בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה
תשובה, משניות, התחדשות, לימוד התורה, יענער, חלישות הדעת, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


די וואך פרשת יתרו, ווען מיר ליינען די פרשה פון קבלת התורה, - איז א צייט וואס מיר באקומען פרישע כוחות צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, אזוי ווי צדיקים זאגן (של"ה הקדוש בתחילת מסכת פסחים; ועוד): "קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן", ווען מען ליינט אין די תורה די פרשת השבוע - וועקט זיך אויף די אלע זאכן וואס האט דעמאלט פאסירט, און מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם.


איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט. קוקט אריין די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


איך בעט אייך מיינע טייערע ליבע ברידער, מיר דארפן זיך באנייען מיט לימוד משניות, א תלמיד היכל הקודש איז נאר דער וואס זאגט פרקים משניות; משניות וואשט אפ אלע עבירות און עס שלעפט ארויס פון שאול תחתית.


מוהרא"ש זאגט, די שיחה פון כך וכך פון הייליגן רבי'ן מיינט לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס פאלט נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


מען דארף נישט פאסטן און מאכן סיגופים. מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


טייערע ליבע ברידער, קוקט נישט אויף אנדערע; ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע און ווערט נישט מבולבל פון אנדערע. מוהרא"ש זאגט, די עשרת הדברות שטייט בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, עס שטייט נישט "אֱלֹקֵיכֶם", ענקער באשעפער; "לֹא יִהְיֶה לְךָ", עס זאל נישט זיין צו דיר, אלעס שטייט בלשון יחיד - צו דיר; דאס ווייזט אונז אז מען קען נאר מקבל זיין די תורה אויב מען נעמט די תורה פאר זיך, מען קוקט נישט אויף אנדערע.


בפרט ווען עס קומט צו נאנטע חברים, תלמידי היכל הקודש; אז מען האט נישט די הקדמה - קען מען באקומען חלישות הדעת. 'דער באקומט א שמייכל, יענער באקומט א שיינע בריוו, דער דריטער איז אזוי נאנט און איך באקום גארנישט; נישט קיין בריוו, נישט קיין שמייכל, נישט גארנישט'; דארף מען זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים; זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט קיין בחור; איך דארף גיין פארלערנען, בלייבזשעט מיר געזונט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#8 - הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות
התחזקות, חסידות ברסלב, חלישות הדעת, חשבון הנפש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק זייער טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש, זייט אייך מחזק מיט די אוצרות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפ'ן טיר פונעם טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; דער אדלער, דאס גייט ארויף כביכול אויפ'ן אייבערשטן, וואס קלאפט אויפ'ן טורעם, דער טורעם דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, י): "מִגְדַּל עֹז שֵׁם ה' בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק וְנִשְׂגָּב". אינעם טורעם זענען געזיצן די מענטשן וואס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צעבראכענעם שיף, ווייל די אלע מענטשן וואס קומען צום צדיק זענען אריבער עפעס א זאך אין לעבן וואס דאס האט זיי געמאכט מקורב ווערן, ווייל מען קען נישט מקורב ווערן צום צדיק ווען מען איז ביי זיך פול מיט ישות וגאות, מוהרא"ש זאגט, נאר ווער עס איז גוט צעבראכן ביי זיך - דער נעמט אין האנט א ספר אשר בנחל, נאר דער שפירט די געשמאקע זיסע טעם פון קרבת אלקים.


די אלע זענען געקומען צום טורעם, ביים צדיק, און ער האט זיי געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט", דער צדיק זאגט אונז אין נאמען פונעם אייבערשטן: "הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; א מענטש פאר זיך אליינס ווייסט נישט וואס פאר א אוצרות ער האט, ער ווייסט נישט צו וואס פאר א מדריגות ער קען אלץ זוכה זיין, ביז דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אים, דער צדיק וועקט אים אויף און איז אים מעורר: "הייב אן נוצן דיין מויל, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, גיי אין שול דאווענען שחרית, מנחה, מעריב; נעם א חומש, א משניות, א גמרא און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן"; ווילאנג מען לעבט קען מען זוכה זיין צו אזעלכע געוואלדיגע אוצרות.


דאס אלעס איז מען זוכה ווען מען איז מקורב צום צדיק.


מיר געפונען, די אידן אין מצרים, כל זמן יוסף הצדיק האט געלעבט - איז נישט געווען קיין שיעבוד מצרים, עס איז נישט געווען קיין נסיונות. אז מען האט א צדיק - איז מען ערליך און הייליג, דער צדיק בלאזט אריין חיות, ער בלאזט אריין האפענונג; איינמאל יוסף הצדיק איז נסתלק געווארן, "וַיָּמָת יוֹסֵף וְכָל אֶחָיו וְכֹל הַדּוֹר הַהוּא (שמות א, ו)", - דעמאלט האט זיך אנגעהויבן שיעבוד מצרים, אלע צרות; און אזוי איז עד היום הזה, ווען א מענטש איז מקושר צום צדיק - האט ער כח צו זיין ערליך און הייליג.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מיר זאלן בלייבן ביים צדיק, נישט זיין ווי פרעה, וואס (רש"י שם, ח): "עָשָׂה עַצְמוֹ כְּאִלוּ לֹא יָדַע", - וועלן מיר האבן אלעס גוטס בזה ובבא; מיר זאלן נישט האבן חלישות הדעת און איבערלאזן דעם רבי'ן, אזוי ווי ר' ליפא וואס איז געווען א גרויסער סוחר און אן ערליכער איד, איינמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, האט ער געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, איז ער געווען אויף שבת ביים רבי'ן, ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך אבער פון דעם באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און ער איז מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, האט ער אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין!" פון דעם זעט מען אז א מענטש דארף זיך מאכן א חשבון: 'איך ווייס ווער איך בין און איך ווייס גוט וואס דער רבי האט געטון פאר מיר, איך ווייס וואס איך האב באקומען און וואס איך באקום נאך יעצט פון זיך דרייען אין היכל הקודש; איז אפילו דער רבי זאל מיך שלאגן מיט א דראנג וועל איך אויך נישט אוועק גיין פון אזא פלאץ'.


א פרייליכן שבת!

#7 - מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט צדקה געלט
שלום בית, התחזקות, הפצה, צדקה, הדפסה, אידיש געלט, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט אמת וואס איר שרייבט, איך בין נישט געקומען קיין ירושלים קיינעם וויי צו טון, איך ווייס נישט פארוואס אייער מאן זאגט אזוי; איך בין געקומען מחזק זיין אנשי שלומינו. איך האב זייער ליב אייער מאן; עס טוט מיר זייער וויי אז ער זאגט איך בין געקומען אים וויי טון.


אז איר שרייבט מיר און איר ווילט דא עפעס העלפן, אפשר קענט איר זיין די גוטע שליח וואס וועט האבן א גוטע השפעה אויף אים, אים מחזק זיין ער זאל זיך נישט אפטיילן פון אונזער חבורה; עס טוט מיר זייער וויי, עד דכדוכה של נפש - אז אייער מאן וויל זיך אפטיילן פון אונז.


בנוגע די הדפסה; מוהרא"ש האט געזאגט, יעדער איינער קען דרוקן זיינע ספרים, עס איז נישטא קיין 'כל הזכיות שמורות' אויף דעם; אבער אז מען נעמט צאם געלט, מען בעט נדבות פון מענטשן און עס איז אויף מיין נאמען - מוז איך עס טון לויט די הלכה; עס דארף זיין א וועד פון אפאר מענטשן, נישט אז איינער אליין זאל האבן די שליסל צו די געלט. נישט חס ושלום אז מען איז חושד איינעם דא, נאר אין די עבר איז אזוי געווען; ביי מוהרא"ש איז געווען שרעקליכע מעשיות פון גניבות, דעריבער מוז זיין א וועג פון אפאר מענטשן וואס האלטן חשבון אויף די געלט.


איך האף אז אייער מאן וועט געדענקען ווער עס האט אים מקרב געווען, ער וועט געדענקען ווער עס האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז ער זאל וויסן די שיינע עצות פון רבי'ן, און ער וועט ווייטער בלייבן א מפיץ נאך מער ווי ביז אהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - שטארק זיך מיט הפצה, לאז זיך נישט צעברעכן פון חלישות הדעת
התחזקות, הפצה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אז דו האסט חלישות הדעת מבית ומחוץ, וויל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


דו האסט נישט קיין השגה ווי גרויס דיין זכות איז, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק פארבלאנדזשעטע נשמות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענער וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


נישטא קיין גרעסערע זאך ווי הפצה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְּקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל", ווער עס ראטעוועט נאר איין איד, "מַּעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵּם עוֹלָם מָלֵא", איז אזוי ווי ער מאכט די גאנצע וועלט; די ספרים, קונטרסים, גליונות און דרשות וכדומה - דאס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, מענטשן וואס זענען אזוי צעבראכן ווערן אויפגעלעבט דורך די ספרים.


אודאי און אודאי וועסטו האבן חלישות הדעת, סיי פון אינדרויסן און סיי פון אינעווייניג, פון אינעווייניג טוט מער וויי ווי חלישות הדעת פון אינדרויסן; דאך בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם אויף די וועלט.


איך האב געזען די נייע ספרים וואס דו האסט געדרוקט, קדושת ישראל; אויב דו קענסט מיר שיקן אפאר ספרים, איך וועל דיר באצאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - לאז נישט אפ דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן
התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט אפלאזן דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן, דו שפירסט נישט די ברען פון אמאל, די געשמאק פון אנהייב. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט, און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען, בעיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תפילה והתבודדות; ווער עס איז שטארק אין די הנהגה וועט קיינמאל נישט פאלן, מען בלייבט אייביג צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#4 - אלע וואס טוען פאר'ן רבי'ן, האבן אסאך חלישות הדעת
התחזקות, משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אזוי גייט עס ביי אלע וואס טוען פאר'ן רבי'ן, מען באקומט אזויפיל חלישות הדעת, מען ווערט אזוי צעבראכן, יעדעס מאל האט מען אנדערע בלבולים; ווייל ווען מען טוט פאר'ן רבי'ן קומט דער סמ"ך מ"ם און האלט נישט אויס, ער וויל צעהאקן דעם מענטש.


דערפאר בעט איך דיר זייער, טאנץ איבער אלע שווארצע שוועריקייטן, בלייב געטריי דעם רבי'ן. נעם אריין אין דיר 'איך דארף נישט קיינעם, איך וויל נישט קיינעם, איך האב נישט קיינעם; איך דין דעם אייבערשטן, איך בין געטריי דעם רבי'ן'; און אז דו ווערסט באליידיגט, אנטוישט, וויי געטון - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר. פארשטיי אליינס, אויב האסטו חלישות הדעת, וויפיל חלישות הדעת האב איך; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, איך ווייז עס נישט פאר קיינעם, אבער מעגסט מיר גלייבן, איך בין גוט צעבראכן, אבער דאס שוואכט מיר נישט אפ פון ווייטער גיין און ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק זיך, און יעדעס מאל דו האסט א חלישות הדעת זאלסט אפמאכן אז דו גייסט נאך מער טון פאר'ן רבי'ן.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט שטענדיג פאר דיר און פאר דיין משפחה.

#3 - ווייל איך דארף אייך, דעריבער זאג איך אייך וואס צו אכטונג געבן
לערערין, מוסר, חלישות הדעת, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארוואס זאלט איר זיך צעברעכן אז מען דארף אייך נישט פאר א טיטשער?


ווייל איך דארף אייך, דעריבער זאג איך אייך וואס צו אכטונג געבן; ווען איך דארף אייך ווען נישט שרייב איך אייך נישט וואס אכטונג צו געבן.


שוין צייט ארויסצוגיין פון אייער קטנות.


...

#2 - ארבעטן פאר'ן רבי'ן איז נישט קיין גרינגע זאך
התחזקות, חסידות ברסלב, חלישות הדעת, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


                       יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט מיר ווייטער העלפן אין אפיס; דאס וואס איר שרייבט מיר איז נישט קיין נייעס פאר מיר. זייט די ישיבה שטייט, זייט מיר האבן געעפנט די מוסדות גיי איך אריבער טאג טעגליך די אלע סארט זאכן; זיין א שמש פאר'ן רבי'ן איז נישט קיין גרינגע זאך, עס גייט אריבער אן א שיעור בלבולים און חלישות הדעת ווען מען טוט פאר'ן רבי'ן, בפרט ווען מען שטעלט אויף מוסדות התורה וואו מען איז מחנך קינדער צו לעבן מיט ריינע אמונה, מיט יראת שמים, מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן; דארט ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער ווילד און זוכט ווי ער קען צעברעכן די וואס בויען דאס.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אריבער אויף מיר יעדע שעה; א נארמאלער מענטש וואלט שוין לאנג אפגעלאזט ווען עס וואלט אריבער א פראצענט וואס גייט אויף מיר אריבער, דאך בין איך ביי מיר פעלזן פעסט נישט אפצולאזן מיין ארבעט, נאר ווייטער אנגיין און צולייגן נאך און נאך גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ישוב הדעת, איר זאלט שטענדיג געדענקען וועם איר זענט משמש; איר זאלט האבן די זכיה צו קענען בלייבן געטריי פאר'ן רבי'ן און איר זאלט האבן די כח דערצו (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", נישט צעבראכן ווערן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דער יצר הרע זוכט מחליש דעת זיין יעדן, בפרט דעם וואס איז מחזק א צווייטן
זיכוי הרבים, חלישות הדעת, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט דיין בריוו; איך ליין דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל. יעדעס מאל איך ליין עס בלאזט דאס אריין אין מיר ממש א חיות, ווי דו לייגסט אראפ דיין לעבן, וואס דו האסט אלץ באקומען דא אין ישיבה ביים הייליגן רבי'ן; דיינע שיעורים כסדרן, דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין אפילו עס קומט דיר אן אזוי שווער, דאך דערמאנסטו זיך פון די דיבורים און דאס מאכט דיר לויפן אין שול.


דיין בריוו איז אריין געקומען ממש אין א מינוט וואס איך האב געטראכט צו מיר: 'וואס פעלט אויס די אלע שיעורים וואס איך געב און בריוו וואס איך שרייב וכו'?' דו ווייסט דאך אז דער יצר הרע זוכט מחליש דעת זיין יעדן איינעם, בפרט איינער וואס איז מחזק א צווייטן – אים זוכט ער מער צו צעברעכן. אסאך מאל קומט מיר אריין אין מחשבה אז איך זאל אויפהערן שרייבן בריוו און אויפהערן געבן שיעורים; פונקט אין די מינוט האב איך באקומען דיין בריוו און געזען ווי דו שרייבסט מיר אז די דרשות און בריוו וועקן דיר אויף פון דיין שלאף, עס שלעפט דיר צוריק אין שול און שלעפט דיר צוריק צום אייבערשטן.


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; קוק נישט אויף אנדערע חברים אז זיי לערנען מער ווי דיר, געדענק וואס דער הייליגער תם האט אונז געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ט מחכם ותם): "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.