בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8724 - איין פשוטע קרעכץ צום אייבערשטן, צערייסט אלע גזירות
חודש אלול, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


עס בלאזט שוין די סליחות ווינטל, עס כאפט א טרייסל אין אלע ביינער, מיר גייען בעטן ביים טאטן אין הימל ער זאל אונז געבן נאך א טשאנס מיר זאלן קענען תשובה טון.


נאך שמע קולנו זאגט מען וידוי און נאכדעם זאגט מען די זיסע תפילה פון 'עשה למען אמתך', מען בעט דעם אייבערשטן אויף די אלף בית, און אויך די זיסע תפילה פון 'עננו', דאס איז גאר שיינע תפילות, ווי מען בעט זיך אויף די אלף בית אז דער אייבערשטער זאל אונז געבן א גוטע יאר מיט גוטע גזירות, און אז אלע אידן זאלן תשובה טון.


שאץ זיך נישט אונטער, און זיי נישט ביי זיך יעצט אן עניו אז דיינע תפילות זענען נישט ווערד, אדער טראכטן אז וואס זענען שוין מיינע תפילות ווען אזויפיל אידן בעטן שוין, און אזויפיל צדיקים דאווענען וכו' וכו'; ברודער, די מחשבות זענען טריף פסול, דאס איז פון די סטרא אחרא, וואס ווילן אז דו זאלסט נישט דאווענען, זיי קומען צום מענטשן ביים דאווענען און ביים לערנען מיט מחשבות פון ענוה פסולה רחמנא לצלן; ליבער ברודער, טרייב אוועק די טריפה'נע מחשבות, גלייב אין די הייליגע צדיקים וואס זענען לוחם מיט די סטרא אחרא, זיי זאגן אז יעדער איד איז באליבט ביים אייבערשטן, און אויך אויב מען איז אראפגעפאלן אין עבירות – קען מען תשובה טון, און דער אייבערשטער נעמט צוריק דעם מענטש מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט, און הערט אויס יעדע ווארט און יעדע קרעכץ, און פון דעם ווערט א קרוין כביכול פארן אייבערשטן.


צדיקים האבן מגלה געווען אז אמאל איז דא א שלעכטע גזירה און גרויסע צדיקים טוען אלעס דאס מבטל צו זיין, און זיי זעען נישט קיין וועג דאס צו צעשטערן, ביז עס קומט א פשוט'ער איד מיט א צעבראכן הארץ און געבט איין קרעכץ צום אייבערשטן, און מיט איין ווארט, מיט איין שריי: "טאטע, העלף!" ווערט צוריסן די גזירות און עס קומט א ישועה פאר כלל ישראל.

#8723 - לערנען תורה איז די גרעסטע גן עדן
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום ששה סדרי משנה, עס איז אזוי שיין צו הערן אז א קינד פון צוועלף יאר זאל האבן דורכגעלערנט גאנץ משניות; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק, און דיין גאנץ לעבן זאלסטו לערנען תורה און דינען דעם אייבערשטן.


יעצט זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי, הייב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, ווייל עס איז נישטא עפעס זיסערס, נישטא עפעס געשמאקערס ווי לערנען גמרא; אז מען לערנט גמרא ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, מען באקומט א חיות, די לעבן ווערט ליכטיג און געשמאק.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געלערנט גמרא, אינמיטן לערנען איז ער איינגעשלאפן. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - דאס איז די גרעסטע גן עדן.


געב א גריס פאר דיין טייערע טאטע.


איך האף דיך צו זען ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8722 - קומען צום רבי'ן, נאר מיט שלום בית
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פארן שוין פון היינט צוויי וואכן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ביים רבי'ן האט מען נאר געקענט זיין דער וואס האט שלום בית. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט דער רבי זיך צוקאכט און געזאגט: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית; ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


ווי קען מען קומען קיין אומאן ווען מען טוט וויי די ווייב? ווי קען מען קומען אין אומאן ווען מען טשעפעט און מען האט נישט קיין שלום בית? מוהרא"ש פלעגט אלע יארן ראש השנה רעדן פון וואס דער הייליגער אריז"ל זאגט, אז שופ"ר איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה"; לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? זאגט מוהרא"ש, אז רש"י זאגט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט אז ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויס נעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', און דאס הייבט זיך אן אין שטוב, מען זאל אויפהערן טשעפען און וויי טון די ווייב.


איך האף דו וועסט אריינעמען די בריוו אין דיר, דו וועסט זיך איבערבעטן און אנהייבן לעבן ריכטיג, וועסט רעדן ווייך, וועסט רעדן שיין און הארציג צו דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8721 - ביסט אראפגעפאלן, גיי אין מקוה און זאג תיקון הכללי
מקוה, תיקון הכללי, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט געהאט א מקרה לילה - זאלסטו גיין אין מקוה, טובל זיך מיט א לב נשבר, און זאג די צען קאפיטלעך תהלים וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען, די תיקון אויף מקרה לילה; צו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים - קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ, און דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צב), ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהלים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


זאג די תיקון הכללי, און אז דו קענסט זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה פון רבי נתן, די תפילה אויף תיקון הכללי; זאג די ווערטער ביי די תפילה: "וּבִפְרָט כָּל הַטִּפּוֹת שֶׁיָּצְאוּ מִמֶּנִּי בַּלַּיְלָה הַזֹּאת, עַל יְדֵי מִקְרֶה לַיְלָה שֶׁקָּרָה לִי בַּעֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", אין אידיש [איך טו תשובה אויף די עבירה וואס האט פאסירט מיט מיר די נאכט, איך בין טמא געווארן מיט מקרה לילה], מען קען צעגיין פון די תפילה, דאס הארץ ווערט צעריסן פון די תפילה, ווי מען בעט: "מָר לִי מְאֹד אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם", עס איז מיר אזוי ביטער טאטע אין הימל, "מָר לִי מְאֹד רִבּוֹן כָּל הָעוֹלָמִים", עס איז מיר אזוי ביטער הייליגער באשעפער, "רְאֵה אַנְחָתִי וְאַנְקָתִי", קוק ווי איך קרעכץ, "כִּי נַפְשִׁי מָרָה לִי מְאֹד", עס איז מיר אזוי ביטער, "עַד אֲשֶׁר אֵינִי יוֹדֵעַ אֵיךְ אֲנִי יָכוֹל לִחְיוֹת מֵעֶצֶם מְרִירוּת נַפְשִׁי אֲשֶׁר עַד גָּבְהֵי שָׁמַיִם יַגִּיעַ", איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען לעבן אזא לעבן, "כִּי קַצְתִּי בְחַיַּי, לָמָּה לִּי חַיִּים כָּאֵלֶּה", איך עקל זיך פון אזא סארט לעבן, וואס דארף איך אזא לעבן? "חַיִּים מָרִים וּמְרוֹרִים מִמָּוֶת", א לעבן וואס איז ערגער פון טויט, און אזוי ווייטער די גאנצע תפילה; די ווערטער פון רבי נתן צערייסט דאך דאס הארץ.


אז דו ווילסט נישט עס זאל נאכאמאל פאסירן זאלסטו טון די סגולה פון הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו נישט אראפצופאלן אין מקרה לילה, ער האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען זיך באקלאגן אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז ער דארף אן עצה, דער מגיד האט אים געגעבן א עצה, שפעטער איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה". דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן, זיינע קינדער זענען אבער שוין געווארן מתנגדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8720 - פארוואס וויינט דער רב?
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, עצתו אמונה, תפילה, התבודדות, רבי נתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דער מעלער ער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט ביי א טיש פון אפענע ספרים און ער וויינט, און עס רינט אים טרערן פון זיינע באקן, און ווי ביים פענסטער זעט מען ווי איינער קוקט אריין און ער פארוואונדערט זיך.


ווען דער הייליגער רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, האט אים דער רבי אמאל געשיקט מיט א שליחות ער זאל אריבערגיין צו דער רב, רבי אהרן, דער רב אין ברסלב.


ווען רבי נתן איז געקומען צום רב איז ער אריבער ביים שטוב און ער האט אריינגעקוקט אין פענסטער, האט ער געזען א וואונדערליכע זאך, דער רב זיצט ביי א טיש פול מיט ספרים, און ער וויינט; עס רינען אויף זיינע באקן טרערעלעך...


רבי נתן האט זיך זייער געוואונדערט: 'וואס וויינט יעצט דער רב? ער האלט אינמיטן לערנען, וואס בעט ער יעצט דעם אייבערשטן?' רבי נתן בייגט צו זיינע אויערן, און ער הערט ווי דער רב בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער, איך וויל לעבן מיט תכלית, איך וויל אלץ געדענקען פון דיר! איך וויל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר!"


ווען רבי נתן איז צוריקגעקומען צום רבי'ן, האט אים דער רבי געפרעגט: "נתן, וואס האסטו געזען ביים רב?" זאגט רבי נתן: "איך האב געזען דעם רב וויינען", זאגט אים דער הייליגער רבי: "יא יא! טאקע דערפאר האב איך דיך געשיקט צום רב, איך האב דיר געוואלט ווייזן א וועג אין עבודת השם, אז דער וועג צו זיין אן ערליכער איד איז דורך שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, און וויינען צו אים ער זאל רחמנות האבן און מיך מקרב זיין צו אים.


טייערע קינדערלעך, לאמיר אלע צוזאמען אנהייבן צו זינגען: "הייליגער באשעפער העלף! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


טייערער יואל, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי ממשיך ארויסצוגעבן די שיינע בריוון, סיי פאר יונגע, סיי פאר אלטע, אז אלע זאלן זיך קענען שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8719 - אונזער טאכטער האט זייער הנאה געהאט אין קעמפ
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע טיפ פאר "הכרת הטוב" פאר די "קעמפ דירעקטער", מרת ... תחי', פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזער ... תחי', זי האט זייער הנאה געהאט, זי איז אהיים געקומען זייער פרייליך.


מיר ווייסן אז דאס איז א שווערע ארבעט, און מיר זענען אייך זייער דאנקבאר, און מיר ווייזן ארויס אונזער דאנקבארקייט.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8718 - אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבנקייט
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער סגן מנהל אליהו זעלקאוויטש נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט פאר הכרת הטוב, ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבענקייט פאר אונזערע קינדער יחזקאל נרו יאיר און מענדל נרו יאיר, פארן זארגן פאר זיי די גאנצע זומער מיט אזא איבערגעגעבנקייט און הארציגקייט.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#8717 - בית פיגא סקול, א ווארעמע ליבליכע היים
צניעות, סקול, חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, בית פיגא, מידות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר די מנהלת מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי'.


מיר ווייסן אז מיר ווייסן גארנישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין די סקול בית פיגא; אז אונזער טאכטער זאל האבן א ווארעמע ליבליכע היים, וואו מען לערנט אמונה, צניעות און מידות טובות, מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר שיקן די קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8716 - וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש
חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, אמונת חכמים, חדר, יראת שמים, מוסדות היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר אלעס וואס דער מנהל שליט"א טוט פאר אונזערע קינדער, מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש, אז אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיך אנצוזאפן מיט תורה ויראת שמים.


מיר זענען זייער זייער דאנקבאר און מיר האפן צום אייבערשטן אז דער מנהל וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט משפחת ...

#8715 - אזוי שיין אפגעגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ר' ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אזוי אפגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער נחמן נתן און יצחק דוד, פארן לערנען מיט זיי תורה ויראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער דאנקבאר און דעריבער שיקן מיר די טיפ.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8714 - א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער לייפגארד הבחור ש. קאהאן נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע טיפ ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב פארן מאכן א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8713 - יישר כח פאר'ן טיטשן די אכט וואכן פון זומער
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


א קליינע טיפ פאר מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי', איר טיטשן די אכט וואכן פון זומער תשפ"ו.


מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר ווייזן ארויס אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8712 - יישר כח פאר'ן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער זומער דירעקטאר מרדכי ראזענבערגער נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט פארן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן פאר אונזערע קינדער יחזקאל און מענדל נרם יאיר.


זיי האבן זייער הנאה געהאט פון די זומער פראגראם, מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#8711 - פאררעכטן אלע שבתים פונעם יאר
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט נאך צוויי שבתים די יאר תשפ"ו, און אז דו וועסט די וואך זיין פרייליך, דו וועסט זיך נישט קריגן אין שטוב - וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלע שבתים פונעם יאר.


איך בעט דיר זייער, גיי ארויס פון די קטנות הדעת וכו', קריג זיך נישט אין שטוב, זיי מוותר, פארגעב, און אפילו דו האסט נישט אויף וואס איבער צו בעטן - זאלסטו זיין בגדלות המוחין און בעט איבער.


אויך זאלסטו אהיים קומען היינט פרייטאג אביסל פריער, הער אויף נאכלויפן די בהמות וכו', וואס דאס זענען עוונות (עיין ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו), ענדערש קום אהיים העלפן דיין ווייב אריינברענגען דעם הייליגן שבת און זיך אביסל אראפלייגן, אז דו זאלסט קענען מאכן שיינע שבת סעודות.


בעט זיך איבער אין שטוב; אז דו וועסט זיך איבערבעטן וועט די שכינה זיין ביי ענק אין שטוב, און אז דו וועסט זיין א מוותר - וועט דער אייבערשטער דיר מוותר זיין. די הייליגע חכמים זאגן (ראש השנה יז.): "כָּל הַמַּעֲבִיר עַל מִידוֹתָיו", ווער עס געבט נאך, "מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו", איז מען אים מוחל אויף אלע עבירות, און דיינע תפילות וועלן אנגענומען ווערן, און דו וועסט האבן א כתובה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א פרייליכן שבת.

#8710 - קומען צום רבי'ן, נאר מיט שלום בית
שלום בית, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פארן שוין פון היינט צוויי וואכן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ביים רבי'ן האט מען נאר געקענט זיין דער וואס האט שלום בית. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט דער רבי זיך צוקאכט און געזאגט: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית; ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


ווי קען מען קומען קיין אומאן ווען מען טוט וויי די ווייב? ווי קען מען קומען אין אומאן ווען מען טשעפעט און מען האט נישט קיין שלום בית? מוהרא"ש פלעגט אלע יארן ראש השנה רעדן פון וואס דער הייליגער אריז"ל זאגט, אז שופ"ר איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה"; לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? זאגט מוהרא"ש, אז רש"י זאגט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט אז ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויס נעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', און דאס הייבט זיך אן אין שטוב, מען זאל אויפהערן טשעפען און וויי טון די ווייב.


איך האף דו וועסט אריינעמען די בריוו אין דיר, דו וועסט זיך איבערבעטן און אנהייבן לעבן ריכטיג, וועסט רעדן ווייך, וועסט רעדן שיין און הארציג צו דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8709 - מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן?!
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרנ"ת אין די בריוון פון פרשת כי תבוא שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'"; מען פארט שוין צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער האט מניעות, יעדער האט שוועריקייטן, דאך פארט מען צום רבי'ן, און איך האף אז דו וועסט די יאר קומען, איך האף דו וועסט זיין שטארק, נישט קוקן אויף קיינעם, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און מען זאל מודיע זיין פאר אלע וואס גלייבן אין רבי'ן, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, יעדער איינער פארט ראש השנה צו זיין רבי, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן - דרייט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן?!" דאס אליינס איז א באווייז אז דאס איז די קול הברה וואס וויל פארשטעלן די קול דקדושה, אז מען זאל נישט קומען צום צדיק, מען זאל נישט באקומען אלע תיקונים.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אונזערע ד' אמות אוועק פון די גאנצע טומל, אונזערע ד' אמות איז אפגעהיטן, מיר אלע תלמידי היכל הקודש ברענגען די קינדער צום רבי'ן, און אפילו מען האט נישט קיין געלט - געבט מען אוועק פון די אנדערע באקוועמליכקייטן, מען שפארט אפ געלט אינמיטן יאר אז מען זאל קענען ברענגען די קינדער צום רבי'ן.


גיי א שפאציר, שמועס אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און קענען אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8708 - זיי מכבד דיין ווייב, וועסטו גלייך זען דיין ישועה
אמונה, שלום בית, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין אז דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיין ווייב, דו זאלסט זיך באגיין מיט איר ווי מען באגייט זיך צו די חשוב'סטע מענטש, און איך בין זיכער אז אין דעם ליגט דיין ישועה, און אנשטאט זוכן סגולות פון אונטער דער ערד, טון דאס און יענץ געהאלפן צו ווערן מיט וואס דו דארפסט געהאלפן ווערן; אויב דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, דו וועסט זיך פירן צו איר מיט ליבשאפט און עהרע – וועסטו געהאלפן ווערן, און איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט זיך אזוי פירן – וועסטו זען גלייך א ישועה.


איך ווייס אלעס, איך ווייס אז עס איז שווער, איך ווייס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, ווייל אלעס פון מיינע תלמידים ווייס איך, אפילו אן דעם וואס מען דערציילט מיר; מיט דעם אלעם בעט איך דיר: האב רחמנות אויף דיין ווייב, בייג איין דיין קאפ פארן אייבערשטן, און נעם אלעס אן באהבה, רעד צו איר ווי מען רעדט צו די חשוב'סטע פערזענליכקייט, און טראג איר און ברענג איר ווי מען טראגט א מלכה, און פארברענג מיט איר; וועסטו זען גלייך דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8707 - אויפזוכן די חסדים, נישט טראכטן פון פראבלעמען
אמונה, שלום בית, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיינע ליבע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האף אז ענק האבן פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, און ענק זאלן זיך נישט אראפקלאפן וכו'. איך האלט זייער פון ענק, ענק זענען ביי מיר זייער באליבט, און עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט וכו'.


ענקער עבודה אין די טעג איז לעבן מיט די תורה פון רבי'ן, לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצה, (וסימנך 'הק"ץ', דו וועסט זען די ענדע פון אלע צרות), דער הייליגער רבי זאגט א וואונדערליכע זאך, אז אפילו ווען מען גייט אריבער צרות און יסורים – זאל מען גוט אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, ווייל אויך אין די צרה – טוט דער אייבערשטער העלפן און גוטס טון פארן מענטש.


דאס איז דיין עבודה, און נאר דאס; דו זאג פאר דיין ווייב זאכן וואס דו זעסט ווי דער אייבערשטער מאכט חסדים, און איר זאגט פאר אייער מאן זאכן אויף וואס צו דאנקען; ענק מוזן מסיח דעת זיין פון די פראבלעמען, מען טאר נישט טראכטן אזויפיל פון די פראבלעמען, מען מוז טראכטן פון די חסדים און די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8706 - מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס, אונזער מוסד מוטשעט זיך מיט אינגעלייט וואס קענען דרייוון א באס; עס איז גאר א גרויסע זכות צו נעמען קינדער און אהיים טראגן די קינדער פון און צו חדר, מען האט א חלק אין קיום העולם, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; שטעל זיך פאר די זכות פון א באס דרייווער וואס פירט קינדער גיין העלפן די וועלט זאל נישט ווערן אויס.


ומתן שכרה בצדה, קוק זיך גוט אים, די אלע וואס העלפן די מוסדות – די זענען זייער זייער מצליח, און אז מיר וועלן רעדן פנים בפנים וועל איך דיר ווייזן, אז די וואס האבן אלע יארן געהאלפן אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות, און אויך די וואס העלפן עד היום – ווי זייער הצלחה שיינט זיי, און אזוי וועט זיין ביי דיר, דיין ביזנעס וועט זיך פארמערן אין זכות פון העלפן די מוסדות.

#8705 - א שנה ראשונה ווי עס דארף צו זיין
שלום בית, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, די שנה ראשונה צייט איז פון די שענסטע און בעסטע צייטן אין לעבן; פון איין זייט איז מען אפגעהיטן, מען קען זיין מיט הייליגע מחשבות, און פון די אנדערע זייט האט מען נאכנישט קיין טרדות פון די קינדער; די ערשטע יארן נאך די חתונה – קען מען זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


על כן ליבער ברודער, ניץ אויס די צייט פאר תורה ותפילה, לויף נאכנישט ארבעטן, וועסט נאך האבן אסאך יארן צו ארבעטן, לאז די צייט פון שנה ראשונה פאר לערנען און דאווענען.


אויך זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער, און אויך אויב דו ביסט נישט אזוי הונגעריג פאר א גוט ווארט, דו ביסט גוט אן גוטע ווערטער – זאלסטו אבער וויסן אז א פרוי, ווען איר מאן געבט איר גוטע ווערטער – ווערט זי אזוי זאט און צופרידן, און דאס מאכט די קשר זייער שטארק, מען ווערט זייער נאנט; על כן זאלסטו געבן אן א שיעור גוטע ווערטער; דאס וועט אויפבויען א שטארקע נאנטקייט.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען; עס איז שווער, עס איז נישט גרינג, אבער עס לוינט; עס ברענגט ניסים למעלה מדרך הטבע.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8704 - די שיינע סומע צדקה, וועט דיר ביישטיין ביים יום הדין
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע סכום צדקה פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלער וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה.


יעצט ווען עס קומט דער גרויסער יום הדין, ווען מען גייט יעדן משפט'ן – זאל דיר זיין פאר א זכות די צדקה וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה, און דו זאלסט זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א זיס ליכטיג יאר, פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


אויך זאלסטו וויסן אז הבחור ... נרו יאיר איז זייער מצליח, ער לערנט, ער דאווענט, און האט גוטע מידות, און דאס איז אלעס דיין זכות מיט דיין חבר ר' ... נרו יאיר, און דאס איז פשוט כמשמעו: "המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא".


א גוט געבענטשט יאר.

#8703 - א שנה טובה ומבורכת, אין זכות פון העלפן די ישיבה
התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע סכום צדקה וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה, די חשוב'ע סכום פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלער.


איך בין זיכער אז די זכות פון העלפן די ישיבה וואס העלפט אזויפיל בחורים – וועסטו זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת, דו וועסט האבן א גוט געבענטשט יאר, דו מיט דיין גאנצע משפחה, און אויך בזכות וואס דו העלפסט ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט אויב דו זעסט די גרויסע שנוי אויף אים, ער לערנט פלייסיג, ער פירט זיך מיט גוטע מידות, און ער איז פרייליך, איך האב אים זייער ליב; זיין הארץ, זיין תמימות; דאס איז דיין זכות, מיט דיין חבר ... נרו יאיר; דאס וועט מען לייגן אויפן וואגשאל, און דו וועסט האבן א גוטע יאר.

#8702 - פיר זיך איידל, וועסטו האבן איידעלע ערליכע דורות
צניעות, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט רעדן מיט קיינעם זאכן וואס איז נישט איידל, איך הער צוריק פון דיינע חברים אז דו טראגסט און ברענגסט וכו', חתנים רעדן זיך אפ אז דו קומסט זיי ברענגען און טראגן, האסט געזען זייער כלה; דו מאכסט זיך צרות, מען רעדט אויף דיר אז דו ביסט נישט מסודר.


וואס קוקסטו נאך יענעמ'ס כלה, יענעמ'ס פרוי? און אז דו האסט יא געזען – וואס זאגסטו? וואס טראגסטו נייעס פון דעם צו יענעם?


איך בעט דיר זייער, פיר זיך איידל, 'מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך', ווייל איך האב מורא אז אויב דו וועסט נישט אפלאזן די וועג ביז אהער – וועסטו מער נישט האבן קיין חברים, אלע וועלן דיך אפלאזן; און אז דו וועסט זיך פירן איידל – וועסטו זוכה זיין צו איידעלע ערליכע דורות, ווייל אז מען פירט זיך איידל – באקומט מען א מתנה, 'שתילי זתים סביב לשלחנך', אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8701 - נישטא שענערס ווי אן איידעלע באשיידענע פרוי
צניעות, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף דו שעצט די מתנה וואס דו האסט באקומען פון באשעפער, אן איידעלע באשיידענע פרוי; גלייב מיר, עס איז נישטא עפעס שענערס און בעסערס ווי אן איידעלע באשיידענע פרוי, גלייב מיר; און אפילו עס ברענט אין דיר א פייער וכו' – זאלסטו מיר נאכאלץ גלייבן, ווייל די שכינה הקדושה רוט אין א שטוב וואו די פרוי איז איידל און באשיידן, און אויב חס ושלום מען ווארפט אראפ די איידלקייט – גייט די שכינה ארויס פון שטוב.


געב א קוק וואס האט פאסירט ביי ענק אין די משפחה ה' ישמרינו, עס טוט מיר אזוי וויי; איך האף נאר אז יעצט טוסטו מער שעצן די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען, זאלסטו סיי דאנקען דעם אייבערשטן, און בעט אויף ווייטער, און אויך זאלסטו געבן א גוט ווארט פאר דיין ווייב פאר איר איידלקייט.


איך ווייס פינקטליך די פייער וואס אינגעלייט גייען אריבער וכו' וכו', גלייב מיר, עס לוינט אן אשה צנועה, די גאנצע שטוב ווערט געבענטשט אין די זכות פון צניעות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8700 - רבי, איך דארף א שידוך
התחזקות, אומאן, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, מיט אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך, מיט דעם אלעם דערהאלטסטו זיך אזוי שיין, דו שטארקסט זיך מיט אלע כוחות; איך בין זיכער אז דו וועסט בקרוב געהאלפן ווערן מיט א גוטע שידוך, רק חזק, דראפע זיך און דעהאלט זיך, כי קרובה ישועתך.


איך האף דו האסט שוין א טיקעט צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביים רבי'ן וועסטו פועל'ן דיין שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פט): "הַדַּעַת מְשַׁדֵּךְ כָּל הַשִּׁדּוּכִים", דער צדיק איז דער שדכן; ביים ציון זאלסטו בעטן: "רבי איך דארף א שידוך, רבי איך קען נישט מער, רבי איך וויל זיין אן אדם השלם, רבי איך וויל צוריק קומען איבער א יאר מיט א טלית..." אזוי און נאכמער זאלסטו זיך מתבודד זיין ביים ציון אין אומאן.


איך בעט דיר דו זאלסט נעמען אן אכסניא ביי אן ערליכע חבורה, מען דארף ערליכע חברים וואס האבן תמימות, וואס פירן זיך מיט יראת שמים, אז די טעג פון ראש השנה און פון ערב און מוצאי – זאלן אריבער גיין הייליג און אויסגעהאלטן מיטן שלחן ערוך וכו'.


זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור.


א כתיבה וחתימה טובה.