בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
זאגט תהלים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן.
אויך זאלט איר אים בעטן פאר אייערע דורות, זיי זאלן וואקסן הייליג און זיין גרויסע צדיקים.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
זאגט תהלים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן.
אויך זאלט איר אים בעטן פאר אייערע דורות, זיי זאלן וואקסן הייליג און זיין גרויסע צדיקים.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעם אריין אמונה אין דיר, לעב מיט אמונה, חזר אמונה, חזר זיך אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער און אלעס איז ער אליינס, און אז עס גייט אריבער אויף דיר יסורים וכו' - זאלסטו וויסן אז דאס איז מיט א חשבון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; און אזוי אויך מיט פרנסה, די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צורירן צו א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פארן חבר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", און קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא מן שמיא מנו ליה", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער, שמוציגע ארבעט - איז אויך פון הימל.
רעד מיט מענטשן דיבורי אמונה, ביי יעדע זאך זאלסטו מזכיר זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען, וואס מען רעדט זאלסטו זאגן: "ברוך השם", "געלויבט השם יתברך", "אם ירצה השם", "חסדי השם", "כי טוב השם"; דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע שלעכטס, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.
ביים רבי'ן באקומט מען א קלארע אמונה, דער רבי לערנט מיט אונז אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה.
דעם שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב ביי מיין איידעם שליט"א און דאווענען אין די שול ביי די גאס פון ירושלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.
איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.
יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.
בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך דאנק דיך זייער פארן העלפן עס זאל זיין אין שטעטל כפרות סיי פאר די משפחות און סיי ערב יום הקדוש, איך בין דיך זייער דאנקבאר און איך ווינטש דיר אלע ברכות, פאר דיר און דיין גאנצע משפחה.
רעד צו מנחם שטיינבערג נרו יאיר, בעט אים ער זאל רעדן מיט וועם מען דארף רעדן אויף די מעשה וואס די הונט האט געביסן דיין זון דעם חול המועד; מען דארף מודיע זיין אין שטעטל פאר יעדן איינעם, ווער עס האט א מעשה מיט א הונט זאל רעדן צו מנחם, אזוי וועט מען קענען אוועק נעמען די הינט.
דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און דיין משפחה, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם באשעפער - אלץ נענטער ווערט מען צו אים, מען שפירט דעם זיסן טעם וואס מען שפירט אין גן עדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די זיסקייט פון עולם הבא, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
רפאל פורסט נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות ברסלב
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אין מוסד זאלן צאלן שכר לימוד, און דו זאלסט נישט מאכן קיין מעשיות פון 'פאלשע רחמנות' - לאזן שיקן די קינדער אן צאלן שכר לימוד; ווייל וויסן זאלסטו, ווי מער דו וועסט נעמען פון די עלטערן 'שכר לימוד' אלץ מער שפע וועלן זיי האבן, ווייל אז מען צאלט נישט 'שכר לימוד' פארלירט מען די גאנצע געלט; נישט איך זאג דאס, דאס זאגן די הייליגע חכמים (ביצה טז.): "כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכפורים", די גאנצע געלט וואס מען גייט האבן פאר די קומענדיגע יאר - פארשרייבט מען ראש השנה, "חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יום טוב והוצאת בניו לתלמוד תורה", אויסער וואס מען געבט אויס פאר שבת און יום טוב, און אויף 'שכר לימוד', "שאם פחת פוחתין לו, ואם הוסיף מוסיפין לו", וואס אויב מען פארמינערט - טוט מען פארמינערן די פרנסה, און אויב מען צאלט מער - טוט מען פארמערן די פרנסה.
איך האב יעצט געזען באשריבן פון די נסיעה פון דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער, די נסיעות קיין ארץ ישראל אין שנת תשי"ב (ספר דרך המלך), אז עס זענען געקומען עלטערן זיך אפרעדן אז מען בעט צו סאך שכר לימוד, האט זיי דער רבי געזאגט: "עס איז פארקערט ווי ענק קוקן דאס אן, אז ענק וועלן צאלן שכר לימוד וועלן ענק האבן מער און מער, אזוי ווי עס שטייט 'ואם הוסיף מוסיפין לו'".
איך בעט דיר זייער, האב רחמנת אויף אנשי שלומינו און זע אז אלע זאלן צאלן אין צייט, אזוי וועלן אלע האבן גרויס שפע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
יישר כח פארן מיר געבן א מתנה א שלאק אויף מיין פארטש צו קענען האבן א געשמאקע סוכות, אז אויב עס וועט רעגענען וועלן מיר קענען בלייבן אין די סוכה און האבן א שמחת יום טוב.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר, א יאר מיט נחת פון די קינדער, א יאר פון שמחה און פון שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן אינאיינעם מיט דיין ווייב און דיינע ליכטיגע קינדער.
כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין ליבער הארציגער ... נרו יאיר
זע צו האבן גוטע חברים וואס האבן אין זיך תמימות, אנטלויף פון די וואס מאכן ליצנות און פון די וואס שפעטן פון אנדערע בחורים.
איך וויל נישט דו זאלסט האבן אויף דיין טעלעפאן ווידיאו, איך זע וואס גייט פאר צווישן בחורים, מען מאכט א ווידיאו פון א צווייטן, מען כאפט זיך נישט און מען שיקט דאס ארום, און מען קען אמאל כאפן א ווידיאו פון א בחור און דאס שיקן פאר אנדערע און מיט דעם פארלירן די גאנצע עולם הבא, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק לעולם הבא", דער וואס פארשעמט א חבר פאר א רבים פארלירט די עולם הבא.
נעם דיין טעלעפאן און גיי צו די געשעפט וואס מאכט עס כשר, נעם אראפ אלעס פון דעם, ניץ די טעלעפאן נאר צו רעדן און צו קענען הערן ניגונים, אבער נישט פאר בילדער און ווידיאוס.
פאלג מיך וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש וויליאמסבורג
איך וויל דיר בעטן אז אין אומאן זאלסטו זיך אומקוקן אויף די בחורים זיי זאלן אלע האבן יראת שמים, דריי זיך מיט זיי און זע זיי זאלן אויסניצן די צייט אדער זיין ביים ציון אדער זיין אין אונזער בנין, אויך ביים דאווענען ווען איך דאוווען ביים עמוד איך בין דער חזן - זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן זען וואס גייט פאר, און אז דו זעסט בחורים זאלסטו זיי אריינרופן, ווייל ווען איך שטיי ביים עמוד, איך בין בעל תפילה און איך זע אז די בחורים פעלן, זיי זענען אינדרויסן - האב איך נישט קיין מנוחה, איך קען אבער נישט ארויסגיין ווייל איך בין בעל תפילה, בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן, אויך מיט די אנדערע מגידי שיעורים.
איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן אין ישיבה אז די בחורים זאלן קומען מיט א הוט און רעקל און אהיים גיין מיט הוט און רעקל, לעצטנס זע איך אז בחורים האלטן די הוט און רעקל אין ישיבה, און גייען און קומען אן די הוט און רעקל, איך וויל נישט עס זאל אזוי זיין, איך וויל דו זאלסט זיך דאס אויסנעמען מיט אלע תלמידים, און אלע זאלן קומען און גיין מיט הוט און רעקל.
אויך וויל איך נישט זען אין ישיבה סניקערס; איך וויל אז אלע בחורים זאלן גיין מיט די שיך וואס מען גייט אין די חסידי'שע ישיבות.
אויך זאלסטו דאס רעדן צו די מגידי שיעורים אין שטעטל און מיט משה שמואל אין ירושלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא
שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון העלפן זיין מיט די קינדער אין אומאן, ביים דאווענען און ביים לערנען, און ווען מען מאכט חדר.
טרייב אוועק די מחשבות און די בלבולים אויב עס איז ריכטיג צו לייגן די כוחות ביי די קינדער, און ווען מען גייט צום ציון האט מען נישט די כוחות, מען קומט ווי אן אויסגעקוועטשטע שמאטע, איז אפשר אפלאזן דאס זיין מיט די קינדער וכו'; ליבער ברודער, טרייב זיי אוועק, דאס זענען נישט גוטע מחשבות, וואס וואלסטו געטון ווען מוהרא"ש - וואס איז געווען אונזער מלמד - וואלט געטראכט אויב עס לוינט אוועק צו געבן צייט אין אומאן פאר דרשות און פאר פדיון נפש וכו' וכו', אז אין די צייט וואלט ער געקענט מער זיין ביים ציון; ווי וואלטן מיר געווען? וואס וואלט פון אונז געווען? טרייב זיי אוועק, די בלבולים איז נישט פון די קדושה.
שטארק זיך און קום אויף מיט נאך גוטע געדאנקען מיט וואס מען קען מאכן די קינדער זאלן דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א זיסע יאר מיט אלע ישועות.
בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב ראש השנה שנת תשפ"ז לפרט קטן, פה אומאן ביים רבי'ן
לכבוד...
איך געב דיר דעם ספר אלס א געשאנק פארן העלפן אונזער קרן הדפסה צו קענען דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים; עצות, שכל און חיזוק פאר די וועלט.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גוט געבענטשט יאר מיט אלע ברכות און ישועות, ובעיקר זאלסטו פארשריבן ווערן "בספרן של צדיקים", דאס מיינט – דרוקן און פארשפרייטן 'ספרן של צדיקים' פאר די גאנצע וועלט, האבן א חלק אין דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב ראש השנה שנת תשפ"ז לפרט קטן
...
בזכות וואס דו העלפסט דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דו העלפסט די קרן הדפסה – זאלסטו האבן א גוט געבענטשט יאר מיט אלע ברכות און ישועות.
ובעיקר זאלסטו ווייטער האבן די געפיל צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק – פאר די וועלט.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ו', ערב ראש השנה שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד מרדכי היימליך נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען אויף זיך צו איבערדרוקן ספר ארך אפים אין אידיש; דער ספר איז פון די וואונדערליכע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, דער ספר האט חיזוק און עצות פאר יעדע פראבלעם וואס איז נאר דא, און עס ברענגט דעם מענטש צו א שטארקע ביטול צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, נחת פון דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט, מיט אלע ישועות, ובעיקר זאלסטו בלייבן ווייטער מיט די געפיל צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק פאר די וועלט.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת איז די לעצטע שבת פון יאר, און אז מיר וועלן די שבת זיין פרייליך און לעבן בשלום מיט אהבה אין שטוב - וועלן מיר פאררעכטן אלע שבתים פון די יאר.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן אונז מחזק זיין אויף דעם, מיר זאלן זיין פרייליך דעם שבת און זיך נישט קריגן אין שטוב און פארמערן ליבשאפט, אזוי וועלן מיר פאררעכטן די גאנצע יאר.
ליבער ברודער, בייג איין דיין קאפ אין שטוב פאר דיין ווייב, טראכט 'איך בייג איין מיין קאפ פארן אייבערשטן, פאר די שכינה הקדושה', און גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת פון זוכן אויפצואווייזן אז דו ביסט גערעכט און זי איז נישט גערעכט, גיי ארויס פון די קטנות הדעת, אלע ווייסן אז דו ביסט גערעכט און אלע ווייסן אז זי איז נישט גערעכט, און וואס איז יעצט? און וואס איז יעצט אז דו ביסט גערעכט? ענדערש זיי א מוותר, ענדערש זיי קלוג און זוך ווי דו קענסט איר איבערבעטן און טרעף אין איר דאס גוטס.
מוצאי שבת וועלן מיר זאגן סליחות, דער מנהג איז אז מען קומט מיט בגדי שבת, מען זאגט סליחות ביי חצות. ברענג דיינע עלטערע קינדער, די קליינע קינדער לייג שלאפן, און בעט זיך אויס א גוט יאר פאר דיר און פאר דיין משפחה, און אויך בעט איך דיר א טובה זאלסט מיך מזכיר זיין אין דיינע תפילות יואל בן רייצא רעכיל, איך דארף יעצט אסאך תפילות, און אויך ביים ציון ביים רבי'ן מעגסטו מיך מזכיר זיין, ווי נישט האב איך א חלק אין דיין קומען צום רבי'ן; זאלסטו בעטן פאר מיר, און איך וועל דאווענען פאר דיר, סיי אין אומאן און סיי ביי אלע תפילות פון די הייליגע טעג און פון א גאנץ יאר.
איך דארף מקצר זיין, א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין טרוד יעצט ערב אונזער נסיעה קיין אומאן, איך וועל דיר שרייבן ממש אפאר ווערטער; דיך מחזק זיין.
וויסן זאלסטו, אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, און מען מוז זיך זייער שטארקן און זיך נישט מייאש זיין, ווייל וויסן זאלסטו, אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער איז נאר צוליב דעם וואס מען וויל זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן, און אויב חס ושלום דו וועסט זיך פארלירן און רעדן אדער טראכטן קעגן די אמונה.
דאס איז בעיקר די גאנצע ברסלב'ע חסידות; שטארקן דעם מענטש, זיין אמונה; מען זאל זיך נישט פארלירן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדריקט: "העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן".
געזעגן זיך פון דיינע עלטערן, פון דיינע זיידעס; און אויב עס איז דיר שווער יעצט ערב די נסיעה קיין אומאן - זאלסטו געדענקען דאס צו טון בין כסא לעשור, נאך פאר יום הקדוש.
זע צו ברענגען אין אומאן א ווייסע בעקיטשע אדער א קיטל; ביי אונז איז דער מנהג ראש השנה צו גיין ווייס אנגעטון.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".
היינט איז א גרויסע טאג, די היינטיגע טאג רופט מען: "שלש עשרה מדות". זאלסט נעמען דיין ווייב מיט דיינע קינדער זאגן תשליך (מיר האבן שוין געזאגט תשליך ראש השנה אין אומאן ביים רבי'ן). אויך זאלסטו גיין מיט דיין משפחה שלאגן כפרות, ווייל דער מנהג פון כפרות איז זייער הייליג, עס נעמט אראפ די דינים. מען מאכט פאר יעדע קינד, און אויך אז מען האט גוטע נייעס מאכט מען באזונדער וכו'.
איך וויל דיך נישט אויסמוטשען, איך ווייס אז דו קומסט פון אומאן, די וועג אהיים אליינס האט גענומען אזויפיל שעה מיט אזויפיל מי, אבער אז דיינע עלטערן און דיין שווער וואוינען אין דיין שטאט, און עס איז דיר נישט קיין גרויסע טרחא - זאלסטו גיין צו זיי זיך געזעגענען, דו מיט דיין משפחה, און זיך לאזן בענטשן ביי זיי.
אויך יעצט ווען מיר זענען נאך אויסגעשעפט פון די שווערע וועג אהיים פון אומאן - זאלסטו פרובירן צו טון גוטע זאכן, גיי אין שול דאווען די דריי תפילות מיט מנין און זאג תהלים, און שמועס מיטן אייבערשטן. ווייל די טעג זענען טעג פון רחמנות, מען קען פועל'ן. די הייליגע חכמים זאגן (יבמות מט:) אויפן פסוק (ישעיה נה, ו): "'דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב', אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים"; ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, און יום כיפורים פארזיגלט מען דעם פסק, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די עשרת ימי תשובה מיר זאלן קענען תשובה טון און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת האזינו, ה' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן צעבראכן אלע מניעות און זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".
דעם שבת קודש וואס קומט, שבת תשובה, שבת פרשת האזינו - ענדיגן מיר נאך א מסכתא, מיר זענען מסיים מסכת חולין, און זונטאג ערב יום הקדוש הייבן מיר אן מסכת בכורות. ליבער ברודער כאפ זיך מיט, שפרינג ארויף אויפן וואגן פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, ווייל די יאר תשפ"ז, אין חודש סיון - וועלן מיר אינאיינעם מסיים זיין גאנץ ש"ס; א שאד אז דו זאלסט נישט זוכה זיין אויך צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, זיין דבוק צום אייבערשטן און שפירן א טעם און א זיסקייט אין לעבן, דורך לערנען תורה.
ביי די דרשה אין אומאן האבן מיר זיך שטארק מחזק געווען מיט דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א רבי וואס האט אונז געברענגט א וועג ווי אזוי מיר זאלן זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג, אין לעבן מיט די זיסע סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.
קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך - וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען; און דער רבי זאגט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.
ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.
"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך, מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.
ברודער, טאנץ ארויף אויפן באן, אויפן היכל הקודש באן פון לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, און אויך דעם רבי'ן ספרים; וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ג' שבוע שחל בו ראש השנה, כ"ו אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב זיך אכטונג אויפן וועג נישט נכשל צו ווערן מיט קוקן שלעכטע זאכן, גיי מיט ערליכע חברים, און אין עירפארט זאלסטו נישט גיין אין די געשעפטן זוכן מציאות, ווייל איין שלעכטע קוק איז מער ווערד ווי אלע מציאות, מען קען מיט איין שלעכטע קוק פארלירן אזויפיל קדושה וטהרה.
די נסיעות וואס מיר פארן צום רבי'ן, מען פארט פון איין לאנד צום צווייטן לאנד, בפרט די לעצטע יארן אין די צייט פון מלחמה, ווען מען שלעפט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן - דאס אזי נישט קיין פשוט'ע זאכן, מען איז מתקן אונטערוועגנס נשמות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פה), אפילו א פשוט'ע מענטש וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען איז מתקן זאכן, אויב געבט ער זיך אכטונג אונטערוועגענס נישט צו טון עבירות - איז ער איבעראל וואו ער גייט - מתקן נשמות.
פאק זיך איין א זעקל ספרים, א משניות, א תהלים, ספרי רבינו וכדומה, אז דו זאלסט האבן אונטעוועגנס מיט וואס זיך צו מחיה זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך מיר זענען געווען ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה; איך בין אהיים געקומען נעכטן שפעט ביינאכט, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די לאנגע וועג, איך וויל דיר נאר בעטן דו זאלסט מאכן אביסל התבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע אידן, מיר זאלן זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת.
זיי יעדן מוחל וועט מען דיך אויך מוחל זיין, ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט אנדערע - אזוי פירט מען זיך פון הימל מיט אים; מיר אלע ווארטן יעצט מען זאל אונז פארזיגלען א גוט יאר, דארפן מיר טון עפעס ארויס פון אונזער וועג, אזוי וועט מען מיט אונז אויך ארויסגיין פון וועג און אונז פארשרייבן און פארזיגלען א גוט יאר. ווייל מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (ויקרא רבה לד, יד), אמאל איז געווען א טריקעניש, איז מען געקומען צום צדיק דער הייליגער אמורא רבי תנחומא ער זאל עפעס טון אז מען זאל נישט שטארבן פון הונגער, האט דער צדיק געזאגט מען זאל עוסק זיין אין צדקה און גמילות חסד, דאס וועט צעברעכן די גזירה. דארט איז געווען א איד וואס איז ארויס פון שטוב מיט די גוטע כוונה צו טון חסד און ער האט אנגעטראפן זיין געוועזענע ווייב וואס ער האט זיך פון איר נישט לאנג צוריק גע'גט, און זי האט אויסגעקוקט זייער שרעקליך, צעריסן און צעשליסן, זי האט געוויינט און אים געבעטן: "טו מיט מיר א צדקה, געב מיר עפעס געלט, ווייל פון ווען דו האסט מיך גע'גט - לייד איך זייער", און דער איד האט איר געגעבן צדקה; דאס איז א זאך וואס די שכל פון א מענטש קען נישט נעמען, אז א מענטש זאל געבן צדקה פאר זיין גרושה, און דאס האט געמאכט אז מענטשן זאלן טראכטן אז דער מענטש האט אינזין פאר אן עבירה, איז מען דאס געגאנגען דערציילן פארן צדיק רבי תנחומא, און דער צדיק האט אים גערופן און אים געפרעגט: "וואס איז געווען די מעשה? עס זעט אויס ווי דו טוסט עבירות", האט דער איד געזאגט: "רבי איך טו נישט קיין עבירות, איך האב געהערט אז דער רבי האט געזאגט יעדער זאל נעמען אויף זיך צו טון חסד און צדקה און אזוי וועלן מיר צעברעכן די גזירה, און ווען איך בין געגאנגען אין גאס זוכן מיט וועם איך קען מאכן א צדקה האב איך איר געפונען, און זי איז מיר געקומען בעטן איך זאל רחמנות האבן אויף איר, און איך האב געטון מיט איר צדקה"; ווען דער צדיק רבי תנחומא האט דאס געהערט האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט: "רבונו של עולם, מה דאך א מענטש וואס האט א נאטור פון זיך נישט דערבארעמען אויף אנדערע, און זיכער נישט ווען עס האנדלט זיך מיט אזא פאסירונג - דאך האט ער זיך געשטארקט אויף זיין נאטור און געטון די צדקה וחסד, איז דאך זיכער ביי דיר רבונו של עולם, וואס דו ביסט דאך דער בעל הרחמים און מיר זענען דיינע קינדער - האב אויף אונז רחמנות און געב אונז רעגן, מיר זאלן האבן וואס צו עסן"; און עס האט גלייך אנגעהויבן גיין א רעגן און עס איז געווארן אויס הונגער.
זעט מען פון דעם אז מען קען אראפנעמען פון זיך די גרעסטע דינים און שלעכטע גזירות דורך טון חסד מיט יעדן איינעם, און דורך מוחל זיין אלעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום ב' שבוע שחל בו ראש השנה, כ"ה אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, האב רחמנות אויף דיין ווייב; אז זי פרעגט דיר שאלות - ענטפער איר, און אז זי וויל גיין אין געשעפט - זאלסטו איר נעמען; זי דארף דיך נישט פאר טעכנישע זאכן, זי דארף 'דיך', זי דארף פון דיך, דו זאלסט איר אויסהערן און אויסרעדן.
ליבער ברודער ווי אזוי וועלן מיר זיך באווייזן דעם פנים פארן רבי'ן? און אז דו ווערסט נערוועז פון דיין ווייב - איז דאס דיין אייגענע פראבלעם, און אז דו קענסט איר נישט ליידן - איז דאס דיינע מידות וואס דארפן ווערן אויסגעארבעט.
איך זע ווי דו האסט סבלנות פאר מענטשן, דו שמייכלסט צו אלעמען, דו ביסט שיין און ווארעם צו אלעמען, נו לייג צו נאך איין מענטש, דיין צעבראכענע אידענע וואס דארף פון דיר גארנישט נאר א שמייכל און א גוט ווארט.
איך וואלט געדארפט שרייבן פון ראש השנה אבער שלום בית איז וויכטיגער פון אלעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך
יום א' שבוע שחל בו ראש השנה, כ"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נישטא קיין צייט פאר שרייבן בריוו, מען דארף זיך גרייטן אויף די נסיעה צום רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו המתקת הדינים און צו טהרת המחשבה, דער רבי האט אזוי שטארק געוואלט אלע זאלן קומען; די לעצטע ראש השנה האט דער רבי זיך אנגערופן מיט די לעצטע כוחות: "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסער'ס פון דעם איז נישט פארהאן".
טראג מיט דיר וואו דו גייסט א קליין תהילים'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו זאגן תהלים, זאג יעדן טאג דעם יום תהלים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין צו תשובה - זאל זאגן תהלים, ווייל יעדער איד וויל זיין גוט און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער מענטש וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, און אפילו ער האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, אבער אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.