בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#753 - דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האלט זיך שטארק, לאז זיך נישט צעברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס רעדט דיר איין אז דו האסט מער נישט קיין תקוה, און אז מען דארף דיך נישט, און אז דו ביסט ווייט פונעם אייבערשטן; דאס איז שקר, ווייל קען זיין אז דער דארף מיך נישט, יענער דארף מיך נישט, דער קען מיך נישט ליידן, יענער קען מיך נישט ליידן; דאס קען זיין, אבער זאגן אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט, דער אייבערשטער קען דיך נישט ליידן – דאס איז ליגנט.


ברודער, נאר פאר דעם, נאר פאר די שכל – האט זיך שוין געלוינט צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, נאר צו וויסן דער זאך - אז עס איז נישט אמת די מחשבות אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט – האט זיך געלוינט צו וויסן פון מוהרא"ש.


מאך זיך א קביעות צו לערנען ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו זען נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר, דער אייבערשטער האט דיך ליב, ער ווארט דו זאלסט לערנען און דאווענען.

#752 - זוכן איין גוטע זאך אין זיך
אמונה, התחזקות, בטחון, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה ארויסצוגיין פון טונקלקייט – איז דורך זוכן אין זיך גוטע זאכן, די טונקלקייט וואס מען שפירט – דאס קומט פון די סמ"ך מ"ם וכת דילי', זיי ווילן שלעכט מאכן דעם מענטש, דערפאר מאכן זיי שפירן טונקל, שווארץ; זיי ברענגען ארויף אלע שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון, זיי ברענגען נעגאטיווע מחשבות, ביז עס ווערט אזוי טונקל פארן מענטש, אז מען טראכט מחשבות פון נישט וועלן לעבן השם ישמרינו, און קעגן זיי זענען די הייליגע צדיקים לוחם, בפרט דער הייליגער רבי האלט מלחמה מיטן סמ"ך מ"ם, דער הייליגער רבי מוטיגט אונז, דער הייליגער רבי שטארקט אונז, מיר זאלן טראכטן פאזעטיוו, מיר זאלן טראכטן פון גוטע זאכן וואס מיר האבן געטון, מיר זאלן זוכן איין גוטע זאך וואס מיר האבן אמאל געטון און טראכטן פון דעם, און זיך מחי' זיין מיט דעם, און אויב מען געפינט זיך אין א שטארקע חושך, עס איז אזוי טונקל אז מען קען ממש נישט אטעמען, מען זעט זיך ווי דער ערגסטער מענטש, מען קען זיך נישט ליידן – זאל מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי, א גוי בין איך נישט', מען זאל זיך זאגן הויך אויפן קול: "ווי געפערליך איך בין, אבער א גוי בין איך נישט", און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח אייבערשטער א גוי בין איך נישט"; און דאס זאלט איר טון, זאגט זיך די ווערטער: "איך בין א איד, איך בין דעם אייבערשטנ'ס קינד, דער אייבערשטער האט מיך ליב, און אז איך האב געטון עבירות – איז אויך דא אויף דעם א רפואה – 'תשובה', מען קען תשובה טון, מען קען שטענדיג אנהייבן פונדאסניי".


שטארקט זיך, איך האף צו זיין דער גוטער שליח, צו זיין אייער שדכן מיט אן ערליכער בחור וואס פירט זיך מיט יראת שמים, מיט גוטע מדות, איך בעט אייך נאר איין טובה, רעדט נישט מיט חבר'טעס פון שידוכים, רעדט נישט מיט חבר'טעס פון זאכן וואס איז פאר נאך די חתונה; אלעס וואס מען דארף וויסן פאר נאך די חתונה – איז געזונט צו הערן פון די מנהלת תחי', און אז מען הערט זאכן וואס איז נאכנישט נוגע – פון חבר'טעס – קען דאס אמאל שאטן; איך בעט אייך פאלגט, וועט איר פארדינען.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, ענדיגט תהלים יעדע וואך.

#751 - דערהאלט זיך מיט שטארקייט ווי אייזן
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, איך באוואונדער דיך ווי שיין דו דערהאלטסט זיך, און מיט אזויפיל שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער – ביסטו שטארק ווי אייזן; דו האסט אנגעהויבן צו לערנען פלייסיג און דו דאווענסט, און בעיקר דיינע מידות, דו פירסט זיך שיין צו יעדן.


שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודת השם, ווייל וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן פרובירט מען אויס דעם מענטש מיט שוועריקייטן, מען וויל זען אויב דער מענטש מיינט עס מיט אן ערנסטקייט; דארף מען זיך זייער שטארקן און נישט אפלאזן די גוטע זאכן וואס מען טוט.


טייערער ..., איך האב דיך זייער ליב, איך וויל דו זאלסט מצליח זיין, איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג לערנען "אכצן פרקים משניות", און זאגן די "יום תהלים", זיי נישט מוותר אויף די צוויי לימודים, און אויך די טעג וואס דו קומסט נישט אין ישיבה, צום ביישפיל שבת, ערב שבת, וכדומה, זאלסטו זאגן אכצן פרקים משניות מיטן יום תהלים, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען יעדן טאג אפאר מינוט צו רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט דיר עס זיין שווער, וועסט נישט האבן וואס צו זאגן, וועסט מיינען אז דו רעדסט שוין א שעה, עס וועט זיין אומעטיג; נעם א זייגער, טו עס יעדן טאג מיט א זייגער, פאר דריי מינוט; שמועס אויס אלעס, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלעס וואס איז אריבער, און וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר אריבערגיין מיינע שוועריקייטן, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל נישט ווערן צעפאלן".


ליבער ..., אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, מיט לערנען יעדן טאג און מיט זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן – וועסטו אויסוואקסן אן ערליכער איד, דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן שיינע דורות.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#750 - חסידי'שע קליידער אויך אום זומער
אמונה, התחזקות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך, געב נישט אויף, וואס מיינסטו – מען האט פארגעסן פון דיר? עס קען זיין אז מענטשן האבן פארגעסן פון דיר, אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן פון דיר, מען האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך, זאלסט נאר נישט אויפגעבן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן, בלייב שטארק בעבודת השם, גיי דאווען די דריי תפילות מיט מנין און לערן שיעורים בתורה.


בלייב משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן מיטן העלפן אין די מוסד, און בלייב אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער, אויך זומער ווען עס איז הייס – זאלסטו זיך האלטן שטארק, גיי אנגעטון חסידי'שע קליידער; מען שוויצט נישט ווייניגער ווען מען טוט זיך אן ..., מען שוויצט נישט מער ווען מען גייט מיט ..., עס איז א דמיון, און אפילו יא – איז דאס נישט ריכטיג, בפרט יעצט ווען דו ווארטסט אויף א שידוך.


זיי פרייליך, טוט אלעס צו זיין פרייליך, שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און עצבות ברענגט צו די גרעסטע טומאה, טאנץ און שפרינג "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו..."

#749 - קען מען שוין רעדן פון שידוכים?
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרוס פון דיין זון, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און גוטע מידות, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי אים און ביי אלע קינדער.


איך וויל פרעגן אויב ענק הערן שוין אויס שידוכים פאר אים; א גוטע משפחה ביי אונז אין די קהילה איז מיר געקומען פרעגן וועגן דיין זון... זיי ווילן אים פאר זייער טאכטער, זייער א וואוילע טאכטער האבן זיי, אויך די משפחה איז זייער וואויל; ביטע מיר לאזן וויסן אויב מען קען שוין רעדן פון שידוכים.


גיי יעדן טאג התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים יעדע זאך, וועסטו ווערן פרייליך; התבודדות מאכט פרייליך.

#748 - זיך מקבל זיין צו רופן די עלטערן יעדן טאג
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו רופן אייערע עלטערן יעדן טאג, זיי דערציילן שיינע זאכן פון אייער לעבן, זיי געבן א גרוס פון אייערע קינדער און פון אייך מיט אייער מאן; מען זוכט סגולות פון אונטער דער ערד און מען זוכט אלע סארט קבלות טובות, און פון די וויכטיגסטע זאכן פארגעסט מען, פון כיבוד אב ואם וואס איז די הייליגסטע מצוה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כבודם לכבוד המקום", מען דארף מכבד זיין די עלטערן אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון אייערע קינדערלעך.

#747 - ביז די ישועה קומט, זאלסטו זיין פרייליך
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דעם שבת האב איך אסאך געבעטן פאר דיר, דו זאלסט האבן א ישועה, סיי ביי דיר, דו זאלסט זיין געזונט און שטארק בגוף ונפש, און אויך מיט דיין משפחה וכו'.


איך וויל דיר זייער בעטן, ביז די ישועה קומט זאלסטו זיין פרייליך, און דאס וועט ברענגען די רפואה; מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער רבי'ס טאכטער די צדיקת שרה געהאט שטארקע ציין ווייטאג, און דער רבי האט איר געזאגט: "זאלסט זיין פרייליך", האט זי געזאגט: "טאטע, אבער עס טוט מיר וויי", האט דער רבי איר געזאגט: "מאך זיך ווי דו ביסט פרייליך, אזוי וועסטו טאקע ווערן פרייליך און האבן א רפואה שלימה", און זי האט אזוי געטון, און זי איז אויסגעהיילט געווארן.


בעט איך דיר, מאך זיך פרייליך, מאך זיך אזוי ווי אלעס גייט גוט און דו ביסט געזונט, אזוי וועסטו ווערן פרייליך און דו וועסט זען א גאנצע ישועה.

#746 - א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט פירן די ישיבה אין שטעטל. זיי מחזק די בחורים זיי זאלן זיך פירן מיט די עצה פון התבודדות ותפילה; דעם הייליגן רבינ'ס רצון איז געווען (חיי מוהר"ן, סימן רל) אז מיר זאלן אלע האבן א פערד און וואגן צו קענען נעמען די בני הנעורים ארויס פון ישוב, גיין מיט זיי אין די פעלדער, זיי אויסלערנען די עצה פון התבודדות; דו ביסט שוין אין פעלד, דו ביסט מיט די ישיבה חוץ לישוב, דארפסטו זיך נאר שטארקן און רעדן דעם רבינ'ס דיבורים מיט זיי, און אז דו וועסט רעדן צו זיי חיזוק אויף גיין התבודדות – וועסטו פועל'ן.


איך וויל דו זאלסט האבן א נאנטע קשר מיט יעדן תלמיד, זאלסט רעדן מיט יעדן תלמיד פריוואט, שיין אריין אין זיי דעם אמת פון רבי'ן, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן, און ווען די תלמידים פרעגן דיר ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו שטענדיג מחזק זיין זיי זאלן זיך מתבודד זיין, מוהרא"ש זאגט אז אנשי שלומינו האבן אלץ געזאגט אז מען קען נישט זאגן פאר א צווייטן ווי אזוי זיך צו פירן, און וואס צו טון, מען האט נאר מחזק געווען אויף תפילה והתבודדות, און אז מען איז זיך מתבודד, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן – ווייסט מען שוין נאכדעם ווי אזוי זיך צו פירן.


זע עס זאל זיין פרייליך אין ישיבה, א געשמאקע אטמאספער.

#745 - קען מען שוין רעדן פון שידוכים?
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרוס פון דיין זון, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און גוטע מידות, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי אים און ביי אלע קינדער.


איך וויל פרעגן אויב ענק הערן שוין אויס שידוכים פאר אים; א גוטע משפחה ביי אונז אין די קהילה איז מיר געקומען פרעגן וועגן דיין זון... זיי ווילן אים פאר זייער טאכטער, זייער א וואוילע טאכטער האבן זיי, אויך די משפחה איז זייער וואויל; ביטע מיר לאזן וויסן אויב מען קען שוין רעדן פון שידוכים.


גיי יעדן טאג התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים יעדע זאך, וועסטו ווערן פרייליך; התבודדות מאכט פרייליך.

#744 - איך וויל בלייבן ריין
חינוך הילדים, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה ווערט נאר שענער און שענער, איך וויל דיך זייער מחזק זיין דו זאלסט ווייטער אנהאלטן די הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די קונטרסים; אזויפיל מענטשן זענען זיך מחיה מיט דעם, אזויפיל מענטשן זאגן מיר אז דאס איז זייער התחזקות פאר די וואך, און דאס איז זייער וועג ווייזער צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, און אודאי שטעלט דער סמ"ך מ"ם מניעות יעדן טאג פונדאסניי אפצושטעלן די הייליגע ארבעט; איך בעט דיר, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, בלייב שטארק, האלט זיך שטארק, און טראכט נאר ווי מען קען דאס פארברייטערן און נאך שענער מאכן.


יעצט לכבוד שבועות איז די יארצייט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב, בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד גייט מיט א האנטוך אויפן פלייצע מיט נאסע פיאות, עס זאל אויסזען ווי דער מענטש קומט יעצט פון מקוה, און ווי צוויי ערלים ווייזן מיט די הענט אז זיי ווילן נישט שטיין נעבן אים; די נאמען פון די מעשה זאל זיין "איך וויל בלייבן ריין":


"הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


געווען איז דאס ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געגאנגען אין מקוה זיך טובל'ען, אויפן וועג צוריק פון מקוה איז דער הייליגער בעל שם טוב אריבער א שמאלע גאס און עס זענען אים אנטקעגן געקומען צוויי גוים, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זייער שטארק נישט געוואלט זיך אנרירן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט ווערן טמא, ער האט געוואלט בלייבן ריין פון די הייליגע מקוה, האט ער שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


טייערע קינדער, יעדע זאך וואס מען וויל, און יעדע זאך וואס מען דארף - איז דא איין עצה, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אין די אייגענע שפראך, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם, און מען קען רעדן צו אים אין יעדע שפראך, אין הימל איז זייער חשוב ווען א איד בעט עפעס דעם אייבערשטן; דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן, און ער זעט ווי די גוים קומען נענטער און נענטער צו אים, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל, און א מעשה פון תפילה האט פאסירט... די גוים רופן אויס הויך: "לאמיר זיך אריינקוועטשן אין די זייט נישט אנצורירן דעם שמוציגן איד", די גוים קוועטשן זיך אריין אין די זייט, און דער הייליגער בעל שם טוב גייט אריבער הייליג און ריין, דער אייבערשטער האט אנגענומען זיינע תפילות.


עכט איז א איד נישט שמוציג, א איד איז הייליג, נאר די גוים זאגן אויף אונז אז מיר זענען שמוציג, אבער חס ושלום טראכטן אזוי, ווייל אידן זענען ריין און הייליג, אידן זענען די שענסטע פון די וועלט.


לאמיר זיך אפלערנען פון די מעשה אז מיר זאלן אכטונג געבן ווען מיר גייען אין מקוה זיך צו היטן די אויגן צו בלייבן ריין, און ווען מיר גייען אין גאס - נישט אנרירן און נישט קוקן אויף נישט גוטע זאכן, אזוי וועלן מיר בלייבן ריין, און לאמיר זיך לערנען פון דעם הייליגן צדיק צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מיר דארפן, אזוי וועלן מיר זיין ערליכע אידן, מיר וועלן זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#743 - ערנסטקייט פון נערווען
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט אזוי ערנסט שבת, רוב מאל איז דאס ערנסטקייט פון נערווען, ערנסטקייט איז נישט עבודת השם, געב זיך אכטונג פון דעם, בפרט ווען עס קומט שבת; שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, די סעודה דארף זיין זייער פרייליך, מאך נישט די סעודה מיט נערווען, מאך נישט קידוש מיט נערווען, הרג'ע נישט די קינדער, רצח'ע זיי נישט, שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, ווייל אזוי האט אונז דער הייליגער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום" (ערנסט), האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


הייב אן לערנען משניות און גמרא, דאס וועט ארויסקלאפן פון דיר די נערווען און די משוגעת'ן, דער רבי הייבט אן דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כמו שהמשוגעים צריכים להכותם", אזוי ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, איז אנגעפילט מיט רוח שטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.): "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", דער יצר הרע מאכט משוגע, ווי אזוי קען מען פטור ווערן פון די משוגעת'ן? דורך לערנען תורה, "שבזה מכין ומכניעין את היצר הרע, ומגרשין מן האדם את השגעון והרוח שטות שנכנס בו", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, און דאס שלאגט און האקט ארויס די משוגעת, די נערווען, מען ווערט אויסגעהיילט.


א פרייליכן שבת.

#742 - מחנך זיין מיט רואיגקייט
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער, אפגערעדט עלטערע קינדער און בחורים; דאס איז א לאו, עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), מען טאר נישט שלאגן עלטערע קינדער, מען איז עובר אויף (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל".


די תלמידים פון הייליגן רבי'ן זענען געווען זייער מקושר צום רבי'ן, זיי פלעגן פרעגן דעם רבי'ן יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך פלעגן זיי דערציילן יעדע פרט וואס האט פאסירט מיט זיי. בפרט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך, און זיך גוט צוגעקוקט צו די תנועות וואס דער רבי מאכט, צו וויסן אויב ער האט גוט געטון אדער ער דארף עפעס פאררעכטן.


א ברסלב'ער חסיד דארף פאלגן וואס דער רבי זאגט, אז דער רבי זאגט 'נישט שלאגן קיין קינדער' - איז גענדיגט מיט שלאגן; מוהרנ"ת האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז זיין זון האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש צוליב א גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, דער גאסט האט געהאט א שלעכטע גערוך וכו', און רבי נתן האט אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן; האט דער רבי אים אויסגע'מוסר'ט און געזאגט: "ערשטנס וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט אהיים ברענגען סתם אורחי פורחי, נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, און ווידער א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


אז די קינדער קריגן זיך - זאלסטו נישט ארויס גיין פון די כלים און שלאגן, ציפן וכו', זאלסט זיך האלטן רואיג, זאלסט זיי מחנך זיין, זאלסט זיי אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך און זיך פארטראגן איינער מיטן אנדערן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, די שיעור וועט זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג, עס לוינט צו קומען זיך מחזק זיין, מען מוז האבן חיזוק, אן חיזוק קען מען נישט אנגיין, אן חיזוק געבט מען אויף, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#741 - נישט בלייבן מיט די בלאטע
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די צדיקת אדל, דעם רבינ'ס טאכטער - איז אמאל געגאנגען נאך געלט מיט אירע חבר'טעס, און אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן גרויסע בלאטעס, אלע זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט: 'ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער?' האט אדל זיי געזאגט: "מיין טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע - זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער"; די ווערטער לערנט אונז זייער אסאך, דאס לערנט אונז אז אויב מען האט זיך פארשמירט מיט עבירות - זאל מען זיך אפוואשן און אפרייניגן, נישט בלייבן מיט די בלאטע.


נאך א וויכטיגע זאך לערנט אונז דער רבי, אז מען גייט אין בלאטע דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן, דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים; ווי אזוי מאכט מען דאס? דורכדעם וואס מען שרייט און מען שרייט און מען שרייט, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אז מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויסצוגיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#740 - אפשר וועט מארגן זיין בעסערע תירוצים?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיר געבוירן געווארן אן אייניקל ביי מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


שבועות איז געווען ביי אונז אין שטעטל זייער שיין, דו ווייסט דאך אליינס די שיינקייט ווען אנשי שלומינו קומען זיך צאם; די שמחה, די ליבשאפט, בפרט ביים קיבוץ הקדוש; מען שפירט ווי דער רבי געפינט זיך דארט, און אויך אלע תלמידים הקדושים.


איך בין אביסל אפגעמאטערט פון אהיים פארן, איך בין אנגעקומען אהיים דריי אזייגער פארטאגס, איך וועל מקצר זיין, אבער איין זאך וויל איך דיר בעטן, הייב היינט אן דיינע קבלות טובות, הייב אן לערנען חומש, משניות, גמרא, הלכה וכו', שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן? "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", אפשר וועט מארגן זיין בעסערע תירוצים און מער עכטע תירוצים אויף נישט לערנען (אבות ב, ד), הייב אן היינט לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#739 - קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן געבסטו אוועק פאר די קינדער, זיי מדריך זיין מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות, און מיט אריין לייגן אין זיי אמונה, און אמונת חכמים; איך בעט דיך זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, זאלסט גלייבן אין דיר, זאלסט וויסן אז אפילו עס זעט זיך נישט אן אויף די תלמידים גלייך ווי מען פועל'ט, גלייב אז מען פועל'ט.


די הייליגע חכמים דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא איז געווען א מלמד, און ער האט אמאל געהאט א תלמיד וואס עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן, יעדע זאך האט מען געדארפט איבערזאגן אפאר הונדערט מאל, א שטיקל גמרא האט ער נאר פארשטאנען נאך פיר הונדערט מאל, און אמאל האט דאס גענומען אכט הונדערט מאל, איז ארויס א בת קול אז די גאנצע דור פון רבי פרידא איז מזומן לחיי העולם הבא, און רבי פרידא האט באקומען שכר אריכות ימים צו לעבן נאך פיר הונדערט יאר.


מוהרא"ש זאגט, מילא רבי פרידא איז דאך א צדיק, און א צדיק איז דאך פשוט אז ער האט רחמנות, איז ער איז גרייט צו לערנען מיט יעדעם נאכאמאל און נאכאמאל, אן א שיעור, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כי מרחמם ינהגם", דער צדיק האט רחמנות אויפן דור, דאס איז נישט קיין חידוש, אבער ווי נעמט מען א תלמיד זאל מסכים זיין צו זיצן ביי זיין רבי וואס זאגט איבער הונדערט מאל די זעלבע זאך, דאס איז די חידוש; דערפאר ליבער ברודער, הארציגער חבר, מיר דארפן זיין סיי דער מלמד וואס זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און סיי מיר דארפן זיין פון רבינ'ס תלמידים, זיך נאכאמאל מחזק זיין און אויסהערן בקול הצדיקים, זיך נישט מייאש זיין, גלייבן אז אונזערע תורה, תפילה ומעשים טובים זענען חשוב ביים אייבערשטן, און נאכאמאל אויסהערן וואס מוהרא"ש לערנט אונז, אז קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש, און האבן צו זיי סבלנות, און זיי אויפהייבן, זיי ליב האבן, זיי קענען ליידן וכו' וכו'; וועלן מיר קענען ברענגען דעם גאנצן דור צו עולם הבא, און מיר וועלן זוכה זיין צו אריכות ימים...

#738 - אלע צייטונגען און מאגאזינען זענען נישט גוט
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


זע אז דיין שטוב זאל זיין ריין, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל, אויך נישט פון די פרומע, פון חסידות וכו'; אלע צייטונגען און מאגעזינען זענען נישט גוט, און אז מען ליינט זיי – ברענגט מען אויף זיך אסאך פראבלעמען מיט שלעכטס, עס קילט אפ פון יראת שמים, עס פארלעשט די תמימות און אמונה; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זעט אז דאס איז מעשה בעל דבר, אוועק צו נעמען דעם שבת קודש פונעם איד מיט די צייטונג און מאגעזין.


אויך די אלע ליין מאטריאל וואס מען טיילט אויס אומזיסט אין די געשעפטן, און די וואס מען שיקט אויף פאסט, אלעס איז נישט גוט; וואויל איז דעם וואס נעמט זיין שכל און השקפה פון די הייליגע תורה, און לופטערט זיך אויס מיט סיפורי צדיקים, און שבת קודש ניצט ער פאר זאגן תהילים, לערנען חומש מיט הייליגע ספרים, אור החיים הקדוש וכדומה.


בנוגע שיקן די קינדער פון קרית יואל קיין קרית ברסלב; דאס דארפן מיר רעדן בפנים בפנים.

#737 - דער עיקר יחוס איז לערנען און דאווענען
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ... שליט"א


שטארק זיך זייער אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, דאס איז די יסוד פון אלעס, א איד אז ער גייט אין שול דריי מאל א טאג צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין – האט ער כח צו קענען עומד זיין אין די שווערע נסיונות וואס די צד הטומאה ברענגט.


מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות און גמרא, דאס איז די גרעסטע יחוס, אז מען לערנט און מען דאווענט; מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געהאט א יחוס בריוו ביז ארויף צו דוד המלך עליו השלום, און אמאל האט אויסגעבראכן א פייער אין שטוב און אלעס איז פארברענט געווארן, און דעם מגיד'ס מאמע האט זייער געוויינט, און דער מגיד האט איר געטרייסט אז דער אייבערשטער וואס האט אונז געגעבן די הויז וועט אונז געבן א צווייטע דירה, האט זי געזאגט: "איך וויין נישט אויף די הויז, איך וויין אז אונזער יחוס בריוו האט זיך פארברענט", האט דער מגיד געזאגט: "פון מיר וועט זיך אנהייבן א נייע יחוס, איך וועל דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען, און עס וועט ווערן אן עכטע יחוס"; ווייל דער עיקר יחוס איז דאס וואס מען לערנט און מען דאווענט, און מען טוט גוטע זאכן.


ברודער שטארק זיך.

#736 - זיך נישט באשולדיגן און פארענטפערן, קוק פאראויס
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן צו זיין פרייליך, אין דעם ליגט די הצלחה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י), פארוואס איז א מענטש ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל ער האט נישט קיין ישוב הדעת, ער איז נישט פרייליך; פארוואס איז א מענטש נישט פרייליך? ווייל ער טרעפט נישט אין זיך נקודות טובות, גוטע זאכן, ער איז זיך שטענדיג דן לכף חוב; דערפאר זאלסטו זוכן אין זיך גוטע זאכן, קוק גוט אויף דיר, און זיי נאר פרייליך; לאז אפ דיין עבר, שלעפ נישט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ די עצבות ומרה שחורה, באשולדיג זיך נישט און פארענטפער זיך נישט, קוק נאר אויף פאראויס.


רוב מענטשן גייט אריבער זייער טאג, א האלבע מיטן זיך באשולדיגן, און א האלבע טאג מיטן זיך פארענטפערן, און דאס שלעפט אריין אין א טיפע עצבות, אין א דערביטערטקייט; דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל געזאגט מען זאל נישט טראכטן וואס איז געווען, מען דארף נישט קוקן אויף צוריק, מען דארף נאר קוקן אויף פאראויס.


זיי פרייליך, גיי א טענצל "אשרינו מה טוב חלקינו..."

#735 - עס איז נישט קיין עסק דאס זיין צוגעלייגט
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו שיחיו


ענק דארפן זיך זייער שטארקן און ענק דארפן זיך טוישן, עס איז נישט קיין עסק דאס זיין צוגעלייגט; ענק מוזן זיין זייער פרייליך, איך ווייס אז ענק זענען זייער צעבראכן, ענק ווארטן אויף א ישועה, און איך בין אויך זייער צעבראכן פאר ענק, מיין הארץ איז מיר גוט צעריסן פון וואס עס גייט אריבער אויף ענק, מיין הארץ וויינט פאר ענק.


דאך איז דאס נישט גוט, עצבות איז נישט גוט, עצבות שטופט אוועק די שכינה, עצבות איז די סטרא אחרא, ענק מוזן זיין פרייליך. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז געווען א ברסלב'ער חסיד, ר' אהרן קיבליטשער, ער איז געווען זייער א פרייליכער, די ארעמקייט איז געווען שרעקליך, עס איז נישט געווען גארנישט אין מויל צו נעמען, אלע פלעגן אים פרעגן: "אהרן, ווי אזוי און מיט וואס פרייסטו זיך?" האט ער געזאגט: "איך בארג שמחה, איך בארג פון שפעטער, איך גלייב אז דער אייבערשטער גייט אונז געבן שפע, דעמאלט גייט זיין גאר גוט און געשמאק און פרייליך, בארג איך אויס שמחה"; מוהרא"ש פלעגט דאס אסאך דערציילן און אונז געבעטן מיר זאלן זיך אזוי פירן.


מיט שמחה עפנט מען אלע פארמאכטע טירן צו ברענגען ישועות...

#734 - די שמחה און די געשמאק אין שטעטל
שמחה, אמונה, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, גבאי בית המדרש קרית ברסלב


איך וויל זיך באדאנקען פאר דיר און פאר אלע גבאים און אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן פאר דעם שיינעם הערליכן יום טוב שבועות וואס מיר האבן געהאט אין שטעטל, יעדע מאל איך קום אין שטעטל מיט אנשי שלומינו ווער איך זייער איבערגענומען פון די דרך ארץ, פון די פריינדליכקייט און ליבשאפט – וואס איז דא צווישן אנשי שלומינו, און בעיקר די שמחה, די געשמאק.


יעצט איז געווארן א יאר פונעם גרויסן בית המדרש, און די גרויסע שול איז שוין נישט אזוי גרויס, עס וואקסט אונטער א דור און עס ווערן מקורב נייע מקורבים, די נייע שול איז שוין אויסגעוואקסן.


איך קוק ארויס צו קומען זומער, זיין אין שטעטל, אינעם ריינעם אויר; פרשת חוקת-בלק קומען מיר ארויס, דאס איז די בעסטע הכנה זיך צוצוגרייטן פאר די הייליגע טעג מיט שמירת עיניים, זיין צווישן די ביימער, דינען דעם אייבערשטן אינעם ריינעם פלאץ.

#733 - ביי קברי צדיקים נעמט מען אן יעדנ'ס תפילות
שמחה, אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


וואוינסט אין קרית יואל, זאלסטו זיך מאכן א קביעות ארויפצוגיין יעדן טאג צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו, און דארטן זיך מתבודד זיין פאר פינף מינוט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו איינער וואס איז נישט ווערד מען זאל אויסהערן זיינע תפילות, אבער ביי קברי צדיקים, דארט נעמט מען אן יעדנ'ס תפילות; מיר האבן נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן – נישט איינמאל, נאר יעדע רגע, יעדע סעקונדע – זענען זיי גרייט אויף מסירות נפש; דערפאר קען מען דארט ביי זייער ציון זען גרויסע ישועות, זאלסט מיך אויך מזכיר זיין לטובה, יואל בן רייצא רעכיל.


בעט אויף א שטארקע אמונה, בעט אויף שמחה, בעט אויף תמימות פאר דיר און פאר דיינע דורות.

#732 - עס לוינט זיך אוועקצופארן פון שטאט פאר זומער
צניעות, אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר, און אז דו דערהאלסט זיך.


עס איז כדאי אז די זומער וואכן זאלסטו זיין מיט די ישיבה אוועק פון שטאט. אפילו ביי אונז איז נאכנישט אזוי מסודר די גשמיות וכו', דאך לוינט צו קומען ארויס פון שטאט, עס איז א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, עס איז א ריינע לופט, א הייליגע לופט. מיין זיידע קארלסוברגער רב זכרונו לברכה האט געזאגט אז אין די קאנטרי זאל מען זאגן ביי קדיש דרבנן: "די באתרא קדישא הדין", אזוי ווי מען זאגט אין ארץ ישראל, ווייל עס איז א הייליגע לופט, ריין פון עבירות.


איך ווייס אז עס איז נישט אזוי באקוועם, דיר איז מער באקוועם אין שטוב, פריוואט וכו', דאך לוינט עס, פאר איין ראי' אסורה ווייניגער לוינט אלעס.


איך בין מתפלל פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן דו זאלסט שוין בקרוב א חתן ווערן.

#731 - נישט קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


ניץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען פלייסיג שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, מקרא משנה גמרא מדרש הלכה ואגדה וספרי רבינו; די יונגע יארן זענען גאר חשוב, גאר טייער, און מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


מאך זיך א גדר קיינמאל נישט צו קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן, קענסט נישט וויסן אויב מיט די איין מאל קוקן אין א חבר'ס טעלעפאן – וועסטו אראפפאלן חס ושלום; ליבער ברודער, הארציגער חבר, די נסיונות היינט זענען זייער גרויס, עס קען זיין א בחור וואס זעט אויס פון אינדרויסן פרום וכו', און ביי זיין טעלעפאן איז אזוי געפערליך; מאך זיך די גדר קיינמאל נישט צו קוקן ביי א צווייטנ'ס טעלעפאן.


איך האב דיך זייער ליב, איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בלייבן ערליך, דו וועסט האבן גוטע חברים, ערליכע חברים, וואס פירן זיך בתמימות, איידעלע חברים.


געב א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן.

#730 - מיטנעמען די קבלות פון שבועות אויף א גאנץ יאר
אמונה, התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שבועות איז אריבער, יעצט דארף מען זען עס זאל זיין שלום בית צווישן אונז און די תורה, שבועות האבן מיר אלע מקבל געווען גוטע קבלות, יעצט דארף מען חיזוק דאס אנצוהאלטן, און דעריבער איז וויכטיג צו קומען צו שיעורים, זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, מיט חברים וואס רעדן פון רבי'ן, פון רבינ'ס חיזוקים.


ביים סוף וועלן מיר גארנישט מיט נעמען, מיר וועלן נאר מיט נעמען די תורה וואס מען האט ארויסגעכאפט, און די מצוות, די גוטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", די געלט מיט די הייזער, די קארס מיט די שיינע קליידער – דאס בלייבט דא, נאר די פרקים משניות, די בלעטער גמרא, די קאפיטלעך תהלים – דאס וועלן מיר מיט נעמען, און די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", די ווערטער וואס מען רעדט צום אייבערשטן – דאס באגלייט דעם מענטש אין בית החיים, דאס וועט מען מיט נעמען.


געדענק וואס האט דיך דערהאלטן אלס בחור, ווי אזוי האסטו געקענט דורכשטופן די בחור'ישע יארן? נאר די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און צאמגענומען פון רבינ'ס ווערטער, און פון מוהרנ"ת, געדענק ווי דו האסט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם; זאלסטו העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים און העלפן צוריק ברענגען און מחזק זיין אידישע קינדער; די קונטרסים מאכט ליכטיג די וועלט, עס שיינט אריין אין מענטשן א שטארקע אמונה, אזוי תמימות'דיג און אזוי פשוט.

#729 - א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געהערט דיין מעסעדזש אז עס האט דיר זייער וויי געטון ביים וועקן די בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי צו זען א בחור שלאפן אן ציצית, און א צווייטער שלאפן אן א קאפל און אן די ציצית; איך בין נייגעריג די סוף פון די מעשה, אויפן מעסעדזש הערט מען נאר דאס קרעכצן וכו'.


איך וויל דיך מחזק זיין, וויסן זאלסטו, מיר האבן געעפנט די ישיבה און די מוסדות צו אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און אמאל קומען בחורים וואס אין שטוב האט מען זיי נישט געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אמאל איז פארקערט, מען האט געלערנט נישט ריכטיג, און פון גרויס לחץ האבן זיי נישט די כלים דאס צו קענען טון, זיי ווילן טון נאר פארקערט; צוליב דעם האבן מיר די ישיבה, די מוסדות, צו אויסלערנען בחורים און קינדער ווי אזוי זיך צו פירן מיט יראת שמים, מיט דרך ארץ, און אוודאי די ריינע אמונה וכו'.


איך האף אז דו האסט געזאגט פאר די בחורים אז עס איז הייליג צו שלאפן מיט א קאפל און ציצית, דאס איז יראת שמים, און דאס ברענגט אמונה, און וויסן זאלסטו, אז מען זאגט איין מאל – איז נאכנישט סוף פסוק, מען דארף זיין גרייט צו איבערזאגן און איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, און ווען מען זאגט – דארף מען דאס זאגן מיט רחמנות, מיט הארץ; ווייל מען רעדט דא פון טייערע אידישע קינדער, נשמות ישראל; דארף מען האבן רחמנות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז), אויפן פסוק (ישעי' מט, י): "כִּי מְרַחֲמָם יְנַהֲגֵם", אז ווער עס האט רחמנות – דער קען זיין א מנהיג ישראל, ווייל דאס איז די גרעסטע רחמנות, צו זען אידישע קינדער פאלן אין עבירות, עס איז נישטא קיין גרעסערע רחמנות און קיין גרעסערע יסורים ווי עבירות.


על כן ליבער ברודער, טייערער הארציגער חבר, שטארק זיך, און שטארק די גאנצע סטעף; אלע מלמדים, מגידי שיעור, זיי זאלן נישט קרעכצן ווען מען זעט ביי די תלמידים ווי מען פירט זיך נאכנישט ריכטיג, ענדערש זאל מען טון צו די זאך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פונעם ריי"צ זכותו יגן עלינו: "בעסער עפעס טון פון טויזנט אנחות"; אז מען זעט בחורים שלאפן וכו' לערנט מען זיי דאס גרויסקייט פון נעגל וואסער, דאס גרויסקייט פון ציצית וכו', און אז מען זעט בחורים פארשלאפן – דארף מען רעדן צו זיי פון די מצוה פון קריאת שמע, און אזוי ווייטער.


הכלל, חינוך איז זייער הייליג, און אויך דארף מען אסאך כח און א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ פון נישט צעבראכן ווערן און נישט אויפגעבן; צו גלייבן אז יעדע ווארט, יעדע חיזוק ווארט טוט אויף, וואויל זענען די וואס זענען עוסק אין חינוך הבנים והבנות, בפרט אין דעם דור איז ממש הצלת נפשות, פשוטו כמשמעו.


איך בענק זיך צו דיר און צו די גאנצע סטעף, איך האלט מיט פון דערווייטנס יעדע פרט ופרט, סיי פון תלמוד תורה, סיי פון בית פיגא, און פון די ישיבה; איך בעט פאר ענק אלע.