בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8457 - געוואויר געווארן דעם סוד ביי די אכט יאר אלט
תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט ליב די חדר, דו האסט ליב דיינע מלמדים, איך בין איבער גענומען פון דעם וואס דו שרייבסט מיר יישר כח פארן אויסלערנען די עצה פון התבודדות; פאר מיר איז דאס א גרויסע פרייד, צו הערן פון א קינד וואס ווערט די וואך אכט יאר און האט אזא שכל וואס אלטע אידן פון זיבעציג יאר האבן נישט, פון זיך באניצן מיט די סוד וואס משיח וועט אויסזאגן פאר אלעמען, אז מען קען רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, מען קען אים בעטן יעדע זאך, מען קען אים דערציילן אלעס וואס פאסירט און אים אויסזאגן אלע ווייטאג.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד דיין געבורטס טאג, דו ווערסט די וואך אכט יאר; נעם זיך פאר ווען דו דאווענסט שמונה עשרה נישט ארויס צו קוקן פון סידור, ווייל אויב מען קוקט נישט ארויס פון סידור ביים דאווענען שמונה עשרה, וועט מען זוכה זיין, ווען מען וועט נפטר ווערן - צו זען דעם אייבערשטן, אבער אז מען קוקט ארויס פון שמונה עשרה - וועט מען נישט זוכה זיין צו זען די שכינה.


דו האסט זייער טייערע עלטערן געב זיי א גריס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8456 - כח, פלאג, און קישקעס, פאר ערליכע אידישע דורות
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב גערעדט מיט איינע פון די מלמדים ביי דיר אין חדר, ער זאגט מיר אז ער איז מצליח נאר ווייל ער האט אזא גוטע מנהל ווי דיר, ער זאגט מיר אז דו האסט א וועג ווי אזוי דו פאררעכסט און דו בעסערסט אויס די מלמדים מיט זייער אן איידעלע וועג, דאס איז א חכמה, צו קענען זאגן מוסר און מאכן דעם מלמד גוט פילן, נישט מזלזל זיין אין זיין כבוד. איך בין זייער צופרידן צו הערן די גוטע גריסן, ספעציעל די פרט ווי דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון די מלמדים, זיי צו הייבן, זיי פרייליך צו מאכן.


בנוגע די משפחה ... וואס ווילן נעמען זייער קינד צו טעראפי; איך בעט דיר זייער, קיינמאל זאלסטו נישט אפרעדן א מענטש פון גיין צו טעראפי, און זיכער זיך נישט קעגנשטעלן עלטערן וואס ווילן נעמען זייער קינד זיך אויסרעדן וכו'; עלטערן זענען דאך עלטערן, און אז זיי שפירן אז זיי ווילן העלפן דאס קינד מיט טעראפי - זאלסטו זיי נישט אוועק מאכן.


דאס וואס דו האסט געהערט ווי ... רעדט זיך אפ אין שול אויפן מלמד פון כתה ...; איך עצה דיר אים צו רופן און אים פרעגן וואס גייט פאר, און אים זאגן דעם אמת. דארפסט פארשטיין עלטערן, די ביסט דאך אויך א טאטע פון קינדער, און אז דיין קינד וועט קומען דערציילן וכו', אהיים קומען דערשראקן און פארשעמט - וועסטו אויך ווערן אויפגעפלאקערט; דאס איז דאך די נאטור ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, אז עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר קינדער. שמועס מיט אים, הער אים אויס און פאררעכט וואס מען דארף פאררעכטן.


בנוגע דאס וואס ער צערעדט זיך אין שול וכו'; לאז אפ, מאך נישט קיין עסק דערפון, דאס מיינט נישט העצן, דאס איז דער מהות וכו', אזוי זענען מענטשן; עס זענען דא וואס קענען זיך האלטן דאס מויל און גיין צום מנהל, צום מלמד; נאכדעם זענען דא וואס קענען זיך נישט האלטן דאס מויל, און זיי גייען נישט, זיי רופן נישט; דארט דארף דער מנהל, דער מלמד - גיין צו זיי.


אשרינו אז אונזער כח און פלאג, אונזערע קישקעס - גייען אוועק פאר אויפברענגען ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8455 - לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, דיין הארץ.


עס איז נישט ריכטיג וואס מען טשעפעט דיך אין מיין נאמען אז איך וואלט פארמאכט די מוסדות אין טברי' וכו' וכו'; איך בין זייער צופרידן פון די מוסדות ביי ענק, איך האב גרויסע פארגעניגן פון די חינוך ביי ענק.


פון היינט אין ווייטער ווען איינער קומט דיר עפעס זאגן בשמי, אין מיין נאמען - זאלסטו טון אזוי: איז דאס א גוטע זאך - זאלסטו דאס אננעמען, איז דאס א זאך וואס דו ווערסט צעבראכן - זאלסטו דאס בודק זיין, דו קענסט מיך אליינס פרעגן; קענסט מיר שרייבן, אדער רופן, אדער שיקן א שליחות מיט איינעם וואס דרייט זיך אין ישיבה זאל אנפרעגן; לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן.


איך בין זייער פרייליך מיט די חדר אין טברי' און מיט די בית פיגא, זיי ממשיך מיט דיין הארץ און מיט דיין נשמה, לייג אריין אין די קינדער אמונה, יראת שמים, מידות טובות; אויך זאלסטו רעדן צו זיי פון קדושה, זיי זאלן זיך היטן די אויגן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8454 - לצורך פרנסה? זוך אן אנדערע פרנסה
פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


חס ושלום דו זאלסט קויפן א טעבלעט אדער א טעלעפאן פאר די ארבעט; אז דיין בעל הבית וועט דיר הייסן קומען ארבעטן שבת - וועסטו דען גיין? אזוי זאלסטו קוקן אויפן טעלעפאן און טעבלעט; זאלסט חס ושלום זיך געבן אפילו א קליינעם בייג פון אידישקייט פאר די פרנסה.


אדער בלייב מיט דיין אלטע כשר'ע טעלעפאן אדער גיי שוין זוכן א צווייטע ארבעט.


וועסטו מיר פאלגן - וועסטו קיינמאל נישט חרטה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8453 - הפצה ראטעוועט דאס לאנד פון אלע גזירות רעות
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא גרעסער'ס ווי עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי" קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא" איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא" ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


זיי ממשיך צו פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות אין גאנץ לאנדאן, מיט דעם וועסטו ראטעווען די לאנד פון אלע גזירות רעות, און דו וועסט האבן א חלק אין די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8452 - מנהגים ביים אפשערן און מאכן פיאות
חינוך הילדים, צדקה, אפשערן, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, וזוגתו שיחיו


מזל טוב פאר די אפשערן און מאכן פיאות פאר ענקער בכור, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין צו אידיש נחת, ערליכע דורות אינאיינעם.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן די מנהגים וואס מען פירט זיך ביי אונז ביים אפשערן די האר און מאכן די הייליגע פיאות; ווען מען שערט אפ א קינד, מען מאכט אים די הייליגע פיאות - דארפן די עלטערן די ערשטע זאך דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו דעם, מען האלט שוין דא; וויפיל אידישע קינדער ווארטן אויף שידוכים, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער וואס בחורים און מיידלעך גייען אריבער, און נאכדעם וואס מען האט שוין חתונה; וויפיל אידישע קינדער ווארטן אויף קינדער, אזויפיל אידישע קינדער דארפן ישועות; און אז מען האלט שוין דא, מען פירט א קינד אין חדר לעקן די האניג וואס דער מלמד שמירט אן אויף די הייליגע א"ב - דארפן די עלטערן דאנקען דעם אייבערשטן, ארויס זאגן מיטן מויל: "שכוח אייבערשטער אז מיר זענען זוכה צו קענען פירן אונזער קינד צום מלמד זאגן די הייליגע א"ב", און די עלטערן דארפן געבן צדקה און אויך געבן דעם קינד זאל געבן צדקה, און בעטן: "הייליגער באשעפער העלף אונזער קינד זאל זיין גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די פיאות, ער זאל קיינמאל נישט שניידן בארד און פיאות, ער זאל בלייבן ערליך און הייליג".


דאס זענען מער ווייניגער אונזערע מנהגים, עס זענען דא וואס פירן זיך צו מאכן א סעודה פאר די משפחה, עס זענען דא וואס מאכן נאר א לחיים; דאס האט שוין יעדע משפחה מיט זייער וועג, דער עיקר האב איך דיר געשריבן - דאנק און לויב דעם אייבערשטן און געב צדקה מיט בכיות נוראות אז דיין קינד זאל בלייבן מיט די פיאות, קיינמאל נישט שניידן די בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8451 - מנהגים ביים מאכן פיאות
ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


מזל טוב פאר די אפשערן און מאכן פיאות פאר ענקער בכור, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין צו אידיש נחת, ערליכע דורות אינאיינעם.


דער מנהג איז אז ווען מען מאכט פאר א קינד פיאות היט מען אים אפ ער זאל נישט קוקן קיין שלעכטס; דער מנהג איז אז ווען מען טראגט דעם קינד אין חדר צום מלמד זאגן די הייליגע א"ב נעמט מען אים ארום מיט די הייליגע טלית, מען היט אים אפ זיינע אויגן ער זאל נישט קוקן אויף טמא'נע זאכן, און די עלטערן בעטן און געבן צדקה פארן קינד אז זיין גאנץ לעבן זאל ער בלייבן מיט הייליגע אויגן און מיט הייליגע מחשבות.


אסאך פירן זיך אז מען מאכט די אפשערן אין ל"ג בעומר, און אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך מענטשן צו נעמען די קינדער קיין מירון, זיי דארט מאכן פיאות, און אזוי האט דער אריז"ל געטון. ווייל מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד; דעריבער מאכט מען פיאות אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר, וואס בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז נישט פארגעסן געווארן די הייליגע תורה, און בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זענען אידן מקיים די תורה; מאכט מען די הייליגע פיאות אין דעם טאג און מען בעט דעם אייבערשטן אז דער קינד און אלע קינדער און מען בעט אויף אלע אידן אז אלע זאלן גיין מיט בארד און פיאות, מען זאל ליב האבן די בארד און פיאות, מען זאל נישט נאכמאכן די וואס שערן זיך אפ די בארד און פיאות השם ישמרינו, נאר זיין שטאלץ מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8450 - זיך מיט קיינעם נישט קריגן, און ליב האבן יעדן איינעם
מחלוקת, שלום, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך מחזק זיין; היות דו העלפסט מיר זייער אסאך מיט די מוסדות און מיט די קהילה, און אויך מיט די אויפבוי אין שטעטל, די שיינע שטעטל קרית ברסלב, די שטעטל וואס טראגט דעם רבינ'ס נאמען; וויל איך דיך מחזק זיין דו זאלסט שטענדיג געדענקען אכטונג צו געבן אויף נישט וויי טון קיינעם, און ווי מען קען מאכן מענטשן האבן א גוטע געפיל, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב דעם מענטש וואס ברענגט שלום און טוט אלעס פאר שלום.


וויסן זאלסטו, פונעם טאג ל"ג בעומר הייבט שוין אן צו שיינען די ליכטיגקייט פון יום טוב שבועות; ביז ל"ג בעומר זענען טעג פון טרויער, מען פירט זיך מיט הלכות אבילות אויף די תלמידים פון רבי עקיבא וואס האבן זיך נישט אויפגעפירט מיט כבוד איינער צום צווייטן און זיי זענען געשטארבן, און דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מתקן געווען, ער האט אריינגעברענגט ליבשאפט אין אלע תלמידים, ער האט געזאגט (נשא קכח.): "אנן בחביבותא תליא", מיר זענען אנגעהאנגען אין ליבשאפט, מיר דארפן זיך ליב האבן; ער האט געלערנט די לימוד פון זיין רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא וואס האט געלערנט (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.): "'ואהבת לרעך כמוך', זה כלל גדול בתורה", דאס איז דער עיקר פון די תורה, און מיט דעם איז מען מקבל די תורה; דורך ליב האבן א איד און נישט רעדן שלעכטס אויף קיין שום איד - איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע געפיל צו לערנען תורה (שיחות הר"ן, סימן צא).


דער הייליגער טאג ל"ג בעומר איז א טאג וואס מען דארף מקבל זיין דעם לימוד פון 'אנן בחביבותא תליא', אפלאזן די מחלוקת, זיך מיט קיינעם נישט קריגן, און ליב האבן יעדן איינעם; צדיקים האבן געזאגט: 'רבי שמעון איז לכל' דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז פאר יעדן איינעם, ער קען יעדן איינעם ליידן, יעדן איינעם נעמען, דאס איז דער לימוד וואס מיר זענען מקבל אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, זיין לכל, קענען יעדן איינעם פארנעמען, וועלן יעדן איינעם העלפן, מאכן פלאץ אין הארץ פאר יעדן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8449 - פארפאסט מנחה
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דו פארפאסט אסאך מאל דאווענען מנחה; איך וויל דיר בעטן זאלסט אלעס טון עס זאל נישט פאסירן אזא זאך, אריבער גיין א טאג אן דאווענען די דריי תפילות; די וויכטיגסטע זאך אויף וואס דו זאלסט זיך פארלייגן - איז אויף דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, און זיי מקפיד צו דאווענען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.), אז מען דאווענט מיט מנין גייען ארויף די תפילות, אפילו דער מענטש איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, און אז מען דאווענט ביחידות דעמאלט קוקט מען דורך דעם מענטש ווער ער איז, אויב איז ער ווערד אז זיינע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ז:), ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען מיט מנין.


זיי נישט מזלזל אין דעם ווייל דאס איז וואס האלט א איד ער זאל נישט פארפאלן גיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח), מחנה ישראל איז שחרית מנחה מעריב, די דריי תפילות האלט דעם איד ער זאל בלייבן ביי די קדושה און נישט אריינפאלן ביי די קליפות; די ערשטע צייט וואס מען קען דאווענען - דארף מען דאווענען (שיחות הר"ן, סימן לא), ווען מען שטייט אויף אינדערפרי - איז די ערשטע זאך שחרית, און נאכמיטאג - ווי נאר מען קען דאווענען מנחה - דארף מען גיין דאווענען, און אויב מען שטופט עס אפ קען מען חלילה פארפאסן א תפילה וואס איז מעוות לא יכול לתקן (ברכות כו.; שלחן ערוך אורח חיים סימן קח, סעיף ז).


מענטשן מיינען אז צו זיין א דערהויבענער איד דארף מען טון עפעס דערהויבענע זאכן, מען זוכט עבודות פון מלאכים, מען זוכט עפעס אנדערש, מען ווייסט נישט אז צו זיין אן ערליכער איד איז נאר דורך די זאכן וואס זעען אויס אין אונזערע אויגן ווי פשוט'ע זאכן, זיין אן ערליכער איד איז דורך דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, מיט א געשמאק, בעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מען דארף און אים דאנקען אויף אלע חסידם וואס ער טוט, דאס איז די העכסטע מדריגה. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען עס קומט צום דאווענען לייג איך אוועק אין דער זייט אלע הויכע כוונות, איך דאווען אזוי ווי א קינד דאווענט אין חדר מיט תמימות ופשיטות, ווייל דאס איז העכער פון אלעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8448 - דער ל"ג בעומר שיסער דערמאנט אונז
תפילה והתבודדות, אמונה, משיח, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב גערעדט מיט דיין ווייב בנוגע דיינע קינדער; איך בעט פאר ענק אז אלע זאלן זיין געזונט, עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון די גאנצע משפחה, איך בין זיכער אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


יעצט קומט ל"ג בעומר; ל"ג בעומר איז א מנהג צו שיסן מיט א פייל און בויגן. איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה עט, ו), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך, זיי זעען ווי א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, און אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט א פייגל און זיי הערן א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל, איז דאך זיכער אז אלעס וואס איז אויף אונז אריבער איז פון הימל מיט א פינקטליכער חשבון"; דערפאר שיסט מען מיט די פייל און בויגן, צו געדענקען די לימוד פון דער פאנגער וואס האט געפאנגען און דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט אז אפילו א קליין פייגל קען מען נישט פאנגען נאר מיט רשות פון אויבן; מיר זאלן געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט פון א קליינע זאך ביז א גרויסע זאך, אלעס איז מיט א פינקטליכער חשבון.


ליבער ברודער באשולדיג זיך נישט, און צעקוועטש זיך נישט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער, אלעס איז נאר ווייל מען וויל הערן דיין קול ווי דו רעדסט צום אייבערשטן, און דאס איז נאך א טעם אויף וואס מיר פירן זיך צו שיסן מיט א פייל און בויגן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקון ו, דף לו:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען א קשת מיט ליכטיגע קאלירן, און דאס וועט זיין די סימן אז משיח איז דא, ווען מען וועט זען די פייל און בויגן מיט ליכטיגע קאלירן, דאס מיינט מען די קשת פון אידישע קינדער; אידישע קינדער באניצן זיך נישט מיט געווער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז): "כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח וְחַרְבִּי לֹא תוֹשִׁיעֵנִי", איך פארלאז זיך נישט אויף א פייל און בויגן און נישט אויף א שווערד; אידישע קינדער באניצן זיך מיט תפילה והתבודדות, דאס איז די שווערד פון אידן. אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר יוסף (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דארט רש"י, מיט מיינע תפילות; דאס איז אונזער שווערד און אונזער קשת, און דאס וועט אויך זיין די שווערד פון משיח, ווייל משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין געווער, משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן; דעריבער שיסן מיר ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן, צו דערמאנען אז מיר ווארטן אויף משיח וואס וועט אונז ברענגען דעם קשת בגוונא נהירין.


דער ל"ג בעומר שיסער דארף אונז דערמאנען מיר זאלן זיך מחזק זיין אין תפילה והתבודדות, מיר זאלן בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן, און ווען מען געפינט זיך אין א קלעם, אין א צרה - זאל מען ניצן די מויל; די ליפן זענען אין א פארעם פון א בויגן און די צינג איז די פייל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח", זאל ער נישט שרייען, "לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל", נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל – "אֶלָא לִי יִצְוַוח", נאר צו מיר זאל ער שרייען, "וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", און איך וועל אים גלייך העלפן; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, תפילה איז די שטערקסטע געווער מיט וואס מען קען באזיגן אלע פיינט.


דאס זאלסטו טון, נאר רעדן צום אייבערשטן; דאנק אים אויף יעדע זאך און בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, האלט די קשת אין האנט און שיס פיילן, עפן דיין מויל און שיס ארויס פיילן, דאס מיינט מען דיבורים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8447 - זוכן נאר דאס גוטס ביי יענעם
ישיבה, הדרכות, נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אריינברענגען אין די תלמידים זיך ליב האבן און קוקן גוט איינער אויפן צווייטן. די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל קומען אויף ל"ג בעומר, די יאר וועל איך זיין אין שטעטל ל"ג בעומר. דו זאלסט פארן קיין מירון, אויך זאלן די בחורים גיין קיין מירון מתפלל זיין, און אויך טאנצן, זיך פרייען מיט די גרויסע חתונה, אויך זאלסטו זען אז די בחורים זאלן עוסק זיין אין הפצה; יעדער איינער לפי בחינתו.


דער עיקר זאלסטו וויסן אז מען קען נאר מצליח זיין מיט תלמידים אז מען קוקט גוט, מען זוכט אויף דאס גוטס אין זיי, נישט פארברענען קיינעם, נישט קוקן שלעכט אויף קיינעם, ווייל דער גרויסער טאג ל"ג בעומר איז אזוי גרויס, אלע פרייען זיך, אלע פייערן דעם טאג מיט גרויס ליבשאפט; דאס איז ווייל דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט (סוכה מה:): "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין", איך קען ריינוואשן יעדן איד און ווייזן פארן אייבערשטן אז קיינער איז נישט שלעכט, יעדער איז גוט, יעדער איז וואויל, און דאס וואס מען טוט עבירות איז נישט ווייל מען וויל טון שלעכטס, דאס קומט פון זיין שיכור פון אזויפול צרות, מען האט ביטערע שווערע נסיונות, אבער יעדער איינער וויל זיין גוט; דאס האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זוכה געווען, נאכן ארויסגיין פון די מערה, ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון האבן פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט; וואו זיי האבן געקוקט האבן זיי פארברענט, איז ארויס א בת קול פון הימל (שבת לג:): "גייט צוריק צו די מערה, איך וויל נישט ענק זאלן פארברענען מענטשן", און שפעטער נאך א יאר ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס האט ער געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "געב א קוק ווי אידן האבן ליב מצוות, קוק דער איד נעמט צוויי הדסים לבוד שבת איינס פאר זכור איינס פאר שמור"; רבי שמעון בר יוחאי האט געזוכט ארויסצונעמען די פינטעלע גוטס אין יעדן איינעם.


דאס דארפן מיר זיך מקבל זיין אין דעם טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף זיך, קוקן גוט אויף יעדן איינעם און זיכער אויף די קינדער, ווי מען זעט נאר עפעס א פינטעלע גוטס; צום ביישפיל א איד קויפט עפעס לכבוד שבת זאגט מען שוין: "קוק ווי הייליג אידן זענען, מען קויפט איין גוטע זאכן לכבוד שבת", און אנטלויפן פון דער פרומער יצר הרע וואס פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט, און מאכט אוועק די גוטע זאכן; רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געוויזן די וועג ווי אזוי מיר זאלן קוקן, מען זאל זוכן די פינטלעך פון גוטס, און מיט דעם וועלן מיר קענען יעדן איינעם ברענגען נאנט צום אייבערשטן.


אויך אויף זיך, אינעם מענטש אליינס - דארף מען זוכן דאס גוטס, און זיך נישט אראפקלאפן, ווייל מען האט גארנישט פון זיך אראפקלאפן און זיך אוועק מאכן, מען דארף אין זיך גלייבן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, איך בין א קינד, א באליבט קינד; יעדע זאך וואס איך טו - איז באליבט ביים אייבערשטן; דאס איז דער לימוד וואס מיר דארפן מיט נעמען ל"ג בעומר.


אויך זאלסטו זאגן דיין ווייב אז זי זאל רעדן און מחזק זיין ..., נישט קיינעם מרחק זיין חס ושלום. וויסן זאלסטו, אז מען טוט מיט א כלל - דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו האקן קיין קעפ, מיר קענען און מיר מוזן מחזק זיין דעם מענטש צו טון ריכטיג, און אז דער מענטש איז בוחר צו טון אנדערש - טאר מען נישט מרחק זיין, מען דארף אכטונג געבן. איך בעט דיר זייער, איך האב טאקע געזאגט זיך נישט גט'ן וכו' וכו', אבער אז דער מענטש טוט אנדערש, ער גט זיך יא - איז געענדיגט? האט ער שוין נישט קיין מקום ביי אונז? חס ושלום, מען מוז יעדן מקרב זיין; נאר א גנב, א מניוול - דארף מען דערווייטערן, (אויך ביי דעם איז בעסער צו מזכה זיין א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א איד), זיכער ווען איינער זאגט 'איך קען נישט ממשיך זיין צו לעבן אזוי, איך וויל זיך גט'ן' - טאר מען יענעם נישט וויי טון חס ושלום, מען מוז יענעם העלפן, מען מוז רעדן מיט יענעם. איך האף דו וועסט טון וואס דא שטייט, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי יענעם, דו וועסט קוקן אויב יענער קויפט גוטע עסן פאר שבת און יענעם אויסרימען, אזוי ווי די לימוד פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8446 - געשניטן די שייטלעך
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט אז איר האט געשניטן אייערע שייטלעך עס זאל נישט זיין לענגער ווי אייער אקסל, נאכן הערן ביי די פרויען צאמקום די שיעור ווי מוהרא"ש פלעגט ווייזן אויף די אקסל, אז די שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל; איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט, איך בין זיכער אז איר וועט נישט חרטה האבן אויף דעם, ווייל די לאנגע שייטלעך זענען נישט איידל.


קומענדיגע וואך קומט שוין דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, מיר געפינען אין דעם הייליגן זוהר ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס א שטוב וואס די פרוי פירט זיך איידל, און אויך פארקערט, אויב חס ושלום מען פירט זיך נישט בצניעות קומט שווערע ביטערע צרות, דערפאר אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר איז גוט זיך צו שטארקן צו זיין איידל, די שטוב זאל זיין איידל, נישט נאכגיין די אומות העולם. ווייל רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געזאגט (שבת לג.), אז אלעס פון די אומות העולם איז נישט פאר אונזער טובה, עס איז נאר אונז אוועק צו שלעפן פונעם אייבערשטן, אונז פארשלעפן אין עבירות, דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן פארן אויסזאגן דעם אמת, מען האט אים געוואלט הרג'ענען, ער האט זיך געדארפט באהאלטן לאנגע יארן אין א הייל, דאך האט ער געזאגט דעם אמת אז אידן טארן נישט נאכמאכן די וועג ווי די גוים פירן זיך, א איד איז הייליג, א איד טוט זיך אן איידל, ספעציעל אידישע טעכטער גייען אנגעטון איידל און שיין אזוי ווי די תורה זאגט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט קורצער געמאכט אייערע שייטלעך, די גאנצע סיבה פארוואס מען האט מתיר געווען אז א אידישע פרוי זאל מעגן גיין א שייטל איז נאר ווייל פרויען האבן זיך געשעמט צו פארדעקן די קאפ וכו', אבער די לאנגע שייטלעך זענען נישט קיין צניעות, מען טאר נישט גיין מיט דעם; אין דעם זכות וועט איר האבן קינדער צדיקים, איידעלע קינדער, ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8445 - זיך מקשר זיין מיט הייליגן רבי שמעון בר יוחאי פון דערווייטנס
ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר מכמה טעמים, דיר וויל איך בעטן דו זאלסט גיין אין מירון העלפן מיין טאטע מאמע אנגרייטן עסן פאר די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען. נעם מיט אפאר בחורים ברשות דעם מגיד שיעור, און העלף מיינע עלטערן מיט וואס זיי דארפן.


אז דו וועסט זיין אין מירון - אדער זאלסטו העלפן אין קאך, געבן עסן פאר די הונגעריגע אידן, אדער זאלסטו גיין אין די מערה מתפלל זיין, און אויך טאנצן, ווייל מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון דעם טאג ל"ג בעומר, צדיקים האבן געזאגט אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי טיילט מתנות פאר אלע וואס קומען, און פון די גרויסע התעוררות וואס דארט קומט פאר, ווי אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ מיט טייכן טרערן, מען וויינט אויף די טעג וואס איז אריבער מיט וואס איז אריבער וכו' וכו', און די גרויסע בענקעניש צום אייבערשטן, מען שפירט ווי מען גייט אויס פארן אייבערשטן, און פון די אנדערע זייט די גרויסע שמחה וואס דארט קומט פאר, ווי מען טאנצט און מען פרייט זיך, מען שפירט עפעס א זיסע לויטערקייט וואס מען שפירט נישט א גאנץ יאר אין קיין אנדערע פלאץ; וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען אין מירון אפילו נאר פאר אפאר מינוט, זיך באווייזן דעם פנים פארן אייבערשטן און זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן פאר ישועות ורפואות, וועט ער זיכער פועל'ן א גאנצע ישועה. אזוי ווי צדיקים זאגן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ט.): "כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק", ווען א איד איז אין א שעת הדחק, ער ווערט צעקוועטשט, עס גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער - איז אים כדאי צו קומען צו רבי שמעון און זיך סומך זיין אז אין מירון פועל'ט מען א ישועה.


די יאר וועל איך נישט זיין אין מירון; איך האב זייער געוואלט זיין אין מירון, איך וועל זיך מקשר זיין מיט הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פון דערווייטנס, אויך די וואס זענען נישט אין מירון קענען זיך מקשר זיין מיט דעם הייליגן תנא פון וואו מען געפינט זיך, און זיכער אז מען לערנט די ווערטער פונעם צדיק, מען לערנט משניות, גמרא, מדרש, מאמרים פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, ווער רעדט נאך אז מען לערנט זוהר - בינדט מען זיך צו צום צדיק און מען באקומט אויך מתנות פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, און מען איז זוכה צו פועל'ן ישועות און רפואות וואו מען געפינט זיך, דורך זיך צובינדן צום צדיק.


טייערער ... נרו יאיר, חבר זיך נאר מיט בחורים און אינגעלייט וואס רעדן איידל, רעד נישט מיט די וואס רעדן ניבול פה אדער כמו ניבול פה, האלבוועגס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8444 - די שמחה פון ל"ג בעומר
הפצה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דו גייסט הפצה מיט א ברען, דער מגיד שיעור ר' ... זאגט מיר אז דו ביסט א פייער פון א מפיץ, הלואי זאלן אלע עוסק זיין אין די הייליגע זאך פון הפצה, מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


יעצט קומט ל"ג בעומר, זאלסטו זיך שטארקן מיט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט (תְּרוּמָה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווען עס קומט דער גרויסער טאג ל"ג בעומר זעט מען אז אלע פרייען זיך מיט א גרויסע שמחה, סיי די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון און סיי די וואס זענען נישט אין מירון, אלע שפירן א שמחה אין הארץ, דאס איז ווייל די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט (שבת קלח:), אז עס גייט זיין שווערע ביטערע צרות פאר אונז אידן און עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זיין אזוי פארזינקען אין גלות אז די תורה וועט חס ושלום פארגעסן ווערן, האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "חס ושלום שתשתכח התורה מישראל", עס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן די תורה פון אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים לא, כא): "כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ", די תורה וועט נישט פארגעסן ווערן פון אידישע קינדער; און דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז בזכות דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן די תורה פון אידישע קינדער, און דאס איז מרומז אין די פסוק פון וואס ער ברענגט א ראי', ווייל די לעצטע אותיות פון די ווערטער "כִּ'י לֹ'א תִשָּׁכַ'ח מִפִּ'י זַרְע'וֹ", איז די ווארט יוחאי; אז פון דער קינד פון יוחאי - דאס איז דער הייליגער תנא רבי שמעון - וועט די תורה נישט פארגעסן ווערן.


דערפאר איז די שמחה אין דעם טאג ל"ג בעומר א גאר גרויסע שמחה, אלע פרייען זיך; ווייל דיקא דורך דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי וואס האט מגלה געווען דעם הייליגן זוהר - גייט מען ארויס פון גלות, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (נשא, קכד:): "בהאי חבורא דאיהו ספר הזהר", מיטן זוהר, "יפקון ביה מן גלותא", וועלן מיר ארויסגיין פון גלות; פון וואס פאר א גלות? דעם אייגענעם גלות, די טונקעלע גלות פון פארגעסן פונעם אייבערשטן; נישטא קיין ערגערע גלות ווי דער וואס פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען איז אונטערגעווארפן אונטער טבע, מקרה און מזל, מען האט נישט קיין אמונה, און ווען מען לערנט זוהר - באקומט מען א קלארע אמונה, מען זעט אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; יעדע זאך איז אלקות, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, עס איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, נישטא קיין מציאות אויסער דעם אייבערשטן; אין יעדע ריר, אין יעדע זאך - איז באהאלטן דער אלופו של עולם, דער הייליגער באשעפער; ווען מען לערנט זוהר עפענען זיך די אויגן, מען הייבט אן זען אז עס איז דא א באשעפער, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיט הפצה, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפט), אז צו קענען מקיים זיין דעם זוהר - פעלט אויס דער נחל נובע מקור חכמה; און ווען דו גייסט הפצה - זאלסטו מיט קיינעם נישט טענה'ן, גיי נישט מיט קיינעם אין ויכוחים, אז איינער טשעפעט דיך - געב א שמייכל און גיי ווייטער, און זאג פארן אייבערשטן עס זאל דיר זיין א כפרה פאר דיינע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8443 - דרך ארץ אין שול
דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי אז דו פירסט זיך אויף ווי א קליין קינד שבת אין שול, דו זאגסט מיר שטענדיג אז דו ווילסט מיר העלפן בויען די קהילה און די שטעטל, און אין שול ביי די גאס פון ירושלים מאכסטו זיך נאריש ווי א קליין קינד, ביי שלש סעודות מאכסטו א קופקע, זינגסט נישט קיין זמירות, ווען די גבאים לערנען פאר שמועסטו, און אז דער גבאי קלאפט אויס יעלה ויבוא הייבסטו אן קלאפן ווי א קליין קינד, ווי א קינדערגארטן.


איך וויל דיר בעטן, העלף מיר בויען די שטעטל, העלף מיר אין שול, מאך זיך נישט נאריש אין שול, מאך נישט חרוב מיין הארעוואניע.


איך ווייס פינקטליך ווי אזוי עס זעט אויס אין יעדע שול וואס טראגט מיין נאמען, ווער עס העלפט און ווער עס שטערט. איך וויל דיך זעען צווישן די וואס העלפן; דו האסט מיר אסאך געהאלפן, בעט איך דיר העלף מיר ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8442 - ווען די ווייב האט טענות אויף דיינע עלטערן
שלום בית, מחלוקת, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט איבער דיין ווייב, אזוי וועסטו פארטרייבן דעם סמ"ך מ"ם פון שטוב, אויך זאלסטו זוכן אין איר די מעלות, און אז זי האט פארלוירן אין דיינע אויגן די חן - איז דאס דיין פראבלעם, דו דארפסט גיין וויינען צום אייבערשטן אויף די ראיות אסורות מיט וואס דו ביסט נכשל געווארן, ווייל אז מען היט נישט די אויגן שטופט מען אוועק די שכינה פון זיך, עס גייט אוועק די חן פון שטוב השם ישמרינו.


געב אכטונג אויף דיין ווייב, הער איר אויס, און אז זי האט טענות אויף דיינע עלטערן - זאלסטו נישט מאכן קיין מחלוקת. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד, און נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער איז אריין געקומען די רעביצין און אנגעהויבן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון איר", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. דער גבאי האט דאס אלעס אונטערגעהערט, האט ער געפרעגט: "רבי, פאר די מאמע געבט דער רבי גערעכט און פאר די ווייב געבט דער רבי גערעכט?" האט דער צדיק געזאגט: "דו ביסט אויך גערעכט..." אים צו לערנען דער טיפער לימוד פון טון אלעס אויף דער וועלט אבי עס זאל זיין שלום.


דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין די נייע געגנט אין קרית ברסלב, איך וויל מחזק זיין די משפחות דארט, און אם ירצה ה' קומענדיגע וואך וועל איך זיין אין שטעטל ביי די געגנט פון די גאס ירושלים.


א פרייליכן שבת.

#8441 - מיין נישט אז יענעם איז בעסער
שלום בית, קנאה, שמירת עינים, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט מקנא אנדערע, מיין נישט אז יענעם איז בעסער, נישטא וועם צו מקנא זיין. מוהרנ"ת האט געזאגט: "אויב איינעם מקנא זיין - איז דאס אן ערליכער איד", און ווער עס איז דער ערליכער איד ווייסט מען אויך נישט, מען איז מקנא די זאך פון זיין אן ערליכער איד נאר דאס איז גוט צו מקנא זיין, אנדערע זאכן איז נישטא, נישטא קיין עולם הזה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיט), אפשר אויבן איז דא אן עולם וואס רופט זיך עולם הזה, דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דא דער גיהנום און דער גן עדן; איז מען זוכה צו לעבן מיט צדיקים, מען באניצט זיך מיט זייערע עצות, מען לעבט מיט תורה, מיט תפילה, מיט אמונה - איז מען אין גן עדן, און אז נישט - איז מען אין גיהנום.


אויך אין שלום בית וכו' זאלסטו זיך נישט איינרעדן אז דיין חבר, דיין שכן - האט בעסער וכו', דאס איז דמיונות וואס דער בעל הדמיון - דער יצר הרע - מאכט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.), דער יצר הרע האט זיבן נעמען, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה), היינט האט ער שוין א נייעם נאמען, "דמיון"; ער מאכט צעדרייט דעם מענטש מיט די כח המדמה, ער נעמט אוועק די חן פון שטוב און לייגט עס אין אנדערע מקומות השם ישמרינו.


ברודער טייערער, היט דיינע אויגן, קוק נישט אויף קיינעם, חס ושלום אז מען איז מפקיר די אויגן פארלירט מען די געפיל אין שטוב וכו' וכו', איך בעט דיר, אז דיין ווייב האט פארלוירן איר חן אין דיינע אויגן זאלסטו זיך אנהייבן היטן דיינע אויגן, און אויך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פונעם יצר הרע וואס מאכט דיך משוגע מיט די דמיונות אז אנדערע האבן בעסערס, אנדערע האבן שענערס; וואס איז אלעס דמיונות.


אז דו ביסט פארקלעבט אין קוקן מאוויס וכו' איז דיין עצה אכצן פרקים משניות. ווער עס איז אריינגעפאלן אין מאוויס, איז כמעט אוממעגליך ער זאל זיך קענען פון דעם אפלאזן, נאר מיט די כח פון תורה האט מען די מעגליכקייט צו ווערן צוריק נארמאל; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8440 - ווילסט מיר צעברעכן? גיי, גיי, גיי
שמחה, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן, אפילו מען וועט דיר קומען זאגן זאכן אין מיין נאמען אז איך בין נישט צופרידן פון דיר וכו' וכו' - זאלסטו זיך נישט צעברעכן, זאלסט זאגן: גיי, גיי, גיי; און אפילו מען וועט דיר אויפווייזן קלאר, שווארץ אויף ווייס אז דו ביסט נישט און דו וועסט זיין א נישט - זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס ער האט געהאט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, און ער האט זיך באהאלטן אין וואלד. אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות, אברהם יצחק און יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן צוליב די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", רופט זיך דער רבי אן און זאגט אים: "מֵאַחַר שֶׁהוּא כֵּן, שֶׁאֲנִי מְגֹרָשׁ כָּזֶה, יִהְיֶה לִי עוֹלָם הַבָּא", אויב איז יא אזוי, אז איך לייד אזויפיל - וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט, רופט זיך אן די נשמה און זאגט, דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, "הָיִיתִי סוֹבֵר שֶׁתְּנַחֲמוּ אוֹתִי", איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, "וּתְדַבְּרוּ עַל לִבִּי", איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, "עַכְשָׁו אַתֶּם עוֹשִׂים לִי יִסּוּרִים לְכוּ לָכֶם", יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים - גיי אוועק.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי דערציילט אונז די חלום, דער רבי לערנט אונז מיט דעם אז מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף דער וועלט, אפילו פון נשמות, אפילו פון מלאכים און אויך נישט פון צדיקים. אז מען האט חלישות הדעת דארף מען טון וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א ל, ו): "וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד בַּה' אֱלֹקָיו", דוד המלך האט זיך געשטארקט מיטן אייבערשטן, ווען דוד המלך'ס אייגענע מענטשן האבן אים געוואלט הרג'ענען; וואו האט ער געקענט אנטלויפן? איז ער געלאפן צום אייבערשטן.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך נאריש מאכן ביז דו ווערטס פרייליך; לאך, טאנץ, אבי זיין פרייליך. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצג): "וְכָל עִקַּר הִתְרַחֲקוּת כָּל אָדָם מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הִיא רַק מֵחֲמַת עַצְבוּת וּמָרָה שְׁחוֹרָה", דער עיקר זאך וואס נעמט אוועק מענטשן פון אייבערשטן איז דאס עצבות, דאס זיין דערביטערט און דעפרעסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8439 - זיין פרייליך
שמחה, ל"ג בעומר, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די יאר וועל איך נישט זיין אין מירון ל"ג בעומר, די יאר מאכן מיר אין שטעטל ל"ג בעומר א סעודה, מיר וועלן מסיים זיין ספר הזוהר. אויך וועט זיין א הדלקה, מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צום נחל נובע מקור חכמה, וואס אפילו העיר וקדיש מן שמיא צריך לקבל משם (חיי מוהר"ן, סימן קפט), ווייל אז מיר קליינע מענטשלעך וואס מיר זענען אזוי ווייט פון פארשטיין די סודות פון ספר הזוהר, די אורות און השגות; אז מיר זאלן דאס קענען פארשטיין און לעבן מיט דעם - דאס קען נישט זיין נאר דורך די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס ער לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע פלאץ, דארט אויך אויסשרייען אז עס איז מלא כל הארץ כבודו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די אותיות בשמחה; דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות, פאזעטיווע מחשבות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה", ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ", איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען מען איז פרייליך, זענען די מחשבות מסודר און מיושב.


פרייטאג, פסח שני - זענען מיר מסיים מסכת מנחות און מען הייבט אן שבת א נייע מסכתא, מסכת חולין. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט מיטן באן, עס פארט א באן היכל הקודש, יעדן טאג לערנט מען א בלאט גמרא מיט נאך אסאך לימודים, כאפ זיך מיט, די תורה וועט דיר געבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8438 - נישט גיין צו דאקטוירים זיך בודק זיין
רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע זיך גיין בודק זיין ביי א דאקטער וכו', (יעצט איז דא א מארקעטינג קאמפעני וואס ציט אן מענטשן אז עס איז ממש א חיוב צו גיין זיך בודק זיין און עס איז ממש סכנת נפשות); מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים בפירוש נישט צו גיין בשום אין אופן צו דאקטוירים זיך בודק זיין, מוהרא"ש זאגט: "צדיקים זאגן אז מען זוכט טרעפט מען"; איז וואס דארפסטו גיין זוכן צרות? גיי נישט צום דאקטער זיך אונטערזוכן, בשום אין אופן.


צום דאקטער גייט מען נאר ווען מען שפירט זיך נישט גוט, און אויך דעמאלט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן און געבן א פדיון, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ג); אז מען זאל אנקומען צום דאקטער וואס דער מלאך רפאל שטייט ביי אים, נישט צו די דאקטוירים וואס זענען ארבייטערס פארן מלאך המוות.


א איד דארף לעבן מיט די תורה, נישט די מארקעטינג זאגט מיר וואס די תורה זאגט, די צדיקים זאגן אונז ווי אזוי זיך צו פירן, נעבעך נעבעך, א רחמנות אויף כלל ישראל וואס זענען ווי שעפעלעך וואס האבן נישט קיין פאסטוך, מען קוקט אין צייטונג און מען מיינט אז דאס דארף מען טון; די צייטונג זאגט מען דארף גיין צו טעראפי, די צייטונג זאגט מען דארף גיין זיך בודק זיין ביי דאקטוירים, די צייטונג זאגט מען דארף אינוועסטן אין חתונה פאלעסיס; די צייטונג איז נישט דער מורה דרך פון א איד, א איד קוקט אין די תורה, א איד פרעגט צדיקים ווי אזוי זיך צו פירן.


די וואך וועלן מיר מסיים זיין מסכת מנחות, און מיר הייבן אן מסכת חולין; זיי דיך מחדש, פריש זיך אויף, הייב אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא וועסטו האבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8437 - אלעס איז פאר די טובה פונעם מענטש
אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


יעצט האב איך געהערט אז איר האט זיך צעבראכן אייער פוס, און איר האט שטארקע ווייטאג.


איך וויל אייך שטארקן, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט, "אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", נאר נאכדעם וואס מען האט דאס אויסגערופן אין הימל; זעט מען אז יעדע זאך וואס טוט פאסירן מיטן מענטש – רופט מען אויס ערשט אין הימל, איז דאך זיכער אז דאס איז פאר די טובה פונעם מענטש; דארף מען דאס אננעמען מיט ליבשאפט, און מען דארף גלייבן אז דאס איז פאר די טובה פונעם מענטש.


איך וועל בעטן פאר אייך איר זאלט האבן א שנעלע רפואה, איר זאלט האבן געזונטע פיס, איר זאלט קענען גיין, שפרינגען און טאנצן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך שיקן שנעל א רפואה שלימה.

#8436 - וואס וועט העלפן דאס זארגן?
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, א שאד צו זארגן, אייער שידוך האט מען שוין אויסגערופן אין הימל נאך איידער איר זענט געבוירן; איז וואס וועט העלפן דאס זארגן? א שאד צו טראכטן טאג און נאכט: 'ווער? ווער וועט זיין מיין חתן?'


געבט זיך איבער צום אייבערשטן, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ער מאכט אזעלכע ניסים מיט אייך, און בעטס אים ער זאל אייך העלפן איר זאלט אויפשטעלן ערליכע ליכטיגע געזונטע דורות.


כאפט אריין – ווילאנג איר זענט א מיידל – צו העלפן אייער מאמע; וויפיל איר וועט נאר העלפן איז נישט גענוג, א מאמע דארף מען העלפן אן א שיעור, בפרט איר וואס איר האט אזא טייערע מאמע, איינס אין דער וועלט; זאלט איר איר העלפן און איר פרייליך מאכן.


געבט א גרוס פאר אייער טאטע.

#8435 - זאגן פון אינעווייניג די ברכה פון אשר יצר
חיזוק פאר מיידלעך, חול המועד, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פרייז זיך זייער צו הערן אז איר פאלגט אייערע עלטערן, און אז איר האט זיך איינגעהאלטן נישט צו שרייבן חול המועד ווען אייערע עלטערן האבן אייך געזאגט אז חול המועד שרייבט מען נישט, און אפילו עס איז אייך אנגעקומען שווער, איר האט זייער שטארק געוואלט שרייבן א בריוו צו וויסן וואס זיך צו מקבל זיין פאר אייער געבורטס טאג – דאך האט איר געטון וואס די הלכה פארלאנגט (שלחן ערוך אורח חיים סימן תקמה, סעיף א).


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס טאג, יעדע מאל איר דארפט זאגן די ברכה פון אשר יצר – דאס צו זאגן פון אינעווייניג. בעטס אייערע עלטערן אויב מען קען לייגן ביי די סינק נעבן די בית הכסא אן 'אשר יצר טאוול', און יעדעס מאל נאכן ארויסגיין – זאלט איר זיך וואשן די הענט מיט א טעפל און זאגן די ברכה אריינקוקנדיג אין די אותיות.


עס זעט אויס ווי א קלייניקייט, אבער דאס איז א גרויסע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער האט געפרעגט וואס ער זאל זיך מקבל זיין צו טון עפעס א גוטע זאך פאר זיין מאמע'ס נשמה, "זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה" - האט אים דער רבי געזאגט; זעט מען אז זאגן די ברכה פון אינעווייניג, וואס איז מעורר די כוונה – איז א גרויסע זאך.


איר זענט א "בית פיגא" תלמידה, בעט איך אייך איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון אנדערע מיידלעך, אלץ זאלט איר שפילן מיט די מיידלעך וואס קיינער וויל נישט מיט זיי שפילן; קוקט זיך אום אויף די צעבראכענע הערצער, מיט זיי זאלט איר שפילן, מיט זיי זאלט איר רעדן; דאס וועט מאכן מען זאל פון הימל אויף אייך רחמנות האבן, און אייך געבן אלעס גוטס.

#8434 - נישט ארייננעמען אין מויל א זאך אן אן הכשר
כשרות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף אז די מעשה איז נישט אמת, אז אויפן וועג אהיים פונעם טריפ קיין וואשינגטאן, ווען די רעדל פון די באס האט אנגעהויבן ברענען און מען איז געבליבן שטעקן ביי א געז סטעישאן - האסטו גענומען פון די טרינקען און פון די נאש וואס האט נישט געהאט קיין הכשר השם ישמרינו, מיט א תירוץ אז דער גוי דער ארבעטער זאגט אז עס איז כשר.


איך האף אז די מעשה איז נישט וואר, אויב יא - דארפסטו שטארק תשובה טון אז דו ביסט נכשל געווארן מיט עסן מאכלות אסורות, אפילו עס איז נאר פאטעטא טשיפס און נאר טרינקען, אויב האט דאס נישט קיין הכשר.


עס איז מיר א וואונדער אז קיינער האט גארנישט געזאגט, עס איז מיר א גרויסע ווייטאג, איך בין זייער פארשעמט אז עס קען פאסירן אין ישיבה אזא זאך, ווייל אפילו מען איז מיד און אפילו מען איז געבליבן שטעקן אונטערוועגנס - איז דאס נישט קיין תירוץ; א איד נעמט נישט אריין אין מויל קיין שום זאך אן א הכשר.


עס זעט מיר אויס אז דו מיינסט אז ברסלב איז אראפנעמען פון זיך חס ושלום חס ושלום, ברסלב איז נאר מחזק זיין אויף קיום התורה והמצוות.

#8433 - נאר אמת קלעבט זיך אן אין תלמידים ותלמידות
חינוך הילדים, אמונת חכמים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


לערנט מיט די תלמידות אמת'דיגע זאכן, נאר אמת קלעבט זיך אן אין תלמידים ותלמידות, אז מען לערנט ליגנט - מאכט דאס נאר א חורבן; עס איז נישט אמת צו לערנען מיט קינדער אז נאר דא ביי אונז האט מען א חיים טובים, נאר ביי אונז איז דא שלום בית און נאר ביי אונז זענען די מענער ערליך, דאס איז ליגנט, און אז איר וועט ממשיך זיין צו לערנען מיט די תלמידות אויף דעם אופן - וועט איר זיי נאר דערווייטערן פון די אמת.


דער אמת איז נאר איין זאך: "מֹשֶׁה אֱמֶת, וְתוֹרָתוֹ אֱמֶת" (בבא בתרא עד.), "וַה' אֱלֹהִים אֱמֶת" (ירמיה י, י), פון דעם דארף מען רעדן צו תלמידים ותלמידות, נאר די תורה איז אמת, נאר דער אייבערשטער איז אמת.


די אלע וואס רעדן פון 'ביי אונז איז די אמת' און 'נאר ביי אונז איז דא לעבן' און נאכאמאל 'ביי אונז ...' - די זענען נארנים און די מאכן חרבנות, עס איז בכלל נישט אמת, ווייל אמת איז נאר דער אייבערשטער און די תורה; עס איז דא אסאך קהילות בישראל מיט ערליכע אידן וואס לעבן מיט די תורה און מיט דעם באשעפער, עס איז נאריש צו זאגן אז נאר ביי אונז איז די וועג, נאריש און טפשות און שקר.


לערנט די תלמידות אז אויב מען וויל האבן א גוט לעבן גייט דאס נאר מיט די תורה, און צו וויסן וואס די תורה זאגט דארף מען האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד וואס איז מדריך, און אז די תלמידה וואס זאגט אייך אז זי וויל גיין קיין ..., אז איר וועט איר זאגן: 'דארט איז נישטא קיין גוטע לעבן' - דאס איז ליגנט; וואס דען? זאגט איר: "קענסט גיין קיין ..., אבער אויך דארט וועסטו דארפן האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד וועם צו פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן".


איך זע אז איך דארף נאכאמאל אנהייבן פונדאסניי אויסלערנען די טיטשערס וואס צו רעדן, מען זאל נישט רעדן איבריגע רייד.


איך דארף מקצר זיין.