בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9024 - בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות
צדקה, הכרת הטוב, ספר תורה, שול, גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איינער האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווארן אנגעווייטאגט וכו', און דו האסט מחליט געווען מער נישט צו שטיצן די שול מיט קויפן עליות און נעמען זכותים.


ליבער ברודער, איך וועל רעדן מיט די גבאים זיי זאלן דיך מפייס זיין, איך האלט אויך אז זיי האבן געמאכט א טעות, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט בעלי שמחות, זיי געבן עליות בעת שמחתם, בפרט די וואס העלפן א גאנץ יאר די שול מיט געבן געלט פאר די שול וכו'.


אבער איך וויל דא צוקומען צו עפעס מער טיפער, לו יצויר אז די גבאים וועלן ווייטער האלטן אז מען דארף קויפן עליות אפילו ווען מען מאכט א שמחה, און דו שפירסט ווי זיי גייען קאפ אין וואנט, דארף מען נאכאלץ העלפן די שול, ווייל די שול איז דעם רבינ'ס שול, און די נדרים ונדבות גייט נישט פאר די גבאים, דאס גייט פארן שול; מען דארף בלייבן ביים רבי'ן.


איך האלט אויך אז ווען איינער העלפט די שול דארף מען אים אוועק געבן די עליות, איך האב געמאכט א הכנסת ספר תורה, איך האב געזאגט פאר די גבאים, איך ברענג פארן שול א ספר תורה פון קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און מיין שווער שליט"א, מיין שוואגער דער סופר, מיט נאך משפחה קומען אויף שבת צו די הכנסת ספר תורה; איך וויל זיי מכבד זיין מיט עליות, איז ריכטיג מען זאל מיר אוועק געבן די עליות וכו'.


איך זע איין זאך, אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, און מיט הכרת הטוב פאר אלע וואס טוען און העלפן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה.

#9023 - א שיינע דירה
משניות, דירה, גן עדן, שנים מקרא ואחד תרגום, נאך א דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו קומסט אלץ פרעגן וועגן קויפן דירות וכו', און יעצט ווילסטו קומען אין שטעטל וואוינען און דו פרעגסט אויף אזא דירה אדער אזא דירה; איך פארשטיי נישט צו קיין דירות, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך אנגרייטן א שיינע דירה אויף יענע וועלט; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אויך א שיעור אין משניות – צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און דפים גמרא; מיט דעם וועסטו זיך בויען א שיינע דירה אין גן עדן, און ווען דו ווערסט פארטיג מיט איין דירה – זאלסטו אנהייבן בויען נאך א דירה און נאך א דירה, ענדיג נאך א מסכתא און נאך א מסכתא, אין זוהר שטייט (הקדמת התיקונים, דף יד ע"ב), יעדע מסכתא וואס מען לערנט – איז מען זוכה צו באקומען א גאנצע וועלט.


ליבער ברודער, נאר דאס איז תכלית, נאר תורה און תפילה. ביי אנשי שלומינו איז דא א תנועה מיט די ווערטער: "אט גייט מען זוכן א שיינע דירה, און אט פירט מען שוין צו די קבורה"; צו געדענקען פון עלמא דאתי, זיך היטן די זכרון, נישט אריינפאלן אין שכחה, מיתת הלב, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נד); געדענקען אריין צו כאפן נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א תורה אין ליקוטי מוהר"ן.


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן, ער קויפט און בויט נאך א דירה און נאך א דירה בעלמא דאתי לנצח נצחים.

#9022 - שטערן דאס בויען די קהלה
היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, מרה שחורה, קהילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו פארשטייסט וואס מיר האבן גערעדט ביי די הקפות און נאך די הקפות; דו – אז דו האסט א פראבלעם מיט צאלן שכר לימוד, דו האלסט אז איך בין דיר שולדיג געלט פון יארן צוריק וכו', און איך האלט אז נישט, און אז מען נעמט נישט דיינע קינדער מיט די באס – דאס איז דאך דיין עסק, נישט פון דעם האב איך גערעדט, נאר פון די וואס מישן זיך אין זאכן וואס האט נישט מיט זיי, די וואס קייען יעדנ'ס מעשיות און זענען פארנומען אויסצורעכענען לדעתם עוולות וואס איך טו...


די זענען נישט דיינע פריינד, די זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין חיות אין לעבן, בעלי מרה שחורה, וואס זייער גאנצע חיות איז – ווי זיי קענען מיך בארעדן און מיר שטערן בויען די קהילה.


רעד זיך נישט איין אז דו האסט פריינד, אויב א פריינד האסטו איינער וואס האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז דו זאלסט האבן א לעבן, אז די לימודים וואס מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאל מען קענען אויספירן אויף למעשה, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן רבי'ן, מיט היכל הקודש, לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיך מתבודד זיין, און זיי חתונה מאכן ריין, יונג, בקדושה ובטהרה, און די זיסע לימודים ווי אזוי צו האבן שלום בית וכו' וכו', דער איינער איז דיין פריינד, ווייל ער מיינט דיך אן נגיעות, אן באקומען עפעס פאר זיך, אויב עפעס איז עס על מנת לסקלו ולבזותו.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט די אמט וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו טון, איך האב זאכן וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט וואס איך וועל דיר נישט דערציילן וכו' וכו', און דאס וואס יעדע שטיק צייט קומט איינער און איז מביש ריח; אזוי מוז זיין, און אזוי וועט זיין; איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל האבן אין די קהילה מענטשן וואס ווילן דא זיין, (נישט מענטשן וואס האבן נישט א צווייטע פלאץ וד"ל), מענטשן וואס ווילן און האבן ליב דעם ראש ישיבה, נישט אונטערגראבערס.

#9021 - אויסהערן די מחשבות פון פחדים פונעם קינד
פחדים, מחשבות, נערווען, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די פחדים וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אייער קינד; עס איז זייער וויכטיג אז איר אלס מאמע זאלט יעדן טאג רעדן מיט אים ער זאל דערציילן אלע מחשבות, אזוי וועט עס אים ווערן גרינגער, ביז עס וועט ארויסגיין אינגאנצן.


עס איז זייער וויכטיג אז איר זאלט אויסהערן זיינע מחשבות פון פחדים, און אים בארואיגן אז די סארט מחשבות פון פחדים וכדומה - דאס איז וואס אסאך האבן, און עס איז גארנישט; עס וועט אוועק גיין. ווייל דער פחד אליינס איז איין שוועריקייט, מיט דעם וואלט מען נאך געקענט אנגיין, אבער די צווייטע חלק, וואס הייבט אן פייניגן דעם מענטש: 'וואס איז מיט מיר געשען אז איך האב פחדים, איך בין נארמאל? איך בין משוגע? וועל איך איין טאג ווערן אינגאנצן משוגע? איך בין א נערווען קראנקער מענטש'; די סארט מחשבות זענען זייער שרעקליך, די מחשבות לייגט צוגרונד דעם מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג איר זאלט אים אויסהערן און בארואיגן.


איך האב אים אויך געזאגט אז ער זאל קומען צו מיר און דערציילן אלע מחשבות פון פחדים וכו', ווייל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סעיף יג), אז דאס דערציילן די שלעכטע מחשבות (נערווען מחשבות) פאר א נאנטער חבר - האט א סגולה אז עס גייט אוועק פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר מיט אלע אייערע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, און האבן א זיסע יאר מיט אלעס גוטס.

#9020 - מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע אין גן עדן
שמחה, עצבות, שולד געפילן, מרה שחורה, עליית נשמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


הרב ... שליט"א, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו ביי פדיון נפש אין אומאן.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט צו זיין אין עצבות און מרה שחורה, נאר זיין פרייליך מיט יעדע גוטע זאך וואס דו טוסט, און מיט דעם וועט דיין מאמע'ס נשמה גיין העכער און העכער אויבן אין הימל; ווייל ווען א מענטש לאזט איבער קינדער וואס דינען דעם אייבערשטן, זיי לערנען און דאווענען און טוען מצוות מיט שמחה - דאס איז די גרעסטע זאך פארן מענטש, די נשמה גייט העכער און העכער מיט יעדע מצווה וואס מען טוט מיט שמחה.


איך האב געליינט דיין בריוו, איך בין זייער באזארגט פאר דיר; דו ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די מחשבות, איך זע ביי זייער אסאך מענטשן וואס פארלירן זייער באליבטע טאטע אדער באליבטע מאמע, ווי זיי הייבן אן ליידן שרעקליכע יסורים פון די מחשבות וכו': 'איך האב גורם געווען אז מיין מאמע אדער טאטע זאלן שטארבן וכו'; קלאפ ארויס פון קאפ די נארישע זאך אז דו האסט גורם געווען אז דיין מאמע זאל אוועק גיין פון די וועלט, די מחשבה איז פון די סטרא אחרא וואס ווילן דיך אומגליקליך מאכן און דיך אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; דאס איז ליגנט, דו האסט נישט גורם געווען דיין מאמע זאל אוועק גיין פון די וועלט, דיין מאמע איז אוועק פון די וועלט אין די רגע וואס זי האט געדארפט אוועק גיין, זי האט נישט געהאט מער קיין איין רגע צו לעבן.


שטארק זיך זייער צו זיין זייער פרייליך וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיין מאמע אין גן עדן. דיין מאמע איז געווען א צדקת, זי האט זיך מוסר נפש געווען פאר תורה, זי האט אלעס געטון אז איר שטוב זאל זיין א שטוב פון תורה, און אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט דאווענען מיט שמחה, דו וועסט לערנען מיט שמחה און טון אלע מעשים טובים מיט שמחה - וועסטו איר מאכן א גרויסע נחת רוח.


א גמר חתימה טובה.

#9019 - מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס
אמונה, בטחון, שיחות הר"ן, יסורים, השגחה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן נאר אין אמונה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים ווי אזוי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס איז נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן. "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס.


ליין די בריוו נאכאמאל און נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9018 - יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע ווארעמקייט
טעלעפאן, בין אדם לחבירו, ישיבה, בחורים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן, די קומענדיגע יאר זאלסטו אפלאזן אלע גבאות און אלע עסקנות וכו' און זיך אריינלייגן נאר אין די ישיבה, איך וועל אם ירצה ה' טרעפן א נייער גבאי זאל העלפן מיט אפוינטמענס, מיט מאכן סדר אויפצונעמען מענטשן יעדע זונטאג וכדומה, איך וויל פון דיר איין זאך - נאר די ישיבה; יעדער בחור זאל באקומען דאס מערסטע אויפמערקזאמקייט, ווארעמקייט און ליבשאפט, ספעציעל די קינדער פון אנשי שלומינו זאלן נישט אוועק פאלן, אלע זאלן דינען דעם אייבערשטן מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו וועלן טון זאכן וואס מען דארף נישט טון, און די זאכן וואס מען דארף טון - נישט צו טון, די הייליגע חכמים זאגן (קדושין לא.): "גדול מצווה ועושה", עס איז גרעסער און הייליגער צו טון וואס מען האט זיך אונטערגענומען צו טון; און אז דו האסט גענומען די זאך צו העלפן אין ישיבה - זאלסטו נישט ווערן אומדירעקט אריינגעדרייט אין עסקניות, גבאיות אין די קהלה.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז די בחורים זאלן יעדן טאג גורס זיין ח"י פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים, יעדער בחור זאל לערנען יעדן טאג חומש רש"י, שנים מקרא ואחד תרגום, און יעדער בחור זאל האבן א כשר'ע טעלעפאן אן קיין טעקסט מעסעדזש, אן קיין ווידיאו, אן קיין בילדער. איך זע וואס גייט פאר צווישן די בחורים, מען טשעפעט זיך, מען טוט זיך וויי, מען כאפט אפ איינער פון אנדערע ווי מען דרימלט, ווי מען עסט, און מען שיקט דאס פאר חברים, מען איז מלבין פני חברו ברבים, וואס איז אזוי געפערליך, אין לו חלק לעולם הבא (בבא מציעא נט.); איך וויל נישט אין ישיבה די זאכן.


אויך וויל איך אז אלע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, אין ישיבה דארף מען נישט גיין א גאנצן טאג אזוי, נאר ביים דאווענען מוז מען גיין אנגעטון, און ביים קומען און גיין.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל נאך רעדן מיט דיר מער באריכות, ווייל יעצט בין איך נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה אהיים פון רבינ'ס ראש השנה. נעכטן האט געהייסן אז עס וועט זיין א שיעור, אבער איך האב נישט געהאט די כוחות, איך דארף קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9017 - קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף ערליכע אינגעלייט
הפצה, חידושי תורה, שיעור, בחורים, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו זען דיינע חידושי תורה וואס דו ביסט מחדש מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס בלאזט אריין חיות אין נשמות ישראל, אז אפילו א 'ציפור שמרדה', א נשמה וואס איז פארבלאנזשעט פון די קדושה – "כֹּל הֵיכָא דְּאִיתֵיהּ בְּבֵי גַזָּא דְּרַחֲמָנָא אִיתֵיהּ דִּכְתִיב 'לַה' הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ'" (חולין קלט.) איז מען נאכאלץ ביים אייבערשטן, מען קען זיך נאך צוריק קערן, מען קען תשובה טון.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין 'הפצה', גיי הפצה ביי די פרומע שטיבער, גיי הפצה צו כולל אינגעלייט און בחורי ישיבה; ביי ענק איז דא אסאך מפיצים וואס גיין צו די נישט פרומע געגנטער, מיר דארפן מפיצים ביי די פרומע; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די ערליכע אינגעלייט, מען מיינט אז מען דארף גיין הפצה נאר ביי די וואס מען האט נעבעך אוועק געפירט פון אידישקייט און אויסגע'שמד'ט רחמנא לצלן, מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים, די היימישע ציבור איז אזוי צעבראכן, דער בילד פון אינדרויסן איז טאקע זייער שיין, אבער פון אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן און אויסגעברענט, מען איז אויפגעגעבן, און אלע ווארטן אויף חיזוק, חיזוק אויף אמונה; זאלסטו גיין דיקא אין כוללים, אין ישיבות און אין שולן.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי מחזק אנשי שלומינו, בעיקר די בחורים און די אברכים - זיי זאלן הערן די שיעורים, די טעגליכע שיעורים וואס מען געבט אין ישיבה און זיכער די וועכנטליכע שיעור פאר אינגעלייט; עס איז אזוי וויכטיג צו הערן דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן, נאר אזוי קען מען זיך האלטן פריש, און נישט ווערן אלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9016 - זיך אויפפרישן מיט חבורות און הפצה
הפצה, חבורות, קירוב, אומאן ראש השנה, בני ברק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן ביים רבינ'ס ראש השנה און הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט עוסק זיין אין 'הפצה', פארשפרייטן דעם רבינ'ס זיסע עצות, חיזוק און שכל פאר די וועלט.


ליבער ברודער נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


איך האב גערעדט צו ... אין אומאן ער זאל צוריק אנהייבן מאכן חבורות - נישט אין שול - נאר אין שטיבער, ווייל די פרישע בחורים און אינגעלייט האבן אין אנהייב א פחד זיך ארויס צו שטעלן אלס ברסלב, עס איז נישט באקוועם צו קומען אין שול, מען דארף מאכן אין שטיבער, פריוואט, און אזוי מקרב זיין די יוגענט. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים', טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


איך וויל בעטן אלע חברים אין בני ברק זיך צוריק אויפפרישן אין די זאך פון הפצה, ווייל דאס איז די ווילן פון רבי'ן, מיר אלע זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, קוק וואס רבי נתן שרייבט ווייטער (חיי מוהר"ן, שם): "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


בנוגע די דירה וכו'; טו אזוי ווי מיר האבן גערעדט, פארקויף עס און קויף א דירה אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9015 - ווי גוט און ווי וואויל צו ח"י פרקים משניות
מוסדות, מוהרא"ש, ליצנות, חי פרקים משניות, תמימות ופשיטות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך הער זאגן אז דו האסט מנדב געווען נייע טישן און בענקלעך פאר די חדר אין ארץ ישראל אין די ווערד פון טויזנטער שקלים; איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח אויף דעם און אויף אלע גוטע זאכן מיט וואס דו העלפסט די מוסדות און די קהלה, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


שטארק דיך זייער מיט לערנען יעדן טאג פרקים משניות, און ווי גוט וועט זיין און ווי וואויל וועט דיר זיין - אז דו וועסט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. עס שטייט פון צדיקים (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", אנטקעגן די אכצן וועלטן, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


הער נישט אויס וואס די לצים זאגן, קוק נישט אויף זיי, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זען ווער איז דער חוזק, די וועלט זאגט: "לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף"; ווען דער מלאך המוות וועט קומען ארויסנעמען די נשמה - דעמאלט וועט מען זען וואס איז דער חילוק צווישן די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, יעדן טאג געלערנט תורה אפילו בלי הבנה און צווישן די לצים.


מוהרא"ש האט אזוי זיס אונז שטענדיג געזאגט, עס שטייט אין פסוק (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דער וואס איז קלוג, ער הערט זיך צו וואס צדיקים זאגן - וועט ער אליינס הנאה האבן פון דעם, און דער וואס מאכט א געשפעט פון די רייד פון צדיקים - שפעט פון זיך אליינס.


איך בין נאך אפגעמארטערט פון די נסיעה, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9014 - חזר'ן אמונה און לעבן מיט אמונה
אמונה, אומאן, השגחה פרטית, שבת תשובה, עשרת ימי תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, טבריה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט זייער נתעורר געווארן ביים הייליגן רבי'ן און דו ביסט אהיים געקומען פון אומאן מיט א הייליגע גייסט, האסט אוועק געווארפן די נישט גוטע כלים און זיך געקויפט כשר'ע כלים.


דער עיקר זאלסטו זיך אריינלייגן אין חזר'ן די הייליגע אמונה, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; זאלסטו זיך אריינטון אין די אמונה, חזר אמונה, און לעב מיט אמונה, אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער. די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; פרנסה, קינדער, געזונט - אלעס מאכט דער אייבערשטער, אזוי וועט דיר דיין לעבן ווערן ליכטיג זיס און געשמאק, ווייל מיט אמונה איז אזוי שיין אלעס; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה - גייט אים אלעס גאר אנדערש, מען ווייסט אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן.


יעצט אין די עשרת ימי תשובה ווען מיר שרייען 'המלך' דארף מען פון פריש חזר'ן אמונה און לעבן מיט אמונה; וואס מיינט אמונה? פשוט גלייבן אן קיין חקירות אן קיין חכמות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9013 - א סקול מיט נשמה און הארץ
סקול, הכרת הטוב, דרך ארץ, בית פיגא, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', סעקריטערי בית פיגא קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען ארבעטן אין אונזער סקול בית פיגא, איר זענט געווארן די סעקריטערי אין סקול; שוין אלע יארן וואס איר העלפט די קהלה מיט די חתונה מאכן אין ישיבה און מיט די קימפעטארין היים און מיט די פרויען פאראיין וכו', און יעצט האט איר גענומען נאך ארבעט אויף זיך, צו העלפן בית פיגא סקול; וויסן זאלט איר אז די סקול איז מיר זייער חשוב און זייער צום הארץ, עס איז מיר די חשוב'סטע זאך אין די קהלה, און דעריבער אויב איינער טשעפעט די סקול - נעם איך דאס זייער פערזענליך, מער ווי אלע אנדערע זאכן אין די קהלה, און מידה טובה מרובה, ווער עס העלפט די סקול בית פיגא - בין איך זייער מכיר טובה.


איך בין זייער צופרידן אז איר האט אראפגענומען אלע טעכנישע זאכן פון די מנהלת, אז זי זאל האבן צייט צו רעדן צו די עלטערן און צו די טיטשערס, ווייל די לעצטע פאר יאר איז געפאלן אלע ארבעט אויף איר; איך פריי זיך זייער אז איר זענט אריינגעקומען אין סקול און איר האט איבערגענומען אלע טעכנישע זאכן אז די מנהלת תחי' זאל האבן צייט, קאפ און מח - פאר די תלמידות און פאר די עלטערן.


רעדט צו מרת ... תחי', אוועק צו שטעלן א לוח פאר די סקול פאר די גאנצע יאר, אז עלטערן זאלן וויסן ווען עס וועט זיין סקול און ווען נישט, ווייל מען דארף ערלעדיגן זאכן מיט די קינדער, אפוינטמענטס; אזוי ווייסט מען ווען דאס צו טון.


בנוגע וואס טיטשערס האבן געפרעגט, אויב מען זאל מאכן א תקנה אין בית פיגא אזוי ווי אין אנדערע סקולס, אז אויב א מיידל גייט נישט צייטליך אריין אין כיתה נאך הפסקה, אז דאס פאסירט טאג נאך טאג - קען זי נישט קומען אין סקול פאר כך וכך טעג וכו'; איך בין נישט קיין חסיד פון דעם, איך וויל מען זאל ארבעטן מיט יעדע קינד על פי דרכו, די סארט רול'ס נעמט אוועק די נשמה און הארץ פון די סקול צו די קינדער; אודאי טאר נישט זיין הפקירות, עס דארף זיין דרך ארץ, אלע קינדער זאלן זיין נאך ריסעס און נאך לאנטש אין קלאס צייטליך, אזוי מוז זיין; מען דארף דאס אוועק שטעלן מיט א פראגראם אז אלע וואס האלטן זמנים וועלן באלוינט ווערן וכו' וכו', נישט אויף אהיים שיקן.


בנוגע אז קינדער זאלן ארויסגיין פון סקול מאכן א גראסערי ארדער פאר די מאמע; עס איז נישט גוט מען זאל לאזן קינדער ארויסגיין פון סקול.


בנוגע געבן שליסלעך פאר אלע טיטשערס פונעם בנין, יעדער זאל קענען קומען ווען מען וויל; איך ווייס נישט אויב דאס איז ריכטיג, איך האב אויך נישט קיין שליסל, און ווען איך קום אין בית פיגא קלינג איך די בעל, אמאל ענטפערט מען גלייך און אמאל ווארט איך אפאר מינוט; איך מיין מען זאל עס אזוי לאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9012 - הערן די דרשות און שמועסן, וועט מען זיין אן ערליכער איד
הכרת הטוב, משפחה, אומאן, ראש השנה, שיחות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


העניך אינדיג נרו יאיר


בשם די גאנצע קהלה וויל איך דיך דאנקען פארן אהער שטעלן אזא שיינע יום טוב אין אומאן ביים רבי'ן; אלעס איז געווען אזוי גוט, די סעודות, די ריינע הייסע מקוה, די צימערן; אלעס האט געקלאפט אזוי גוט, אלעס איז געווען אזוי געשמאק, און אלע ווייסן אז מען ווייסט גארנישט וויפיל פלאג און מי דו לייגסט אריין די גאנצע יאר יעדן טאג פון יאר, אז מיר זאלן האבן אזא שיינע ראש השנה.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הערן שיעורים יעדן טאג, סיי די טעגליכע שיעורים פאר די בחורים, סיי די וועכנטליכע שיעורים פאר די אינגעלייט און אזוי ווייטער. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; עס קען זיין נאך א פשט, מיט 'יעדע' שיחה, מען דארף הערן אלע שיחות, נישט נאר מיט איין שיחה; אז מען הערט יעדע שיחה, יעדע שמועס, יעדע דרשה - קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד וואס דער רבי מיינט אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיינע קינדער, דיין גאנצע שטוב, אלע זאלן הערן אלע שיחות, אלע דיבורים וואס מען שמועסט; ווייל נאר אזוי בלייבט מען פריש און געטריי.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן, דו און דיין משפחה זאלן אלע האבן א שנה טובה ומבורכת, א זיס ליכטיג יאר מיט אלע ברכות.


א גמר חתימה טובה.

#9011 - אז מען זארגט פאר די כלל, ווערט מען באפרייט פון אייגענע פראבלעמען
שכר לימוד, מוסדות, פרנסה, חובות, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


שבתי מזרחי נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


יעצט ווען די שטאט הייבט זיך צוביסלעך אן אריינצומישן אין די חינוך, זיי ווילן זען די בחינות פון די קינדער, און אז נישט - וועלן זיי נישט געבן די געלט; איך מיין מען דארף זיך אנהייבן היטן פון זיי, און ניצן די ווארט וואס מען זאגט פארן בין: "איך דארף נישט דיין האניג און נישט דיין שטעך".


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון אוועק שטעלן די מוסד מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און נישט זינקען אין קיין חובות.


געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען, אדער די עול פון א חדר, א ישיבה, א כולל, ער זארגט אז די מוסד זאל קענען אנגיין, ער נעמט אויף זיך די פרעשור - "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ" נעמט מען אוועק די פרעשור וואס מענטשן גייען אריבער אין די אייגענע ביזנעס; אז מען זארגט פאר די כלל, מען טוט פאר מוסדות התורה - ווערט מען באפרייט פון אלע פראבלעמען אין די אייגענע געשעפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9010 - די שכינה רועט וואו מען גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן
שלום בית, גאווה, דרך ארץ, כבוד, ענווה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט מיט אייער מאן אין אומאן, איך האב אים פארגעהאלטן היתכן וכו', האט ער אויסגעפלאצט אין א געוויין אז ער וויל זיין גוט און ער האט שוין מקבל געווען וכו', אבער ער קען נישט, ווייל איר ציילט נישט וכו' וכו'; ער האט זייער געוויינט, ער האט נישט גערעדט קיין איין ווארט שלעכט אויף אייך, איך האב אבער פארשטאנען אז ער ווערט זייער דערנידערט אין שטוב, עס קען זיין אז עס איז שלא בכוונה אבער דאס איז די פאקט.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, די שכינה רוט דארט וואו עס איז דא הכנעה, דארט ווי מען גרויסט זיך נישט איינער אויפן צווייטן; אז דער מאן איז מכבד די ווייב, און די ווייב רעדט מיט הכנעה און מיט דרך ארץ צום מאן - דארט רוט דער אייבערשטער, עס ווערט ניסים, אפילו די טבע קען זיך טוישן; אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא כא.) אין בית המקדש איז געווען ניסים, די קודש הקדשים האט נישט געהאט קיין פלאץ צו האלטן די ארון, און דאך איז די ארון דארט געליגן; דאס איז ביי יעדע אידישע שטוב וואו מען בייגט איין די קאפ פארן אייבערשטן, מען האט הכנעה – 'אני אשכון את דכא', רוט דארט דער אייבערשטער.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין נאך אפגעשוואכט פון די נסיעה פון אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9009 - אן א מורה דרך, בלאנזשעט מען
היכל הקודש, מורה דרך, יראת שמים, ליצנות, אומאן ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א גאנץ יום טוב האב איך געטראכט וואו דו ביסט נעלם געווארן, איך האב געוואוסט אז דו ביסט אין אומאן, ווייל ערב יום טוב האב איך דיך געזען; ביז איך האב דיך געטראפן ביים אהיים פארן און דו זאגסט מיר אז דו ביסט געווען מיט משפחה וכו', האט מיר עס געגעבן א ציפ אין הארץ.


א שאד אז גאנץ יום טוב ראש השנה ביסטו נישט געווען מיט אונזער חבורה, תלמידי היכל הקודש, קודש הקדשים; וואלסט זיכער באקומען אזויפיל חיזוק אויף זיין גוט, און אויף וועלן זיין גוט, און אויף וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; יראת שמים האסטו זיכער נישט באקומען דארט ביי דיינע קרובים, א שאד אז ראש השנה זאל אריבערגיין מיט ליצנות און דברים בטלים. איך וויל דיר זאגן אז עס האט מיר ממש וויי געטון, דיין טאטע און דיין שווער ביידע זענען געווען ביי אונז, און זיי ווילן נאר זען ביי דיר נחת, א שאד א שאד.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל, דו זאלסט נישט מאכן נארישע זאכן אין לעבן, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א גוטער איד וואס זאל דיך באגלייטן און ווייזן די וועג, און דו זאלסט אים פרעגן יעדע זאך, ווייל מען מוז האבן אין לעבן א מורה דרך, אן א מורה דרך בלאנזשעט מען, אן א מורה דרך איז נישט שייך צו וויסן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9008 - די שפראך אין די מוסדות זאל זיין נאר אידיש
ישיבה, אידיש, חינוך, מוסדות היכל הקודש ארץ ישראל, קרן הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד יואל לעווי נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז אונזערע מוסדות האבן נעכטן באקומען נאכאמאל פון די חלוקה פון 'קרן הצלה', וואס דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט מייסד געווען, צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב, און מיט דעם וועט מען קענען העלפן די מלמדים און איינגעשטעלטע באקומען זייער געהאלט אויף יום טוב.


איך וויל אם ירצה ה' עפענען א ועד החינוך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל וואס וועלן זיין געשטעלט אויף ארייננעמען משפחות ביי אונז אין די מוסד. איך האב געטראפן אין אומאן אפאר ליכטיגע משפחות וואס האבן מיר אזוי שטארק געבעטן אז זיי ווילן זיין א חלק אין קהילת היכל הקודש און שיקן די קינדער ביי אונז אין די מוסד, אויך זענען געקומען צו מיר טייערע בחורים וואס ווילן אריינקומען אין אונזער ישיבה אין ארץ ישראל; איך וויל עס זאל זיין געשטעלט א וועד פון דריי אדער פינף אינגעלייט וואס זיי וועלן זיין געשטעלט אויף די זאך, (מען דארף אכטונג געבן אז די שפראך אין די מוסד זאל בלייבן אידיש, איך וויל נישט מען זאל רעדן ביי אונז אין די מוסד די שפראך פון העברעאיש; דארף מען זען וואס מען טוט אז עס וועלן קומען אויף איין מאל אפאר משפחות וואס קענען נישט קיין אידיש, אז די מוסד זאל בלייבן א מוסד וואס מען רעדט אידיש; סיי ביים פארלערנען און סיי די קינדער צווישן זיך).


אויך דארף מען זען אז די ישיבה זאל זיין אין א נארמאלע פלאץ, עס איז נישט ריכטיג וואס ענק האבן געטון מיטן ברענגען די ישיבה קיין בית שמש אין א פלאץ אן קיין בית הכסא, א קליינע שטוב וואס איז נישט ראוי לישיבה, נישט דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מען זאל ברענגען די ישיבה קיין בית שמש; ווי קען זיין א ישיבה אן קיין בית הכסא, אן קיין פלאץ וואו צו עסן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9007 - אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג
צניעות, שייטל, שול, תפלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


פארוואס מאכט איר אוועק די שיינע זאך וואס מיר פירן איין אין די קהילה אז די פרויען זאלן קומען אין שול מיט א צוגעדעקטע שייטל? איר זאגט אז עס זעט אויס ווי קינדער שפילן מצוה קינדערלעך, מען שפילט א שפיל פון גיין איידל וכו'.


איך וויל פרעגן, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג; און אז מען קומט אינעם בית ה', דעם אייבערשטנ'ס הויז - דעקט מען זיך צו, מען מאכט זיך מער איידל? אזוי ווי ביי די מענער שול קומען אלע איידל, מען קומט אנגעטון, און אפילו במשך דעם טאג גייען נישט אלע אנגעטון איידל, דאך קומען אלע אין שול דאווענען מיט הכנעה, איז וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז מען זאל קומען אין שול צוגעדעקט?!


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א טעם און א געפיל צו איידלקייט, און זיך פירן בצניעות - וועט איר ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב:): "צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בְּךָ הִיא חָסָה עָלֶיךָ", אז מען פירט זיך איידל ווערט מען געראטעוועט פון פיינט וואס ווילן הרג'ענען; נאך זאגן זיי (תנחומא וישלח, ו): "בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹךְ הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִּזְבֵּחַ מְכַפֵּר, כָּךְ הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען די פרוי פירט זיך איידל אויך אין שטוב, איז זי אזוי ווי די מזבח; אזוי ווי דער מזבח איז מכפר אויף עבירות, טוט די פרוי מכפר זיין אויף אלעס, און די גאנצע שטוב ווערט געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9006 - צוויי דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חתונה, מזל טוב, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו ענקער חתונה, איך וואונטש ענק א ברכה, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט געזונטע ערליכע דורות, אמן.


לכבוד די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט, ענק האבן חתונה געהאט אזוי שיין, זאלן ענק נעמען אויף זיך יעדן טאג פאר צוויי דריי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן. ווייל מוהרנ"ת האט געזאגט, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו', זאגט מען אין הימל: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס", ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9005 - אריינגיין אין כולל, אביסל אויף אמאל
כולל, אביסל, אומאן ראש השנה, לערנען, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


בנוגע אפלאזן די ארבעט און זיך אריינזעצן אין כולל לערנען; נעם די כלל פון 'תפשת מרובה לא תפשת, תפשת מיעוט תפשת' (סוכה ה.); פרוביר שטייטליך, אביסל אויף אמאל, זונטאג ווען מען ארבעט נישט און אלעס איז פארמאכט זאלסטו גיין אין כולל. רעד צום ראש הכולל ער זאל דיר געבן א חברותא, הייב אן מיט א האלבע טאג, פון צען ביז דריי אזייגער, און נאך א שטיק צייט זאלסטו לערנען דעם גאנצן סדר הכולל פון צען אזייגער אינדערפרי ביז זעקס אזייגער אווענט, זיבן שעה מיט א קליינע הפסקה, און אויב עס וועט אזוי אנהאלטן אפאר חדשים וועט מען גיין אויף נאך א טאג, און נאכדעם אויף נאך א טאג, אבער נישט אנהייבן מיט אפלאזן די ארבעט און נאכדעם וועט זיין 'לא תפשת', ווייל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיך געמאכט טון זייער אסאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#9004 - מעביר סדרה זיין, וועט מען זיך קענען פרייען מיט די תורה
לימוד התורה, חומש רש"י, שמחת תורה, שנים מקרא ואחד תרגום, אריכות ימים

בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דאנק דיך זייער פארן העלפן מיט די כפרות ערב יום כיפור.


עס איז גוט דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד די נייע יאר צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י – שנים מקרא ואחד תרגום - איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער, ענדיג די פרשה פון די וואך יעדע וואך; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הצבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש און איין מאל יעדע פסוק תרגום – וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) אז דער גר"א זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, און אזוי פרייט מען זיך שמחת תורה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן די גאנצע תורה.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיער צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און גמרא, מאך זיך א שטארקע קבלה צו לערנען תורה יעדן טאג, און אויך אויב דו ביסט נאכנישט זוכה צו פארשטיין דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז זייער א גרויסע זאך צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נאך נישט, און אז מען איז שטארק מיט לערנען תורה, מיט זאגן די ווערטער פון תורה - וועט מען ביים סוף זוכה זיין צו תבונות התורה, מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין אלעס (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא). אויך ווערט געברענגט פון צדיקים (ספר רחמי האב אות לימוד): "עוד זאת אומר לי לבי עצה טובה", מיין הארץ זאגט מיר א גוטע עצה פאר די וואס זענען פאריאגט צו ברענגען פרנסה, און פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לערנען, "שילמוד בכל יום דף גמרא ופרק משניות באמירה בעלמא", זיי זאלן יעדן טאג זאגן א בלאט גמרא און א פרק משניות אפילו אן פארשטיין; ער דערציילט: איך האב געקענט א שוסטער וואס האט נישט פארשטאנען קיין לערנען, און ער פלעגט יעדן טאג זאגן אסאך בלעטער גמרא, ער האט יעדע יאר געענדיגט ש"ס, "והי' צלם אלקים על פניו כאחד הגדולים", ער האט געהאט א ליכטיגע פנים, עס האט אים געשיינט פון די הייליגע תורה.


וואס מיינסטו, דאס וואס מען זעט מענטשן טרינקען זיך אן שמחת תורה, מען ווערט טויט שיכור - דאס קומט פון צעבראכנקייט, מען קוקט זיך אן אז עס איז אריבער נאך א יאר אן לערנען תורה, און ווען מען זעט ווי דער רב טאנצט מיט די תורה, דער דיין טאנצט מיט די תורה - ווערט מען זייער דערביטערט, מען ווערט זייער פארשעמט אז מען האט נישט קיין שייכות מיט די תורה און מען לויפט צום טרינק, מען שיכור'ט זיך אן, נעבעך נעבעך... על כן זאלסטו יעצט נעמען א משניות, הייב אן מסכת ברכות, זאג די ווערטער פון די ערשטע פרק און זאג די ווערטער פון די צווייטע פרק, יעצט עפן א גמרא מסכת ברכות און זאג א בלאט גמרא; דו וועסט שפירן אזוי גוט, דו וועסט נישט דארפן קיין ברוינפן, דו וועסט נישט דארפן קיין וויין, דו וועסט שפירן א אינערליכע שמחה, דו וועסט שפירן אמת'דיג זאט, און אז דו וועסט אזוי ממשיך זיין יעדן טאג פון יאר - וועסטו קומענדיגע יאר שמחת תורה קענען טאנצן מיט די תורה, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


א גוט יום טוב, א גמר חתימה טובה.

#9003 - נישט אפלאזן די ד' מינים, ביז'ן פועל'ן א ישועה
מוהרא"ש, סוכות, כוונת הנענועים, ד' מינים, ישועה

בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו און דיין ווייב העלפן די קהלה, איך בין ענק זייער דאנקבאר און איך וויל דיר געבן א מתנה, דיך אויסלערנען די סודות פון כוונת הנענועים וואס מיר האבן זוכה געווען צו לערנען פון מוהרא"ש.


ווען דו שאקלסט די ד' מינים זאלסטו אינזין האבן די "כוונת הנענועים" וואס מוהרא"ש האט אונז מגלה געווען; ווען דו שאקלסט צו רעכטס (דרום) – זאלסטו מכוון זיין: "רבונו של עולם, איך וויל שטענדיג געדענקען ווען עס גייט מיר גוט, אלעס גייט רעכטס - אז אלעס איז פון דיר", און ווען דו שאקלסט צו לינקס (צפון) – זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס - איז עס אויך דו", און ווען דו שאקלסט צו פארנט (מזרח) – זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען ווען אלעס גייט ווי געפלאנט אז עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז פון דיר אייבערשטער", און ווען דו שאקלסט ארויף צום הימל (מעלה) – זאלסטו בעטן: "אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע נארישקייטן, נעם מיך ארויס פון מיין באלטע פון מיינע עבירות", און ווען דו שאקלסט אויף אונטן (מטה) - זאלסטו זיך אויסוויינען: "רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, הייב מיך אויף, איך וויל זיין אן ערליכער איד", און ווען דו שאקלסט אויף פארקערט (מערב) – זאלסטו בעטן: "הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר, איך זאל בלייבן מיט א שטארקע אמונה".


ליבער ברודער אז דו וועסט מאכן די נענועים מיט די כוונות - וועסטו שפירן אזא שטארקע דביקות, אזא נאנטשאפט צום אייבערשטן; און אז דו דארפסט א ישועה, דו דארפסט א שידוך פאר דיין זון אדער טאכטער, אדער דו האסט נישט קיין פרנסה, מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין פרנסה - זאלסטו מאכן די נענועים מיט תפילות אויף די זאך וואס דריקט דיר יעצט דאס מערסטע, ווייל מוהרנ"ת האט אמאל מחזק געווען איינע פון זיינע תלמידים וואס איז געווען זייער צעדריקט פון ארעמקייט, אז יעצט זאל ער נאר בעטן אויף פרנסה, ער האט אים געזאגט: "יעצט ווען דו ביסט אזוי צעדריקט - איז דאס דיין אמת"; זאלסטו שאקלען די ד' מינים, און ווען דו שאקלסט רעכטס זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, בעט: "רבונו של עולם, אז מיין ישועה איז אין די זייט וועלט - ברענג עס מיר", און ווען דו שאקלסט לינקס זאלסטו זאגן: "אייבערשטער, וואו איז דא א שידוך פאר מיינע קינדער? אויב איז עס די זייט וועלט ברענג עס אונז, און אז מיין פרנסה איז ביי די זייט וועלט ברענג עס צו מיר".


ליבער ברודער, יעצט ווען דו האלסט די ד' מינים אין די האנט, קוק נישט אויף קיינעם, צי אראפ די טלית אויף דיינע אויגן און וויין זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי א קינד וויינט צו א טאטע, און קרעכץ ארויס אפאר אמת'ע ווערטער פון הארץ, זאג: "רבונו של עולם, וואו איז מיין פרנסה? איך דארף פרנסה, איך קען נישט אהיים גיין, מיין ווייב און קינדער ווארטן איך זאל אהיים ברענגען געלט, איך האב זיי צוגעזאגט אז איך גיי זיי ברענגען, איך קען נישט אזוי אהיים גיין".


אודאי און אודאי זאלסטו זיך אויסוויינען און אויסקרעכצן אויף קרבת אלקים, אויף זיין נאנט צום אייבערשטן, און דו זאלסט נישט אפלאזן די ד' מינים פון האנט ווילאנג די פועל'סט דיין ישועה, ווייל די ד' מינים זענען אזוי ווי געווער. עס שטייט אין זוהר (תיקון יג, דף כט.), נאך יום כיפור ווילן אלע וויסן 'מאן נצח' ווער האט געוואונען - אידישע קינדער אדער די סטרא אחרא? זאגט דער זוהר מען קוקט 'מאן דאחיד מאני קרבא בידייהו', ווער עס האלט די געווער אין האנט, און אז מען זעט אידישע קינדער קומען סוכות מיט די ד' מינים וואס איז ווי געווער - ווייסט מען אז די אידן האבן מנצח געווען, און דער הייליגער רבי נתן פרעגט (לקוטי הלכות שבת ז, נד), מיר ווייסן דאך פארקערט, וואס איז די סימן אז מען האט מנצח געווען א מלחמה? ווען מען לייגט אראפ די געווער, און אז מען זעט סאלדאטן האלטן נאך געווער איז דאס א באווייז אז מען האט נאכנישט מנצח געווען די מלחמה, איז וואס זאגט דער זוהר אז דער וואס האלט די געווער דער האט מנצח געווען? זאגט רבי נתן, די מלחמה מיט דער יצר הרע איז אנדערש ווי א גשמיות'דיגע מלחמה, ביי א גשמיות'דיגע מלחמה צווישן לענדער לייגט דער מנצח אראפ די געווער, ער דארף מער נישט האלטן געווער, אבער ביי מלחמת היצר וואס ציט זיך אויף א גאנץ לעבן - איז פארקערט, נאר דער וואס לאזט נישט אפ די געווער - דער איז דער מנצח; דאס זאגט דער הייליגער זוהר, עס איז אריבער ראש השנה, יום הקדוש, און אז מען זעט אידישע קינדער זענען ווייטער דא מיט די געווער אין די הענט, זיי קומען אין שול מיט די ד' מינים, ווייטער שרייען: "הושענא הושענא, העלף העלף" - וועט דער שטן זיי נישט קענען מנצח זיין.


דאס זאלסטו געדענקען, כל זמן דו וועסט נישט אפלאזן דיין ווילן צו זיין גוט, דו וועסט צוריק קומען נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, אים בעטן: "קָרְבֵנוּ לְתוֹרָתֶךָ, הייליגער באשעפער איך וויל לערנען די הייליגע תורה, לַמְּדֵנוּ מִצְוֹתֶיךָ, איך וויל טון דיינע מצוות, הוֹרֵנוּ דְרָכֶיךָ, ווייז מיך די אמת'ע וועג, הַט לִבֵּנוּ לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, בייג מיין הארץ צו דיך, וּמֹל אֶת לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָתֶךָ, און שטאפ אויף מיין הארץ איך זאל נאר דיך ליב האבן" - ביסטו א געווינער, און דער שטן מיט די קליפות וועלן דיך נישט מנצח זיין.


א גוט יום טוב, א גמר חתימה טובה.

#9002 - אין די הייליגע טעג קען מען זיך ארויסרייסן פונעם פריוואטן גלות
תשובה, טעלעפאן, שמירת עינים, תפילה, עשרת ימי תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א זיס יאר פאר דיר און פאר דיין משפחה, איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה, איך וויל דיר זאגן אז איך בענק זיך זייער צו דיר, איך וויל באנייען אונזער קשר אזוי ווי אמאל, איך האב דיך ליב, איך וויל מער האבן שייכות מיט דיר.


יעצט ווען מיר שטייען אין די הייליגע טעג פון ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, יום טוב סוכות, הושענא רבה, הקפות - איז דא א הייליגקייט און א העכערע כח פאר יעדן איד זיך צו קענען ארויסרייסן פון זיין פריוואטע גלות וואו ער איז פארכאפט, און אפילו מען איז פארכאפט אין קוקן עבירות, מען איז צוגעקלעבט צום טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, וואס בדרך הטבע איז נישט שייך זיך אפצושיידן פון דעם, דורך וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס וועט זיין מיט מיין נשמה? וואס וועט זיין מיט מיינע דורות? איך בין אזוי אפגעקילט, איך בין אזוי פארזינקען אין די טומאה, איך קוק אין טעלעפאן, איך קוק אין קאמפיוטער, און דאס האט מיך אזוי אפגעקילט, רבונו של עולם, איך האב אבער נישט די שטארקקייט דאס אוועק צו ווארפן, עס ציט מיר אזוי געפערליך, איך בין צוגעקלעבט צו דעם ווי מיט א שטארקע גלו; איך קוק עבירות, איך קוק ליצנות, איך בין נישט ווי אמאל, וואו איז מיין תמימות? וואו איז מיין יראת שמים? איך בעט דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, מאך מיר נס עס זאל אריינגיין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל תשובה טון און זיין אן ערליכער איד מיט ריינע אויגן"; וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די הייליגע טעג.


א גוט יום טוב, א גמר חתימה טובה.

#9001 - זיך פארלייגן צו זיין פרייליך שבת
שמחה, מניעות, שבת תשובה, אומאן ראש השנה, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


זע צו זיין פרייליך שבת און מאך פרייליך דיין שטוב, נאר אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן, צו זיין פרייליך, ווייל מיט שמחה פארברענט מען אלע קליפות און מען קומט צו די העכסטע מדריגות.


איך בין מקצר די בריוו, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#9000 - פרייליך אין די סוכה, פרייליך אין שטוב
שמחה, כעס, סוכות, חינוך, אושפיזין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין ערב סוכות, עס קומט שוין די הייליגע יום טוב סוכות; יעדע מאל דו גייסט אריין אין די סוכה זאלסטו איינלאדענען די הייליגע אושפיזין, די הייליגע געסט. עס שטייט אין זוהר (פרשת אמור, קד.) אז די אושפיזין קומען נאר אז מען רופט זיי; זאלסטו זאגן: "אֲזַמִּין לִסְעוּדָתִי", איך ליידן ענק איין צו קומען צו מיר אין די סוכה, "אוּשְׁפִּיזִין עִילָאִין", די הייליגע געסט, "אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב משֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף וְדָוִד", און זאלסט אכטונג געבן זיי זאלן נישט אנטלויפן פון דיין סוכה, זאלסט זיך נישט אויפרעגן אויף דיין ווייב און קינדער, און אז די סוכה איז קליין, מען זיצט צאמגעשטופט און עס גיסט זיך און עס טוט זיך - זאלסטו בליין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, געדענק ווער עס זיצט נעבן דיר, געדענק אז די הייליגע געסט זענען דא, און איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט געהאט ביי דיר אין סוכה דיין רב אדער דיין דַיָין - וואלסטו געזיצן און געשמייכלט, און אפילו די קינדער טאנצן און שפרינגען, עס גיסט זיך און עס טוט זיך וכו' - וואלסטו נישט געשריגן.


קיינמאל זאלסטו נישט ווארפן א זאך פון כעס, אדער צעברעכן א זאך פון כעס, שטייט אין זהר (פרשת פקודי רסג:) אויב א מענטש - ווען ער רעגט זיך אויף - ווארפט ער א זאך אדער ער צעברעכט א זאך - זענען דא מלאכים ספעציעל געשטעלט פאר דעם, זיי נעמען די זאך וואס דער מענטשן האט געווארפן און זיי ברענגען דאס אין הימל פארן אייבערשטן און זאגן: "קוקט, דער מענטש האט געברענגט א קרבן פאר עבודה זרה", און די הייליגע חכמים זאגן (שבת קה:): "כָּל הַכּוֹעֵס כְּאִלּוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; זאלסטו זיך זייער היטן נישט צו ווערן בכעס, נישט ווארפן קיין זאכן, נישט צעברעכן קיין זאכן; האב רחמנות אויף דיינע קינדער, ווייל ווען טאטע מאמע זענען בכעס גייען די קינדער צוגרונד, די גאנצע שטוב ווערט חרוב.


היינטיגע טעג דארף מען מער אכטונג געבן עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, די קינדער זאלן ליב האבן צו זיין אין שטוב, די קינדער זאלן נישט וועלן אוועק גיין פון די אידישע וועג; ווייל אמאל איז געווען נסיונות פון משכילים, מחקרים וכו', היינט איז נישטא די נסיונות, היינט איז די נסיון אז מענטשן ווילן ליבשאפט, מענטשן ווילן ווארעמקייט, און אז קינדער באקומען דאס נישט אין שטוב - זוכן זיי דאס ביי די אומות העולם השם ישמרינו; און כל שכן ווען מען טוט מצוות, עס קומט שבת, עס קומט א יום טוב - מוז מען דאס מאכן מיט שמחה, מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, אז די קינדער זאלן דאס וועלן, קינדער זאלן ארויסקוקן און פרעגן: "ווען קומט שוין יום טוב? ווען קומען שוין די טעג וואס עס גייט זיין זייער פרייליך אין שטוב?" אזוי וועלן זיי דאס אנהאלטן זייער גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.