בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#778 - פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע
שמחה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א שיינע לעבן אינאיינעם מיט דיין כלה תחי', ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט דיין גאנץ לעבן געדענקען די פרייליכע צייט פון דיין שידוך, דו זאלסט אנהאלטן די שמחה, דיין גאנץ לעבן זאלסטו זיין פרייליך און דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין זיידע און באבע, דיין באבע ווערט זייער פרייליך ווען דו רופסט איר, און ווען דו גייסט צו איר. דיין טאטע עליו השלום איז געווען איר באליבסטער זון, און ווען דו מיט דיינע געשוויסטער קומען צו איר – לעבט זי אויף.


באצאל מיר פאר שדכנות אז דו וועסט רופן דיין באבע יעדן טאג און ארויפגיין צו איר כאטשיג איין מאל א וואך.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב ווי אן אייגן קינד.

#777 - לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה
התחזקות, מוסדות, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס איך דריי זיך ארויס פון דיר ענטפערן, אויפנעמען וכו'; ווייל עפעס שטארק באדערט מיך.


איך האב דיר געגעבן א אינגערמאן זאל ארבעטן פאר דיר, איינע פון מיינע חשוב'סטע אינגלייט, א טייערע איידעלע נשמה, און דו האסט אים גענומען און געמאכט פאר אן עבד כנעני, אים געגעבן די כלים, מען שפילט מיט זיין מח; מען זאגט אים אז עמטליך זענען די שעות פון דעמאלט און דעמאלט, און נאכדעם איז דא א טעלעפאן, טעבלעט וכדומה פאר די איבריגע שעות, דאס הייסט, פון 9:00 ביז 7:00 זאל ער זיצן אין אפיס, און פון 7:00 ביז 9:00 אינדערפרי זאל ער זיין משועבד צו ענטפערן וואטסעפפ, אימעיל וכו'; און וואס צאלסטו אים? איז דאס גערעכט?


איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ביסט אויך שיכור, דו האסט אויך א טעלעפאן, ביסט אויך אין תפיסה.


איך בעט און איך ווארן, לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה, קענסט אים האלטן אין אפיס פון 9:00 ביז 5:00, נאכדעם איז ער מיינער, נישט דיינער; ער האט א ווייב, ער האט קינדער, ער האט א נשמה...


איך דארף מקצר זיין.

#776 - נישט געבן פאר א קינד א טעלעפאן מיט טעקסט
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


שוין א לאנגע צייט וואס איך טראכט צו מיר אויב איך זאל ענק זאגן אדער נישט, בנוגע געבן פאר א קינד א טעלעפאן מיט טעקסט מעסעדזש; איך בין ענק דן לכף זכות אז ענק זענען זייער אויסגעטון פון די וועלט, ענק זענען נישט א"פ ט"ו דעי"ט מיט די נסיונות פונעם דור.


טעקסט מעסעדזש פאר א קינד קען זיין שעדליך, ווייל ביים שרייבן געטרויען זיך מענטשן צו שרייבן זאכן וואס זיי וואלטן זיך געשעמט צו רעדן; מען קען אמאל שיקן א מעסעדזש וואס קען שעדיגן דאס קינד, מען קען אמאל שיקן א מעסעדזש א געשריבענע ארטיקל פון ניבול פה, מינות וכפירה פון איינעם צום צווייטן.


ענק זענען בעלי דעה, ענק זענען ערליך און איידל, וואלטן ענק געדארפט מער שטיין אויף די וואַך אז אין שטוב זאל נישט זיין אזעלכע נסיונות. איך ווייס אז ענקער קינד איז ליכטיג און טייער, פאר מיר לוינט נישט צו זאגן, ווייל די קינדער וואקסן דא אויף מיט א שלעכטע טעם אין מויל, אז די עלטערן לאזן אלעס, און דער ראש ישיבה איז די באג"י מע"ן (שרעקעדיגע מענטש), מיר לוינט עס נישט, ווייל וואס דארף איך אז די יוגנט זאל נישט וועלן מקבל זיין וכו', די לעצטע שטיק צייט, ווען קינדער פרעגן מיר – ענטפער איך אויף אלעס: "פרעג דיינע עלטערן", איך האף זיי נישט צו פארלירן וכו'. איך בעט איבער פארן אריין רעדן אין ענקער לעבן, איך וויל נאר עפענען די אויגן.


וואס דארף ענקער קינד באקומען לאנגע שרעקעדיגע מעסעדזשעס פון חברים וואס שרייבן אויס אלע צרות זייערע? א קינד איז נישט גענוג רייף צו קענען הערן א צווייטנ'ס צרות וכו' וואס איז פון טעקסט מעסעדזש.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך פאר יעצט צום נייעם געגנט אין שטעטל פאר שבת, זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו. שטארקט ענק, מאכט התבודדות און בעטס דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות.

#775 - היתכן צו מאכן ארבעטן א אינגערמאן ווי אן עבד כנעני
התחזקות, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז דו געבסט מיר רשות וועל איך אנרופן דיין בעל הבית און אים פארהאלטן היתכן צו נעמען א אינגערמאן און אים מאכן ארבעטן ווי אן עבד כנעני, איך וועל אים אפיר נעמען, היתכן א איד פירט זיך אזוי; צוויי עוולות, ערשטנס, וואס צאלט ער דיר דען? פרוטות; צווייטנס, וואס איז דאס אויסקוועטשן אזוי אן ארבעטער?


דריטנס, ווי שעמט ער זיך נישט צו געבן פאר די ארבעטערס די כלים וואס מאכט חרוב די נפש, רוח ונשמה? מאכט חרוב אידישע שטיבער? מילא אין אפיס, אין די שעות וואס מען ארבעט – דארף מען זיצן ביים קאמפיוטער, דארט איז נישט אזוי, דארט האלט דער בעל הבית מיט אלעס וואס מען טוט אויפן קאמפיוטער, אבער וואס איז די חוצפה פון פארלאנגען פון די ארבעטערס זיי זאלן האבן די כלים; טעבלעט, טעלעפאן וכו' – פיר און צוואנציג שעה, זעקס טעג א וואך, און וואס צאלט ער שוין? ... א וואך? א בושה וחרפה.


אז דו געבסט מיר רשות וועל איך דיך אויסלייזן פון תפיסה, איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן.


איך האב דיך ליב אזוי ווי אן אייגן קינד...

#774 - נישט זיך צוגעוואוינען צו עסן רייכע עסן, איבריגע עסן
התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער זון הרב שלמה נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גריסן אויף דיר, מען זעט דיך אין שול לערנען און דאווענען, דאס איז דאך אונזער שטרעבן, אז אונזערע קינדער זאלן לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.


בנוגע די באקסעס וכו'; געב אכטונג נישט זיך צוגעוואוינען צו עסן רייכע עסן, איבריגע עסן, ווייל אפילו מען האט געלט – איז נישט גוט זיך צו צוגעוואוינען צו עסן רייכע מאלצייטן; איז אויך יעצט ווען מען טיילט באקסעס עסן וכו' – זאלסטו ווייטער פירן די שטוב אזוי ווי דו האסט געזען ביי דיינע עלטערן, געבן די קינדער געזונטע פשוט'ע מאלצייטן, און נאר לכבוד שבת אדער א יום טוב – געבן עפעס מער ספעציעל, און אויך דעמאלט מיט א מאס.


בנוגע הפצה; דיין הפצה זאל זיין מיט אנשי שלומינו, זוך אויף צווישן אנשי שלומינו בחורים, אברכים און עלטערע – וואס דארפן א חבר, און א גוט ווארט, רעד מיט אנשי שלומינו פון רבי'ן וכו'.


טאטי, וואס ליבט דיך

#773 - קוק נישט קיין ווידיאוס, אויך נישט אידישע
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט און ווי דו דאווענסט; אז דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען וועסטו ווערן אן ערליכער איד, דו וועסט מצליח זיין אין לעבן.


שטארק זיך מיט יראת שמים, קוק נישט קיין ווידיאוס, אויך נישט אידישע, ווייל מען הייבט אן מיט אידישע, און עס ענדיגט זיך זייער נישט גוט; אז מען קוקט ווידיאוס, מאוויס, קליפס וכו' – ווערט מען משוגע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מען וועט משוגע ווערן פון קוקן די זאכן.


איך בעט דיר זייער, זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט אריין אין א קיאסק, איך וויל אזוי שטארק נאר דיין גוטס, ביסט א יונגע ביימעלע, און איך וויל אז דו זאלסט האבן א זיס לעבן; איך ווייס אז די נסיון איז גרויס, עס ציט צו קוקן קאטאוועס (דזשאוקס), מען שפירט זיך לעפ"ט או"ט (אויסגעשלאסן) ווען די גאס רעדט פון זאכן און מען קען נישט מיט האלטן, דאך בעט איך דיר מיין טייערער ליבער תלמיד, זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט אין קיאסק און דו קוקסט מער נישט קיין ווידיאוס.


איך האב דיך ליב, איך האב ליב מיינע תלמידים ווי מיינע קינדער, און אז דו וועסט מיך נאכגיין, טון וואס איך בעט – וועסטו אסאך פארדינען.

#772 - ציפ זיך די באקן און גיי ארום מיט א שמייכל
שמחה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מען ציפט זיך די באקן, מען מאכט זיך רויטע באקן, און אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט פאר.


אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן, און אויך האט ער אזוי געטון, און אזוי טוען נאך עד היום זה אסאך תלמידי היכל הקודש; ווען עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע טעג, שווערע יסורים, די פנים איז בלאס, מען זעט נישט אויס גוט; ציפן זיי זיך די באקן און מען פרישט זיך אויף, אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט אריבער.


די ווארט האט מוהרא"ש נאכגעזאגט פונעם הייליגן צדיק, דער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו. ווען מען האט זיך געוואונדערט ווי אזוי ער זעט אויס אזוי פרייליך, פריש, מיט וואס ער איז אריבער וכו' וכו', האט ער געזאגט: "מען ציפט זיך די באקן" וכו'.


ברודער, איך ווייס אז דו גייסט אריבער שטארקע פיין, שרעקליכע פיין, די הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, איך בין מתפלל פאר דיר; איך בעט דיר, נעם זיך צאם, גיי אין א ווינקל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן אז דו זאלסט שוין זען א ישועה, און ווען דו קומסט ארויס פון התבודדות, ציפ זיך די באקן, נעם זיך צאם און גיי ארום מיט א שמייכל, ובשמחה תצאו.

#771 - עס גייט שוין כמעט ליכטיג ווערן, האלט זיך
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיך זייער מחזק זיין, דו זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים וואס דו לערנסט, און מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה און מעריב.


שטארק דיך אויף אלע דיינע שוועריקייטן, ווייל נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט בויען א ווארעמע ליבליכע שטוב.


טייערער ..., די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, עס גייט שוין כמעט ליכטיג ווערן, האלט זיך, נעם זיך גוטע חברים, א גוטער חבר איז דער וואס האט אמונת חכמים, דער וואס שטארקט זיך צו בלייבן ביים צדיק, ביים הייליגן רבי'ן.


איך האב דיך ליב, איך וועל דיך שטענדיג מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט, די עצה פון תפילה והתבודדות, נעם יעדן טאג אפאר מינוט וואס דו שמועסט אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים דיין צעבראכן הארץ, דערצייל אים ווי צעבראכן דו ביסט, זאג די ווערטער פארן אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, דו ווייסט אלעס וואס איך בין אריבער אין מיין לעבן, און דו ווייסט וואס איך גיי נאכאלץ אריבער יעדן טאג און יעדע מינוט, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע שוועריקייטן, אנא ה', איך בעט דיך זייער, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל חתונה האבן, אויפשטעלן א געזונטע ליבליכע ווארעמע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות".


טייערער ..., איך דארף מקצר זיין, איך דארף לייגן שלאפן מיינע קליינע קינדער און לויפן געבן די ליל שישי שיעור, איך וועל דיר נאך אסאך שרייבן און מחזק זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב ווי אן אייגן קינד.

#770 - מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער הארציגער זון נחמן נתן נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, דראפע זיך מיט אלע כוחות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), מען דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת השם, נישט אפצולאזן די גוטע רצונות און גוטע מעשים, ווייל יעדער וואס הייבט אן דינען דעם אייבערשטן שפירט אז מען וויל אים נישט, און פון הימל טוט מען אים אוועק שטופן, און אזוי איז טאקע, די הרגשה איז ריכטיג, אבער דאס איז נישט אז מען דארף טאקע נישט דעם מענטש, פארקערט, באמת וויל מען יא דעם מענטש, אבער דאס איז די וועג ווי אזוי עס ארבעט, די וועג איז אז מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט, אבער באמת איז דאס נאר התקרבות, און דאס גייט אריבער אויף יעדן, אויך אויף די גרויסע צדיקים, און אויך די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, אלע זענען אריבער די סארט געפילן, אלע האבן געשפירט ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען טוט זיי אוועק שטופן, ווי מען דערווייטערט זיי, און ווען זיי וואלטן זיך נישט געשטארקט וואלטן זיי אוועק געפאלן, און ווייל זיי האבן נישט געקוקט אויף די אלע געפילן, ראיות און בלבולים, זיי האבן זיך געשטארקט – זענען זיי אויסגעוואקסן גרויסע צדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, איך האב דיך זייער ליב, איך האב גרויס נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט נחת, מיר דאנקען דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב.


זיי שטארק מיט ח"י פרקים משניות בכל יום, זאג דעם יום תהלים בכל יום, לערן גמרא ש"ס כסדרן; מי יתן אז דו זאלסט ענדיגן די יאר נאכאמאל ש"ס און קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה מיט נאך א סיום הש"ס, ברענגען דעם רבי'ן א מתנה א ש"ס.


טאטי, וואס ליבט דיך.

#769 - דיין טאטע שעפט נחת פון דיר
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב לעצטנס געטראפן אפאר מאל דיין טאטע נרו יאיר, און מיט טרערן אין די אויגן האט ער מיר געזאגט אז דו מיט דיין משפחה איז זיין גרעסטע נחת, און ער דאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב, ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ער האט מיר געדריקט מיין האנט מיט אזא שטארקע ליבשאפט, און מיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט מחזק זיין די קהילה.


וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא קיין גרעסערע הפצה, נישטא קיין גרעסערע וועג שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען ווי ווען קינדער פירן א שיינע שטוב, א פרייליכע געזונטע שטוב, און די עלטערן קוקן און זעען די שיינע נחת און זאגן בפה מלא אז די ברסלב'ע קינדער זענען זיי אזוי שיין מכבד, און די ברסלב'ע קינדער זענען אזוי דרך ארץ'דיג.


אמאל דארף מען ווארטן אפאר יאר, אמאל שנעלער און אמאל לענגער, אבער ביים סוף ענדיגט זיך דאס. אזוי ווי ביי מוהרנ"ת, וואס זיין טאטע האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, און ביים סוף האט ער אים געזאגט: "דו ביסט מיך די מערסטע מכבד" וכו'.


זאג יעדן טאג תהלים, בעט פאר דיינע דורות זיי זאלן אלע זיין הייליג און ערליך.

#768 - גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר"
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעם אריין אמונה אין דיר, חזר דיך די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אלעס איז ער, דומם צומח חי מדבר – אלעס איז ער, עס וועט מיר גארנישט שלעכט פאסירן ווייל איך ליג אינעם אייבערשטנ'ס הענט, איז פארוואס בין איך פאר'דאגה'ט? פארוואס זארג איך זיך? ענדערש זאל איך זיך איבערגעבן צו אים, און ער וועט מאכן דאס בעסטע פאר מיר".


גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר", ביי דעם שפאציר זאלסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; פאר יעדע אבר וואס דו האסט, און אז דו ביסט געזונט, דאנק אים פאר דיין משפחה בפרטי פרטיות, רעכן אויס יעדע איינצעלהייט באזונדער; דאס וועט דיך מאכן א שטארקע מח, שטארקע נערווען, שטארקע כוחות, וועסט זיין גליקליך און צופרידן.

#767 - נעמסט מער נישט ארויס פון אפיס די טעבלעט וכדומה
התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו מאכן מיט דיר דעם געשעפט, אז דו נעמסט נישט מער ארויס פון אפיס די טעבלעט וכדומה, אפילו נישט צו האלטן אין קאר, און איך זאג דיר צו אז דו וועסט קענען [...].


זיי שטארק מיט דיינע שיעורים כסדרן, מאך זיך א קביעות צו לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה; תורה איז מטהר דעם מענטש, תורה מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב" (תהלים יט, ט), עס זעטיגט דעם מענטש, און מען איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


פארגעס נישט פון דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער האט מיט דיר געטון ביז אהער.

#766 - באגריסן יעדן איינעם מיט א שמייכל
התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין מצוה זאל זיין באגריסן יעדן איינעם מיט א שמייכל און א גוט ווארט; מענטשן זענען זייער צעבראכן, עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם שווערע ביטערע יסורים, נישטא קיינער וואס גייט נישט אריבער שווערע ביטערע יסורים, און ווען מען טרעפט זיך מיט א שמייכלדיגער, א פאזעטיווער – פאלט אוועק האלב פון די יסורים, מען באקומט לעבן.


ליבער ברודער, דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן מענטשן איז אזוי גרויס און הייליג, מען איז זוכה צו זיין א בן עולם הבא; איי וועסטו פרעגן, אז מען קען אזוי גרינג ווערן א בן עולם הבא, פארוואס זענען מענטשן נישט נזהר אין דעם? עס איז גרינגער צו מאכן גלגול שלג און פאסטן ווי צו געבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר א צווייטן.


האלט אן די מצוה, לייג אריין דיין קאפ און מח ווי מער דו קענסט דאס פארבעסערן און פארברייטערן מיט א ווערטל, א שמייכל, און אויסהערן פארקלעמטע הערצער, יהי חלקי עמך.

#765 - געבן ארבעט פאר בחורים און אינגעלייט צו העלפן
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישעי' איידליס נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיט וואס מען קען נאר, דו העלפסט מיט די הדפסה, מיט די חדר, ישיבה, בית המדרש, די קעמפס, קאנטרי, חתונות אין ישיבה, און מיט אזויפיל נאך גוטע זאכן.


איך וויל דיך נאכאמאל בעטן און מחזק זיין אז דו זאלסט אריינעמען בחורים און אברכים אונטער דיר, זיי געבן וואס צו העלפן, אזוי וועלן זיי זיין צוגעבינדן ביים רבי'ן, ווייל יעדער מענטש דארף האבן עפעס חיות, עפעס א פלאץ וואו צו וואקסן וכו', און אז מען העלפט ביים רבי'ן, מען העלפט אין די מוסדות אדער קהילה – איז די חיות ביי א גוטע פלאץ, און אז נישט – זוכט מען אנדערע גליקן.


על כן זאלסטו זען ווי מער געבן ארבעט פאר די נייע דור, בחורים און אינגעלייט, סיי מיט העלפן די ישיבה, סיי מיט העלפן די בית המדרש, קעמפ, קאנטרי, חתונות וכו', וועלן זיי אלע וואקסן גוט; אויך דארף מען מחזק זיין די מפיצים און אריינברענגען פרישע סאלדאטן אין ראנג.


מיטן נעמען אויף זיך די עול תורה – מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ; זאלסטו זוכה זיין אז דיין עול זאל זיין נאר עול תורה.

#764 - ספר המדות, בעטן דעם אייבערשטן צו פארשטיין לערנען
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור צו לערנען ספר המידות, דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם ספר (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "אט דאס האט מיך געמאכט פאר א איד"; יעצט ווען דו גייסט שוין נאך אביסל בר מצוה האבן איז זייער גוט דו זאלסט לערנען דעם ספר, און ווען דו ענדיגסט דאס זאלסטו דאס נאכאמאל לערנען, און נאכמאל לערנען - ביז דו וועסט קענען דעם ספר בעל פה; דאס וועט דיר העלפן ווערן א גרויסער צדיק.


הייב אן מיט זאגן, זאג די ווערטער, און וויין צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געטון ווען ער איז געווען יונג. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד, (שבחי הר"ן, סימן ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן ביז ער האט זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות, "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


א גוט שבת.

#763 - מוצא שפתיך תשמור, שמעון
אמונה, התחזקות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


"מוֹצָא שְׂפָתֶיךָ תִּשְׁמֹר וְעָשִׂיתָ כַּאֲשֶׁר נָדַרְתָּ" (דברים כג, כד), אז דו האסט צוגעזאגט א שמעון - דארפסטו מקיים זיין וואס דו האסט צוגעזאגט.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, דער עיקר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק, און זיי נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#762 - זיין פון די דרך ארצ'דיגע
חינוך הילדים, התחזקות, דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ, איר זאלט פאלגן די לערערינס און נישט רעדן אין כיתה ווען די לערערינס לערנען מיט די תלמידות; איך הער אז עס זענען דא תלמידות ביי ענק וואס פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ, איך וויל הערן אז איר זענט אויך פון די וואס זענען זייער איידל און וואויל.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד, מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן אן דרך ארץ, דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך פירן זייער זייער איידל און זייער זייער וואויל, איר זאלט נישט רעדן אין כיתה, און אז דו ווילט ארויס גיין אינמיטן שיעור - זאלט איר אויפהייבן די האנט פרעגן רשות פון די לערערין, און אז אייער לערערין פארשטייט אז עס איז נישט וויכטיג יעצט ארויס צו גיין - זאלט איר דאס אננעמען, און חס ושלום זיך מתחצף זיין.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, אייערע עלטערן זענען ביי מיר זייער טייער, אייערע עלטערן העלפן זייער צו אויפבויען די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין בני ברק; זאלט איר אויך גיין אין זייערע וועגן, זיך חבר'ן מיט די איידעלע קינדער, מיט די קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, זיי זאלן זיך אויך שטארקן מיט דרך ארץ און מיר העלפן בויען די בית פיגא שולע אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#761 - בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וועלן זיין גוט, דאס בענקען און גלוסטן צו זיין גוט – איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט דאס גרויסקייט פון ווילן און בענקען (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא; חיי מוהר"ן, סימן קו; ועוד), און אפילו מען זעט זיך זייער ווייט – דאך זאל מען ווייטער בענקען און וועלן זיין ערליך, פון דעם אליינס קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער גרויסע מדריגות.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער הייליגער אריז"ל האט מגלה געווען פאר רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען קענען קומען צו גאר גרויסע מדריגות דורך מיעוט פעולות, דורך טון אביסל; זאגט מוהרא"ש אז אנשי שלומינו האבן געזאגט פשט, טאקע מיט מיעוט פעולות, אבער מיט הרבה רצונות, מיט אסאך וועלן; אזוי קען מען זוכה זיין צו קומען צו די הויכע מדריגות אין צו די מדריגה פון רבי עקיבא.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דאס וועלן זיין ערליך, און אז דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק, מען עפנט דיר נישט די טיר – זאלסטו ווייטער בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך און הייליג, און מיט דעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#760 - וואס איז ברסלב'ע חסידות?
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז זיך נישט פארדרייען פון קיינעם וואס ברסלב'ע חסידות איז; לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, נאר דאס איז ברסלב, נאר דאס איז וואר; מוהרא"ש האט שטענדיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם אז ער האט קיינעם נישט געקענט אין ברסלב, אז קיינער האט אים נישט געקענט פארדרייען וכו'.


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי זאגט, די דרך הלימוד, אין שיחות הר"ן (סימן עו), וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר זעלן לערנען און לערנען; קוק וואס דער רבי ערווארט פון אונז, וויפיל מיר זאלן לערנען יעדע יאר; זיי דיך נישט מבלבל פון קיינעם.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג פון די פרשת השבוע – שנים מקרא ואחד תרגום, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיך אויפבויען, דיך שטארקן אין אלעמען.


לערן יעדן טאג גמרא בבלי, אויך מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך זייער שטארקן. נישטא נאך אזא ספר וואס זאל זיין אזוי שטארק גילוי אלקות מיט אזא קלארקייט, אזא ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#759 - געב יעדן באזונדער פריוואט זייער קאמפלימענט
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער – אז מען האט זיי ליב, מען האלט פון זיי; אויב מען האט נישט ליב די קינדער, מען האט אייגענע אינטערעסן, מען וויל עפעס אייגענע כבוד וכדומה – קען מען נישט מצליח זיין, די קינדער שפירן דאס, די קינדער כאפן דאס אויף און זיי קענען נישט וואקסן, זיי קענען נישט לעבן; דאס איז נישט נאר מיט קינדער, דאס איז בכלליות מיט אלעמען, מיט חברים, מיט שכנים, משפחה וכדומה, ווי אזוי מען קוקט אויף מענטשן – אזוי ווערן זיי, די סוד האט דער הייליגער רבי מגלה געווען, אז דורך קוקן פאזעטיוו, דורך זוכן גוטס אין א צווייטן – קען מען יענעם אינגאנצן איבערדרייען צום גוטן.


ליבער ברודער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נאר זען גוטס אין אנדערע, און זיכער אין דיינע אייגענע קינדער, זאלסט זיי ליב האבן, זען אין זיי דאס גוטס, און אז די קינדער גייען נישט פינקטליך ווי אזוי מען וויל – זענען זיי נאכנישט שלעכט, און אז זיי טוען נישט פינקט וואס מען זאגט זיי – זענען זיי נאכאלץ גוט און טייער, און אזוי וועלן זיי ווערן נאך בעסער, זיי וועלן מצליח זיין.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער. מוהרא"ש האט מיר אסאך גע'מוסר'ט אז איך זאל זען אז אין ישיבה זאל זיין זיין א פרייליכע אטמאספער, ווייל נאר אז די בחורים, די תלמידים - זעען א פרייליכער ראש ישיבה, א פרייליכער מגיד שיעור, א פרייליכער מלמד – זענען זיי גרייט צו מקבל זיין, די הערצער עפענען זיך און מען קען זיי גוט לערנען די שיינע וועג פון לעבן, און אזוי איז אין שטוב, די עלטערן דארפן זען עס זאל זיין געשמאק, פרייליך און לופטיג אין שטוב, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט.


נאכאמאל, קוק גוט אויף יעדן איינציגסטן קינד, זוך יעדעמ'ס ספעציעלקייט, און געב יעדן באזונדער פריוואט זייער קאמפלימענט, אזוי וועלן זיי וואקסן געזונט.


אויך זאלסטו יעדן טאג מאכן א תפילה פאר יעדן קינד, בעט דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, אויך פאר די קינדער וואס דו מיינסט אז זיי זענען מסודר; ווייל אן תפילה האט מען גארנישט, אן תפילה איז נישטא קיין הצלחה, און מיט תפילה – זעט מען ניסים, און אויך ווען מען זעט נישט גלייך די ישועה, ביים סוף זעט מען ליכטיגע ערליכער דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#758 - מיט'ן טון גוטס, פאלט ממילא אוועק דאס שלעכטס
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען א יסוד – מען זאל זיין פרייליך, זיך פרייען אז מען איז א איד, זיך פרייען אז מען איז נישט קיין גוי, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט, מיט די ציצית, מיט די תפילין, און אזוי ווייטער.


ליבער ברודער, אנשטאט זיין פארנומען מיט אוועק נעמען די שלעכטס – זאלסטו עוסק זיין אין טון גוטס, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט, מיטן טון גוטס פאלט ממילא אוועק דאס שלעכטס (חיי מוהר"ן, סימן תמז), טון גוטס מיינט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה, און טון מצוות מיט שמחה.


קוק נישט אויף קיינעם, זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, דער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה, וואס האט יענעמ'ס מעשה מיט מיר? איך דארף קוקן אויף מיר, זיך מחי' זיין מיט וואס איך האב"; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די שכל פון זיך נישט מבלבל זיין פון א צווייטן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#757 - מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט האט מיין זון הרב אלחנן חיים געמאכט א ברית פאר זיין זון, ויקרא שמו בישראל 'נחמן נתן'; די ברית איז געווען אין שטעטל, מיין טאטע שליט"א איז געקומען צו פארן, ער איז געווען סנדק. די סעודת ברית איז געווען ביי מיר אין שטוב, די סעודה איז געווען פאר די משפחה, און אויך פאר די חשוב'ע כולל אינגעלייט, מיין טאטע שליט"א האט זיך מיט זיי משתעשע געווען מיט דברי תורה און שאלות בהלכה, עס איז געווען זייער שיין.


איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט מיר, ובעיקר ובפרט אז ער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן, וואס איז אונז מחזק, און ער ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן.


שטארק זיך, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך זייער זייער מחזק זיין, עס וועט דיך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#756 - טלית ותפילין און ציצית, די געווער פון א איד
התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט אנטון טלית ותפילין יעדן טאג און מיט דאווענען די דריי תפילות, אויך האבן מיר אמאל גערעדט און איך האב דיר געשריבן חיזוק אויף גיין מיט ציצית, אז דאס איז א שמירה פארן מענטש, אים צו היטן פון אלעם שלעכטס און פון ניאוף רחמנא לצלן.


איך האב געזען אין ספר שיחות אש קודש חלק ב, אות תקא, אז מיט יארן צוריק ווען מוהרא"ש איז געווען אין עירפארט, און איינע פון די שאלות וואס מען פרעגט ביים אריבערגיין די סעקיוריטי איז אויב מען האט געווער, פלעגט מוהרא"ש אנכאפן זיין ציצית און ווייזן אז דאס איז עס, אויך האט אמאל מוהרא"ש געענטפערט – ווען מען האט אים געפרעגט אויב ער האט געווער – "טלית און תפילין"; ווייל דאס איז די אמת'ע געווער פון א איד, די טלית און תפילין און ציצית, דאס היט דעם איד, דאס היט אים בזה ובבא.


זאג די תיקון הכללי יעדן טאג נאך שחרית.

#755 - רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו האבן גרויס הצלחה
התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


גיי אינדערפרי אין שול, די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול אנטון טלית ותפילין, דאס איז אונזער פארמעגן, דאס איז אונזער שענסטע זאך, דאס איז אונזער קשר מיט וואס מיר בינדן זיך צו צום אייבערשטן.


רעד נישט ביים דאווענען – וועסטו האבן גרויס הצלחה, מען זעט ממש וואונדער; די אלע וואס זענען זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אז עס איז דא א וויכטיגע זאך גייען זיי ארויס פון שול, און דארט אין פאליש רעדן זיי – די האבן זייער גרויסע הצלחה; איך בין זיכער אז אויב דו וועסט זיך אזוי פירן – וועסטו זייער מצליח זיין.

#754 - תורה וועט דיר געבן א געשמאק אין לעבן
התחזקות, פרנסה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בענק מיך צו אמאל ווען דו פלעגסט מיר שרייבן וואס און וויפיל דו לערנסט, איך בענק מיך צו די צייטן.


מיין ליבער ..., איך האב דיך ליב, איך וויל נאר זען ביי דיר גוטס, באניי זיך, לערן יעדן טאג אביסל חומש, אפאר פרקים משניות און א בלאט גמרא, דאס וועט דיר געבן א געשמאק און א זיסקייט אין לעבן.


זאג יעדן טאג נאך שחרית - מיט די טלית ותפילין - די תיקון הכללי, דאס איז מסוגל לפרנסה.