בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8624 - ארויסגעבן נאך ניגונים
אמונה, ניגונים, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


העלף מיר ארויסגעבן נאך ניגונים, דאס איז דאך אזוי וויכטיג, מענטשן דארפן די אמונה ניגונים פאר לופט צו אטעמען, עס גייט אריבער אויף מענטשן אזעלכע שווערע יסורים, און מענטשן האבן היינט זייער שוואכע נערווען, אלע ליידן אויף די נערווען און מען קען נישט נעמען דאס לעבן... און נאר די ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תקוה – שטארקט די מח מען זאל קענען ציען נאך א טאג און בלייבן ביים דעת.


יעצט זומער ווען איך בין אין שטעטל – איז מיר גרינגער ארויס צו געבן טעיפס און סידיס. איך וויל ארויסגעבן דעם זומער אן א שיעור סידיס, 1) די בחורים סידי, 2) נאך א סידי פאר אלעמען, 3) א סידי פאר מלמדים און מחנכים; איך האב נאך אזויפיל געדאנקען, אבער איך דארף איינער וואס זאל מיך שלעפן צו דעם און מיר העלפן, ווייל איך קום נישט אן צו וואס איך דארף אנקומען.


שטארק זיך מיט מחזק זיין אנשי שלומינו, מענטשן דארפן אסאך חיזוק, ספעציעל אנשי שלומינו, "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ" (סוכה נב.), ווי מער מען ווערט נענטער צום אייבערשטן – דארף מען אסאך חיזוק, אסאך נקודות החבר נישט צו ווערן מבולבל פון די גרויסע בלבולים וואס דער סמ"ך מ"ם מאכט פארן מענטש אים אפצוקילן פון זיין התקרבות צום רבי'ן.

#8623 - אלע זאלן האבן נאר אפגעהיטענע טעלעפאונס
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיצן היינט פאר א מיטינג מיט די קאמפעני "טעג", אוועק צו שטעלן דא אין שטעטל אן אפיס צו קענען פילטערן טעלעפאונס וכדומה; אזוי וועלן מיר קענען זיין אפגעהיטן, און אונזערע קינדער וועלן זיין אפגעהיטן פון די גרויסע סכנה פון טעכנאלאגיע.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט מחזק זיין און אויך פארלאנגען פון אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז די קינדער, סיי אנשי שלומינו, און סיי וואס זענען אמאל געווען אנשי שלומינו, אדער משפחות, קינדער פון אנשי שלומינו – וואס וואוינען אין שטעטל און שיקן ביי אונז די קינדער; אלע זאלן האבן נאר אפגעהיטענע טעלעפאונס וכדומה, ווייל ווי קענען מיר האלטן קינדער פון שטיבער וואס עס איז דא דארט אפענע כלים צו אלע שלעכטע זאכן, און די וועלן אראפשלעפן אנדערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות.

#8622 - אפכאפן די שיעורים
תפילה והתבודדות, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מיט אפכאפן די שיעורים סיי אינדערפרי און סיי ביינאכט, היינט אינדערפרי האט מיר געבאדערט אז דו ביסט נישט געווען גרייט וכו', האב איך נישט געגעבן די שיעור, ווייל די שיעורים קען איך נאר געבן אז מען ריקארדט עס, און אז דו ביסט נישט גרייט אכט אזייגער איז מיר א שאד צו ווארטן, א שאד מיין צייט, איך האב אזויפיל צו טון א טאג, דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט זיין פינקטליך אין צייט מיט די גמרא, קעמערע, באטערי וכו', ריקארדער וכדומה.


זיי נישט מוותר אויף ח"י פרקים משניות און א יום תהלים, אויך זאלסטו גיין א שפאציר, זיך מתבודד זיין, בעט פאר א שידוך, בעט פאר ערליכע דורות, בעט פאר דביקות בה', און צו זוכה זיין צו בענקען מער און מער צום אייבערשטן.

#8621 - א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר האסטו עפעס א געדאנק ווער עס קען זיין א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות? אמאל פלעגסטו טראגן די עול פון שאפן געלט פאר די מוסדות; לעצטנס, די לעצטע פאר יאר – ביסטו מער נישט עוסק אין דעם, האסט אוועק שפאצירט...


אפשר האסטו א געדאנק וועם מיר זאלן אויפנעמען פאר דעם? די מוסד וואקסט בלי עין הרע, און "אין הקומץ משביע את הארי, ואין הבור נתמלא מחולייתו", די חובות וואקסן מער און מער, איך ווער צעדריקט, עס נעמט מיר אוועק מיינע כוחות, מיין מח – פון קענען טון פאר די בחורים און פאר די קהילה, מיר מוזן שאפן א פאנדרעיזער וואס זאל צאמנעמען צדקה, סיי פון אנשי שלומינו און סיי פון אינדרויסן, איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם.


מיט די ישיבה העלפסטו מיר זייער שיין, איך האב זייער הנאה ווי דו ביסט מקרב און מחזק אלע בחורים; זע ווי מער זיין מיט די בחורים, שמועסן, פארברענגען און שפאצירן מיט זיי, אויך זאלסטו שפילן אינדיק מיט וועם עס פעלט אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיטן בן מלך וואס איז משוגע געווארן, און געזאגט: "איך בין א טערקי", מען האט נישט געוואוסט וואס צו טון, מוסר האט נישט געהאלפן, קנס האט נישט געהאלפן, ביז דער חכם – דאס איז דער צדיק – איז געקומען און געזאגט: "איך בין אויך אן אינדיק, איך בין אויך א טערקי", ער האט מיט אים ארום געשפילט, ביז ער האט אים צוריק געברענגט צום טאטן, צום קעניג – דער מלך מלכי המלכים, הקדוש ברוך הוא, והבן למעשה.

#8620 - שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל"
צדקה, מוסדות, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן אהער שטעלן אזעלכע שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל" מידי שבוע בשבוע, די גאנצע שטעטל איז זיך מחי', אויך הער איך אז עס קומען מענטשן פון די נייע סקווירא שטעטל פון סוואן לעיק, עס איז אזא מצוה וואס ענק טוען, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל משפחות זענען זיך מחי', וויפיל משפחות לעבן אויף די עסן; וואס מען נעמט פון בית התבשיל האט מען – און מער האט מען נישט, נישטא קיין געלט צו גיין אין גראסערי...


בנוגע די אלע עסן וואס מען טיילט; איך וויל דו זאלסט אדער פרעגן יעדע זאך דעם דיין שליט"א, אויף יעדע הכשר אויב דאס איז גוט, און אויף וואס ער זאגט נישט – איז נישט, אדער זאל מען מודיע זיין אז עס איז נישט אונטער אונזער הכשר, און יעדער איינער זאל אליין בוחר זיין אויב דאס איז לויט די הכשר סטאנדארט וואס מען עס ביי אים אין שטוב, אזוי ווי אין גראסערי וכו'.


איך זאג נישט וועלכע וועג ענק זאלן נעמען, דאס האט מיט די וועד פון בית התבשיל, אבער דאס זאג איך יא, ענק מוזן נעמען א וועג, אדער – אדער, ווייל מענטשן אין די קהילה מיינען אז אלעס וואס מען טיילט – איז מיט מיין הכשר...

#8619 - פלאג צו בויען מוסדות, נעמט אוועק פלאג אין ביזנעס
צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אזא שאד אז דו האסט אפגעלאזט דאס העלפן די מוסדות, איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווי מער דו וועסט נעמען די עול פון די מוסדות – וועסטו נישט האבן אן עול אין דיין ביזנעס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען תורה און פון העלפן מוסדות התורה – "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמט מען אוועק פון אים די פלאגעניש פון פרנסה און פון צאלן מיסים וארנוניות, און פארקערט, "וְכָל הַפּוֹרֵק מִמֶּנּוּ עוֹל תּוֹרָה נוֹתְנִין עָלָיו עוֹל מַלְכוּת וְעוֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ".


יעדער מענטש האט א מאס וויפיל ער דארף זיך פלאגן, און יעדן ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען זאל זיך די יאר הבא עלינו לטובה דארפן מוטשען, 'החכם עיניו בראשו', לייגט ער אריין די עמל אין 'עמל של תורה', און מען ווערט געראטעוועט פון זארגן אייגענע זארג, אשרי לו, ווייל 'אדם לעמל יולד', א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, און אפילו דער רייכסטער מענטש קען זיך נישט ארויס דרייען פון דארפן ליידן, און זיך פלאגן, און פון זיך שטענדיג זארגן, נאר די עצה איז דא; אויפטוישן די זארג, פלאג, ווייטאג – פאר תורה.


עס איז כדאי פאר דיר צו לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן (חלק ב, סימן קיט), וואו דער הייליגער רבי שמועסט אויס די זאך, ווי אלע ליידן יסורים, אפילו די גרויסע עשירים, אפילו די העכסטע מיניסטארן, אלע ליידן, און עס איז נאר דא איין וועג זיך צו ראטעווען פון די צרות און ווייטאג, דורך לערנען תורה און העלפן אויפבויען מוסדות התורה, עיין שם.

#8618 - נאר דאנקען און לויבן
אמונה, התחזקות, צדקה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מוהרנ"ת פלעגט זאגן, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו' – זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען און לויבן, און דאס איז וואס מען וויינט עד היום יעדע יאר תשעה באב, ווייל מען האט געקרעכצט, מען האט זיך אפגערעדט אויפן אייבערשטן.


על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אוועק נעמען פון אונז די טעג פון בין המצרים, ער וועט אונז געבן נאר גוטס, פון הימל וועט מען זאגן: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס"; מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים; ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.

#8617 - חס ושלום ארויסגיין קעגן א איד
אמונה, שלום בית, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מחלוקת איז אזוי געפערליך, אפילו ערליכע אידן ווערן פארכאפט אין דעם, עס זענען דא מענטשן וואס גייען אריין אין א דמיון אז זיי דארפן פאררעכטן די וועלט, און נאר זיי זענען ביים אמת, און אלע דארפן זיך אונטערווארפן אונטער זיי, און אויב נישט – איז א מצוה זיי צו רודפ'ן השם ישמרינו, ווייל דער סמ"ך מ"ם קומט צום מענטש פארשטעלט ווי אן ערליכער איד, ער טוט אנהעצן דעם מענטש ער זאל זיך קריגן מיט אנדערע מיט א לבוש פון 'מען דארף מתקן זיין די וועלט' וכו'.


אבער אין אמת'ן דארף מען וויסן אז עס איז נישטא קיין מענטש אן א חסרון, יעדער איינער ווערט באשאפן מיט א פעלער וכו', און די עבודה איז דאס אויס צו ארבעטן און זיך משלים זיין, אבער אויף א צווייטן טאר מען נישט קוקן שלעכט, און חס ושלום זוכן די חסרונות, און אז דער יצר הרע קומט איינרעדן צו זוכן ביי אנדערע שלעכטס – זאל מען זיך דערמאנען די חטאות נעורים, און אויך ווי מען האלט יעצט וכו', און אפילו מען איז א גרויסער למדן, און אויך א חשוב'ער איד, א חסיד – דארף מען זיך בארעכענען ווי מען האלט אויף די וועלט מיט די אייגענע ענינים (פגם הברית), ווי עס קומען אריין נישט גוטע מחשבות השם ישמרינו, און חס ושלום ארויסגיין קעגן א איד, חס ושלום צו האבן צו טון מיט פארשעמען א איד, אדער מקפח זיין איינעמ'ס פרנסה, ווייל נאר דורך שלום וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (דברים רבה ה, טו): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַחֵם אֶת יְרוּשָׁלַיִם אֶלָּא בְּשָׁלוֹם", דער אייבערשטער וועט טרייסטן ירושלים, נאר בזכות שלום, און "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַשֵֹּׂר אֶת יְרוּשָׁלַיִם שֶׁיִּהְיוּ נִגְאָלִים אֶלָּא בַּשָּׁלוֹם", דער אייבערשטער וועט אונז זאגן די גוטע בשורה אז מיר ווערן אויסגעלייזט נאר מיט שלום, "שֶׁנֶּאֱמַר" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיה נב, ז-ט): "מַה נָּאווּ עַל הֶהָרִים רַגְלֵי מְבַשֵּׂר מַשְׁמִיעַ שָׁלוֹם מְבַשֵּׂר טוֹב מַשְׁמִיעַ יְשׁוּעָה אֹמֵר לְצִיּוֹן מָלַךְ אֱלֹקָיִךְ, קוֹל צֹפַיִךְ נָשְׂאוּ קוֹל יַחְדָּו יְרַנֵּנוּ כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן, פִּצְחוּ רַנְּנוּ יַחְדָּו חָרְבוֹת יְרוּשָׁלִָם כִּי נִחַם ה' עַמּוֹ גָּאַל יְרוּשָׁלִָם", אמן סלה.

#8616 - די טעג פון בין המצרים
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו אז די דריי וואכן, די טעג פון בין המצרים, וואס מען פירט זיך מיט די הלכות פון אבילות – זענען טעג וואס מען קען זייער מצליח זיין אין עבודת השם יתברך, און מען זענען זיך טועה אין דעם, מענטשן מיינען אז די דריי וואכן זענען טעג פון עצבות און מרה שחורה, אבער באמת איז פינקט פארקערט, עס זענען טעג וואס מען קען זיך זייער דערנענטערן צום אייבערשטן.


אמאל האט מען געשמועסט מיט מוהרנ"ת, מען האט אים דערציילט אז עס זענען דא ערליכע אידן וואס זאגן אז זיי האבן א ירידה אין די טעג פון בין המצרים; האט מוהרנ"ת געזאגט: "עס איז נישט אמת, די טעג פון בין המצרים זענען טעג וואס מען קען זייער נאנט ווערן צום אייבערשטן, דורך לערנען תורה, דורך דאווענען און טון גוטע מעשים".


על כן זאלסטו אויסניצן די טעג מיט לערנען און דאווענען, און אפילו מען פירט זיך בדיני אבילות – זאלסטו אבער זיין פרייליך, זאלסט ארום גיין מיט א שמייכל. אזוי ווי דער הייליגער חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו: "צהלתו בפניו ואבלו בלבו", פון דרויסן זענען מיר פרייליך, און די הארץ אונזערע – וויינט, מיר פרייען זיך מיט די מצוות וואס מיר טוען; אזוי איז געווען ביי אלע צדיקים, און אזוי האבן זיי געלערנט די תלמידים, מען זאל שמייכלען און זיין מיט א פרייליכע גיסטע, נאר שטילערהייט זאל מען עוסק זיין אין קלאגן און וויינען אויפן חורבן הבית.

#8615 - פארוואס זיך קריגן?
שלום בית, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ווען א מענטש לעבט מיט אביסל ישוב הדעת וואלט ער קיינמאל נישט געהאט מיט מחלוקת, מיט מתקן זיין אנדערע וכו', ווייל דער וואס לעבט מיט ישוב הדעת, ער ווייסט אז 'איין טאג וועל איך דארפן אלעס איבערלאזן, איין טאג וועט קומען דער מלאך... און איך וועל אלעס דארפן איבערלאזן, איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, מיין נשמה וועט ארויפגיין וכו''; אזא מענטש וועט זיך נישט קריגן מיט אנדערע, און אפילו מען וועט אים אנהעצן וכו', אז עס איז א מצוה צו קריגן וכו' – וועט ער אנטלויפן פון די סארט מצוות.


יעדער איז איבערצייגט אז ביי זיי איז די אמת, אבער דאס איז זיכער: "א-מת", איין טאג: "אהי' מת", וועל איך זיין א נפטר, עס וועט גארנישט ניצן, נישט קיין געלט, נישט קיין כבוד, נישט קיין מעכטיגקייט וכו', און דעמאלט וועל איך זען דעם ריינעם אמת, אז (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", נאר דער אייבערשטער איז אמת, און די הייליגע תורה; איז וואס דארף מען זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן? פארוואס זאלן צוויי ברידער נישט רעדן פון פיינטשאפט אז דער ברודער איז ביי א צווייטע חסידות אדער ביי א צווייטע קהילה וכו'? פארוואס זאלן צוויי שכנים וואס ביידע זענען ערליכע אידן נישט רעדן צוליב דעם וואס דער אנדערער שכן גייט ביי א צווייטער רבי, ראש ישיבה וכו'? דאס איז דער ביטערער גלות, און נאר צוליב דעם ליידט מען צרות, (מען רעדט נישט פון מינים ואפיקורסים וואס על פי תורה דארף מען זיך אפטיילן, מען רעדט פון אידן מאמינים בה' ובתורתו), און ווער ווייסט וויפיל פרנסה אידן פארלירן צוליב מחלוקת, ווייל איין קליינע מחלוקת איז דוחה מאה פרנסות, עס נעמט אוועק הונדערט פרנסות פון אחינו בני ישראל.

#8614 - זיי א ותרן אין שטוב
שלום בית, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זע אין שטוב זאל זיין שלום, זיי א ותרן אין שטוב, און געב שטענדיג גוטע ווערטער, און אז דיין ווייב בעט געלט פאר שטוב זאכן, און פאר אירע זאכן – זאלסטו איר געבן, זיי נישט קארג, טו אלעס פאר שלום; ווייל דער סמ"ך מ"ם זוכט וואו ער קען מאכן א קריג צווישן מאן און ווייב, אזוי טוט ער זיי ביידע אראפווארפן אין עבירות רחמנא לצלן.


על כן נעם אן די עצה פון די הייליגע צדיקים וואס זאגן אז מען זאל זיך קיינמאל נישט טענה'ן מיט די ווייב, און זיכער נישט שטעכן מיט ווערטער. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.), מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", די נאטור ביי פרויען איז א ווייכע נאטור, זיי וויינען און ווערן שנעלער געטשעפעט, און אז עס איז דיר שווער, דו שפירסט ווי דו קענסט נישט וכו', זאלסטו אנטלויפן צו די תורה, אז דו וועסט לערנען תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן – וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, ווייל אלעס איז תלוי נאר אינעם מאן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ח, יח): "זכה", אז מען לערנט תורה, מען פירט זיך מיט מעשים טובים – "עוזרתו", ווערט די ווייב בטל צום מאן, "לא זכה, כנגדו", און נאך מער זאגט דער הייליגער זוהר (תיקון יד, דף ל:): "עֵזֶר לוֹ בְּעָלְמָא דֵין", סיי אויף די וועלט, "וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", און אויף יענע וועלט; ווייל אלעס איז נאר תלוי אינעם מאן.

#8613 - אויפזוכן די גוטע זאכן ביי אנדערע
שלום בית, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ווען מיר קלאגן אויפן חורבן בית המקדש, מיר זאגן "תיקון חצות", און מיר זאגן תשעה באב: "אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד", מיט די קינות – איז דאס אויפן היינטיגן חורבן; מיר וויינען אויף די גלות השכינה, ווי ווייט מיר זענען פונעם אייבערשטן, מיר וויינען אויף אונזער חורבן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קא): "אֵין אוֹמְרִים חֲצוֹת עַל הֶעָבָר", מען וויינט נישט אויף וואס איז געווען מיט יארן צוריק, נאר "עַל מַה שֶּׁנַּעֲשֶׂה עַכְשָׁו עִם הָאָדָם", אויף וואס עס טוט זיך יעצט מיטן מענטש; מען דארף זיך טרעפן אין די פסוקים און זיך אויסשמועסן און אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אונז מקרב זיין צו אים, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיטן באשעפער, נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן, און חס ושלום נישט מעכב זיין די גאולה, און נישט האבן מיט מחלוקת וואס האלט צוריק די גאולה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא ט:), די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב מחלוקת און שנאת חנם, "ועדיין מרקד בינן", און נאכאלץ איז דא די עבירה פון זיך קריגן, און פון זיך פיינט האבן, און דאס איז מעכב די גאולה.


על כן יעצט ווען מיר זענען אין די דריי וואכן, אין די בין המצרים טעג, זאלסטו זיך שטארקן מיט קוקן גוט אויף א צווייטן, און מיט אויפזוכן די גוטע זאכן ביי אנדערע, און זיי דן זיין לכף זכות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבועות ל.) אויפן פסוק (ויקרא יט, טו): "'בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ', הֱוֵי דָּן אֶת חֲבֵירְךָ לְכַף זְכוּת", און אזוי וועט דער אייבערשטער אונז דן זיין לכף זכות, ווייל (שבת קכז:): "הַדָּן חֲבֵירוֹ לְכַף זְכוּת דָּנִין אוֹתוֹ לִזְכוּת", און אפילו מען זעט א מענטש מיט חסרונות – דארף מען גלייבן אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נז.): "אֲפִילּוּ רֵיקָנִין שֶׁבָּךְ מְלֵאִים מִצְוֹת כְּרִמּוֹן", אפילו די ליידיגע מענטשן זענען אויך פול מיט מצוות, אזויפיל ווי די קערלעך פון א מילגרוים.

#8612 - א געפיל פאר תפילה והתבודדות
תפילה והתבודדות, אמונה, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ליבער ברודער, יעצט אין די דריי וואכן, די טעג פון בין המצרים – דארפן מיר זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, צו וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לג.): "מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ דֵּעָה", ווער עס האט שכל, - "כְּאִלּוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", איז אזוי ווי די בית המקדש איז ביי אים נישט חרוב; וואס מיינט דעת און שכל? דאס מיינט מען די אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ד, לה): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ", ווייל דאס איז די חורבן בית המקדש, דאס וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס וואס מען רעדט זיך נעבעך איין אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל; על כן דארפן מיר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, אזוי וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות, מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח.


ווי אזוי איז מען זוכה צו א שטארקע קלארע אמונה? דורך תפילה; דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף, און דורך דאנקען דעם אייבערשטן – ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן; דעריבער זאלסטו יעצט אין די טעג פון בין המצרים זיך שטארקן אין די זאך פון גיין יעדן טאג התבודדות, טרעף זיך א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, בעט אים אויף רוחניות און אויך אויף גשמיות, רעד מיט דיינע אייגענע תפילות אויף אידיש, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט זוכה זיין במשך הימים צו א קלארע אמונה, דיין דעת וועט ווערן שטארק געבויט, ביז עס וועט זיין ביי דיר א בנין בית המקדש, דו וועסט ווערן אויסגעלייזט פון אלע דיינע גלות'ן.


מען דארף אבער אסאך סבלנות, אין אנהייב וועט דיר זיין שווער די עבודה, ווייל ווילאנג די אמונה איז נאכנישט קלאר און לויטער – האט מען נישט די געפיל פאר תפילה והתבודדות, מען הייבט אן דאווענען, מען הייבט אן זיך מתבודד זיין, און מען ווערט מיד, מען הייבט אן גענעצן, ביז מען לאזט אפ די הייליגע עבודה, און ווייל מען שפירט נישט ווי די תפילות ווערן נתקבל, מען שפירט נישט ווי מען הערט אויס וכו', פון אסאך זינדיגן, טון עבירות – ווערט "עֲנָנִין דִּמְכַסִּין עַל עַיְנִין" (זוהר הקדוש פרשת פנחס, דף רנב.), מען שפירט נישט די אמונה, אבער אז מען שטארקט זיך מיט אסאך סבלנות, מען האלט אן די עבודה טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אזוי ווייטער – איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה, ביז כאילו נבנה בית המקדש בימיו.

#8611 - א געפיל פאר תפילה והתבודדות
תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ליבער ברודער, יעצט אין די דריי וואכן, די טעג פון בין המצרים – דארפן מיר זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, צו וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לג.): "מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ דֵּעָה", ווער עס האט שכל, - "כְּאִלּוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", איז אזוי ווי די בית המקדש איז ביי אים נישט חרוב; וואס מיינט דעת און שכל? דאס מיינט מען די אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ד, לה): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ", ווייל דאס איז די חורבן בית המקדש, דאס וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס וואס מען רעדט זיך נעבעך איין אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל; על כן דארפן מיר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, אזוי וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות, מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח.


ווי אזוי איז מען זוכה צו א שטארקע קלארע אמונה? דורך תפילה; דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף, און דורך דאנקען דעם אייבערשטן – ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן; דעריבער זאלסטו יעצט אין די טעג פון בין המצרים זיך שטארקן אין די זאך פון גיין יעדן טאג התבודדות, טרעף זיך א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, בעט אים אויף רוחניות און אויך אויף גשמיות, רעד מיט דיינע אייגענע תפילות אויף אידיש, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט זוכה זיין במשך הימים צו א קלארע אמונה, דיין דעת וועט ווערן שטארק געבויט, ביז עס וועט זיין ביי דיר א בנין בית המקדש, דו וועסט ווערן אויסגעלייזט פון אלע דיינע גלות'ן.


מען דארף אבער אסאך סבלנות, אין אנהייב וועט דיר זיין שווער די עבודה, ווייל ווילאנג די אמונה איז נאכנישט קלאר און לויטער – האט מען נישט די געפיל פאר תפילה והתבודדות, מען הייבט אן דאווענען, מען הייבט אן זיך מתבודד זיין, און מען ווערט מיד, מען הייבט אן גענעצן, ביז מען לאזט אפ די הייליגע עבודה, און ווייל מען שפירט נישט ווי די תפילות ווערן נתקבל, מען שפירט נישט ווי מען הערט אויס וכו', פון אסאך זינדיגן, טון עבירות – ווערט "עֲנָנִין דִּמְכַסִּין עַל עַיְנִין" (זוהר הקדוש פרשת פנחס, דף רנב.), מען שפירט נישט די אמונה, אבער אז מען שטארקט זיך מיט אסאך סבלנות, מען האלט אן די עבודה טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אזוי ווייטער – איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה, ביז כאילו נבנה בית המקדש בימיו.

#8610 - אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן
אמונה, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


יעצט אין די טעג פון בין המצרים ווען מיר קלאגן אויפן חורבן הבית – דארפן מיר תשובה טון, מיר דארפן פאררעכטן צו אנהייבן לעבן מיט א שטארקע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן, אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.), ווען די מרגלים זענען צוריק געקומען מיט לשון הרע אויף ארץ ישראל – האבן אלע אידן געוויינט, און דער אייבערשטער האט דעמאלט געזאגט: "אַתֶּם בְּכִיתֶם בְּכִיָּה שֶׁל חִנָּם", דערפאר וואס ענק וויינען אומזיסט, "אֲנִי קוֹבֵעַ לָכֶם בְּכִיָּה לְדוֹרוֹת", וועל איך באשטימען דעם טאג ענק זאלן אלע יארן וויינען, און טאקע דעם טאג, תשעה באב, זענען ביידע בתי מקדש חרוב געווארן.


מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן אויפהערן וויינען, און אויך ווען עס זעט אויס ווי זאכן זענען שלעכט, עס זעט אויס געפערליך – דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז פונעם אייבערשטן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס, אלעס איז לטובה, ווייל חס ושלום אז מען וויינט, מען מיינט אז מען וויל שלעכטס טון – דעמאלט ווערט א בכי' לדורות; מען רעדט נישט דא פון זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסרעדן די ווייטאג וואס מען גייט אריבער; דאס איז זייער גוט צו טון, דאס איז די עבודה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט, משיח איז א לשון פון 'משיח אלמים', משיח וועט מאכן אלע שטומע זאלן שמועסן און דערציילן דעם אייבערשטן; מען רעדט פון זיך אפרעדן, דאס איז געפערליך, אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן, דאס איז כרחוק מזרח למערב; אפרעדן איז טומאה, עצבות ומרה שחורה, און זיך אויסרעדן – איז קדושה; מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס, און אז זאכן טוען וויי – דארף מען קומען מיט תחנונים בעטן א מתנת חנם, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן.

#8609 - א געשמאקע לופט, א געשמאקע צייט, מיט די קינדער
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


פארלייג זיך אז די שבת סעודות ביי דיר אין שטוב זאל זיין פרייליך, עס זאל זיין א געשמאקע לופט, א געשמאקע צייט. דער זוהר הקדוש זאגט (יתרו פח.), די הייליגע חבריא פון רבי שמעון בר יוחאי, רבי אבא און רב המנונא סבא: "כד הוה יתיב בסעודתא דשבתא הוי חדי בכל חד וחד", זענען געזיצן ביי די שבת סעודות און זיך זייער געפרייט; גרייט זיך אן איינס צוויי מעשיות פון א צדיק, דערצייל דאס ביי די סעודה, און מער פעלט נישט אויס. שמועס מיט די קינדער און הער אויס די קינדער ווי זיי שמועסן, און ווארף אריין אין די שמועסן ברעקלעך פון אמונה אויף א געשמאקע וועג, דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר די קינדער.


די מעשה פון רבי'ן וואס דער חכם האט געשפילט ווי אן אינדיק, זיך נאריש געמאכט וכו', ביז דער בן מלך איז געזונט געווארן; די מעשה איז א יסוד היסודות, אלע חכמות ליגט אין דעם, ווי אזוי מען קען מקרב זיין די קינדער צום אייבערשטן דורך שפילן מיט זיי, דורך זיך אראפלאזן צו זיי וכו' וכו'.

#8608 - די בעסטע סגולה – לערנען תורה
התחזקות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן פון דיר צען טויזנט דאלער פאר צדקה, דער אייבערשטער זאל דיר געבן געזונט און נחת ביי דיינע קינדער בזכות די צדקה.


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו לערנען בהתמדה רבה; לערנען תורה טוט אויסלייטערן דעם מענטש, לערנען תורה טוט מתקן זיין דעם מענטש; מענטשן זוכן תיקונים, סגולות וכו', און פון די בעסטע סגולה – לערנען תורה, זאגן די אותיות התורה – איז מען אזוי ווייט.


פארלייג זיך אויף לימוד ח"י פרקים משניות, 'משנה' איז די אותיות 'נשמה', 'משנה' איז ראשי תיבות ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי, עס ציט ארויס פון שאול תחתית, פון גיהנום; אפילו מען איז אין גיהנום, מען ברענט זיך אין עבירות, מען האט פיל פוגם געווען השם ירחם; דורך משניות ווערט אלעס פארראכטן.

#8607 - יישר כח פאר'ן העלפן די קינדער מיט עברי
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


פאריגע וואך איז פארגעקומען אין בית פיגא, ביי די קלאס פון פרי 1-a א גראדואירונג פאר די תלמידות פון פרי-סקול, מען האט אויסגעלויבט די טיטשערס וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אויסצולערנען די תלמידות ליינען עברי.


איז יעצט די פאסיגע צייט אייך צו געבן א גרויסן יישר כח פארן זיך אזוי אפגעבן מיט די מיידלעך וואס דארפן הילף אויפצוכאפן די כללים פון די עברי צו קענען ליינען; איך קום בשליחות די מוסד און בשם אלע עלטערן אייך געבן א הארציגן יישר כח, מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס מיינט זיצן מיט קינדער וואס כאפן נישט אויף די עברי, לערנען מיט זיי מיט סבלנות, קענען אפליינען די קינדער'ס מח צו קענען דערגיין ווי אזוי מען ברענגט זיי אריין די מושגים פון קענען ליינען די עברי.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער אינאיינעם מיט אייער חשוב'ער מאן נרו יאיר, מיט הצלחה, מיט געזונט.

#8606 - מי און פלאג אז יעדעס קינד זאל קענען די עברי
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


נעכטן איז געווען די שיינע "חומש סעודה", מען האט אויסגערימט דעם מנהל מיטן מלמד פון כתה א', איז יעצט די פאסיגע צייט אויך פאר אייך אפצוגעבן א הכרת הטוב אויף די איבערמידליכע כוחות וואס איר לייגט אריין אויסצולערנען די קינדער וואס דארפן הילף אויפצוכאפן די כללים פון עברי; בשם די גאנצע מוסד, ובשם אלע עלטערן – געב איך אייך א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר די קינדער וואס דארפן א סעד ועזר נישט ארויסצופאלן פון קענען ליינען; מיר ווייסן אזוי פיל אז מיר ווייסן נישט וויפיל מי און פלאג גייט אריין אין יעדע קינד אויפצוכאפן די כללים און קענען צוטרעפן בסייעתא דשמיא וועלכע כלל דאס קינד כאפט נישט אויף און וועלכע מיטל וועט ארבעטן פארן קינד.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער, און איר מיט אייער מאן – דער חשוב'ער מלמד – זאלן קענען ווייטער טון די הייליגע ארבעט מיט גרויס הצלחה.

#8605 - איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע פרויען פאראיין פון "נשי חיל", וואס טוען וואלענטירן פאר אונזער יערליכן קאמפיין


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט ברכות און ישועות פאר דאס וואס ענק לייגן אריין ענקער צייט און כח אז די יערליכע קאמפיין זאל זיין מיט גרויס הצלחה; איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין, און איך וועל ענדיגן מיט אלע חובות וואס איך האב פון בויען אונזער שיינע הייליגע קהילה, קהילת היכל הקודש, און מיר וועלן ווייטער קענען אנגיין מיט אונזערע מוסדות און אלעס וואס א קהילה דארף.


א גרויסן יישר כח פאר יעדן איינעם פערזענליך.

#8604 - אלעס איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן
צניעות, קדושה, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט אפגעלאזט די מאוויס, דו קוקסט מער נישט קיין מאוויס; יעצט וועסטו זוכה זיין צו הייליגע מחשבות, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד. וויסן זאלסטו, אלע קדושות און אלע מדריגות איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן, אז מען היט די אויגן – איז די לעבן זיס, און אז חלילה מען קוקט עבירות – ווערט די לעבן אזוי ביטער, מען ליידט און מען זוכט וואו צו אנטלויפן און ענדיגן דעם לעבן.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיד), אמאל בין איך געשטאנען נעבן רבי'ן, און דער רבי רופט זיך אן: "עֶס הָאט אַ פָּנִים אַז מֶען מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן", און רבי נתן דערציילט: "איך קען נישט אראפשרייבן די תנועות וואס דער רבי האט דעמאלט געמאכט, ווי דער רבי האט אזוי געטרייסלט ביים זאגן די ווערטער, עס האט אויסגעזען ווי דער רבי האט דעמאלט עפעס גאר שטארק משיג געווען, וואס פאסירט ביים קוקן עבירות, און ביים טראכטן פון עבירות, אז די פגם קומט אן זייער הויך, השם ישמרינו".


שטארק זיך, קוק נישט קיין שום זאך, אפילו כלומר'יש איז עס נישט עבירות, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת קה:), דער יצר הרע האט זיינע טריקס ווי אזוי ער שלעפט אריין אין עבירות, ער הייבט אן צורעדן צו טון נאר דאס און נאר יענץ, ביז ער שלעפט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.

#8603 - אויף תפילה דארף מען אסאך סבלנות
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז פשט אז מען בעט זאכן פונעם אייבערשטן און מען זעט נישט ווי מען ווערט געענטפערט וכו'? וויסן זאלסטו, אויף תפילה דארף מען האבן אסאך סבלנות, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "אם ראה אדם שהתפלל", אויב א מענטש זעט אז ער האט געדאווענט און געבעטן, "ולא נענה", און ער איז נישט געענטפערט געווארן, "יחזור ויתפלל", זאל ער נאכאמאל בעטן; ווייל אמאל דארף מען בעטן אויף א זאך מער תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (דברים רבה ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", אמאל ווערן תפילות געענטפערט נאך א שטיק צייט, למשל פערציג טעג, און אויך אמאל דארף מען בעטן א סכום תפילות ביז מען פועל'ט א ישועה; מען דארף אסאך געדולד נישט צו פארלירן די אמונה, און חס ושלום נישט אפלאזן תפילה והתבודדות, נאר אויסווארטן מיט געדולד און האבן עקשנות נישט אפצולאזן תפילה, נאר בעטן ברחמים ובתחנונים.


שטארק זיך ..., איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיין תמימות, ווי דו ביסט שטארק מיט לערנען תורה און יראת שמים, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן און אויפשטעלן א שיינע שטוב.

#8602 - פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע
שמחה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א שיינע לעבן אינאיינעם מיט דיין כלה תחי', ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט דיין גאנץ לעבן געדענקען די פרייליכע צייט פון דיין שידוך, דו זאלסט אנהאלטן די שמחה, דיין גאנץ לעבן זאלסטו זיין פרייליך און דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע, דיין באבע ווערט זייער פרייליך ווען דו רופסט איר, און ווען דו גייסט צו איר. דיין טאטע עליו השלום איז געווען איר באליבסטער זון, און ווען דו מיט דיינע געשוויסטער קומען צו איר – לעבט זי אויף.


באצאל מיר פאר שדכנות אז דו וועסט רופן דיין באבע יעדן טאג און ארויפגיין צו איר כאטשיג איין מאל א וואך.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב ווי אן אייגן קינד.

#8601 - א הייליגע שלאף
אמונה, התחזקות, שלום, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך וויל דיר שרייבן אפאר שיינע הנהגות ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן, אזוי וועסטו אויסוואקסן אן ערליכער איד.


ווען עס קומט די צייט צו גיין שלאפן זאלסטו גיין שלאפן מיט יראת שמים, נעם אין בעט מעשה ביכלעך פון סיפורי צדיקים; אז מען שלאפט איין מיט מעשיות פון צדיקים - איז די שלאף א הייליגע שלאף, מען שלאפט מיט שמירה, און ליין קריאת שמע שעל המיטה; דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער מען זאל מזלזל זיין אין קריאת שמע שעל המיטה, ווייל דאס הרג'ט אים. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן - גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; דער יצר הרע, דער מלאך המזיק - ווערט אויס דורך קריאת שמע שעל המיטה, ער האט מורא פון דעם. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן - איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן, און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים, און נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ח:), רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'אישע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


זאג דעם: "רבונו של עולם הרינו מוחל", זיי מוחל יעדן איינעם. דער הייליגער זוהר דערציילט (פרשת מקץ, דף רא:), אז דער הייליגער תנא רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג פון די שטאט לוד, ער האט געזען איינעם אנקומען זייער אפגעמאטערט, דער איד האט זיך אראפגעזעצט זיך אפצורוען און ער האט איינגעדרימלט. ווען דער איד איז דארט געשלאפן באמערקט רבי אבא ווי א שלאנג קריכט צום מענטש און איידער דער שלאנג האט געקענט אנקומען צום מענטש - איז אראפגעפאלן א צווייג אויף אים און אזוי איז די שלאנג גע'הרג'עט געווארן.


ווען דער איד האט זיך אויפגעוועקט און געזען די טויטע שלאנג האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך אוועק געריקט פון זיין פלאץ וואו ער איז געשלאפן, און פינקט א סעקונדע דערויף איז אראפגעפאלן די גאנצע שטיקל ערד וואו ער איז פריער דארט געשלאפן, איז רבי אבא צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "זאגט מיר, ווער זענט איר און וואס זענען אייערע מעשים אז דער אייבערשטער האט מיט אייך געטון צוויי גרויסע נסים?" זאגט דער איד: "נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס האט מיר געטון עפעס שלעכט וואס איך זאל אים נישט מוחל זיין און אים איבערבעטן, און אויב בין איך נישט מצליח צו טרעפן דעם מענטש וואס האט מיר געטון שלעכטס - בין איך נישט אריין אין בעט שלאפן ביינאכט איידער איך האב אים מוחל געווען", האט רבי אבא געוויינט און געזאגט: "יעצט זע איך אז דו ביסט ווערד אז דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר נסים".


נאכן מוחל זיין אלעמען, זאלסטו ליינען קריאת שמע און זיך מתוודה זיין. ליין קריאת שמע שעל אריז"ל, עס נעמט נישט לאנג צו ליינען קריאת שמע של האריז"ל, די דריי פרשיות פון קריאת שמע, און זיך מתודה זיין אויף אלעס וואס מען האט פוגם געווען. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב): ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


גרייט זיך אן נעגל וואסער איידער דו גייסט שלאפן, מען קען זען א סימן אויף איינעם אויב ער האט יראת שמים, אויב ער גרייט אן נעגל וואסער. און גיי שלאפן איידל, טו זיך איבער די נאכט קליידער איידל, מיט יראת שמים - וועט די שלאף זיין א הייליגע שלאף מיט הייליגע חלומות, און די טאג וועט זיך אנהייבן מיט גרויס שמחה, וועסט זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8600 - שווימען מיט איידלקייט
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ זאלן ענק אויסלערנען די קינדער ווי אזוי מען שווימט איידל, לייגט אריין אין די טעכטער דאס שיינקייט פון זיין איידל, ווייל דער לאנגער גלות איז גורם (תהלים קו, לה): "וַיִּתְעָרְבוּ בַגּוֹיִם וַיִּלְמְדוּ מַעֲשֵׂיהֶם", מען לערנט זיך פון די גוים, מען גייט אין זייערע וועגן; לערן דיין שטוב, דיין ווייב און טעכטער – מען זאל חס ושלום שווימען מיט א בעדינ"ג סו"ט, נאר שווימען מיט א שווים קלייד וואס איז ערליך און איידל, ווייל אפילו א מיידל צווישן מיידלעך און א פרוי צווישן פרויען - דארף אויך זיין איידל און הייליג, און אויך אויב מען איז אליין אין א סווימינג פול, מען איז אליין אין שטוב - דארף מען זיין הייליג און איידל, און אז מען איז איידל - איז מען זוכה צו געזונטע ערליכע קינדער, מען איז זוכה צו הייליגע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז מען פירט זיך איידל און צניעות'דיג - איז מען זוכה צו הייליגע קינדער.


אז דו ווילסט דיינע טעכטער זאלן ליב האבן די איידעלע וועג, זאלסטו שעצן דיין ווייב'ס צניעות; אז דיין ווייב האט א גוטע מנהג, זי האט זיך אונטער גענומען צו גיין א געוויסע וועג, איידל - זאלסטו איר מחשיב זיין, איר אויסרימען, דעמאלט וועלן דיינע טעכטער אויך וועלן גיין אין די וועג, אבער אז דו וועסט זיך אונטער לאכן פון אירע גוטע מנהגים, דו וועסט שפעטן פון איר, דו וועסט שפעטן פון די רבנים וואס לערנען ווי אזוי זיך צו פירן - וועלן די קינדער אלעס אפלאזן, און זיי וועלן גיין א טרעפ ווייטער פון דיר, זיי וועלן לאכן און שפעטן פון אלעס; פריי זיך אז דיין ווייב וויל זיין גוט, זי זוכט גוטע קבלות, זיי איר מחזק, און געב איר גוטע ווערטער אז זי איז איידל, אזוי וועסטו זוכה זיין צו בנים צדיקים. ווייל ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אין אינסטאנבול האט ער געזען קינדער מיט גאר הייליגע נשמות, ער האט געזען זיי האבן נשמות פון תנאים, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט אז דאס קומט פון זייערע מאמעס וואס זיי זענען זייער איידל און פירן זיך זייער בצניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.