בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#903 - האב איך אמונה?
אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר


האסט מיר דערציילט וואס דו גייסט אריבער לעצטנס, דיין קאפ שווינדלט דיר אז דו האסט נישט קיין אמונה, דיינע מחשבות פייניגן דיר: 'האב איך אמונה? האב איך נישט אמונה?' דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט דיינע מחשבות, דו ביסט שרעקליך צעמישט, דו פרעגסט און בעטסט אן עצה.


ליבער ברודער, איך האב דיך אזוי ליב, איך זע דיין פיין, איך ווייס אז דו האסט יא א שטארקע אמונה, עס איז נאר עצת היצר דיך אראפ צו ווארפן פון דיינע הויכע מדריגות צו די נידריגסטע פלעצער השם ישמרינו, איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט די מחשבות. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז מיט די שלעכטע מחשבות טאר מען נישט טענה'ן, ווייל ווי מער מען טענה'ט מיט זיי - ווערן זיי נאר מער שטערקער און מער שרעקעדיגער, די עצה איז - זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, און ווען די מחשבות קומען - זאל מען אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי וועלן זיי אלע אנטלויפן.


אמאל האט א מענטש דינים אויף זיך און די מקטריגים ווילן אים נישט צולאזן צום אייבערשטן, און אפילו ווען דער מענטש קומט און בעט דעם אייבערשטן - פארשטעלן די מקטריגים, זיי לאזן אים נישט צו, איז דא נאר איין עצה, דאנקען דעם אייבערשטן; דאס קען מען נישט אוועק נעמען פונעם מענטש, און ווען דער מענטש הייבט אן זאגן: "שכח אייבערשטער, איך דאנק דיך פאר אלעס" - רוקן זיך אלע מקטריגים אין די זייט און דער מענטש קומט אן צו די העכסטע פלאץ, א משל צו א קעניג, א מלך בשר ודם, ווען איינער וויל אריינקומען אין היכל המלך קומען די משרתים, די עבדים - און לאזן נישט, מען הייבט אן באקוקן דעם מענטש צי ער איז ווערד מען זאל אים אריינלאזן אין פאלאץ פון קעניג, און אז דער מענטש האט שכל און זאגט: "איך וויל גארנישט בעטן פונעם קעניג, איך וויל נאר זאגן שכח" - עפנט מען אים אויף די טויערן און ער גייט אריין צום קעניג, און איינמאל ער איז שוין ביים קעניג קען ער שוין אלעס בעטן.


אזוי זאלסטו טון, מאך זיך א קביעות יעדן טאג אפאר מינוט צו גיין א שפאציר און זאגן: "שכח אייבערשטער, איך דאנק דיך אייבערשטער פאר אלעס וואס דו מאכסט מיט מיר"; דאס וועט דיר צוריק געבן דיינע מוחין, דו וועסט צוביסלעך אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דו וועסט שפירן ווי די אמונה ווערט דיר שטערקער און שטערקער, און אזוי וועסטו זיך קענען גוט אויסגיסן דיין הארץ צו אים, און אים בעטן אויף א שטארקע אמונה.


אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן און געוויינט אז ער דארף אן עצה פאר א שטארקע אמונה, ער האט קשיות און בלבולים וכו'; האט אים דער רבי געזאגט: "זאג אויס דיינע קשיות און בלבולים ביי התבודדות, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שווער עס איז דיר, און ווי דיין קאפ און מח שווינדלען דיר וכו' וכו', אזוי וועלן די קשיות אוועק גיין", דער רבי האט אים געזאגט אז די ראשי תיבות פון קשיא איז (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע ה' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", אז מען האט קשיות, זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים וכו', געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה".


אויך זאלסטו שלאפן גענוג שעות, און אויך אז דו ווערסט מבולבל אינמיטן טאג - זאלסטו כאפן א דרימל אינמיטן טאג. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יש כמה שטותים ובלבולים המתדבקים ומתחברים בהמח", עס קלעבן זיך אן אינעם מח אסאך שטותים און בלבולים, "ובפרט בלבולי האמונה", און עס שאדט ספעציעל פאר אמונה, "ועל ידי השנה נפרדים מהמח", און דורך שלאפן גייט עס אוועק, "וביותר מועיל השנה לאמונה", און אז מען שלאפט העלפט עס זייער פאר א שטארקע אמונה, מען ווערט אויסגערוט, מען קומט צו זיך.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, די בחורים זענען צעבראכן אויף שברי שברים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#902 - ראש חודש אלול, עס כאפט א ציטער
התחזקות, תשובה, משניות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש אלול, מען בלאזט שוין שופר, עס כאפט א ציטער, מען גייט אונז שוין דן זיין. ביים רבי'ן איז אמאל געווען ראש חודש אלול א מעשה, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט): "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז געקומען מיין טאכטער אדל און געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", און דער רבי האט דעמאלט מגלה געווען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קמא), אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון די ווארט "אלול"; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער האט חרטה אויף אלעס וואס ער האט געטון - ווערט א גרויסע התעוררות ביי זיינע קינדער, אלע טוען תשובה, און נישט נאר די קינדער טוען תשובה, נאר אויך די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון פגם הברית, אלע טוען תשובה, עיין שם.


ביים שופר בלאזן זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און האב אינזין די כוונות; תקיעה – "עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר" (קהלת ז, כט), שברים - דורך עבירות האט מען עס צעבראכן, וואס איז די עצה? תרועה - זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן, און תקיעה - עס ווערט צוריק גאנץ.


אויך זאלסטו יעצט לכבוד חודש אלול זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס טוט אויסוואשן די נשמה און עס טוט ארויסשלעפן דעם מענטש פון די נידריגסטע פלעצער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.


א גוטן חודש.

#901 - די ערשטע זאך, נישט רעדן פון אנדערע
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש אלול איז א טאג פון תשובה און תיקון המעשים, אלע זאגן יום כיפור קטן און מען מאכט א חשבון וואס מען דארף פאררעכטן.


די ערשטע זאך וואס מיר אלע דארפן פאררעכטן איז זיך מקבל זיין נישט צו רעדן פון אנדערע, און נישט האבן צו טון מיט מחלוקת. ווייל מוהרא"ש זאגט, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד און מען טוט עבודת וכו' - לאכט מען אין הימל פון דעם איד, מען זאגט: 'ערשט זאלסטו ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ', ווייל וואס האט מען פון די עבודות וכו' ווען מען האט פיינט א צווייטן איד? און מוהרא"ש האט אונז אלע יארן גע'מוסר'ט און געזאגט אז דער הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", מען דארף פארשטיין וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט, ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


אז איינער האט דיך מבזה געווען, מען האט דיך באליידיגט - זאלסטו בלייבן שטיל און נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אלעס פאררעכטן, און אויך ביי דיר אין שטוב, אז מען שרייט אויף דיר, מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה, ווייל וויסן זאלסטו, אין א שטוב וואו מען קריגט זיך - פאלן אוועק די קינדער, נישטא קיין עתיד פאר קינדער וואס טאטע מאמע קריגן זיך; זאלסט אלעס טון אז עס זאל זיין שלום.


איך וויל דיר נאכאמאל באדאנקען פארן מיר העלפן קאמפיינען, איך האב געזען די פאר וואכן די ערליכקייט פון אנשי שלומינו, וואס יעדער איינער האט עוסק געווען אין גיין נאך געלט. איך וויל נאכאמאל זיצן מיט דיר, איך וועל אפשמועסן מיט די גענעראלן א גוטע צייט ווען מיר וועלן קענען זיצן אינאיינעם.


די וואך שבת וועל איך אם ירצה ה' דאווענען שחרית אין קאנטרי 'אילן החיים', די משפחות דארט בעטן מיר זייער זיי ווילן מיט האלטן כאטשיג איין שבת, און אויך וועל איך אם ירצה ה' זיין פרשת כי תבוא ביי מיין איידעם, מחזק זיין די אלע משפחות פון די געגנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#900 - מ'רעדט אויף יענעם, און מ'פסק'נט אויף זיך אליין
אמונה, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זיי דן לכף זכות יעדן איינעם, און אויך ווען דו ביסט פארכאפט אין א פרשה מיט איינעם, דו זעסט נאר שלעכטס, דו זעסט נאר דיין זייט פון די מעשה - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט קענען דן זיין לכף זכות; ווייל ווי אזוי מען קוקט אויף א צווייטן, ווי אזוי מען איז דן א צייטן – אזוי פירט מען זיך מיט דיר, אז דו ביסט דן א צווייטן לכף זכות - וועט מען דיך אויך דן זיין לכף זכות, און אז מען זעט אין יענעם שלעכטס - וועט מען דיך משפט'ן אויף שלעכט; ווייל דער הייליגער רבי ברענגט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג), איידער מען מאכט א גזירה אויפן מענטש פרעגט מען ערשט די גאנצע וועלט וואס זיי זאגן, אויב מען זאל מאכן די גזירה, און אויך פרעגט מען דעם מענטש אליינס מיט וועלכע שטראף מען זאל אים באשטראפן, אבער וועלכע מענטש וועט דען פסק'נען מען זאל אים באשטראפן? מאכט מען א טריק, מען פרעגט דעם מענטש אויף א צווייטן, מען דרייט אריין א שמועס, און דער מענטש כאפט נישט אז ער רעדט אויף זיך און ער משפט זיך, און ווען ער זאגט אז יענעם דארף מען באשטראפן, יענעם דארף מען ארויסווארפן וכו' וכו' - האט ער זיך אליינס גע'פסק'נט, און אזוי קומען די גזירות.


זוך אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים וואס רעדן נישט טאג און נאכט פון אנדערע, און געדענק דעם כלל וואס מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז: 'דער וואס ברענגט פאסט פון יענעם - דער טראגט צוריק צו יענעם'; דאס הייסט, דער וואס קומט דיר דערציילן מעשיות פון אנדערע - דער בארעדט דיך פאר אנדערע; דאס איז קלאר.


יעצט קומט חודש אלול, מען האט אונז געגעבן א חודש צייט תשובה צו טון, זיך אנגרייטן צום גרויסן יום הדין; וואויל איז דעם וואס רעדט נישט פון אנדערע און וואס קוקט גוט אויף יעדן איינעם, וועט מען אויף אים אויך קוקן מיט רחמנות, און ער וועט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#899 - הכנסת ספר תורה אום שבת קודש
אמונה, התחזקות, צדקה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי אז איך האב געהאט די זכי' צו מקיים זיין די מצוה פון שרייבן א ספר תורה, און די פארגאנגענעם שבת פרשת ראה איז געווען די הכנסת ספר תורה.


מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מיט אפאר שוואגערס זענען געקומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה, איך וויל דיר דערציילן אביסל פון די שיינע מעמד. ערב שבת האב איך געענדיגט שרייבן די ספר תורה, די ווערטער לעיני כל ישראל, און שבת אינדערפרי נאך שחרית האבן מיר געטאנצן מיט די תורה, מיר האבן געטאנצן אביסל אין גאס, און אויך אין שול, צום ערשט האב איך מכבד געווען צו טאנצן מיין משפחה, נאכדעם האב איך מכבד געווען דעם מנהל מיט די מלמדים, אויך די כולל אינגעלייט און אויך די גבאים פון שול, שפעטער האט מען געזאגט דעם קאפיטל "לדוד מזמור, לה' הארץ ומלואה" - פסוק בפסוק, און מען האט געליינט אין די נייע ספר, איך האב געמאכט די ברכה שהחיינו ווייל דאס איז ביי מיר זייער א גרויסע שמחה.


איך האב מכבד געווען מיין שווער ביי שלש סעודות צו רעדן דברי תורה, ער האט גערעדט זייער שטארקע חיזוק פון תשובה, ער האט דערמאנט א לשון פון א בריוו פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ווי ער שרייבט פאר איינעם וואס בעט א דרך תשובה, שרייבט ער דארט א לשון (שאלות ותשובות דברי יואל, סימן לא): "כי מי שאינו מאמין שהקדוש ברוך הוא מוחל למכעיסיו, אפילו שהכעיסו עד אין שיעור", אויב איינער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז מוחל פאר די וואס זינדיגן, אפילו מען האט געזינדיגט גאר אסאך – "מברך חס ושלום בכל יום ברכה לבטלה, 'חנון המרבה לסלוח'", מאכט ער יעדן טאג א ברכה לבטלה.


מיין שווער שליט"א האט אויך דערמאנט וואס שטייט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ), פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק, ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


ער פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


מוצאי שבת איז געווען א מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודה לכבוד די הכנסת ספר תורה, מען האט געטאנצן, אויך איז געווען א שטיקל טעות; מען האט געמיינט אז עס איז דא א שבע ברכות, מען האט געזעצט דעם חתן אויבן אן, און אויך ביים בענטשן האט מען אריינגערופן די כלה, און די לעצטע מינוט האט מען זיך געכאפט אז די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, און מען מאכט שוין נישט קיין שבע ברכות.


היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, די בחורים זענען געפארן קיין קרית יואל מתפלל זיין. איך פאר נישט, איך האב פרובירט צו פארן אפאר יאר צוריק אבער עס ווערט א טומל וכו', איך וועל ווארטן צוויי טעג.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, הייב אן לערנען שיעורים כסדרן, עס קומט שוין די וואך חודש אלול, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#898 - די פיש אין וואסער ציטערן
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאלן ווי א קינד שפילט און ווי א גרויס מיידל האלט אים פאר, אויך זאל זיין א וואסער אין דער זייט, און ווי א פיש שטעקט ארויס די קאפ מיט שרעקעדיגע אויגן.


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך פאר חודש אלול.


משה'לע שפילט, ער לויפט אהין און צוריק, ער האט א פארגעניגן, זיין גרויסע שוועסטער קען דאס נישט פארשטיין: 'אין אזעלכע הייליגע טעג ווי חודש אלול שפילט ער זיך...?' זי גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאג מיר משה'לע, אין אזעלכע הייליגע טעג שפילסטו זיך? דו ווייסט נישט וואס יעצט איז? מיר זענען שוין אין חודש אלול! אויך די פיש וואס שווימען אין וואסער ציטערן!"


דאס איז געווען דער הייליגער צדיק רבי משה פון קאברין זכותו יגן עלינו, ער פלעגט דאס שטענדיג דערציילן, אז ווען ער איז געווען א קינד האט אים זיין עלצטע שוועסטער דאס געזאגט, און פון דעמאלט איז אריין אין אים א פחד פון חודש אלול צו אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט לערנען און דאווענען.


טייערע קינדער, מיר גייען אויסניצן די טעג פון חודש אלול אויף צו לערנען און דאווענען, מיר גייען פאלגן טאטע און מאמע, מיר גייען זיך מער נישט קריגן מיט די ברידער און שוועסטער, מיר גייען זיין ערליך און טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט.


עד כאן המעשה.


טייערער יואל נרו יאיר, שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז, טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי און וואס מען קען מאכן פאר די יוגנט, אנשטאפן די קינדער מיט אמונה און מיט קדושה ויראת שמים.


איך שיק דיר די קונטרס "חודש אלול", זע דאס צו שיקן פאר זלמן לייב, ער זאל דאס אנגערייטן פאר יענקל, און פאר נאך מפיצים. דאס איז זייער א וויכטיגע "גליון", מענטשן ווערן מבולבל פון די פחד פון אלול, מען ווייסט נישט וואס צו טון, און דער הייליגער רבי מיט זיינע עצות איז מיישב הדעת מען זאל וויסן ווי אזוי אויסצוניצן די חודש מיט די ריכטיגע הכנות.


פריי זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הלוואי וועסטו שוין ענדיגן ארויסגעבן דעם פירוש שפתי תפתח אויף ליקוטי מוהר"ן, וואס אלע ווארטן אויף דעם בכליון עיניים.

#897 - צוויי גוטע קבלות צום נייעם יאר
התחזקות, צדקה, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די פדיון פון פינף טויזנט דאלער וואס דו האסט מיר געגעבן, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר און פון דיין משפחה אלע דינים.


שטארק זיך אין לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, פאר דיין משפחה, און פאר אלעס.


לכבוד דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה זאלסטו זיך פארנעמען צוויי גוטע קבלות, איינס אין סור מרע, עפעס וואס נישט צו טון, למשל נישט רעדן ביים דאווענען, און א קבלה אין עשה טוב, למשל זאגן ערב שבת פאר מנחה שיר השירים, דאס איז א ביישפיל, בבחינת (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד"...


א כתיבה וחתימה טובה.

#896 - זיך אויסלערנען די שפראך צווישן מאן און ווייב
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


עס ליגט אין אייערע הענט אויפצובויען אייער מאן, דאס הייסט, ווען ער זאגט אייך עפעס – זאלט איר אים אויסרימען, און ווען ער זאגט זיינע מיינונגען – זאלט איר חס ושלום שפעטן אדער לאכן, איר זאלט אים אלץ אויסרימען.


אייער מאן איז זייער אן איידעלער, זייער א וואוילער און גאר א ווייכע נאטור, מען דארף אים נאר אויפהייבן און אויפבויען, און אז איר האט זאכן וואס באדערט אייך – זאלט איר דאס רעדן מיט אייער גוטע חבר'טע מרת ... תחי', צו איר זאלט איר קרעכצן און וויינען, זיי וועט אייך געבן גוטע עצות, ווייל 'יעצט' קען אייער מאן נישט פארנעמען קיין שום קרעכצן און וויינען, יעצט דארף ער זיך אויפהייבן; זיין מח ארבעט אז ווען ער הערט אייך וויינען באשולדיגט ער זיך זייער שטארק און ער ווערט אויס, ער ווערט שרעקליך צעקלאפט, און נישט איר זענט שולדיג און נישט ער איז שולדיג, ענק זענען צוויי גוטע מענטשן, איר דארפט זיך פשוט אויסלערנען די שפראך ווי אזוי צו רעדן צו אים, און ער דארף לערנען די שפראך ווי אזוי צו רעדן צו אייך.


א גוט געבענטשט יאר.

#895 - זי איז יא א גוטע מאמע
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל זיך נישט קלאפן, עפעס איז אין איר קאפ אז זי האלט און איין אראפפאלן און זיך אויפהייבן כאילו אין עפעס שלעכט; סאך הכל איז דאס אז זי שרייט אויף די קינדער אזוי ווי אלע מאמעס, עס איז נישט שלעכט ווען א מאמע שרייט אויף די קליינע קינדער: "אריין אין בעט", אדער: "דו גייסט כאפן..."; אלע מאמעס זענען אזוי, אויך די רעדנערינס, די זיסע האניג'דיגע רעדנערס וואס רעדן צו אידישע מאמעס פון נישט שרייען, די שרייען אויך...


דיין ארבעט איז איין זאך, מאך איר פרייליך, נעם ארויס פון איר קאפ די ווארעם אז זי איז נישט קיין גוטע מאמע, אדער אז זי האלט און איין צוריק פאלן, און וויפיל זי הייבט זיך אויף און זי מאכט אפ מער נישט צו שרייען – פאלט זי צוריק; דו זיי איר מחזק, דו מאך איר פרייליך; דאס איז דיין מצוה.


א גוט געבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.

#894 - געבן שיעורים און מחזק זיין פרויען
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר זענט מחזק ווייבלעך, איר הערט זיי אויס, איר האט מיטגעפיל מיט זיי, נישטא עפעס גרעסערס פון דעם, ווייל אזויפיל ווייבלעך און אויך עלטערע פרויען גייען אריבער שווערע טעג מיט די מאן און קינדער, און וואויל איז די וואס הערט זיי אויס און האט מיטגעפיל מיט זיי, און מוטיגט זיי זיך צו האלטן שטארק, און זיי געבן עצות נישט זיך צו לאזן ווערן ווי א שמאטע וכו'.


איך וויל נישט ארויפלייגן אויף אייך נאך ארבעט, איר טוט שוין אזויפיל פאר די קהילה און מוסדות, אבער דאך בעטן פרויען אז זיי ווילן איר זאלט אנהייבן געבן שיעורים; אז איר וועט דאס קענען טון – וועט דאס זיין א גרויסע זאך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#893 - סיום הש"ס צום צווייטן מאל
התחזקות, אומאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס צום צווייטן מאל, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, באקומען א צלם אלקים, דער הייליגער אריז"ל זאגט, ווען מען האט חתונה באקומט מען א צלם אלקים, און דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווער עס ענדיגט ש"ס איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים", און אז דו האסט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס – דארפסטו שוין טרעפן דיין צלם אלקים.


גיי אריבער – ווען דו קענסט – צום ציון פון הייליגן ריבניצער רבי זכר צדיק לברכה, זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


אויך זאלסטו שוין מאכן א טיקעט פאר ראש השנה, צו קומען צום הייליגן רבי'ן.

#892 - ווילסט נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער?
התחזקות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל וויסן וואס איז געבליבן מיט די הונדערט טויזנט דאלער וואס איך האב פון דיר געבארגט פאראיאר זומער, נאכן בארגן האסטו מיר געזאגט אז אויב די יאר וועט זיין הצלחה – ווילסטו נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער.


יעצט ווען איך מאך די חשבונות צו באצאלן אלע מיינע הלוואות פון פאראיאר, וויל איך דיר פרעגן וואס טו איך? איז דאס געבליבן הלוואה אדער איז דאס א מתנה? ביטע מיר לאזן וויסן, אדער פאר מיין סעקרעטאר מרדכי אהרן נרו יאיר.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, לערן יעדן טאג משניות, גמרא און הלכה.

#891 - אוועקגעגעבן די האר פאר'ן אייבערשטן
צניעות, חינוך הילדים, התחזקות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין זייער איבערגענומען פון דאס וואס איר האט געטון, נאך אזוי סאך תפילות און חיזוק האט איר גענומען די שטארקייט און זיך אפגעשוירן די האר, איר האט געטון דעם אייבערשטנ'ס ווילן, איר האט מקריב געווען א קרבן פארן אייבערשטן, איר האט אוועק געגעבן אייער האר פארן אייבערשטן, "מִנָּשִׁים בָּאֹהֶל תְּבֹרָךְ" (שופטים ה, כד), געבענטשט זאלט איר זיין אזוי ווי די הייליגע אמהות, "בְּרוּכָה אַתְּ לַה' בִּתִּי" (רות ג, י), געבענטשט זאלט איר זיין פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע דורות, הייליגע דורות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, און אייערע קינדער זאלן גיין אין די הייליגע וועג, זיי זאלן האלטן זייער שטוב אויף די וועג פון די צדיקים.


יישר כח פארן מיר צוגעבן א שטיק געזונט; דאס אז מיינע תלמידים פירן זייער שטוב הייליג – דאס געבט מיר כח.

#890 - ענדערש צוריק גיין וואוינען שטאט, ווי א פרוי זאל דרייוון
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע האט נישט געדרייווט, אייער באבע האט נישט געדרייווט, איז וואס זוכט איר נייע וועגן? איר ווילט דאך אויך אז אייערע טעכטער זאלן האלטן אייער מסורה; קלאפט עס ארויס פון קאפ.


אויב קענט איר נישט דא וואוינען נאר אז איר דארפט דרייוון, זאג איך אייך קלאר: "ענדערש גייט צוריק אין שטאט".


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין און דעם יום תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#889 - זאגן נעמען פון צדיקים, וועט ברענגען ישועות
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... און דיין ווייב תחי'


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין ווייב זאל אויסטראגן וכו', און האבן גרינג מיט נחת און פרייד.


דאס וואס ענק זענען א גאנצע צייט האלבוועגס פרייליך, ווייל ענק האבן שוין אמאל געמיינט אז ענק וועלן האבן וכו', און ביים סוף האט זיך עס נישט געענדיגט, און יעצט ווילן ענק נישט גלייבן וכו', ווייל ענק טראכטן: 'פארוואס זאלן מיר ארויפפליען און זיין אויף א היי, און נאכדעם אראפטראסקענען', ענק דארפן א עצה.


נעם די עצה וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלעמען, די זעלבע ווערטער פלעגט מוהרא"ש אלעמען זאגן און שרייבן, מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אויסטראגן וכו' און האבן גרינג און מיט גרויס פרייד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל אוֹיסְטְרָאגְן דִי אַלֶע חֳדָשִׁים אוּן גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#888 - ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו
התחזקות, מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד שלמה מינצבערג נרו יאיר, מזכיר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געזען אלע דיינע בריוו.


ווער נישט פארלוירן, און אז עס דריקט און אז מען קוועטשט דיר - איז יעצט צייט צו ניצן דעם רבינ'ס עצות, און וויסן זאלסטו, א מוסד פארמאכט זיך נישט ווען עס איז נישטא קיין געלט, וואס יא? אז מען קען זיך נישט ליידן, און אז איינער וויל אונטער גראבן דעם צווייטן, דאס איז די סיבה פון ווערן פארמאכט.


ווארט, לויף נישט אוועק פאר שלחן עורך, ווייל די ישועה איז שוין כמעט דא, נאר איין זאך בעט איך דיר, זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, ווייל אין דעם ליגט אונזער הצלחה. ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך", און מוהרא"ש זאגט, יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן, אבער דער דיבור נאכנישט, און מוהרא"ש האט אזויפיל געוויינט און אונז געבעטן אז מיר תלמידי "היכל הקודש" זאלן זיך ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#887 - מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק
התחזקות, הפצה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך זע אז מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק, ווי אזוי איז מען נאנט צום צדיק, ווער איז נאנט און ווער איז נענטער, און וואס דארף מען פרעגן און וואס דארף מען דערציילן.


וויסן זאלסטו, התקרבות לצדיק איז לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים (אין דעם איז נכלל הערן שיעורים וואס מען רעדט דעם רבינ'ס עצות), און טון די עצות פון הייליגן רבי'ן; די ערשטע עצה איז - זיך אויסרעדן דאס הארץ יעדן טאג צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, און ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע, דערציילן פארן אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין ערליך, ווי שטארק מען וויל זיין אפגעהיטן, און ווי שווער עס גייט, ווי מען האלט אין איין פאלן; דאס איז התקרבות לצדיק.


אנשטאט רעדן פון דעם און יענעם, אנשטאט זיין פארנומען מיט נארישקייטן - הייב אן טון למעשה די עצות פון רבי'ן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן איינגעגעסן אינעם צדיק און נכלל ווערן אינעם אייבערשטן.


איך בעט דיר מאך מיר נישט די קאמפיין אבי יוצא צו זיין, מאך עס מיט דיין הארץ, נעם אראפ פון מיר די שווערע חובות; איך קען עס נישט מער נעמען, עס שוואכט מיך אפ פיזיש, עס נעמט כוחות פון מיר, לייג אריין דאפלטע כוחות פון פאראיאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#886 - ווען די עלטערן רעדן זיך אויס
חינוך הילדים, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס רעדסטו פון אנדערע, און וואס הערסטו אויס ווען מען רעדט פון אנדערע? און אז איינער רעדט זיך אויס צו דיר פריוואטע זאכן - זאלסטו דאס נישט טראגן ווייטער; קענסט אויסהערן, קענסט יענעם מחזק זיין, קענסט יענעם געבן גוטע עצות, אבער חס ושלום טראגן ווייטער די אינפארמעישן, ווייל די עבירה פון לשון הרע איז אזוי געפערליך, אזוי געפערליך ווי טון די ג' חמורות השם ישמרינו.


זיי מכבד דיינע עלטערן, און אז דיינע עלטערן רעדן זיך אויס צו דיר וכו' וכו' - זאלסטו אויסהערן און אויסהערן, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. מיש זיך נישט אין מחלוקת, און זאג נישט מוסר פאר זיי; הער זיי אויס און בעט פאר זיי.


וועסטו מיר העלפן די יאר ביי די קאמפיין מיך ארויסנעמען פון מיינע חובות?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#885 - דער וואס ברענגט סודות, טראגט סודות
התחזקות, מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


הער אויף צו רעדן פון אנדערע, הער אויף צו רעדן פון א צווייטן, דאס רעדן פון אנדערע איז א געפערליכע זאך; ווייל די וואס שטעלן זיך אהער ווי די פרומע וכו', און רעדן טאג און נאכט פון ווער עס איז יא איידל וכו', און ווער עס האט יא גרויסע משפחות וכו' - די זענען זייער מיאוסע מענטשן; ווייל דאס רעדן פון אנדערע איז אזוי געפערליך, נאך ערגער ווי טון די גרעסטע עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ערכין טו.): "האומר בפיו חמור מן העושה מעשה", דער וואס דערציילט פון א צווייטן - איז ערגער ווי דער וואס פאלט אין עבירות השם ישמרינו.


ווען איינער רעדט מיט דיר און דערציילט דיר פון אנדערע - זאלסטו גלייך מאכן אין קאפ אן איקס (X) אויף יענעם, זיך אכטונג געבן פון יענעם, אז יענער זאל נישט האבן סחורה וואס דערציילן אויף דיר; ווייל עס איז א חזקה אז די וואס ברענגען מעשיות - די טראגן מעשיות, אזוי ווי דער זעלבער מענטש וואס ברענגט פאסט דער טראגט פאסט; זאלסטו זיין גענוג קלוג זיך צו פארמאכן די מויל.


ביי פרויען איז דאס נאך ערגער, די פרויען וואס ברענגען שטילע מעשיות אויף דעם און אויף יענעם - די אלע טראגן פון דיר צו אנדערע; על כן זיי מחזק דיין ווייב און דיינע טעכטער, ווען זיי דערציילן דיר סודות וואס חבר'טעס דערציילן, זי זאל כאפן אז די און די פרוי וואס דערציילט אז ביי דעם איז נישטא קיין שלום בית, און ביי דעם איז דא צער פון די קינדער, און ביי דעם איז נישטא קיין וועש, און ביי יענעם איז נישטא קיין עסן - אז די פרוי וואס ברענגט גאסעפּ (לשון הרע), זי טראגט דיך ארום אין די גאנצע שטאט; זאל זי זיך אכטונג געבן נישט דערציילן פון זיך.


אוודאי דארף א מענטש האבן א נאנטע מענטש מיט וועם מען קען זיך מחזק זיין, אבער מען דארף ערשט זייער שטארק בודק זיין אויב יענער וועט דיך נישט פארראטן; ווי אזוי איז מען דאס בודק? אויב יענער ברענגט דיר סודות פון אנדערע - וועט ער אוועק טראגן סודות פון דיר פאר אנדערע.


שטארק זיך אין עבודת השם, לערן און דאווען, ווייל נאר דאס וועט בלייבן פון אונז.


איך שעם זיך צו בעטן דו זאלסט מיר העלפן אבער איך האב נישט קיין ברירה, איך בעט דיר זאלסט גיין נאך געלט יעצט ביי די קאמפיין, מיך העלפן ארויסגיין פון מיינע חובות וואס זענען בכלל נישט מיינע, עס זענען פון אנשי שלומינו פאר די מוסד און קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#884 - פירט אזוי שיין די שול אין ירושלים
התחזקות, מוסדות, מנין

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק שמואל פרענקל נרו יאיר, ירושלים


מזל טוב פאר דיין ערשטע אייניקל, איך בין אזוי פרייליך צו הערן די פרייליכע נייעס אז דו ביסט געווארן א זיידע; מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען ווייטער שמחות ביי אלע דיינע קינדער, ערליכע אידישע דורות, אינאיינעם מיט דיין בני בית געזונטערהייט.


אויך א גרויסן יישר כח פארן פירן אזוי שיין די שול אין ירושלים, די גריסן זענען זייער שטארק, ווער עס קומט אריין אין שול א דורשטיגער ווערט אנגעטרינקען מיט חיזוק.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אויך געב א גרוס פארן צווייטן גבאי'ן, ישראל יוזשעף נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#883 - ערליכע געזונטע חבר'טעס
התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען האבן א גוטע חבר'טע צו וועם זיך אויסצורעדן וכו' און הערן א גוטע עצה, אבער מען דארף וויסן צו וועם צו רעדן; עס זענען דא ווייבלעך וואס וועלן נעמען אייער פריוואטע זאכן וואס איר האט זיי יעצט געפרעגט און דאס דערציילן שטילערהייט פאר אנדערע, און די אנדערע וועלן דאס דערציילן פאר אנדערע, ביז מען ווערט שטאט'ס נאַר.


געבט אכטונג איידער איר רעדט אייערע פריוואטע זאכן וכו', און מיט וועם איר רעדט דאס.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן ערליכע געזונטע חבר'טעס וואס אפילו איר וועט זיי דערציילן זאכן וואס זענען פריוואט - וועלן זיי קיינמאל נישט אין זייער לעבן דאס מיטטיילן מיט אנדערע.


מען קען אסאך מאל פלאצן ווי מען הערט צוריק זאכן פון א צענטע מענטש ווען מען האט נאר געוואלט אן עצה פון איינעם, מען האט נישט געטראכט צו וועם מען רעדט, און יענער האט נאר איין בעסטע חבר'טע און די דריטער דערציילט נאר פאר א שוועסטער, און די פערטע דערציילט נאר פאר א פיפטער, און מען בלייבט פארשמירט און פארשעמט ביי אלעמען, מען ווערט קהל'ס נאַר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#882 - נעמען מעדעצין פאר דעפרעסיע
אמונה, התחזקות, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעם מעדעצין פאר דעפרעסיע, און אזוי, ווען דו וועסט זאגן אכצן פרקים משניות – וועסטו קענען זיך היילן; ווייל אמאל אז מען איז אריבער וואס מען איז אריבער, און עס איז געווארן שבירת הכלים, דארף מען א סעד לתמכו, דעמאלט דארף מען נעמען מעדעצין, און דעמאלט קען מען ניצן די סגולות פון הייליגן רבי'ן.


קלאפ זיך נישט מיט דעם וואס דו דארפסט נעמען מעדעצין, עס איז נישט שלעכט ווען מען דארף דאס האבן וכו'; איין שלעכטע קוק דארף מער וויי טון, איין שלעכטע ווארט דארף וויי טון, און אז מען דארף נעמען מעדעצין – איז גארנישט שלעכט.


העיקר פריי זיך מיט יעדע נקודה טובה, מיט דעם וואס דו האסט אמונה, פריי זיך מיט שמירת שבת, מיט מזוזה וכו'.

#881 - ותשובה ותפילה וצדקה, נאך פאר ראש השנה
התחזקות, צדקה, תשובה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך איז שבת מברכים אלול, מען בענטשט ראש חודש אלול, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ראש השנה און יום הכיפורים ביים דאווענען, ביים זאגן: "ונתנה תוקף" – טוען אלע שרייען מיט א שטארקע התעוררות: "ותשובה ותפילה וצדקה, מעבירין את רוע הגזירה", דורך תשובה, דורך תפילה און דורך צדקה – נעמט מען אוועק די שלעכטע גזירות; זאגט מוהרא"ש, אוודאי איז גוט דעמאלט נתעורר צו ווערן, אבער ווער עס האט שכל ווארט נישט אויף ראש השנה און יום הכיפורים, עס זאל זיין א שלעכטע גזירה חס ושלום און דארפן דעמאלט דאס מבטל זיין, דער וואס האט שכל ניצט אויס גאנץ חודש אלול 'תשובה' צו טון, און ער איז עוסק אין 'תפילה', און ער געבט 'צדקה'; ווייל די דריי עבודות זענען מרומז אין די ווארט 'אלול' (קיצור שלחן ערוך סימן קכח, סעיף א), 'תשובה' איז מרומז אינעם פסוק (דברים ל, ו): "ומל ה' אלקיך א'ת ל'בבך ו'את ל'בב זרעך", וואס איז ראשי תיבות 'אלול', חודש אלול איז די צייט פון 'תשובה'; 'תפילה' איז מרומז אינעם פסוק (שיר השירים ו, ג): "א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י", וואס איז ראשי תיבות 'אלול', אין דעם חודש דארף מען עוסק זיין אין תפילה, דאווענען צום אייבערשטן און זאגן תהלים, בעטן פאר א גוט יאר, און בעטן אויסצומעקן אלע עבירות וואס מען האט געטון; און 'צדקה' איז מרומז אינעם פסוק (אסתר ט, כב): "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים", וואס איז ראשי תיבות אלול, אין דעם חודש דארף מען עוסק זיין אין די מצוה פון געבן צדקה; וואויל איז דעם מענטש וואס ווארט נישט אויף די לעצטע מינוטן, ער ניצט אויס די חודש אלול אזוי ווי עס דארף צו זיין, מיט 'תשובה', 'תפילה' און 'צדקה'; וועט ער זוכה זיין צו 'מעבירין את רוע הגזירה', ער וועט אוועק נעמען אלע גזירות רעות, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#880 - תהלים איז מסוגל צו תשובה
התחזקות, קברי צדיקים, תהלים, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול; א גאנץ יאר קען מען תשובה טון, ווען א מענטש בארעכנט זיך אויף זיינע נישט גוטע מעשים – קען ער תשובה טון, אבער נאך מער איז יעצט ווען עס קומט חודש אלול; יעצט איז אסאך מער מסוגל צו קענען תשובה טון, די גאנצע חודש זענען די טויערן פון הימל אפן, עס שיינט די י"ג מידות של רחמים, דער אייבערשטער שטייט און ווארט, און זיין רעכטע האנט איז פשוטה לקבל שבים.


על כן זאלסטו אויסניצן די טעג מיט גוטע זאכן, בעיקר זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים", און אז דו קומסט נישט אן צו זאגן דעם יום – זאלסטו זאגן וויפיל עס איז דיר שייך, ווייל זאגן תהלים איז מסוגל צו תשובה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג).


אויך זאלסטו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו דער וואס איז נישט ראוי מען זאל אננעמען זיינע תפילות, אבער ביי קברי צדיקים איז זייער מסוגל אז אלע תפילות זאלן ווערן אנגענומען; זיי מתפלל פאר דיר און פאר דיין משפחה, עס זאל ענק קומען א גוט יאר, עס זאל זיין: 'תכלה שנה וקללותיה', די יאר מיט די צרות זאל זיך ענדיגן, 'תחל שנה וברכותיה', עס זאל קומען א זיסע יאר מיט ישועות און רפואות, און אזוי ווי ווען איינער האט א משפט, עס ווארט אים תפיסה אדער ערגערס רחמנא לצלן, וואס טוט ער? מען לויפט צו קברי צדיקים, מען רייסט קברים, מען בעט ביי די צדיקים זיי זאלן מליץ יושר זיין וכו', אזוי יעצט חודש אלול, ווען מיר האבן א חודש זיך צו גרייטן צום יום הדין, ווען מען גייט אלעמען משפט'ן מי יחי' ומי ימות, אוי וויי, אוי וויי, דארף מען אויסניצן די חודש מיט זאגן תהלים און גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים און טון גוטע זאכן אז מיר זאלן אלע ארויסגיין זכאי בדין, אמן ואמן.

#879 - תשובה טון אין חודש אלול
התחזקות, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, ווען עס קומט חודש אלול ווערט יעדער איד זייער נתעורר צו תשובה, יעדער איינער זוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; דארף מען וויסן אז דער עיקר וועג צו תשובה איז צו זיין: "בקי ברצוא, ובקי בשוב", 'בקי ברצוא', מען דארף וויסן ווי אזוי מען גייט אלץ העכער און העכער, און אז וויפיל מען טוט אין עבודת השם דארף מען אלץ בענקען, וועלן און גליסטן - צו טון נאך מער, און אויך דארף מען זיין 'בקי בשוב', מען דארף וויסן אז אויך ווען מען פאלט אראפ, מען זעט זיך אזוי ווייט פון יעדע סארט מדריגה פון קדושה, אויך דארט איז דער אייבערשטער, און אויך אזא מענטש קען זוכה זיין - אויב ער וועט זיך נישט מייאש זיין – צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "וּכְשֶׁרוֹצֶה אָדָם לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי הַתְּשׁוּבָה", ווען מען וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, "צָרִיךְ לִהְיוֹת בָּקִי בַּהֲלָכָה", דארף מען זיך גוט אויסקענען ווי אזוי מען גייט, "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת לוֹ שְׁנֵי בְּקִיאוּת", צו האבן די צוויי הקדמות, "הַיְנוּ בָּקִי בְּרָצוֹא, בָּקִי בְּשׁוֹב", פון בקי ברצוא און בקי בשוב, סיי ווען מען איז מצליח אין עבודת השם, מען קוקט זיך אן ווי מען איז שוין הויך, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קלט, ח): "אם אסק שמים", אפילו איך בין אין הימל, דאך דארף איך בענקען צו גיין נאך העכער, 'שם אתה', דער אייבערשטער איז נאך העכער, און סיי ווען עס איז 'ואציעה שאול', מען איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית רחמנא לצלן, 'הנך', איז דער אייבערשטער אויך דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין עבודת השם, נאר אז מען האט די ביידע הקדמות – קען מען אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט דאווענען און לערנען און טון גמילת חסדים, אלץ פרובירן צו טון מער און מער, און אויך ווען מען זעט זיך אזוי ווייט, מען איז אזוי אראפגעפאלן, דארף מען געדענקען: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, און אויך איך קען נאך זוכה זיין צו פאררעכטן און צו ווערן נאנט צום אייבערשטן'.


א כתיבה וחתימה טובה.