בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#853 - לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מיר מוזן קוקן גוט און אויפזוכן גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו עס זעט אויס ווי ביי דעם מענטש איז נאר דא שלעכטס, האט דער רבי געזאגט אז עס קען נישט זיין אז א מענטש זאל זיין אינגאנצן שלעכט, כולו רע, עס איז זיכער דא אין אים א פינטעלע גוטס, און דער רבי זאגט אז אויב מען וועט זען די גוטס און מען וועט טראכטן פון די פינטעלע גוטס - מיט דעם קען מען מהפך זיין יעדן מענטש, אים ארויסנעמען פון די שלעכטס און ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב'ער חסידות, מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פון די יסודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז אוועקגעשטעלט; מיר זאלן זוכן אין יעדן איינעם גוטס, אויך אין זיך אליינס זאל מען אויפזוכן גוטס, טראכטן פון די גוטס און זיך מחיה זיין מיט די גוטס, און מיט דעם קען מען זוכה זיין אינגאנצן צו ווערן א גרויסער צדיק.


על כן ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, לאז שוין אפ די שלעכטס, לאז שוין אפ די מרה שחורה, לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן, הייב אן זיך מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט; זיי זיך מחי' מיט די מזוזה וואס דו האסט ביי די טיר פון דיין שטוב, זיי זיך מחי' מיט די בארד און פאות דיינע, זיי זיך מחי' מיט די ציצית, זיי זיך מחי' מיט די תפילין; פון דעם זאלסטו טראכטן, זאלסט גיין א טענצל און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח הייליגער באשעפער אז איך בין א איד און איך האב די זכי' צו טון דיינע מצוות".


ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אויך אין שטוב מיט דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו זיך אנשטרענגען צו זען נאר גוטס, און בינד זיך אויף פון די קייטן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער האט דיך געבונדן אין זיין תפיסה, און ער מאכט דיך קוקן און טראכטן און געדענקען נאר פון די חסרונות פון דיין ווייב און די קינדער, דורכדעם צעשטערט ער דיר דיין לעבן, דו פייניגסט זיך, דו האסט נישט קיין מנוחה, דו קענסט נישט אנגיין אין דיין טאג, עס בוזשעוועט דיר דיין קאפ מיט די אלע שלעכטס וואס דו זעסט אין זיי; הייב אן פאלגן דעם רבי'ן, זוך אויף איין גוטע זאך אין דיין ווייב, און אזוי אויך איין גוטע זאך אין יעדער פון דיינע קינדער און זיי זיך מחי' מיט דעם, און טראכט: 'זיי זענען דאך אזוי גוט מיט די גוטע זאך וואס זיי טוען'.


מאך זיך א שיעור און לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מהר"ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, אפילו די הארץ איז פארשטאפט.


מאך זיך א שיעור און לערנען די שיחות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מאך זיך א שיעור אין סיפורי מעשיות, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כה), אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אויך מאך זיך א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי, דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (שם, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#852 - די טעג און וואכן זאלן נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אפילו דו זעסט אז דו ביסט פול מיט עבירות, דו זעסט זיך ווי א דורכפאל, דו זעסט זיך ווי א נישט נארמאלער וכו' וכו' - דאך זאלסטו דיך זייער שטארקן און אויפזוכן גוטע נקודות ביי דיר.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז א מענטש זאל אויפזוכן אין זיך א גוטע זאך, פון דעם זאל ער טראכטן און אויף דעם זאל ער קוקן, און דאס איז די עצה צו ווערן א גרויסער צדיק; די עצה העלפט סיי ביי זיך, און אויך מיט אנדערע; מיט די ווייב, מיט קינדער, מיט שכנים, חברים וכו' וכו'.


ליבער ברודער, טייערער חבר, זע אז די טעג און וואכן זאלן דיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, זע אריינצוכאפן יעדן טאג אביסל גוטס וואס וועט בלייבן לנצח נצחים. זע צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. די צווייטע שיעור זאלסטו זען צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער, לערן אויפן סדר דרך הלמוד פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי עס איז אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו): "שאין צריכים בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין.


אויך זאלסטו זען צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), אז דער בארג האט געזאגט פארן קעניג: "מיר וויל מען אויך שלעכט טון, איך האב אויך פיל שונאים וואס ווילן מיך הרג'ענען, אבער דער דף איז אויף מיר מגין", און אז דו וועסט האבן דעם דף, כל זמן דו וועסט לערנען דעם דף, דו וועסט זיך צובינדן צום דף, דאס מיינט מען דעם בלאט גמרא – "באדארפסטו קיין מורא נישט צו האבן", אז דו וועסט לערנען תורה - וועסטו ווערן אן ערליכער איד, און אפילו לעת עתה זינקסטו אין בלאטע, דו ביסט שוין כמעט דערטרונקען אין די טיפע בלאטעס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סט, ג): "טָבַעְתִּי בִּיוֵן מְצוּלָה וְאֵין מָעֳמָד", אבער מיט די כח התורה וועסטו ארויסגיין פון אלע בלאטעס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#851 - באצוקער דיין לעבן, באזיס די ביטערקייט
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך און שטארק זיך, און לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך; דאס איז דאס גרויסקייט פון א מענטש אויף די וועלט, אז אפילו עס גייט אריבער אויף אים צרות ויסורים, "כל משבריך וגליך עליו עברו" - דערהאלט ער זיך און ער גייט ווייטער אן אין לעבן.


ליבער ברודער, דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן זוכן אין די צרה – הרוחה, ווי דער אייבערשטער האט רחמנות און ער מאכט מיט אונז גוטס, און אז דיין לעבן איז ביטער אזוי ווי א לעמאן - זאלסטו מאכן לעמאנאדע, פונעם ביטערן לעמאן - קען מען אויך גוט מאכן, מען קען מאכן א געשמאקע טרונק, לעמאנעיד; באצוקער דיין לעבן, באזיס די ביטערקייט.


וויסן זאלסטו, פון עצבות און מרירות באקומט מען גארנישט, און מען פועל'ט גארנישט דורך זיין דערביטערט, נאר דורך שמחה פועל'ט מען און מען איז זוכה צו ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#850 - איך וויל מיטהאלטן אלעס פון די ישיבה
שלום בית, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך ערהאלט יעדן טאג דיינע מעסעדזשעס, א באריכט פון ישיבה.


א גרויסן יישר כח וואס דו העלפסט מיר מיט די ישיבה, דו האסט נישט קיין השגה די גרויסע זכות פון מחזק זיין בחורים און אריינבלאזן אין זיי יראת שמים, און אריינבלאזן אין זיי א רוח חיים, מיט די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע דעם בחור ... וואס פירט זיך מיט חוצפה; איך וועל רעדן מיט אים, איך וועל אים מחזק זיין צו זיין בהכנעה, אבער דיר בעט איך באזונדער זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות אים ליב צו האבן, פרוביר צו זוכן עפעס גוטס אין אים, וועט זיך די בילד אינגאנצן איבערדרייען, כמים פנים לפנים... א הארץ שפירט גלייך ווי אזוי מען קוקט און ווי אזוי מען טראכט; אז דו וועסט אים ליב האבן וועט ער זיך פירן מיט גרויס הכנעה.


פארגעס נישט פון דיין ווייב, מאך צייט אויך פאר איר, געב איר גוטע ווערטער מיט ליבשאפט, און אויך איר זאלסטו אלץ דן זיין לכף זכות – וועט די שכינה רוען ביי דיר.


זיי ממשיך מיר צו שיקן א באריכט יעדן טאג פון יעדן פרט פון ישיבה, איך וויל וויסן אלעס פון ישיבה, איך וויל איידעלע ערליכע בחורים מיט הכנעה, מיט גוטע מידות.

#849 - מאכן צייט צו שמועסן און שפאצירן מיט די ווייב
שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן ווי דו שטארקסט זיך בעבודת השם, דו לערנסט פלייסיג שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיך איין זאך פאררעכטן, דו דארפסט מאכן אביסל צייט צו שמועסן מיט דיין ווייב, און צו גיין א שפאציר מיט איר, טראכט נישט אז עס איז ביטול זמן, ביטול תורה, עס איז נישט קיין ביטול זמן, עס איז עבודת השם, עס איז וויכטיג אז די ווייב זאל באקומען אביסל צייט צו שמועסן און צו קענען אויסרעדן אלעס וואס ליגט איר אין הארץ וכו'.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט אן אשה צנועה, אן איידעלע ערליכער ווייב, זי גייט אנגעטון איידל און הייליג, און טו איר שעצן, און טו איר געבן גוטע ווערטער.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן מיר העלפן אין די מוסד און מיט די קהילה; מיר פארן שוין אין ווייניגער פון צען וואכן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, אלע וואס טוען פארן רבי'ן, אלע וואס זענען משמש דעם רבי'ן – טוט דער רבי פאר זיי, און בלייבט נישט שולדיג.

#848 - הער אויס די שיעור אין הלכות שבת
שלום בית, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער נחמן נתן


מזל טוב פאר דיין שידוך, איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט א חתן געווארן, דו האסט באקומען א טייערע איידעלע כלה תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א הייליגע שטוב.


זע צו לערנען הלכה; יעצט זומער זאלסטו לערנען ביי דיין ברודער הרב אלחנן חיים, הער אויס די שיעור אין הלכות שבת, דאס איז מיין גאנצע נחת, אז דו לערנסט און אז דו פירסט זיך ביראת ה'.


פון דיין טאטע וואס האט דיך זייער ליב.

#847 - אז מען פירט זיך איידל, קען ארבעטן די ברכות און סגולות
צניעות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


איך האב אסאך געטראכט אויב איך זאל אייך שרייבן, ווייל וואס דארף איך זאגן וכו', אבער פון די אנדערע זייט, זע איך ענקער צער ווי ענק ווארטן אזוי לאנג אויף די ישועה אז עס זאל שוין קומען; גיי איך ארויס פון מיין וועג אבי ענק זאלן שוין געהאלפן ווערן.


וויסן זאלט איר, די שכינה רוט נאר אין א שטוב וואו די פרוי גייט אנגעטון איידל און פירט זיך אויף איידל, אויב חס ושלום מען גייט אנגעטון בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה פון שטוב; איז ממילא נישט חל די ברכות און סגולות וואס מען באקומט.


על כן טייערע טאכטער תחי', שטארקט אייך צו גיין אנגעטון איידל, און אפילו אין שטוב זאלט איר גיין אנגעטון איידל, נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ, נישט געפאסט, און אויך די פיס זאל זיין צוגעדעקט; וועט איר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און איר וועט גלייך זען ווי אייער ישועה קומט.


די אלע זאכן וואס פרויען טוען; דאווענען, גמילות חסדים – איז נאר חשוב אז מען איז א צנועה, אויב חס ושלום מען איז נישט איידל – איז אלעס א שאד.


איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל ענק ווארטן אזוי לאנג פאר א ישועה, איך וויל ענק העלפן.

#846 - די שיעורים און בריוו האלטן פריש מיט חיות
אמונה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אונזערע בחורים און אינגעלייט, מען איז פארנומען טאג און נאכט עוסק צו זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס לימודים פאר די וועלט, דארף מען ערשט אנהייבן מיט קירוב קרובים.


זיי מחזק די בחורים און אברכים זיי זאלן אויסהערן יעדן טאג שיעורים און אויף לערנען יעדן טאג די בריוון, ווייל נאר אזוי האט מען כח אנצוגיין. גלייב מיר, איך האב דאס געזען אלע יארן אין היכל הקודש, די וואס האבן געהערט די שיעורים און געלערנט די בריוון – די זענען אלץ געווען פריש, פיל מיט חיות, און די וואס האבן אפגעלאזט דאס הערן די שיעורים – די זענען געווארן אויסגעטריקנט, און במשך די צייט אפגעלאזט.


ווען דו רעדסט צו אנשי שלומינו, סיי אין ישיבה און סיי צו די אינגעלייט – זאלסטו אוועק געבן צייט צו רעדן פון אמונת חכמים, ווייל אין דעם איז תלוי די גאנצע אידישקייט.

#845 - קום צו די שיעורים, הערן די זיסע עצות
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, פון דיין לעבן, פון דיין עבודת השם; איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פרייליך און אז זאכן גייען גוט ביי דיר.


איך האב גרויס הנאה צו זען דיין נאמען חודש'ליך ווי דו העלפסט די ישיבה, און נאך מער וועל איך זיך פרייען דיך צו זען קומען צו די שיעורים, הערן די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, די עצה פון תורה ותפילה, פון לערנען יעדן טאג אביסל חומש – שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און לערנען משניות, גמרא וכו', און די עצה פון זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן און אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, און נאך שיינע זיסע עצות.

#844 - סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ר' ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתנו


איך האב זייער הנאה צו זען פון די נאנט די התמדה פון די אברכי הכולל, איך בין זיך מחי' צו זיצן צווישן די ווענט פון כולל הערן די קול תורה פון די אינגעלייט, אויך צו זען די ערליכקייט מיט די יראת שמים.


איך וויל פרעגן אויב איך קען האבן די זכי' צו לאדענען די כולל אינגעלייט מיט דיר צו א סעודת ראש חודש ביי מיר אין שטוב, סיי דעם ראש חודש הבא עלינו לטובה, מנחם אב, און אויך ראש חודש אלול. איך וויל מחזק זיין די כולל אינגעלייט, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, א): "אין מחזקים אלא המוחזקים", די אינגעלייט וואס לערנען – דארפן אסאך חיזוק; די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק.


א באזונדערע דאנק פארן מקרב זיין מיינע קינדער, לערנען מיט זיי אין כולל און אין די זייטיגע צייטן, איך האף דו וועסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן, אים מחזק זיין צו לערנען גמרא והלכה, פארברענגען זיינע יארן צווישן די ווענט פון כולל, "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ" (תהלים כז, ד), איך און מיינע קינדער און קינד'ס קינדער.


לאז מיר וויסן וועגן עסן סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט.

#843 - אמונה מיט שמחה איז די בעסטע ווייטאמין און מעדעצין
אמונה, התחזקות, דאווענען, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איר קענט גיין צום דאקטער זיך בודק זיין צו זען אז אלעס איז גוט מיט דיר וכו', עס איז כדאי איר זאלט גיין, אזוי וועט איר ווערן רואיג און פרייליך; ווייל יעדע מאל מען האט קאפ וויי, די קאפ שווינדלט וכו' – איז א חלק פון די ווייטאג די פחד און שרעק, און אמאל איז דאס רוב פון די ווייטאג; איז כדאי צו גיין צום דאקטער צו זען אז מען איז געזונט און שטארק.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט שמחה, זינגט און טאנצט ניגוני אמונה, אמונה מיט שמחה איז די בעסטע ווייטאמין און די בעסטע מעדעצין, מען ווערט אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש, און דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל גערעדט צו אונז פון זיין פרייליך און פון טון אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך מאכן נאריש, אבי זוכה זיין צו שמחה וואס איז א רפואה פאר אלעס.


זארגט נישט, איר זענט געזונט און שטארק, און אז איר ווערט נישט רואיג זאלסט איר גיין צום דאקטער וכו', און זינגט און טאנצט, וועט איר מיט שמחה פארטרייבן די קליפות און זיין ארום גענומען מיט די שכינה הקדושה.


אינדערפרי זאגט ברכת השחר מיט קריאת שמע, זאגט די אני מאמין, זאגט דאס מיט טייטש; וועט איר זוכה זיין צו א שטארקע אמונה.

#842 - מאך זיך פרייליך
שמחה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער יואל מנחם גרשון


וואויל איז דיר "אשר בנחל" וב"עצתו אמונה" שם גורלך, דו האסט די זכי' ליכטיג צו מאכן פאר הונדערטער און טויזנטער אידן מיט די הערליכע בריוון פון עצתו אמונה; חיזוק, שכל והדרכה, גענומען פון הייליגן רבי'ן און פון זיין תלמיד רבי נתן, אויפן וועג ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי אן ביתר שאת וביתר עוז, זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט; נאר ביי גשמיות'דיגע זאכן איז א מעלה איינער וואס איז מסתפק במיעוט, א שמח בחלקו, אבער ביי עבודת השם און ביי העלפן אנדערע איז א מעלה וואס מער הונגעריג מען איז, וואס מער מען וויל אויפטון פאר אידישע קינדער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון א ווייבל אנגעטון איידל מיט א טיכל, אזוי ווי מען גייט ביי אונז, ווי זי כאפט זיך אן די באקן פון צער פון ציין ווייטאג, און ווי א אינגערמאן [דער רבי], ווייזט איר מיט די פינגער אויף די באקן א סימן פון שמייכלען, זי מיט א פארוויינטע פנים, און ער מיט א פרייליכע פנים. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אז שמחה איז די רפואה פאר אלע ווייטאג.


"טאטע, איך האלט נישט אויס די צער, די ציין טוט מיר וויי, די ווייטאג איז אזוי שטארק, עס קנאקט ביזן מח, איך שפיר ווי איך קען עס מער נישט דערהייבן, אהה... אהה..."


געווען איז דאס דעם רבינ'ס טאכטער, זי איז געקומען צום רבי'ן, זי האט געוויינט: "טאטע איך האלט נישט אויס די צער, די ציין טוט מיר וויי, די ווייטאג איז אזוי שטארק, עס לעכערט מיר ביזן מח, איך שפיר ווי איך קען עס מער נישט דערהייבן... אהה... אהה..."


דער רבי זאגט איר: "זיי פרייליך וועט קומען א רפואה, דו וועסט מער נישט האבן קיין ווייטאג".


"טאטע... איך קען נישט זיין פרייליך, איך האב דאך שרעקליכע פיין, עס שטעכט, עס רייסט..."


זאגט דער רבי: "אז דו קענסט נישט זיין פרייליך – מאך זיך פרייליך; אפילו דו קענסט נישט זיין עכט פרייליך – מאך א שמייכל, מאך זיך כאילו דו ביסט פרייליך; וועסטו האבן א רפואה, ווייל אפילו מען מאכט א געמאכטע שמייכל – ווערט נמתק אלע דינים און מען זעט ישועות".


טייערע קינדער, אפילו ווען זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן, און אפילו עפעס טוט זייער וויי – דארפן מיר ווייטער פרייליך זיין, און אז מען קען נישט זיין פרייליך – לאמיר זיך מאכן פרייליך, וועלן מיר געהאלפן ווערן.

#841 - זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע
כיבוד אב ואם, התחזקות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האסט מיך געפרעגט וואס זיך צו מקבל זיין, א גוטע זאך - לכבוד די גרויסע נס וואס דו האסט יעצט געהאט...


ליבער ברודער זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע, דו האסט אן אלטע טאטע; וואס מיינסטו, נאך וויפיל יאר וועסטו קענען מאכן די מצוה פון כיבוד אב... זאלסט גיין אים באזוכן, גיי שמועס מיט אים, און זע וואס דו קענסט העלפן ביי אים אין שטוב; לאז זיך אפ פון אלע אנדערע זאכן וואס דו טוסט טו די מצוה פון כיבוד אב, די תורה זאגט (שמות כ, יא): "למען יאריכון ימיך", דו וועסט לאנג לעבן.


האסט מיך געפאלגט ביז אהער און קוק ווי שיין זאכן זענען, זאלסטו מיר הארכן אויך מיט דעם, וועסט נישט חרטה האבן.

#840 - מען קען נישט אליינס, אליינס פאלט מען
התחזקות, הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב גרויסע געסט, דער גבאי פון ענקער שול אין בני ברק, ר' יואל לעווי איז דא אין שטעטל, ער איז געקומען א שידוך טון מיט זיין זון, החתן שמואל זאב נרו יאיר, מיט מיין שוועסטער'ס קינד, איך האב געטראכט אז איך האב א שליח קיין בני ברק – וועל דיך דיר שיקן א בריוו.


ברודער שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מקושר מיט תלמידי היכל הקודש, מען קען נישט אליינס, אליינס פאלט מען, און מיט חברים, תלמידי הצדיק – האט מען כח זיך צו דערהאלטן. קוק די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו), ווען רבי ליפא איז מער נישט געקומען נאכן ווערן באליידיגט וכו', "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך – זאגט דער רבי: "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", ווי אזוי קען מען אוועקגיין פון אזא באליבטע חבורה...


געב איבער פאר משה רעכניצער אז איך האב געזען די נייע שיינע ספרים פון עצתו אמונה בלשון הקודש מתורגם, עס איז הערליך שיין, איך פריי זיך זייער אז די בני ברק'ע בחורה האט זיך צוריק באנייט עוסק צו זיין אין הפצה, ווייל נאר די וואס טוען אין הפצה – די האבן כח לעמוד בהיכל המלך, דערהאלטן זיך, און הלוואי זאלסטו נעמען א חלק אין העלפן מאכן די חבורות פאר מפיצים אזוי ווי אין אנהייב.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן ראש השנה.

#839 - בלאז אריין א חיות אין אנשי שלומינו בארץ הקודש
התחזקות, הפצה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער יואל לעווי נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק יצ"ו


מזל טוב פאר די שיינע שידוך מיט דיין טייערער זון החתן שמואל זאב נרו יאיר, מיט מיין שוועסטער'ס קינד, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי זיי און ביי אלע קינדער.


בלאז אריין א חיות אין אנשי שלומינו בארץ הקודש, זאג זיי אלע אז איך בענק צו זיי, איך טראכט פון זיי, און אפילו עס קען אריבערגיין וואכן וואס מען רעדט נישט און מען ענטפערט נישט, איז דאס נישט פשט אז די קשר איז איבערגעריסן, דאס איז פון די גרויסע טרדות וואס איך האב.


שטארק דיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ממשיך זיין אין בית פיגא, זי זאל מחזק זיין די טיטשערס, און זיי מחזק די מדפיסים און די מפיצים.

#838 - ווען דו ביסט איבערגעשטרענגט, זינג צום אייבערשטן
שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, דיין ווייב איז א טייערע פרוי, א פרוי מיט אלע מעלות, זי איז נאר איבערגעשטרענגט פון די קליינע קינדער, זי איז נאכנישט צוריק געקומען צו די כחות וכו', יעצט איז נישט שייך צו רעדן וכו', יעצט דארף זי קומען צו זיך.


ווען דו שפירסט זיך איבערגעשטרענגט – זאלסטו זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, דאנק און לויב דעם אייבערשטן; דאס עפנט די מח, עס שטארקט די נערווען, מען זאל נישט אריינגיין אין עצבות ומרה שחורה, מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה כלאי בהמה הלכה ד, אות ו), ווען דוד המלך איז געווען זייער איבערגעשטרענגט פון אזויפיל ביטערע צרות און יסורים, בפרט ווען זיין זון אבשלום האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א מרידה קעגן אים, איז נישט געווען א וועג ארויס פאר אים, נאר איין זאך (תהלים ג, א): "מִזְמוֹר לְדָוִד בְּבָרְחוֹ מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ", איך לויב דיך אייבערשטער אז מיין זון אבשלום וויל מיר שלעכטס טון... דאס האט געראטעוועט דוד המלך פון נישט אוועקפאלן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אויף דוד (סנהדרין קז.), אז ער איז געקומען "עַד הָרֹאשׁ" (שמואל ב טו, לב), עיין שם.


אשרינו אז מיר האבן א רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס ראטעווען אונז און ווייזן אונז די וועג ארויס פון די טונקלקייט.

#837 - די שטעטל זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל, זיי מכבד דעם אייבערשטנ'ס הויז, וועט דער אייבערשטער דיך מכבד זיין, עס וועט קומען צו דיר ברכות און ישועות.


אויך זאלסטו נישט שטיקלען דאס דאווענען, הייב אן פון "אדון עולם" ביז "אדון עולם", שנייד נישט אויס קיין שום זאך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, לערן די בריוון בקול, ליין יעדע בריוו ווי א פריוואטע בריוו וואס מוהרא"ש האט שרייבט דיר פערזענליך – וועסטו קיינמאל נישט פאלן, דו וועסט אלץ זיין אין א גוטע גיסטע, פיל מיט חיות.


העלף מיר בויען די שטעטל עס זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל, קום אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל.

#836 - לכבוד די גרויסע נס זאלסטו געבן צדקה פאר'ן "בית הדפוס"
התחזקות, הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ברוך רופא חולים, ברוך ה' דו ביסט אהיים געקומען פון שפיטאל, ניסים ונפלאות מאכט דער אייבערשטער, דו דארפסט בענטשן ברכת הגומל אז דו ביסט ניצול געווארן פון די קאר עקסידענט, דו ביסט ארויס מיטן לעבן (אפשר בזכות וואס דו ביסט געקומען מאכן פאריגע וואך די לעקטער אין חדר פאר די קאך אז די הונדערטער קינדערלעך זאלן האבן עסן, פרישטאג און מיטאג; בזכות לימוד תורה פון תינוקות של בית רבן האסטו געהאט די נס).


לכבוד די גרויסע נס זאלסטו מנדב זיין צדקה פארן "בית הדפוס", צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים לזכות את הרבים, און אויך זאלסטו אליינס פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות אין שולן, און אויך ביי די הייזער (באנגעלאוס), אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי האט געהאט די נס האט ער גלייך געזאגט אז ער מוז טון פארן רבי'ן, אזוי ווי יעקב אבינו, עיין שם.

#835 - איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט
שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין בכלל נישט ברוגז אויף דיר, דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט אזוי ווייל איך רעד נישט געהעריג צו דיר; חס ושלום, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט מיט די חובות וכו', דאס נעמט מיר אוועק מיין מח, דאס איז גורם אז איך זאל פארזען וכו' און נישט שמייכלען וכו'.


יעצט גייט זיין די יערליכע קאמפיין "אנשי חיל"; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, העלפן די מוסדות און די קהילה וואס האט דיר אזוי געהאלפן, און דו וועסט מיר העלפן גרינגער מאכן די ארבעט.


איך האב דיך ליב, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אין משניות. זאג יעדן טאג פרקים משניות, און זאג בלעטער גמרא. אויך איז וויכטיג דו זאלסט האבן א חברותא, אדער קומען צום שיעור גמרא; דאס וועט דיר געבן שמחה, דו וועסט באקומען א שטארקע געשמאק אין דיין טאג טעגליכן לעבן, אויך דיין שלום בית וועט אויפשיינען, ווייל דער וואס לערנט תורה – דער איז פרייליך און איז מצליח.


בלייב שטארק מיט דיינע פרינציפן פון נישט האבן א סמארטפאון, און א טעבלעט וכדומה, און קלאפ ארויס די נארישע מחשבות אז איך בין ברוגז וכו'.

#834 - ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך בעבודת השם, שטארק זיך מיט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין - האט מען א דבר שבמנין (געלט).


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג משניות, איין טאג וועלן מיר זען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, ווען מיר וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן, מען וועט אונז אוועק טראגן אין פעלד, מען וועט אויפגראבן א קבר און אונז באערדיגן, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון דער וואס האט געלערנט משניות; די פרקים משניות וועלן טון די ארבעט פאר אונז, זיי וועלן אונז היטן פון די ווערעם און מייז, עס וועט אונז היטן פון די מלאכי חבלה ה' ישמרינו.


אויך זאלסטו קומען צו די שיעורים פון דער ראש ישיבה, דו וואוינסט אין שטעטל, און ווי לאנג די יאר איז - זעען מיר זיך נישט; איך זע אז מען קען זיין נאנט און מען איז זייער זייער ווייט, און מען קען זיין ווייט (וואוינען אין אן אנדערע לאנד) - און מען איז נענטער ווי די וואס וואוינען אין שטעטל; ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים, בפרט צו די ליל שישי שיעור, וועסטו הערן אזעלכע זיסע עצות וואס וועט דיך ברענגען נאנט צום אייבערשטן אין צו אלעם גוטס.

#833 - שטרענג זיך נישט איבער
שלום בית, התחזקות, מוסדות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ווי אזוי שפירסטו זיך? וואס מאכסטו? איך בעט פאר דיר דו זאלסט זיין געזונט און שטארק און האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן.


געב אכטונג אויף דיין קערפער, שטרענג זיך נישט איבער, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם קערפער – איז א גרויסע לאך אין די נשמה", אז דער גוף איז אפגעשוואכט פארלירט מען אסאך אין עבודת השם; היט זיך צו עסן געזונט, טרונק און רו זיך אפ, אז דו זאלסט האבן כח צו העלפן די מוסדות מיט די קהילה.


זאג תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), תהלים איז א משענת פארן מענטש, דורך תהלים פאלט מען נישט, מען האט כח צו גיין און קומען, מען האט כח צו טון, עס האלט אונטער דעם מענטש.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס דו האסט, א טייערע ווייב, אן אשת חיל, ווי זי זארגט פאר דיר און זי איז אזוי איבער געגעבן פאר דיר בלב ונפש.

#832 - א געזונטע און ריינע עולם אינעם בנין אין אומאן
התחזקות, אומאן, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


העניך אינדיג נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן אינזין האבן יעדן טאג פונעם יאר אז מיר זאלן האבן א באקוועמע פלאץ אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה, א גאנץ יאר זארגסטו פאר דעם, אז אלעס זאל זיין באקוועם און געשמאק; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, עס איז אן אייביגע זכות.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אויסקלויבן וועם צו געבן א בעט ביי אונז אין בנין, איך זוך נישט אנצופילן דעם בנין, איך זוך נישט וכו'; ענדערש זאל זיין א געזונטע עולם, א ריינע עולם וכו'. אויך זאלסטו רעדן מיט די גבאים בארץ הקודש זיי זאלן נישט פארדינגען בעטן פאר וועם אימער, איך וויל נישט קיין פראבלעמען.


העיקר שטארק זיך, נעם מיט דיר א זעקל ספרים, און ביי די ארבעט זאלסטו האלטן א תהלים און א משניות, און לערנען און דאווענען און זיך מתבודד זיין צום באשעפער, מאך פון די גאנצע קאנסטראקשן סייט א הייליגע פלאץ פון תורה ותפילה.


די יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, געפאלט אום שבת, (אויך קומענדיגע יאר, שנת תשפ"ח); דארף מען געדענקען אויסצושטעלן די סעודה פון די ערשטע טאג ראש השנה, דאס צעטיילן אין צוויי.

#831 - א גן עדן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


פארלייג זיך אויף די איין זאך, עס זאל זיין פרייליך ביי דיר אין שטוב, בפרט ערב שבת און שבת קודש, דעמאלט ווען מען פארברענגט מער צייט מיט די קינדער; עס זאל זיין נאר פרייליך, און חס ושלום עס זאל זיין פחדים אין שטוב מיט נערווען; דאס איז די גרעסטע סכנה פאר די קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", די קינדער וואקסן אויף נאראנים און טפשים ווען דער טאטע איז א נערוועזער; ווייל די קינדער האבן מורא צו פרעגן זייערע שאלות, זיי האבן נישט צו וועם צו רעדן, און זיכער אויב חס ושלום מען שלאגט די קינדער – ווערט זייער נפש צעריסן השם ישמרינו.


שבת ביי די סעודות זאלסטו זינגען לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, זינג נישט וויינעדיגע טרויעריגע ניגונים, לאז אפ די ערנסטע עצבות'דיגע מעשיות, שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, מאך פרייליך דיין שטוב – דיין ווייב און קינדער; דעמאלט וועט די שכינה רוען אין שטוב, עס וועט זיך שפירן א גן עדן אין שטוב.


אויך ווען מען דארף מחנך זיין א קינד, בפרט די עלטערע קינדער – דארף דאס גיין מיט רבי נתן'ס רעצעפט; א לעפל חינוך מיט א שיסל גוטע ווערטער, א שיסל קאמפלימענטן, והבן למעשה.


א פרייליכן שבת.

#830 - ווען די נישט גוטע רוח כאפט דיך אן
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י"א תמוז, שנת תשפ"ו לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, און ביי די סעודות זאלסטו זיך נייטן צו זיין רק בשמחה, זינג זמירות בשמחה, זינג נישט וויינעדיגע ניגונים, זינג פרייליכע ניגונים.


מאך קידוש מיט שמחה, עס די שבת'דיגע עסן מיט שמחה, און דאנק הויך אויפן קול דעם אייבערשטן פאר דיין שיינע משפחה; רעכן אויס אלע קינדער ביים נאמען, זאג שכוח אייבערשטער פאר דעם קינד, און פאר דעם קינד, און גיי שלאפן בשמחה, און דאווען בשמחה.


א גאנצע וואך איז עצבות זייער געפערליך, און ספעציעל ווען עס קומט שבת דארף מען דערווייטערן די עצבות בתכלית הריחוק.


אז די נישט גוטע רוח כאפט דיך אן, זאלסטו גיין אין א זייט און בעט דעם אייבערשטן: "אָנָּא הַשֵּׁם הַרְחֵק מֵעָלַי אֶת הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחוֹרָה, אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דֶערְוַוייטֶער פוּן מִיר דִי עַצְבוּת אוּן דֶעפְּרֶעסְיֶע, וְזַכֵּנִי לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה, מַאךְ מִיךְ פְרֵיילִיךְ, מַאךְ מִיךְ אַזוֹי פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ זָאל אָנְהוֹיבְּן טַאנְצְן פוּן רוֹב שִׂמְחָה, אוּן יֶעדֶער אַרוּם מִיר זָאל וֶוערְן פְרֵיילִיךְ".


א פרייליכן שבת.

#829 - פארלאז זיך אויפן אייבערשטן
אמונה, התחזקות, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זארג נישט פאר פרנסה, קוק ארויף צום אייבערשטן, האב בטחון אינעם אייבערשטן – וועט דער אייבערשטער דיר געבן גרויס שפע, און זע צו לעבן אזוי ווי די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל בטחון, וואס איז געווען "נאר פרייליך", און האט בכלל נישט געזארגט וואס וועט זיין מארגן, יעדן טאג איז ער געגאנגען זען וואס ער קען היינט טון פאר פרנסה, און די ערשטע זאך וואס מען האט אים אנגעטראגן – האט ער גענומען מיט גרויס שמחה, און ווען ער האט געענדיגט ארבעטן האט ער איינגעקויפט א סעודה, "און די סעודה איז געווען א סעודה", און ער האט געהאט צייט צו עוסק זיין בעבודת השם, ער האט געלעבט א חיים טובים, א זיס לעבן, אפילו ער האט יעדן טאג געטון עפעס אנדערש, דאך האט ער זיך בכלל נישט מבלבל געווען פון דעם, נאר געטון דעם רצון השם, געטון וואס איז אים אונטערגעקומען צו טון.


דער עיקר זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, און זיך נישט פייניגן מיט אזויפיל טראכטן: 'וואס וועט זיין? ווי אזוי? ווען? פארוואס?' פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, ה): "גּוֹל עַל ה' דַּרְכֶּךָ וּבְטַח עָלָיו וְהוּא יַעֲשֶׂה"; ווייל דער עיקר וואס מענטשן ליידן אין פרנסה וכו' – איז דער עיקר במחשבה, מען פייניגט זיך מיט מארגן, מען פייניגט זיך מיט וואס וועט זיין, ווייל אויף די היינטיגע טאג האט מען, נאר די דאגות: 'וואס וועט זיין?' דאס איז די צרה, די בראך; על כן זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן.


א גרינגע תענית.