בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7607 - אנשי שלומינו האבן א געפיל צו די מוסדות על טהרת הקודש
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער מיט דיין עבודת השם יתברך, און מיטן זיין א גבאי צדקה פאר קופת רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות בארץ הקודש על טהרת הקודש.


דאס וואס דו זאגסט אז אנשי שלומינו האבן נישט קיין געפיל צו טהרת הקודש, זיי פארשטייען נישט וואס איז די גרויסקייט פון האבן מוסדות וואס מען נעמט נישט קיין שטיצע פון די ערב רב; לדעתי ביסטו זיך טועה, אנשי שלומינו האבן גאר א שטארקע געפיל צו די מוסדות אין ארץ ישראל, ערשטנס א גרויסע טייל תלמידי היכל הקודש קומען פון סאטמער, מוהרא"ש אליין פלעגט זאגן ביי די שיעורים מיט שטאלץ אז ער איז א סאטמער תלמיד, און אפילו די וואס קומען פון אנדערע קהילות האבן באקומען א געפיל צו דעם פון הערן יארן פון מוהרא"ש איבער די טומאה פון די עירוב רב מיט זייערע רבנים, בפרט די לעצטע צען יאר וואס די מדינה של גיהנום האט געזוכט צו לייגן מוהרא"ש אין תפיסה, זיי האבן געהאט א פלאן צו לייגן מוהרא"ש פאר זעכצן יאר אין תפיסה, און די פרומע וואס זיצן אין כנסת המינים האבן זיך אלע אויסגעלאכט, מען איז זיי געגאנגען בעטן הצילו, ראטעוועט, האבן זיי אלע געלאכט.


לדעתי זענען אנשי שלומינו זייער ווארעם צו דעם, דו האלט אן די הייליגע ארבעט צו קענען אויסהאלטן די מוסדות.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו האבן אלע ברכות וישועות.


אלקא דמאיר ענינא

#7606 - די סגולה פון מזמור לתודה
קינדער, תודה והודאה, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב אייך איז מער איינגענעם צו גיין האבן דעם קינד מיט אייער מאמע – איז אוודאי גוט צו גיין מיט די מאמע, ווייל עס ווערט גע'פסק'נט אזוי אין הלכה, אז מען מעג אפילו מחלל שבת זיין אויב די פרוי זאגט אז זי דארף האבן מיט זיך געוויסע מענטשן.


גייט מיט אייער מאמע, און דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


מזמור לתודה איז די סגולה צו האבן גרינג, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – העלפט געבוירן, עס נעמט אוועק די מקטריגים, אלע טויערן עפענען זיך.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט דאנקען דעם אייבערשטן, מען איז זוכה צו אלע ישועות.

#7605 - נישט מסכים אויף דיין סדר היום
כולל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין נישט מסכים אויף דיין סדר היום, פון אויפשטיין טויזנט א זייגער, אז דו ווילסט ממשיך זיין אין כולל – דארפסטו קומען צייטליך. איך מוטשע זיך אזוי שטארק צו קענען צאלן צייטליך פאר די כולל אינגעלייט, עס קומט מיר אן אזוי שווער, איך זאג קלאר, איך צאל נאר פאר די כולל אינגעלייט וואס קומען אין צייט.


איך וויל דיר נישט וויי טון, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהויבן קומען צייטליך. בעט דיין ווייב זאל דיך וועקן, זי שטייט דאך אויף צו די קינדער, זי לייגט זיי אויפן באס, בעט איר זי זאל דיך וועקן, זי זאל דיר העלפן מצליח זיין אין לערנען, ווייל עס איז א שאד דיינע יונגע יארן, דיינע שענסטע יארן – זאלן דיר אריבערגיין מיט שלאף.


איך זאג נאכאמאל, צו זיין אין כולל מוז מען היטן די זמנים, נאר ווער עס קומט אין צייט באקומט כולל געלט און די בענעפיטן וואס די כולל אינגלייט באקומען.

#7604 - וואס פעלט מיר אויס די גאנצע זאך?
חשבון הנפש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער חבר ...


איך וויל זיך אויסשמועסן מיין הארץ מיט דיר,


עס קומט שוין אלול, מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש, איך בין זייער צעבראכן, וואס טו איך דא, וואס פעלט מיר אויס די גאנצע ארבעט פון זיין ראש ישיבה, עס קומט ארויס ווייטאג, ווייל מען זאגט דעם וואס צו טון, מען זאגט יענעם וואס צו טון, מען זאגט מוסר, מענטשן ווערן באליידיגט פון מיר, איז וואס פעלט מיר אויס די גאנצע זאך? אפשר קען איך זיך טוישן מיט דיר? דו ביסט אזא פארגינער, אזא ווארעמער; ווער זאגט איך מעג ווייטער זיין דער ראש ישיבה? פון די אנדערע זייט, אז מוהרא"ש האט מיר יא געזאגט זיין ראש ישיבה, מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו זאגן וכו' – דארף איך יא זאגן; אבער וואס טוט מען מיט ווייטאג, מיטן פוסע זיין על ראשי עם ישראל?


וואס טוט מען מיט אלע שיחות, ווי למשל 'דארט וואו מען זעט א חסרון איז דאס א סימן אז איך האב נישט געהאט גענוג התבודדות'? וואס טוט מען מיט די אלע שמועסן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט נישט צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס רוחניות, נאר העלפן א צווייטן, וואס פעלט מיר אויס צו זיצן אויבן אן און זאגן פאר מענטשן וואס צו טון, ווען איך אליין ווייס נישט פאר מיר אליין ווי זיך אן עצה צו געבן?


זאת נחמתי, איין עצה איז געבליבן, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן מען זאל זיך נישט אפנארן, למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.

#7603 - יעדעס קינד שיינט אויף זיין וועג
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע וכו'; יעדע מענטש האט א זאך וואס מען קען נישט טרעפן און געפינען ביי א צווייטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "כי יש בכל אחד מישראל דבר יקר מה שאין בחבירו", יעדער איד האט עפעס וואס א טייערע שיינע זאך וואס מען קען עס נישט טרעפן ביי זיין חבר; אזוי דארף מען קוקן אויף אנדערע און זיכער ווען עס קומט צו די אייגענע קינדער, עלטערן דארף וויסן יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך, מען טאר נישט לייגן קינדער אויפן וואגשאל, ערווארטן פון א קינד זאל זיין אזוי ווי דער ברודער אדער שוועסטער, דאס איז זייער נישט ריכטיג; אויך קען דאס גורם זיין אז די קינד זאל ווערן צעקלאפט און נישט קענען וואקסן, ווען די קינד שפירט אז מען איז נישט צופרידן וכו'.


אלע אייערע קינדער זענען ליכטיג און טייער, יעדע קינד שיינט אויף זיין וועג, און אז מען וועט אזוי קוקן אויף זיי – וועלן זיי זיך עפענען ווי שיינע בלומען און מען וועט זען פון זיי נחת און פרייד.


ווען איר שיידט אפ חלה און ווען איר צינדט די שבת לעכט, און ווען וכו'; ביי די דריי מצוות איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע זאכן.

#7602 - אלע שידוכים וואס ווערן נישט, זענען א בחינה פון א שידוך
שידוכים, התחזקות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען די מיידל וואס איז ארויס מיט דיר שוין עטליכע מאל האט דיך אפגעזאגט, זאלסטו זיך נישט צעברעכן, דאנק דעם אייבערשטן אז זי זאגט "ניין"; איז א סימן אז דאס איז נישט דיין שידוך.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט מאכן קיין הנחה, היות דו ביסט שוין ארויס צוויי מאל און ביידע האבן געזאגט ניין, אז דו וועסט שוין אזוי בלייבן; חס ושלום, די מחשבות זענען פסול'ע, דאס זענען פון די סטרא אחרא, טראכט פונעם רבינ'ס ווערטער. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה), די אלע שידוכים וואס מען טראגט אן און עס ווערט נישט זענען אויך א בחינה פון א שידוך; און יעצט וועט קומען די ריכטיגע.


שטארק זיך מיט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, מיט בגדים חשובים. אויך שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה וספרי רבינו, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים און גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.

#7601 - א שאד אז דו קומסט נישט צו די וועכנטליכע שיעורים
התחדשות, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז אלעס איז ביי ענק גוט, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, א שאד אז דו קומסט נישט צו די וועכנטליכע שיעורים. אמאל פאלט מען אריין אין א קטנות הדעת, מען טראכט 'וואס האב איך צו קומען? וואס וועט מען שוין רעדן? איך ווייס שוין סיי ווי אלעס וכו'', אבער עס איז נישט אזוי, ווייל יעדע מאל מען קומט צווישן אנשי שלומינו און מען הערט די תורות פון רבי'ן – ווערט מען ניי געבוירן, און מען איז מקבל קדושה וטהרה, מען איז זוכה צו מחילת עוונות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש משלי י, יז), ווען מען זיצט ביי א שיעור וואו מען רעדט דעם צדיק'ס ווערטער איז מען מוחל אלע עבירות.


קום צוריק, גיי נישט אוועק פון הייליגן רבי'ן, קום זיך טובל'ען אינעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, "אני נהר", איך בין א טייך – זאגט דער רבי, "המטהר", וואס טוט רייניגן, "מכל הכתמים", פון אלע פלעקן.

#7600 - העלפן די מוסדות, אן טרעטן אויף אנדערע
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט צו העלפן די מוסדות, ביי מיר איז די מוסד דאס וויכטיגסטע און טייערסטע זאך פון די גאנצע קהילה, און ווער עס העלפט די מוסדות – האט א זכות פאר אייביג, פאר זיך און פאר זיינע דורות.


אויך זאלט איר זיין געבענטשט פארן העלפן די מוסד און אין די זעלבע צייט נישט וויי טון קיינעם. אמאל קומט איינער העלפן און ער העלפט זייער געטריי, אבער ביים העלפן טוט ער צעטרעטן אנדערע, מען טוט מבטל זיין אנדערע, וויי טון אנדערע, אין אזא פאל איז שוין א בחינה פון 'מוחל טובות', ענדערש העלף נישט; דעריבער דאנק איך אייך אז איר העלפט די מוסד מיט שלום, מען געבט אכטונג אויף אנדערע'ס געפילן.


בזכות וואס איר העלפט זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער.

#7599 - ווי מער דו וועסט טון פאר די מוסד, וועסטו האבן מער הצלחה
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפילו מיר האבן שוין גערעדט – דאך וויל איך דיר דאס געבן בכתב.


אז דו וועסט מיר העלפן מיט די מוסד וכו' – וועסטו זיך נישט מוטשען מיט דיינע אייגענע געשעפטן, און ווי מער דו וועסט טון פאר די מוסד – וועסטו האבן מער און מער הצלחה.


די קינדער אין חדר האבן נישט קיין פלאץ, אויך זענען די מלמדים נישט באצאלט געווארן. די טיטשערס און די אייגעשטעלטע אין אפיס – איז מען שולדיג פון פסח, און נאך זאכן וואס דארפן ערלעדיגט ווערן.


אויך דארף מען איבערגיין מיט די מנהלת תחי' אויב די טיטשערס ווערן געהעריג באצאלט אדער נישט.


איך האף צום אייבערשטן ער וועט מאכן מיט אונז ניסים ווייטער אזוי ווי ביז יעצט, ווייל אלעס וואס דו זעסט ביי אונזערע מוסדות איז הוילע ניסים ונפלאות, חסדים גמורים.

#7598 - די משפחה טשעפעט וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך קען נישט קומען צו זיך הערנדיג ווי דיין ווייב תחי' ווערט אזוי שטארק געטשעפעט פון איר משפחה צוליב דעם וואס זי נעמט חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ווי קענען מענטשן זיין אזוי שלעכט? ווי קענען ברידער און שוועסטער זיין אזוי שלעכט? צו טשעפען א שוועסטער וכו' וכו'.


יעצט ווען זי גייט דאס אריבער זאלסטו זיין מער ליבליך און מער ווארעם, ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ווען א משפחה האקט אפ קשר וכו'.


שטארק זיך און שטארק איר, עס וועט אריבערגיין, יארן גייען אריבער, מען ווערט עלטער, מען קוקט זיך ארום אויף די קינדער און אייניקלעך; אפילו ווען אלע קינדער און אייניקלעך בלייבן בדרך התורה, דאך זעט מען א גרויסע חילוק צווישן די קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן רבינ'ס עצות און מיט זיינע וועגן, די כיבוד אב ואם איז גאר אנדערש, די דרך ארץ איז מער, די חינוך הבנים והבנות איז כרחוק מזרח למערב; ביים סוף זענען אלע מודה אז דאס מערסטע נחת האט מען פון די ברסלב'ע קינדער און אייניקלעך.


 

#7597 - אוועק געגעבן די בזיון פאר ענק, פאר זרע של קימא
קינדער, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איין טאג די וואך, ביי מנחה, האט דער שליח ציבור זיך צוהיסט און נישט געקענט ווייטער דאווענען ביים עמוד, מען האט צוגעשיקט א צווייטן (אזוי ווי די הלכה איז). איך האב פארשטאנען אז דאס איז פאר אים געווען א בזיון, בין איך צוגעגאנגען צו אים און אים געבעטן ער זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך און אייער מאן ענק זאלן האבן קינדער, און פאר נאך משפחות וואס ווארטן אויף קינדער, און אזוי האט ער געטון, ער האט אוועק געגעבן די בזיון פאר ענק און פאר אנדערע.


איך בעט פאר ענק, און איך בין זיכער אז ענק גייען שוין זוכה זיין צו זרע של קיימא.

#7596 - אפגעקילט פון רבי'ן
התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ זאגט מיר אז דו האסט זיך אפגעקילט פון רבי'ן, מען זעט דיך מער נישט, מען הערט נישט פון דיר.


אזא שאד, ווייל אלעס וואס דו פארמאגסט האסטו זוכה געווען צו באקומען פון רבי'ן, דיין ווייב האט דער רבי דיר געגעבן, דיינע קינדער, דיין שלום בית, דיין פרנסה, אלעס וואס דו האסט – איז פון רבי'ן; דארפסטו זיך נאר באנייען, דארפסט האבן גוטע חברים, וואס זענען מקושר צום רבי'ן, וועסטו אויך זיין מקושר צום רבי'ן.


אזוי צו אזוי, חומש זאלסטו ווייטער לערנען, משניות און גמרא זאלסטו ווייטער זאגן, די דריי תפילות יעדן טאג זאלסטו דאווענען מיט מנין מיט מסירות נפש.

#7595 - טון אביסל, און נאכדעם נאך אביסל
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, אביסל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט א טיפע שכל, און ווער עס ניצט דאס איז זיך ממש מחי'; דער רבי האט געלערנט: "אביסל איז אויך גוט", דאס איז א וואונדערליכע שכל, אז מען ווייסט די טייערקייט פון טון אביסל טוט מען אביסל און נאכדעם נאך אביסל, ביז מען קומט אן צו טון אלעס.


דאס איז ביי אלעס; דאס איז ביים לערנען, ביים זאגן תהילים, ביים זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אויך ביים רייניגן די שטוב; אז מען וויל מאכן אינגאנצן ריין – קען דאס אפהאלטן פון בכלל אנהויבן וכו', פון יאוש וכו', אבער אז מען קוקט אויף די ארבעט מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט – דעמאלט האלט מען זיך נישט אפ פון אנהויבן, מען הויבט אן ריין מאכן די שטוב על דעת צו טון נאר אביסל, און 'אביסל אביסל פילט זיך אן א שיסל', ביז מען קומט אן צו טון אסאך.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אן דעם רבינ'ס שכל, דער לעבט א חיים טובים.

#7594 - גרויסקייט פון ארייננעמען עלטערע עלטערן אין שטוב
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין מקנא דיין זכות אז דו האסט אריינגענומען דיין שווער צו דיר אין שטוב; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


אויך זאלסטו זאגן פאר דיין ווייב תחי' אז איר זכות איז זייער זייער גרויס, נישטא עפעס גרעסערס פון ארייננעמען עלטערן אין שטוב, אן אלטע טאטע, אן אלטע מאמע – וואס קענען נישט גיין און קומען, וואס דארפן צוקומען צו הילף פון די קינדער.


בזכות די גרויסע מצוה זאלן ענק האבן נחת ביי ענקערע קינדער, און האבן הצלחה בכל ענינים.

#7593 - זיך רעגן, כעס, און געשרייען אין שטוב
תפילות אויף אידיש, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


צעברעך זיך נישט, און אז דו ווילסט זיך העלפן נישט צו ווערן בכעס, עס טוט דיר וויי פארוואס דו רעגסט זיך אויף אין שטוב, און פון צייט צו צייט ברעכט אויס א כעס און געשריי אויף דיין ווייב; מיט תפילה וועסטו געהאלפן ווערן.


דא האסטו א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען אויסרייסן פון מיר די שלעכטע מדה פון כעס, איך זאל זיך חס ושלום נישט אויפרעגן און חס ושלום שרייען אויף מיין טייערע ווייב, אנא ה' איך בעט דיר געב מיר א רואיגקייט, געב מיר א שלוות הנפש, איך זאל נישט זיין נערוועז, איך זאל געדענקען אז איך בין דא נאר א גאסט, די גאנצע וועלט האט נישט מיט מיר, דו פירסט אלעס, דו מאכסט אלעס, איך זאל זיך מבטל זיין צו דיר, איך זאל זיך קיינמאל אויפרעגן חס ושלום.


אנא ה', איך בין אזוי פארשעמט פון מיר אליין און פון מיינע קינדער, זיי זעען ווי איך שריי אויף מיין ווייב, איך מאך איר וויינען, נאכדעם ווילן זיי נישט רעדן צו מיר, זיי ווערן וויי געטון פון מיר (איך פארשטיי זיי), איך געדענק אויך ווען מיין טאטע פלעגט מאכן וויינען מיין מאמע, ווי עס האט געריסן שטיקער פון מיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר, ראטעווע מיך, וכו'".


אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, דו וועסט ווערן א רואיגער מענטש, א נארמאלער מענטש, א פרייליכער מענטש, א צופרידענער; נאר תפילה איז די עצה פאר די שווערע מידות.


צעקלאפ זיך נישט, ביסט נאכאלץ זייער טייער, און דאס אליין אז מען שרייט צום אייבערשטן: "הצילינו, מלטינו, פלטינו" – דאס איז די ישועה.

#7592 - דן זיין לכף זכות די טשעפערייען
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


גייט צו אייערע עלטערן, און אז זיי פירן זיך קאלט צו אייך וכו' צוליב אייער התקרבות צום רבי'ן – זאלט איר ווייטער גיין צו זיי, און ווייטער העלפן.


וויסן זאלט איר, אייערע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, זיי האבן געהערט שרעקליכע לשון הרע אויף היכל הקודש, און זיי ווילן נישט אז די קינדער זייערע זאלן זיין אין אזא פלאץ.


איך ווייס אז דאס איז זייער נישט איינגענעם, צו גיין און זיין ביי די עלטערן ווען זיי איגנארירן און זיי ענטפערן ממש וואס זיי מוזן און פירן זיך קאלט וכו', דאך זאלט איר ווייטער גיין און זיי דן זיין לכף זכות. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), דורכדעם וואס מען שווייגט אפ אויף די בזיונות דורך טרעפן אין די וואס טשעפען און פארשעמען - א צד זכות, "שאינו חייב כל כך במה שמבזה אותו", אז ער איז נישט שולדיג אויף דעם וואס ער טשעפעט, "כי לפי דעתו וסברתו", ווייל לויט זיין קוק ווינקל, לויט זיין פארשטאנד, "נדמה לו", האלט ער, "שראוי לו לבזות אותו", אז מען איז מחויב צו פארשעמען וכו'; "על ידי זה", דורכדעם, "נעשה בחינת 'כתר'", ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, מען ווערט א קרוין פארן אייבערשטן און מען איז זוכה צו כבוד אלקי, צו תשובת עולם הבא און צו אדם לשבת על הכסא.

#7591 - די דרך ארץ וואס איך לערן מיט מיינע תלמידים
דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית יואל ביי די חתונה פון דיין ניס, א תלמידה פון בית פיגא, אויך דער חתן האט געלערנט אין ישיבה. איך האב דארט געטראפן דיין טאטע, הרב הגאון ר' ... שליט"א, ער האט זיך נישט אויפגעהערט צו באדאנקען פאר אלע קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין היכל הקודש. ער האט מיר געזאגט אפאר מאל מיט טרערן אין די אויגן ווי דאנקבאר ער איז ווען ער זעט די יראת שמים און די געפיל און איידלקייט וואס די אייניקלעך האבן באקומען דא אין די מוסדות, עס האט מיר דערמאנט די שיחה פון רבי'ן, וואס ער האט געזאגט: "וואלטן די קיסרין און קעניגן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר".


נאר וואס דען? דער סמ"ך מ"ם האט שוין זיינע שלוחים וואס מאכן א שלעכטע נאמען, רעדן לשון הרע און זענען גורם צו פארשמירן דעם צדיק'ס נאמען, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת ושפיכות דמים, און דאס איז דער גלות, אז דער צדיק איז פארשעמט, "הַשֹּׁפְכִים בְּקִרְבָּהּ דַּם צַדִּיקִים" (איכה ד, יג).


ווי זאגט מוהרנ"ת אין די בריוו, אשרינו אז מיר זענען נישט קיין מתנגדים אויפן צדיק אמת.

#7590 - נעם נישט יעצט בחורים צו סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע נעמען בחורים צו סעודות; מען דארף אכטונג געבן ווען מען האט טעכטער נישט צו נעמען בחורים אין שטוב. אויך יעצט זומער ווען די בחורים האבן פיינע סעודות אין שול – איז בכלל נישט קיין ענין צו נעמען בחורים, עס איז בעסער נישט צו נעמען, אז זיי זאלן עסן אינאיינעם אין ישיבה, מכמה טעמים.


נאך א וויכטיגע זאך, מאך פרייליכע שבת'דיגע סעודות. די קינדער ווילן גארנישט, קינדער דארפן גארנישט, נאר איין זאך, א פרייליכע טאטע, א רואיגע טאטע, א טאטע וואס רעדט מיט דרך ארץ צו די מאמע און א מאמע וואס רעדט מיט עהרע צום טאטן, אויב איז דאס דא אין שטוב – איז אלעס דא, און אז דאס פעלט – וועלן די קינדער אנטלויפן חס ושלום.


תפילה און נאכאמאל תפילה, און נאר תפילה – איז די עצה פאר שמחה און ישוב הדעת, און געדולד צו די קינדער...

#7589 - ווען מען זאגט עס פאר א צווייטן, קנאקט עס צוריק
משמש דעם רבי'ן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך טראכט צו קומען צו ענקער געגנט אויף שבת פרשת שופטים, מחזק צו זיין די אלע משפחות פון די געגנט וואס האבן נישט מיטגעהאלטן במשך די זומער וואכן די באטע מיט סיפורי מעשיות און שלש סעודות; לאז מיר וויסן אויב דו מיט די אנדערע גבאים ווילן דאס, און אויב ענק קענען צושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט תורה תפילה און מיט משמש זיין דעם רבי'ן, ברענג אריין א חיות אין אנשי שלומינו, דאס וועט דיך ברענגען צו גדלות המוחין. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד; שיחות הר"ן, סימן צט), אן עצה צו קומען צו גדלות המוחין – מען זאל רעדן דבורי התחזקות מיט אנדערע, דאס איז א סגולה צו אליין ווערן מחוזק, עס איז א סגולה זאך, נישט קיין שכל, ווייל אז מען וועט זיך אליין זאגן די זעלבע ווערטער וועט עס נישט אויסמאכן, און ווען מען זאגט עס פאר א צווייטן – קנאקט עס צוריק און עס איז אים אליין מחי'.

#7588 - נישט וויי טון קיינעם
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אזויפיל מענטשן, יונג און אלט, מענער און פרויען – זענען זיך אזוי מחי' מיט די הערליכע קונטרסים, די וועכנטליכע "עצתו אמונה"; עס ווייזט זיי די וועג אין לעבן, עס בלאזט אריין אין זיי א לעבעדיגע גייסט. דו טארסט נישט זיין צעבראכן, דו דארפסט זיך זייער מחי' זיין, ווייל אפילו אז מען קען איינמאל אין לעבן איין איד מחי' זיין – איז שוין אלעס כדאי, כל שכן וקל וחומר אז דו ביסט מחי' הונדערטער און טויזנטער אידישע קינדער מדי שבוע בשבוע, דארפסטו זיך זייער שטארקן און זיך מחי' זיין.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי א שוחט מיטן מעסער מיט א פארטיך שטייט, און ווי א קעלבל באהאלט זיך אונטערן טיש, און ווי א תנא ווייזט אים ער זאל גיין צום שוחט. איך וויל זאלסט מאכן די מעשה פון רבינו הקדוש וואס האט נישט רחמנות געהאט אויפן קעלבל, ווי דאס איז שוין געווען א פגם פאר אים; אריינצוברענגען אין די קינדער גוטע מידות.


דא האסטו די מעשה:


מעההה... מעההה... די קעלבעלע וויינט, זי וויל נישט דער שוחט זאל איר שחט'ן, זי וויל נאך אביסל לעבן.


טייערע קינדער, מיט יארן צוריק האט אמאל פאסירט, רבינו הקדוש לערנט די הייליגע תורה און פלוצלונג שפרינגט צו אים א קעלבל און וויינט מעההה... מעההה... די קעלבל האט געוויינט צו רבינו הקדוש: "היט מיך, לאז מיך זיין דא באהאלטן אונטערן טיש, דער שוחט זאל מיך נישט שחט'ן"...


רבינו הקדוש זאגט איר: "גיי צום שוחט, דו ביסט באשאפן געווארן מען זאל דיך שחט'ן, גיי ארויס פון דא", און די קעלבל איז געגאנגען צום שוחט.


אויבן אין הימל איז געווארן א רעש, מען האט געזאגט וויבאלד רבינו הקדוש האט נישט רחמנות געהאט אויפן קעלבל וועט ער באקומען ציין ווייטאג, ווייל אזוי ווי א מענטש פירט זיך דא אויף די וועלט פירט מען זיך מיט אים פון יענע וועלט, און רבינו הקדוש האט באקומען ציין ווייטאג.


טייערע קינדער, מיר נעמען זיך פאר נישט וויי צו טון קיינעם, אפילו בעלי חיים, און זיכער נישט א קינד, ווייל אויב חס ושלום מען טוט וויי א קינד, אויב חס ושלום מען מאכט וויינען א קינד – מאכט דער אייבערשטער מדה כנגד מדה און מען דארף אליין וויינען ביז מען טוט תשובה.


אלע קינדער בעטן זיך איבער, מען נעמט זיך פאר מען גייט שוין מער קיינמאל נישט וויי טון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7587 - זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט אין חדר
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט אריינלייגן אין די קינדער יראת שמים און מידות טובות.


איך בין זייער איבערגענומען פון וואס דו לייגסט אריין אין דיינע קינדער, די פארגאנגענע שבת נחמו איז געווען ביי מיר מיין עלצטע אייניקל, ער האט דערציילט במשך דעם שבת די פרשה מיט אזויפיל יראת שמים, עס איז הערליך און שיין צו הערן פון א כתה א' אינגל אזוי שיין די פרשה, און די מעשה פון חנה ושבעה בני', און פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם"; מען זאל נישט נאכלויפן א באס, אויך האט ער דערציילט ווי דו רעדסט צו זיי פון שמירת הברית; ער איז אזוי קלאר און ווייסט וואס צו טון אויב איינער רופט אים אין די זייט און וויל טון וואס מען טאר נישט.


שטארק זיך, און זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט אין חדר, נאר ביי גשמיות דארף מען זיין צופרידן מיט וואס מען האט, ווען עס קומט צו די קאר, צו די הויז – דארט דארף מען זיין א מסתפק במיעוט, אבער ווען מען רעדט פון טון גוטע זאכן, זיין א מלמד, אויפברענגען דורות פארן אייבערשטן – דארט דארף מען אלץ טון נאך מער און נאך מער.


שטיי צו די רעכטע האנט פונעם מנהל, זע צו העלפן מיט וואס דו קענסט אז די קינדער אין חדר זאלן קענען שרייבן אידיש, און אויך זיי אויסלערנען רעכענען וכו', אויך קענען אביסל די אמעריקאנע שפראך, דאס איז אויך וויכטיג.

#7586 - מאך דיין התבודדות ווי א סענדוויטש
שלאפן, קאמפלימענטס, סגולות, גאווה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע אויב זיך קאמפלימענטן איז גאווה וכו'; גאוה איז מבטל זיין א צווייטן, אוועק מאכן א צווייטן, שפעטן פון אנדערע.


זיך געבן גוטע ווערטער – איז א גוטע זאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכה), דוד המלך האט זיך געגעבן גוטע ווערטער, ער האט געזוכט אין זיך גוטע נקודות און זיך דן געווען לכף זכות; ווייל דער יצר הרע וויל נאר איין זאך, צעברעכן און צעהאקן דעם מענטש, ביז ער זאל שוין אפילו נישט וועלן מער זיין גוט, ער זאל ביי זיך זיין אפגע'פסקנ'ט אז ער וועט שוין נישט זיין א צדיק, און אזוי ווארפט ער אים אראפ אין עבירות.


בנוגע אז דו קענסט נישט איינשלאפן וכו'; דער רבי געבט א גוטע עצה, מען זאל טראכטן פון תחיית המתים.


בנוגע התבודדות וכו'; מאך דיין התבודדות ווי א סענדוויטש, הויב אן מיט הודאה און ענדיג מיט הודאה, און אינמיטן לייג אריין דיינע בקשות, אבער הויב אן און ענדיג מיט דאנקען און לויבן.

#7585 - דו האלסט נישט פון זיך, דאס לאזט נישט וואקסן
שטעטל, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב הנאה יעצט זומער ווען איך בין אין שטעטל דיך צו זען, איך האב דיך ליב, איך וועל זיך נאך מער פרייען אז דו וועסט קומען אינדערפרי צום גמרא שיעור, עס איז א מחי' אנצוהויבן דעם טאג מיט לערנען גמרא; אלעס איז אנדערש, ווייל מיט תורה איז די לעבן א לעבעדיגע זאך, מען באקומט א רוח חיים דורך לערנען תורה.


שטארק זיך, הויב שוין אן האלטן פון זיך, ביסט א גוטער מענטש, ביסט א גוטער אינגערמאן, נאר איין חסרון האסטו, אז דו האלסט נישט פון זיך, און דאס לאזט נישט וואקסן.


שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר דיינע שיעורים; וועסט מיך מחי' זיין.

#7584 - וואס יא און נישט אונטערצושרייבן פאר זיווג שני
שידוכים, הדרכות, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די תנאים וואס זיי ווילן זיך אויסנעמען מיט דיר.


דאס וואס דו פרעגסט אויב דו זאלסט אונטערשרייבן אזעלכע תנאים; ווי קען מען אפילו בעטן אזא זאך פון א טאטע, אז מען איז גרייט צו מאכן א שידוך בזיווג שני, נאר אז מען שרייבט אונטער בכתב א תנאי אז די קינדער פון די ערשטע ווייב וועלן נישט וואוינען מיט אים?


איך פארשטיי אז די שידוך וואס מען רעדט דיר, זי האט נאכנישט קיין קינדער, זי וויל אנהויבן דאס לעבן פון ניי, און אז דו וועסט קומען מיט דיינע קינדער וועט דאס אוועק נעמען פון די נייע שטוב, אבער ווי קען מען בעטן אזא זאך? ווי קען מען זאגן א טאטע זאל אונטערשרייבן נישט צו האבן די קינדער מיט זיך? דו טארסט נישט אונטערשרייבן די תנאי.


איך האלט עס איז א גוטע שידוך, זאג דעם שדכן דו ווילסט גיין ווייטער, און דו זאלסט אונטערשרייבן די תנאי א', ווי צום ביישפיל "וואו צו וואוינען", און אויף סעיף ו': "אז דו וועסט נאכאמאל לערנען ווי מען לעבט א חתונה געהאטע לעבן" - דאס זאלסטו אויך אונטערשרייבן, אבער אויף סעיף ב' "אז דיינע קינדער וועלן נישט קענען וואוינען ביי דיר אין שטוב"; ווי קענסטו אזא זאך אונטערשרייבן? ווי קען מען זאגן פאר א טאטע אדער א מאמע: 'דו דארפסט פארשיקן דיינע קינדער? און אזוי אויך אויף סעיף ג': "אז די הויז זאל זיין א פרישע שטוב וואס האט גארנישט מיט דיינע קינדער פון די ערשטע ווייב, דהיינו זי זאל נישט האבן קיין עול און אחריות ווי א מאמע אויף דיינע קינדער (נאר ווי א מומע), זיי קענען קומען באזוכן אויף א קליינע צייט אבער נישט איינשטיין עמטליך"; די חלק אז זי וועט נישט זיין זייער מאמע איז פארשטענדליך, אבער אז דיינע קינדער וועלן נישט קענען זיין ביי דיר, ווי קען מען אזא זאך זאגן? העכסטנס אז מען זאגט די ערשטע האלבע יאר נאך די חתונה וועלן ענק זיין אן די קינדער - דאס קען זיין, אבער אונטערשרייבן פערמינאנט אז דיינע קינדער קענען נישט זיין ביי דיר - הישמע כזאת? עס איז מיר א פלא אז די עלטערן פארלאנגען דאס!


אויף סעיף ד': "אויב ענק וועלן פארן קיין חוץ לארץ וואו די קינדער וואוינען, זאל מען נישט ארויסנעמען א גרויסע דירה וואו די קינדער קענען קומען איינשטיין דארט, נאר מען זאל איינשטיין ביי א צווייטן" - אויף דעם זאלסטו אויך נישט אונטערשרייבן, און אויף סעיף ה': "אויב דו וועסט דארפן שאפן געלט צו חתונה מאכן דיינע קינדער, זאלסטו נישט קומען קיין אמעריקע נאך געלט און איר איבערלאזן, נאר פארשאפן געלט דארט, אדער דורכ'ן טעלפאן" - דאס קענסטו אינטערשרייבן, און אויף סעיף ו': "אז דו זאלסט גיין נעמען פון פריש הדרכה אויף חתונה האבן (א הדרכה וואס איז צוגעפאסט לויט א זיווג שני) - אויף דעם קענסטו אונטערשרייבן.


מען דארף חתונה האבן און מען דארף אראפגיין א טרעפל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וּנְתִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה; אויב איז מען געלונגען דארף מען אראפ גיין א טרעפל, דאס הייסט מען זאל נעמען א שידוך אפילו עס איז ווייניגער חשוב וכו', אבער חתונה האבן און אוועק ווארפן די אייגענע קינדער - אויף דעם זאלסטו נישט אונטערשרייבן, זאלסט בלייבן א געטרייער טאטע פאר דיינע קינדער און זיי שטיין צו די רעכטע האנט. (איך האב גערופן מיין טאטע קארלסבורגער רב שליט"א, ער האט מיר אויך אזוי געזאגט).


איך פארשטיי אז אמאל דארף מען פארשיקן די קינדער פון זיווג ראשון ווען זיי פירן זיך מיט חוצפה צו די שטיף מאמע, דאס איז שכל'דיג, מען מוז זיך אננעמען פאר די ווייב, מען מוז פארלאנגען פון די קינדער אז זיי מוזן רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו זייער שטיף מאמע, און אז זיי קענען נאר וואוינען אין שטוב אויב זיי זענען מכבד די מומע (שטיף מאמע), און אזוי דארף מען טאקע טון, און אזוי האבן מיר געדארפט אמאל פארשיקן קינדער וואס האבן געלאכט אין פנים פון די שטיף מאמע, און מיר האבן געדארפט פארשיקן די קינדער, אבער גיין זאגן לכתחילה אונטער שרייבן אוועק ווארפן די קינדער פערמינאנט - דאס איז נישט געהערט געווארן.


ווען דו האסט מיר געשיקט די פראגע האב איך גלייך געטראכט דאס וואס די הייליגע חכמים דערציילן (פסחים פז.), ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר הושע הנביא: "בניך חטאו", דיינע קינדער האבן געזינדיגט, די גמרא זאגט דער נביא וואלט ווען געדארפט ענטפערן פארן אייבערשטן, אייבערשטער, דאס זענען נישט מיינע קינדער, דאס זענען דיינע קינדער "בני חנוניך הם", דאס זענען דיינע טייערע באליבטע קינדער, "בני אברהם יצחק ויעקב", קינדער פון אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, "גלגל רחמיך עליהן", דריי איבער די כעס אויף רחמנות, און שוין זיי; נישט נאר דאס האט דער נביא נישט געזאגט, נאר ער האט געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם די גאנצע וועלט איז דאך דיינס, נעם א צווייטע פאלק פאר דיינע קינדער, און מאך זיי אויס קינדער".


די גמרא זאגט ווייטער, דער אייבערשטער האט געזאגט, וואס קען איך טון אז הושע הנביא זאל כאפן און פארשטיין אז ער איז נישט גערעכט? איך וועל אים זאגן ער זאל חתונה האבן מיט א נישט ערליכע פרוי, וואס גייט מיט פרעמדע, און מען קען נישט וויסן אויף די קינדער וועמענ'ס קינדער זיי זענען, און נאכדעם וועל איך אים הייסן ער זאל זיך גט'ן, און אויב וועט ער דאס טון - "אף אני אשלח את ישראל" וועל איך דאס אויך טון, און דער אייבערשטער האט אים געזאגט בנבואה ער זאל אזוי טון, ער האט געפאלגט און ער האט געהאט צוויי זין מיט איין טאכטער, נאכדעם איז דער אייבערשטער געקומען צו אים בנבואה און געזאגט ער זאל זיך אפטיילן פון איר, האט הושע גע'טענה'ט צום אייבערשטן: "יש לי בנים ממנה", איך האב קינדער פון איר, "ואין אני יכול להוציאה ולא לגרשה", איך קען מיך נישט גט'ן פון איר, האט דער אייבערשטער אים געזאגט: מה-דאך דו, וואס דיינע קינדער זענען נישט זיכער אז דאס זענען דיינע קינדער, דאך זאגסטו דו קענסט זיי נישט אוועק נעמען פון דיר, "ישראל" אידישע קינדער, "שהן בני", וואס זענען מיינע קינדער, "בני בחוני", מיינע קינדער וואס איך האב זיי אויספרובירט מיט נסיונות און זיי זענען מיר געבליבן געטריי, "בני אברהם יצחק ויעקב", קינדער פון די אבות הקדושים, "אחד מארבעה קנינין שקניתי בעולמי", איינע פון די פיר זאכן וואס דער אייבערשטער האט געברענגט ביים באשאפן די וועלט, "ואתה אמרת העבירם באומה אחרת", און דו זאגסט מיר איך זאל זיי אויפטוישן מיט א צווייטע פאלק? זאגט די גמרא ווען הושע הנביא האט פארשטאנען אז ער האט נישט גוט געטון האט ער אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים מוחל זיין, און דער אייבערשטער זאגט אים, פארוואס ביסטו מתפלל פאר דיר, ערשט זאלסטו מתפלל זיין פאר אידישע קינדער, האט דער נביא געבעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און דער אייבערשטער האט אוועק גענומען די גזירה.


זאג דעם שדכן אז דו ביסט גרייט צו חתונה האבן און צו זיין א געטרייע מאן און דו ביסט גרייט צו גיין וואוינען וואו זי וויל נאר, און אלעס טון פאר איר, אבער דיינע קינדער קענסטו נישט און וועסטו נישט אוועק ווארפן.


זאג דעם שדכן דעם אמת, אז דיינע קינדער זענען סיי ווי נישט ביי דיר, זיי זענען סיי ווי ביי די מאמע, און אז די מאמע העצט זיי קעגן דיר וכו', איז במילא נישט שייך די אלע תנאים, אבער אז דער אייבערשטער וועט העלפן און דיינע קינדער וועלן זיך איבערבעטן מיט דיר און זיי וועלן קומען צו דיר - זאלן זיי קענען קומען צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7583 - ביסט א מלמד, פארוואס ביסטו צעבראכן?
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דער מנהל לאזט מיר איבער א הודעה אז דו ביסט זייער א גוטער מלמד, ער זאגט זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים מיט גוטע מידות מיט אזא ווארעמקייט.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט אויבן אין הימל פון מלמדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד' – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; וואס האט א מלמד מיט שטערנס? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן - גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; דערצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן וועלן אויסוואקסן צדיקים. עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.