בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9074 - העלפן בויען די נייע געגנט אין שטעטל
שמחה, שטעטל, התבודדות, חינוך, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו שיחיו


איך האב גערעדט צו מרדכי אהרן נרו יאיר, ער וועט ענק שוין איבערגעבן אז ענק קענען מיר העלפן מיט עפעס גאר חשוב בויען די נייע געגנט אין שטעטל, איך וויל עס ענק נישט דירעקט זאגן, איך וויל ענק נישט צודריקן צום וואנט.


העיקר מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן ענק זאלן וויסן וואס איז ריכטיג און ווי אזוי זיך צו פירן.


זעט אין שטוב זאל זיין פרייליך און געשמאק; אמת, מען דארף פירן א געזונטע שטוב, עס דארף זיין דיסציפלין, דרך ארץ, מען דארף פאלגן טאטע מאמע, אבער דאס מוז קומען באגאסן און באזאלצן מיט שמחה, אז די קינדער זאלן נישט ווערן פארמאכט פון פחד און פון אזויפיל זאגן, הייסן, קריטיקירן, עס מוז זיין געפאקט און געקניפט מיט שמחה און מיט ווערטלעך וכו'.

#9073 - הלואי זאלן אנדערע בחורים זיך אפלערנען פון דיר
משמש דעם רבי'ן, הלכה, חתן, התבודדות, הלכות שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


איך דאנק דיך זייער פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, סיי מיטן קאכן פאר די מוסד, פאר די בחורים, אינגלעך און מיידלעך פיינע פרישטאג און מיטאג מיט אזא איבערגעגעבנקייט און הארץ, אויך הער איך אז דו העלפסט אין דיינע זייטיגע צייטן די קהילה; האסט אוועקגעלייגט די גאנצע כפרות געצייג וואס מען האט געניצט ערב יום הקדוש, און אויך שניידסטו די גראז ביי די שארט קאטס אין שטעטל; איך דאנק דיך זייער, און הלוואי זאלן זיך אנדערע בחורים זיך אפלערנען פון דיר, צו העלפן משמש זיין דעם רבי'ן.


יעצט הער איך אז אויך קומסטו צו די הלכה שיעור אין ישיבה ביים מגיד שיעור בני הרב אלחנן חיים שליט"א, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט הלכה, הלכות שבת; ווייל נאך אביסל האסטו חתונה, דו וועסט פירן א שטוב, און נאר אז מען לערנט הלכות שבת – קען מען פירן א אידישע שטוב, זיין אפגעהיטן אין שמירת שבת.


שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודת השם, און זע זיך צו מאכן א קביעות יעדן טאג צו גיין התבודדות, שפאצירן מיטן אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דאנקען פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אים בעטן אויף ווייטער.

#9072 - א געזונטע סדר היום פאר'ן לאנגן ווינטער
משניות, סדר היום, התבודדות, ווייב, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפילו איך האב דיר שוין געזאגט און געשריבן, וויל איך דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פארן העלפן מסדר זיין די שול. דער שמש ר' ישראל פוקס נרו יאיר, האלט מיר אין איין זאגן אז דו העלפסט די שול עס זאל זיין ריין און מסודר, דו לייגסט אוועק די ספרים בהתנדבות לבך, און אזוי ווייטער, דאס ווייזט אז דו האסט א שטארקע געפיל צום הייליגן רבי'ן, דו ביסט מכיר טוב דעם רבי'ן, און דערפאר העלפסטו.


עס קומט א לאנגע ווינטער, מאך זיך א געזונטע סדר היום, לייג זיך שלאפן פרי; דאווען מעריב פרי, און גיי אהיים פארברענגען מיט דיין ווייב, און גייט שלאפן, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי און קענען גיין התבודדות. גיי נישט מיט די קאר אין שול, גיי א שפאציר, אזוי וועט די התבודדות זיין בקביעות, און לערן אין 'כולל בוקר' ח"י פרקים משניות; ווען דו לערנסט ח"י פרקים משניות זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער, דו זאלסט זיך קענען הערן, זינג די ווערטער מיט א ניגון; אויך זינג דעם "יום תהלים", און לייג אריין דיינע אייגענע בקשות און לויב ווערטער, און אז עס בלייבט דיר צייט פארן דאווענען – זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן תיקונים, דאס זאלסטו אויך זאגן בקול, מיט א ניגון; דאס וועט אויסציכטן און אויסגלאנצן דיין נשמה.

#9071 - שפילערס און זינגערס מיט בארד און פיאות
יראת שמים, שמחת תורה, מוזיק, התבודדות, חומש רשי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן העלפן אהערשטעלן די שיינע מוזיק גאנץ יום סוכות ביי אלע אושפיזין און ביי די הכנסת ספר תורה; איך האב אזוי הנאה אז די שפילערס און זינגערס ביי אונז אין די קהילה זענען חשוב'ע אינגעלייט, מלמדים און כולל אינגעלייט, אלע זינגען און שפילן מיט בארד און פיאות, מיט חסידי'שע קליידער. ווייל קינדער און בחורים האבן ליב צו קוקן ביי די קאפעליע און מוזיק, זיי שטייען ביי די מוזיק שעות אויף שעות און קוקן זיך צו, און אנשטאט זען געשוירענע בערד און לצים וואס גייען אנגעטון מיט א שטריימל וכו', זאלן זיי זען ערליכע אינגעלייט מיט בארד און פיאות.


איך האב אויך הנאה געהאט דיך צו זען לערנען שמחת תורה מיט א חברותא חומש רש"י, דאס איז גאר א שיינע זאך, הלוואי זאלסטו דאס אנהאלטן א גאנץ יאר, לערנען יעדע וואך חומש רש"י פון די פרשת השבוע, גוט קענען די חומש מיט רש"י, ווייל חומש רש"י ברענגט יראת שמים אויפן מענטש און א נאנטקייט צום אייבערשטן.


גיי אין שול צופיס, לאז דיין קאר אין שטוב, גיי א שפאציר מיט התבודדות, אזוי וועט דאס זיין באופן קבוע, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, מען זאל האבן א קביעות, א באשטימטע צייט זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און בעטן ער זאל רחמנות האבן און אים מקרב זיין צום אים.

#9070 - א קאמפיוטער איז נישט גוט, אפילו פאר גוטע זאכן
קאמפיוטער, אפיס, התבודדות, בחורים, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך נאכאמאל מחזק זיין, ווען דו העלפסט אין די מוסד און די שול, ישיבה וכדומה – זאלסטו ארייננעמען וואס מער בחורים און אינגעלייט זאלן העלפן, נישט דו אליין זאלסטו טון די ארבעט, ווייל אזוי וועסטו אויף איינמאל העלפן דריי מאל; סיי זאכן וועלן געטון ווערן, סיי בחורים וועלן נישט גיין ליידיג, והעיקר די אלע וועלן בלייבן און באקומען א געפיל צום הייליגן רבי'ן; ווייל אזוי איז די מציאות, ווער עס העלפט און ווער עס טוט פארן רבינ'ס זאך – באקומט א געפיל און בלייבט מיטן געפיל צום רבי'ן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א צייט ווען און ווי לאנג דו זיצט אין אפיס, און זיך האלטן צו דעם; ווייל מען קען פארברענגען טעג און נעכט ביים קאמפיוטער, אפילו פאר גוטע זאכן, אבער מען ווערט פארט צוגעקלעבט צום קאמפיוטער פאר גארנישט און פאר נישט. למשל, מען וויל קויפן א זאך, אויב האט מען נישט קיין גדר ווי לאנג מען איז אין אפיס קען אריבער גיין א גאנצע טאג נאר צו זוכן א בענקל וכו'.


העיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – יעדן טאג א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא; הלכה – שלחן ערוך כסדרן; אויך דעם רבינ'ס ספרים און תהלים.


אינדערפרי גיי א שפאציר צו שמועסן מיטן אייבערשטן, ערשטנס הייב אן מיט דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן בחדר היכל הקודש וכו', אז דו ביסט חתונה געהאט, האסט קינדער, און אז אלע זענען געזונט וכו', און אויך זאלסטו בעטן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, און אזוי ווייטער.

#9069 - קיינמאל נישט שניידן די בארד
קינדער, אריז''ל, חינוך, מעשה'לעך פאר קינדערלעך, בארד און פיאות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א פארעם מיט קיען, און ווי א טאטע מיט א אינגל און קליין מיידל קוקן זיך צו, און אין האנט האלט דער קינד א גלאז וואסער. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך; נישט ממש א מעשה, נאר אריינבאקן אין די קינדער א פחד און מורא צו שניידן די בארד.


קינדערלעך ענק זעען די קיען פאשען זיך? אין די קיען זענען דא נשמות פון מענטשן וואס מען שיקט זיי אראפ נאכאמאל אויף די וועלט צו פאררעכטן די עבירות וואס זיי האבן געטון.


קוק דא, זעסט די גרויסע קי? אין איר איז דא א נשמה וואס פלעגט זיך שניידן די בארד, נעבעך פאר די נשמה, עס איז אזעלכע גרויסע יסורים...


טאטי, ווי אזוי ווייסטו וועלכע נשמות זענען דא אין די בעלי חיים, דו האסט רוח הקודש? ניין קינדערלעך, איך זע נישט און איך ווייס נישט, אבער דער הייליגער צדיק דער אריז"ל האט געהאט רוח הקודש, און ער האט אלעס געוואוסט און אלעס געזען, און ער האט דערציילט אז אויב מען שניידט די בארד, איז נאכן שטארבן, ווען די נשמה גייט ארויף אין הימל שיקט מען צוריק אראפ די נשמה אין א "פרה", אין א קי.


טאטע, איך האב אזוי מורא צו שטארבן, איך וויל נישט אריינגיין אין א קי, קינדערלעך טייערע, אויב מיר וועלן קיינמאל נישט שניידן די בארד און פיאות דארפן מיר נישט מורא האבן, דער הייליגער רבי האט דאס שוין געזאגט: "וואס האט א איד זיך צו זארגן אז ער וועט אוועק גיין פון די וועלט מיט די בארד און פיאות..."


טאטע, איך זאג צו, ווען איך גיי זיין גרויס און האבן א בארד גיי איך קיינמאל נישט שניידן מיין בארד, אבער איך האב אזוי רחמנות אויף די קי, אויף די נשמות וואס זענען אין זיי, וואס קען איך טון זיי צו מתקן זיין?


מאך הויך א ברכה, "ברוך ...", און איך וועל זאגן הויך אמן, וועט די נשמה האבן א תיקון.

#9068 - וואוילע מאן און ווייב, מ'דארף נאר פארשטיין יענעמ'ס שפראך
שלום בית, ווייב, פרשת נח, דור הפלגה, פארשטיי מיך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דו ביסט וואויל און דיין ווייב איז וואויל, ענק דארפן זיך נאר פארשטיין, ענק דארפן רעדן די זעלבע שפראך; דו דארפסט קענען די שפראך פון פרויען, און וויסן אז ווען א ווייב קרעכצט און רעדט זיך אויס – איז דאס נישט צו באשולדיגן דעם מאן, דאס איז נאר אויף זיך אויסצורעדן און מען זאל איר פארשטיין; אז מען ווייסט דאס נישט – וואס פאסירט? די ווייב הייבט אן דערציילן איר טאג, אלע שוועריקייטן, און דער מאן מיינט אז מען וויל אים באשולדיגן, הייבט ער אן זיך פארענטפערן, אדער דער מאן מיינט אז זי וויל יעצט הערן עצות, הייבט ער אן געבן עצות, און די ווייב ווערט נערוועז, ווער דארף יעצט עצות? יעצט דארף איך נאר אנערקענונג און פארשטענדעניש, איינער זאל מיך שוינען, אייער זאל מיך אויסהערן, און דאס איז די פרשה פון דור הפלגה (די וואך אין די פרשה), די תורה דערציילט אז די דור הפלגה האבן געהאט זייער שטארקע הצלחות, ווייל זיי האבן געארבעט אינאיינעם מיט אן אחדות, ביז דער אייבערשטער האט געמאכט זיי זאלן זיך נישט פארשטיין.


ליבער ברודער, ווען דו קומסט אהיים נאך א טאג פון שווער ארבעטן זאלסטו זיך מאכן אפאר מינוט צייט אויסצוהערן דיין ווייב, פרעג איר: "ווי אזוי איז געווען דיין טאג?" און ווען זי ענדיגט דערציילן פרעג איר: וואס נאך הערט זיך? מיט וועם האסטו גערעדט היינט? וואו ביסטו געווען היינט? און אז זי קרעכצט – זאלסטו נאר אויסהערן, געב נישט קיין עצות, נאר אז זי פרעגט דיך און בעט דיר אן עצה – זאלסטו געבן עצות, אבער ווען זי רעדט זיך אפ און רעדט זיך אויס – זאלסטו איר נאר אויסהערן און זיין דארט, נישט אוועק פליען מיט אנדערע מחשבות; אזוי וועסטו זייער מצליח זיין, עס וועט נישט זיין ביי ענק די דור הפלגה.


נאכאמאל, דיין ווייב דארף נישט אזוי שטארק די געלט וכו' ווי די רעדן און שמועסן, די הייליגע חכמים זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי דארף ענדערש אביסל עסן, אביסל געלט און מער זיין צוזאמען מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", ווי איידער ט' קבין, אסאך עסן, אסאך געלט – און נישט זיין מיטן מאן.


לערן יעדן טאג אביסל חומש און איין פרק משניות.

#9067 - נישט פארגעסן ליכט צינדען
שבת ליכט, יום טוב, ליכט צינדן, שיר השירים, נישט פארגעסן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין ווייב האט געשריבן אז דעם יום טוב האט פאסירט צוויי מאל וואס זי האט נישט געצינדן ליכט; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן דאס זאל מער נישט פאסירן ביי ענק, דאס איז א גרויסע אחריות, און דער מאן דארף זען אז דאס זאל נישט פאסירן, און ווען עס קומט שבת שחל ביום טוב, מען ווערט איבער געשטרענגט – דארף מען נאכמער אכטונג געבן מען זאל חס ושלום נישט פארשלאפן און מען זאל האבן לעכט און פייער וכו'.


לדעתי דארפן ענק מוסיף זיין נאך א לעכט פאר יעדע מאל וואס מען האט נישט געצינדן אלס א קנס, און נעמט זיך פאר אז דאס זאל מער קיינמאל נישט פאסירן, און ווען עס קומט יום טוב – דארף מען אנגרייטן פייער, א לעכט וואס ברענט צוויי טעג אז מען זאל האבן פייער דעם צווייטן טאג יום טוב.


זיי זיך מקבל אנצוגרייטן יעדן ערב שבת די שבת טיש, די ווייסע טישטוך מיט די לעכט, ברען אפ די לעכט, און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע דורות, זיי זאלן אלע וואקסן ערליכע אידן.


אויך זאלסטו זאגן ערב שבת אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט ליכט – שיר השירים; זאג עס בקול ובניגון.

#9066 - קיין גוטס קומט נישט ארויס פון טעקסט גרופס
טעלעפאן, ליצנות, טעקסט, חינוך, פרשת נח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זייער גוט האט איר געטון אז איר זענט אראפ פון די טעקסט גרופ פון ענקער משפחה, הלוואי זאלט איר בכלל נישט האבן קיין טעקסט גרופ; ווייל אפילו מען האט א כשר'ע טעלעפאן – דארף מען נאכאלץ רחמי שמים, ווייל די טעקסט גרופס איז פיל מיט ווערטלעך, און יעדע ווערטל זאגט עפעס; מענטשן כאפן זיך נישט אז א ווערטל טראגט אין זיך א מעסעדזש – אדער לטוב אדער לרע, און עס גייט אריין אינעם מענטש שטילערהייט, און עס קילט אפ די יראת שמים, די תמימות.


די וואך איז די פרשה פון די מבול, נאר נח מיט זיין משפחה זענען געבליבן פון די גאנצע וועלט; היינט איז אויך דא א מבול פון מינות ואפיקורסות מיט ליצנות, און מען דארף זיך באשיצן פון נישט ווערן פארשוועמט מיט די מבול, מען דארף האבן א פארמאכטע שטוב, נישט ארייננעמען אין שטוב קיין מאגעזינען, קיין שום ליין מאטריאל, און זיך אכטונג געבן פון טעקסט מעסעדזשעס גרופס, אפילו פון א משפחה גרופ; ווייל קיין גוטס קומט נישט ארויס פון די גרופס, עס איז פיל מיט ליצנות און קאפ וויי וכו'.


אויך איז דאס א גוטע חינוך פאר די קינדער, ווען זיי וואקסן אויף מיט א מאמע וואס איז נישט איינגעטינקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן.

#9065 - עס לוינט נישט אנצוהייבן מיט'ן טעלעפאן
סמארטפאון, מאוויס, היכל הקודש, מורה דרך, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר קענסטו העלפן, אפשר האסטו עפעס אן עצה?


דער חתן ... האט זיך געקויפט א סמארטפאון, ער האט דאס באהאלטן פון מיר און פון אנדערע, ער זיצט נעכט און טעג און קוקט מאוויס, און אז זיין כלה וועט זיך דערוויסן פון דעם – וועט זי נישט וועלן גיין צו די חתונה; איך וואונדער זיך וואס איז ריכטיג צו טון.


די כלה האט אזוי שטארק געוואלט א חתן פון ישיבה וואס האט א מורה דרך און נעמט אן וואס מען לערנט ביי די שיעורים, און יעצט אז זי וועט הערן אז ער האט א טעלעפאן, ער איז פארזינקען אין מאוויס השם ישמרינו – וואס וועט דא זיין?


אפשר קענסטו רעדן מיט אים אלס א חבר, אים מחזק זיין אז עס לוינט נישט אנצוהייבן מיט דעם, ווייל מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם און מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די יראת שמים, די געפיל צו לערנען און דאווענען, די לעבן גייט אריבער מיט שטותים והבלים; רעד צו אים, זיי אים מחזק ער זאל זיך נעמען א מורה דרך, ער זאל זיין אפן מיט איינעם; ווייל סתם זיך דרייען דא אין היכל הקודש, אן פרעגן און אן מקבל זיין – איז א שאד.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און אזוי ווייטער.

#9064 - עס נעמט צייט זיך צוצוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן
חסידות ברסלב, סבלנות, התבודדות, צדיק, רעדן צום אייבערשטן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


ווי אזוי איז מען זוכה צו ווערן א צדיק? אויב מען פאלגט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען מאכט יעדן טאג צייט צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מאמע לשון, שמועסן און בעטן אויף אלעס וואס דריקט אויפן הארץ; דאס איז די וועג צו ווערן א צדיק.


מען דארף האבן אסאך סבלנות, עס גייט נישט אין איין מינוט, אויך דארף מען וויסן אז עס נעמט צייט צו ווערן רגיל אין די עבודה פון קענען בכלל אנהייבן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן; אין אנהייב איז די אמונה נישט אזוי קלאר אז מען זאל שפירן דעם אייבערשטן נעבן זיך, אין אנהייב איז שווער דאס קענען ארויס זאגן אפילו איין ווארט, אבער אז מען איז אן 'עקשן', מען שטייט אויף די זאך, מען בעט אויף דעם אליינס, אז מען זאל קענען רעדן צום אייבערשטן – ווערט עס מיט די צייט גרינגער.


דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נאר דורך די זאך פון רעדן צום אייבערשטן בתמימות ובפשיטות טעג און יארן, נאר מיט דעם האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, און דאס איז חסידות ברסלב; דער רבי טוט אונז אויפוועקן פון שלאף, מיר זאלן נישט זיין פארנומען מיט אונזערע דמיונות, נאר מיר זאלן אנהייבן לעבן מיט אמונה, רעדן צום אייבערשטן, אים דאנקען און אים בעטן אויף יעדע זאך.


וואויל איז דעם מענטש וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די הויכע מדריגה פון לעבן מיט א שטארקע דביקות.

#9063 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#9062 - א שאד דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון
סמארטפאון, אידישע שטוב, ישיבה, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א שאד דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון, דיין כלה האט אזוי שטארק געוואלט א חתן פון ישיבה וואס וועט מיט איר אינאיינעם בויען אן ערליכע ווארעמע שטוב, און מיט א סמארטפאון איז אן אנדערע מעשה; מען דארף גרויס רחמים אז די שטוב זאל זיין געבויט ערליך און געזונט.


א שאד א שאד.

#9061 - שוין צייט אראפצוגיין פון אלע גרופס
משניות, טעלעפאן, מוהרא"ש, חתונה, ח"י פרקים משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, זיי ממשיך מיטן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; מוהרנ"ת זאגט (שיחות הר"ן סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י פרקים משניות בכל יום", דער רבי האט געהייסן אסאך פון אנשי שלומינו זאלן זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


איך וויל דיר בעטן עפעס, יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך אפלאזן פון די נארישע זאכן פון כאפן בילדער און לייגן אויף גרופס, טו אויס די קינדערישע נארישע שיך, עס איז נישט גוט צו זיין אויף גרופס, אויך הער איך פון דיינע חברים אז דו ביסט אזוי אריינגעטון אין דעם אז דו ביסט ממש נישט ביי זיך, דיין קאפ איז מער אינעם טעלעפאן, און אז דו גייסט יעצט חתונה האבן - איז גוט דו זאלסט אפלאזן די גרופס; גיי אראפ פון יעדע גרופ, אנגעהויבן פון ישיבה גרופ, חברים גרופ, נאנטע חברים גרופ, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#9060 - פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג
חברים, מוהרא"ש, מוסר, לימוד התורה, פרעג איינעם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


ליבער ... נרו יאיר


איך האב דיך ליב און איך וויל דו זאלסט מיך פרעגן דיינע שאלות, פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג, און האב נישט מורא פון באקומען מוסר; אז דער ראש ישיבה געבט מוסר - איז דאס נאר פון ליבשאפט, אז מען וויל בעסער ווערן וכו'.


ווער נישט פאר'כישוף'ט פון חברים וואס היינט זענען זיי דיינע חברים און מארגן וועלן זיי לאכן פון דיר, און אז דו האסט איבריגע צייט - זאלסטו לערנען חומש, משניות, גמרא און אזוי ווייטער.


ליבער ברודער, זאלסט שטענדיג געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א מענטש האט קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#9059 - טראכטן פאזיטיוו, און ווארטן מיט געדולד
כיבוד אב ואם, סבלנות, עצבות, מחשבות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זארגט נישט, נאך אביסל וועט איר האבן אייער שידוך, ווערט נאר נישט צעקוועטשט פון טראכטן אז עס מוז שוין זיין היינט; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס – "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ" ווערט צעדריקט, מען פארלירט די מח; זארגט נישט, איר וועט א כלה ווערן; נאר איין זאך, העלפט אין שטוב, זייט מכבד טאטע מאמע.


זעט צו האבן גוטע חבר'טעס, איר קענט בלייבן מיט די חבר'טעס וואס האבן שוין חתונה געהאט, עס מוז נישט זיין דוקא חבר'טעס וואס האבן נאכנישט זייער שידוך, און ווארטס מיט סבלנות, און הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


די גרעסטע עבודה איז אוועק שטופן די עצבות, אוועק שטופן די מרה שחורה, די נעגעטיווע מחשבות וואס האקט אין קאפ אז מען וועט קיינמאל נישט געהאלפן ווערן חס ושלום, מען דארף פארטרייבן די מחשבות, מען דארף טראכטן פאזעטיוו און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, זייער איידעלע וואוילע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#9058 - קוקן אויף די ארבעט מיט א גוטע בליק
סקול, שמחה, בית פיגא, ארבעט, אויפזוכן גוטע זאכן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איר האט מיר געזאגט אז איר ווייסט נישט וואס אייער ארבעט איז אין בית פיגא, איר שפירט ווי מען ווארפט אייך ווי א באלי, יעדע רגע זאגט מען אייך צו טון א צווייטע זאך.


איך ווייס אז די זאך אויף וואס מען האט אייך געשטעלט איז זייער א וויכטיגע זאך, עס זאל זיין איינער וואס קען איבער נעמען, און טון - וואס מען דארף אין די סעקונדע; ווייל איין סעקונדע קומט א מיידל בעטן א קאפ, נאכדעם קומט א מיידל בעטן א לעפל, יעצט קומט א מיידל און וויינט אז זי האט א מאסקיטא ביס, יעצט קומט א מיידל בעטן אז איר טיטשער בעט א שערל, נאכדעם דארף א טיטשער פאמפאמ"ס גלו וכו'; דארף זיין איינער וואס איז געשטעלט אויף דעם, און דאס איז זייער א וויכטיגע און חשוב'ע ארבעט.


איך האף איר וועט אנהייבן קוקן אויף אייער ארבעט מיט א גוטע בליק, איר וועט זיך אנקוקן ווי איר זענט די וויכטיגסטע ארבעטער אין בית פיגא, און זיך פרייען יעדן טאג צו קומען העלפן משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#9057 - א געלונגענע פרוי, טרעפט א וועג צו שעצן דעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמת, דמיונות, טעראפי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל איין זאך קלאר מאכן, איר האט א מאן וואס איז נישט קיין שלעכטער, ער איז נישט קיין חיה, ער טשעפעט נישט; קען זיין ער איז נישט אזוי געלונגען ווי אייך, ער קען נישט שרייבן אזעלכע שיינע גראמען, און ער איז נישט אזוי שנעל און שארף ווי אייך, אבער א שלעכטער איז ער נישט, און איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקענט טרעפן א צווייטער מאן וואס זאל זיין אזא גוטער און ערליכער.


איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט בלייבן מיט אייער מאן, די שטוב זאל נישט צעפאלן, איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט קוקן אויף זיינע מעלות, אז ער איז אן ערליכער איד און ער האט גוטע מידות, גאלדענע מידות, און אז איר זענט מער געלונגען פון אים זאלט איר ניצן די געלונגענקייט אויף אויסטרעפן א וועג ווי אזוי אים צו שעצן, און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


די אלע מטפלים רעדן א זיסע שפראך, אבער עס איז איין שטיק דמיונות, עס זעט אויס אזוי זיס אבער עס איז ביטערער פון טויטליכע גיפט, זיי זאגן פאר פרויען דו דארפסט א 'מאן', דו האסט נישט קיין 'מאן', וואו איז ער פאר דיר ווען ער דארף זיין א 'מאן'? און כל זמן ער איז נישט א 'מאן' - דארף מען זיין צעטיילט וכו', און נאר נאכדעם וואס ער וועט גיין זיך העלפן וויסן ווי אזוי מען איז א 'מאן', ער ווייסט נישט וואס א 'מאן' דארף טון, און אנדערע פרויען האבן א 'מאן'; די אלע ווערטער זענען הוידל בוידל, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז א פרנסה פאר די מטפלים, די שפראך העלפט נישט, די שפראך איז נישט אמת; וואס יא? ווער עס איז קלוג בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן און לעבט א זיסע לעבן, מען גלייבט אז דער מאן און די ווייב, די קינדער, די משפחה - אלעס אלעס איז נאר א לבוש פון אייבערשטן, אלעס איז ער און מיר ווייסן גארנישט וואס מיר טוען דא און פארוואס מיר זענען דא און וואס איז עפעס די שייכות פון די קאפל און די קאפל, אלעס איז חשבונות פון אויבן - דער לעבט א חיים טובים, מען ברענגט קינדער און מען ציט זיי אויף צו זיין ערליכע אידן און מען האט אפאר יאר צו זען נחת און מען גייט צוריק אהיים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9056 - איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה
כיבוד אב ואם, שמחה, כעס, זריזות, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה, זיי נישט פויל זיי א זריז, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן; אז דו וועסט אפשטופן אויף מארגן - וועסטו זיך טרעפן חנוכה מיט די סוכה נישט צאמגענומען. און אויך זאלסטו היינט אריבער גיין צו דיינע עלטערן מיט דיינע ברידער און היינט העלפן דיין טאטע צונעמען די סוכה און דאס אוועק לייגן, ווייל זריזות איז אזוי הייליג, עס ברענגט צו די העכסטע מדריגות. אין חב"ד זאגט מען: "א קלוגער טוט היינט און א טיפוש זאגט 'מארגן וועל איך טון'".


זע אין שטוב זאל זיין רואיג, עס זאל זיין שמחה, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען דער טאטע רעגט זיך; כעס אין שטוב מאכט חרוב די קינדער, אפגערעדט אז עס נעמט אוועק די פרנסה און עס מאכט חרוב דאס לעבן, און קיינמאל זאלסטו נישט שרייען אויף דיין ווייב, און קיינמאל איר נישט וויי טון - וועט די שכינה זיין ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9055 - זיך פירן צום מאן מיט כבוד און דרך ארץ
שלאפן, שלום בית, דרך ארץ, כלה, כבוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


דער אינגערמאן ... איז געקומען מיר זאגן אז זייט די שבע ברכות שלאפט ער אין קיך אויף דער ערד ווייל ער שנארכעצט, און זיין ווייב קען נישט שלאפן וכו'.


מיר טוט די מעשה זייער וויי, ווי מעג א פרוי זאגן פאר איר מאן גיי ארויס פון שלאף שטוב, דו שטערסט מיך פון שלאפן? אפשר פארקערט, אז זי קען נישט שלאפן זאל זי גיין שלאפן אין קיך?


איך וויל אייך בעטן, איר האט געלערנט מיט די כלה, איר אנגעגרייט צו די חתונה, זאלט איר דאס איר אויך לערנען, אז מען פירט זיך נישט אויף אזוי; ביי די גוים איז אזוי, דער מאן ווערט גע'קנס'עט צו שלאפן אין קיך אויף דער ערד, ביי אידן איז נישטא אזא זאך, ביי אידן איז סיי דער מאן און סיי די פרוי זייער חשוב, און אז זי קען נישט שלאפן זאל זי בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שלאפן גוט און אז זי זאל נישט נערוועז ווערן, און ביז דעמאלט קען זי זיך לייגן שטאפערס אין אויער, אדער זאל זי ארויס גיין פון שטוב.


זייט מחזק די כלות זיי זאלן אריינברענגען די שכינה אין שטוב דורך זיך פירן צום מאן מיט כבוד און דרך ארץ, רעדן שיין און שעצן, ווייל אין א שטוב וואו מען פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט כבוד - דארט איז דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9054 - חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג
קינדער, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, דאווענען, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט אריינגענומען געסט אויף שמחת תורה, ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו עפנסט דיין טיר פאר אים מיט א ברייטע הארץ, דו ביסט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים ווי עס דארף צו זיין; דאס איז א גרויסע זאך, דער הייליגער רבי זאגט מורא'דיגע זאכן אויף הכנסת אורחים, קוק אריין אין ספר המידות אות הכנסת אורחים.


דיינע קינדער ווערן שוין עלטער, דארפסטו שוין טראכטן פון חינוך. מוהרא"ש זאגט, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג, ווייל די קינדער זעען ווי אזוי די עלטערן פירן זיך, און אז די עלטערן פירן זיך ערליך און איידל וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן; קינדער וואס זעען דעם טאטן גיין יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג וועלן זיי דאס נאכמאכן, און אז דער טאטע דאווענט נישט - וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען.


מען קען זיך נישט אויפוועקן ווען די קינדער זענען גרויס, מען קען נישט אנכאפן א קינד ביים אויער און אים נייטן צו דאווענען, די וועג ארבעט נישט, נאר אז דער טאטע דאווענט, און רעדט נישט ביים דאווענען - וועט דער קינד אויך דאווענען.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9053 - ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?
סמארטפאון, מוהרא"ש, ליצנות, פילטער, תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו דערהאלסט זיך, דו גייסט אן מיט לערנען און מיט דאווענען, און מיט זיך פירן ערליך אויפן רבינ'ס וועג, זיין א תם; נישט א נאר, נאר זיך פירן בתמימות ופשיטות.


וואס וועט זיין מיט אונזער געשעפט? דו האסט מיר געזאגט אז דו מאכסט מיט מיר א געשעפט, אז דו גייסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון אין שטוב נאך די חתונה און איך זאל ארויסגיין פון מיין וועג און יא זיין מסדר קידושין ביי דיין חתונה; איך האב געטון מיינ'ס, איך בין ארויס פון מיין וועג, יעצט וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט דיר, ווען וועסטו אנהייבן טון דיין צוזאג, ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?


טעג און נעכט גייען דיר אוועק מיט די טעלעפאן, ממש וואס מוהרא"ש זאגט אז דאס איז כישוף, ביי זיי רופט מען דעם קאמפיוטער 'מחשב', מוהרא"ש פלעגט אלץ צושרייבן (מחשף), ווייל דאס איז מכחיש די קדושה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין סז.), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", זיי טוען אפשוואכן די כח פון די קדושה; אזוי אויך די כלים, קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן - טוען "מכחישין פמליא של מעלה" אפשוואכן די קדושה, די יראת שמים, און אפילו עס איז היינט דא גוטע פילטערס, דאס איז אפצוהאלטן ניאוף, אבער עס איז נאכנישט דא א פילטער וואס זאל פילטערן ליצנות; מען פארלירט די תמימות, מען פארלירט די געפיל צו זיין א איד.


זאג משניות אנשטאט מיש'נ-נייעס, זאג משניות אנשטאט קוקן סטעטוס; עס איז אריבער תשפ"ו, וואס האסטו פון די גאנצע יאר קוקן סטעטוס? וואס האסטו מרוויח געווען? הייב אן די יאר מיט יראת שמים, מיט לערנען תורה; מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה - וועסטו מרוויח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9052 - דיין שלום בית איז געוואנדען אין נישט שרייען אין שטוב
שמחה, שלום בית, פרנסה, כעס, ווייב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת הייבן מיר אן די יאר, שבת בראשית, ווי אזוי דו וועסט זיך פירן דעם שבת אזוי וועט זיין ביי דיר אלע שבתים, על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך און גארנישט שרייען, נישט אויף די קינדער און זיכער נישט אויף די ווייב, ווייל חס ושלום אויב מען שרייט אויף די ווייב פארלירט מען די פרנסה, און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי אזוי קען זיין אז נאכן טון אזויפיל סגולות פאר פרנסה – האט מען נאכאלץ נישט...


ביי די הקפות, ביים פארקויפן די עליות, האט איינער חוזק געמאכט אז די סגולות העלפן נישט, והא ראי', איינער האט פאריאר געקויפט אן עלי' וואס איז מסוגל פאר ישועות, פאר קינדער, און עשירות, און נאך א שטיק צייט האט יענער געזען אז עס העלפט נישט האט ער בא'גנב'עט די קהילה און נישט באצאלט ווייטער וכו'; אבער דאס האט ער נישט דערציילט, אז ער האט געשריגן אויף די ווייב און איר געמאכט וויינען; איז ווי קען חל זיין די סגולה.


איך זאג דיר נאכאמאל און נאכאמאל, דיין הצלחה איז אין דעם געוואנדן, און אז דו וועסט זיין פרייליך אין שטוב, דו וועסט נישט שרייען אויף דיינע קינדער און זיכער נישט אויף דיין ווייב – וועלן אלע סגולות ארבעטן, און אז חס ושלום דו וועסט ממשיך זיין מיט שרייען און וויי טון, און דיין ווייב וועט וויינען – וועט זיין נישט גוט, עס וועט נישט העלפן די סגולות און ברכות וואס דו באקומסט פון גוטע אידן.


בעט יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון אויבן, העלף מיר איך זאל נישט שרייען אין שטוב אויף מיין ווייב און קינדער, העלף מיר איך זאל זיך קיינמאל נישט אויפרעגן, בפרט אין שבת קודש".


א פרייליכן שבת.

#9051 - פרוביר אנצוהייבן היטן דיינע אויגן, וועסטו זען א נס
תשובה, פרנסה, שמירת עינים, חיזוק, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו ביסט נאכאמאל אראפגעפאלן זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז דו קענסט נאך תשובה טון און ווערן א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; אפילו מען איז געפאלן אין גאר שלעכטע פלעצער, און גאר הארבע עבירות - קען מען פון דארט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח:): "בָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות מיינט דאס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גרויסע סודות דא, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


קוק נישט קיין מאוויס, קליפס, ווידיאוס און סטעטוס; אז מען פארשמירט די אויגן פארלירט מען די פרנסה, מען פארלירט די אריכות אפים, מען ווערט א נערוועזער, מען באקומט שוואכע נערווען; ווייל אז מען איז פוגם בברית קודש - פארלירט מען אלעס, און דאס ווילן זיי, דער סמ"ך מ"ם וויל אלעס אוועק נעמען, מאכן דעם מענטש אומגליקליך סיי ברוחניות און אויך בגשמיות, דעריבער זוכט ער אראפצואווארפן דעם מענטש אין פוגם זיין באות ברית קודש, ער מאכט אים קוקן עבירות רחמנא לצלן, ביז ער פאלט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און דעמאלט פארלירט מען אלעס.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט, ער האט געדארפט א גרויסע ישועה, עפעס פריוואט, עס איז נישט יעצט צו דערציילן, און ער האט זיך מקבל געווען צווישן אים אינעם איבערשטן אז ער גייט מער נישט קוקן קיין קליפס, מאוויס וכדומה (ער האט נישט געקוקט עבירות, ער פלעגט קוקן נייעס מיט סתם זאכן), און ער האט געזען א ישועה, ממש א נס; זאלסטו אויך דאס אויספרובירן, אנהייבן היטן דיינע אויגן - וועסטו זען א נס, וועסט זען ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9050 - וואס מיינט שלום בית
שלום בית, מוהרא"ש, רבי נתן, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, דער הייליגער רבי נתן פלעגט שטענדיג זאגן אז שלום בית איז זייער זייער וויכטיג פאר עבודת השם, ווייל מיט שלום בית האט מען אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין; און פארקערט, אויב מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין קאפ וכו' וכו'.


מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חברים, שפעטער האט רבי נתן געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חברים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט און איך וואלט נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


שלום בית מיינט נישט נאכלויפן די ווייב וכו' וכו'; עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן צום מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז פארקערט ווי עס שטייט אין פסוק, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו' - דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן, זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן, ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין די פרוי'ס אויגן. איך קען נישט צופיל מאריך זיין וכו', מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית איז נישט וויי טון, נאר רעדן שיין און הארציג, אבער נישט נאכלויפן וכו'.


מארגן וועט זיך צוריק אנהייבן די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים, מי יתן אז דו וועסט דאס מיט האלטן, וועסטו באקומען חיזוק אויף זיך פירן אין שטוב מיט סבלנות און ותרנות, און זוכה זיין צו האבן מוחין צו קענען מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.