בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8852 - גיין נאך געלט איז מער חשוב ווי געבן פון אייגענע
צדקה, מוסדות, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט...


אזא שאד פאר זיי, זיי גייען חתונה האבן, זיי גייען ברענגען קינדער; וואס מיינען זיי? אז מען איז נישט גורס טאטע מאמע, איך וויל נישט ארויסזאגן פון מויל, אבער זייערע קינדער וועלן דען יא רעדן מיט זיי? מען דארף דאך אזויפיל רחמי שמים ביים בויען א שטוב, איז פארוואס זאל מען נישט טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, מכבד זיין די עלטערן בעת השמחה; בזכות דעם וועט דער אייבערשטער מאכן מיט זיי ניסים ונפלאות.


מאך א התעוררות ביי די חברים, אנשי שלומינו, אלע זאלן זיך אנשליסן אינעם יערליכן קאמפיין מיר צו העלפן ארויסגיין פון די חובות, איך מאך די חשבונות וויפיל דו האסט מיר געברענגט די פאר יאר וואס מיר קאמפיינען פאר די מוסדות ברסלב, זע איך אז דו האסט געברענגט איבער פינף טויזנט דאלער, איך ווייס אז במשך די יארן האסטו שוין געברענגט חומש און מעשר, אסאך מער; דאך איז די סכום פון 5,155 מער באליבט ביי מיר, ווייל גיין נאך געלט איז אלעס מתקן, איך וויל דוקא מען זאל גיין נאך געלט.

#8851 - העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ערשטנס דאנק איך דיר פארן זיין מיין זון ...'ס מלמד יעצט אין די זומער וואכן, מיין זיין ... נרו יאיר קומט אהיים אזוי פרייליך, ער דערציילט אזויפיל פון חדר, איך זע אז דו לייגסט אריין אין די קינדער אסאך יראת שמים.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די לעצטע זיבן יאר וואס דו טוסט קאמפיינען, האסטו מיר געהאלפן ברענגט צדקה פאר די קהילה א חשבון פון אכט טויזנט פיר הונדערט זעקס און פערציג דאלער, איך דאנק דיך זייער דערפאר, און איך בעט דיר: אנא! העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות, גיי נאך געלט מיט דיין גאנצע הארץ, די חובות זענען נישט מיינע, דאס איז חובות פון אויפבויען די קהילה און די מוסדות.


נאכאמאל, יישר כח פאר זיין אזא גוטע מלמד.

#8850 - אין הימל איז חשוב ווער עס דערהאלט זיך מיט אמונה
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס, אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע ניסיונות, און אז מען דערהאלט זיך, מען בלייבט שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן – איז מען זייער חשוב אין הימל, ווייל אין הימל קוקט מען אנדערש ווי מען קוקט דא, דארט איז געלט נישט חשוב, דארט איז הייזער, אינוועסטמענט, כבוד, מעכטיגקייט – בכלל נישט אויף וואס מען קוקט; דארט קוקט מען נאר אויף דעם, אויף ווער עס האט זוכה געווען צו בלייבן ביי די אמונה, ווער עס האט זיך דערהאלטן אין אלע צרות ויסורים.


קומענדיגע וואך מאך איך א דרייוו אז די גאנצע קהילה זאל ארויסגיין פון די באקוועמליכע לעבן און גיין נאך געלט פאר די קהילה און מוסדות, איך ווייס אז עס זענען דא וואס זאגן אז דאס האט נישט באמת מיטן ראש ישיבה וכו' וכו', עס איז נישט אמת, די קאמפיין איז מיך ארויס צו בעילן פון מיינע חובות וואס איך בארג פאר די קהילה און מוסדות.


איך זע אז במשך די פריערדיגע אכט יאר האסטו זייער ווארעם געהאלפן, דו האסט געברענגט איבער פינף און פופציג טויזנט דאלער נאר פון די קאמפיינס אליין, אויסער וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, איך האף די יאר וועסטו מיר ווייטער העלפן בכל לב ובכל נפש.


א גרוס פון דיין זון, איך זע אים יעדן פארטאגס לערנען מיט התמדה דא אין שול.

#8849 - גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה
צדקה, מוסדות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א קאנטראקטער קען ביים בויען הייזער זיין א גרויסער מפיץ, אז מען רעדט איידל, מען רעדט שיין, און ווען די בעלי בתים שרייען בלייבט מען רואיג און געלאסן, ביז אלע הייבן אן זען אז דא איז דא א קאנטראקטער א ברסלב'ער חסיד וואס רעדט איידל און רעדט אלץ פונעם אייבערשטן – דאס איז די גרעסטע הפצה.


קומענדיגע וואך וועט זיין די יערליכע קאמפיין, איך זע אז דו האסט די פריערדיגע יארן פלייסיג געארבעט, אלע יארן אינאיינעם האסטו געברענגט א חשבון פון דריי און צוואנציג טויזנט דאלער; איך בין דיך זייער דאנקבאר, איך האף אז די יאר וועסטו אויך גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה.


גיי יעדן טאג זיך מתבודד זיין, הייב אן מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און פאר דיין התקרבות לרבינו, און פאר דיין שידוך, פאר דיינע קינדער, פאר דיין פרנסה וכו', נאכן דאנקען זאלסטו מאכן צייט פאר תשובה און וידוי דברים, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דו האסט געטון, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם זאלסטו בעטן אויף ווייטער, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נד.): "נותן הודאה על שעבר וצועק על העתיד", ערשט דאנקט מען און נאכדעם בעט מען.

#8848 - אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קודם כל קום איך דיר א גרויסן יישר כח פארן אהערשטעלן אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער, מיינע קינדער ... און .. נרם יאר קומען אהיים אזוי פרייליך און צופרידן, פול מיט יראת שמים, פול מיט מידות טובות; געבענטשט זאלסטו זיין, און דו זאלסט האבן כח צו קענען טון מיט די קינדער, מיט די תלמידים, מער און מער.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין פאר די קהילה און מוסדות, איך זע אז אין די פארגאנגענע יארן האסטו אויך קאמפיינט און דו האסט צאמגענומען צדקה געלט, און אלעס אינאיינעם איז די סכום פינף טויזנט צוויי הונדערט און צוויי דאלער.


איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן גיין נאך געלט, און אפילו עס איז שווער און נישט אזוי זיס – וועסטו מיר העלפן, נישט נאר יוצא צו זיין, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות וואס מאכט ליכטיג די וועלט.

#8847 - דער עולם איז זיך מחי' מיט די שיינע הערליכע שאלות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דער עולם איז זיך מחי' מיט די שיינע הערליכע שאלות וואס דו פרעגסט יעדן אינדערפרי ביים גמרא שיעור, דיין זכות איז גרויס.


קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין פאר די קהילה און מוסדות, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע זעקס יאר וואס דו טוסט קאמפיינען, זע איך אז דו האסט געברענגט אלעס אינאיינעם א חשבון פון קרוב צו צען טויזנט דאלער (9,045), איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן גיין נאך געלט, מיך העלפן ארויסגיין פון מיינע חובות, עס איז נישט מיינע חובות, עס איז חובות פון די קהילה און מוסדות.

#8846 - איך בין זייער דאנקבאר, איך וועל דאס שטענדיג געדענקען
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע ווארעמע פלעי גרופ, מיין טאכטער ... תחי' איז זייער צופרידן, און בעיקר איז מיין ווייב צופרידן, מיר זענען דיר זייער דאנקבאר אויף דעם, און ביטע איבערגעבן פאר דיין ווייב תחי' א פערזענליכע דאנק.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך פרשת ראה מאך איך נאכאמאל די יערליכע אנשי חיל קאמפיין, איך קוק צוריק די לעצטע זיבן יאר האסטו מיר זייער ווארעם געהאלפן קאמפיינען, אז איך רעכן זיי צאם קומט אויס אז דו האסט געברענגט די הערליכע סכום פון זעכצן טויזנט פינף הונדערט איין און פופציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך וועל דאס שטענדיג געדענקען, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען בכל לב ונפש, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס זאך און ליכטיג מאכן די וועלט.

#8845 - פארוואס נישט העלפן איינמאל א יאר ביים קאמפיין?
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך אנשליסן מיט אלע וואס געהערן אין די קהילה, מיטן גיין נאך געלט און בעטן באקאנטע און משפחה פאר די קהילה און די מוסדות.


איך מאך מיר די חשבונות ווער עס העלפט מיר, און ווער עס העלפט די פלאץ; איך זע נישט דיין נאמען, פון אלע יארן זע איך אז איין יאר האסטו געברענגט דריי הונדערט זעקס און פערציג דאלער.


איך וויל אויסזאגן א סוד, די צדקה געלט גייט נישט פאר מיר, דאס גייט צו בויען די קהילה און די מוסדות וואו דיינע קינדער און אייניקלעך לערנען.


איך ווייס נישט פארוואס איך נעם עס אזוי פערזענליך ווען איך זעט ווי מענטשן וואס ניצן די מוסדות און די קהילה – קומען נישט די פאר טעג א יאר העלפן מיט גיין נאך געלט.


איך האף אז די יאר וועסטו יא נעמען א טייל אינעם קאמפיין.

#8844 - איך גיי נאך געלט פאר ברסלב
הפצה, צדקה, מוסדות, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך בין איבערגעגאנגען די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון כמעט זיבעצן טויזנט דאלער (16,516).


איך בין דיר זייער דאנקבאר, איך האף אז די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען, איך וויל נישט אז דו זאלסט אריינלייגן דיינע אייגענע געלט, ברוך ה' א גאנץ יאר געבסטו מעשר און חומש, און נאך אסאך מער, יעצט וויל איך אויסדרוקליך דו זאלסט גיין נאך געלט, זאלסט יעדן זאגן: "איך גיי נאך געלט פאר ברסלב"; איך וויל דו זאלסט האבן די תיקון פון גיין נאך געלט, איך האף דו וועסט טון מיין ווילן.

#8843 - פינף הונדערט דאלער פאר קרן הדפסה, לכבוד די שמחה
אמונה, הפצה, צדקה, משיח

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער לייבי ראטה נרו יאיר, פאנדרעיזער פון אונזער בית הדפוס דחסידי ברסלב


האסט אוודאי געהערט די פרייליכע נייעס אז איך האב א שידוך געטון מיט מיין טייערער זון החתן הרב נחמן נתן נרו יאיר, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, איך בין אזוי פרייליך אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און מיר האבן זיך געקענט משדך זיין מיט די חשוב'ע משפחה פון אנשי שלומינו, אונזער טייערער גבאי פון שטעטל.


לכבוד די שמחה שיק איך דיר פינף הונדערט דאלער פאר די קרן הדפסה, צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, די עצות פון הייליגן רבי'ן, די קונטרסים פון מוהרא"ש, די גליונות און אזוי ווייטער.


ביי אנשי שלומינו איז אנגענומען אז ווען מען האט א צרה פארבינדט מען זיך מיטן בית הדפוס און מען איז מנדב פינף הונדערט דאלער פאר די הייליגע ספרים אשר בנחל, עצתו אמונה און אזוי ווייטער, אבער איך מיין אז דאס איז א שטיקל טעות; אוודאי ווען מען האט א צרה דארף מען לויפן צו די סגולה פון דרוקן די הייליגע ספרים, טון די סגולה וואס מוהרא"ש האט געזאגט, אז ווער עס וועט מנדב זיין פאר אשר בנחל, ווער עס וועט העלפן דרוקן די קונטרסים - וועט זען א גרויסע ישועה, אבער מען דארף נישט ווארטן אויף א צרה; אז דער אייבערשטער העלפט אז עס איז דא א שמחה אין די משפחה - דעמאלטס איז די פאסיגע צייט צו מנדב זיין פאר די קרן הדפסה, און האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, האבן א חלק אין די גאולה, א חלק מיט ביאת משיח, שיבוא במהרה בימינו אמן.

#8842 - איבער פיר מיליאן דאלער חובות
צדקה, מוסדות, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע ליבער ארי פיש נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר זייער בעטן אויב דו קענסט מיר אויך די יאר מאכן די יערליכע אנשי חיל קאמפיין, מיך ארויסצובעילן פון מיינע חובות וואס איך בין אריין פאר אונזער קהילה און אונזערע מוסדות.


איך ליג יעצט מיט חובות פון איבער פיר מיליאן דאלער; שטעל זיך פאר אז דו קומסט געלט פאר מענטשן, דו ביסט שולדיג פינף טויזנט דאלער, אדער לאמיר זאגן צען טויזנט דאלער; ווי אזוי שפירסטו אין דיין מח? שפירסט ווי עפעס דריקט? יעצט טראכט ווי אזוי און וואס טוט זיך אין מיין מח ווען איך קום חובות פון איבער פיר מיליאן דאלער פאר מענטשן; נישט פאר מיינע געברויכן נאר צו בויען די קהלה.


דערפאר בעט איך דיר, טו מיר א טובה און ווארעם אן די טייערע אנשי שלומינו אז אלע זאלן אנטיילנעמען און גיין נאך געלט, און זיך אנשליסן אין דעם יערליכן קאמפיין מיך ארויסצובעילן פון מיינע חובות, איך וויל דירעקט נישט נעמען די געלט פון אנשי שלומינו פערזענליך, איך וויל אז די תלמידים און די חברים זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט. ווען מען גייט נאך געלט ווערט מען אינגאנצן מתוקן, עס איז דער גרעסטער תיקון פאר אלע נישט גוטע מעשים וואס מען האט געטון.


מוהרא"ש זאגט אין אשר בנחל צענדליגער מאל אז גיין נאך געלט, צאמנעמען צדקה פארן הייליגן רבינ'ס זאך - איז מתקן אלע עבירות.


לאז מיר וויסן וואס איך קען ארויסהעלפן אז די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה, און דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן פון די ליכטיגע עצות, ווי אזוי מען קען לעבן דא אויף די וועלט און די קאפ זאל זיין ביים אייבערשטן, די קאפ זאל טראכטן פונעם אייבערשטן, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן. האבן א פרייליכע שטוב, האבן שלום בית, האבן געדולד צו די קינדער און לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8841 - ווי מער מען דאנקט, אלץ שנעלער קומט די רפואה
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


אייער זון האט מיר דערציילט אז איר גייט יעצט אריבער וכו', איר זענט זייער אפגעשוואכט וכו', מען האט געפונען ביי אייך וכו', ה' ישמרנו.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט זיך זייער שטארקן און אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, ווייל ווי מער מען זוכט דאס גוטס און מען זעט די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, און מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן - אלץ שנעלער קומט די רפואה. ווייל דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז שמחה איז די רפואה פאר אלע מחלות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִּׂמְחָה הִיא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אפילו די דאקטוירים זענען מודה אז שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


אייער זון האט מיר דערציילט וואס איר גייט יעצט אריבער מיט די טאכטער, און ווי איר נעמט דאס זייער זייער צום הארצן וכו' וכו', און ווי עס זעט אויס איז דאס די סיבה פון די מחלה וכו' וכו', בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די טייערע ליכטיגע קינדער וואס איר האט, און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויך פאר די טאכטער, און פרובירט איר דן צו זיין לכף זכות, זוכט אויף גוטע זאכן אין איר, און נאר פון דעם זאלט איר טראכטן, עס איז נישט געזונט צו וויינען טאג און נאכט ווען א קינד גייט זיך זיין וועג וכו'.


דער הייליגער רבי נתן זאגט, ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט, דא איז א מענטש וואס דאנקט מיר, איך וועל אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל מיר נאך מער דאנקען", און חס ושלום ווען איינער רעדט זיך אפ, ער באקלאגט זיך, זאגט מען אין הימל, מען וועט אים געבן יסורים און צרות ער זאל האבן וואס צו קרעכצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8840 - תהלים האלט דעם מענטש, נישט צו פאלן
אמונה, התחזקות, תפילה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


זאגט יעדן טאג תהלים, און פלעכטס אריין אייערע אייגענע לויב ווערטער און אייערע בקשות; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צב), תהלים איז אזוי ווי א משענת אויף וואס מען קען זיך אונטערלאנען, מען פאלט נישט.


פירט אייך מיט דרך ארץ צו אייערע עלטערן, זייט מכבד טאטע מאמע מיט גרויס שמחה.


פון דער ראש ישיבה.

#8839 - גיי אין שול, אפילו עס איז דיר נישט באקוועם
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, מברכין החודש, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען זיין פרייליך שבת, הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, הייליגער באשעפער, העלף מיר, געב מיר שטארקע נערוון, איך זאל נישט ווערן צעדרודלט און צעשטרודלט פון מיינע קינדער און פון מיין טייערע ווייב".


די וואך שבת איז א ספעציעלע וואך, מיר ענדיגן ספר במדבר, און מיר גייען שרייען אין שול: "חזק חזק ונתחזק!" מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר: פארוואס זאלסטו נישט יעדן טאג לערנען אביסל חומש, שנים מקרא ואחד תרגום; טייל היינט די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, וועסטו זוכה זיין אז דו וועסט האבן א הייליגע מח.


מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים, אז ווער עס לערנט יעדן טאג חומש רש"י - פארטרייבט דעם יצר הרע; דאס איז אויסער דעם וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, וואס די הייליגע חכמים זאגן אין מסכת ברכות (ח.): "כָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו".


דאס איז א חיוב, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף א). "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם", א מענטש איז מחויב יעדע וואך צו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום פון די פרשה פון די וואך, "שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר", ווייל יעדער איינער וואס איז מעביר סדרה די פרשה פון די וואך - "מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", איז זוכה צו האבן אריכות ימים.


בלייב נישט אין שטוב שבת, גיי אין שול דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת", ווער עס האט א שול אין זיין שטעטעלע, "וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל", און ער גייט נישט דאווענען, "גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", איז ער גורם פאר זיינע קינדער א גלות לעבן; די קינדער וועלן זיך וואלגערן, די קינדער וועלן נישט האבן קיין אידישע ערליכע געזונטע לעבן, און אפילו עס איז דיר שווער, די זמן איז שפעט, עס איז פון די שפעטסטע זמנים אין יאר, און עס קומט אויס אז מען דאווענט גאר שפעט, און דו שפירסט אז דו ווילסט דיך נאר אביסעלע צולייגן, און נאכדעם בלייבסטו שלאפן אינדערהיים; טו דאס נישט, גיי אין שול דאווענען, גיי אין שול אפילו עס איז הייס, גיי אין שול אפילו עס איז דיר נישט באקוועם, גיי אין שול אפילו דו האסט נישט קיין חברים דארט, גיי אין שול פאר דיר, פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות און פאר דיינע דורות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


אויך ביי די סעודה ווען דו זיצט מיט דיינע קינדער זאלסטו זען אז עס זאל זיין זייער פרייליך, געב זיך אכטונג אז עס זאל נישט זיין אנגעצויגן, אז דיינע קינדער זאלן ליב האבן שבת, ליב האבן דיך, ליב האבן די משפחה.


זאלסט האבן א פרייליכע ליכטיגע שבת!

#8838 - די נסיונות ווערן שטערקער, מען מוז זיך אויפפרישן
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב געקענט טון א שידוך מיט מיין טייערער ליבער זון הרב נחמן נתן שליט"א, מיר האבן זיך משדך געווען מיט דעם חשוב'ן מחותן רבי אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, דער גבאי פון שטעטל. וויפיל דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט מיר; דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט אויך זען שמחות ביי דיינע קינדער, און נחת און פרייד געזונטערהייט.


ליבער ברודער, זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, טייל איין די וואכעדיגע פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער, פון שני ביז שלישי; דינסטאג זאלסטו גיין ווייטער, פון שלישי ביז רביעי; אזוי זאלסטו טון אלע טעג פון די וואך, ביז דו וועסט ענדיגן די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, דאס וועט דיך היטן פון אלעם בייזן, און דאס וועט זיין א שמירה פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות; זאג יעדן טאג כמה וכמה פרקים משניות, דאס וועט דיר העלפן זיך צו קענען שטארקן אויף די שווערע ביטערע נסיונות וואס דער יצר הרע ברענגט דיר.


ליבער ברודער, אז דו וועסט יעדן טאג גורס זיין פרקים משניות וועסטו ביים סוף מנצח זיין די שווערע מלחמה, דו וועסט ארויסגיין פון דיין פלאנטער, פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


היינט נאכט וועט זיין אם ירצה השם די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, זע צו קומען ווייל יעדער איינער דארף חיזוק, און אפילו דו ווייסט שוין אלעס וואס מען גייט שמועסן ביים שיעור, דו ווייסט פינקטליך וועלכע שיחות און וועלכע תורות מיר גייען זאגן די וואך, דאך דארף דער מענטש דאס נאכאמאל הערן און דאס נאכאמאל אויפפרישן; ווייל די נסיונות ווערן שטערקער און שטערקער און מען דארף האבן דעם רבינ'ס חיזוק, איך האף דיך צו זען ביים שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8837 - זע צו טון פאר הפצה
התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון גיין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, קונטרסים און גליונות - וואלסטו יעדן טאג עוסק געווען אין דעם, וואלסט אריינגעלייגט כוחות אין די הייליגע זאך.


דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


עס גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות אויף אידישע קינדער, בפרט אויף די בני הנעורים; אזויפיל בחורים און אזויפיל מיידלעך פאלן נעבעך אין עבירות, און מיטן הייליגן רבינ'ס עצות קען מען זיי אלע צוריקברענגען צום אייבערשטן, און מיטן הייליגן רבינ'ס ספרים האבן זיי נאך א האפענונג.


ליבער ברודער, זע צו טון פאר הפצה; אדער זאלסטו אליינס גיין פארשפרייטן די ספרים, אדער זאלסטו מחזק זיין אנדערע מפיצים און זיי העלפן אויסטיילן יעצט זומער אין די קעמפס און אין די קאנטריס - די ספרים, קונטרסים און גליונות; ווייל מיר האבן נישט קיין אנונג דאס גרויסקייט פון צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן, אויבן אין הימל ווערט א רעש, אויבן אין הימל ווערט א גאנצע געטואכץ ווען מען זעט א איד איז עוסק אין צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8836 - קום צו די שיעורים, הערן די זיסע עצות
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, פון דיין לעבן, פון דיין עבודת השם; איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פרייליך און אז זאכן גייען גוט ביי דיר.


איך האב גרויס הנאה צו זען דיין נאמען חודש'ליך ווי דו העלפסט די ישיבה, און נאך מער וועל איך זיך פרייען דיך צו זען קומען צו די שיעורים, הערן די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, די עצה פון תורה ותפילה, פון לערנען יעדן טאג אביסל חומש – שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און לערנען משניות, גמרא וכו', און די עצה פון זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן און אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, און נאך שיינע זיסע עצות.

#8835 - סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ר' ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתנו


איך האב זייער הנאה צו זען פון די נאנט די התמדה פון די אברכי הכולל, איך בין זיך מחי' צו זיצן צווישן די ווענט פון כולל הערן די קול תורה פון די אינגעלייט, אויך צו זען די ערליכקייט מיט די יראת שמים.


איך וויל פרעגן אויב איך קען האבן די זכי' צו לאדענען די כולל אינגעלייט מיט דיר צו א סעודת ראש חודש ביי מיר אין שטוב, סיי דעם ראש חודש הבא עלינו לטובה, מנחם אב, און אויך ראש חודש אלול. איך וויל מחזק זיין די כולל אינגעלייט, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, א): "אין מחזקים אלא המוחזקים", די אינגעלייט וואס לערנען – דארפן אסאך חיזוק; די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק.


א באזונדערע דאנק פארן מקרב זיין מיינע קינדער, לערנען מיט זיי אין כולל און אין די זייטיגע צייטן, איך האף דו וועסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן, אים מחזק זיין צו לערנען גמרא והלכה, פארברענגען זיינע יארן צווישן די ווענט פון כולל, "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ" (תהלים כז, ד), איך און מיינע קינדער און קינד'ס קינדער.


לאז מיר וויסן וועגן עסן סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט.

#8834 - אמונה מיט שמחה איז די בעסטע ווייטאמין און מעדעצין
אמונה, התחזקות, דאווענען, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איר קענט גיין צום דאקטער זיך בודק זיין צו זען אז אלעס איז גוט מיט דיר וכו', עס איז כדאי איר זאלט גיין, אזוי וועט איר ווערן רואיג און פרייליך; ווייל יעדע מאל מען האט קאפ וויי, די קאפ שווינדלט וכו' – איז א חלק פון די ווייטאג די פחד און שרעק, און אמאל איז דאס רוב פון די ווייטאג; איז כדאי צו גיין צום דאקטער צו זען אז מען איז געזונט און שטארק.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט שמחה, זינגט און טאנצט ניגוני אמונה, אמונה מיט שמחה איז די בעסטע ווייטאמין און די בעסטע מעדעצין, מען ווערט אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש, און דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל גערעדט צו אונז פון זיין פרייליך און פון טון אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך מאכן נאריש, אבי זוכה זיין צו שמחה וואס איז א רפואה פאר אלעס.


זארגט נישט, איר זענט געזונט און שטארק, און אז איר ווערט נישט רואיג זאלסט איר גיין צום דאקטער וכו', און זינגט און טאנצט, וועט איר מיט שמחה פארטרייבן די קליפות און זיין ארום גענומען מיט די שכינה הקדושה.


אינדערפרי זאגט ברכת השחר מיט קריאת שמע, זאגט די אני מאמין, זאגט דאס מיט טייטש; וועט איר זוכה זיין צו א שטארקע אמונה.

#8833 - מאך זיך פרייליך
שמחה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער יואל מנחם גרשון


וואויל איז דיר "אשר בנחל" וב"עצתו אמונה" שם גורלך, דו האסט די זכי' ליכטיג צו מאכן פאר הונדערטער און טויזנטער אידן מיט די הערליכע בריוון פון עצתו אמונה; חיזוק, שכל והדרכה, גענומען פון הייליגן רבי'ן און פון זיין תלמיד רבי נתן, אויפן וועג ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי אן ביתר שאת וביתר עוז, זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט; נאר ביי גשמיות'דיגע זאכן איז א מעלה איינער וואס איז מסתפק במיעוט, א שמח בחלקו, אבער ביי עבודת השם און ביי העלפן אנדערע איז א מעלה וואס מער הונגעריג מען איז, וואס מער מען וויל אויפטון פאר אידישע קינדער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון א ווייבל אנגעטון איידל מיט א טיכל, אזוי ווי מען גייט ביי אונז, ווי זי כאפט זיך אן די באקן פון צער פון ציין ווייטאג, און ווי א אינגערמאן [דער רבי], ווייזט איר מיט די פינגער אויף די באקן א סימן פון שמייכלען, זי מיט א פארוויינטע פנים, און ער מיט א פרייליכע פנים. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אז שמחה איז די רפואה פאר אלע ווייטאג.


"טאטע, איך האלט נישט אויס די צער, די ציין טוט מיר וויי, די ווייטאג איז אזוי שטארק, עס קנאקט ביזן מח, איך שפיר ווי איך קען עס מער נישט דערהייבן, אהה... אהה..."


געווען איז דאס דעם רבינ'ס טאכטער, זי איז געקומען צום רבי'ן, זי האט געוויינט: "טאטע איך האלט נישט אויס די צער, די ציין טוט מיר וויי, די ווייטאג איז אזוי שטארק, עס לעכערט מיר ביזן מח, איך שפיר ווי איך קען עס מער נישט דערהייבן... אהה... אהה..."


דער רבי זאגט איר: "זיי פרייליך וועט קומען א רפואה, דו וועסט מער נישט האבן קיין ווייטאג".


"טאטע... איך קען נישט זיין פרייליך, איך האב דאך שרעקליכע פיין, עס שטעכט, עס רייסט..."


זאגט דער רבי: "אז דו קענסט נישט זיין פרייליך – מאך זיך פרייליך; אפילו דו קענסט נישט זיין עכט פרייליך – מאך א שמייכל, מאך זיך כאילו דו ביסט פרייליך; וועסטו האבן א רפואה, ווייל אפילו מען מאכט א געמאכטע שמייכל – ווערט נמתק אלע דינים און מען זעט ישועות".


טייערע קינדער, אפילו ווען זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן, און אפילו עפעס טוט זייער וויי – דארפן מיר ווייטער פרייליך זיין, און אז מען קען נישט זיין פרייליך – לאמיר זיך מאכן פרייליך, וועלן מיר געהאלפן ווערן.

#8832 - זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע
כיבוד אב ואם, התחזקות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האסט מיך געפרעגט וואס זיך צו מקבל זיין, א גוטע זאך - לכבוד די גרויסע נס וואס דו האסט יעצט געהאט...


ליבער ברודער זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע, דו האסט אן אלטע טאטע; וואס מיינסטו, נאך וויפיל יאר וועסטו קענען מאכן די מצוה פון כיבוד אב... זאלסט גיין אים באזוכן, גיי שמועס מיט אים, און זע וואס דו קענסט העלפן ביי אים אין שטוב; לאז זיך אפ פון אלע אנדערע זאכן וואס דו טוסט טו די מצוה פון כיבוד אב, די תורה זאגט (שמות כ, יא): "למען יאריכון ימיך", דו וועסט לאנג לעבן.


האסט מיך געפאלגט ביז אהער און קוק ווי שיין זאכן זענען, זאלסטו מיר הארכן אויך מיט דעם, וועסט נישט חרטה האבן.

#8831 - בלאז אריין א חיות אין אנשי שלומינו בארץ הקודש
התחזקות, הפצה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער יואל לעווי נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק יצ"ו


מזל טוב פאר די שיינע שידוך מיט דיין טייערער זון החתן שמואל זאב נרו יאיר, מיט מיין שוועסטער'ס קינד, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי זיי און ביי אלע קינדער.


בלאז אריין א חיות אין אנשי שלומינו בארץ הקודש, זאג זיי אלע אז איך בענק צו זיי, איך טראכט פון זיי, און אפילו עס קען אריבערגיין וואכן וואס מען רעדט נישט און מען ענטפערט נישט, איז דאס נישט פשט אז די קשר איז איבערגעריסן, דאס איז פון די גרויסע טרדות וואס איך האב.


שטארק דיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ממשיך זיין אין בית פיגא, זי זאל מחזק זיין די טיטשערס, און זיי מחזק די מדפיסים און די מפיצים.

#8830 - א געזונטע און ריינע עולם אינעם בנין אין אומאן
התחזקות, אומאן, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


העניך אינדיג נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן אינזין האבן יעדן טאג פונעם יאר אז מיר זאלן האבן א באקוועמע פלאץ אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה, א גאנץ יאר זארגסטו פאר דעם, אז אלעס זאל זיין באקוועם און געשמאק; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, עס איז אן אייביגע זכות.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אויסקלויבן וועם צו געבן א בעט ביי אונז אין בנין, איך זוך נישט אנצופילן דעם בנין, איך זוך נישט וכו'; ענדערש זאל זיין א געזונטע עולם, א ריינע עולם וכו'. אויך זאלסטו רעדן מיט די גבאים בארץ הקודש זיי זאלן נישט פארדינגען בעטן פאר וועם אימער, איך וויל נישט קיין פראבלעמען.


העיקר שטארק זיך, נעם מיט דיר א זעקל ספרים, און ביי די ארבעט זאלסטו האלטן א תהלים און א משניות, און לערנען און דאווענען און זיך מתבודד זיין צום באשעפער, מאך פון די גאנצע קאנסטראקשן סייט א הייליגע פלאץ פון תורה ותפילה.


די יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, געפאלט אום שבת, (אויך קומענדיגע יאר, שנת תשפ"ח); דארף מען געדענקען אויסצושטעלן די סעודה פון די ערשטע טאג ראש השנה, דאס צעטיילן אין צוויי.

#8829 - ווען די נישט גוטע רוח כאפט דיך אן
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י"א תמוז, שנת תשפ"ו לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, און ביי די סעודות זאלסטו זיך נייטן צו זיין רק בשמחה, זינג זמירות בשמחה, זינג נישט וויינעדיגע ניגונים, זינג פרייליכע ניגונים.


מאך קידוש מיט שמחה, עס די שבת'דיגע עסן מיט שמחה, און דאנק הויך אויפן קול דעם אייבערשטן פאר דיין שיינע משפחה; רעכן אויס אלע קינדער ביים נאמען, זאג שכוח אייבערשטער פאר דעם קינד, און פאר דעם קינד, און גיי שלאפן בשמחה, און דאווען בשמחה.


א גאנצע וואך איז עצבות זייער געפערליך, און ספעציעל ווען עס קומט שבת דארף מען דערווייטערן די עצבות בתכלית הריחוק.


אז די נישט גוטע רוח כאפט דיך אן, זאלסטו גיין אין א זייט און בעט דעם אייבערשטן: "אָנָּא הַשֵּׁם הַרְחֵק מֵעָלַי אֶת הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחוֹרָה, אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דֶערְוַוייטֶער פוּן מִיר דִי עַצְבוּת אוּן דֶעפְּרֶעסְיֶע, וְזַכֵּנִי לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה, מַאךְ מִיךְ פְרֵיילִיךְ, מַאךְ מִיךְ אַזוֹי פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ זָאל אָנְהוֹיבְּן טַאנְצְן פוּן רוֹב שִׂמְחָה, אוּן יֶעדֶער אַרוּם מִיר זָאל וֶוערְן פְרֵיילִיךְ".


א פרייליכן שבת.

#8828 - פארלאז זיך אויפן אייבערשטן
אמונה, התחזקות, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זארג נישט פאר פרנסה, קוק ארויף צום אייבערשטן, האב בטחון אינעם אייבערשטן – וועט דער אייבערשטער דיר געבן גרויס שפע, און זע צו לעבן אזוי ווי די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל בטחון, וואס איז געווען "נאר פרייליך", און האט בכלל נישט געזארגט וואס וועט זיין מארגן, יעדן טאג איז ער געגאנגען זען וואס ער קען היינט טון פאר פרנסה, און די ערשטע זאך וואס מען האט אים אנגעטראגן – האט ער גענומען מיט גרויס שמחה, און ווען ער האט געענדיגט ארבעטן האט ער איינגעקויפט א סעודה, "און די סעודה איז געווען א סעודה", און ער האט געהאט צייט צו עוסק זיין בעבודת השם, ער האט געלעבט א חיים טובים, א זיס לעבן, אפילו ער האט יעדן טאג געטון עפעס אנדערש, דאך האט ער זיך בכלל נישט מבלבל געווען פון דעם, נאר געטון דעם רצון השם, געטון וואס איז אים אונטערגעקומען צו טון.


דער עיקר זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, און זיך נישט פייניגן מיט אזויפיל טראכטן: 'וואס וועט זיין? ווי אזוי? ווען? פארוואס?' פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, ה): "גּוֹל עַל ה' דַּרְכֶּךָ וּבְטַח עָלָיו וְהוּא יַעֲשֶׂה"; ווייל דער עיקר וואס מענטשן ליידן אין פרנסה וכו' – איז דער עיקר במחשבה, מען פייניגט זיך מיט מארגן, מען פייניגט זיך מיט וואס וועט זיין, ווייל אויף די היינטיגע טאג האט מען, נאר די דאגות: 'וואס וועט זיין?' דאס איז די צרה, די בראך; על כן זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן.


א גרינגע תענית.