בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#803 - די פארהער איז נאר מחזק צו זיין, נישט צעקוועטשן
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין ליבער ... נרו יאיר


די בחינות אין כולל איז נאר לחזק, צו זען אז מען קען אויף למעשה און צו קענען גיין ווייטער צום קומענדיגן סימן, אבער אויב דו ווערסט צעדריקט פון די בחינות, עס צעדריקט דיין מח – זאלסטו זיך נישט צעדריקן; דארפסטו דאס נישט מאכן.


לערן אן קיין לחץ, טראכט נישט פון יא קענען, נישט קענען, פון יא מצליח זיין זיך צו פארהערן, באקומען די הוראה אדער נישט, טראכט נישט פון דעם, לערן מיט די מחשבה פון טון דעם רצון ה' וואס האט אונז געזאגט צו לערנען, די מסגרת הכולל איז אויסגעשטעלט צו העלפן לערנען, נישט צו צעקוועטשן, צעדריקן די מח.


גיי יעדן טאג א שפאציר, זיי זיך מתבודד, בעט און וויין צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, און נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה ומעשים טובים.

#802 - געטרייע אינגעלייט וואס געבן זייער מח און כח פאר די קינדער
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער בערל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט היינט אין חדר ביי די "חומש סעודה", איך האב מיט געהאלטן פון די נאנט, געזען אביסל דיין ארבעט פון זיין א מלמד, איך האב באמערקט ווי דו האסט אכטונג געגעבן אויף די געפילן פון יעדן קינד וכו' וכו'.


איך ווייס אז די ארבעט דיינע איז א שווערע; יעדער מלמד ארבעט שווער, עס איז נישט גרינג צו זיין א מלמד, איך בין געווען יארן א מלמד, און אויך יעצט בין איך א מלמד פאר בחורים, די ארבעט איז שווער, אבער ליבער ברודער – עס לוינט, עס לוינט די ארבעט זאל גיין צו א פלאץ וואו עס בלייבט; נעבעך נעבעך, ווי שווער מענטשן ארבעטן, האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אין גאס, מענטשן ארבעטן ביטער שווער, און די פלאג גייט צום רוח, עס בלייבט נעבעך גארנישט איבער, מען קען זען אין אלע שולן עלטערע אידן וואס האבן שוין ריטייערט, זיי זיצן אין שול מרה שחורה'דיג, זיי קוקן צוריק, זיי פרעגן זיך אליינס: 'פארוואס? פאר ווען? פארוועם? וואס האבן מיר געטון אין אונזער לעבן?' מה שאין כן א מלמד, מגיד שיעור וכדומה, איינער וואס האט געלערנט תורה אלע יארן מיט תלמידים – דאס בלייבט, דאס איז נצחיות, די אלע תלמידים ווען זיי לערנען און דאווענען – איז דאס אויפן זכות פונעם מלמד.


שטארק זיך, לייג אריין דיין קאפ, דיין כח, דיינע טאלאנטן – אין חינוך הבנים, איך האף דו וועסט מיר בלייבן העלפן אין חדר, איך האב נאך אסאך פלענער, זאכן וואס איך וויל אויספירן מיט אונזערע קינדער, איך דארף נאר האבן הילף פון געטרייע אינגעלייט וואס זענען גרייט צו געבן זייער מח און כח פאר די קינדער.

#801 - אלס חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך
התחזקות, מוסדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב חתן צו דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו די חתונה מיט גרויס שמחה, און די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, די שכינה זאל רוען ביי ענק.


יעצט ווען דו ביסט א חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך, נעם זיך צאם, מאך זיך א פלאן צו ענדיגן צו דיין חתונה ש"ס, און אויך ספרי רבינו; יעצט האסטו נאכנישט קיין דאגה פון ברענגען פרנסה, זאלסטו אויסניצן די טעג מיט תורה ותפילה.


שטיי אויף פארטאגס, דאווען און לערן אפאר שעה דיינע שעורים, טו גארנישט איידער דו דאווענסט שחרית און דו לערנסט חומש – פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – אסאך בלעטער גמרא; הלכה – שלחן ערוך; מיט ספרי רבינו.


דיין לעבן וועט ווערן ליכטיג און פרייליך, ווייל נאר אז מען לערנט תורה – ווערט מען זאט און צופרידן, מען זוכט נישט נאך נישט גוטע זאכן, תורה מאכט גליקליך און צופרידן.


אויך זאלסטו העלפן מיט וואס דו קענסט – די ישיבה, די קעמפס וכו'; בלייב דיין גאנצע לעבן משמש זיין דעם רבי'ן.

#800 - נישטא מיט וועם צו רעדן
אמונה, התחזקות, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונזערע מוסדות און פאר קהילת היכל הקודש, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


ווען די ארבעט ווערט איבערגעשטרענגט, און ווען זאכן זענען צעפארן, נישטא צו וועם צו רעדן – איז די עצה זיך איבער געבן צום אייבערשטן, אים איבער געבן די טאג מיט אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט, און אזוי ווערן אלע זאכן מסודר, מען איז מצליח מיט אלעס וואס מען דארף.


דאס טו איך ווען איך האב נישט מיט וועם צו רעדן, און דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון אלע זיינע יארן; מוהרא"ש האט נישט געהאט ווער עס זאל אים העלפן, מוהרא"ש איז געווען אליין; וואס האט ער געטון? ער האט זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן, און ער האט אונז געלערנט מיר זאלן אזוי טון.


נאכאמאל יישר כח, און נאכאמאל שטארקט אייך; דערמאנט אייך אלע שווערע זמנים זייט די מוסד שטייט, און ביז אהער איז מען אלעס איבערגעקומען, און ווייטער וועט אויך זיין ניסים.

#799 - ליבער ברודער, וועק זיך אויף
התחזקות, טעלעפאן, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן א בריוו דיך אויפצופרישן; ליבער ברודער, וועק זיך אויף, זע אז דיינע שיינע יונגע יארן זאל נישט אריבער גיין מיט נארישקייטן, זע יעדן טאג צו דאווענען און לערנען, גיי אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב, גיי אין שול מיט מסירות נפש, גארנישט זאל אפשטעלן דאס גיין אין שול, און אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן צו די ארבעט – זאלסטו ערשט גיין אין שול, אפילו מען דריקט דיר וכו', טראכט וואס טוט א מענטש וואס שטייט אויף און שפירט נישט גוט און רופט הצלה, מען טראגט אים אין שפיטאל, וואס טראכט ער וועגן די ארבעט? וואס פאר א חשבונות לויפן אין זיין קאפ? ער טראכט נאר פון איין זאך: 'איך וויל זיין געזונט, איך וויל לעבן, איך דארף גארנישט', אזוי דארף א איד טראכטן יעדן אינדערפרי: 'איך וויל דאווענען, איך דארף גארנישט, איך בין א איד'.


טייערער ברודער, ווארף אוועק די טעלעפאן, די קליפס, די סטעטוס; דאס קילט דיך אפ פון דיין תמימות, דאס נעמט דיך אוועק פון התקרבות לרבינו, אויך פון די ווייב מיט די קינדער. קויף זיך א פשוט'ע טעלעפאן; וועסט פריש מקורב ווערן, וועסט צוריק הנאה האבן פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, די סמארטפאון נעמט אוועק דעם מענטש פון קענען טראכטן גראד, פון הנאה האבן פון די וועלט.


איך בין זומער אין שטעטל, איך האב נישט דא קיין אימעיל, אויך נישט קיין טעלעפאן, איך זע נישט קיין טעקסט מעסעדזש, אויב דו ווילסט מיר עפעס דערציילן אדער פרעגן – שרייב מיר א בריוו, אזוי ווי אין די אמאליגע צייטן, אדער קום ארויף רעדן פנים בפנים.

#798 - איך זאג דיר, ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען
אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד...


איך בעט איבער, איך האב נישט געוואלט מאכן צער, איך האב דיר געשריבן ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען און דו וועסט זיך פרייען צו טון וואס איז ריכטיג; איך וויל נישט מאכן צער, אויב דו ווילסט נישט מער איך זאל דיר זאגן – וועל איך נישט זאגן.


שטארק זיך, אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים דו זאלסט שטענדיג געדענקען פון אים, נישט פארגעסן פון אים.


זאג יעדן טאג תהלים, מיט יתן דו זאלסט זאגן דעם "יום תהלים" און אריינפלעכטן צווישן די פסוקים דיינע אייגענע לויב ווערטער, און דיינע אייגענע געבעטן וואס דו דארפסט און וואס עס דריקט דיר.


נאכאמאל, איך בעט איבער, איך פארשטיי פארקערט, איך פארשטיי אז דעם וועם מען קען שרייבן קלארע ווערטער – דאס איז א סימן פון גדלות המוחין; די וואס זענען בקטנות הדעת – די קען מען נישט שרייבן וכו'.

#797 - די תורה וועט דיר ראטעווען פון די זומער נסיונות
אמונה, התחזקות, טעלעפאן, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אויסניצן דעם זומער אזוי ווי עס דארף צו זיין, און אז דו ביסט דורכן וואך אין שטאט פאר פרנסה, זאלסטו זיך קובע זיין יעדע נאכט צו לערנען, גיי אין שול צו שיעורי תורה, פארברען נישט די נעכט מיט נארישקייטן, און זיכער זאלסטו נישט גיין צו שלעכטע פלעצער, האלט זיך מיט אלע כוחות צו בלייבן ערליך, מאך זיך א סדר צו לערנען שיעורים אין משנה, גמרא, הלכה וכדומה, און אז דו האסט נישט קיין מוחין צו פארשטיין קלאר א שטיקל גמרא - זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען מער אויבערפלעכליך, און אפילו דו פארשטייסט נישט אזוי קלאר - זאלסטו ווייטער לערנען. מאך זיך א סדר, הייב אן מסכת ברכות, און ווען דו ביסט עס מסיים - זאלסטו גיין צו מסכת שבת.


די נסיונות זענען גרויס, און זומער זענען די נסיונות געפערליך, און נאר אז מען לערנט תורה, מען מאכט זיך א קביעות צו לערנען טאג נאך טאג כך וכך בלעטער גמרא - קען מען זיך האלטן ריין און הייליג.


אז דו האסט חברים וואס שלעפן דיך צו גיין אויף נישט גוטע פלעצער, און דו ווייסט נישט ווי אזוי זיי אפצוזאגן; פון איין זייט ווילסטו נישט גיין, דו ווילסט זיין ערליך, דו ווייסט אז עס איז נישט ריכטיג צו גיין וואו זיי גייען השם ישמרינו, און פון די אנדערע זייט האסטו נישט די כוחות צו זאגן 'ניין', דו ווילסט נישט מען זאל דיך אראפקוקן, דו ווילסט נישט זיין דער פרומער; זאלסטו מיט חכמה זיך ארויסדרייען, "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה" (משלי כד ו), מיט חכמה דארף מען מלחמה האלטן מיטן יצר הרע; לעש אויס די טעלעפאן, גיי שלאפן, אינדערפרי זאלסטו זאגן אז דו ביסט פארשלאפן, דו ביסט געווען מיד וכו'; אזוי וועסטו זיך קענען האלטן ערליך, דו וועסט איבער קומען די נסיון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#796 - זיך דערהאלטן ביים צדיק
אמונה, התחזקות, מחלוקת, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, (חקת בא"י), א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעם זיך גוטע חברים וואס וועלן דיך נישט אפקילן פון דיין התקרבות ביים רבי'ן, און האלט פאר דיינע אויגן אז היכל הקודש איז נישט דער און יענער, היכל הקודש איז די שכל, עצות און חיזוק פון מוהרא"ש, און אז מען לערנט די בריוון, די ספרים און קונטרסים - קען מען זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן, צו א שטארקע אמונה, א שטארקע בענקעניש צום אייבערשטן.


געב זיך אכטונג פון די וואס מאכן ליצנות, דער הייליגער רבי נתן זאגט: "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, אז א "חסיד שנפל גרוע ממשומד", א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט - איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט; מוהרא"ש איז מסביר, דער וואס האט זיך גע'שמד'ט איז נישט אזא סכנה, ווייל קיינער וועט אים נישט אויסהערן, ווידער דער חסיד שנפל, דער וואס זעט אויס ווי א חסיד, און פון אינעווייניג איז ער פארלאשן - פון אזא איינעם ווייסט מען נישט זיך אכטונג צו געבן, און מען הערט אויס די טענות, די מעשיות וכו', און מען קען אלעס פארלירן.


דאס מוז מען אריבער גיין ביים ווערן מקורב צום צדיק, אלע גייען דאס אריבער, מען רעדט וכו', מען דערציילט מעשיות וכו'. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, און ביים אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקת און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקת און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג, און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) - איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקת וואס איז דא צווישן די צדיקים, דאס איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך בין זייער פארנומען, איך דארף מקצר זיין, איך האף אז דו וועסט זיך קענען שטארקן אויף די אלע בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#795 - אהיימרופן די עלטערן פון קעמפ
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


מיר פארן שוין כמעט אין קעמפ, נאך צוויי וואכן וועלן מיר זיין אינדרויסן פון שטאט, א מחי' די זומער וואכן צווישן די ביימער, א גאנץ יאר ווארט איך אויף די צען וואכן צו זיצן מיט די בחורים אין וואלד, לערנען און דאווענען, שמועסן פון הייליגן רבי'ן, און זיך אנגרייטן אויף ראש השנה.


איך וויל דיך מחזק זיין טייערער ..., די גאנצע צייט וואס דו ביסט אין קעמפ זאלסטו נישט פארגעסן פון דיינע עלטערן, געדענק אהיים צו רופן יעדן טאג, געדענק פון דיינע טייערע עלטערן, זיי צו מאכן א נחת רוח; דערצייל זיי גוטע זאכן, מאך פרייליך דיינע עלטערן; מיט דעם וועסטו פרייליך מאכן די שכינה הקדושה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:): "הִשְׁוָה הַכָּתוּב כְּבוֹד אָב וָאֵם לִכְבוֹד הַמָּקוֹם", אז מען איז מכבד די עלטערן - איז מען מכבד דעם אייבערשטן, און אז מען מאכט פרייליך די עלטערן - מאכט מען פרייליך די שכינה, עס גייט אינאיינעם.


קענסט בעטן דיינע עלטערן זיי זאלן דיר באזארגן מיט די זאכן וואס דו דארפסט האבן אין קעמפ, דיר שיקן וועש, עסן, וכדומה, אבער זיי געווארנט די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי; צו עלטערן דארף מען רעדן זייער איידל און שיין, פרעג זיי איידעלערהייט אויב זיי קענען דיר העלפן מיט וואס דו דארפסט; עס פעלט דיר א העמד, א הויזן, א בעקיטשע וכו', אבער חס ושלום קומען מיט טענות: 'היתכן האסט מיר נישט געמאכט?' 'היתכן האסט מיר נישט געשיקט?' 'היתכן האסט מיר נישט געקויפט?' דאס איז א פגם אין כיבוד אב ואם, דאס איז נישט קיין דרך ארץ; אויך א גאנץ יאר ווען דו דארפסט עפעס האבן, דו דארפסט אז דיינע עלטערן זאלן דיר העלפן, זיי זאלן דיר ערלעדיגן זאכן - דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען בעט און ווי אזוי מען פארלאנגט, מען זאל נישט פוגע זיין אין זייער כבוד; נעם אריין אין דיר אז קיינער קומט דיר גארנישט, דיינע עלטערן קומען דיר גארנישט; אלעס וואס זיי טוען פאר דיר, אלעס וואס זיי זארגן פאר דיר - איז א מתנה; אזוי וועסטו רעדן צו זיי ווי מען רעדט צו די העכסטע און חשוב'סטע פון די וועלט.


אויך זאלסטו יעדן ערב שבת רופן דיינע זיידעס און באבעס, די מצוה פון מכבד זיין עלטערן נעמט אויך אריין זיידעס און באבעס, און ווען דו קענסט נאר דורכן יאר ארויפגיין צו א זיידע, צו א באבע - זאלסטו גיין צו זיי, און אז דיין זיידע זאגט דיר מוסר ווי אזוי זיך צו פירן - זאלסטו נישט ווערן באליידיגט, און אז די באבע זאגט, שרייט און קוויטשעט - זאלסטו זיך נישט אונטער לאכן, זאלסט וויסן אז מען געבט זיך איין דריי און מיר וועלן זיין די זיידעס פון שטאט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן סא), די גאנצע לעבן איז ווי א פערטל שעה; עס איז נישט שיין ווי אייניקלעך פירן זיך צו די עלטערע דור, מען לאכט זיך אונטער און מען שפעט פון זיי, אין אפאר מינוט זענען מיר די זיידעס, און ווער וועט קוקן אויף אונז? ווער וועט רעדן מיט אונז? אז מיר וועלן זיך פירן מיט דרך ארץ צו אונזערע זיידעס, אונזערע קינדער וועלן זען ווי אזוי מיר רעדן מיט אונזערע זיידעס, מיט אונזערע עלטערן - וועלן זיי אונז מכבד זיין, און אז נישט - וועט מען אונז אריינווארפן אין א מושב זקנים, קיינער וועט נישט קוקן אויף אונז.


אז דיין זיידע זאגט דיר, די באבע זאגט דיר, און כל שכן אז דיין טאטע זאגט דיר מוסר, דיין מאמע זאגט דיר מוסר - זאלסטו דאס אננעמען און זיך פרייען אז דו האסט ערליכע עלטערן וואס זארגן פאר דיר. שלמה המלך, ווען זיין מאמע האט אים געשטראפט, זי האט אים גע'מוסר'ט - האט ער געזינגען פאר איר דעם קאפיטל: 'אשת חיל מי ימצא', ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן פאר די טייערע מאמע וואס זאגט אים וואס איז ריכטיג, ווי אזוי זיך צו פירן; דעריבער יעצט אין קעמפ ווען מען איז אוועק פון שטוב - דארף מען געדענקען אז מען האט א שטוב, מען האט עלטערן, מען דארף געדענקען פון וואו מען שטאמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#794 - אכטונג געבן פון שלעכטע חברים
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


יעצט קומט די זומער וואכן, מען קען זייער מצליח זיין אין קעמפ, אויך זאלסטו זיך אוועק שטעלן א סדר הלימוד וואס דו וועסט לערנען אין דיין פרייע צייט, ווייל אין קעמפ איז דא מער צייט ווי א גאנץ יאר אין שטאט, און אז מען ניצט אויס די צייט קען מען זייער אסאך אנקומען.


מאך זיך א סדר צו לערנען אייגענע לימודים, דאס הייסט אויסער די סדר וואס איז דא אין ישיבה; די שעור גמרא און די שיעור הלכה וכו' - זאלסטו אין די פרייע צייטן לערנען אייגענע שיעורים. מאך זיך א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות, לערן א פרק נאך א פרק, ביז דו וועסט ענדיגן מסכת ברכות און הייב אן מסכת פאה, און אזוי ווייטער - ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, און אפילו דו פארשטייסט נאכנישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זיך נישט מבלבל פון דעם, נאר ווייטער לערנען און גיין צו סדר מועד; הייב אן מסכת שבת, און ווען דו ענדיגסט מסכת שבת זאלסטו גיין צו מסכת עירובין, און אזוי ווייטער ביז דו ענדיגסט סדר מועד.


אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, דיין קאפ וועט אוועק פליען, ווייל פון נישט היטן די אויגן און דורך פוגם זיין בברית פארלירט מען די כח פון זיך קענען קאנצעטרירן, די מח ווערט אפגעשוואכט, עס פליט אוועק, מען קען זיך נישט צאמנעמען וכו', און דורך אסאך לערנען תורה בויט זיך די מח צוריק אויף, עס ווערט צוריק שטארק - ביז מען איז זוכה צו קענען פארשטיין די הייליגע תורה.


גי נישט טיף אין וואלד, זיכער נישט אויב א צווייטער וויל דיך איינרעדן צו גיין ערגעץ אין א באהאלטענע פלאץ; זאלסט זיך אכטונג געבן. מיט א חבר זאלסטו זיך דרייען נאר אין די עפנטליכקייט וואו מענטשן זעען, זאלסט בשום אין אופן גיין טיף אין וואלד אדער אין א ליידיגע בודקע וכו', און חס ושלום, אויב א חבר וויל דיך צורעדן צו טון אן עבירה - זאלסט דערציילן דיינע עלטערן, זאלסט זיך נישט שעמען, זיי אפן מיט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט דיינע מגידי שיעור. זוך אויף צווישן די איינגעשטעלטע אן ערליכער איד וואס וועט אכטונג געבן אויף דיר, און אויב איינער קומט צו דיר אין באנק שטילערהייט ביינאכט ווען אלע שלאפן שוין און וויל דיך אנרירן... זאלסטו שרייען: "געוואלד...! ראטעוועט...!" האב נישט פון קיינעם מורא, ווייל אין קעמפ קען מען טאקע זייער מצליח זיין אין עבודת השם, אבער פון די אנדערע זייט קען מען חס וחלילה טון נישט גוטע זאכן מיט א חבר, וואס די גאנצע לעבן ווערט פארדרייט, מען קען נישט לעבן מער, און שפעטער ווען מען האט חתונה מוטשעט מען זיך מיט שלום בית השם ישמרינו.


די סדרי הישיבה זאלסטו מיטהאלטן, זאלסט נישט זיין קיין אויבער חכם און מאכן פארקערט. אז מען דארף אריין גיין צום שיעור - זאלסטו אריין גיין צום שיעור, נישט דעמאלט מאכן אנדערע זאכן, זיי נישט פון די בחורים וואס טוען אלעס פארקערט; ווען די סדר איז דאווענען - דעמאלט לערנען זיי, און ווען מען דארף לערנען - מאכן זיי מנינים אין וואלד וכו', דו זאלסט זיך האלטן מיט די סדרי הישיבה, און אין די פרייע צייט זאלסטו לערנען בהתמדה רבה שיעורים אין כל התורה כולה; און אויסער די שיעור משניות זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס. עס איז מעגליך פאר דיר צו אנהייבן ש"ס און עס ענדיגן אין די צען וואכן פון קעמפ; מען רעדט פון דורך זאגן ש"ס, אז דו וועסט יעדן טאג זאגן אסאך בלעטער גמרא - קענסטו ענדיגן גאנץ ש"ס, און אז מען זאגט גמרא - הייבט מען אן צוביסלעך צו פארשטיין, און אז מען לערנט ווייטער אזוי, מען שטעלט זיך נישט אפ, מען הייבט אן נאכאמאל ש"ס און נאכאמאל ש"ס - איז מען זוכה אז די קאפ עפנט זיך, מען הייבט אן פארשטיין וואס מען לערנט, און מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#793 - בלייבן ערליך אין קעמפ
צניעות, חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב דיך ליב און איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, דעריבער שרייב איך דיר; הער צו מיינע ווערטער און נעם עס אן.


דאס זיין אין קעמפ האט זייער גרויסע מעלות פאר עבודת השם, מען איז אוועק פון די שטאט, מען איז אוועק פון די גוי'אישע גאסן, מען קען אין קעמפ זיך אויפהייבן אין עבודת השם; זאלסטו זיך חבר'ן מיט גוטע חברים וואס דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, חברים וואס האבן יראת שמים, חברים וואס שטעלן זיך צו צום סדר הישיבה און צו די תקנות וואס מען מאכט אין קעמפ, ווייל אויך אין קעמפ דארף מען האבן יראת שמים, און אז איינער אין דיין שטוב האט מיטגעברענגט א כלי וואס מען קען זען ווידיאוס - זאלסטו זיך האלטן שטארק נישט צו קוקן קיין ווידיאוס, און אפילו בחורים זאגן דיר: "זיי נישט קיין פרומער, מאך זיך נישט נאריש, די זאכן מעג מען קוקן, די זאכן זענען נישט קיין פראבלעם" - זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען, זאלסט נישט ברעכן דיין גדר וואס דו האסט גענומען אויף דיר נישט צו קוקן; אויך ווען דו הערסט חברים רעדן פון זאכן וואס זיי האבן געזען, און עס זעט דיר אויס זייער אינטערעסאנט און דו שפירסט זיך ווי א נאַר אז דו ווייסט נישט פון די זאכן, דו האסט נישט וואס מיט צו רעדן - געדענק וואס די הייליגע חכמים זאגן (עדיות ה, ו), ענדערש זאל מען אויסקוקן ווי א שוטה - ווי איידער זיין איין סעקונדע א רשע, און בלייב שטארק מיט דיין גוטע גדר פון נישט קוקן; ווייל אז מען הייבט אן קוקן ווידיאוס - האט דאס נישט קיין אפשטעל, מען קומט צו קוקן די ערגסטע זאכן, די שלש חמורות: עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכת דמים.


וויסן זאלסטו, דער יצר הרע ארבעט מיט חכמה, און ווען ער וויל פארכאפן א יונגע ריינע בחור וועט ער נישט אנהייבן מיטן אים ווייזן שלעכטע זאכן, ער וועט אנהייבן מיט אידישע קליפס, מיט דזשאוקס, מיט עדווערטייזמענטס, און אזוי צוביסלעך ווערט מען צוגעוואוינט צו קוקן, און מיט די צייט הייבט מען אן קוקן נייעס, מען איז זיך מורה היתר צו קוקן ווי פרויען רעדן, און אזוי הייבט מען אן קוקן גוי'אישע ווידיאוס און מאוויס, און מען פאלט אריין אין קוקן עבירות השם ישמרינו.


אויך די אידישע זאכן פאר זיך זענען א סכנה צו קוקן, ווייל ליידער זענען דא היינט היימישע אידן וואס רופן זיך חסידים, מיט שטריימל און בעקיטשע, וואס מאכן אלע סארט ליצנות פון ערליכע אידן, זיי מאכן ליצנות פון מצוות און פון מנהגים; עמטליך איז עס נישט קעגן אידישקייט, עמטליך איז עס פאר עדווערטייזמענט און אונטערטעינמענט, אבער עס ליגט אין דעם א גיפט; ווען מען קוקט די זאכן ווערט מען קאלט צו מצוות, מען ווערט קאלט צו טון די הייליגע מנהגים; פון דעם דארף מען זיך זייער היטן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ה): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת אֵין לוֹ חָכְמָה", ליצנות פארטרייבט די יראת שמים; על כן בעט איך דיר זייער, דריי זיך ארויס מיט חכמה פון די בחורים, זוך אויף אין ישיבה ערליכע בחורים וואס האבן תמימות, מיט זיי זאלסטו פארברענגען, מיט זיי זאלסטו שמועסן; אזוי וועסטו זוכה זיין צו קונה זיין אסאך יראת שמים, דו וועסט אויסניצן די זומער וואכן מיט קדושה וטהרה.


זיין אין קעמפ האט זייער גרויסע מעלות; דאס זיין אוועק פון שטאט, דאס זיין אוועק פון די גאס - איז זייער א גרויסע מעלה, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט צו טוישן די וועג ווי אזוי מען האט געזען ביי די עלטערן, אז מען זעט די חברים פירן זיך אנדערש ווי מען פירט זיך אינדערהיים, דארף מען זיך האלטן שטארק, בלייבן מיט די גוטע וועג ווי אזוי די עלטערן פירן זיך; אין ישיבה קומען בחורים פון אלע סארט שטיבער, און מען דארף טאקע זיך פירן צו אלעמען שיין, יעדן מקרב זיין, יעדן באגריסן, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט אוועק צו ווארפן די וועג ווי אזוי די עלטערן פירן זיך, נישט נאכמאכן די חסרונות וואס זיי ברענגען מיט פון שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#792 - זיך האלטן מיט א גוטע סדר אין קעמפ
חינוך הילדים, התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מען פארט שוין אין קעמפ, אין צוויי וואכן וועלן מיר ארויס פארן צווישן די בערג און די גראז; עס איז זייער א גוטע זאך אז די ישיבות און תלמוד תורה'ס פארן אוועק אין די זומער וואכן פון שטאט צו די בערג, דארט צווישן די בערג איז זייער ריין, מען קען דארט זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נב), אז עס טוט שאטן פאר עבודת השם ווען מען געפינט זיך אין א פלאץ וואו מענטשן לויפן נאך תאוות עולם הזה, און מען קען ווערן מער נענטער צום אייבערשטן ווען מען געפינט זיך אין א פלאץ וואו עס זענען נישטא דארט מענטשן וואס טוען נארישקייטן; דעריבער זאלסטו אויסניצן די צייט וואס דו געפינסט זיך זומער צווישן די גראז אין ביימער פאר עבודת השם, מאך זיך א סדר ווי אזוי אויסצוניצן דיינע טעג צו לערנען און צו דאווענען און זיך צו שטארקן מיט גוטע חברים אין עבודת השם; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר, פיר זיך מיט הכנעה צו דיינע מגידי שיעור, און גיי נישט קעגן די תקנות הישיבה, האלט זיך צו די סדרי הישיבה און צו וואס זיי זאגן, אזוי וועסטו מצליח זיין און דו וועסט זיך איינקויפן א גוטע נאמען, דו וועסט האבן חן ביי יעדן איינעם; דער ראש ישיבה, די מגידי שיעור, און אלע בחורים וועלן דיך שטענדיג אויסרימען, דו וועסט זיין באליבט ביי אלעמען.


זיי צייטליך ביי די סדרים, זיי צייטליך ביים דאווענען, עס איז דא א שוואכקייט ביי בחורים צו פארברענען די נעכט מיט גארנישט און מיט נישט, מען גייט שלאפן טויזנט אזייגער, מען זיצט און מען שמוסט, שפעטער קען מען נישט זיין צייטליך ביים דאווענען, צייטליך ביי די סדרי הישיבה, אלעס הייבט זיך אן ביים שלאפן גיין; על כן בעט איך דיר זייער, לייג זיך צייטליך, גיי נישט שלאפן שפעט, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין גאר פרי, דו וועסט זייער מצליח זיין; די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן פארן מענטש. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט איז די יונגע יארן; און אז מען ניצט אויס די יונגע יארן איז מען זייער מצליח אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#791 - זיי א מוותר, וועט די שכינה רוען ביי ענק
שלום בית, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ז סיון, מברכין החודש, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קריג זיך נישט אין שטוב, מאך שוין שלום מיט דיין ווייב, בעט איר איבער, געב נאך, זיי א מוותר - וועט די שכינה רוען ביי ענק, די קינדער וועלן וואקסן געזונט.


ברסלב'ער חסיד! דו ווייסט דאך אז דער רבי האט צו אונז זייער אסאך גערעדט אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד), דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו', און רבי נתן דערציילט (שם, סימן רסג), איינער האט אים פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט, און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


א פרייליכן שבת.

#790 - דיין שלום בית וועט צוריק אויפשיינען
צניעות, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועט זיין ליבשאפט אין שטוב, עס וועט זיין חן אין שטוב; ווייל דאס וואס דו ביסט נישט צופרידן פון דיין שטוב, עס איז מער נישט דא חן אין שטוב, דו ווערסט נערוועז פון דיין ווייב - דאס איז פון די קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות, ווייל יעדע מאל מען קוקט עבירות, מען ווערט נכשל מיט א שלעכטע קוק - ווערט פון דעם באשאפן א מלאך המזיק, וואס באגלייט דעם מענטש און מאכט אים ביטער, ווער רעדט נאך אז מען איז פוגם בברית רחמנא לצלן - ווערן באשאפן הונדערטער טויזנטער מזיקים וואס נעמען ארום דעם מענטש, און וואו דער מענטש גייט און שטייט - גייען זיי מיט אים מיט, און זיי דערביטערן אים, זיי מאכן אים אלע צרות, זיי רייסן אוועק דעם מענטש פון די קדושה, מען הייבט אן ווערן א נערוועזער, א דערביטערטער, מען קען זיך נישט ליידן, מען קען נישט ליידן די ווייב וכו' וכו', מען ווערט איין שטיק נערווען, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד), מען קען דערקענען אויף די נאז פונעם מענטש אויב ער איז א בעל עבירה; מוהרא"ש איז מסביר, די נאז איז מרמז אויף אריכות אפים אדער פארקערט, איינער וואס רעגט זיך נישט אויף - דער האט א לאנגע נאז, א לאנגע אטעם, ווידעראום איינער וואס ווערט שנעל בכעס, יעדע זאך ווערט ער אין כעס - דער האט א קליינע קורצע אטעם; דאס מיינט דער רבי צו זאגן, מען קען זען לויט די מדה פון כעס ווער דער מענטש איז, ווייל דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט א נערוועזער; ווייל ווען מען פאלט אין קדושה, מען איז פוגם בברית - באקומט מען שוואכע נערוון.


על כן ליבער ברודער, היט דיינע אויגן וועט דיין שלום בית צוריק אויפשיינען, עס וועט דיר זיין גוט, און עס וועט זיין גוט פאר דיינע קינדער.


היינט נאכט איז די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, עס איז גוט דו זאלסט קומען זיך מחזק מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#789 - ווער נישט אריינגעדרייט אין מחלוקת
התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר די פרשה פון קרח, די מחלוקת אויף משה רבינו; זאלסטו זיך מיישב זיין און זען וואס איז די סוף פון מחלוקת, עס בלייבט גארנישט, על כן ווער נישט אריינגעדרייט אין מחלוקת, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפינט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; און דריי זיך ארויס פון די וואס זייערע שמועסן זענען לשון הרע, רכילות, הוצאת שם רע וכו'; און זיכער אויב איינער וויל רעדן צו דיר א ווארט, א ווערטל - אויף דיין רבי וואס האט זיך מוסר נפש געווען דיך צו ברענגען צום אייבערשטן, דיר געבן שלום בית און אלע גוטע זאכן, מיט חכמה זאלסטו זיך אוועק דרייען, נישט צו פארלירן די געפיל צום הייליגן רבי'ן וואס וויל אונז ברענגען צו די העכסטע און הייליגסטע מדריגות. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויפן ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#788 - מען קען נישט זיין נאר דער שטרענגער טאטע
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, אז מען קען נישט אהיים קומען זיין דער שטרענגער טאטע און צעקוועטשן קינדער, מען דארף פארברענגען מיט די קינדער, ארויסגיין מיט די קינדער, זיי מאכן געשמאק.


יעצט איז נייע צייטן, האסט קינדער טינעידזשערס (צענערלינגען), דארפסטו ארויס גיין מיט זיי, מאכן געשמאק פאר זיי, שפאצירן, איינקויפן, זיך אויסבלאזן, אויסלופטערן וכו' וכו', נאכדעם קענסטו זאגן 'נישט' אויפן טעלעפאן, אויפן קיאסק, אויף די חבר'טע, אויף יענע חבר'טע; אבער אז מען לויפט נאך די געלט, מען זעט נישט די קינדער משבת לשבת, און שבת איז אנגעצויגן, נערווען, פסקים, קריטיק; איז ווען מען זאגט 'נישט' אויף די אלע זאכן – העלפט עס נישט, עס מאכט נאר ערגער.


פארליר זיך נישט, קענסט נאך אלעס ראטעווען, גיי מיט דיינע גרויסע קינדער איין מאל א וואך זיך אויסלופטערן, עס דארף נישט זיין מעכטיג שבמעכטיג, אז זיי וועלן זיין פרייליך וועלן זיי הערן וואס דו זאגסט און וואס דיין ווייב זאגט, זיי וועלן נישט גיין אונטער דיין רוקן, זיי וועלן וואקסן געזונט און ערליך.


העיקר איז א פרייליכע שטוב, געבן די קינדער גוטע ווערטער און זען אין זיי גוטס, דעמאלט הערן זיי אויס די עלטערן, דעמאלט איז וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת תצוה, דף קפו:): "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דעם וואס רעדט צו אויערן וואס הערן אויס; נאר אז עס איז פרייליך און מען שפירט ווי מען איז ווערד – וויל מען זיך צושטעלן, וויל מען מאכן צופרידן די עלטערן.


איך האף דו ביסט נישט ברוגז אז איך זאג דיר דאס אלעס, איך בין זיכער אז דאס וועט איבערדרייען די מצב רוח פון די קינדער, און זיי וועלן נישט אפטרעטן פון די ערליכע וועג.

#787 - שיעורים פאר אברכים
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


קומענדיגע וואך, פרשת חקת בלק – קומען מיר ארויס פאר די זומער, א גאנץ יאר קוק איך ארויס צו זיין די זומער וואכן אויף די בערג צווישן די ביימער און די גראז בקדושה ובטהרה.


אם ירצה ה', אזוי ווי פאריאר – וועט זיין אינדערפרי אכט אזייגער די גמרא שיעור, יעדן טאג א בלאט גמרא. איך האף דו וועסט מיט האלטן די שיעור, פאריאר האסטו יעדן טאג מיט געהאלטן די שיעור אין וואלד צווישן די ביימער; עס איז גאר אנדערש די טאג נאכן לערנען די הייליגע תורה.


די פארנאכטס שיעור איז אויסדריקליך נאר פאר די בחורים, איך בעט אלע אברכים זאלן לאזן די בחורים האבן זייער צייט מיט דער ראש ישיבה.


אם ירצה ה' וועט זיין די זומער שיעורים פאר אברכים, די שיעורים וועלן פארקומען נאך מעריב. איך האב געשטעלט א אינגערמאן זאל איינטיילן די אינגעלייט אין גרופעס פון א מנין, צען אינגעלייט פאר יעדע נאכט נאך מעריב, עס זאל זיין באקוועם, איך האף אז דו און אלע אברכים וועלן הנאה האבן.

#786 - מען גרייט זיך אויפ'ן הייליגן רבינ'ס ראש השנה
התחזקות, הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


"אומאן אומאן ראש השנה, אומאן אומאן ראש השנה"; מען גרייט זיך שוין אויפן הייליגן רבינ'ס ראש השנה, די וואך בענטשט מען ראש חודש תמוז, די דורשי רשומות זאגן, תמו"ז איז די ראשי תיבות: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, מען קומט שוין נענטער צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


די יאר וועל איך נישט פארן מיט די טשארטער.


זע צו מאכן נסיעות פאר אנשי שלומינו צו קומען צום הייליגן רבי'ן, זעט מען זאל פארן גרופעס גרופעס, מען זאל פארן אינאיינעם, אזוי איז מען אפגעהיטן פון די סכנה פון די וועגן.


לייג זיך אריין ראשו ורובו אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות און לימודים, נעם מאנסי פאר דיר פאר הפצה, לייג אין אלע שולן, אין אלע ישיבות וכוללים – די שיינע גליונות וואס געבט מוט צו לעבן; די עצות, שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן איז פקוח נפש ממש, עס מאכט תחיית המתים, עס בלאזט אריין א חיות אין די עצמות יבישות, לייג אריין דיינע כוחות אין זאכן וואס וועט בלייבן מיט דיר בעולם הבא.

#785 - ערליכע קינדער און אייניקלעך, איז די גרעסטע עשירות
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די רייכע פארמעגן וואס ער האט דיר געגעבן, א שיינע ערליכע משפחה, א ווייב מיט טייערע ליכטיגע ערליכע קינדער, דאס איז די גרעסטע עשירות, דאס איז אמת'ע רייכטום.


איך האב געהאט א באבע, מיין מאמע'ס מאמע, רחל לאה טייטלבוים, דאס איז געווען וואס זי פלעגט שטענדיג זאגן: "איך בין די רייכסטע"; איך האב ערליכע קינדער און אייניקלעך, דאס איז די גרעסטע עשירות. ווען איך פלעג קומען צו איר האט זי מיר דאס אלץ געזאגט: "איך בין די רייכסטע"; זי האט דאס געזאגט מיט די גרעסטע שמחה, זי האט עס געמיינט ערנסט, און אפילו אין שטוב איז גארנישט געווען, אלעס איז געווען אזוי פשוט, האט מען אבער געשפירט ווי מען האט די רייכסטע באבע, ווייל דאס איז געווען די עיקר, צו זען ערליכע דורות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אזוי לעבן, זאלסט זאגן פארן אייבערשטן שכוח פאר דיין שטוב, און נאר בעטן פאר ווייטער, דיינע קינדער זאלן חתונה האבן און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות. געלט איז נישט קיין עשירות, געלט איז רינדיג; איין טאג האט מען, איין טאג נישט, עס דרייט זיך פון איינעם צום צווייטן; ערליכע דורות – דאס בלייבט.

#784 - די וויכטיגסטע זאך פאר א מלמד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף די פראגע וועלכע לימודים און שיעורים איז די וויכטיגסטע, אויף וועלכע זאלסטו זיך פארלייגן דאס מערסטע?


ביי דיר איז דאס וויכטיגסטע זאך זיך פארצוקוקן די לימודים וואס דו גייסט לערנען אין חדר מיט דיינע תלמידים, נישטא עפעס גרעסער ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, און יעדע איבריגע מינוט וואס דו האסט – זאלסטו זיך פארגרייטן וואס צו לערנען מיט די קינדער, איינמאל דו ביסט גוט גוט אנגעגרייט מיט די לימודים, געדאנקען ווי אזוי דאס אריינצוברענגען מכח אל הפועל – זאלסטו לערנען חומש רש"י מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די פרשת השבוע, נאכדעם משניות, גמרא והלכה וכו'.


בנוגע וועלכע נאמען צו געבן וכו'; דאס ענטפערט מען נאר נאכן געבוירן.


בנוגע נעמען פאר דיין ווייב א העלפער ביים געבוירן; אזוי פלעגן ענק טון ביי אלע קינדער, און יעצט הערן ענק אז אין היכל הקודש זאגט מען אז עס פעלט נישט אויס; מאכט זיך נישט נאריש, הערט נישט אויס די אלע זאכן, מאכט נישט קיין עסק פון די זאכן, ענק זאלן טון וואס ענק איז באקוועם; היכל הקודש איז נאר חיזוק, היכל הקודש איז חזר'ן די עצות פון הייליגן רבי'ן, פון תפילה והתבודדות, גארנישט מער פון דעם.


בנוגע טון חסד, ווען און וויפיל, ווי איין און ווי אויס; אויב דיין ווייב האט כח זאל זי אריינעמען יענעמ'ס קינדער, קוק אויף דיין ווייב'ס כוחות; אז עס נעמט אוועק צייט פון די קינדער – דאס איז נישט אויף וואס מען קוקט, אדרבה ואדרבה, די קינדער וועלן אויפוואקסן שענער און בעסער מיט ארייננעמען געסט; אז דיין ווייב האט כח זאלן ענק עפענען די טיר פאר חסד, בפרט פאר געשוויסטער – איז זייער א גרויסע מצוה.

#783 - זייט מיר מוחל
התחזקות, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך בעט ענק איבער פאר די צער און עגמת נפש וואס ענק זענען אריבער פון מיר און פון די מוסד, עס טוט מיר זייער וויי וואס האט פאסירט, און איך בעט ענק, זייט מיר מוחל, איך וועל זייער אכטונג געבן אז עס זאל נישט פאסירן מער.


איך בעט ענק זייער, מהיום והלאה זאלן ענק זיך נישט צוריק האלטן פון קומען רעדן, עס טאר נישט פאסירן אזוינס, צו ווערן בא'עולה'ט און זיך אויפעסן אזוי לאנג און נישט קומען רעדן; עס זאל מער נישט פאסירן, אבער אויב מען האט עפעס וואס מען ווערט צעדריקט אין די קהילה, אדער די קינדער אין די מוסד – דארף מען קומען רעדן.


איך בין נישט קיין מלאך, איך מאך טעותים, און איך ווייס נישט אליין ווען מען איז געווארן פארווייטאגט.


איך האב זייער הנאה פון ענק, אייער משפחה איז פון די חשוב'סטע משפחות אין די קהילה, איך האב ענק ליב, איך וועל מער זארגן פאר ענק.


החותם באהבה.

#782 - נשמות וואס דארפן אראפקומען פאר א תיקון
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע בעבי, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער געזונטערהייט מיט אסאך כח און מח מיט שמחה.


איך וויל אייך מחזק זיין, איר זאלט זיך פרייען מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים; מיר פארשטייען נישט און מיר קענען דאס נישט פארשטיין, מיר גלייבן אז אלעס איז מיט א חשבון, אלעס איז פינקטליך אויסגערעכנט, אלעס איז גלגולים, נשמות – וואס דארפן אראפקומען פאר א תיקון וכו'.


אז איר וועט זיך שטארקן מיט אמונה וועט אייך אלעס זיין גרינגער, איר וועט נישט האבן קיין פרעשור פון וואס אנדערע זאגן, איר וועט זיך קענען מחי' זיין מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן.


אויך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער, און ספעציעל פאר דעם קינד. דאס דאנקען דעם אייבערשטן נעמט אריין דעם מענטש אין "גן עדן", מען ווערט אויסגעלייזט, מען שפירט זיך זייער גוט, מען האט כח צו אנגיין מיטן לעבן.


רוט זיך אויס און לאזט זיך נישט נאך, אייערע קינדער ווארטן איר זאלט צוריק קומען מיט פרישע כוחות זיין א פרייליכע מאמע, דאס קינד וועט ענק ברענגען נחת און ענק נאר זיין א ברכה.


נאכאמאל מזל טוב, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען מגדל זיין אלע קינדער.

#781 - האבן א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנגיין מיט די עבודת הקודש מיטן פארלערנען פאר די בחורים חומש רש"י, גמרא און הלכה. די טעג וואס איך בין אין ישיבה וועל איך פארלערנען גמרא, און די טעג וואס איך בין נישט אין ישיבה זאלסטו פארלערנען אלע דריי שיעורים.


ביי די שיעור פון חומש רש"י זאלסט אריינלייגן אסאך יראת שמים און מידות טובות. רעד צו די בחורים פון שמירת עיניים, בפרט יעצט זומער ווען די גאסן אין שטאט איז אזוי געפערליך – דארף מען זייער אסאך חיזוק אויף היטן די אויגן.


אויך זאלסטו זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון נישט ווערן נאכגעשלעפט פון בחורים וואס היטן זיך נישט וכו', חברים איז די וויכטיגסטע זאך פון וואס מען דארף זיך אכטונג געבן, מען זאל זיך חבר'ן נאר מיט חברים וואס האבן יראת שמים, חברים וואס רעדן איידל, חברים וואס האבן אמונת חכמים, וואס האבן נישט קיין שלעכטע זאכן.


זע צו האבן א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד.

#780 - מאך זיך נישט צוטון פון לצים
התחזקות, מחלוקת, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון די לצים; אז דו הערסט ליצנות אויף ברסלב זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט אריין גיין אין דיר, פרוביר אוועק צו גיין פון די סארט שמועסן, און אויב עס זענען נאנטע קרובים, נאנטע משפחה, וואס מען קען נישט אוועק גיין, און זיי מאכן געשפעט פון הייליגן רבי'ן און פון רבינ'ס תלמידים - זאלסטו טראכטן וואס איז געווען מיט אלע אנדערע צדיקים; פון אלע צדיקים האט מען געשפעט, מען האט ליצנות געמאכט פון אלע צדיקים; פון די אבות הקדושים, און פון משה רבינו, און פון דוד המלך, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; נאר נאכדעם וואס זיי זענען נסתלק געווארן פון די וועלט האט זיך אפגעשטעלט די ליצנות, אנדערש איז ביים הייליגן רבי'ן וואס אפילו מען האלט שוין איבער צוויי הונדערט יאר פון זיין הסתלקות שפעט מען און מען מאכט ליצנות; דאס איז ווייל דער הייליגער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "שֶׁהָיוּ כַּמָּה גְּדוֹלִים שֶׁכָּל אֶחָד עָשָׂה וְתִקֵּן מַה שֶּׁתִּקֵּן וְאַחַר כָּךְ נִפְסַק", עס זענען געווען אסאך צדיקים וואס ווען זיי האבן געלעבט האבן זיי געטון און מתקן געווען וואס זיי האבן מתקן געווען, אבער נאכדעם האט זיך אלעס אפגעשטעלט, "אֲבָל אָנוּ צְרִיכִים לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁלּא יֻפְסַק לְעוֹלָם", אבער איך וויל מאכן א זאך וואס עס זאל זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, די תלמידים זאלן מאכן נאך תלמידים, און די זאלן מאכן נאך תלמידים, "וְכֵן לְעוֹלָם", און אזוי זאל עס בלייבן אויף אייביג; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שו): "מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען"; און דעריבער איז די התנגדות נאכאלץ דא.


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטס טאג נישט ארויס צו קוקן פון סידור ווען דו דאווענסט שטילע שמונה עשרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#779 - וואס אינטערעסירט אייך וואס אנדערע טראכטן?
שמחה, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דען אזוי געפערליך אז דער רב האט אייך גע'פסק'נט צו ווארטן אביסל וכו'? וואס איז דאס אז איר קלאפט זיך אזוי? וואס איז דאס אז איר זענט אויסער זיך? יעדע זאך האט זיין צייט און יעדער מענטש איז אן אנדערע פרשה, אזוי ווי דער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה, און וואס דארף מען בכלל קוקן און רעדן פון אנדערע?"


וואס קלאפט איר זיך? איר זענט געזונט און שטארק, און אפילו מען איז געזונט און שטארק דארף מען פאלגן דעם רב און דעם דיין און טון וואס זיי זאגן.


איר שרייבט אז איר שפירט זיך אראפגעקוקט וכו'; איך וויל אייך פרעגן, וואס אינטערעסירט אייך וואס אנדערע טראכטן אויף אייך? וואס אינטערעסירט אייך וואס מען זאגט אויף אייך? א איד דארף נאר קוקן וואס מען זאגט אין הימל אויף אים, און אז מען האט א מורה דרך, מען פרעגט א רב, א דיין - דארף מען זיך בכלל נישט צו טון מאכן פון קיינעם.


טוט אלעס צו זיין פרייליך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס די תפילה יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין עצבות און מרה שחורה, נעם עס אוועק פון מיר, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן, און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן. עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע טאכרטן און זאגן וועגן מיר, איך זאל נאר וועלן געפעלן פאר דיר, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.