בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8407 - חס ושלום צו פרעגן פראגעס פון עי איי
קדושה, חינוך הילדים, מורה דרך, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - פרעג דעם דיין; חברים זענען נישט אויף וועם מען קוקט ווי אזוי זיך צו פירן. אז מען איז נישט זיכער ווי אזוי זיך צו פירן - קוקט מען נישט אויפן חבר וכו', און זיכער נישט עי איי; א פחד און א שרעק אז טייערע ערליכע אינגעלייט באניצן זיך מיט דעם. חס ושלום צו פרעגן פראגעס פון עי איי, מען קען חס ושלום פארלירן די אמונה, מען קען פארפאלן ווערן רחמנא לצלן.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן זיך היטן פון דעם, זאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן נישט נעמען קיין שום נאמבער פון א חבר, פון א צווייטן; ווייל מען קען פארלירן די אמונה, מען קען אריינפאלן אין מינות וכפירה השם ישמרינו, א איד פרעגט אלעס א רב, א דיין, אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער פון קדושה וטהרה, רעד צו זיי פון קדושת הברית, אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש. אויך פון זיך אכטונג געבן פון אנדערע, אויב איינער וויל אנרירן אדער ער הייסט אים אנרירן - זאל ער אוועק גיין און אוועק לויפן, און אז ער קען נישט אנטלויפן זאל ער שרייען: "ראטעוועט!" און מען זאל דערציילן פאר די עלטערן און פאר די מלמד אדער טיטשער.


איך ווייס אז עס איז נישט באקוועם צו רעדן פון דעם, עס איז גרינגער נישט צו רעדן, אבער מען מוז רעדן, מען מוז אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, די דור איז פול מיט מופקרים און מען מוז היטן די קינדער זיי זאלן וואקסן ערליך און הייליג.


מען דארף אכטונג געבן וואס מען רעדט, נישט רעדן איבריגע רייד, מען דארף רעדן פשוט'ע וועטער, אז דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן, מען דארף זיין הייליג, מען דארף זיין אפגעהיטן, און ווען די קינדער זענען שוין עלטער, מיט דעת - קען מען צולייגן אז אלע צרות ויסורים ליידט מען אויב מען היט זיך נישט אפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8406 - צרות ויסורים, אן קיין קשיות און תרעומות
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער און ער שטארקט זיך און האט נישט קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו, אז מען זאל זיך אויפשטעלן ווען א איד וואס האט א נישט געזונט קינד אין שטוב קומט אריין, ווייל אז עס גייט אריבער אזא מעשה, דאס איז מזכך ומטהר, קומט אים מען זאל זיך אויפשטעלן פאר אים, און אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד", דאס מיינט מען א איד וואס עס גייט אריבער אויף אים צרות ויסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן; דאס איז די גרעסטע מעלה וואס קען נאר זיין.


ליבער ברודער, אנטלויף צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט; נעם א חומש, א משניות, א גמרא, זאג די ווערטער פון די תורה. דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה, (קוק נאך אין ספר שיחות הר"ן, סימן עו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8405 - שלאגן איז נישט חינוך
חינוך הילדים, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלאג נישט דיינע קינדער, דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל נישט שלאגן קינדער, און אז דער רבי האט געזאגט נישט שלאגן - איז פערטיג, געענדיגט מיט שלאגן, קלאפ עס ארויס פון קאפ, נישטא קיין שלאגן.


מוהרנ"ת האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין זון האט נישט געוואלט אריינקומען שבת ביי די סעודה צום טיש זיצן נעבן א גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', און ער האט אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה, האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "א קינד שלאגט מען? אויך וויל איך דו זאלסט נישט אהיים ברענגען די סארט געסט".


אז מען לייגט צו קאפ, מען טראכט אריין זעט מען אז שלאגן איז נישט חינוך, עס איז נאר זיך אויסצובלאזן די נערווען, אזוי אויך שרייען און רעדן סארקאסטיש איז נישט חינוך, עס איז פארקערט פון חינוך, עס מאכט די קינדער זאלן נישט אויסהערן די עלטערן.


איך בעט דיר און איך ווארען דיך, שלאג נישט און שריי נישט און רעד נישט אויף א וועג פון טשעפען, און אז דו ביסט נערוועז - זאלסטו גיין אין א שטילע פלאץ זיך אויסבלאזן דיינע נערווען.


קומענדיגע וואך, פסח שני - וועלן מיר מסיים זיין מסכת מנחות און מיר הייבן אן מסכת חולין; הלואי זאלסטו זיך מיט כאפן מיט די סדר פון לערנען יעדן טאג גמרא. הייב אן היינט מנחות דף ק, לערן יעדן טאג א בלאט, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין; וועט דאס דיך בארואיגן, דו וועסט מער נישט שרייען, שלאגן, פליקן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8404 - דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זיצט ביי מוהרא"ש ביים טיש, דו ביסט אין היכל הקודש - דארפסטו זיך טוישן די וועג ווי אזוי דו פירסט זיך, די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב מיט דיין ווייב; א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט נישט אזוי, א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט איידל מיט דרך ארץ.


רעד שיין צו דיין ווייב, פיר זיך ערליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים  מט:), נאר אן ערליכער איד רעדט שיין, איז מפייס, בעט איבער וכו'; אן יראת שמים פירט מען זיך ווי א חי' רעה, מכה - מען טוט וויי, מען שטעכט, מען מאכט ווייטאג, מען מאכט וויינען השם ישמרינו.


וויפיל האט דער רבי אונז אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב; שלום בית איז ביים רבי'ן געווען א יסוד אין לעבן, רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב, ווייל די ווייבער ליידן אין לעבן זייער אסאך צער, זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, צער העיבור, צער הלידה און צער גידול בנים.


מוהרנ"ת דערציילט (שם, סימן רסג), איינער האט אים דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט אז דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8403 - אלעס וואס דו גייסט אריבער איז מיט א חשבון
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער שטארק זיך, שטארק זיך מיט אלע כוחות, שטארק זיך אפילו עס איז דיר ביטער שווער, גלייב אינעם אייבערשטן און זאלסט חס ושלום נישט האבן קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, ווייל אלעס וואס דו גייסט אריבער איז מיט א חשבון, עס איז נישט קיין טעותים.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; ווייל אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען שווערע ביטערע נסיונות, און ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן - זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8402 - שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר
שלום בית, חמרות ופרישות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב צער פון וואס דו האסט מיר דערציילט, אז דו ביסט נאך אין מצרים, בבחינת 'וירא את ענינו, זה פרישות דרך ארץ' וכו', ענק לעבן נישט ווי די תורה זאגט, און אז דיין ווייב זאגט אז א חבר'טע האט איר געזאגט אז די צער און ווייטאג קומט פון לעבן כדרך כל הארץ וואס עס איז נישט אמת, עס איז ליגנט.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען האלטן דיין שטוב, די שטוב זאל נישט צעפאלן חס ושלום, גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן במחשבה דיבור ומעשה, נישט אראפפאלן חס ושלום.


איך וועל אויך מתפלל זיין פאר ענקער שטוב עס זאל בלייבן גאנץ, עס זאל נישט חס ושלום צעפאלן.

#8401 - מצה ברענגט רפואות
רפואה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, ט' ניסן, שבת הגדול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך וויל אייך ווינטשן א פרייליכע כשר'ע פסח, איר זאלט זיין געזונט און שטארק, אין די זכות פון אייערע מעשים טובים און די גרויסע צדקות וואס איר טוט; איר האט מיך ממש מחי' געווען, איר האט אראפגענומען א שווערע לאסט פון מיר, איך האב געקענט אויסטיילן פאר די מלמדים און כולל אינגעלייט אויף פסח, די גרויסע זכות זאל אייך ביישטיין.


פסח ביינאכט ווען מען עסט די הייליגע מצה קען מען ווערן אויסגעהיילט פון אלע פראבלעמען. מצה איז מעדעצין, דער הייליגער זוהר זאגט דאס, אז מצה איז א רפואה (פרשת תצוה, קפג:), און אויך איז דאס אמונה (פרשת בא, מא.), וואס די צוויי זאכן גייען אינאיינעם; ווער עס האט א שטארקע אמונה - דער האט א רפואה. זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביים סדר נאכט: "הייליגער באשעפער איך גיי יעצט עסן די מצה, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע זכרון, נישט פארגעסן און נישט ווערן צעטומלט, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין איבערגעטריבענע פחדים יעצט אין די צייט פון די מלחמה, און היט מיך פון אלעם שלעכט".


ביים עסן די מצה, סיי די כזיתים און סיי יעדע שטיקל מצה במשך יום טוב קען מען זוכה זיין צו ווערן אויסגעהיילט. אזוי ווי עס שטייט (שמות כג, כה): "וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ", דורך עסן די לחם עוני קען מען האבן א רפואה אויף אלעמען (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א).


איך בעט פאר אייער געזונט און פאר אייער זכרון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8400 - פחדים פונעם אלארעם אז עס קומט א באמבע
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, ט' ניסן, שבת הגדול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


אז דו וועסט חזר'ן אמונה, דו וועסט זינגען: "אין עוד מלבדו, אפס זולתו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס" - וועסטו זיך נישט אזוי דערשרעקן ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם אז עס קומט א באמבע, דו וועסט געדענקען: 'שהבורא יתברך שמו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, אלעס האט א חשבון, יעדע באמבע האט אן אדרעסס, עס קען גארנישט פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט'.


בעט דיינע עלטערן דו זאלסט קענען קומען די קומענדיגע ראש השנה צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) ווער עס הערט שופר בלאזן פון א צדיק האט נישט מורא פון קיין רעמים, דאס מיינט מען אויך די אלארעמס, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נט.): "לֹא נִבְרְאוּ רְעָמִים אֶלָּא לְפַשֵּׁט עַקְמִימִיּוּת שֶׁבַּלֵּב", דער אייבערשטער מאכט עס זאל דינערן נאר צוליב דעם אז מענטשן זאלן תשובה טון, מענטשן זאלן ארויסנעמען פון הארץ די אלע פארדרייטע מחשבות, וואס זענען 'עקמימיות שבלב', דאס וואס מען רעדט זיך איין אז מען קען זיך אליין אן עצה געבן, מען קען זיך אליין אכטונג געבן, און פלוצלונג קומט א 'רעם', עס הייבט אן פייפן די אלארעם און מען זעט אז די ערב רב וואס שרייען: 'כוחי ועוצם ידו עשה לי את החיל הזה', קענען גארנישט מאכן און גארנישט טון, מען טוט תשובה; זאגט דער רבי, דער וואס הערט דעם צדיק שופר בלאזן דער דארף שוין נישט האבן די דינערן אים אויפצואוועקן ער זאל תשובה טון, דער טוט שוין ראש השנה תשובה, ווייל דער וואס הערט דעם קול פון צדיק - דער האט נישט קיין עקמימיות בלבו.


קום אין חדר, בלייב נישט אין שטוב, און ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם און אויך ווען דו טראכסט פון די באמבעס, דו ווערסט דערשראקן - זאלסטו אנהייבן זאגן די תפילה: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, איך קען נישט נעמען די שרעק, איך פארליר מיין אטעם, העלף מיר איך זאל זיך נישט שרעקן, העלף מיר איך זאל געדענקען אז דו שטייסט אונטער די רעמים, דו מאכסט דאס אלעס אונז אויפצואוועקן פון שלאף, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, הייליגער באשעפער איך קען נישט נעמען די שרעק, איך שפיר ווי איך ווער אויס, איך קען נישט, באשעפער היט אונז אפ, היט אפ כלל ישראל, היט אפ אלע אידן, און אלע אידן זאלן תשובה טון".


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א גוט שבת.

#8399 - וואס איז מיט דן זיין לכף זכות?
מוסדות, היכל הקודש, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו, בני ברק


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו מיט אלע טענות.


בתוך הדברים שרייבן ענק אז ענק טראכטן אז אונזער מוסדות איז נישט היכל הקודש וכו' וכו'.


איך מיין אז ענק דארפן אויך פאררעכטן וכו'; וואס איז מיט דן זיין לכף זכות? וואס ווייסן ענק וואס גייט אריבער אויף אונז, ווי שווער מיר ארבעטן אז זאכן זאלן פאלן אין פלאץ? ספעציעל דער מנהל יצחק נרו יאיר וואס ארבעט מיט זיין גאנצע הארץ, זיין גאנצע כח; וואס איז מיט דן זיין לכף זכות? אז עס גייט אריבער א טאג וואס מען הייבט נישט אויף די טעלעפאן און מען רופט נישט צוריק, אפשר איז דא וויכטיגערע זאכן? אפשר איז די א סיבה וכו'? היכל הקודש איז נאר גוט ווען מען טוט אלעס ווי אזוי דער מענטש וויל?!


עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אין אומאן איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים גע'רודפ'ט, אמאל האט ער אויסגעקלאפט אויפן בימה: "מורי ורבותי, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן דן זיין לכף זכות יעדן איינעם, איז וואס איז פשט אז מען קוקט אויף יעדן איינעם גוט, אויסער ווען עס קומט צווישן אונז קען מען זיך נישט ליידן איינער דעם צווייטן, מען דארף יעדן דן זיין לכף זכות אויסער א ברסלב'ער חסיד?!"


די פראגע פרעג איך אייך, ענק שרייבן מיט אזויפיל ווייטאג, כאילו מען וויל ענק דא מאכן שלעכט, מען האט חשבונות מיט ענק; איז וואס איז מיט דן זיין לכף זכות? אדער אפשר גאר קען איך ענק אויפנעמען פאר מנהל און מנהלת? אפשר ווילן ענק אוועק געבן איין נאכט פון ענקער שלאף פאר אונזער מוסד?


ענק שרייבן אז ענק גייען היינט קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון, בעט איך ענק, זייט מיך מזכיר, בעטס פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8398 - מניעות, בלבולים, און חלישות הדעת
מחלוקת, היכל הקודש, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי אז מען טשעפעט דיך און מען טוט דיר וויי ביי אונז אין שול. איך האב גערעדט מיטן גבאי, ער בעט איבער, ער זאגט זיי מיר מוחל, ער נעמט זיך פאר ער גייט מער נישט וויי טון, ער גייט אכטונג געבן אויף דיר.


א שאד אוועק צו גיין פון אזא חבורה, ביים רבי'ן איז געווען אמאל אז איינער האט זיך באליידיגט און איז אוועק געגעאנגען, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם.


אויך דארפסטו וויסן, אפילו ווער עס ווערט נישט געטשעפעט האט מחשבות אז מען דארף אים נישט; מען האט בלבולים, מען האט חלישות הדעת; דאס זענען די קליפות וואס לאזן נישט דעם מענטש מקורב ווערן צום צדיק, זיי ווילן נישט דער מענטש זאל ווערן מתוקן בזה ובבא. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי יודל זכרונו לברכה ווען עס איז אריבער אויף אים בלבולים וחלישות הדעת וכו' וכו'. די מעשה גייט אזוי, ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'; און דער רבי האט געזען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות; איז גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון 'שקר' – 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


איך האף עס וועט בלייבן צווישן אונז א קשר, דו וועסט איבערשפרינגען די מניעות, דו וועסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה, זיך שטארקן אויף די בלבולים און חלישות הדעת וכו' וכו', ווייטער דאווענען מיט די טייערע חבורה אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8397 - ציפעס ביים שבת טיש
חינוך הילדים, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף דיין זון נרו יאיר, און אז דו דארפסט אים עפעס פאררעכטן, מוסר'ן - זאלסטו עס טון איידל. דיין זון איז זייער הייקל, ער איז זייער איידל, מען דארף אויף אים זייער אכטונג געבן. עס שטייט (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה", מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג; יעדעס קינד האט זיין נאטור, זיין מח, זיין וועג - ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג; מיט דעם קינד דארפסטו זיך אפגעבן זייער איידל, לויט זיין וועג.


דאס וואס ער זאגט: "איך בין א גוי וכו'" - דאס קומט פון צעבראכנקייט, אויב ער זאגט עס נאכאמאל זאלסטו אים זאגן זייער איידל מיט א שמייכל: "חס ושלום, דו ביסט נישט קיין גוי דו ביסט א איד, א איד קען נישט ווערן אויס איד, א איד בלייבט א איד בזה ובבא, א איד איז א חלק אלוקי ממעל", זאג אים: "טאטי האט דיך זייער ליב, דו ביסט מיר זייער טייער, דו ביסט א איד און דו בלייבסט א איד".


בנוגע וואס צו טון ביים שבת טיש ווען אלע ארום כאפן ציפעס וכו'; וויסן זאלסטו, א קינד וואס אלע שכנים ביים טיש כאפן פון אים - דארף מען מיט חכמה אויסשטעלן די פלעצער עס זאל זיין דאס בעסטע וואס קען זיין, אדער נעמט מען אים נעבן זיך און מען געבט אים די כבוד, אדער מאכט מען אים פאר דער גבאי וכו'; צום ביישפיל, ער גייט טיילן די טרינקען פאר די יונגערע געשוויסטער, מען געבט כבוד און מען באשעפטיגט אים.


אויך אין חדר, אז דער מלמד זעט א קינד וואס קאכט אין אים א פייער און די ארומיגע ווערן געשטערט, דארף מען אים געבן א גבאות, אדער אים זעצן אויבן אן און געבן אויפמערקזאמקייט און אים אויפבויען, ביז ער וועט אויפוואקסן ערליך און געזונט.


והעיקר זאלסטו יעדן טאג מתפלל זיין פאר דיינע קינדער. מוהרא"ש חזר'ט אין די בריוון א מעשה מיט א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער טייערע געראטענע קינדער, און ווען איינער האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו אזעלכע וואוילע קינדער, אלע אזוי געראטן?" האט ער אלעמען געענטפערט מיט א לשון: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8396 - עפעס שטערט פאר'ן קינד אין חדר
מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע-מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב גערעדט מיט ... נרו יאיר, ער דערציילט מיר אז זיין זון וויינט ער וויל נישט גיין אין חדר, ער וויל נישט רעדן, ער זאגט נישט וואס שטערט אים, און וויפיל די עלטערן פרובירן אים איבער רעדן יא צו גיין - וויל ער נישט גיין.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אריינקוקן וואס גייט פאר, וואס איז דאס אז א קינד וויל נישט גיין אין חדר; וואלט עס געווען א קליין קינד - דאס איז נארמאל, קליינע קינדער זענען אמאל מער באקוועם אין שטוב מיט די מאמע, מיט די שפילצייג, אבער א גרויס קינד זאל נישט וועלן גיין אין חדר - מוז זיין אז עפעס גייט פאר; אדער קינדער טשעפען, אדער דער מלמד מיטן קינד זענען צעאמפערט; איך בעט דיר זייער דו זאלסט דאס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8395 - אן איבערגעדרייטע סדר
שבת הגדול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, ט' ניסן, שבת הגדול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת הגדול איז ביי אלעמען אן איבערגעדרייטע טיש, מען עסט נישט אין די פלאץ וואו מען עסט געווענליך, מען גרייט זיך אויף פסח; דער הייליגער רבי זאגט מער טיפער (שיחות הר"ן, סימן פח): "הֲפִיכַת הַשֻּׁלְחָן בְּשַׁבָּת הַגָּדוֹל", אז דער טיש ווייזט אויפן דיבור, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מא, כב): "וַיְדַבֵּר אֵלַי זֶה הַשֻּׁלְחָן אֲשֶׁר לִפְנֵי ה'", וויל מען יעצט ווייזן אז יעצט איז נאך דער דיבור אין גלות, עס איז נישט מסודר, עס איז איבערגעדרייט, אבער אז מיר וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח, מיר וועלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן און עס וועט ווערן פֶּה-סָח - דאן וועלן מיר האבן א געהעריגע טיש און אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון מצרים.


דאס איז דער סוד, אז מען וויל נישט אן איבערגעדרייטע טיש, אן איבערגעדרייטע סדר – זאל מען אנהייבן ניצן דעם מויל, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, בפרט אויף צרות היצר וואס לאזט נישט אפ, ער וויל נאר אוועק שלעפן פונעם איבערשטן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.

#8394 - בדיקת חמץ מיט שמחה
חינוך הילדים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני-א, י"ג ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז בדיקת חמץ; מען רוימט אויף די שטוב איידער מען איז בודק חמץ, אז אלעס פון דער ערד איז אוועקגעלייגט און צאמגעפאקט - איז גרינגער בודק חמץ זיין, און ווי מער זאכן זענען אנגעלייגט איז שווערער די בדיקה; זאלסטו אלעס אנגרייטן פון פאראויס, אז אלעס זאל זיין מסודר, אויך איז דער מנהג צו לייגן צען ברעקלעך חמץ, עס איז אויך דא אין דעם א גרויסער סוד.


דער עיקר זאלסטו טון אלעס מיט גרויס שמחה, ווייל יעצט פסח ווערט אנטפלעקט דאס הייליגקייט פון אידישע קינדער, ווי אלע אידן טוען אויסרוימען די חמץ. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארום געגאנגען פסח פון איין איד צום צווייטן זיך נאכפרעגן צי ער האט אפשר אביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום! ביר איז חמץ", האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל דער ווערד פון א פלעשל ביר וועסטו מיר יא געבן?" האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב - "איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי דאס זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב - "איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיך דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): "וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ', עס זענען נישטא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): 'מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8393 - דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חדר און בית פיגא
תודה והודאה, מוסדות, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן א חדר און א בית פיגא וואו מען איז מחנך די קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, מען לייגט אריין אין די קינדער א שטארקע אמונה, א קלארע אמונה. יעצט ווערט זיבעצן יאר פון די מוסדות, ווייל אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט אונזער ברסלב'ער חדר אין אמעריקע, מיר האבן געעפנט די חדר מיט אפאר קינדער, מיט בערך פינף משפחות האבן מיר אנגעהויבן די חדר, און היינט איז דאס שוין אזוי גרויס צואוואקסן.


די וואך גייט צוויי פרשיות, הייב אן שוין היינט מעביר סדרה זיין, ווייל אלע ברכות ליגט אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין, און אויך פארקערט; אויב מען לאזט אויס א וואך פון מעביר סדרה זיין - זעט מען גלייך א נישט גוטע זאך וואס פאסירט.


קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון מיט היט אין רעקל, שטעל זיך פאר דו קענסט אריינגיין צו א קעניג, א מלך בשר ודם - וואלסטו זיכער זיך אנגעטון דיין רעקל, דיין הוט בדרך כבוד, און דא רעדט מען פונעם מלך מלכי המלכים, דער הייליגער באשעפער; זאלסטו קומען אין שול מיט כבוד און דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8392 - די צוויי זאכן זענען די סוד פון שלום בית
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל, מאנרא


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


דו פרעגסט ווי אזוי מען מאכט אן אפוינטמענט צו קומען רעדן, דו ווילסט הדרכה אויף שלום בית, דו ווילסט פירן דיין שטוב ריכטיג.


קענסט זיך פארבינדן מיטן מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר; יעדע זונטאג איז די צייט וואס מען קען קומען רעדן.


אז דו ווילסט פירן דיין שטוב ריכטיג און האבן שלום בית, זאלסט נעמען דעם כלל: "טענה נישט מיט דיין ווייב", און נאך א זאך: "געב כסדר גוטע ווערטער"; די צוויי זאכן זענען די סוד פון שלום בית. מוהרא"ש זאגט, נישטא אזא זאך 'טענה'ן מיט די ווייב', מיט די ווייב טענה'ט מען נישט, זאל זיין וואס זאל זיין, מיט די ווייב פארברענגט מען, מען רעדט, מען שמועסט, מען געבט גוטע ווערטער, און מען הערט אויס אירע קרעכצן, אירע מחשבות וכו'.


קענסט קומען רעדן, אבער אז דו וועסט שטיין אויף די זאכן, דו וועסט חזר'ן די בריוו – וועסטו נישט דארפן קומען, די שטוב וועט שיינען און לייכטן, עס וועט זיין אמת'ע שלום בית.


גיין יעדן טאג ארויף צום ציון פון רבי'ן זכותו יגן עלינו (מסאטמער), גיס אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זיי זיך דארט מתבודד, זאג אביסל תהלים – וועסטו האבן ישוב הדעת, וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.

#8391 - א זיסע וועג צו לערנען, פאר יעדן איינעם
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף דו גייסט אן מיט דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, דאס וועט בלייבן פון אונז; די פרקים משניות און דפים גמרא – דאס נעמט מען מיט לנצח נצחים.


היינט האבן מיר דעם רבינ'ס דרך הלימוד, א זיסע וועג פאר יעדן איינעם, פונעם שארפסטן קאפ ביזן שוואכסטן קאפ; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "העיקר הוא האמירה", דער עיקר ביים לערנען איז דאס זאגן די ווערטער, מען דארף נישט ווערן בלחץ אז מען זעט מען פארשטייט נישט אלעס וואס מען לערנט; ווייל אז מען איז גורס בהתמדה קומט מען אן צו פארשטיין; ווער עס נעמט אן די דרך הלימוד קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, און נאר אז מען האט די דרך הלימוד קען מען זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג, אין אלע צייטן, אפילו מען האט טרדות וכו'.


שטארק זיך.

#8390 - קנעכט פארן אייבערשטן, באפרייטע מענטשן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


אייער מאן האט גערעדט מיט מיר, (ער איז נישט געקומען רעדן מיט מיר, נאר נאכדעם וואס איך האב אים געזען ווי זיין פנים איז טרויעריג, און אים אויסקוועטשן אז ער מוז דערציילן וואס גייט פאר), אז מען איז אפגעטיילט וכו', מיט א תירוץ וכו'; איך בין זיכער מיטן הילף פונעם אייבערשטן אז נאר דורך שלום בית וועט קומען די ישועה, און נאר דורך לעבן באהבה וכו' – וועט קומען די רפואה, און אלע אינפעקשנס וועלן אויסגעהיילט ווערן.


איך האב אסאך צו רעדן, (בכתב איז נישט שייך); וואויל איז אונז אידן וואס מיר טוען די מצוות פונעם אייבערשטן, מיר הערן נישט אויס די לינקע אפיקורסי'שע דעות וואס זאגן 'מען דארף קוקן אויף זיך'. פסח האבן אלע אידן געגעסן מרור, אפילו עס האט געברענט און געציפט, און אזוי אויך מיט אלע מצוות; מיר טוען דאס נאר ווייל מיר זענען קנעכט פארן אייבערשטן, און אזוי זענען מיר אמת'ע בני חורין, באפרייטע מענטשן.


בזכות וואס ענק וועלן לעבן באהבה, אחוה, שלום ורעות וועט קומען אלע ברכות וישועות.

#8389 - גיין יעדן טאג צו א שיעור תורה
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער צופרידן אז דו ביסט קובע עתים לתורה, און דו גייסט ביינאכט צום גמרא שיעור פונעם דיין שליט"א. עס איז גאר אנדערש דער וואס גייט יעדן טאג צו א שיעור תורה, די גאנצע שטוב איז אנדערש; דער גאנצער מענטש, די שטוב, די שלום בית; מען איז אפגעהיטן מיט די תורה.


זיי נישט מוותר אויפן שיעור, זע אלעס צו לייגן אין אנדערע צייטן און זאלסט גיין צום שיעור. יעצט זומער דארף מען א גרעסערע שמירה צו האבן יראת שמים, שמירת עיניים, שמירת המח, און אז מען לערנט גמרא, מען גייט צו א שיעור – האט מען כח עומד צו זיין די שווערע נסיונות און בלייבן אפגעהיטן.


יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, דאנק אים אויף אלע חסדים, און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.

#8388 - צו וועם וועסטו זיך ווענדן?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ערשטנס וויל איך דיר זאגן אז איך האב דיך זייער ליב, דו ביסט ביי מיר זייער חשוב און זייער באליבט, ביסט איינגעקריצט אין מיין הארץ.


איך וויל דו זאלסט וויסן אז אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם; פארוואס גייט דאס אזוי? פארוואס פרובירט מען אויס? ווייל מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן; אויב דער מענטש וועט זיך קערן צום אייבערשטן, ער וועט אנטלויפן צו אים, ער וועט זיך צו אים אויסרעדן און אויסוויינען.


דאס איז די גרויסע מעלה פון די צדיקים; מען האט זיי אויספרובירט מיט שווערע ביטערע נסיונות, און זיי האבן זיך נישט מתרעם געווען אויפן הייליגן באשעפער, זיי האבן נישט געהאט קיין תרעומות, זיי האבן מקבל געווען אלעס מיט ליבשאפט און נישט אפגעלאזט זייערע עבודות.


אשרינו אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס שטארקט אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן האבן אמונה.

#8387 - גיי ווייטער אין פעלדער און וועלדער, זיך מתבודד זיין
התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט די נס וואס דו האסט געהאט ביים גיין התבודדות אין וואלד, ווען א פארציקנדע חי' איז דיך איבערגעפאלן און בחסדי השם יתברך ביסטו ניצול געווארן.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן די הייליגע עבודה, דו גיי ווייטער אין פעלדער, אין וועלדער – זיך מתבודד זיין, שריי צום אייבערשטן אויף דיינע טעג און יארן... בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט נישט פארברענגען די טאג און יארן מיט נארישקייטן, נאר מיט תורה און מיט תפילה.


בנוגע אויב דו דארפסט גומל בענטשן; פרעג דעם דיין שליט"א.


נאכאמאל, לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, אסאך אנשי שלומינו האבן געהאט די סארט מעשיות, מוהרא"ש האט כמה פעמים געהאט די ניסים מיט חיות און מיט רויבערס; און זיי זענען אלע ניצול געווארן.

#8386 - נישט זיין שטילע ליידיגע שטיבער אין שול
קדושה, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישראל חיים ברוין נרו יאיר, גבאי בית המדרש לקוטי מוהר"ן קרית ברסלב


איך האב שוין גערעדט צום מענידזשער פון די מוסדות, אליעזר שמן נרו יאיר, ער זאל באשטעלן א ראולא"פ געי"ט צו קענען פארמאכן די תלמוד תורה און בית פיגא שבת ויום טוב, אז ענקער שול זאל זיין פארזיכערט און אפגעהיטן, עס זאל נישט זיין קיין שטילע ליידיגע שטיבער וואו קינדער שפילן זיך, וואס קען חס ושלום ארויסקומען מכשולות.


איך בעט דיר דו זאלסט זען עס זאל ווערן ערלעדיגט; עס שטערט מיך נישט דאס אז די קינדער ווארפן אויף די קלאסן, איך וויל עס אפשפארן נאר צוליב דעם אז אונזערע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה; ווי ווייניגער ליידיגע שטילע פלעצער אין א שול – איז אלץ געזונטער און הייליג.


אויך וויל איך דיר לאזן וויסן אז אם ירצה ה' וועל איך קומען אויף שבתים אינעם נייעם געגנט, די הנהלה האט מיר אנגעגרייט א דירה נעבן שול; איך האף צו קומען יעצט אין די זומער וואכן מחזק זיין די נייע געגנט.

#8385 - זיי מקרב דיין ברודער, אבער אן דעם הונט
משפחה, הדרכות, קירוב, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דאס וואס מיר האבן גערעדט בנוגע דיין ברודער וכו'; וויסן זאלסטו, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מקרב זיין א ברודער, אים רופן אויף שבתים און ימים טובים, אבער דו קענסט נישט מפקיר זיין דיין שטוב, דאס הייסט ער קען נישט קומען מיט זיין הונט, און אויך אז דיינע קינדער האבן נישט מורא פונעם הונט – זאלסטו חס ושלום נישט לאזן קומען מיטן הונט, ווייל דאס איז נאך מער סכנה, ווייל אז דיינע קינדער וועלן זיך שפילן מיט דעם, וואס וועסטו טון אז זיי וועלן חס ושלום דאס וועלן האבן; עס ברענגט א שרעקליכע טומאה אויפן שטוב און אויף די מענטש וואס האלט דאס און שפילט זיך דערמיט.


אים קענסטו זאגן אז דיינע קינדער האבן מורא, "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם" (ספר המדות אות אמת, סימן ב), אז נישט וועט ער באליידיגט ווערן, ווייל ביי די וואס זענען צוגעבינדן, קשור בו ככלב, די ווערן באליידיגט אז מען רעדט צו זיין קעגן דעם.


רוף אים, זיי אים מקרב, שיק אים פאר די ימים טובים יום טוב זאכן; פאר פסח – מצות, פאר פורים – המן טאשן; זיי אים מקרב און זיי מתפלל ער זאל תשובה טון.

#8384 - העלפן עלטערן, אפילו אויפ'ן חשבון פון אייגענעם לעבן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך האב ערהאלטן ענקער לאנגע בריוו.


איך בעט דיר זייער, האלט נישט צוריק דיין ווייב פון גיין העלפן אירע עלטערע עלטערן, אפילו עס גייט אויפן חשבון פון ענקער לעבן; ווייל די מצוה פון העלפן עלטערן איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, מכבד זיין עלטערן איז פון די גרעסטע מצוות וואס מיר האבן.


זיי מחזק זיין ווייב זי זאל גיין העלפן איר אלטע טאטע און מאמע, איך בין זיכער אז עס וועט ענק גארנישט פעלן, ענק וועלן גארנישט דערלייגן, ענק וועלן געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט נחת ביי ענקערע קינדער, און מיט אריכות ימים ושנים, מיט געזונט און פרייד.


ווי לאנג מיינסטו האט מען בכלל אין לעבן א געלעגנהייט צו טון די מצוה? עס לוינט זיך יעדע מינוט וואס מען קען העלפן עלטערן, און ספעציעל עלטערע עלטערן. שפעטער קען מען שוין נישט טון די מצוה, הייבט מען זיך אן צו בענקען, מען באוויינט די טעג און יארן וואס מען האט זיי נישט באדינט.


אויך דו זאלסט העלפן דיין טאטע, גיי אריבער, זיי וואס דו קענסט אים העלפן.

#8383 - 'ילד שעשועים' קימפעטארין היים
משמש דעם רבי'ן, ילד שעשועים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת אפפעל תחי', קרית ברסלב


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג פאר אייך די ארבעט ביי 'ילד שעשועים', ספעציעל יעצט אסרו חג פסח, ווען מען דארף אוועקלייגן די פסח כלים וכו', דאך טוט איר אוועק געבן אייערע לעצטע טראפנס כח פאר די יונגע ווייבלעך, קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען אין אונזער 'ילד שעשועים' קימפעטארין היים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און אסאך הצלחה, אויך אידיש נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, בזכות די גוטע מעשים וואס איר טוט פאר אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש.


אויך זאלט איר איבערגעבן פאר אלע פרויען וואס העלפן אייך מיט די ילד שעשועים, און מיט די אנדערע אקטיוויטעטן פאר קהילת היכל הקודש, אז איך דאווען פאר זיי אלע און איך בענטש אייך אלע.