר די מפיצים.


מיר האבן געכאפט א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!" דארט אינעם בית הדפוס איז א פרייליכקייט, מען דרוקט דארט די הייליגע ספרים פון רבי'ן וואס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער.


פון דארט בין איך געפארן צום נייעם לאונטש, דארט בין איך געווארן זייער פרייליך, ענדליך וועלן די אינגעלייט אין שטעטל קענען האבן די שטוב זויבער, ריין; מען וועט קענען האבן ביידע זאכן, א זויבערע שטוב, און פון די אנדערע זייט - ווי עס איז דא א פלאץ וואו מען וועט קענען באשטעלן זאכן, קויפן זאכן, ערלעדיגן שטאטישע זאכן, באנק חשבונות, זיך לערנען זאכן וכו' וכו'. איך האף אז אלע וועלן ארויסווארפן די געטשקעס פון שטוב און פון קאר, געענדיגט דאס מישן די יוצרות, שטוב איז שטוב און ביזנעס איז ביזנעס.


לכתחילה איז געווען מיין פלאן צו פארן פארטאגס און צוריק פארן עלף צוועלף אזייגער, זיין צוריק אין ישיבה. למעשה דארט אין שטעטל ווערט אזוי גוט אז עס גליסט זיך דארט צו בלייבן, איך וואלט ווען געבליבן וואוינען דארט, איך קען נאר נישט צוליב די ישיבה, איך דארף א פלאץ נעבן מיין שטוב וואו צו לייגן די בחורים; יעצט פרובירט מען, די הנהלה ארבעט זייער שווער צו באקומען רשות צו בויען א שיינע גרויסע בנין פאר די בחורים.


עס האט זיך פארשלעפט, האב איך קודם געדאווענט מנחה. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט ווארטן ביזן לעצטן מינוט, נאר גלייך דאווענען. מיר האבן געמאכט א מנין, עס זענען געקומען נאך אינגעלייט וואס זענען געקומען משלים זיין די מנין.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די כולל, אויפ'ן וועג פרעגט מיך דער דרייווער א שאלה פון הלכות שבת. ער איז א סעילסמאן פאר טראקינג, מענטשן באשטעלן א טראק צו טראגן און ברענגען סחורה, און אמאל בעט מען אים צו קומען אויפפיקן שבת און אמאל דארף ער דאס טראגן שבת, פרעגט ער מיר אויב מען מעג? זאג איך אים מיר וועלן גיין אין כולל, די חשוב'ע אינגעלייט לערנען יעצט די הלכות אין הלכות שבת, הלכות שכירות וקבלנות, מיר וועלן זיי פרעגן. איך קום אין כולל, איך זע ווי פלייסיג מען לערנט, זאג איך פאר'ן דיין שליט"א דער ראש הכולל: "איך האב דא א אינגערמאן, דאס און דאס איז די שאלה", אלע אינגעלייט האבן אנגעהויבן זאגן לכאן ולכאן, עס האט אנגעהויבן ווערן דארט א טענה'ריי, מען האט זיך מפלפל געווען, איך בין געזיצן דארט און געקוואלן פון נחת.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן מזוזות ביי הרב יעקב לעזער שליט"א, אין שטוב פון אונזער מנהלת בית פיגא תחי'. פון דארט בין איך אהיימגעפארן, געלייגט שלאפן די קינדער, געליינט קריאת שמע מיט זיי, און געלאפן געבן א שיעור.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט, מיר זעען א פלא'דיגע זאך, דער אייבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא, זאגט רש"י: "הוא שנתן לו עצה על המילה", וואס איז פשט אברהם אבינו זאל דארפן אן עצה נעמען מיט ממרא? אברהם אבינו, דער גרויסער צדיק וואס איז בייגעשטאנען אלע נסיונות און קיינמאל נישט מהרהר געווען אויפ'ן אייבערשטן - וואס גייט דא פאר?! אלא מאי זעט מען אז מען דארף האבן א גוטער חבר, מען דארף האבן שיחות חברים זיך צו קענען מחזק זיין.


קומענדיגע וואך האבן מיר א סורפרייז אין שטעטל, מיר האבן א גרויסן גאסט, הרב רבי יצחק שליט"א גייט זיין שבת מברכים אין קרית ברסלב ליבערטי. דאס גייט זיין א שטארקע חיזוק פאר אלע אנשי שלומינו, די גבאים וועלן מעלדן די קומענדיגע וואך וואו די תפילות וועלן פארקומען, און די באטע, און אזוי ווייטער.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע נס, איך האב פלוצלונג געדארפט באצאלן א חוב פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביים בארגן האט זיך יענער אויסגענומען אז אויב ער וועט עס דארפן דארף איך אויפקומען מיט די געלט ביז א וואך. וואס האב איך געטון? איך האב זיך גוט מתבודד געווען, איך האב געבעטן: "הייליגער באשעפער, פארשעם מיך נישט, איך האב געבארגט די געלט - נישט פאר מיין ביזנעס, נאר פאר דיין ביזנעס, פאר די מוסד"; און פון הימל איז געקומען צו מיר א אינגערמאן א תלמיד הישיבה און זיך מיר אנגעטראגן, אויב דער ראש ישבה זוכט אן הלואה; א נס פון הימל. די מעשה איז נאך נישט פערטיג, איך האב דאס געדארפט באצאלן אין גרינע שמאטעס, 'וואו קען מען שאפן גרינע שמאטעס אין הונדערט פופציג טויזנט דאלער?' איך האב זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל מיר העלפן, און א פרישע נס... א אינגערמאן א תלמיד הישיבה קומט מיר זאגן, אויב דער ראש ישיבה דארף מזומנים; בקיצור ניסים פון הימל, ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, אויב דו זוכסט וואו צו משקיע זיין דיין געלט פאר גוטע רווחים - קענסטו זיך מעלדן צו האברך י. הכהן נרו יאיר, חבר הנהלה. ער האט גוטע בנינים וואס מיר ווילן קויפן פאר די מוסד, מען זוכט איינער זאל איינשטעקן די געלט, דאס קויפן. די דיל גייט, מען קויפט דאס פאר די מוסד און די תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם בנין - גייט פאר דער וואס איז משקיע, פאר אים און פאר זיינע דורות פאר אייביג. קענסט זיך פארבינדן מיט אים אויב דו ביסט ערנסט אינטערעסירט.


שבת זאלסטו נישט אויפהערן צו לאכן און טאנצן, אז דו ווייסט פון רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#366 - איך וויל מלמדים און טיטשערס וואס האבן ליב זייער ארבעט
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו וואלסט געוויסט דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד, ווי אזוי מען קוקט אין הימל אויף א מלמד - וואלסטו געטאנצן א גאנצן טאג: "א מחי' איך בין א מלמד!" וואלסט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די זכות צו קענען לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה.


איך טו דאס שוין כמעט צוואנציג יאר, פון שנת תשס"ד לערן איך תורה מיט בחורים, פון איין זייט איז דאס א ביטערע שווערע ארבעט, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס די זיסטע זאך, די שענסטע זאך; איך וואלט זיך נישט אויפגעטוישט מיט קיין שום אנדערע ארבעט אין די וועלט. איך בעט דעם אייבערשטן (תהלים כז, ד): "שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי", איך זאל ווייטער קענען זיצן אין בית השם מיין גאנצע לעבן.


לאז מיך וויסן אויב דו ווילסט זיין א מלמד, ווייל אויב דו קומסט אין חדר געצווינגענערהייט - וויל איך נישט דו זאלסט זיין ביי אונז ווייטער מלמד; איך וויל מלמדים און טיטשערס וואס האבן ליב זייער ארבעט, איך דארף נישט קיין טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#365 - א לערערין דארף זיין זייער שטארק ביי זיך
לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א לערערין, לערנען מיט קינדער אמונה, צניעות, דאס שיינקייט פון לעבן די תורה לעבן; דאס איז די העכסטע זאך ביים אייבערשטן.


זייט נישט דערשראקן אז קינדער פאלגן נישט, אזוי קומען קינדער; קינדער פאלגן נישט, און די ארבעט ליגט אויף אונז זיי אויסלערנען יא צו פאלגן.


יעצט ביים אנהויב פונעם יאר זאלט איר זיך שטעלן אויף דרך ארץ, געבט אוועק אסאך צייט אויף דרך ארץ, אויסלערנען די קינדער אז ווען א לערערין רעדט - קען מען נישט רעדן, און אז די קינדער רעדן ווייטער - בלייבט שטיין און ווארטס מען זאל זיין שטיל, און אז מען רעדט ווייטער זאלט איר זאגן פאר דעם קינד: "מען קען נישט רעדן ווען א לערערין רעדט". אפילו עס וועט אוועקגיין אסאך צייט פאר דרך ארץ און עס וועט נישט בלייבן קיין צייט פאר'ן לימוד - איז אויך נישט געפערליך, ווייל דרך ארץ קדמה לתורה.


דאס וויכטיגסטע זאך פאר א לערערין, זי דארף האבן זעלבסטזיכערקייט; ביי זיך אין קאפ דארף זי וויסן און געדענקען: 'די קינדער דארפן מיך פאלגן און גייען מיך פאלגן, און אז מען פאלגט נישט די ערשטע מאל וועט מען מיך מוזן פאלגן ביים צווייטן מאל'; מען דארף זיין שטארק אינעווייניג אין זיך צו וויסן אז 'די קינדער דארפן מיך פאלגן און זיי וועלן מיך פאלגן', אויב די לערערין איז אליינס מסופק, זי טראכט 'די קינדער גייען מיך זיכער נישט פאלגן' - איז א שאד די צייט פאר איר און פאר די קינדער.


הלואי זאלט איר מיר שרייבן יעדן טאג אדער לכל הפחות יעדע וואך וואס טוט זיך אין סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#364 - צוויי זאכן דארף מען טון צו בלייבן מקושר צום רבי'ן
אמונה, הפצה, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, פירושים, ארץ ישראל, מלכות הרשעה, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים וואס וואוינען אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, חסידי ברסלב, ה' עליהם יחיו


יעצט ביים שרייבן דעם בריוו זיץ איך אין שטוב מיט אינטערווינעס, איך היס זייער שטארק שוין איבער צוויי וואכן. דער דאקטער זאגט ער זעט גארנישט, אבער איך שטיק זיך ממש, איך פארליר מיין אטעם.


דער אייבערשטער האט צוגעפירט אז איך האב די וואך געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה, וואס זיין טאטע איז אן הצלה מאן. ער האט משמש געווען מוהרא"ש פונעם הארץ אטאקע ביזן הסתלקות, די לעצטע פינף יאר. ער האט געהערט ווי איך היס, האט ער מיר געזאגט אז ער וועט מיר ברענגען א מעדעצין וואס וועט מיר היילן און געבן כח.


איך האב געבעטן דעם הצלה מאן ער זאל מיך שטעכן אין די לינקע האנט, אזוי וועל איך ענק קענען שרייבן אפאר ווערטער לכבוד שבת קודש; איך דארף זיצן פאר אפאר שעה, ווי לאנג די מעדעצין גייט אריין.


די וואך האבן מיר אין די פרשה שטארקע חיזוק, מען זעט אז אלעס איז דער אייבערשטער; קינדער קומט פונעם אייבערשטן, אפילו מען קען נישט האבן בדרך הטבע קיין קינדער - דאך קען דער אייבערשטער אלעס מאכן. מען קען געווינען א מלחמה מיט די שטערקסטע קעניגן; אברהם אבינו, איינער אליינס - האט זיי מנצח געווען מיט אמונה, דאס לערנט אונז מיר זאלן לעבן מיט אמונה, וועט מען אלעס מנצח זיין.


יעצט איז ביי ענק צעטומלט מיט די בחירות, וויל איך ענק בעטן, מאכט אייך נישט נאריש, לויפט נישט נאך די פארטייען, הערט נישט קיין נייעס, עס וועט אייך גארנישט בעסער מאכן אויב דער געווינט און אויב יענער געווינט, די אלע וואס שרייען "מען מוז שטומען פאר דעם, ווייל דער זאגט צו אז ער גייט מאכן גוט וכו' וכו'", דאס איז אלעס שקר וכזב, אלעס איז נאר געלט און כבוד, מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב, מיר דארפן גיין פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, די זיסע געשמאקע עצות וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט.


איך בעט באזונדער אלע בחורים, קומט נישט קיין אמעריקע, בלייבט ענדערש אין ארץ ישראל - דארט מפיץ זיין די גליונות, ספרים און קונטרסים.


אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה קטנה אין ירושלים מיט א גוטע מגיד שיעור, ער האט זייער אסאך מקבל געווען פון מיר, ער האט גאר אסאך וואס צו געבן פאר די בחורים.


אויך די אינגעלייט וואס ווילן בלייבן אין היכל הקודש זאלן וויסן אז עס איז דא צוויי גוטע זאכן וואס אויב מען טוט דאס - בלייבט מען מקושר צום רבי'ן. איינס איז דער סדר דרך הלימוד, יעדער איינער לפי בחינתו דארף לערנען יעדן איינציגסטן טאג חומש מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אויך משניות; פון איין פרק - ביז וויפיל מען קען, יעדער לפי בחינתו. און זיכער דעם בלאט גמרא, דאס האלט דעם מענטש געבינדן צום רבי'ן.


די צווייטע זאך איז: זיין א מפיץ; עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אנדערע, יעדער לפי כוחו ולפי בחינתו, נאר אזוי קען מען בלייבן ביים רבי'ן, אז מען איז א געבער, א משפיע. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא אן הלכה אין הלכות מליחה, אויב מען זאלצט אסאך פלייש אינאיינעם - איז אלעס כשר, אבער אויב ליגן שטיקלעך פלייש וואס זענען שוין געווען פון פריער געזאלצן - אינאיינעם מיט פלייש וואס מען זאלצט יעצט - גייט אריין די בלוט פון די שטיקלעך אין די געזאלצענע שטיקלעך, ווייל זאלץ טוט צוויי פעולות, סיי עס שלעפט ארויס די בלוט, און סיי עס לייגט אריין די בלוט, מה שאין כן אויב אלע שטיקלעך זענען געזאלצן, וויבאלד אלע שטיקלעך ארבעטן אויף ארויסצוגעבן די אייגענע בלוט, נעמט עס נישט אריין קיין פרעמדע בלוט; די זעלבע זאך איז, ווי לאנג א מענטש איז טרוד למפלט, ער איז משפיע, ער שפייט אויס, ער איז משפיע דעם רבינ'ס עצות - לא בלע, נעמט ער נישט אריין אין זיך אנדערע נארישקייטן.


ביי אונז אין אמעריקע מאכט מען אויך משוגע מיט די וואלן, יעדער שרייט מען זאל שטומען פאר דעם אדער פאר יענעם, און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. מיר האבן איין עצה פאר גזירת החינוך: "תפילה און נאכאמאל תפילה", איין עצה צו קענען לעבן, נאר אז מען האלט זיך ביים רבי'ן; מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האלט אין איין דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט; גיי צו אים, רעד צו אים, ווענד זיך צו אים.


יעדע פאר יאר קומט מען מיט נייע מעשיות, 'די וועלט איז אין א סכנה, מען מוז שטומען פאר דעם, פאר יענעם', ווען מען קוקט צוריק איז אלעס נאריש; דער אייבערשטער פירט די וועלט, און וואויל איז דעם וואס נוצט אויס זיינע טעג און יארן מיט תורה ותפילה, ער לערנט זיינע שיעורים און דאווענט די דריי תפילות צום אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג, ער איז מכבד די ווייב און רעדט שיין צו יעדן איינעם; דאס איז נצחיות, דאס בלייבט.


ביז דערווייל זיץ איך דא, איך ווארט די מעדעצין זאל זיך ענדיגן, איך זאל קענען גיין געבן די שיעור פאר די אינגעלייט.


איך קען נישט יעצט קומען קיין ארץ ישראל, איך שפיר זיך ברוך ה' גוט, אבער נישט אויף צו פארן.


היינט האב איך געדארפט גיין אין שטעטל, אין תלמוד תורה און מיידל שולע; איך בין געבליבן אין ישיבה מיט די בחורים.


א גוט שבת.