בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8752 - טו תשובה, לאז וואקסן דיין בארד און פיאות
אמונה, התחזקות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס האט מיר זייער וויי געטון צו זען די פארשעמטע קליפ וואס דו האסט ארום געשיקט ווי דו שערסט אפ דיין בארד און פיאות; אוי לי, וי לי, אז מען שעמט זיך נישט מיט אזא זאך, די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה טז.): "אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו", אויב א מענטש האט א שטארקע יצר הרע און ער זעט אז ער קען זיך נישט שטארקן, ער גייט טון נישט גוטע זאכן – "ילך למקום שאין מכירין אותו, וילבש שחורים ויתעטף שחורים", זאל ער גיין אין א טונקעלע פלאץ און זיך אנטון שווארץ, "ואל יחלל שם שמים בפרהסיא", און אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן פארשוועכט דעם אייבערשטנ'ס נאמען; אז איינער פאלט אראפ און האט א שוואכע צייט - מאכט מען נישט פון דעם א קליפ, מען דארף זיך ווען באהאלטן; און יעצט האסטו מיך פארשעמט און אויך אונזער קהילה. דו דארפסט תשובה טון אויף דעם, ווייל אזויפיל בחורים און אינגעלייט זעען ווי מען שערט אפ בארד און פיאות אן קיין בושה; עס רייסט מיר ביים הארץ, עס איז א גרויסע חילול השם.


טו תשובה, לאז זיך וואקסן דיין בארד און פיאות, מאך נישט נאך די גוים, די וועג ווי זיי מאכן זיך בלוריות. מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג, אות ב), בארד און פיאות איז דער יסוד פון א איד, און חס ושלום אויב מען שניידט די בארד און פיאות - קען מען אינגאנצן פארפאלן גיין; איך בעט דיר מיט מיין גאנצע הארץ, מאך נישט נאך די גוים, מאך נישט נאך די וואס שערן אפ בארד און פיאות. מוהרא"ש זאגט, אז מען שערט אפ די בארד שניידט מען זיך אליינס אפ די פרנסה, און אז מען שערט אפ די פיאות - שניידט מען זיך אפ די שכל.


איך האף דו וועסט זיך בארעכענען, דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין כבוד, דיין ווייב'ס כבוד, דיינע עלטערנ'ס כבוד; דיינע עלטערן זענען דיר אזוי געטריי, זיי טוען אלעס פאר דיר, און נאר פאר דעם אליינס, מאכן פרייליך עלטערן - לוינט זיי צו מאכן א נחת רוח, לוינט שוין אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8751 - ראטעווען פון א פלאץ פון עבירות
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דו זאלסט וויסן וואס גייט פאר מיט דיין ברודער ...; ער האט א דירה דא אין שטאט און עס איז דארט א פלאץ פון עבירות, עס איז דארט דא א גרויסע סקרין און מען קוקט דארט מאווי"ס גאנצע נעכט, אויך איז דא דארט שעדליכע מענטשן וואס טוען מעשה תועבה; איך ווייס נישט וואס דו קענסט טון, אבער אויב דו קענסט עפעס טון אים צו ראטעווען - זאלסטו אים ראטעווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8750 - די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דורות
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קום נישט יום טוב קיין אמעריקע, עס איז נישט שייך איבערצולאזן די משפחה; עלטערן דארפן זיין יום טוב אין שטוב, און אז דו ווילסט זיין ביים הייליגן קיבוץ - איז אין אמעריקע גארנישט מער ווי ביי ענק אין בני ברק; ענקער חבורה איז אזוי שיין, קענסט דארט מקבל זיין אלע הייליגע זאכן; ווייל דער הייליגער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפה), "דארט וואו מען וועט זיך ליב האבן און מען וועט רעדן פון מיר - דארט וועל איך זיין".


בלייב אין שטוב מיט די קינדער, ספעציעל יעצט ווען מיר שטייען אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו - זאלסטו זיך מחזק זיין צו זיין מער אין שטוב צו קענען מחנך זיין דיינע קינדער, ווייל ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט ער געבעטן (שיר השירים רבה א, ד): "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, די אידן האבן פרובירט צו ברענגען ערבים, אבער דער אייבערשטער האט דאס נישט אנגענומען, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, האט דער אייבערשטער געזאגט: "הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים", דאס זענען גוטע גאראנטיס, "עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם", בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; איז יעצט אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דארפן מיר זיך שטארקן צו אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן לערנען און דאווענען.


מענטשן ניצן פרנסה פאר א תירוץ אראפ צו נעמען די שולד געפיל אז מען מאכט נישט קיין צייט פאר די קינדער; עס איז נישט ריכטיג, ווייל אפילו מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה דארף מען נאכאלץ מאכן צייט אויסצולערנען די קינדער דרך ארץ, מידות טובות און יראת שמים. עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען לעבט, און וואס בלייבט פונעם מענטש? געלט און הייזער בלייבט נישט, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט - איז דורות, און אז מען האט שכל, מען געבט אוועק צייט און כח פאר די קינדער, זיי אויסלערנען דאווענען, אויסלערנען מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, און אויף זיי נאכקוקן ווער זייערע חברים זענען, ווי די קינדער זענען אין די פרייע צייט - איז מען זוכה צו זען שיינע דורות, ערליכע דורות.


וויסן זאלסטו, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי מחנך זיין די קינדער צו זיין ערליך און צו היטן די תורה, אפילו עס נעמט אוועק פון דיין צייט, עס גייט אויפן חשבון פון עבודת השם. מוהרנ"ת האט זייער אכטונג געגעבן זיך צו לייגן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, מיט דעם אלעם, ווען ער האט געהאט קינדער אין שטוב און מען האט זיי געדארפט מחנך זיין - פלעגט ער אויפבלייבן זיי אפווארטן ווען זיי קומען אהיים פון חדר, פון ישיבה, ער האט געזאגט: "מיר איז חשוב די עבודה פון חינוך אזוי ווי די עבודה פון אויפשטיין חצות, קלאגן אויפן חורבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8749 - נאר מיט תורה קען מען זיך שטארקן אויף נסיונות
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער ... נרו יאיר


יעצט אין די זומער טעג, אז מען ניצט אויס די טעג - קען מען ווערן א גרויסער ערליכער איד; די טעג זענען לאנגע טעג, מען קען זיך נישט לייגן פרי שלאפן, מען דארף ווארטן צו דאווענען מעריב; קען מען אין די צייט אריינכאפן לערנען פלייסיג שיעורים בכל התורה כולה, און אז מען מאכט זיך א סדר וואס מען וויל לערנען און וויפיל מען וויל אנקומען - קען מען זייער מצליח זיין.


מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו לערנען די פרשה פון די וואך, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.), ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך - וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, אויך איז דאס א סגולה פאר יראת שמים; דערפאר זאלסטו אנהייבן די וואך מיט לערנען חומש רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער; נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָלִיוֹת הַלָלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", 'משנה' איז די אותיות 'נשמה', דורך לערנען משניות ווערט די נשמה ריין, מען נעמט אראפ אלע פלעקן וואס מען האט גורם געווען דורך עבירות, דער מענטש איז זוכה ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות דורך לערנען משניות, און דורך לערנען אסאך פרקים משניות איז מען זוכה צו פטר'ן דעם יצר הרע, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען ש"ס כסדרן, הייב אן מסכת ברכות, און ווען דו ביסט מסיים - זאלסטו גיין צו מסכת שבת, און אזוי ווייטער, ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, נאר אז מען לערנט תורה קען מען זיך שטארקן אויף די ברענעדיגע נסיונות פון די זומער טעג; עס ברענט א פייער, די נסיונות ווערן מער און מער, שטערקער און שטערקער, און אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען ווערט נכשל אין ראיות אסורות, מען קוקט עבירות, ביז מען פארלירט די גאנצע אמונה, מען פארלירט די גאנצע לעבן, און נאר אז מען לערנט תורה קען מען זיך שטארקן און זיך ראטעווען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל.), דער אייבערשטער זאגט, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", און אויך האב איך באשאפן א היילונג פארן יצר הרע, די הייליגע תורה; און אז מען לערנט תורה - קען מען זיך ראטעווען פון אים, און אפילו מען איז אריינגעפאלן אין נישט גוטע זאכן, מען האט געטון עבירות, מען געפינט זיך אין די טונקל, "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" (איכה ג, ו), מען שפירט ווי מען וועט שוין בלייבן אין די פינסטערניש, "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל" (סנהדרין כד.), איז די עצה צו לערנען גמרא, לערנען בבלי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8748 - א איד האט נישט קיין קשיות
אמונה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משפחת ... שיחיו


עס איז נישט גרינג ווען מען האלט שוין נאך אפאר חדשים וכו' און מען פארלירט, די ווייטאג איז שרעקליך; דאך דארף מען וויסן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און אלעס איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ס.), מען זאל זיך צוגעוואוינען שטענדיג צו זאגן די ווערטער: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא, לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז נאר גוט; מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה", פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", פרעגן די גוים; א גוי פרעגט קשיות, א גוי זאגט לָמָּה? א איד האט נישט קיין קשיות, א איד ווייסט און גלייבט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און האט א חשבון.


מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא, מען דארף וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, און אפילו די זאכן וואס זעען אויס ווי נישט גוט - איז אלעס מיט א חשבון, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא", אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8747 - זיך באדאנקען מיט דרך ארץ
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיין התנהגות אין ישיבה, פון דיין דרך ארץ און פון דיין יראת שמים. איך וויל דיך מחזק זיין, יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה; וויסן זאלסטו, דרך ארץ איז די הקדמה צו קבלת התורה, די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ, זיך אויפפירן שיין און איידל, בפרט צו די עלטערן, און צו די זיידע און באבע; און אז עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר זענען נאכאמאל מקבל די תורה - דארפן מיר זיך שטארקן אין דרך ארץ.


פון די וויכטיגסטע זאכן איז 'זיין דאנקבאר', זיך באדאנקען פאר יעדן וואס טוט פאר דיר. אז דו ביסט ביי דיינע עלטערן אין שטוב - זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען פאר זיי; ווען זיי געבן דיר עסן - זאלסטו זיך באדאנקען, און ווען זיי מאכן דיר די קליידער - זאלסטו זיך נאכאמאל באדאנקען, און אז זיי זארגן פאר דיר - זאלסטו זיי דאנקען מיטן גאנצן הארץ; און אז דו ביסט ביי דיין זיידע באבע - זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי, און חס ושלום נישט לאכן אדער שפעטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם" אן עז פנים קומט אן אין גיהנום, "וּבֹשֶׁת פָּנִים לְגַן עֵדֶן", און דער וואס פירט זיך איידל - וועט דאס אים ברענגען צו די העכסטע מדריגה; אויך זאלסטו זיך פירן מיט די גוטע מנהג, זאלסט פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" וואו דו וועסט נאר זיין; ביי דיינע עלטערן, ביי א זיידע, וואו אימער - זאלסטו פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" און נאכן עסן די סעודה זאלסטו נישט נעלם ווערן, ווייל אז מען עסט א סעודה איז דרך ארץ צו העלפן רייניגן, און איידער דו גייסט ארויס - זאלסטו זען אויב עס איז דא מיסט, זאלסט העלפן אראפטראגן די מיסט, און אז עפעס האט זיך אויסגעגאסן וכדומה - זאלסטו נישט גיין און קומען כאילו דאס מיינט מען נישט דיר, נאר זאלסט העלפן רייניגן.


נאך א וויכטיגע זאך, אז דיינע עלטערן וועקן דיך אויף אינדערפרי צו זמן קריאת שמע אדער צו זמן תפילה - זאלסטו חס ושלום נישט רעדן מיט חוצפה, שרייען: "לאזט מיך אפ"; זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי זארגן פאר דיר פאר דיין גוטס, פאר דיין אייביגע טובה, און אז דו שלאפסט ביי א זיידע און באבע און זיי וועקן דיך אויף אינדערפרי צו גיין אין ישיבה - זאלסטו חס ושלום זיך מתחצף זיין צו זיי, זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי לאזן דיך וואוינען ביי זיי, און אז זיי זארגן פאר דיר וכו', און נאך דיין חתונה אז דו וועסט גיין צו דיין שווער, און דיין שווער וועט קלאפן אין טיר און שרייען: "סוף זמן קריאת שמע!" זאלסטו נישט טשעפען דיין ווייב אדער לאכן פון דיין שווער, זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


געדענק, מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען נישט קיין גוים, ליידער זענען מיר אין א טיפע לאנגע טונקעלע גלות און מען מיינט שוין אז עלטערן טארן גארנישט זאגן פאר קינדער, און עס איז שוין געווארן א שיטה אז עלטערן טארן זיך נישט אריינמישן ביי די קינדער; אוי לנו, וויי איז פאר אונז, און אז מען גייט צו מטפלים, מען גייט זיך היילן - איז דאס פון זייערע ערשטע גיפטיגע סם, צו שפעטן פון עלטערן און אויסלערנען די יונגט אפצוהאקן פון די עלטערן, און מען לערנט אויס די עלטערן אז זיי זאלן גארנישט זאגן פאר די קינדער; דאס איז קעגן די הייליגע תורה, ווייל עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


מיין נישט אז די זאכן זענען נישט וויכטיגע זאכן, דרך ארץ איז פון די הייליגסטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "'וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ', שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן קומען ליב צו האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אז ער פירט זיך אויף איידל מיט דרך ארץ, וואס זאגט מען? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה, עס ווערט געהייליגט דעם אייבערשטנ'ס נאמען דורך אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8746 - נאר איידעלע און ערליכע חברים
התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך צו דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; אמאל פלעגסטו מיר שרייבן בריוון, איך ווארט צו זען דיינע בריוון, איך וויל זען דיין סדר היום, וויפיל דו לערנסט, און ווי דו שטארקסט זיך בעבודת השם.


חבר זיך נאר מיט גוטע חברים, ערליכע חברים, ווייל יעצט אין די זומער טעג זענען די נסיונות גרויס, און נאר אז מען האט גוטע חברים, איידעלע און ערליכע חברים - קען מען זיך האלטן שטארק. די סימן צו וויסן ווער איז א גוטער חבר און פון וועם מען דארף זיך דערווייטערן - איז די מויל; דער וואס רעדט איידל און פירט זיך מיט תמימות - דער איז א גוטער חבר, און חס ושלום אויב מען הערט איינעם רעדן נישט איידל - דארף מען זיך זייער אכטונג געבן פון אים, און אפילו יענער זעט אויס ווי אן ערליכער, דארף מען וויסן אז דאס איז נאר פון אינדרויסן, ער איז נישט תוכו כברו, פון אינעווייניג איז פול מיט שלענג און עגדיסן און מען קען געביסן ווערן פון אים.


גיי נישט אין ליידיגע שטילע פלעצער, אין ליידיגע שולן וכדומה, דריי זיך נאר אין פלעצער וואו עס זענען דא מענטשן, וואו מען קען זען אלעס וואס טוט זיך דארט, ווייל אין די ליידיגע שולן קען מען אריינפאלן מיט נישט גוטע זאכן, מען קען אנקומען צו ווערן אומגליקליך דורך בעלי עבירות, די בעלי עבירות זוכן שטילע פלעצער, ליידיגע מקוואות, ליידיגע שטיבלעך, זיי לאקערן אויף בחורים זיי צו פאנגען אין זייער ביטערע נעץ, און אז א פרעמדער מענטש רופט דיך אין א שטילע פלאץ - זאלסטו נישט גיין, און אז חלילה וחס איינער וויל דיך מטמא זיין, איינער וויל דיך אנרירן... - זאלסטו בעטן פאר הילף, שעם זיך נישט און האב נישט מורא, געב אכטונג אויף דיין לעבן, אויף דיין עתיד.


קיינמאל זאלסטו נישט אריינקוקן אין א חבר'ס טעלעפאן, אמאל קען מען מיט איין שלעכטע קוק פארלירן די גאנצע יראת שמים, און מען דארף זיך נאכדעם מוטשען די גאנצע לעבן, ניץ אויס דיין צייט צו טון חסד, צו העלפן אין שטוב, העלפן די עלטערן, און העלפן אין שול, אין ישיבה וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8745 - אויסוואשן די אויגן מיט טרערן
שלום בית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


טייערער ברודער, הארציגער חבר, יעצט אין די זומער טעג זאלסטו זיך מקבל זיין מיט א פעסטע אפמאך אפצוהיטן דיינע אויגן, און אז דו ביסט נכשל געווארן מיט ראיות אסורות - זאלסטו זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין, ווייל נאר דורך טרערן פון תשובה וואס מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן קען מען אויסוואשן די אויגן, און מען קען פאררעכטן די שרעקליכע פגם; מען דארף פארגיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אז מיר זאל זיך קענען היטן די אויגן, ווייל אלע צרות וואס קומען אויפן מענטש איז נאר ווייל מען היט זיך נישט די אויגן; מען פארלירט אזויפיל גוטס דורך זיך נישט היטן די אויגן, מען פארלירט די שידוך, מען פארלירט די שלום בית און מען פארלירט די פרנסה.


די הייליגע חכמים דערציילן (ספר חסידים, סימן שפז), א איד איז געקומען מיט א טענה צום הייליגן רבי יהודא החסיד היתכן ער האט אסאך געפאסט און מתפלל געווען אויף א געוויסע שידוך, און מען האט נישט אנגענומען זיינע תפילות, "אָמַר הַחָכָם", האט אים דער צדיק געענטפערט: "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, מאך זיך א קביעות צו גיין התבודדות, זוך א פלאץ; א שטילע פלאץ, א ליידיגע פלאץ, און דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין, זאלסט זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין זיך אויס און בעט: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אז איך האב ביז אהער נישט געהיטן מיינע אויגן, איך שעם זיך אזוי שטארק, פון אינדרויסן שפיל איך א שיינע שפיל, איך שטעל זיך אהער ווי אן ערליכער און פרומער, אלע קענען מיך ווי א טייערער און אן איידעלער, אבער פון דיר הייליגער באשעפער קען איך זיך נישט באהאלטן, דו ווייסט דאך אלעס, דו זעסט אלעס, אנא השם איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען ארויס גיין פון מיין בלאטע, איך זאל זוכה זיין צו הייליגע אויגן, איך זאל זוכה זיין צו ריינע אויגן, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר כלל ישראל, עננו ה' עננו, העלף מיר איך זאל מער נישט האבן קיין איין שלעכטע קוק, איך זאל ניצן מיינע אויגן נאר צו לערנען תורה, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8744 - סתם זאגן די ווערטער, איז דאס דען לימוד התורה?
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, הארציגער חבר, זיי זיך מקבל צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און הלכה. ביים אנהייב וועסטו נאכנישט פארשטייין אלעס וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו לערנען, זאלסט גורס זיין די ווערטער, זאג די ווערטער, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:), ווען א מענטש לערנט תורה און ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", און פון גרויס ליבשאפט צו די תורה, לערנט ער ווייטער אפילו ער פארשטייט נאכנישט וואס ער לערנט; "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פרייט זיך מיט יעדע ווארט תורה, דער אייבערשטער נעמט די ווערטער און פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, און עס ווערט פון זיי גרויסע 'ערבות' ביימער, עיין שם.


ליבער ברודער, זע אז דיינע טעג און דיינע יארן זאלן דיר נישט אריבער גיין מיט גארנישט און מיט נישט; פארוואס זאלסטו נישט אנהייבן לערנען תורה? די תירוצים דיינע זענען נישט קיין אמת'ע תירוצים, און אז דו האסט נישט קיין חברותא, דו האסט נישט קיין מסגרת וכדומה - הייב אן פאר דיר אליין לערנען, און אז מען האט דיך צעקלאפט אין דיינע יונגע יארן, מען האט דיר אויפגעוויזן אז דו וועסט שוין מער קיינמאל נישט זיין א תלמיד חכם - איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט צו לערנען. נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, זאג די ווערטער פון די משנה הויך מיט א געשמאק און מיט א זיסקייט, זאג א משנה נאך א משנה, ביז דו וועסט ענדיגן די ערשטע פרק, נאכדעם הייב אן פרק ב, און אזוי גיי ווייטער ביז דו וועסט ענדיגן די ערשטע מסכתא, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת פאה; אזוי זאלסטו לערנען מסכתא נאך מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים. נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן ששה סדרי משנה, און אזוי זאלסטו טון מיט גמרא; הייב אן לערנען מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, זאלסט בעטן און וויינען צום אייבערשטן עס זאל זיך עפענען פאר דיר דיינע אויגן און דיין פארשטאנד, דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה, און אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט - זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער ביז דו וועסט קומען צו פארשטיין.


עס קען זיך הערן אינטערעסאנט, סתם זאגן די ווערטער, איז דאס דען לימוד התורה? ליבער ברודער, ערשטנס זאלסטו וויסן אז יא, דאס אליין איז לימוד התורה; די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה יט.): "לעולם ליגריס איניש", א מענטש זאל לערנען בגירסא, "ואף על גב דלא ידע מאי קאמר", אפילו ער פארשטייט נאכנישט דאס לערנען; און צווייטנס, דאס איז די וועג צו קומען צו פארשטיין, ווייל ווען מען איז מדקדק און מען וויל גלייך פארשטיין די טיפקייט פון יעדע ווארט תורה - טוט דאס מבלבל זיין דעם מענטש, און דאס קען אמאל צוברענגען אז מען זאל אפלאזן דאס לערנען, אבער אז מען לערנט מער אויפן שנעלן וועג, און אז מען פארשטייט נאכנישט אזוי קלאר גייט מען ווייטער, מען שטעלט זיך נישט אפ - דאס ברענגט א שטארקע חשק צו לערנען מער און מער, און דאס מאכט מען זאל פארשטיין דאס לערנען.


הייב שוין אן לערנען, קוק נישט אויף קיינעם, און זיי גרייט אז מען וועט דאס דיר אוועק מאכן, מענטשן וועלן שמייכלען, מען וועט לאכן וכו', אויך וועט מען זיך וועלן טענה'ען מיט דיר, ווייל אזוי גייט עס מיט יעדע זאך אין עבודת השם, ווי נאר א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת דארף ער אריבער גיין די מניעה אז מען שפעט און מען לאכט פון אים, און טאקע דערפאר הייבט אן דער הייליגע שלחן ערוך אין די ערשטע סימן: "ולא יבוש מפני המלעיגים עליו בעבודת השם יתברך", מען זאל זיך נישט שעמען פון די וואס שפעטן אפ פון דינען דעם אייבערשטן; ווייל דאס איז די וויכטיגסטע הקדמה איידער מען הייבט אן לערנען שלחן ערוך, צו וויסן אז עס גייען זיין מענטשן וואס גייען פון אים שפעטן; דערפאר זאלסטו זיין שטארק נישט אפצולאזן דאס לערנען די הייליגע תורה, און ביז א קורצע צייט וועסטו זוכה זיין אז עס וועט זיך עפענען פאר דיר דיינע אויגן און דיין שכל, דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8743 - א גוי בין איך נישט
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי - זאלסטו זיך זייער פרייען, ווייל די גאנצע וועלט שטייט נאר בזכות וואס מיר האבן מקבל געווען די תורה. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה מז, ד), וואלטן די אידן נישט מקבל געווען די תורה - וואלט דער אייבערשטער געמאכט אויס וועלט; קומט אויס אז היינט יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו - איז זייער א פרייליכע צייט, אז מיר האבן מקבל געווען די תורה און מיר האלטן די תורה, מיר זענען מחי' די גאנצע וועלט, א גאנץ יום טוב דארף מען זיין נאר פרייליך.


ליבער ברודער, יעצט אינעם יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו - זאלסטו זיך זייער פרייען, לאז זיך נישט צעברעכן, פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי', א גוי בין איך נישט, איך בין א איד. די הייליגע חכמים זאגן (מדרש פליאה), גלייך ווען דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די ערשטע דיבור: "אנכי ה' אלוקיך" - האט משה רבינו שוין אויסגעשריגן: "שלא עשני גוי"; ווייל דאס איז דאך די גרעסטע שמחה, אז מיר זענען אויסדערוועלט, מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; פון די שמחה קען מען נישט אראפפאלן, ווייל אפילו מען זעט זיך זייער ווייט, מען זעט זיך זייער געפאלן, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען זעט נאר שלעכטס אין זיך, מען האט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך - קען מען נאכאלץ זיין פרייליך מיט דעם אז מען איז נישט קיין גוי, און דאס איז נאך א טעם פארוואס מיר מאכן די ברכה יעדן טאג אז מיר זענען נישט קיין גוי, לכאורה וואלט ווען געווען ריכטיג צו זאגן א ברכה: "שעשני ישראל", אז מיר זענען אידן, וואס מאכט מען א פארקערטע ברכה, אז מיר זענען נישט קיין גוי? נאר דער יצר הרע זוכט אלע וועגן ווי אזוי צו צעקלאפן דעם מענטש און אים אויפווייזן אז ער איז שוין גארנישט ווערד, און פון אים וועט שוין גארנישט זיין; וואלט דער מענטש אריין אין א קטנות הדעת נישט צו מאכן די ברכה 'שעשני ישראל', ער וואלט זיך געקלאפט: 'בין איך דעם א איד? אזוי פירט זיך אויף א איד? קען איך דען מאכן די ברכה בשם ומלכות – 'שעשני ישראל'? איך בין נישט אזוי ווי מען דארף צו זיין'; דערפאר מאכן מיר די ברכה 'שלא עשני גוי' אז אפילו דער וואס איז גוט צעבראכן און ער האלט זיך פאר א גארנישט - קען אויך אויסשרייען: 'שלא עשני גוי, וואס זאל נאר זיין, א גוי בין איך נישט, איך בין באשאפן מזרע ישראל'; על כן ליבער ברודער זאלסטו זיך זייער פרייען מיט 'שלא עשני גוי', אז מיר זענען זוכה צו קבלת התורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8742 - קיין איין שלעכט ווארט אויף קיינעם
שלום בית, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען נישט צוקומען צו שמחה נאר דורך תפילה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגות וואס איז דא אויף די וועלט.


שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה, צי חס ושלום ביי די טומאה; ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך, ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר דאס איז עצבות ועצלות, וואס דאס קומט פון יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפט).


יעצט ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, 'זמן מתן תורתינו', מיר גייען זוכה זיין נאכאמאל צו מקבל זיין די הייליגע תורה, זאלסטו זיך פארנעמען מער נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיין שום איד, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ט, ט), ווען די אידן זענען געגאנגען אין מדבר איז אלץ געווען מחלוקת, און ווען מען איז געקומען צום בארג סיני - דארט האבן אלע אידן שלום געמאכט, מען האט זיך נישט געקריגט, האט דער אייבערשטער געזאגט: "הֲרֵי שָׁעָה שֶׁאֲנִי נוֹתֵן תּוֹרָה לְבָנָי", יעצט איז די צייט צו געבן די תורה פאר די אידן, ווייל מען קען נישט מקבל זיין די תורה נאר דורך ליבשאפט און אחדות; אז דו וועסט קוקן מיט רחמנות אויף אנדערע - וועט אוועק פאלן די פיינטשאפט, דו וועסט זיך קענען אויסקומען מיט יעדן איינעם; בפרט אין שטוב, דארט דארף מען זיך זייער פארלייגן און טון אלעס אבי עס זאל זיין שלום; מיט די עלטערן און מיט די קינדער און מיט די געשוויסטער. זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך צו מאכן שלום - וועסטו זוכה זיין צו באקומען די הייליגע תורה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (פסיקתא דרב כהנא יב, יד), דער אייבערשטער זאגט: "התורה כולה שלום", פארוועם געב איך איר? פאר די וואס זענען בשלום, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יז): "וכל נתיבותיה שלום".


טייערער ברודער, הארציגער חבר, מיר שטייען נאכאמאל ביים בארג סיני, מיר זענען מקבל די תורה; זאלסטו אפלאזן די עצבות ומרה שחורה, מאך זיך א שטארקע קבלה אז דו גייסט נישט רעדן קיין איין שלעכט ווארט אויף קיינעם, דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט קענען מקבל זיין די תורה און קענען לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צא): "סגולה להתמדת התורה" - נישט צו רעדן אויף אידישע קינדער, ווייל נאר אז מען קוקט גוט אויף יעדן איינעם - קען מען ליב האבן די תורה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8741 - אויפבויען פיר כיתות אין מחנה אילן החיים
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


שבתי מארקוס נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך דאנק דיך זייער פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, און וואס דו טוסט פאר אונזערע מוסדות, סיי מיטן צאלן די רענט פאר די ישיבה אין שטאט, און סיי פארן "קרן הבנין", פארן שאפן די געלט פאר די בנינים אין קרית ברסלב ליבערטי.


יעדע מאל איך בין אין שטעטל און איך גיי באזוכן די חדר – דערקוויקט מיר מיין הארץ צו זען די שיינע שטאק וואס מען האט אויפגעבויט; אזא רחבות, אזא באקוועמקייט, ליכטיג און לופטיג, ממש א מחי'.


אויך יעצט ווען דו האסט זיך אונטערגענומען מיט דיין שותף אשר בער אינדארסקי נרו יאיר, צו אויפבויען פיר כיתות אין מחנה אילן החיים, פאר די קינדער צו לערנען זומער אין וואלד; וואויל איז דיר, וואויל איז ענקער חלק, דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און חן, אז דו און דיין שותף, ענק זאלן קענען ווייטער זיין די גוטע שלוחים צו בויען די מוסדות, ענק זאלן זוכה זיין צו נחת פון ענקערע דורות.


יעצט שבועות איז דאך דיין יום טוב, איך געדענק אז דו ביסט מקורב געווארן יארן צוריק אין אן ערב שבועות פארנדיג קיין קרית יואל, און אויפן וועג האסטו אויסגעהערט א שיעור פון ישיבה, הכנה לקבלת התורה, און דאס האט דיר אויפגעפלאקערט דיין הארץ צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אשרינו...

#8740 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#8739 - די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע מוסדות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


די גבאים פונעם "קרן הבנין", האברך שבתי מיט אשר בער נרם יאיר האבן מיר דערציילט אז ענק האבן מנדב געווען צוויי כיתות אין "בית פיגא" אין שטעטל, איך וויל ענק בענטשן, דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת ביי ענקערע קינדער, ערליכע אידישע דורות מיט הצלחה, געזונט און סייעתא דשמיא.


נ.ב. דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט אין די היינטיגע טעג; מענטשן זוכן גוטע אינוועסטמענטס, קיינער ווייסט נישט וואס מארגן גייט זיין, וואו לוינט זיך צו אינוועסטירן; די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע תלמידי תורה, ערליכע בתי חינוך, ישיבות, כוללים וכדומה, דארט איז זיכערע פארדינסטן.

#8738 - זיך גוט נאכפרעגן ביי א שידוך
אמונה, מוסדות, טעלעפאן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען טראגט אייך אן שידוכים – זאלט איר זאגן פאר אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן זיך אריינטון און אויסהערן, זייט נישט קיין עקשן זיך עקשנ'ען צו נעמען דוקא א בחור פון אונזער ישיבה; וואס מיינט איר, ביי אונז אין ישיבה דארף מען נישט רחמי שמים? די וואך איז געווען צוויי גיטין פון בחורים וואס האבן געלערנט דא און זיי זענען געפאלן פאר די סמארטפאון און די שטוב זייערע איז צעפאלן, און מיין הארץ איז מיר צעריסן דערפון; וואס מיינט איר? דא איז מען פארזיכערט?


עקשנ'ט זיך נישט, זאגט אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן אויסהערן שידוכים און זיך גוט נאכפרעגן, און וויינט צום אייבערשטן פאר ערליכע דורות, און איר זאלט נישט אפטרעטן פון די מסורה פון אייערע עלטערן, חס ושלום לאזן ביי אייך אין שטוב די קליפה, די סמארטפאון.


מער קען איך נישט שרייבן, בעטס פאר מיר

#8737 - קומען אין שטעטל נעמט נישט אוועק די פראבלעמען
אמונה, צדקה, רפואה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר בחקותי, כ' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין נישט דערקעגן דו זאלסט קומען אין שטעטל וואוינען, אז דו ווילסט קומען וואוינען אין שטעטל קענסטו קומען; אבער דאס וואס דו טראכסט אז אין שטעטל גייסטו ווערן א מלאך, און דיינע פראבלעמען גייען אוועק פליען - דאס איז נישט אזוי, נאכן קומען דא וואוינען וועסטו זיך ווייטער דארפן מוטשען מיט די מחשבות און בלבולים וכו' וכו', אויך אין שטעטל וועסטו דארפן זיך שטארקן מיטן רבינ'ס עצות און מיט די חיזוקים; נישטא קיין גאראנטי, מען דארף יעדן טאג פונדאסניי זיך שטארקן מיט אמונת חכמים, מיט טון די עצות פון רבי'ן און זיך מחזק זיין צו זיין בשמחה.


בנוגע דיין קינד וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן א רפואה שלימה. דו ווייסט אודאי וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רא), א סגולה פאר סיז'ערס וכדומה איז געבן צדקה; זאלסטו געבן צדקה פארן 'רבינ'ס זאך' דאס איז פאר 'הדפסה', צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און די ספרים פון מוהרא"ש, די בריוון און קונטרסים, וואס איז דעם רבינ'ס שכל, דעם רבינ'ס דיבורים, נאר מער אראפגעברענגט אויף א שפראך פאר אונזער דור, אז די בני הנעורים זאלן פארשטיין און קענען ניצן די עצות; דאס וועט אוועק נעמען די חולי נופל און ער וועט האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8736 - היטן אויף די אויגן, און זיך היטן פון ליצנות
ישיבה, שמירת עינים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל שמעון נרו יאיר, מגיד שיעור בישיבת היכל הקודש וויליאמסבורג


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן צו די בחורים פון קדושת עיניים, פון זיך היטן די אויגן. ווייל יעצט ווען מיר זענען אריין אין די זומער טעג דארף מען א שמירה עליונה נישט נכשל צו ווערן אין ראיות אסורות, ווייל אין די אויגן איז אנגעהאנגען אלעס, די גאנצע הצלחה פונעם מענטש ליגט אין די אויגן, און חס ושלום אז מען איז מפקיר די אויגן - רייסט מען זיך אינגאנצן אפ פונעם אייבערשטן, מען קומט צו פוגם זיין בברית רחמנא לצלן; וויי און ביטער איז אז מען היט נישט די אויגן, עס ווערן באשאפן פון יעדע שלעכטע קוק קליפות און מזיקים וואס טוען זיך נוקם זיין אינעם מענטש, אויך דער מלאך המות איז זיך נוקם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "מַלְאַךְ הַמָּוֶת כֻּלּוֹ מָלֵּא עֵינַיִם", דער מלאך המוות איז אינגאנצן אנגעפילט מיט אויגן; ווען עס קומט די צייט דער מענטש זאל נפטר ווערן, קומט דער מלאך המות, ער ציט זיך אויס פון דער ערד ביזן הימל און ער איז איין שטיק אויגן, פול מיט אויגלעך, און ווען דער מענטש זעט אים ווערט ער זייער דערשראקן און פון דעם שטארבט מען; און דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו זאגט בשם זיין רבי'ן, דער גאון וקדוש רבי נתן אדלער זכר צדיק לברכה (חתם סופר בראשית, הקדמה) אז די טויזנטער אויגלעך - דאס זענען פון די אלע הסתכלות אסורות וואס דער מענטש האט געקוקט זיין גאנץ לעבן, די אלע אויגן נעמט דער מלאך המוות און ער קומט צום מענטש און ער הרג'עט אים, ווייל עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל הרג'ענען דעם מענטש ווי נישט היטן די אויגן. מיט דעם טייטשט ער וואס מיר בעטן דעם אייבערשטן פרייטאג צו נאכטס: "וִישֵׁזְבִינָנָא מֵעֵינָא בִּישָׁא, וּמֵחַרְבָּא דְמַלְאַךְ הַמָּוֶת, וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵיהִנֹּם", היט אונז פון א שלעכט אויג, און פונעם מלאך המות, און פון גיהנום; אז דאס גייט אינאיינעם, אז מיר וועלן נישט האבן קיין 'עינא בישא' מיר וועלן היטן די אויגן, וועלן מיר נישט מורא האבן פונעם שווערד פונעם מלאך המוות, און מיר וועלן נישט אנקומען אין גיהנום.


זע אויסצורייסן פון די בחורים די מידה פון ליצנות, איך האב זייער מורא עס זאל נישט זיין צווישן די בחורים די מידה פון ליצנות; אז מען היט נישט די אויגן, מען קוט שלעכטע זאכן, סיי אין גאס, סיי אין א טעלעפאן, אין קאמפיוטער, טעבלעט וכדומה - פאלט אוועק די תמימות. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "שמשון הלך אחר עיניו", שמשון איז נאך געגאנגען נאך זיינע אויגן, "לפיכך נקרו פלשתים את עיניו", זענען געקומען די פלשתים און אויסגעשטאכטן די אויגן, מידה כנגד מידה; דאס איז ביי יעדן איינעם, אז מען היט נישט די אויגן קומען די פלשתים, דאס זענען די קליפות, און זיי רייסן אויס די אויגן פון זען אלקות, פון שפירן דעם אייבערשטן; די פלשתים דאס זענען די לצים, מיט ליצנות ווערט אויסגעריסן די אויגן, מען זעט מער נישט און מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מב.), עס איז דא פיר כיתות וואס: "אין מקבלים פני שכינה", איינע פון די כיתות איז די כת ליצים, און דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער מאמרי חז"ל, סוטה מב), די פיר כיתות זענען אנטקעגן די פיר וועלטן, און די כת לצים איז אנטקעגן עולם אצילות, ווייל ליצנות איז אזוי געפערליך אז אפילו מען איז זוכה צו שפירן די ליכטיקייט פון עולם אצילות - קומט ליצנות און פארלעשט עס, מען ווערט אפגעקילט, מען פארלירט עס; און דאס אלעס קומט פון קוקן עבירות, ביז מען פאלט אין פגם הברית רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8735 - שרעקליכע נסיונות אין שמירת עינים
בחור, התחזקות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


דיין מגיד שיעור זאגט מיר אז ער האט דיך זייער ליב, דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו פירסט זיך מיט גוטע מידות, דו קריגסט זיך נישט מיט די בחורים, איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גריסן אויף דיר.


טייערער ..., יעצט אין די זומער טעג ווערט שרעקליכע נסיונות אין שמירת עיניים, אויך א גאנץ יאר דארף מען האבן א שמירה אויף די אויגן, מען זאל זיין אפגעהיטן נישט צו קוקן קיין שלעכטס, אבער ווען עס קומט זומער - ווערט גאר שווער, עס ווערט א שרעקליכע פריצות, די גאסן ווערן זייער געפערליך, עס ברענט א פייער פון פריצות און מען קען פארברענט ווערן ביי די קליפות השם ישמרינו, און מיט איין שלעכטע קוק, קען מען פארלירן אזויפיל קדושה און אזויפיל יראת שמים, מען מוז זיך זייער היטן די אויגן מען זאל נישט פארלירן די קדושה און יראת שמים פון אלע יארן עבודת השם, ווייל אין שמירת עיניים ליגט אלעס, אויב מען היט די אויגן קען מען זוכה זיין צו ווערן זייער הייליג, אזוי ווי די הייליגע צדיקים טייטשן, עס שטייט אין פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", טייטשן זיי: "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה", ווי אזוי ווערט מען הייליג? און וואס דארף מען טון זוכה זיין צו ווערן הייליג? "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", עס ליגט אין די אויגן, ווען מען גייט אין די וועגן; מען זאל זיך היטן די אויגן אין גאס, מען זאל נישט גיין אין פלעצער וואו מען קען חס ושלום פאלן.


טייערער ... איך בענק זיך צו דיר, איך קוק ארויס אויף דיר, איך ווארט און האף אז דו וועסט נישט נאכלאזן דיין עבודת השם, בעיקר זיך היטן די אויגן; ווייל אז מען היט די אויגן - איז מען זוכה צו א שטארקע אמונה, מען איז זוכה צו שפירן שטענדיג דעם אייבערשטן, אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג ביי קריאת שמע (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", און די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יב:): 'אחרי לבבכם' דאס מיינט מען 'מינות', און 'אחרי עיניכם' דאס מיינט מען 'טראכטן פון עבירות'; די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, דער וואס היט נישט די אויגן פאלט אריין אין מינות ואפיקורסות, די אמונה ווערט ביי אים פארלאשן, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען איז פול מיט מחשבות פון ספיקות און בלבולים, קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן, אבער דער וואס היט די אויגן - דער איז זוכה צו האבן א ריינע אמונה, א קלארע אמונה, און מיט אמונה איז די לעבן זיס און געשמאק; ווייל ווען עס גייט גוט ווייסט מען אז עס איז פונעם אייבערשטן, און אויך חס ושלום ווען עס גייט פארקערט ווי מען וויל - ווייסט מען אז דאס איז אויך אלעס פונעם אייבערשטן, און אז עס קומט פונעם אייבערשט קען נישט זיין אז עס איז שלעכט.


שרייב מיר צוריק בריוו, איך וויל זיין מקושר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8734 - דיינע עיקר תפילות זאלן זיין אויף זיין פרייליך
פרנסה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש ברענגט בשם צדיקים, די סופי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'" איז דער שם "חַתָּ"ךְ", די שם פון פרנסה; שמחה איז מסוגל פאר פרנסה.


דיינע עיקר תפילות זאלן זיין אויף זיין פרייליך, אין דעם איז תלוי אלעס, די גאנצע הצלחה איז תלוי אין שמחה, אז מען איז פרייליך איז מען מצליח, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


מיין נישט אז דאס איז עפעס א גרינגע עבודה, עס איז גאר א שווערע עבודה, מוהרא"ש זאגט, עס איז גרינדער צו פאסטן און טון סיגופים - ווי זיין פרייליך; ווייל די נאטור איז - צו זיין טרויעריג, אויף יעדן מענטש גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, און דאס שלעפט אים אראפ אין דאגות און אין מרה שחורה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", און מען דארף פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.


בעט די תפילה יעדן טאג, שנייד אויס פונעם בריוו די תפילה און נעם עס מיט דיר, און בעט די תפילה יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין אַלֶע מַיינֶע אֵבָרִים, פוּן קָאפּ בִּיז פִיס; בִּיז אִיךְ וֶועל זַיין אַזוֹי פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ וֶועל אָנְהֵייבְּן טַאנְצְן פוּן גְרוֹיס פְרֵייד אוֹיף דִי גְרוֹיסֶע חֶסֶד אַז דוּ הָאסְט מִיךְ בַּאשַׁאפְן אַ אִיד אוּן מִיר גֶעגֶעבְּן דִי הֵיילִיגֶע מִצְווֹת; אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר אוּן נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר דִי בִּיטֶערְקַייט אוּן פוֹילְקַייט, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן פְרֵיילִיךְ מַאכְן אַנְדֶערֶע, אוּן בִּזְכוּת שִׂמְחָה זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ נִכְלָל וֶוערְן אִינְגַאנְצְן אִין דִיר, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט זֶען פַאר מַיינֶע אוֹיגְן נָאר דִיךְ בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ זָאל זֶען אוּן שְׁפִּירְן וִוי דוּ בִּיסְט אַלֶעס אוּן עֶס אִיז מֶער גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דִי וֶועלְט נָאר דוּ אַלֵיין, אוּן זוֹכֶה זַיין צוּ תְּשׁוּבָה שְׁלֵמָה, מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, אָמֵן סֶלָה".


דֶער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8733 - ווארף אוועק די שמוציגע טעלעפאן
שלום בית, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין זייער נאנט צום גרויסן טאג, דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה; איך וויל דיר בעטן עפעס וואס ליגט מיר אין הארץ, איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן און טעבלעט אויף וואס דו קוקסט קליפס, סטעטוס וכו' וכו'; דיין שלום בית, דיין שמחת החיים - וועט צוריק קומען, ווייל דורכדעם וואס מען היט נישט די אויגן, און דורך הערן ליצנות, ניבול פה, פארלירט מען די שידוך, מען פארלירט די שלום בית; אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ספר חסידים, סימן שפז), עס איז געווען א מענטש וואס האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, ער האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, און מען האט נישט אנגענומען זיינע תפילות מיט זיינע תעניתים, ער האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען די שידוך אויף וואס ער האט אזויפיל געבעטן, "אָמַר הַחָכָם", האט אים דער צדיק געענטפערט: "מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים", ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך, אן קיין חן.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעבלעט און סמארטפאון וכו' און דו וועסט תשובה טון, דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, די לעבן וועט דיר זיין זיס און געשמאק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא), אויפן פסוק (תהלים פט, כט): "ובריתי נאמנת לו", אז ברית און אמונה גייען אינאיינעם, און אז מען איז חס ושלום פוגם בברית, מען טוט עבירות, מען קוקט עבירות - פארלירט מען די אמונה; מען קען נישט שפירן געטליכקייט ווען די מח איז פארשמירט מיט עבירות, ווייל ווען מען פארשמירט די אויגן - פארלירט מען די מוחין, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף קי): "סילוקא דיסודא עד אבא ואימא", אז מען איז פוגם ביסוד ווערן די מוחין מקולקל, מען פארלירט די מח, מען זעט מער נישט אלקות, מען שפירט מען נישט אלקות, אלעס ווערט פארלאשן.


עס קומט אזא הייליגע יום טוב, מיר קומען נענטער און נענטער צום בארג סיני, מיר גייען זוכה זיין צו הערן נאכאמאל די עשרת הדברות, אבער מען דארף אוועק ווארפן די טויטע שרצים, די הייליגע חכמים זאגן (תענית טז:): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך מיט א שרץ אין האנט, וועט ער בלייבן טמא, נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ - קען ער ווערן טהור, אבער כל זמן ער האלט אן דעם שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, בלייבט מען טמא; בעט איך דיר, ווארף אוועק די שמוציגע טעלעפאן, מי יודע, ווער ווייסט צי אלעס וואס דו גייסט אריבער וכו' - איז נישט פון דעם וואס די אויגן זענען הפקר רחמנא לצלן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8732 - בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן
טעלעפאן, ל"ג בעומר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ל"ג בעומר אין שטעטל איז געווען זייער שיין, מיר האבן געצינדן די הדלקה לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אויך איז געווען א סעודה. ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה, מיר האבן גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה אין שמירת עיניים, און נישט צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן, און אפילו מען מאכט זיכער אז די טעלעפאן זאל זיין מיט א פילטער - דארפן מיר טראכטן פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, וואס וועט זיין מיט זיי? און אז קיין איין רב; נישטא קיין רב בישראל - מען רעדט פון ערליכע רבנים - וואס זאל זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן א סמארטפאון.


ל"ג בעומר פארטאגס בין איך געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן, איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען, די הארץ האט זיך מיר געעפנט, איך האב זייער געוויינט דארט, און דעמאלט איז מיר אריינגעקומען במחשבה אז איך דארף רעדן צו די אינגעלייט און צו די ווייבלעך זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיון און בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מאכן א חשבון וואס איז דיר וויכטיגער, די באקוועמליכקייט פון די טעלעפאן אדער דורות ערליכע אידן; אויך מיט א כשר'ע טעלעפאן דארף מען רחמי שמים מיט אונזערע קינדער, מאך זיך א חשבון, וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער און אייניקלעך? אויך זאלסטו וויסן אז אפילו דיר קומט אויס יא צו האבן א טעלעפאן דארפסטו זיך רעכענען אויך מיט מיר, דו קענסט נישט ארויסנעמען צווישן מענטשן דעם טעלעפאן, עס מאכט מיר שאדן; מיינע קינדער, מיינע תלמידים ותלמידות זעען אז מען קען טון וואס מען וויל, מען דארף נישט פאלגן רבנים, עס נעמט אוועק זייער תמימות.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך העלפן דו זאלסט קענען טון וואס איז ריכטיג אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, דו זאלסט האבן שמירת עיניים און ריינע מחשבות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8731 - זע צו עסן לאקשן
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס גייסטו היינט עסן פאר נאכטמאל? זע צו עסן לאקשן, ווייל מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט, אז היינט וויל ער נישט עסן פאר נאכטמאל קאשע, היינט וויל ער לאקשן, ער האט געזאגט ער מיינט נישט די עסן, ער מיינט צו זאגן אז ער וויל נישט עסן קיין קאשע, ער וויל נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער וויל לאקשן, דאס איז די ווערטער 'לֹא-קָשְׁן' – "עס איז מיר גארנישט שווער, איך האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


על כן בעט איך דיר דו זאלסט אויך זיך באשטעלן א פושקע לאקשן, און אז דו האסט אין שטוב קאשע - זאלסטו גיין אין פעלד אוועק גיסן די קאשע, גיי התבודדות, גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן פאר א קלארע לויטערע שטארקע אמונה, דו זאלסט שפירן דעם אייבערשטן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא אויסער אים, אלעס איז דער אייבערשטער, דומם צומח חי מדבר - אלעס אלעס איז אייבערשטער.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, נישטא קיין חברים, א שאד זיך צו חנפ'ענען, געב א קוק די זיסע ווערטער פון מוהרא"ש פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ט): "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן; פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8730 - נישטא קיין פערצופאל
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו גייסט אריבער שווערע טעג, דו שפירסט ווי דו ווערסט צעקוועטשט - זאלסטו חס ושלום נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, גלייב אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז לטובה. די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.), צוויי חברים האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע לאנד, און אזוי גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פוס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיטן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיטן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, און נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזונקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיך אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר – אז דו האסט מיר צעבראכן די פוס, און אזוי האב איך פארפאסט די שיף און געבליבן לעבן, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי טרייסט אונז, דער רבי פילט אונז אן מיט אמונה, אז דער מענטש זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, אפילו ביי דיר האט זיך די מעשה נישט אזוי געענדיגט, זאלסטו זינגען און טאנצן: "'אוֹדְךָ ה'', איך דאנק דיך אייבערשטער פאר אלעס, און אויך פאר אלעס וואס איז מיר אריבער"; גלייב באמונה שלימה אז עס איז נישטא קיין פערצופאל, נישטא קיין פאסירונג, נישטא קיין טבע, נישטא קיין טעותים; אלעס וואס פאסירט איז מיט א פינקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8729 - נאכ'ן דאנקען, זאלן ענק ווייטער דאנקען
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


מזל טוב! מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו אינאיינעם מיט דיין ווייב זאלן זוכה זיין צו מגדל זיין דעם נייעם געבוירענע מיידל לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און זען אסאך אידיש ערליכע נחת ביי אלע קינדער אינאיינעם.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, הערט נישט אויף צו זאגן: "שכוח אייבערשטער", דאנקט אים פאר אלע חסדים, און נאכן דאנקען זאלן ענק ווייטער דאנקען; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב), דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן ברענגט דעם מענטש זייער נאנט צום אייבערשטן, מען איז זוכה שוין דא בזה העולם צו שפירן די טעם פון גן עדן, פון שעשוע עולם הבא.

#8728 - יעדער בחור זאל זיין א שמש
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים אלע זאלן העלפן, אלע זאלן האבן א חלק אין משמש זיין דעם רבי'ן; אדער אין ישיבה אדער אין שול, אדער ווען עס קומט צו ימים טובים וכדומה.


עס האט מיר געשטערט ביי די ל"ג בעומר מעמד צו זען אין שול גויים טיילן עסן און רייניגן, פארוואס נישט אונזערע בחורים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן די געפיל? און אז זיי האבן נישט די געפיל צו העלפן – פארוואס זאל מען זיי נישט מאכן האבן דעם געפיל? אלע יארן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז אזוי געווען געבויט די ישיבה, אז בחורים העלפן, בחורים טוען, בחורים מאכן.


וויסן זאלסטו, עס איז אדער אדער, אדער לייגסטו אריין א געפיל אין א בחור צו העלפן, מען מאכט אים א סדרן, א גבאי, א שמש וכו', דעמאלט נעמט ער זיין חיות פון דעם, און אז נישט – וועט ער זיך באהאלטן מיט צוגארעטלעך, מיט א טעלעפאן, מיט נישט גוטע זאכן.


איך בעט דיר זייער, בלאז אריין אין די בחורים א חיות צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, טו מיט זיי וואס איך האב געטון מיט דיר, געדענק ווען דו ביסט געקומען אין ישיבה, נאך פאר דיין בר מצוה, ווי איך האב דיר געגעבן א בעזעם אין האנט און דיר געלערנט רייניגן; פארוואס נאר הבחור חיים זאנוויל, מיט הבחור אלימלך נרו יאיר, און יוסף שלמה, אברהם יצחק? א שאד אז נישט אלע האבן א חלק אין משמש זיין, און ווען עס קומט א יום טוב, א מעמד – ווער דארף גוי'אישע וועיטערס? עס גייט אוועק די חן; וואו זענען אונזערע בחורים?


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם, און זען אז יעדער בחור זאל זיין א שמש פאר די קהילה; עס איז אזוי געזונט און אזוי הייליג.


שיק מיר יעדן טאג א מעסעדזש מיט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.