בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8749 - אכטונג געבן וואו מען שיקט א קינד צו בעביסיטן
קינדער, פלעי, געב אכטונג

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקט נישט אייער קינד אין א פלעי גרופ וואס איר ווייסט נישט וואס דארט גייט פאר, אויך נישט צו בעביסיטן; ווייל וואס ווייסט איר וואס פאר א הכשרים זיי ניצן?


א אינגערמאן דערציילט מיר מיט ווייטאג אז ער האט געלייגט זיין קינד בעביסיטן, און ווען ער האט אפגענומען דאס קינד – זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער די באטל מילך איז חלב עכו"ם רחמנא לצלן; קומט אויס אז זיין קינד איז געפיטערט געווארן מיט חלב עכו"ם.


היטס אויף אייערע קינדער, און א שטריימל און בעקיטשע איז נישט קיין הכשר, עס מיינט נאכנישט אז מען קען דארט שיקן, ודי לחכימא...


געבט אכטונג.

#8748 - דיינים שפוסקים שאלות ותשובות יש להם כח לברך ולעשות מופתים

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב הגאון רבי ... שליט"א


יישר כח גדול על כל מה שכבוד תורתו עושה לחזק את התלמידים והאברכים של קהילתינו הקדושה, בפרט על החיזוק ללומדי הכולל, ובעיקר את הראש הכולל, דיין דקהילתינו שליט"א.


כתיבה וחתימה טובה, ואבקש ממעלת כבוד תורתו להזכירנו בתפילותיו, ולברך אותי ואת כל משפחתי בשנה טובה ומבורכת, וידוע מה שרבינו ז"ל אמר (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מא), דיינים ורבנים שפוסקים שאלות ותשובות יש להם כח לברך ולעשות מופתים, "בִּבְחִינַת (דברי הימים א טז, יב): 'מֹפְתָיו וּמִשְׁפְּטֵי פִיהוּ'".


החותם באהבה, ומהכרת הטוב.

#8747 - דן זיין דעם מאן לכף זכות
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן בלייבט אינדרויסן מיט חברים און קומט נישט אהיים, דאס מיינט נישט אז ער דארף אייך נישט, און ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך, דאס מיינט נישט אז ער איז נישט ערליך; זייט אים דן לכף זכות, ער איז א טייערער מענטש, איר האט א וואוילער מאן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קוקן גוט און נישט זוכן פון אונטער דער ערד זאכן אויף וואס צו קאמפלעינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8746 - נישט כדאי צו לערנען הדרכה ביי צוויי מדריכים
חתן, הדרכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער תלמיד, החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו לערנען הדרכה פאר די חתונה ביי צוויי מדריכים, מען ווערט צעמישט, און אז דיין טאטע הייסט דיר גיין לערנען הדרכה ביי א חתן מדריך, נישט פון אונזער קהילה - איז נישט כדאי דו זאלסט מישן די יוצרות און לערנען סיי דא און סיי דארט, דו וועסט ווערן צעמישט.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תורה און תפילה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף די וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, און פון קיין שום זאך אויף די וועלט, לערן פלייסיג די הייליגע תורה און זיי זיך מתבודד. יעצט אלס חתן איז די שענסטע צייט, און אויך די ערשטע יארן פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות הפרנסה - איז די שענסטע צייט וואס מען קען זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


נאר שטארק דיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8745 - דרייסיג טויזנט שקל צו דרוקן ספר עצתו אמונה
עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו מנדב זיין דרייסיג טויזנט שקל צו דרוקן ספר עצתו אמונה לזכות די נשמה פון דיין טאטן זכרונו לברכה.


דאס איז גאר א גרויסע זכות פאר א נשמה, ווייל די ספר איז מחי' ומחזק צענדליגע טויזנטער מענטשן, עס ברענגט אריין אין אזויפיל מענטשן הרהורי תשובה און יראת שמים, און עס ווערט פון דעם א רעש אין הימל. אזוי ווי די מעשה גייט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


בזכות די גרויסע מצוה פון העלפן דרוקן די ספרים וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות - זאלסטו זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר מיט אלעם גוטנס.

#8744 - ווייניג בחורים, אבער זיי פאלגן און לערנען
נסיעה, ישיבה, בחורים, לערנען

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מגיד שיעור היכל הקודש ירושלים


איך האב געהערט די באריכט ווי אזוי עס קוקן אויס די נסיעות ווען דו פארסט מיט די בחורים, די סכנה'דיגע זאכן וכו', ווי איינער עפנט א טיר אינמיטן פארן, און די אנדערע סכנה'דיגע זאכן.


אויב די בחורים זענען נישט דערוואקסן - זאלסטו מער נישט פארן קיין נסיעות מיט זיי, ווייל חס וחלילה אויב עס וועט עפעס שלעכט פאסירן וואס וועסטו טון...


העיקר שטארק זיך, און לאז נישט אין ישיבה בחורים וואס לערנען נישט און דאווענען נישט. מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: עס איז נישט קיין קונץ צו האבן הונדערט בחורים וואס טוען גארנישט, העיקר האבן בחורים, אפילו נאר אפאר - אבער וואס פאלגן און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8743 - זיך פירן אין שול מיט דרך ארץ
דרך ארץ, שלש סעודות, שטריימל, שול

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן: ברענג נישט אין שול קיין ניסלעך; פאפיטעס און די אנדערע ניסלעך; עס שטערט די שלש סעודות. ווייס ווען און ווי, יעדע זאך האט זיך זיין צייט, שלש סעודות איז א צייט פון תשובה און תיקון המעשים, מען זיצט אינאיינעם, מען זינגט זמירות און מען הערט אביסל חיזוק, נישט מען זיצט מיט ניסלעך און מען רעדט פון נייעס.


אויך דאס זיצן אן די שטריימל ביי שלש סעודות איז נישט וואס איך מעג לאזן. איך האב באקומען מוסר פון מוהרא"ש אז ביים דאווענען און ביי יעדע מאל מען זיצט ביי א סעודת מצוה, אז איך זאל פארלאנגען פון די בחורים און אינגעלייט זאלן זיצן אנגעטון וכו'.


פרעג נישט וואס איז געווען, מען איז געגאנגען צו מוהרא"ש דערציילן אז אין ישיבה זיצט מען ביי מלוה מלכה און ביי די באטע אן די הוט און בעקיטשע, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז איך זאל אכטונג געבן, מוהרא"ש האט מיר געגעבן ליבליכע מוסר אז ווען מען זיצט אינאיינעם ביי א סעודת מצוה זאל איך אכטונג געבן אז די בחורים זאלן זיצן אנגעטון, שפעטער האב איך געשיקט א בילד פאר מוהרא"ש ווי די בחורים זיצן ביי א סעודת מצוה אנגעטון מיט די הוט און רעקל, און מוהרא"ש האט זייער הנאה געהאט, מוהרא"ש האט מיר גלייך געשריבן א בריוו אז ער האט גרויס הנאה אז איך פאלג.


זע דעם בריוו:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ יוֹם ו' עֶרֶב שַׁבָּת קוֹדֶשׁ לְסֵדֶר וָאֶתְחַנָן י"ב מְנַחֶם אָב ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


אִיךְ הָאבּ גֶעזֶעהְן דִי בִּילְדֶער וִוי דִי בָּחוּרִים זָאגְן קִינוֹת וְכוּ', אַזוֹי דַארְף זַיין, מֶען זָאל זִיצְן אוּן זָאגְן אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ רֶעקְל אוּן אַ הִיט וְכוּ', הַלְוַואי זָאל זַיין אַזוֹי אוֹיכֶעט בִּשְׁעַת מְלַוֶה מַלְכָּה וֶוען מֶען עֶסְט דִי סְעוּדַת מְלַוֶה מַלְכָּה אוּן מֶען זִינְגְט זְמִירוֹת פוּן מוֹצָאֵי שַׁבָּת דַארְף מֶען אוֹיכֶעט גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן מִיט אַ בֶּעקֶעטְשֶׁע, נִישְׁט זִיצְן נָאר מִיט אַ הֶעמְד אָן אַ הִיט וְכוּ', דִי קְלֵיינִיקֵייט אִיז אַ יְסוֹד אִין יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן וִוי מֶען גֶעוואוֹינְט צוּ בָּחוּרִים יוּנְגֶערְהֵייט אַזוֹי וֶועלְן זֵיי עֶס טוּהְן דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן, סְ'אִיז דָא צַייטְן וָואס מֶען דַארְף גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים דַאוֶוענֶען, בַּיי אַ סְעוּדַת מִצְוָה, בַּיי דִי שַׁבָּת'דִיגֶע סְעוּדָה, אָדֶער בַּיי טוּהְן אַ מִצְוָה, אָבֶּער זַאנְס קֶענֶען זֵיי גֵיין אָן אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים לֶערְנֶען וְכוּ', פַארְשְׁטֵייט זִיךְ מֶען דַארְף מַקְפִּיד זַיין זֵיי זָאלְן גֵיין מִיט דִי צִיצִית אוֹיפְן הֶעמְד, אָדֶער אַ וֶועסְט אוֹיף דִי צִיצִית אָדֶער בְּלוֹיז דִי צִיצִית אוֹיף דִי הֶעמְד, אָבֶּער בְּשׁוּם פָּנִים וְאוֹפָן נִישְׁט גֵיין דִי צִיצִית אִינְטֶערְן הֶעמְד, אִיךְ הָאבּ אַ שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט דָאס אַיינְצוּפִירְן בַּיי דִי סְפַרְדִישֶׁע אִידְן, אָבֶּער בַּיי חַסִידִישֶׁע בָּחוּרִים דַארְף דָאס זַיין אַ פָּשׁוּטֶע זַאךְ, (אֲפִילוּ זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען אַרָאפְּגֶעפַאלְן וְכוּ', אָבֶּער יֶעצְט בָּרוּךְ הַשֵׁם קוּמֶען זֵיי צוּרִיק, דַארְפְן זֵיי צוּרִיקְקוּמֶען אִינְגַאנְצְן) דִי זַאכְן אִיז נִישְׁט קַיין חוּמְרָא, אַזוֹי פִירְט זִיךְ אוֹיף אַ חַסִידִישֶׁ'ער בָּחוּר. זָאלְסְט זֶעהְן זֵייעֶר מַקְפִּיד זַיין אוֹיף דֶעם, וֶועסְטוּ זֶעהְן וָואסֶערֶע שֵׁיינֶע יְשִׁיבָה דוּ וֶועסְט הָאבְּן, אַז מֶען וִויל קֶען מֶען פּוֹעֵלְ'ן בַּיי אַ בָּחוּר אַלֶעס, נָאר דֶער מַשְׁפִּיעַ דַארְף הַאלְטְן דֶערְבַּיי.


דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוַוארְט בִּיז נָאכְמִיטָאג זֵיי זָאלְן קֶענֶען לֶערְנֶען וְכוּ', דָאס אִיז בֶּאֱמֶת אַ חִידוּשׁ, אוּן אִיר הָאט זִיךְ מִיט וָואס צוּ שְׁטָאלְצִירְן.


יֶעדֶע זַאךְ דַארְף מֶען מַאכְן מִיט יִשׁוּב הַדַעַת, כְּדֵי נִישְׁט אַרַיינְצוּפַאלְן אִין חוֹבוֹת, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת מָמוֹן סִימָן ע"ז) מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוֹת בְּלִי יִשׁוּב הַדַעַת נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב; מֶען גֶעט קֵיינְמָאל נִישְׁט הֶעלְפְט גֶעלְט פַאר אַ אַיינְגַאבֶּע (דִיפַּאזֶעט בְּלַעַ"ז) וְכוּ', מֶען דַארְף צוּגֶעוואוֹינֶען דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען אַסַאךְ סֵפֶר הַמִדוֹת, כְּדֵי זֵיי זָאלְן זִיךְ אַיינְקוֹיפְן גוּטֶע מִדוֹת, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט אַז דֶער סֵפֶר הָאט אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ אִיד, אִיךְ הָאבּ אַיינְגֶעפִירְט בַּיי מִיר אִין תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן אִין דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אִין יַבְנְאֵל, אַז פוּן דִי עֶרְשְׁטֶע כִּיתָּה אָן לֶערְנְט מֶען שׁוֹין מִיט זֵיי סֵפֶר הַמִדוֹת, אוּן זֵיי זִינְגֶען דָאס מִיט אַ נִיגוּן, פַארְשְׁטֵייט זִיךְ זֵיי קֶענֶען לָשׁוֹן קוֹדֶשׁ דַארְפְן זֵיי נִישְׁט דֶעם טַייטְשׁ, אָבֶּער אוּנְזֶערֶע בָּחוּרִים אוּן קִינְדֶער דַארְפְן הָאבְּן דֶעם טַייטְשׁ אוֹיכֶעט.


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן לֶערְן יֶעדְן טָאג חוּמָשׁ וְרַשִׁ"י מִיט תַּרְגוּם, וָוארוּם דָאס אִיז אַ סְגוּלָה אוֹיף יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת יִרְאָה, סִימָן כ"א) מִי שֶׁיֵשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם בְּוַודְאַי יִשְׁמַע בְּקוֹל הַצַדִיקִים.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן שַׁבָּת


*


דעריבער בעט איך דיר און איך בעט אלע וואס דאווענען אין אונזערע שולן אז מען זאל קומען שבת אין שול מיט שטריימל און בעקיטשע און טון די ווילן וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


ברענג נישט מער קיין ניסלעך אין שול, דאס זאלסטו עסן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8742 - גיי נאכאמאל צום ציון און נאכאמאל צום ציון
אומאן, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ליבער ברודער, ניץ אויס די פאר טעג וואס דו געפינסט זיך אין אומאן, גיי נאכאמאל צום ציון און נאכאמאל צום ציון, ווייל מיט יעדע מאל וואס מען גייט צום ציון און מען זאגט נאכאמאל די צען קאפיטלעך איז מען זוכה צו גרויסע תיקונים, אזוי ווי מוהרנ"ת האט זיך אויסגעדריקט, אז אפילו די עונש פון מגולגל ווערן איז אזוי געפערליך – דאך איז ער גרייט מגולגל צו ווערן און נאכאמאל אראפקומען אויף די וועלט, בתנאי אז ער וועט קענען נאכאמאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן די תיקון הכללי; עד כדי כך איז דאס נאכאמאל קומען צום רבינ'ס ציון.


וואויל איז דעם מענטש וואס ניצט אויס די טעג ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן מיט תפילה והתבודדות און תחינות ובקשות און דברי רצוי, והעיקר מיטן גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום ציון, און מיטן זאגן נאכאמאל און נאכאמאל די תיקון הכללי; וועט ער זוכה זיין צו די אלע תיקונים און צו א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר מיט אלע ישועות, אמן ואמן.

#8741 - דערצייל דעם רבי'ן ווי אזוי דיין שלום בית זעט אויס
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ליבער ברודער, א גאנץ יאר גייט אריבער אויף דיר וכו' וכו', יעצט איז די צייט געהאלפן צו ווערן, יעצט ביסטו געקומען צום גרעסטן צדיק וואס וועט דיך העלפן אין יעדע פרט וואס דו דארפסט נאר, ובפרט אז דיין שלום בית איז נישט ווי עס דארף צו זיין, זאלסטו גיין צום ציון און זיך נישט שעמען צו דערציילן דעם רבי'ן דעם גאנצן אמת.


ערשט זאלסטו געבן א פרוטה לצדקה לזכות דעם רבי'ן, נאכדעם זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און אפילו דו ביסט שוין פריער געווען און שוין געזאגט – זאלסטו נאכאמאל זאגן די תיקון הכללי, און נאכן ענדיגן די תיקון זאלסטו זיך גוט אויסוויינען; פארדעק זיך דעם פנים מיטן תיקון הכללי און זאג די ווערטער: "הייליגער רבי, איך האב געטון וואס דו האסט געזאגט מען זאל טון, יעצט בעט איך דיר, שלעפ מיך ארויס פון מיין בלאטע", און דערצייל דיין שלום בית, ווי דו לעבסט אליין, אזוי ווי א בחור, און דיין ווייב וויל נישט לעבן מיט דיר. זאג פארן רבי'ן: "רבי, ווען דו האסט געלעבט און בחורים זענען געקומען האסטו זיי געזאגט זיי זאלן ערשט חתונה האבן, אנטון א טלית, און שפעטער צוריק קומען, רבי, איך האב טאקע א טלית אבער איך בין אזוי ווי א בחור, איך בין נאך פיל ערגער, רבי איך דארף א ישועה למעלה מדרך הטבע, רבי איך ווייס אז איך האב געזינדיגט און מיט דעם זיך שלעכט געמאכט, איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין ערליך"; און איך בין זיכער אז דו וועסט פועל'ן ביים רבי'ן דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8740 - ביסט אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה
אומאן, ראש השנה, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך, מיר פארן שוין אט אט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; וויסן זאלסטו אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע תלמידים רעדן נישט צו אלעמען אז זיי זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן; "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, עיין שם. נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו), אפילו די מענטשן וואס א גאנץ יאר קענען זיי נישט באקומען זייער תיקון, אבער ראש השנה קען איך זיי אויך מתקן זיין.


על כן דארפסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט זוכה צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן און באקומען אלע תיקונים, און דו זאלסט זיך זייער זייער פרייען אז דו ביסט שוין דא, און דו האסט צעבראכן אלע מניעות און פארקוקט אויף די שוועריקייטן וואס אלע גייען אריבער, סיי די טלטול הדרך, און סיי די גרויסע הוצאות און די פיזור הנפש וכו' וכו', ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג), ווער עס איז זוכה צו קומען אויף ראש השנה צו אים – "רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דארף זיך זייער פרייען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (נחמי' ח, י): "אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים וגו', כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם".


עס קען זיין אז פון די אפגעמאטערטקייט פון די שווערע נסיעה און פון דאס נישט זיין אין די אייגענע שטוב – קען זיך אריינכאפן מחשבות פון טראכטן: 'פארוואס בין איך געקומען קיין אומאן?' אויך קען פאסירן אז אלע געפילן און אלע גליסטענישן ווערן פארשווינדן, און מען טרעפט זיך טראכטן מחשבות פון וועלן אהיימגיין; איך בעט דיר זייער, טרייב אוועק די מחשבות, געדענק דעם רבינ'ס ווערטער וואס ער האט געזאגט דעם לעצטן ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסער'ס פון קומען צו מיר איז נישט פארהאן"; פארטרייב די שלעכטע מחשבות, און פריי זיך זייער אז דו ביסט שוין דא, דו ביסט אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה, און דו וועסט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.

#8739 - וידוי דברים פאר'ן הצדיק
וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב דיך זייער ליב, איך זע אז דו האסט א שטיקל בושה אדער פחד פון מיר, א שאד, א שאד; אמאל פלעגסטו זיין מער נאנט, איך פלעג הנאה האבן צו רעדן מיט דיר און זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות; מי יתן עס זאל צוריק נתחדש ונתחזק ווערן אונזער שייכות.


ווען מיר זענען ביים רבי'ן אין אומאן קען מען טון די עצה פון וידוי דברים לפני צדיק אמיתי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד; סימן נ), ווען א מענטש זינדיגט גייען די עבירות אריין אין זיינע ביינער, און דאס ברענגט די קרענק פון עצבות ומרה שחורה שקורין ברעכעניש, און די איינציגסטע עצה דאס ארויסצונעמען פון זיך איז דורך וידוי דברים לפני הצדיק, דורך דערציילן אלע עבירות פארן צדיק; דאס קען מען מקיים זיין אין אומאן ביים ציון פון הייליגן רבי'ן.


אז דו קענסט אנקומען צום ציון – איז גוט, און אז נישט – זאלסטו זוכן א ווינקל און זיך דארט מתוודה זיין לפני הצדיק, דערצייל אויס דיין הארץ, דערצייל אלעס אלעס, אלע דיינע מעשים פון דיינע יונגע יארן און אלע דיינע מעשים פון יעצט, און בעט זיך אויס אז דו זאלסט שוין זוכה זיין צו ווערן א צדיק מיט ריינע הייליגע מחשבות, און ריינע הייליגע אויגן; יעצט ראש השנה איז מען זוכה ביים צדיק צו האבן ריינע מחשבות (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריא).


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד"ש), ווי קענען ענק דען תשובה טון? איך טו תשובה פאר ענק; דאס הייסט, אז מען קומט צום רבי'ן און מען איז זיך מתוודה און מען נעמט זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, זאגט דער רבי צו מיט א שטארקע הבטחה אז ער וועט מתקן זיין און ברענגען דעם מענטש צו די העכסטע תשובה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8738 - ביים רבי'ן קען מען אלעס פועל'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן במשך די זומער וואכן די מוסדות, איך בין זיכער אז דו וועסט בזכות דעם האבן הצלחה; ווייל ביים העלפן דעם רבי'ן דערלייגט מען נישט, מען פארדינט בזה ובבא.


מיר פארן שוין קיין אומאן, אין אומאן איז מיר שווער זיך צו מצמצם זיין צו שרייבן בריוון, איך שרייב דיר שוין יעצט אפאר נקודות אויף למעשה, ווי אזוי דיין נסיעה זאל דיר אריבערגיין.


ליבער ברודער, ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן, און אז מען עקשנ'ט זיך, מען בעט ביים ציון אויף די זאכן וואס מען וויל פועל'ן – באקומט מען; דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ביים רבינ'ס ציון אז מען עקשנ'ט זיך – פועל'ט מען"; זאלסטו אויסניצן די צייט און קומען צום ציון מיט אן אמת און א ביטול, זוך א ווינקעלע און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שיקן דיין ישועה, און בעט פאר דיין עיקר ישועה, דו זאלסט זוכה זיין צו קענען דינען דעם אייבערשטן, דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען, זיך קענען היטן פון שלעכטס, און דער עיקר זאלסטו זיך עקשנ'ען אז דו גייסט קיינמאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, און אפילו דו זעסט ווי עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן און גארנישט רוקט זיך נישט (על כל פנים אזוי זעט דיר אויס) – וועסטו נישט אפלאזן די עצות פון רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין, און פון זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך; און זיכער נישט אפלאזן די אמונה, דו וועסט בלייבן בענקען צום אייבערשטן דיין גאנץ לעבן.


ברודער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צו אזא רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז און איז אונז מחזק מיט אלע סארט חיזוק אז מיר זאלן זיך נישט מייאש זיין, און אפילו מיר זעען ווי עס גייען אריבער אזויפיל צייט און מען איז נאכנישט זוכה צו קומען צו די קדושה – זאלן מיר ווייטער בענקען, וועלן און האפן; וואויל איז אונז און וואויל איז אונזער חלק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8737 - אויך אין אומאן דארף מען אנטלויפן פון לצים
חברים, מחלוקת, אומאן, פאליטיק, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


ליבער ברודער, ווען מען איז שוין אין אומאן דארף מען נאכאלץ רחמי שמים נישט צו ווערן נתרחק פון צדיק, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב), אמאל פאסירט ווען מען איז שוין ביים צדיק דיקא, דארט ווערט מען נתרחק דורך לצים, דורך הערן ליצנות השם ישמרינו; על כן בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס האבן מיט פאליטיק, גיי נישט דאווענען אין א מנין וואו עס זענען דא לצים, גיי נישט צו זיי, זוך אויף אן ערליכע חבורה וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, אן חכמות; און זיכער אז דו האסט געטראפן א פלאץ וואו מען איז דיך מקרב צום אייבערשטן, מען איז דיך מחזק צו לערנען אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד פון לערנען אסאך תורה אפילו מען איז נאכנישט זוכה צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זאלסטו זיך דרייען מיט זיי, און זאלסט וויסן אז אויך ביים צדיק אין אומאן קען מען אלעס פארלירן דורך הערן לשון הרע און ליצנות; ליבער ברודער, דו זאלסט זיך זייער אכטונג געבן, ווייל אמאל קען א קליינע האנט אלעס פארשטעלן, דאס הייסט, א לץ מאכט א תנועה מיט די האנט, א תנועה פון אוועק מאכן, פארשטעלן אלע עצות און חיזוק אין עבודת השם.


גיי נישט זוכן נייעס אין אומאן, גיי נאר צום ציון און צו דיין שול וואו דו דאווענסט, און צו דיין אכסניא, גיי נישט צו דעם און יענעם, אין אומאן איז גארנישט דא, נאר די ציון, די ד' אמות וואו דער הייליגער רבי ליגט; אלעס אנדערש זאל דיך נישט אינטערעסירן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8736 - נישט קוקן אויף חלישות הדעת אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר פארן שוין צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן אפאר וויכטיגע זאכן פאר אומאן, ווי אזוי זיך צו פירן, איך וויל זייער דו זאלסט אויסניצן די צייט דארט און פועל'ן א שידוך און אלע ישועות.


זיי גרייט אז ביים ציון וועסטו ווערן געשטערט, און אפשר אויך באקומען חלישות הדעת פון וואס דארט טוט זיך, און פון אלע סארטן מענטשן וואס קומען דארט; וויסן זאלסטו, אזוי ווי ווען מען גייט אין א שפיטאל און עס ליגן דארט פיל מיט חולים אויף בעטן, דער מיט א צעקלאפטע פנים, דער מיט א צעריסענע באק, א דריטער אן א הענט, א פערטער אן פיס; וועט קיינער נישט טראכטן און זאגן: 'מיין פלאץ איז נישט דא, איך בין א נארמאלער מענטש'; יעדער פארשטייט אז דא קומען אלע סארט חולים, אלע קומען זיך היילן; אזוי זאלסטו קוקן אויפן ציון, דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר כלל ישראל, אויסצוהיילן נשמות ישראל, 'אחות קטנה, קל נא רפא נא למחלותיה', אידישע קינדער זענען נעבעך אזוי צעבראכן, און מען קומט צום רבי'ן ער זאל אויסהיילן; זאלסטו נישט קוקן – נישט רעכטס און נישט לינקס, דו קוק אריין אינעם תהלימ'ל, אינעם תיקון הכללי, אדער פארמאך דיינע אויגן און זיי זיך מתבודד, ווער נישט געשטערט פון קיינעם.


אויך זאלסטו נישט האבן חלישות הדעת פון דיר אליינס, ווען דו זעסט אז דו ביסט אזוי פארשטאפט און פארקלאפט, דו ביסט געקומען מיט א פלאן זיך צו קענען אויסוויינען און אויסרעדן דיין הארץ, און יעצט שטייסטו ביים ציון אזוי קאלט און אזוי פארלאשן, אן קיין דיבורים; ברודער, דאס זאל דיר אויך נישט אנגיין, זיי גרייט אז אזוי וועט זיין, און אזוי איז ביי אסאך מענטשן; ערשטנס פון טלטול הדרך ווערט מען אזוי, צווייטנס, מוהרא"ש זאגט, איידער מען מאכט אן אפעראציע שלעפט מען איין דעם מענטש ער זאל נישט שפירן די אפעראציע, און אזוי איז ביים רבי'ן, דער רבי טוט אונז אפערירן די הארץ, 'ומלתם את ערלת לבבכם', ער שטאפט אויף די אדערן, דאס איז וואס מען ווערט אין אומאן אזוי פארקלאפט.


וואויל איז דעם וואס איז זיך נישט מבלבל פון דעם, ער שטארקט זיך בתמימות ופשיטות, טון וואס דער רבי האט געזאגט, וועט ער זוכה זיין צו אלע תיקונים.

#8735 - זיך אויסבעטן ביים רבי'ן אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


חסדי ה' יתברך מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אלע צו פארן קיין אומאן, טון די ווילן פון רבי'ן; לאמיר האפן אז מיר וועלן אהיים ברענגען ישועות ורפואות פאר אונז און פאר כלל ישראל, אויך דו וואס דו ווארטסט שוין אזויפיל יארן פאר דיין שידוך, זאלסטו די יאר געהאלפן ווערן מיט דיין שידוך.


טייערער ..., אין אומאן קומט מיר נישט אויס דיך צו זען און דיך צו קענען מחזק זיין, שרייב איך דיר יעצט אפאר וויכטיגע זאכן, נעם מיט דעם בריוו, ליין עס אין אומאן, וועסטו האבן אסאך חיזוק.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, געדענק וואו דו ביסט, און געדענק פארוואס דו ביסט געקומען ביז אהער, ביסט געקומען צום צדיק, ביסט געקומען צום גרעסטן שדכן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פט), אז דער צדיק איז דער שדכן; זאלסטו אויסניצן די ביסל צייט וואס דו ביסט אין אומאן מיטן גיין אפאר מאל א טאג צום ציון און דארט בעטן פאר דיין שידוך; און ווען דו ביסט ביים ציון זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נישט רעכטס און נישט לינקס, פארמאך דיינע אויגן און הייב אן וויינען אויפן קול ווי א קליינע בעבי וויינט און זאג די ווערטער: "הייליגער רבי, איך קען נישט מער, הייליגער רבי איך האלט אין איין פאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, אבער איך בין נישט שולדיג, איך בין א בחור, איך בין א פלג גוף, איך דארף מיין שידוך, איך דארף חתונה האבן, שוין אזוי לאנג וואס איך ווארט אויף מיין ישועה, איך האב שוין געטון אלע סגולות, איך בין שוין מיד פון ווארטן אויף מיין שידוך, רבי, רחמנות'דיגער רבי, דו האסט דאך צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו דיר און געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וועסטו אים מתקן זיין, איך גיי יעצט געבן א פרוטה לצדקה פאר דיינעט וועגן, לזכות רבינו נחמן בן פיגא", (געב א פרוטה לצדקה און זאג: 'איך געב די צדקה פאר רבינו נחמן בן פיגא', און הייב אן זאגן די צען קאפיטלעך), "און איך בעט דיר רבי איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין זיווג און אזוי וועל איך קענען זיין ערליך און הייליג".


טייערער ברודער, הארציגער חבר, זאלסט חס ושלום נישט אריינפאלן אין עצבות ומרה שחורה, יעצט ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, מען דארף גלייבן אז די יאר הבא עלינו לטובה קומט א זיסע יאר מיט ישועות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא), ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, און אויך דארף מען וויינען; אבער דאס וויינען דארף זיין מתוך שמחה, און דאס בעטן דארף קומען מיט א שטארקע האפענונג און א שטארקע שמחה, אזוי ווערט עס אנגענומען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה חלק א, סימן פא), תפילה וואס איז מתוך שמחה איז זיס ביים אייבערשטן און עס ווערט שנעל אנגענומען.

#8734 - אויסניצן די צייט אין אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר פארן שוין צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, איך וויל דיר שרייבן אפאר וויכטיגע פונקטן.


גיי נישט אין מארק, גיי נישט אין ערגעץ; געדענק וואו דו ביסט, געדענק צו וועם דו ביסט געקומען, דו ביסט געקומען צום רבי'ן צו זוכה זיין צו אלע תיקונים, געדענק ווי שווער איז דיר געווען די נסיעה און ווי שווער איז דיר אנגעקומען צו שאפן די געלט פאר די נסיעה; זאלסטו זיך נישט ארומדרייען אין מארק ווי א נאַר, גיי צום ציון און זאג נאכאמאל די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און בעט זיך אויס פאר דיר און דיין משפחה, און אז דיינע חברים רעדן דיר צו דו זאלסט גיין מיט זיי אין מארק טרעפן מציאות ביי די אוקריינישע גוים – זאלסטו זיך ארויסדרייען און נישט גיין; נישטא קיין מציאות דארט, וואס דארפסטו, א קוטשמע מיט לייז? וואס דארפסטו, א האלצענע גראגער און א ראסטיגע טראמפייטער? נישט פאר דעם זענען מיר געקומען קיין אומאן.


ליבער ברודער, די טעג זענען געציילטע, באלד פארט מען שוין אהיים, און וואס וועט זיין די יאר – ווייסט קיינער נישט, ניץ אויס די צייט מיט גיין צום ציון און זיך דארט מתבודד זיין, און מיט זאגן תהלים און לקוטי תפילות; גיי נישט אין ערגעץ, ווייל זיך איינקויפן מציאות קענסטו א גאנץ יאר אויך, נישט פאר דעם זענען מיר געקומען קיין אומאן, מיר זענען געקומען צו באקומען פון רבי'ן א נייע מח, א ריינע מח, א הייליגע מח.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריא), פארוואס פארט מען צום צדיק אויף ראש השנה? צו זוכה זיין צו באקומען א ריינע מח, א הייליגע מח; און דאס איז מען זוכה צו באקומען ביים רבינ'ס ציון אין אומאן.


וואויל איז דער וואס ניצט אויס די צייט ביים רבי'ן אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8733 - שיר המעלות ממעמקים, נעמט ארויס פון אלע שלעכטס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בארא פארק


דער הייליגער אר"י הקדוש האט מגלה געווען אז אין די צען טעג פון ראש השנה ביז נאך יום הקדוש זאל מען זאגן צווישן ישתבח און יוצר אור קאפיטל ק"ל: "שיר המעלות ממעמקים", און דורכדעם גייט מען ארויס פון אלע שלעכטס, ווייל דורכדעם וואס מען בעט זיך 'ממעמקים קראתיך ה'', מען שרייט צום אייבערשטן מעימקא דלבא, פון די טיפעניש פון הארץ, איז מען זוכה אז מען טרעפט די וועג ארויס.


על כן בעט איך דיר זייער, ווען דו זאגסט דעם קאפיטל זאלסטו זיך גוט אויסבעטן און דו זאלסט זיך שטילערהייט מתוודה זיין אויף אלע עבירות אין וואס דו ביסט נכשל געווארן די יאר, יעדע פסוק זאלסטו זאגן מיט גרויס כוונה, און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט טון קיין עבירות, און אז דו גייסט די יאר נאר טון גוטע זאכן, מצוות און מעשים טובים, ווייל יעצט ווען דו זאגסט די קאפיטל איז א גרויסע עת רצון אין הימל, און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות, אזוי ווי די קאפיטל ענדיגט זיך: "והוא יפדה את ישראל מכל עוונותיו".


איך האף דיך צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8732 - אויסניצן די הייליגע מינוטן פון שופר בלאזן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן יום הדין און מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, איך וויל דיר שרייבן אפאר ווערטער ווי אזוי אויסצוניצן ראש השנה ביים רבי'ן.


דער עיקר פון ראש השנה איז תקיעת שופר, ווייל ווען מען בלאזט שופר דרייען זיך איבער אלע וועלטן צו רחמים וחסדים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה כט, ג), ווען אידן בלאזן שופר גייט דער אייבערשטער אראפ פון כסא דין צו די כסא רחמים, די גאנצע וועלט ווערט אנגעפילט מיט רחמים וחסדים; על כן זאלסטו אויסניצן די הייליגע מינוטן פון שופר בלאזן, און אז דו קענסט זיך טובל'ען איז זיכער כדאי, און אז עס איז נישטא קיין מקוה אין דיין שול זאלסטו ענדערש בלייבן אין שול און זיך אנגרייטן מיט קאפיטלעך תהלים און מיט זאגן די שטיקלעך זוהר, און מיט אייגענע תפילות, און צווישן די תקיעות זאלסטו זיך מתוודה זיין; דעמאלט זענען אלע הימלען אפן, עס איז דא א גרויסע התעוררות אין אלע הימלען, די שופר טוט דערמאנען די זכות פון עקידת יצחק, די מסירות נפש פון די אבות הקדושים אברהם, יצחק און יעקב.


ליבער ברודער, זיי מיר מוחל, וועט דער אייבערשטער דיר אויך מוחל זיין, מיר דארפן דאך אויך מען זאל אונז מוחל זיין, און אז מיר זענען יעדן איינעם מוחל – וועט מען אונז אויך מוחל זיין און אונז פארשרייבן א גוט געבענטשט יאר, און צו המתקת הדינים, און צו אלע ישועות ורפואות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8731 - איך וויל זיין ניי געבוירן, נישט אלט און אויסגעלאשן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פארן מיר העלפן מיט דרייוון די באס, אויך הער איך אז דו העלפסט מיט די שחיטה; איך וויל דיר זאגן אז די אלע זאכן וועט מען לייגן ראש השנה אויפן וואגשאל און דו וועסט זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת.


מען גייט שוין זאגן סליחות קומענדיגע וואך, ביי שמע קולינו ווען מען עפנט די ארון הקודש זאלסט זיך פארדעקן די פנים מיטן סליחות'ל און זאגן די ווערטער מיט גרויס כוונה, און ווען עס קומט צו זאגן די ווערטער: "אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ מִלְּפָנֶיךָ וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנוּ" – זאלסטו זיך בעטן ביים אייבערשטן אין דיין אייגענע שפראך: "הייליגער באשעפער ווארף מיך נישט אוועק פון דיר, און נעם נישט אוועק דאס ביסל קדושה וואס איך האב נאך, און וויל נאך זוכה זיין, צו זיין אן ערליכער איד". און ביי די ווערטער: "אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ לְעֵת זִקְנָה" - זאלסטו בעטן פון די טיפעניש פון דיין הארץ: "הייליגער באשעפער איך וויל נישט זיין אן אלטער חסיד, איך וויל זיין ניי געבוירן, איך וויל זיין ווי א יונגער בחור וואס הייבט דיך אן דינען, איך ציטער פון ווערן אלט און אויסגעלאשן"; ווייל אלט מיינט מען נישט אלט אין יארן, אלט מיינט מען 'יאוש', און ביי ווערטער: "אַל תַּעַזְבֵנוּ ה' אֱלֹקֵינוּ" – זאלסטו בעטן: "אייבערשטער היט מיך איך זאל נישט טראכטן פאר קיין איין רגע אז דו האסט אונז פארלאזט, 'אַל תִּרְחַק מִמֶּנוּ' – איך זאל זיך נישט איינרעדן אז דו ביסט ווייט, איך זאל געדענקען טאג און נאכט אז דו ביסט מיט מיר, דו ביסט נעבן מיר און דו ביסט אין מיר".


בכלל איז גוט אריינצופלעכטן אייגענע תפילות ווען מען דאווענט, תפילות וואס קומט פון הארץ, אייגענע תפילות וואס איז נוגע דעם מענטש; ווייל דאס איז דאך תפילה, א תפילה וואס קומט פון הארץ איז די שטערקסטע תפילה.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8730 - סליחות אין געריכט זאל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די יאר איז אריבער, מיר קומען שוין נאכאמאל צום אייבערשטן בעטן פאר א גוט יאר.


ווען דו זאגסט די סליחות זאלסטו זיך פאר א סעקונדע פארמאכן דיינע אויגן און טראכט למשל דו שטייסט אין געריכט זאל, און דער שופט האט אין זיין האנט די האמער מיט וואס ער געבט א קלאפ און פסק'נט אדער חייב אדער זכאי, און דו האסט יעצט די מעגליכקייט צו ווייך מאכן זיין הארץ מיט אפאר טרערן; וואלסטו זיכער אויסגעפלאצט אין א געוויין און געבעטן פאר רחמנות...


איז דאך זיכער יעצט ווען מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן יום הדין, ווען מען גייט יעדן איינעם משפט'ן: 'מי יחיה', ווערט וועט לעבן, 'ומי ימות' וכו', 'ומי יעני', ווער וועט די יאר פארלירן זיין געלט, 'ומי יעשר', ווער וועט די יאר רייך ווערן; אלעס ווערט אפגעשריבן אום ראש השנה, און מען געבט אונז די פאר טעג צו זאגן סליחות; דארפן מיר זיכער בעטן און תשובה טון, און מרבה זיין בסליחות, אז מען זאל אונז פסק'נען פאר א גוט יאר; קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, וואס וועט זיין די קומענדיגע יאר מיט אים, מיט די משפחה, מיט די באקאנטע, און מיט אפאר אמת'ע דיבורים צום אייבערשטן, מיט אפאר הייסע טרערן - קען מען אפווישן די שלעכטע גזירות און צערייסן די גזר דין.


וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די סליחות טעג מיט תשובה ותפילה וצדקה, וועט ער זוכה זיין צו א זיסע ליכטיגע יאר, פאר אים און פאר די גאנצע משפחה.


איך בין געבליבן אין שטעטל, מיר וועלן זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8729 - די סוף פון סליחות איז די שענסטע חלק פון סליחות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר גייען שוין זאגן סליחות, מוהרא"ש האט געזאגט א' סליחות מוצאי שבת, מען קומט ביי חצות אין שול מיט די בגדי שבת.


ווען דו זאגסט סליחות און דו קומסט אן מער ביים סוף – זאלסטו נישט אפכאפן די ווערטער, ווייל די סוף פון סליחות איז די שענסטע חלק פון סליחות, די סליחה פון: "מי שענה לאברהם", ווער עס האט אויסגעהערט די תפילות פון אברהם אבינו – "הוא יעננו", זאל אונז אויך אויסהערן און העלפן; "מי שנה ליצחק", ווער עס האט געענטפערט פאר יצחק אבינו, און אזוי ווייטער; די תפילות זענען אזעלכע זיסע תפילות, אויך געבט עס שטארקע חיזוק ווען מען חזר'ט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון אין אלע דורות מיט די אבות הקדושים, און מיט די אלע צדיקים פון אלע צייטן, דאס געבט חיזוק אז דער אייבערשטער הערט אויס ווען מען בעט אים, און קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד, קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, אלע תפילות זאמלען זיך צוזאם, און פון דעם וועט קומען די ישועה כללית, מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט.


ביי ברסלב'ע חסידים איז באוויסט אז רבי נתן זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן ווען ער האט געזען ווי א איד זאגט די לעצטע שטיקלעך פון סליחות מיט א זיסקייט, ער האט געפרעגט דעם איד: "זאגט מיר, ביי וועם דרייט איר זיך? ווער איז אייער רבי? איך זע ביי אייך עפעס וואס מען זעט נישט ביי אנדערע; על פי רוב ווען עס קומט צו די ענדע פון סליחות פארלירט מען די געדולד און מען כאפט אפ די ווערטער, ביי אייך זע איך ווי איר זאגט די ווערטער מיט אזא געשמאק, עס זעט אויס ממש ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע", האט ער אים דערציילט די סוד אז ער דרייט זיך ביים הייליגן רבי'ן וואס רעדט אסאך פון די נקודה פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8728 - אפלאזן אלע מחלוקת און שנאה, פאר'ן בלאזן שופר
מחלוקת, ראש השנה, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר שרייבן אפאר גוטע הנהגות פאר ראש השנה, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טעג.


עס איז א מנהג ישראל, איידער מען גייט בלאזן שופר – זאגט דער רב אדער דער ראש החבורה – א תקיעת שופר דרשה, אויפצואוועקן די מענטשן פון זייער שלאף, און די גדולי הצדיקים פירן זיך צו מעורר זיין אלע תלמידים זייערע זיי זאלן ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ וואס מען האט אויף א צווייטן איד, און ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, פלעגט מוהרא"ש וויינען אויפן קול און זיך בעטן ביי אלעמען מען זאל זיך איבערבעטן און זיך מוחל זיין איינער דעם אנדערן, מוהרא"ש האט אויסגערופן מיט בכיות עצומות, אויב איז דא איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן, בעט ער ברחמים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש, ווייל דאס איז מעכב די תפילות און די תיקונים.


על כן, בעט איך דיר ליבער ברודער, יעצט פאר מען גייט בלאזן שופר זאלסטו זיך מיישב זיין און ארויסנעמען פון הארץ אלע מחלוקת און שנאה, ווייל דער הייליגער אר"י הקדוש זאגט אז די ווארט שופ"ר קומט ארויס פונעם פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה"; לכאורה, וואס האט די פסוק מיט די מצוה פון שופר? נאר מוהרא"ש זאגט, אז יעצט ווען מען בלאזט שופר דארף מען ארויסנעמען פון זיך די שורש פורה ראש ולענה, ווי רש"י זאגט דארט: "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם", די רשעות וואס ליגט באהאלטן אין הארץ, פון פיינט האבן א צווייטן איד.


יעצט ביי תקיעת שופר, ווען מען גייט זיך מל'ן, מען גייט ארויסנעמען די פארשטאפטע הארץ, א'ת ל'בבך, וואס קומט פון א'ת ל'בב זרעך, דורך פוגם זיין בברית רחמנא לצלן, זאלסטו ארויסזאגן בפה מלא: "הייליגער באשעפער, איך בין יעדן מוחל, איך האב אויף קיינעם נישט קיין תרעומות, און איך בעט דיך הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל קענען האבן א ריינע הארץ, נישט האבן קיין פיינטשאפט אויף קיין שום איד".


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן אין אומאן, לאז נישט אפ דאס משמש זיין דעם רבי'ן, כל הפורש ממנה כפורש מן החיים...


א כתיבה וחתימה טובה.

#8727 - די גרויסקייט פון זאגן די י"ג מידות של רחמים
תשובה, חודש אלול, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נאך א יאר איז אריבער, מיר גייען שוין זאגן סליחות; ווען מען זאגט סליחות און מען גייט נאכאמאל זאגן די י"ג מידות של רחמים זאלסטו זיך זייער פרייען און זיך אויפוועקן מיט א געשמאק צו זאגן די דרייצן מידות של רחמים, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ראש השנה יז:): "ברית כרותה לי"ג מדות שאינן חוזרות ריקם", דער אייבערשטער האט געמאכט א בונד אז ווען אידן זאגן די דרייצן מידות של רחמנים נעמט מען אן זייער געבעט; דערפאר, יעדע מאל ווען מען זאגט: "קֵל הוֹרֵיתָ לָּנוּ לוֹמַר שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה, וּזְכָר לָנוּ הַיּוֹם בְּרִית שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה" וכו', - זאלסטו דאס זאגן מיטן ספעציעלן תנועה און מיט די גאנצע הארץ, און דו זאלסט תשובה טון, זאלסט זיך מקבל זיין אז: 'גענוג איז גענוג, עד כאן, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות', און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט צוריק גיין צו דיינע אלטע נישט גוטע מעשים, דו גייסט שוין זיין גוט, און בעט אים ער זאל דיר פארשרייבן א שנה טובה, א גוטע יאר, א יאר פון לערנען תורה יעדן טאג, א יאר פון דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב, א יאר פון עוסק זיין אין טון חסד און העלפן בויען מוסדות התורה, חדרים, ישיבות, כוללים.


וויסן זאלסטו, אויך א גאנץ יאר קען מען בעטן דעם אייבערשטן און פועל'ן וואס מען דארף פועל'ן, אבער ווען עס קומען די הייליגע טעג פון סליחות, און ווייטער, די ימים נוראים – דעמאלט איז אן עת רצון, דעמאלט קען מען פועל'ן וואס מען קען א גאנץ יאר נישט פועל'ן; וואויל איז דעם מענטש וואס ניצט אויס די טעג מיט תשובה ותפילה, וועט ער האבן א שנה טובה ומבורכת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8726 - קאנצענטרירן צו טראכטן גוטע מחשבות אום ראש השנה
ראש השנה, מחשבות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו מיין ליבער טייערער ברודער, ווען עס קומט ראש השנה דארף מען זיך זייער קאנצענטרירן צו טראכטן גוטע מחשבות, אז דער אייבערשטער גייט אונז זיכער העלפן און אונז פארשרייבן א גוטע זיסע יאר, ווייל אז מען טראכט גוט, מען טראכט אז די יאר הבא עלינו לטובה, וועט זיין גאר א געשמאקע יאר מיט ישועות און רפואות – וועט זיין גוט, און עס וועט זיין געשמאק, גוט און זיס, און דעריבער האט דער הייליגער רבי אונז זייער אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן כא), אז ראש השנה זאל מען נאר טראכטן פאזעטיווע מחשבות, עיין שם.


דעריבער ליבער ברודער, שטארק זיך און טראכט אז 'די יאר גייט זיין א גוטע יאר, דער אייבערשטער גייט מיר העלפן, דער אייבערשטער גייט מיך ארויסנעמען פון מיינע פראבלעמען, און אויך די פראבלעמען וואס זעט מיר אויס אויף זיכער אז דאס גייט זיך נישט טוישן און דאס וועט שוין בלייבן – אויך די פראבלעמען וועט דער אייבערשטער מיך העלפן'; און ווען דו טינקסט איין די חלה מיט עפל אין די האניג, זאלסטו ארויסזאגן אז עס קומט א זיס יאר, און אזוי זאלסטו טראכטן און זאגן ביי אלע סימנים וואס מען עסט: "עס קומט א זיס יאר, דער אייבערשטער גייט זיכער העלפן"; ווייל אלעס איז אין דעם אנגעהאנגען, אלעס איז אין די מח-מחשבה, וואו די מחשבה איז, פון וואס מען טראכט – דארט איז דער גאנצער מענטש; זאלסטו זיך היטן פון די נעגעטיווע מחשבות און זאלסט חזר'ן צו זיך: 'עס קומט א זיסע יאר, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, ער גייט מיך ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען'; וועסטו זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#8725 - מען קען אייביג אנהויבן פון דאסניי
תשובה, ראש השנה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


ליבער ברודער, הארציגער חבר, ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, און אויך דארף מען ראש השנה וויינען צום אייבערשטן (שיחות הר"ן, סימן כא), וואס די ביידע זאכן גייען אינאיינעם; ווייל מיר פרייען זיך אז דער אייבערשטער הערט אויס אונזער געוויין, און נעמט אן אונזער תשובה, און דער הייליגער אריז"ל זאגט, אז אין די הייליגע טעג איז זייער גוט צו וויינען צום אייבערשטן, און ווען עס כאפט אן א שטארקע ציטער און מען פלאצט אויס אין א געוויין, איז א סימן אז אין די מינוטן איז מען דן דעם מענטש, ואף על גב דאיהי לא חזי, מזלי' חזי; איז וואויל פאר דעם מענטש וואס ניצט אויס די הייליגע טעג זיך אויסצואוויינען פארן אייבערשטן, און מיט תשובה טון און מיט גוטע קבלות.


וויסן זאלסטו, די קליפות און די סטרא אחרא קענען נישט נעמען די הייליגע טעג, ביי זיי איז דאס די ערגסטע צייט, ווייל זייער גאנצע ארבעט פון א גאנץ יאר ווערט אויס, זיי ארבעטן שווער אראפצואווארפן דעם מענטש אין עבירות רחמנא לצלן, זיי זענען מכשיל דעם מענטש מיט פוגם זיין אין מידת יסוד, און ווען עס קומט די הייליגע טעג, זיי זעען ווי אלע אידן קומען צום אייבערשטן מיט הכנעה, מיט א צעבראכן הארץ און וויינען און בעטן: "'אבינו מלכינו', אונזער טאטע דער קעניג פון די וועלט, 'החזרנו בתשובה שלימה לפניך', מיר ווילן תשובה טון, 'סלח ומחל לכל עוונותינו', זיי אונז מוחל אויף אונזערע זינד...", דאס איז פאר זיי די ערגסטע צייט; וואס טוען זיי? זיי קומען מיט ליגנט, מיט אכזריות, זיי ברענגען מחשבות פון יאוש, אז מען זאל שפירן ווי מען איז שוין דערנאך, זיי צעקלאפן דעם מענטש, מען זאל טראכטן: 'וואס האב איך תשובה צו טון, פאריאר האב איך אויך תשובה געטון, פאריאר האב איך אויך געמאכט קבלות און גארנישט, צוריק צום אלטן וכו' וכו''; ליבער ברודער, הער זיך נישט צו צו דעם, די מחשבות פון יאוש איז סם המות, דאס איז פונעם סמ"ך מ"ם, דאס איז שקר, ווייל אפילו אויב מען איז געפאלן אין עבירות, קען מען זיך פון דארט צוריק קערן צום אייבערשטן, און אויב מען טוט תשובה, מען לאזט אפ די שלעכטס, און מען איז מקבל פונדאסניי צו זיין אן ערליכער איד, און צו גיין בדרך התורה, זיך נישט אוועקרירן פונעם שלחן ערוך, און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, נעמט אים דער אייבערשטער צוריק מיט די גרעסטע ליבשאפט; וואויל איז דעם מענטש וואס איז זיך נישט מייאש און מאכט פרישע גוטע קבלות, וועט ער זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.