בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8674 - מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק
התחזקות, הפצה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך זע אז מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק, ווי אזוי איז מען נאנט צום צדיק, ווער איז נאנט און ווער איז נענטער, און וואס דארף מען פרעגן און וואס דארף מען דערציילן.


וויסן זאלסטו, התקרבות לצדיק איז לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים (אין דעם איז נכלל הערן שיעורים וואס מען רעדט דעם רבינ'ס עצות), און טון די עצות פון הייליגן רבי'ן; די ערשטע עצה איז - זיך אויסרעדן דאס הארץ יעדן טאג צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, און ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע, דערציילן פארן אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין ערליך, ווי שטארק מען וויל זיין אפגעהיטן, און ווי שווער עס גייט, ווי מען האלט אין איין פאלן; דאס איז התקרבות לצדיק.


אנשטאט רעדן פון דעם און יענעם, אנשטאט זיין פארנומען מיט נארישקייטן - הייב אן טון למעשה די עצות פון רבי'ן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן איינגעגעסן אינעם צדיק און נכלל ווערן אינעם אייבערשטן.


איך בעט דיר מאך מיר נישט די קאמפיין אבי יוצא צו זיין, מאך עס מיט דיין הארץ, נעם אראפ פון מיר די שווערע חובות; איך קען עס נישט מער נעמען, עס שוואכט מיך אפ פיזיש, עס נעמט כוחות פון מיר, לייג אריין דאפלטע כוחות פון פאראיאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8673 - ענדערש צוריק גיין וואוינען שטאט, ווי א פרוי זאל דרייוון
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע האט נישט געדרייווט, אייער באבע האט נישט געדרייווט, איז וואס זוכט איר נייע וועגן? איר ווילט דאך אויך אז אייערע טעכטער זאלן האלטן אייער מסורה; קלאפט עס ארויס פון קאפ.


אויב קענט איר נישט דא וואוינען נאר אז איר דארפט דרייוון, זאג איך אייך קלאר: "ענדערש גייט צוריק אין שטאט".


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין און דעם יום תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8672 - לערנען נאר מיט כלות וואס די מאמע בעט עס
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז די קליינע מיידלעך זענען נישט געגאנגען אויף די שיפן, איך וויל נישט אז מטעם המוסד זאלן די קליינע קינדער גיין אויף א שיף, קליינע קינדער זענען פרייליך ביז גאר מיט יעדע קלייניקייט וואס מען מאכט מיט זיי, דאס טראגן צו א טיר-גארטן (זו) - דאס איז שוין די בעסטע טריפ.


בנוגע שיעורים פאר כלות; איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז די מוסד געבט נישט קיין כלה שיעורים פאר די תלמידות, דאס מיינט אז איר קענט לערנען מיט א כלה נאר נאכדעם וואס די מאמע בעט אייך און באשטעלט אייך. און אז א כלה פרעגט, זאלט איר זאגן: "איך לערן נאר אז דיין מאמע וועט מיר בעטן", עס איז נישט גענוג אז די טאכטער קומט זאגן בשם די מאמע, און אז די מאמע שיקט צו א צווייטן איז גאר גוט, און דעמאלט איז נישט כדאי צו לערנען, ווייל מען ווערט צעמישט.


איך האב דאס ביי די בחורים, עלטערן שיקן צו פראפעשענעלס און נאכדעם בעטן די חתנים איך זאל אויך לערנען, איך טו דאס קיינמאל נישט, ווייל דאס צעמישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8671 - די הייליגע גמרא פארברענט אלע קליפות ומזיקים
אמונה, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה, דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, יעצט האסטו זוכה געווען צו א צלם אלקים, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה צו א צלם אלקים".


הייב אן נאכאמאל ש"ס און לערן יעדן טאג אסאך בלעטער גמרא ביז דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס הונדערט און איין מאל, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק; ווייל עס איז נישטא נאך א זאך וואס ברענגט דעם מענטש אזוי נאנט צום אייבערשטן ווי לערנען די הייליגע גמרא, און דאס פארברענט אלע קליפות ומזיקים וואס מען האט באשאפן פון עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אז גמרא פארברענט די קליפות; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


געב א גרוס פאר דיין טייערע טאטע.


איך האף דיך צו זען ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8670 - נישט וואוינען אין א צעקוועטשטע דירה
שלום בית, שלום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... וזוגתו תחי', בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די גרויסע דירה, א איד טאר נישט וואוינען אין א צעקוועטשטע דירה, אויך קען דיין ווייב נישט וואוינען אין א בנין אן אן עלעוועיטער, זיך ארויפשלעפן און אראפשלעפן מיט די בעבי.


נעם די דירה וואס דו האסט געזען אפילו עס קומט אויס דאפלט דירה געלט, אויך וועסטו קענען האבן א סוכה אויפן פארטש, און זאלסט נעמען א הלואה צו קענען אויסשטאפירן די דירה מיט בעטן, שענק, וואש מאשין וכדומה לזה.


זיי מכבד דיין ווייב, רעד צו איר שיין. געדענק ווי אזוי דו האסט אויסגעזען אלס בחור, און היינט ביסטו אזוי שיין מסודר, האסט א משפחה, ביסט אן אדם השלם, שעץ די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8669 - זאגן נעמען פון צדיקים, וועט ברענגען ישועות
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... און דיין ווייב תחי'


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין ווייב זאל אויסטראגן וכו', און האבן גרינג מיט נחת און פרייד.


דאס וואס ענק זענען א גאנצע צייט האלבוועגס פרייליך, ווייל ענק האבן שוין אמאל געמיינט אז ענק וועלן האבן וכו', און ביים סוף האט זיך עס נישט געענדיגט, און יעצט ווילן ענק נישט גלייבן וכו', ווייל ענק טראכטן: 'פארוואס זאלן מיר ארויפפליען און זיין אויף א היי, און נאכדעם אראפטראסקענען', ענק דארפן א עצה.


נעם די עצה וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלעמען, די זעלבע ווערטער פלעגט מוהרא"ש אלעמען זאגן און שרייבן, מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אויסטראגן וכו' און האבן גרינג און מיט גרויס פרייד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל אוֹיסְטְרָאגְן דִי אַלֶע חֳדָשִׁים אוּן גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8668 - פירט אזוי שיין די שול אין ירושלים
התחזקות, מוסדות, מנין

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק שמואל פרענקל נרו יאיר, ירושלים


מזל טוב פאר דיין ערשטע אייניקל, איך בין אזוי פרייליך צו הערן די פרייליכע נייעס אז דו ביסט געווארן א זיידע; מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען ווייטער שמחות ביי אלע דיינע קינדער, ערליכע אידישע דורות, אינאיינעם מיט דיין בני בית געזונטערהייט.


אויך א גרויסן יישר כח פארן פירן אזוי שיין די שול אין ירושלים, די גריסן זענען זייער שטארק, ווער עס קומט אריין אין שול א דורשטיגער ווערט אנגעטרינקען מיט חיזוק.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אויך געב א גרוס פארן צווייטן גבאי'ן, ישראל יוזשעף נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8667 - ערליכע געזונטע חבר'טעס
התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען האבן א גוטע חבר'טע צו וועם זיך אויסצורעדן וכו' און הערן א גוטע עצה, אבער מען דארף וויסן צו וועם צו רעדן; עס זענען דא ווייבלעך וואס וועלן נעמען אייער פריוואטע זאכן וואס איר האט זיי יעצט געפרעגט און דאס דערציילן שטילערהייט פאר אנדערע, און די אנדערע וועלן דאס דערציילן פאר אנדערע, ביז מען ווערט שטאט'ס נאַר.


געבט אכטונג איידער איר רעדט אייערע פריוואטע זאכן וכו', און מיט וועם איר רעדט דאס.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן ערליכע געזונטע חבר'טעס וואס אפילו איר וועט זיי דערציילן זאכן וואס זענען פריוואט - וועלן זיי קיינמאל נישט אין זייער לעבן דאס מיטטיילן מיט אנדערע.


מען קען אסאך מאל פלאצן ווי מען הערט צוריק זאכן פון א צענטע מענטש ווען מען האט נאר געוואלט אן עצה פון איינעם, מען האט נישט געטראכט צו וועם מען רעדט, און יענער האט נאר איין בעסטע חבר'טע און די דריטער דערציילט נאר פאר א שוועסטער, און די פערטע דערציילט נאר פאר א פיפטער, און מען בלייבט פארשמירט און פארשעמט ביי אלעמען, מען ווערט קהל'ס נאַר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8666 - זיך מאכן א סדר פאר חודש אלול
אומאן, סדר היום, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


וואס מאכסטו עפעס? שוין אזוי לאנג האב איך דיך נישט געזען, מען וואוינט אזוי נאנט און עס גייט אריבער א גאנץ יאר וואס מען זעטזיך נישט, מיר זעען זיך איין מאל א יאר, ראש השנה אין אומאן...


די וואך בענטשט מען שוין חודש אלול, מען דארף זיך זייער אכטונג געבן נישט צו זיין פון די וואס מוהרנ"ת זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס קומט אלול, מען ברענט און מען ברענט, און מען טוט נישט גארנישט"; אן ישוב הדעת קוקט מען אזוי אויס, מען קאכט זיך: "אלול... אלול..." און ביים סוף טוט מען גארנישט.


על כן מאך זיך א סדר ווי אזוי די טעג פון חודש אלול זאל דיר אריבערגיין, ערשטנס זאלסטו אנהאלטן דיינע שיעורים פון א גאנץ יאר אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש, און לכבוד חודש אלול זאלסטו אריבערגיין גאנץ תנ"ך, פון אנהייב ביזן סוף, דער הייליגער רבי האט געזאגט מיר זאלן דאס טון אום חודש אלול (שיחות הר"ן, סימן רנא), אויך זאלסטו זאגן תיקוני זוהר, דער רבי זאגט (שם, סימן רצד), פון דעם וואס אידן בלייבן חודש אלול אין שול נאכן דאווענען זאגן תיקונים, פון די זיסע ניגון וואס מען זאגט תיקונים, און פון דאס וואס מען פארזוימט זיך פון דעם – ווערט אין הימל גאר גרויסע זאכן.


ליבער ברודער, אז דו וועסט נאר דאס מקיים זיין – וועסטו האבן א שיינע חודש אלול, דו וועסט נישט אויסקוקן ווי די אלע פארלוירענע וואס פאטשן מיט די הענט: "אלול... אלול..." – און טוען גארנישט, דו וועסט קומען צום גרויסן יום הדין אנגעגרייט מיט א ריכטיגע תשובה.


נאכאמאל, א שאד מיר זעען זיך נישט א גאנץ יאר, גיי דערצייל פאר אנשי שלומינו פון ארץ ישראל אז עס איז דא אזא דערהער, מען וואוינט איינער נעבן צווייטן, איינער אין שטאט, איינער אין מאנרא – און מען זעט זיך נאר ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן, זיי וועלן דיך נישט גלייבן...

#8665 - אלעס פאררעכטן אן תעניתים און סיגופים
התחזקות, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


דעם שבת בענטשט מען חודש אלול, חודש אלול קען מען פאררעכטן דעם גאנצן יאר.


ווען עס קומט חודש אלול פירן זיך אסאך צו עוסק זיין אין פאסטן און אין מאכן סיגופים, מען טוט אלעס צו פאררעכטן וואס מען האט געטון דעם גאנצן יאר; מיר האבן נישט קיין כח צו תעניתים און סיגופים, מיר זענען צעבראכענע און צעקלאפטע מענטשלעך, דער הייליגער רבי האט געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן, (מיר פאסטן נאר די טעג וואס די הייליגע חכמים האבן קובע געווען צו פאסטן); וואס קענען מיר טון צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", דורך שווייגן און נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט; דאס איז מכפר, דאס טוט פארצייען אסאך שטערקער ווי פאסטן און זיך פייניגן.


על כן זאלסטו זיך פארנעמען יעצט אין די טעג פון חודש אלול, אויב דו באקומסט א בזיון – איינער זאגט דיר עפעס שארף אדער פארשעמט דיך – נישט צו ענטפערן, דאס אנעמען מיט שמחה, גלייבן באמונה שלימה אז פון הימל האט מען דיר דאס געשיקט פאר א תיקון, אנשטאט דו זאלסט דארפן פאסטן; דאס וועט זיין במקום פאסטן, און אזוי וועסטו אלעס מתקן זיין.


זיכער אויב דיין טאטע מאמע זאגן דיר עפעס, דו שפירסט ווי דו ביסט פארשעמט געווארן, אדער דיין ווייב זאגט דיר אריין און דו שפירסט זיך אנגעפאטשט – זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, זיי עס מקבל בשמחה עצומה, דאס וועט זיין די גרעסטע תיקון, און דו וועסט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, א זיס יאר, א ליכטיגע יאר מיט אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8664 - מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס
התחזקות, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך בענטשט מען שוין חודש אלול, מיר ברסלב'ע חסידים פאסטן נישט חודש אלול, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אנדערע תיקונים, דער רבי האט אונז געגעבן די תיקון פון (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אפשווייגן ווען איינער פארשעמט; דאס איז די שטערקסטע תיקון, דאס איז מכפר אויף אלעס.


אויך דער מענטש וואס האט נישט קיין בזיונות קען זוכה זיין צו די גרויסע תיקון – דורך אפשווייגן אויף די אייגענע בזיונות; דאס הייסט, ווען מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס, מען זעט זיך ווי א דורכפאל, מען האט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן נייע קבלות טובות, שוין אזויפיל מאל צוגעזאגט אז מען גייט מער נישט טון עבירות - און מען פאלט אראפ; מען זעט זיך זיין אזוי ווייט, מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס, און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, יעדע מאל זאגט איך צו אז איך גיי מער נישט פוגם זיין, איך גיי מער נישט זינדיגן, און אלץ פאל איך צוריק, און איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, אבער גלייב מיר אז איך גיי טאקע זיין גוט וכו'"; אזא איינער איך אויך זוכה צו: 'יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק'; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יב:): "כל העושה דבר עבירה ומתבייש בו", דער וואס האט געזינדיגט און ער שעמט זיך פון וואס ער האט געטון - "מוחלין לו על כל עוונתיו", איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות.


על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, ניץ אויס די טעג פון חודש אלול מיט זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן, און זיך מתוודה זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מוחל זיין און ער זאל דיר העלפן ארויס צו קריכן פון אלע פגמים און פון אלע שלעכטע רגילות, בפרט פון פגם הברית רחמנא לצלן. ניץ אויס די טעג פון דעם חודש, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז אין דעם חודש קען מען מתקן זיין דעם חטא; אויך א גאנץ יאר קען מען פאררעכטן, אבער דעם חודש קומט אראפ פון הימל פאר יעדן איד א גרויסע כח זיך צו קענען שטארקן אויף די נסיון, און צו קענען אלעס פאררעכטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8663 - מקרב זיין מענטשן, אבער נאר מיט די תורה
צניעות, התחזקות, הפצה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג נישט צו ענטפערן קיין אימעיל פון פרויען און מיידלעך, השמר והזהר, זאלסט שטיין ווייט פון די סארט מצוות, ווייל דו קענסט אנקומען און אראפפאלן אין שאול תחתית ומתחתיו רחמנא לצלן.


קענסט איבער געבן די אימעיל אדרעסס פאר די קרן הדפסה וואס שיקן ארויס אויטאמאטיש אימעילס פון חיזוק פאר אלעמען, אבער דו פריוואט זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן אן אימעיל פון א פרעמדע פרוי, אויך נישט קיין טעקסט מעסעדזש, ווייל מען קען אזוי אראפפאלן און מען קען אלעס פארלירן, אין איין אויגן בלינק קען מען בלייבן אן די ווייב, אן די קינדער און ווערן פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


געב זיך אכטונג פון די יצר הרע וואס פארשטעלט זיך מיט מצוות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), ווי אזוי הייבט דער יצר הער אן פארנארן דעם מענטש? דורכדעם וואס ער איז זיך מתלבש במצוות, צו יעדן איינעם קומט ער מיט א צווייטע לבוש; אז מען קען אויפטון, מען קען צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; דאס איז טאקע אמת, דאס איז טאקע די גרעסטע זאך, אבער די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט זיך געפארעט מיט די ווייבער; די תורה לערנט אונז ווי אזוי עוסק צו זיין אין הפצה, אין קירוב רחוקים; די מענער זאלן זיך באשעפטיגן מיט מענער און פרויען מיט פרויען.


ראה הזהרתיך.

#8662 - נישט געבן טרענספארטעישן פאר די וואס צאלן נישט שכר לימוד
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די נייע תקנה וואס די הנהלה וויל מאכן אז מען זאל מער נישט געבן קיין טרענספארטעישן פאר די משפחות וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד; איך וויל דיר זאגן אז די חברי הנהלה מאכן טאקע אייגענע החלטות, אבער אזעלכע גרויסע טוישונגען מאכן זיי נישט אן פרעגן. איך בין געזיצן נעכטן מיט זיי איבער דריי שעה איבער די נושא וואס מען קען טון אז די עלטערן זאלן צאלן שכר לימוד, און מען איז געבליבן אז מען וועט נישט קענען מער אויפנעמען די קינדער פון די משפחות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און צאלן נישט קיין שכר לימוד.


איך וויל דיר זאגן, פאר יארן האב איך נישט געצאלט שכר לימוד, ווייל די מוסד האט מיר נישט געבעטן, מיטן חשבון אז איך ווער נישט באצאלט, איך באקום נישט קיין געהאלט, און מיט דעם האבן זיי מיר געטון פארגוטיגן, אז זיי צאלן מיר נישט און איך צאל זיי נישט, ביז פאר בערך דריי יאר צוריק ווען עס איז געווען די חנוכת הבית פונעם אלטן תלמוד תורה בנין, 33 טשעסטנאט, האב איך געהערט דארט א מעשה פון איינע פון די נדבנים, אז זיין טאטע האט אים דערציילט אז די הנהלה איז געקומען צום רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער, אים זאגן אז עלטערן צאלן נישט שכר לימוד, וואס קען מען טון; האט דער רבי געפרעגט: "פארוואס צאלט מען נישט?" האט מען געזאגט: "ווייל מען האט נישט"; האט דער רבי געפרעגט: "און וואס איז מיט לעקטער, געז, אינשורענס וכו'?" האט מען געזאגט אז דארט צאלט מען, מען האט נישט קיין ברירה, ווייל אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ, האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און געזאגט: "און ווער זאגט אז ביי שכר לימוד האקט מען נישט אפ? אז מען צאלט נישט שכר לימוד האקט מען אויך אפ"; זייט די מעשה האב איך אנגעהויבן צאלן שכר לימוד אפילו מען בעט מיר נישט, און יעצט זאגן די חברי הנהלה אז עס איז נישט מעגליך ווייטער אנצוגיין.


אויך ווילן זיי מאכן אז מען זאל נישט קענען קומען אין חדר און אין סקול נאר מיט אן איינטריט קארטל, זיי ווילן אוועק שטעלן די מוסד אז די עלטערן זאלן מוזן קומען רעדן צו די אפיס, זיך וויסנדיג מאכן.


איך האב געבעטן די הנהלה זיי זאלן אויך מיט דיר רעדן, מען מוז ארבעטן צוזאמען.


בנוגע די פרוי וואס קומט בפריצות וכו'; מען דארף קלאר זאגן פאר די עלטערן, אדער ברענגן זיי די קינדער אדער בלייבן די קינדער אין שטוב, עס קען נישט זיין אזא זאך אז א פרוי זאל קומען אן שטרימפ צו אונז, ברענגען הייליגע קינדער בפריצות.


בנוגע וכו'; איך ווייס אז איך דארף קומען צו ענק אין קעמפ געבן חיזוק, איך וועל אם ירצה ה' קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8661 - פארוואס שטעכסטו מיך?
חינוך הילדים, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער סמ"ך מ"ם זוכט אלע וועגן ווי אזוי ער קען אונז צעברעכן, אבער ער קען אונז נישט צעברעכן, מיר זענען אין פאלאץ פון קעניג, ביים הייליגן רבי'ן; נאר מיט איין וועג קען ער אונז צעברעכן - מיט מחלוקת, אז מיר תלמידים און ביי די ווייבער די תלמידות, רעדן נישט שיין איינער צום צווייטן, און מען האט ווייטאג איינער אויפן צווייטן - מיט דעם טוט ער אונז צעברעכן און אוועק נעמען אונזער כח, אונזער נאנטקייט צום אייבערשטן.


אז א טיטשער גרויסט זיך אויף אייך און רעדט צו אייך שטעכעדיג – זאלט איר דאס נישט נעמען ערנסט, איר זאלט קוקן מיט רחמנות און טראכטן: 'נעבעך, פארוואס שטעכסטו מיך? פארוואס מיך צעטרעטן? מיר זענען דאך דא מיט איין כוונה, בויען א סקול פאר אונזערע קינדער, וואו מען וועט לערנען די לימודים פון רבי'ן, די זיסע אמונה, די זיסקייט פון תפילה והתבודדות...' נעמט עס נישט צום הארצן, און געדענקט אז דאס איז א סיבה, אן עלילה פונעם סמ"ך מ"ם אייך צו מחליש דעת זיין און אייך אוועק נעמען פון די התקרבות לצדיק.


הלואי זאלט איר ווייטער אנהאלטן דאס קומען צו די תלמידות לערנען מיט זיי און זיי געבן ווארעמקייט, און אז איינער טוט אייך וויי - זאלט איר זיין אפן און זאגן: "איך בעט דיר, טו מיר נישט וויי, איך בעט דיר, רעדט צו מיר שיין און הארציג וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8660 - פון חמשה עשר באב, צולייגן נאך שיעורי תורה
אמונה, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסע טאג, א יום טוב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם טאג (תענית כו:): "לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים", עס איז נישט געווען אזעלכע שיינע טעג ביי אידן ווי יום כיפור און חמשה עשר באב, און די הייליגע חכמים זאגן (שם לא.): "מִכַּאן וְאֵילָךְ דְּמוֹסִיף יוֹסִיף", דער וואס הייבט אן חמשה עשר באב צו לערנען מער פלייסיג די הייליגער תורה – וועט לעבן לאנג.


יארן צוריק, שנת תשע"א, האבן מיר געהאט א גאנצע מעשה, פלא פלאים, עס איז נישט געגאנגען קיין איין שידוך אין ישיבה, די שלעכטע נאמען וואס מען האט געלייגט אויף אונז איז געווען זייער שטארק. איך האב געשריבן א בריוו צו מוהרא"ש, איך האב געבעטן מוהרא"ש אפשר קענען מיר זוכה זיין אז מוהרא"ש זאל קומען אין קעמפ צו די בחורים אונז מחזק זיין, (יענעם זומער איז מוהרא"ש נישט געקומען אין קעמפ אזוי ווי אלע יארן); אויך האב איך געבעטן אינעם בריוו אפשר קען מוהרא"ש קומען און איבער לאזן ברכות פאר די בחורים, עס זאל זיין שידוכים. מוהרא"ש האט געענטפערט מיט א בריוו, עס איז געדרוקט אין די אידישע אשר בנחל, וואו מוהרא"ש שרייבט: "איך וועל אם ירצה ה' קומען חמשה עשר באב און ברענגען שידוכים".


מוהרא"ש איז געקומען און געזאגט פאר די בחורים אז יעדער בחור וואס וועט לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה - זאגט ער צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך; און די שמחה וואס איז דעמאלט געווען אין ישיבה... אלע בחורים האבן אנגעהויבן לערנען און ענדיגן יעדן טאג די גאנצע מסכתא, און יעדע יאר טוען דאס די תלמידי הישיבה, ווער עס וויל א שידוך הייבט אן לערנען חמשה עשר באב מסכת תענית, מען ענדיגט די מסכתא יעדן טאג. עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט בערך דריי שעה. עס איז געווען יארן וואס איך פלעג מיט לערנען מיט די בחורים, איך האב אויך געוואלט זוכה זיין צו קומען ראש השנה צום רבי'ן מיט בלעטער גמרא.


פון היינט, חמשה עשר באב, דארף מען צולייגן נאך א שיעור צו לערנען תורה, זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, די ערשטע שיעור זאל זיין:


מקרא; לערן יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום, טייל איין די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, ביז ווען עס קומט סוף וואך ענדיגט מען די גאנצע סדרה שנים מקרא ואחד תרגום. ווארט נישט ביז פרייטאג, עס איז א קלארע הלכה (שלחן ערוך אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח), פונעם גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


די צווייטער שיעור זאל זיין משנה; מאך זיך א שיעור צו לערנען משניות יעדן טאג, הייב אן פון אנהייב, פון מסכת ברכות, לערן א פרק נאך א פרק, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, און ווען דו וועסט ענדיגן סדר זרעים זאלסטו גיין צו סדר מועד, ביז דו וועסט אריבער גיין גאנץ ששה סדרי משנה, און ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; הייב אן ש"ס כסדרן און לערן א בלאט נאך א בלאט, און אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן ווייטער די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה דאס רייניגט דעם מענטש. די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין הלכה; סיי אין שלחן ערוך הגדולים מיט די מגיני ארץ, און סיי אין שלחן ערוך הקטנים, דאס מיינט א שיעור נאר מחבר רמ"א, און אויך א שיעור אין קיצורים, צו וויסן אויף למעשה ווי אזוי זיך צו פירן.


איך דארף מקצר זיין, איך בין טרוד אין די טעג מיט כמה ענינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8659 - וועסט העלפן ביים קאמפיין, אדער זוכן תירוצים?
אמונה, שלום בית, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


פון היינט זעקס וואכן פארן מיר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זיין אין אומאן. איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט איבער שפרינגען אלע בלבולים, ווייל אז דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה; און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


גיי אריבער אלע בלבולים וכו' און אלע קושיות און ספיקות וכו' וכו'; ווען מען האט געפרעגט דעם רבי'ן די אלע קשיות האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו): "וועט זיין נאך א קשיא", עס איז דאך נישט די ערשטע קשיא און נישט די לעצטע קשיא, יעדע גוטע זאך און יעדע הייליגע זאך איז ארומגענומען מיט קשיות, מען דארף נישט קוקן אויף דעם.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט גיין ביינאכט מיט חברים; האסט איין חבר, דאס איז דיין ווייב. ביינאכט נאך מעריב גיי אהיים, על פי רוב די וואס דרייען זיך ביינאכט אין גאס זענען מענטשן אן קיין שטוב, מענטשן וואס האבן נישט קיין משפחה, דו האסט א ווייב מיט קינדער - דארפסטו אהיים גיין, מאך זיך א קבלה טובה נאך תפילת מעריב נישט צו רעדן מיט קיינעם נאר מיט דיין ווייב.


איך וויל דיר פרעגן אויב דו וועסט מיר קומענדיגע וואך ביים קאמפיין העלפן אדער דו וועסט זוכן תירוצים? איך וויל אז אלע זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט, רופן באקאנטע, משפחה; נישט אבי יוצא צו זיין, נאר מיט די גאנצע הארץ.


די חובות וואס איך האב - איז נישט מיינע, איך זאג דיר מיט אן אמת, דאס איז נישט מיינע, איך האב דאס געבארגט נאר פאר די קהלה; קענסטו נישט שטיין אין דער זייט...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8658 - דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שרייט צו אים
אמונה, מוסדות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן, מיר ווייסן פון די עצות, שכל און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, דער רבי לאזט נישט שלאפן און דער רבי לאזט נישט פאלן; מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן נאכאמאל און נאכאמאל ער זאל אונז מקרב זיין צו אים, און אפילו מען זעט ווי מען האלט אין איין פאלן זאל מען נישט אויפגעבן, מיר זאלן וויסן אז די רחמנות פונעם אייבערשטן איז עד אין לשער, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שרייט צו אים.


אמאל איז מוהרנ"ת געקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געליגן אין בעט און דער רבי רופט זיך אן (שיחות הר"ן, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג), ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען; אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד"; מוהרנ"ת האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די פאר ווערטער און געזאגט אז די שיחה איז גאר חשוב און גאר וויכטיג, ווייל אמאל שפירט מען אזוי ווייט, מען שפירט זיך ווי דער ערגסטער מענטש, מען שפירט ווי מען איז אין די בטן הקליפות; זאל מען געדענקען אז אויך פון דארט הערט דער אייבערשטער און עס איז זייער באליבט ביים אייבערשטן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר די יאר אויך העלפן ביים קאמפיין, איך נעם דאס זייער פערזענליך, איך וויל יעדער אן אויסנאם זאל גיין נאך געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8657 - יעדער מענטש קען אנקומען דירעקט און פערזענליך
תפילה והתבודדות, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, מברכין החודש, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע ליבע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל


איך בענק מיך זייער נאך ענק, איך בעט ענק זייער, זייט מיר דן לכף זכות אז עס קומט מיר נישט אויס צו ענטפערן אויף די אלע בריוון וואס איר שיקט מיר, און עס קומט מיר נישט אן צו ענטפערן די טעלעפאנען וואס איר רופט מיר.


זייט מיר דן לכף זכות; איך בין אזוי פארנומען, יעצט אין די זומער וואכן בין איך ארויסגעקומען אין שטעטל, און איך האב נישט קיין אפיס, און איך האב נישט מיין קאמפיוטער, און ניטאמאל דעם טעלעפאן האב איך צייט אויפצוהייבן און זען ווער עס רופט מיר.


איך בעט ענק זייער, טייערע חברים, שטארקט אייך מיט דעם רבינ'ס עצות. מיט די עצה פון התבודדות און תפילה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג אז א מענטש קען רעדן צום אייבערשטן, מען דארף נישט קיין אפוינטמענט, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, מען דארף נישט ווארטן צי מען וועט יא זען מיין אימעיל צי מען וועט נישט זען מיין אימעיל; צי מען וועט יא ליינען מיין בריוו, צי מען וועט נישט ליינען מיין בריוו; יעדער מענטש קען דירעקט און פערזענליך אנקומען צום מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און זיך פאר אים אויסגיסן דאס הארץ, און אים דערציילן אלעס וואס גייט אויף אים אריבער.


איך קום יעצט פון שפיטאל, איך בין געגאנגען באזוכן איינער פון אונזערע טייערע חברים; אוי, וויפיל דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז געזונט און מען קען זיצן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, מען קען זיצן ביי די סעודות שבת און זיין פרייליך מיט די משפחה; וויפיל דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז געזונט, מען קען וואקן, מען קען זיך באוועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן און מיר זאלן זוכה זיין צו ניצן די עצות פון רבי'ן, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד, רבי ישראל קארדונער זכרונו לברכה, ער האט געהאט א תלמיד ר' ישראל בער זכרונו לברכה וואס איז אלץ געווען צוגעלייגט, האט רבי ישראל קארדונער געזאגט: "די חילוק פון אונז איז, דו ווייסט דעם רבינ'ס עצות און איך ווייס דעם רבינ'ס עצות, אבער איך באניץ זיך מיטן רבינ'ס עצות"; אז מען ניצט דעם רבינ'ס עצות פון התבודדות און שמחה, קען מען זיך דערהאלטן און מען האט כח פאר אלעס.


א פרייליכן שבת!

#8656 - לוח שנת תשפ"ז
התחזקות, הפצה, מוסדות, הדפסה, ספרים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; די ספרים, קונטרסים און גליונות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט פון הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, וואס איז מחי' די גאנצע וועלט.


בנוגע די לוח פאר שנת תשפ"ז; קענסט נאכנישט דרוקן דעם לוח ווייל יעצט איז דא א מדובר ביי די רעגירונג אז אפשר וועט מען לאזן די פאררוקטע זייגער פאר א גאנץ יאר, ממילא איז א שאד אז דו זאלסט שוין דרוקן דעם לוח און נאכדעם וועט מען עס דארפן איבערמאכן, ווארט נאך אביסל צו, וועלן מיר זען...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8655 - טו תשובה
התחזקות, אומאן, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער דערשראקן צו הערן אז דו ביסט נכשל געווארן אין די גרויסע עבירה פון נדה וכו'; דאס ווייסטו אוודאי, אז אויף די עבירה באקומט מען כרת, די הייליגע חכמים זאגן (שבת יג.), אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארומלויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט, ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל - דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פינקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


טו תשובה, און נעם מסכת כריתות און זיי דאס גורס איינמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס ענדיגן הונדערט און איין מאל. ווייל די הייליגע צדיקים האבן מגלה געווען אז לערנען מסכת כריתות איז א תיקון אויב חס וחלילה מען איז אריינגעפאלן אין עבירות וואס דער עונש אויף דעם איז כרת.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג צו היטן אלע הלכות פון הרחקות, זייער אכטונג געבן אויף יעדע הלכה, און נאר אזוי וועלן ענק זוכה זיין צו האבן געזונטע קינדער, געזונט פיזיש און געזונט גייסטיש, נאר אז מען היט די הלכות האט מען הייליגע קינדער.


אויך זאלסטו שוין באשטעלן א טיקעט צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה. ווייל דער הייליגער רבי האט מבטיח געווען מיט צוויי עדים אז דער וואס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו" וועט ער אים מתקן זיין, און ער וועט אים ארויסנעמען פון שאול תחתית (חיי מוהר"ן, סימן רכה); נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו), אז אפילו דעם וועם ער קען נישט העלפן א גאנץ יאר - זאל קומען ראש השנה קיין אומאן, ווייל ראש השנה קען ער יעדן איינעם מתקן זיין; זאלסטו שוין מאכן א טיקעט און אויסרעכענען די פלענער ווען צו פארן און מיט וועמען צו פארן. ווען דו וועסט קומען קיין אומאן זאלסטו גיין אין מקוה און גלייך גיין צום ציון און זאגן די צען קאפיטלעך, און זיך אויסוויינען ביים ציון פון רבי'ן, וועט דיך דער רבי מתקן זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8654 - די שענסטע מתנה פאר אידישע טעכטער, איז צניעות
צניעות, אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


זאגט תהלים און בעטס דעם אייבערשטן יעדע זאך, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט און מען שמועסט מיט א גוטע פריינד, און ווי אזוי א קינד רעדט און שמועסט מיט זיין טאטע.


פירט זיך איידל, די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער איז צניעות, זיין איידל; דארט וואו עס איז דא איידלקייט – דארט איז די שכינה הקדושה.


פון דער ראש ישיבה

#8653 - מאכן די סעודות שבת מיט שמחה און ישוב הדעת
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין זייער זייער פרייליך און זיך אומגיין מיט דיינע קינדער מיט אסאך סבלנות און געדולד, חס וחלילה נישט שלאגן די קינדער, און חס וחלילה נישט שרייען, פארשעמען אדער טשעפען די קינדער. און אויב דו ווילסט מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן האבן א ליבשאפט צו תורה און יראת שמים - איז די בעסטע זאך זאלסט זיין א לעבעדיגע ביישפיל, די קינדער זאלן זען ווי דו האסט ליב תורה, און ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים; שבת ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן, דאס וועט זיין 'מעשה אבות סימן לבנים', וועלן דיינע קינדער אויך נישט שמועסן ביים דאווענען, ווייל ווי אזוי עלטערן פירן זיך - אזוי וועלן די קינדער טון ביים סוף.


דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א פלא פון א מעשה (ספר נפלאים מעשיך, מעשה קי), אמאל איז געווען א איד וואס האט געוואלט שלאגן זיין קינד, ווייל דאס קינד האט געגעסן ברויט אן זיך וואשן נטילת ידים, ער האט אנגעכאפט ביידע פיס פונעם קינד מיט איין האנט, און גענומען דעם שטעקן אינעם אנדערן האנט, און ווען ער האט געוואלט שלאגן דאס קינד האט ער זיך אליין געשלאגן און ער האט זיך אליין זייער שטארק צעקלאפט; האט דער זון געזאגט: "טאטע, דו ווייסט פארוואס דו האסט דיך צעקלאפט? ווייל פון הימל וויל מען דיר ווייזן אז אנשטאט דו זאלסט מיך שלאגן אויף דעם וואס איך עס אן נטילת ידים זאלסטו זיך אליינס ענדערש שלאגן אויף דעם וואס דו עסט אויך אן זיך וואשן נטילת ידים, און דאס איז די סיבה פארוואס איך עס אן נטילת ידים; אויב וואלט איך דיר געזען עסן נאר מיטן זיך וואשן נטילת ידים וואלט איך אויך קיינמאל נישט געגעסן אן נטילת ידים".


פרייטאג ערב שבת - זאלסטו נישט ארבעטן נאך חצות. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים נ.): "כל העושה מלאכה בערב שבת אינו רואה סימן ברכה", ערב שבת אז מען ארבעט - זעט מען נישט קיין ברכה; גיי אהיים, העלף אנגרייטן דעם שבת, העלף דיין ווייב, און לייג זיך אביסל אראפ שלאפן אז דו זאלסט קענען מאכן די סעודת שבת מיט גרויס שמחה און מיט ישוב הדעת. מיט רחמנות, נישט מיט קיין כעס. מיט סבלנות, נישט מיט קיין נערוון.


א פרייליכן ליכטיגן שבת!

#8652 - לויב אויס דיין ווייב און טעכטער מיט זייער צניעות
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין ווייב גייט אנגעטון איידל און אז זי פירט זיך מיט די מסורה פון אירע עלטערן, די מסורה פון די הייליגע צדיקים זיך אינגאנצן אראפנעמען די האר.


דו האסט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון א שטוב וואו די מאמע מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל, אין די שטוב רוט די שכינה און עס איז דא אלע ברכות, און אויב חס וחלילה די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך אויף בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה, מען פארטרייבט אלע ברכות פון שטוב, און מען ברענגט אריין די סטרא אחרא, די מזיקים און די קליפות השם ישמרנו.


לויב אויס דיין ווייב מיט דעם וואס זי פירט זיך מיט די הייליגע מסורה פון זיך אראפנעמען די האר, אינגאנצן זיך אפשערן. קוק אריין וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין זוהר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לויב אויס דיין ווייב און דיינע טעכטער מיט דעם וואס זיי גייען אנגעטון מיט צוגעדעקטע שטרומפ וואס זעט נישט אויס ווי פוס, און מיט קליידער וואס איז איידל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", ווען די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך איידל - וועט מען זוכה זיין צו האבן ערליכע געראטענע קינדער.


אז מען קוקט אין די וועלט און מען זעט וואס טוט זיך אין די וועלט, אזוי סאך קינדער, אזוי סאך שטיבער - פאלן אוועק פון אידישקייט; דארף מען זיך מורא'דיג שטארקן אז די ווייב און די קינדער, די מאמע מיט די טעכטער - זאלן גיין אנגעטון איידל, רעד צו דיינע קינדער פון די שיינקייט און דאס הייליגקייט פון צניעות, און חס וחלילה טשעפען אדער שפעטן, אדער אוועקמאכן און אונטערברעכן די ווייב זי זאל נישט גיין ווי איר מאמע און ווי די הייליגע מסורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, געב אכטונג אז דיינע טעכטער זאלן האבן איידעלע חבר'טעס, ערליכע חבר'טעס, חבר'טעס פון ערליכע שטיבער, ווייל די כח פון א חבר'טע איז זייער שטארק, און אויב מען חבר'ט זיך מיט נישט קיין גוטע חבר'טע - קען מען אינגאנצן אוועקקריכן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ז.): "הַרְבֵּה יַלְדוּת עוֹשָׂה, הַרְבֵּה שְׁכֵנִים הָרָעִים עוֹשִׂים.


אויך זאלסטו זען אז ביי דיר אין שטוב זאל מען רעדן פון אמונת חכמים, מען זאל דערציילן מעשיות פון צדיקים, און מען זאל פרעגן שאלות פון א דיין, און פון א רב, און פאלגן וואס די חכמים זאגן.


טייערער ברודער, גנב'ע זיך אראפ אפאר מינוט יעדן טאג פאר התבודדות; בעסער איז דאס צו טון ווי פריער אינעם טאג, ווען דער מח איז נאך קלאר. גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן. בעט דעם אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין שטוב, פאר דיינע קינדער און דורי דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אלע זאלן האבן א שטארקע אמונה און אלע זאלן גיין בדרך התורה והיראה, בדרך הצדיקים.


זיי געזונט און שטארק.

#8651 - מיט די כח התורה ווערט מען א גרויסער צדיק
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין מיט אנשי שלומינו, ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מיר האבן עס מקשר געווען מיט דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא דברים, א), אויפן פסוק (דברים א, א): "אֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר מֹשֶׁה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל", אז די אידן האבן געפרעגט משה רבינו, נעכטן האסטו געזאגט: "לֹא אִישׁ דְּבָרִים אָנֹכִי", ווען דער אייבערשטער האט געזאגט אז דו זאלסט גיין צו פרעה, האסטו געזאגט איך קען נישט רעדן, און יעצט זאגסטו: 'אֵלֶּה הַדְּבָרִים'? זאגן די הייליגע חכמים, אז אויב א מענטש איז א 'חַיָּךְ', ער האט נישט קיין ווערטער, ער קען נישט רעדן - זאל ער לערנען די הייליגע תורה, 'וְהִתְרַפֵּא', און ער וועט ווערן אויסגעהיילט; האבן מיר זיך מחזק געווען אז דאס איז ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז אויב איינער איז א 'חַיָּךְ', 'חַיָּךְ' איז אויך א לשון פון חוּכָא וּטְלוּלָא, ער האט אין זיך ליצנות, ער איז פארכאפט ביי די קליפות - 'שְׁנֵה אֶת הַתּוֹרָה', זאל ער לערנען די הייליגע תורה, און מיט די כח התורה - 'וְהִתְרַפֵּא' וועט ער ווערן א גרויסער צדיק, אן ערליכער איד.


ליבער ברודער, באניי זיך און מאך זיך א שיעור אין לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משנה, גמרא, הלכה, און אזוי ווייטער; וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8650 - לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מיר מוזן קוקן גוט און אויפזוכן גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו עס זעט אויס ווי ביי דעם מענטש איז נאר דא שלעכטס, האט דער רבי געזאגט אז עס קען נישט זיין אז א מענטש זאל זיין אינגאנצן שלעכט, כולו רע, עס איז זיכער דא אין אים א פינטעלע גוטס, און דער רבי זאגט אז אויב מען וועט זען די גוטס און מען וועט טראכטן פון די פינטעלע גוטס - מיט דעם קען מען מהפך זיין יעדן מענטש, אים ארויסנעמען פון די שלעכטס און ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב'ער חסידות, מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פון די יסודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז אוועקגעשטעלט; מיר זאלן זוכן אין יעדן איינעם גוטס, אויך אין זיך אליינס זאל מען אויפזוכן גוטס, טראכטן פון די גוטס און זיך מחיה זיין מיט די גוטס, און מיט דעם קען מען זוכה זיין אינגאנצן צו ווערן א גרויסער צדיק.


על כן ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, לאז שוין אפ די שלעכטס, לאז שוין אפ די מרה שחורה, לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן, הייב אן זיך מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט; זיי זיך מחי' מיט די מזוזה וואס דו האסט ביי די טיר פון דיין שטוב, זיי זיך מחי' מיט די בארד און פאות דיינע, זיי זיך מחי' מיט די ציצית, זיי זיך מחי' מיט די תפילין; פון דעם זאלסטו טראכטן, זאלסט גיין א טענצל און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח הייליגער באשעפער אז איך בין א איד און איך האב די זכי' צו טון דיינע מצוות".


ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אויך אין שטוב מיט דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו זיך אנשטרענגען צו זען נאר גוטס, און בינד זיך אויף פון די קייטן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער האט דיך געבונדן אין זיין תפיסה, און ער מאכט דיך קוקן און טראכטן און געדענקען נאר פון די חסרונות פון דיין ווייב און די קינדער, דורכדעם צעשטערט ער דיר דיין לעבן, דו פייניגסט זיך, דו האסט נישט קיין מנוחה, דו קענסט נישט אנגיין אין דיין טאג, עס בוזשעוועט דיר דיין קאפ מיט די אלע שלעכטס וואס דו זעסט אין זיי; הייב אן פאלגן דעם רבי'ן, זוך אויף איין גוטע זאך אין דיין ווייב, און אזוי אויך איין גוטע זאך אין יעדער פון דיינע קינדער און זיי זיך מחי' מיט דעם, און טראכט: 'זיי זענען דאך אזוי גוט מיט די גוטע זאך וואס זיי טוען'.


מאך זיך א שיעור און לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מהר"ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, אפילו די הארץ איז פארשטאפט.


מאך זיך א שיעור און לערנען די שיחות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מאך זיך א שיעור אין סיפורי מעשיות, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כה), אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אויך מאך זיך א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי, דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (שם, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.