בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#105 - אפילו ווען מ'ליידט פון עלטערן, דארפן מען זיי ווייטער מכבד זיין
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס וואס דו ביסט אריבער אלע יארן מיט דיינע עלטערן, איך געדענק ווי זיי האבן דיר נאר דערקוטשעט און סעקירט אויף יעדע זאך, זיי האבן אלץ געקוקט שלעכט אויף דיר; איך געדענק ווען דו ביסט געווען א יונגער בחור ווי זיי האבן דיר גע'רודפ'ט פאר גארנישט און פאר נישט, וואס דו האסט געטון האט מען נאר געהאט טענות.


מיט דעם אלעם דארפסטו וויסן אז א טאטע און א מאמע דארף מען מכבד זיין; מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי און ווי אזוי מען באגייט זיך מיט זיי, עס האט נישט צו טון אויב מען איז אריבער שוועריקייטן פון זיי אדער מען קומט זיך אויס מיט זיי, טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער; עס שטייט אין די תורה (שמות כ, יב): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ"; אן קיין תנאים, אפילו מען ליידט פון זיי דארף מען זיי ווייטער מכבד זיין.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט דעם הייליגן תנא רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן? האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגטס דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען א גרויסער גענעראל, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פארנט פון די סאלדאטן, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", אינמיטן שלאגן איז אראפגעפאלן די שיך פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין; זעט מען אז אפילו מען כאפט פון א טאטע מאמע דארף מען זיי ווייטער מכבד זיין.


יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו וואוינסט מער נישט ביי זיי - איז דיר גרינגער צו מכבד זיין דיינע עלטערן. דו האסט חתונה געהאט, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי קוקט שיין אויף דיר; וועט דיר זיין אסאך גרינגער צו קענען נעמען און שלינגען ווען זיי זאגן דיר אריין.


מיין נישט אז איך פארשטיי דיר נישט, איך ווייס זייער גוט וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאך אלץ אריבער; יעדעס מאל דו גייסט צו זיי שפירסטו ווי א גארנישט, זיי זוכן נאר קריטיק און טראכטן נאר שלעכטס אויף דיר און דיין ווייב; מיט דעם זאלסטו זיי מכבד זיין, זאלסט גיין צו זיי. זיי דן לכף זכות דיינע עלטערן, זיי האבן זייער וועג ווי אזוי זיי זענען אויפגעוואקסן; ביי זיי איז א פארמאכטע סוועטער ביז די האלז א געפערליכע זאך, זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, זיי ווייסן נישט אנדערש.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיי מכבד זיין וועסטו זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דיר ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - תהילים איז אן אונטערליינער
כיבוד אב ואם, שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט מסיים געווען פאריגע וואך שבת די ניין און זיבעציגסטע מאל תהילים; דאס וועט מיט גיין מיט אייך א גאנץ לעבן, דאס וועט אייך אונטערליינען; דער רבי זאגט אז תהילים איז אן אונטערליינער אויף וואס מען קען זיך גוט אנליינען.


אייער מאמע שרייבט מיר אז זי איז זייער איבערגענומען פון די חינוך וואס איר האט געלערנט א גאנצע זמן אין בית פיגא; איר העלפט, איר זענט פרייליך, איר מאכט אלעמען פרייליך.


בנוגע א שידוך; אייערע עלטערן שרייבן מיר כסדר אז זיי ווילן שוין זייער איר זאלט א כלה ווערן, בעטס דעם אייבערשטן עס זאל שוין אונטערקומען אייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - גיי אהיים צו דיינע עלטערן אויף פסח
כיבוד אב ואם, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האלט דו זאלסט יא אהיים גיין צו דיינע עלטערן אויף פסח; דו האסט טייערע עלטערן, דיין טאטע מאמע זענען זייער אויסנאם וואוילע מענטשן – דארפסטו זיין ביי זיי אויף יום טוב.


איך נעם נישט קיין געסט אויף פסח, אויסער די בחורים וואס האבן נישט קיין עלטערן, זיי האבן נישט קיין שטוב.


איך זוך זיך נישט ארויסצודרייען פון דיר, דו ביסט ביי מיר זייער חשוב; איך זאג דיר וואס איז ריכטיג, דו וועסט מיר שפעטער אין לעבן באדאנקען.


 

#102 - נעם דעם רבי'ן פאר דיר, מאך נישט קיין רעש און קיין טומל
אומאן, חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מצער זיין דיין טאטע מאמע, וואס דארפן זיי וויסן בכלל אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן? לדעתי קענסטו דאס באהאלטן פון זיי, בפרט ווען זיי זאגן קלאר עס שטערט זיי נישט אז דו הערסט שיעורים און אז דו האסט חיות פון די הייליגע ספרים; זיי בעטן דיר נאר אז דו זאלסט נישט מאכן קיין רעש און א טומל, קענסטו דאס באהאלטן פון זיי.


נעם דעם רבי'ן פאר דיר, מאך נישט קיין רעש און קיין טומל. אז דו ווילסט פארן קיין יבנאל - זאלסטו פארן געזונטערהייט, וואס דארפן דיינע עלטערן מיטהאלטן אז דו פארסט? אז דו ווילסט גיין צו די חבורות זיך מחזק זיין - זאלסטו גיין געזונטערהייט, אבער וואס דארפסטו יעדן איינעם מודיע זיין וואו דו גייסט? דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז דיר נישט קיין מונע, זי האלט דיר נישט אפ, קענסטו דאך דינען דעם אייבערשטן אזוי שיין, אזוי זיס, אן מחלוקות.


איי וועסטו פרעגן, וואס וועסטו טון ראש השנה? ראש השנה דארפן דאך אלע קומען קיין אומאן; ביז ראש השנה איז דא אסאך צייט, קענסט נאך אסאך מתפלל זיין דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבינ'ס ראש השנה, אלע דארפן מתפלל זיין אויף דעם, מען האט דאך געזען וואס האט פאסירט פאריאר תשפ"א ווען די גרעניצן זענען געווארן פלוצלונג פארשלאסן, ווער ווייסט וואס גייט זיין די יאר ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה? קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, קיינער איז נישט פארזיכערט, אלע דארפן מיר אנקומען צו תפילה; אבער ביז ראש השנה איז דאך ממש א שאד זיך צו קריגן.


ליין איבער דעם בריוו אפאר מאל, ליין עס נישט שנעל; וועסטו זען א וועג ווי אזוי דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן, שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן - אן קיין מחלוקות, אן קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - עס זאל דיר גארנישט אנגיין
כיבוד אב ואם, שידוכים, סבלנות, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין; בעט די ווערטער:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, איך זאל נישט ווערן נערוועז.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך ווער אזוי נערוועז פון יעדע קלייניקייט, איך ווער אויס פרייליך ביז איך גיי אריין אין כעס און עצבות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן און אלץ בלייבן פרייליך".


איך האף דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך. אויב דו וועסט זיך ווייטער פירן ווי עס דארף צו זיין וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן.

#100 - טענה זיך נישט מיט דיין ווייב
שלום בית, חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער שטארק, טענה זיך נישט מיט דיין ווייב תחי'; זיי נישט ברוגז אויף איר, זי איז נישט שולדיג; זי ווערט צעריסן צווישן דיר און אירע עלטערן. פון איין זייט וויל זי זיין א געטרייע ווייב, זי וויל גיין מיט דיר, פון די צווייטע זייט רעדט איר טאטע און מאמע צו איר כל דבר אסור אויף ברסלב, זי קען עס נישט נעמען; עס איז איר גרינגער צו שרייען אויף דיר ווי זי זאל זיך קריגן מיט אירע עלטערן, זיי שרעקן איר אן זייער שטארק.


זאג איר די ווערטער איין מאל און נאכאמאל: "מיין לעבן, מיין חיות - איז פון די רבי; אויב דו ווילסט נישט, דו שעמסט זיך - וועל איך פרובירן אז קיינער זאל נישט וויסן, קיינער זאל נישט זען; איך וועל אלעס טון פאר דיר דו זאלסט זיין פרייליך", און אז זי שרייט ווייטער זאלסטו נישט ווערן ברוגז אויף איר. זי איז נעבעך א רחמנות, זי איז נישט שולדיג. זאג איבער נאכאמאל: "איך באקום לעבן פון די רבי, אז דו האסט מורא פון דיינע עלטערן וועל איך מער אכטונג געבן; איך וועל אלעס טון פאר דיר דו זאלסט זיין פרייליך".


וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט? וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן אזעלכע לשון הרע'ס, מען באשמוצט אונז אז מיר האלטן נישט די תורה חס ושלום; דאס אלעס איז לשון הרע און הוצאת שם רע. די אלע וואס האבן א חלק אין די הוצאת שם רע - די האבן נישט קיין מחילה, ווייל זיי זענען גורם אז בחורים און אינגעלייט וואס דארפן התחזקות זיך צו דערהאלטן, מיט'ן רבינ'ס חיזוק וואלטן זיי געווען ערליכע אידן, אבער נאכן הערן אזויפיל לשון הרע וויל מען נישט האבן צוטון מיט ברסלב, מען וויל נישט די קינדער זאלן האבן צוטון מיט ברסלב.


שטארק זיך, באלד וועלן ווערן פון אלע מניעות - נעימות; עס וועט דיר זיס ווערן, דיין ווייב וועט דיר העלפן, זי וועט דיר זיין אן עזר פאר עבודת השם.


א פרייליכן שבת.

#99 - בעטסט דעם אייבערשטן צו פאלגן טאטע מאמע מיט שמחה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט ספעציעלע עלטערן, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב און טייער.


עס איז זייער א גרויסע מצוה ווען מען פאלגט די מאמע מיט די שטוב ארבעט, מען העלפט ארויס מיט אלעס וואס זי דארף; אז עס איז אייך שווער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זיך קענען שטארקן און טון די ארבעט אין שטוב מיט שמחה.


דא האט איר א תפילה אויף וואס צו בעטן:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיינֶע טֵייעֶרֶע עֶלְטֶערְן, אִיךְ הָאבּ דִי בֶּעסְטֶע טַאטֶע אוּן דִי בֶּעסְטֶע מַאמֶע; שְׁכּוֹחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִי קֶענֶען שְׁטַארְקְן אוּן טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ זָאל פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער לִיבּ הָאבְּן צוּ הֶעלְפְן מַיינֶע עֶלְטֶערְן; וֶוען מַיין מַאמֶע בֶּעט מִיר עֶפֶּעס זָאל אִיךְ דָאס טוּן מִיט אַ שִׂמְחָה, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל פָאלְגְן מַיינֶע עֶלְטֶערְן אוּן זֵיי בְּרֶענְגֶען נָאר נַחַת".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - ווען מ'רעדט פון אייך, איז דאס א גרויסע הפצה
כיבוד אב ואם, הפצה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מיינט איר טוט נישט קיין הפצה? נישטא נאך א תלמידה וואס זאל אזוי פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן ווי אייך; ווייל ווען מען פירט זיך שיין, מען גייט אנגעטון איידל, מען רעדט איידל, מען איז גוט צו אנדערע און מען פירט זיך מיט דרך ארץ צו עלטערע - דאס איז די גרעסטע הפצה. אלע פרעגן: 'ווער איז די איידעלע מיידל? ווער איז זי? וואו לערנט זי? זי איז אזא איידעלע, אזא טייערע'; ווען מען הערט אז די מיידל האט מיט ברסלב, הייבן אלע אן טראכטן: 'מיר וועלן אויך אריינקוקן אין די ספרים, זען וואס ברסלב לערנט; מיר וועלן אויך אויסהערן שיעורים און נעמען די קונטרסים, מיר זעען אז עס איז דא עפעס אין ברסלב, ברסלב פארקויפט איידלקייט, ריינקייט און פרייליכקייט'.


אייער עלטערן ווילן נישט איר זאלט גיין הפצה, זי ווילן נישט איר זאלט אויסטיילן וכו' - זאלט איר זיי אויסהערן, ווייל איר זענט סיי ווי א גרויסע מפיצה; איר ווייסט נישט וויפיל אויגן קוקן אויף אייך, איר ווייסט נישט ווי אלע אייערע חבר'טעס, שכנים און משפחה וכו' - קוקן אויף אייך.


ווען מען רעדט א שמועס און עס קומט אויס מען זאל רעדן פון אייך, הייבן אלע אן רעדן פון ברסלב; אזוי איז מיט אלע תלמידות פון בית פיגא און אלע חתונה געהאטע ווייבלעך וואס געהערן אין קהילות ברסלב. ווען מען שמועסט פון זיי קומט אריין אטאמאטיש א שמועס פון ברסלב; א טייל הייבן אן שפעטן, אנדערע מאכן חוזק און אנדערע טראכטן שטילערהייט 'מיר דארפן אריין קוקן אין די זאך, זען וואס ברסלב געבט פאר מענטשן אז מענטשן ווערן אזוי צוגעקלעבט צו דעם'.


פאלגט אייער עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - אז דיין ווייב וויינט, זאלסטו איר אויסהערן און בארואיגן
שלום בית, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט פארלוירן ווען דיין ווייב וויינט, געב נאר אכטונג זי זאל נישט וויינען פון דיר, דו זאלסט איר נישט וויי טון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלסט אכטונג געבן איר נישט וויי צו טון.


ווען זי וויינט פון איר מאמע וכו' זאלסטו איר אויסהערן און בארואיגן, און חס ושלום אפלאכן פון די עלטערן. עס וועט נישט לאנג נעמען ביז איר וועט האבן קינדער און איר וועט אויך זאגן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; עלטערן מעגן זאגן פאר קינדער ווי אזוי זיך צו פירן, נישט נאר זיי מעגן זאגן - נאר מען דארף זאגן, נישט נאר פאר די חתונה דארף מען זאגן פאר די קינדער ווי זיך צו פירן נאר נאך די חתונה דארף מען אויך זאגן; עס איז נישט עק וועלט אז די עלטערן זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי קלוג, בוי איר אויף; רעד צו איר שיין, רעד צו איר ווייך, זי זאל שפירן זיכער מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - ווי אזוי אויסצופוצן פאלשע ציין אום שבת
כיבוד אב ואם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט אזוי שיין מכבד אייערע עלטערן, איר געבט אכטונג אויף אייער מאמע, איר טוט אלעס פאר איר; אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


בנוגע די שאלה אויב מען מעג אויספוצן שבת פאלשע ציין; איר טוט דאס א גאנצע וואך פאר אייער מאמע, איר ווילט וויסן אויב שבת מעג מען דאס טון.


עס איז דא א וועג ווי אזוי מען זאל מעגן אויספיצן די ציין שבת, אבער מען דארף וויסן דאס צו טון זייער פארזיכטיג לויט די הלכות. די ערשטע תנאי דארף זיין, עס מוז זיין א באזונדערע בארשט פאר שבת, מען קען נישט נוצן סתם א בערשטל, עס דארף זיין א ספעציעלע בארשט פאר שבת, אויך זאל די בארשט זיין פון ווייכע האר, פון פלאסטיק. לייגט אריין די ציין אין וואסער, ווען עס ליגט אין די וואסער קען מען דאס אויספיצן און ווען מען ענדיגט דאס אויסצופיצן זאל מען נישט אויסקוועטשן און נישט אויסרייניגן דעם בערשטל.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון קינדער וואס העלפן זייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - לאזט אייער מאמע ארויסגעבן אירע ווייטאגן
שלום בית, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ו שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וואס צו טון מיט אייער מאמע תחי', זי רעדט זיך זייער אסאך אויס צו אייך און אסאך מאל הייבט זי אן וויינען פון וואס עס גייט אריבער אויף איר; זי רעדט אסאך קעגן אייער טאטע און עס שטערט אייך זייער, איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר ווערט זייער צעבראכן ווען איר טראכט דערפון, איר פרעגט אויב איר זאלט ווייטער רעדן מיט איר.


איר זענט נישט די ערשטע מיט דעם פראבלעם און נישט די לעצטע, יעדע צווייטע מענטש האט די פראגע. ווייל ווען מען פארעלטערט זיך הייבט זיך אן א נייע פרשה, ווען מען מאכט חתונה די קינדער דעמאלט קומט ארויס דעם אמת פון לעבן; אויב האט מען געלעבט אין די יונגע יארן שיין און זיס ווערט דעמאלט נאך שענער און נאך זיסער. אויב אבער אין די יונגע יארן האט מען נישט געהאט אמת'ע שלום בית, מען האט געלעבט פאר אנדערע, מען איז געקומען, געגאנגען און געפארן וכו' וכו', דעמאלט ווען מען פארעלטערט זיך, ווען עס גייט זיך שוין נישט, עס קומט זיך שוין נישט און עס פארט זיך שוין נישט - דעמאלט הייבן זיך דאס פארפאלק אן צו קריגן השם ישמרינו.


אוודאי זאלט איר רעדן מיט איר, ערשט יעצט ווען זי גייט אזויפיל אריבער, זאלט איר אויפהייבן דעם טעלעפאן ווען זי רופט און איר מחזק זיין.


די גרעסטע מצוה איז העלפן א מאמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; עס וועט אייך צוריקקומען ביי אייערע קינדער. אייערע קינדער וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן אייך מחזק זיין; ווייל אזוי ווי א מענטש פירט זיך מיט זיינע עלטערן, אזוי וועלן זיינע קינדער זיך פירן מיט אים.


לאזט איר רעדן, לאזט איר ארויסגעבן אירע ווייטאגן און נאכדעם זאלט איר איבערנעמען דאס ווארט, איר זאלט אנהייבן דערציילן פון די אייניקלעך, דערציילט איר זיסע זאכן פון אייערע קינדער; דאס וועט איר מחי' זיין. דערציילט איר פון אייער לעבן, ווי גליקליך איר זענט, ווי שיין איר לעבט; דאס וועט איר געבן פרישע כוחות.


פון צייט צו צייט זאלט איר זי גיין באזוכן און איר זאלט איר רופן צו אייך אין שטוב; וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס דער אייבערשטער בענטשט.


 

#94 - אז עס איז נישטא וואס צו העלפן, זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, היטן די צייט, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


א מחי' צו הערן דיינע שיעורים אין נ"ך, משניות, גמרא, הלכה - משנה ברורה און תהלים; וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס די צייט. אנשטאט זיצן ביי לימודי חול - לערנסטו סדר דרך הלימוד, דו בטל'סט נישט קיין צייט.


איך האף אז דו העלפסט אויך אין שטוב; העלפן די מאמע איז זייער א גרויסע מצוה. אז דו קומסט אהיים פריער פון אלע קינדער, דו גייסט נישט צו לימודי חול - זאלסטו פרעגן דיין מאמע וואס דו קענסט העלפן אין שטוב, און אויב זי זאגט דיר אז עס איז נישטא וואס צו העלפן - זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין התבודדות; מאך א קביעות יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט. גיי אריין אין דיין צימער, פארמאך די טיר און רעד צום אייבערשטן אפאר מינוט, בעט אים וואס דו דארפסט; דער עיקר זאלסטו אים בעטן דו זאלסט זיין א צדיק.


שיק א גרוס פאר דיינע עלטערן.

#93 - ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות אינאיינעם מיט אייער טייערער חתן.


יעצט ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן; עס איז נישט ווערד די גאנצע חתונה האבן אויב מען טוט וויי די מאמע, עס איז נישט ווערד די גאנצע לעבן וויי צו טון טאטע מאמע. אז אייער מאמע וויל אייך קויפן איין זאך און איר ווילט א צווייטע זאך, זאלט איר זיך נישט קריגן, איר קענט איינמאל זאגן שיינערהייט: "מאמי, איך וויל זייער שטארק די קלייד, די שיך וכו'", און אז אייער מאמע וויל אנדערש - זאלט איר גיין ווי זי וויל.


פארגעסט נישט, נאך אביסל זענט איר די מאמע; נאך אביסל וועט איר זאגן פאר אייערע קינדער וואס צו טון, ווי אזוי וועט איר זיך שפירן ווען אייער קינד וועט זיך אוועק גיין, זי וועט נישט וועלן רעדן מיט אייך? זי וועט נישט אננעמען וואס איר זאגט?


איך האף איר וועט אננעמען מיין בריוו, וועט אייך גוט זיין.

#92 - די פייער פון רבי'ן זאל נישט אפבריען די טאטע מאמע
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, אחדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, כ"א טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע חברים, אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך זייער שטארקן; דער רבי האט אונז איבערגעלאזט אזויפיל גוטע עצות, מיר דארפן נוצן די עצות - וועט אונז גוט זיין. אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן זיין שטארק אין רעדן צום אייבערשטן און אין לערנען די הייליגע תורה, מיר וועלן זיך פרייען מיט פשטות יהדות, מיר וועלן זיך פרייען מיט די מצוות - וועלן מיר זוכה זיין צו גרויסע מדריגות.


געבט אכטונג נישט וויי צו טון די עלטערן. איר זענט אלע פרישע מקורבים, פרישע מקורבים איז א מחי'; ווייל די פרישע מקורבים ברענען זייער שטארק, יעדעס ווארט פון רבי'ן איז אזוי חשוב און טייער, אבער די פרישע מקורבים דארפן זייער אכטונג געבן אז די פייער פון רבי'ן זאל נישט אפבריען טאטע מאמע וכדומה. טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין; מען דארף נישט רעדן צו טאטע מאמע פון רבי'ן, טאטע מאמע זענען זייער דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד איז אנגעקומען קיין ברסלב, פון אזויפיל לשון הרע וואס איז דא אויפ'ן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס - אויף אים דארף מען טאקע קריגן און אויף אים קריג איך אויך, נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


אונזער ארבעט איז אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויפ'ן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויפקוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ע חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק", דארף אכטונג געבן אויפ'ן צדיק, "שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", עס זאל נישט ארויסגיין אויפ'ן צדיק א שלעכטע נאמען; מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים, וואס ברסלב'ע חסידים זענען.


יעצט ווען איר זיצט אינאיינעם ביי די חבורה וויל איך מיט אייך לערנען א קליינע תורה אין ליקוטי מוהר"ן. מישט אויף דעם ליקוטי מוהר"ן, חלק א סימן קעא; דער רבי הייבט אן די תורה אויפ'ן פסוק וואס דער נביא זאגט (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ", פיל פון די טויטע וואס שלאפן אין די ערד וועלן זיך אויפוועקן צו תחיית המתים, "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", די צדיקים וועלן אויפשטיין תחיית המתים צו אן אייביגע לעבן, "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", און די רשעים וועלן אויפשטיין צו בושות און בזיונות.


זאגט דער רבי א נייע פשט אינעם פסוק, "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה", ווען עס קומט א צדיק און אנטפלעקט א נייע וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, א וועג וואס איז ניי, עס איז נאכנישט געווען ביז יעצט, "עַל יְדֵי זֶה 'רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', איז דאס אזוי ווי תחיית המתים, מענטשן וועקן זיך אויף פון שלאף, "אַךְ 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם'", אבער נישט אלע נעמען דעם וועג פאר אן אייביגע לעבן, "כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די צדיקים נעמען די נייע וועג פאר זיך צו לעבן, "'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווידער די רשעים נעמען די וועג, נישט צו דינען דעם אייבערשטן, "רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה", נאר אפצושפעטן פון אנדערע, 'נאר מיר ווייסן פונעם אמת', 'נאר מיר ווייסן פונעם צדיק', 'נאר מיר זענען ביים אמת'; זיי שפעטן אפ פון אנדערע, "וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה"; דאס איז פשט לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, זיי שפעטן פון די וועלט.


בעט איך אייך אלע טייערע חברים, פרישע מקורבים צום הייליגן רבי'ן, אז מיר האבן זיך יעצט ערוועקט, עס איז ביי אונז די בחינה פון תחיית המתים, מיר האבן זיך דערוויסט פון א נייע ליכטיגקייט, א וועג ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זענען זוכה צו טון עבודות וואס גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות האבן זוכה געווען און יעצט קומען מיר פשוט'ע מענטשן צו צו אזא הויכע פלאץ, דארפן מיר געדענקען נישט צו נעמען דעם רבי'ן לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם; חס ושלום וויי טון א טאטע, חס ושלום וויי טון א מאמע, חס ושלום זיך מתחצף זיין פאר אנדערע וואס ווייסן נישט פון רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - אז מ'פירט אן ערליכע שטוב, ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, תפלין, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קענווי איילענד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט קויפן דיינע קינדער צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם - וועסטו נישט וויי טון דיין טאטע; כל זמן מען פירט א שטוב מיט יראת שמים ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן, אפילו א טאטע וואס איז א מתנגד צום רבי'ן - ווערט נישט וויי געטון ווען זיינע קינדער פירן ערליכע שטובער און ציען אויף ערליכע קינדער אויף אן אנדערע שניט.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זאגן: "מיין כיבוד אב ואם איז אז איך גיי יעדן טאג אין שול דאווענען דריי תפילות; מיין כיבוד אב איז אז איך רעד שיין צו מיין ווייב, איך שריי נישט אין שטוב; מיין כיבוד אב איז אז איך בין מגדל מיינע קינדער מיט יראת שמים; דאס אז עס שטערט מיין טאטע אז איך בין א ברסלב'ער - דאס האט נישט מיט מיר, מיין טאטע שטערט אויך ווען עס שנייט און ווען עס רעגנט, ער וואלט ווען געוואלט עס זאל שיינען יעדן טאג די זון און עס זאל זיין א שיינע וועטער; דאס איז נישט קיין פגם אין כיבוד אב ואם".


זיי שטארק ווייטער צו מכבד זיין די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - דרך ארץ הייבט זיך אן אין שטוב מיט טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות בית פיגא וויליאמסבורג און תלמידות בית פיגא ליבערטי שתחיו


איך בין זייער צופרידן צו הערן פון די מנהלת און די לערערינס גוטע גריסן פון אייך, בעיקר פון די דרך ארץ; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס ערשטע זאך. דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן, איך קען יעדן ליידן - אויסער אן עזות פנים".


דרך ארץ הייבט זיך אן אין שטוב מיט טאטע מאמע; עלטערן זענען נישט קיין חברים, מען קען נישט רעדן צו עלטערן אזוי ווי מען רעדט צו חבר'טעס, מען דארף רעדן מיט דרך ארץ, אויסהערן וואס זיי זאגן און נישט גיין אין וויכוחים.


אזוי אויך אין סקול; מען מוז רעדן מיט דרך ארץ צו די לערערינס און צו די מנהלת, און אזוי ווייטער מיט יעדן דערוואקסענער מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך, אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


ווען מען פירט זיך שיין איז דאס די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - איר מאכט נישט קראנק אייערע עלטערן מיט אייער צניעות
כיבוד אב ואם, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט פעלזן פעסט מיט אייער צניעות; רירט זיך נישט פון אייער צניעות, האט נישט מורא פון קיינעם.


איר מאכט נישט קראנק אייערע עלטערן מיט אייער צניעות; אייערע עלטערן ווערן קראנק פון די אנדערע קינדער, פון אייערע געשוויסטער וואס היטן נישט קיין תורה און מצוות, זיי ווערן נישט קראנק פון אייך; איר וועט נאר צוגעבן לעבן פאר אייערע עלטערן.


איך בעט אייך זייער, קלאפט ארויס די אלע שלעכטע מחשבות פון קאפ; דער יצר הרע איז זייער כיטרע, ער זוכט א וועג אייך שוואך צו מאכן, ער זעט אז ער קען אייך נישט בייקומען - קומט ער צו אייך מיט א נייעם וועג פון אייך באשולדיגן אז איר מאכט קראנק אייער מאמע; דאס איז מעשה שטן.


דער יצר הרע מאכט דאס מיט אלע ערליכע אידן; ער זוכט א וועג ווי אזוי ער קען צעברעכן דעם שטארקן פרומען ערליכן איד, ער פרובירט מיט אלע וועגן און ווען ער זעט אז ער קען נישט - קומט ער צום איד מיט א רחמנות'דיגע שלייער, פלוצלונג קומט מען וויינען צום ערליכן איד אז ער הרג'עט זיינע עלטערן, ער מאכט קראנק טאטע מאמע...


איך האף אז איר וועט זיין שטארק מיט אייער צניעות, וועט איר מגדל זיין ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - זוכט נישט אוועקצוגיין פון שטוב אויף שבת
כיבוד אב ואם, שידוכים, שמחה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא 


 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בלייבט אין שטוב; בלייבט מיט אייערע טייערע עלטערן שבת און זוכט נישט אוועק צו גיין. באלד האט איר חתונה וועט איר עסן די סעודות ביי זיך, יעצט כאפט אריין צו זיין מיט זיי; די מצוה פון כיבוד אב ואם וועט אייך באגלייטן אייער גאנץ לעבן בזה ובבא.


איר וועט אויך זיין א באבע, אלע קינדער וועלן חתונה האבן; וועט איר אויך נישט וועלן בלייבן אליין אן קיין איין קינד.


שטארקט זיך, זייט פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין שטענדיג פרייליך, מען קוקט נאר אויף דעם.

#87 - דער עיקר איז זיך דערהאלטן טראץ די יסורים און שוועריקייטן
כיבוד אב ואם, התחזקות, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.


שטארקט זיך, געדענקט: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', לעבט מיט די תורה פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה)"; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו לעבן אין שווערע טעג, מיר זאלן זוכן דאס גוטס, מיר זאלן זוכן די חסדים פונעם אייבערשטן.


עס טוט מיר זייער וויי אז איר גייט אריבער אזא פרשה, דער אייבערשטער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר אייער מאמע; עס איז זייער שווער צו לעבן מיט א מאמע וואס האט געכאפט א נערוון צאמבראך לא עלינו, אבער אז מען געדענקט אז דער אייבערשטער - ער אליינס מאכט אלעס, ער אליינס איז אלעס דעמאלט איז גרינגער צו נעמען די יסורים.


די קלאפ קומט פון אויבן, די פאטש קומט פון אויבן - אבער די עגמת נפש און די ווייטאג - דאס מאכט זיך דער מענטש. מען זעט אמאל אין א כתה, צוויי קינדער כאפן א פאטש פונעם מלמד, איינער גייט ווייטער און דער צווייטער ליגט אויף דער ערד, ער וויינט, שרייט און פארפירט; וואס איז געשען? דער צווייטער האט דען געכאפט א שטערקערע קלאפ? ניין, ביידע האבן געכאפט די זעלבע זאך נאר דער צווייטער נעמט עס מער צום הארצן.


איך בעט אייך איר זאלט זיך דערהאלטן, נעמט עס נישט צו שטארק צום הארצן.


איך בעט פאר אייך.

#86 - נעם די דירה פון דיין שווער, און זאלסט אים אויך ארייננעמען צו דיר
כיבוד אב ואם, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו מסכים זיין וואס דיין שווער בעט פון דיר, אז ער וויל דיר געבן א דירה אויף דיין נאמען בתנאי אז די דירה וועט האבן א חלק פאר אים, אז דו און דיין ווייב זאלן זיין נאנט צו אים, ער זאל נישט זיין עלנד; דו וועסט דאך נאר פארדינען פון דעם, סיי דו און סיי דיין ווייב וועלן קענען מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, בנוסף לזה וועסטו האבן א דירה; דו וועסט קענען לערנען און דאווענען אן קיין לחץ פון צאלן רענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, סקול, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, איר וועט פאלגן וואס די מנהלת זאגט - וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען, איר וועט מאכן שיין דעם רבינ'ס נאמען.


דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר לערנען", דער רבי לערנט אויס דרך ארץ; ווען מען זיצט ביי יענעם איז מען שטיל, אז מען לערנט ביי יענעם אין מוסד דריידט מען נישט איבער יענעמס פלאץ.


קיין שום מנהלת גייט נישט אן ווער איז דער רבי פון די תלמידה, ווער איז דער דיין פון די תלמידה און ווער עס איז זייער מורה דרך, דער עיקר וואס די מנהלת ווילן איז - מען זאל פאלגן וואס די סקול זאגט; ווען מיידלעך הייבן אן זיך חוצפה'נען צו די לערערינס און צו די מנהלת - דעמאלט איז נישט גוט.


אויב די מיידל מארדעוועט, זי וויל נישט הערן וואס די מנהלת זאגט און וואס די לערערינס זאגן, זי פייפט זיך אן און זאגט: "איך בין ברסלב", דעמאלט פאסירן אלע התנגדות.


אלע התנגדות אויף ברסלב קומט פון עזות פנימ'ער און מחוצפים, ווייל אויף ברסלב איז נישטא וואס צו זאגן קיין איין ווארט שלעכט; מיר ליידן גענוג די אלע יארן פון דעם, מענטשן גלייכן נישט ברסלב - נאר צוליב די סיבה, קינדער חוצפה'נען זיך צו די עלטערן, תלמידות חוצפה'נען זיך קעגן זייער לערערין און בחורים פייפן אויף די מגידי שיעורים, נאכדעם מיינט מען אז דאס איז ברסלב.


איך בעט אייך זייער, רעדט נישט אין סקול מיט קיינעם פון רבי'ן, נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע.


אויך זאלט איר זען וואס מער צו העלפן אין שטוב; די שענסטע זאך איז העלפן די מאמע, זוכט נישט ארויס צו גיין טאג און נאכט אין גאס מיט חבר'טעס. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו העלפן אין שטוב, וועט איר זוכה זיין אז אייערע קינדער וועלן אייך העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - א ברסלבע מיידל איז מכבד און העלפט די עלטערן מיט אלע כוחות
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

 בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער דערפריידט מיט אייער בריוו אז אייערע עלטערן זענען פרייליך מיט אייך, איר זענט מקיים מצות כיבוד אב ואם בשמחה.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; וויפיל מיר וועלן טון פאר אונזערע עלטערן קען מען נישט זאגן אז מיר האבן יוצא געווען די מצוה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי קידושין כ.): דער הייליגער תנא רבי טרפון איז געגאנגען שפאצירן שבת מיט זיין מאמע, גייענדיג האט זיך איר שיך צעריסן, האט דער הייליגער תנא רבי טרפון זיך אראפגעלייגט און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד זאגנדיג: "מאמע, לייג דיינע פיס אויף מיינע הענט" – אז זי זאל נישט גיין בארוועס, אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר שטוב. איינמאל ווען דער הייליגער רבי טרפון האט זיך נישט גוט געשפירט, האט זיין מאמע געבעטן די חכמים זיי זאלן מתפלל זיין פאר אים, זי האט זיי געזאגט: "מיין זון איז מיר מכבד מער וויפיל מען דארף מכבד זיין א מאמע", האבן איר די חכמים געזאגט: "דערצייל אונז זיינע מעשים טובים", האט זי דערציילט ווי ער האט זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד ווען איר שיך האט זיך צעריסן, "ער האט געלייגט זיינע הענט אז איך זאל קענען גיין וכו'"; האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל אזוי ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין".


אז אייער מאמע תחי' גייט אריבער יעצט שווערע טעג, זי נעמט שווערע מעדעצין פאר די ביטערע מחלה השם ישמרינו, זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט וואס איר קענט נאר; העלפט איר מיט אלע כוחות און מיט שמחה. מען געבט זיך איין דריי און מען איז אליינס א מאמע און ווי אזוי מיר פירן זיך צו אונזערע עלטערן - וועלן זיך די קינדער פירן מיט אונז; אז מיר וועלן העלפן די מאמע מיט שמחה וועלן אונזערע קינדער זיין וואויל און ערליך, אז מיר וועלן רעדן שיין מיט דרך ארץ צו אונזערע עלטערן וועלן אונזערע קינדער רעדן שיין צו אונז.


איר זאלט ווייזן דעם בריוו פאר אלע אייערע חבר'טעס; זאלן אלע וויסן וואס דער רבי לערנט אונז. וואס מיינט א בית פיגא תלמידה? נאר אז מען רעדט שיין צו די עלטערן, מען חוצפה'ט זיך נישט, מען שעמט זיך נישט מיט די מאמע, מען שעמט זיך נישט מיט א טאטע - דאס איז א ברסלב'ע מיידל.


מוהרא"ש ברענגט א מעשה פלא פון הייליגן צדיק דער בן איש חי זכותו יגן עלינו (ספר בן יהוידע על מסכת בבא מציעא, דף לג) עס איז געווען א גרויסער גביר וואס האט געהאט אן אלטן טאט'ן - אן ארימאן; דער גביר האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און ער האט געדארפט שלאפן אין גאס צוזאמען מיט אנדערע ארעמעלייט; ויהי היום עס איז געווען אינמיטן ווינטער, זייער א קאלטע טאג ווען דער אלטער טאטע איז געזיצן אין גאס פרירנדיג פאר קעלט, איז דארט אריבער זיין אייניקל - א זון פון דעם גביר, האט דער זיידע געבעטן זיין אייניקל: "איך בעט דיר, גיי בעט דיין טאטע זאל אויף מיר רחמנות האבן און מיר שיקן א ווארעמע מלבוש אז איך זאל נישט אויסגיין פאר קעלט דא אין גאס", דער אייניקל איז אהיים געקומען און געבעטן: "טאטע, האב רחמנות אויף זיידי; זיידי בעט א ווארעמע קלייד", האט דער גביר געזאגט צו זיין זון: "גיי ארויף אויבן אין בוידעם, דארט האב איך אן אלטן קלייד וואס איך דארף סיי וויי נישט, דאס קענסטו טראגן פאר'ן זייד'ן"; דער זון איז ארויף אין בוידעם און געטראפן אן אלטע קלייד פול מיט ריסן און גרויסע לעכער. ער איז געווארן זייער אויפגערעגט, ער האט גענומען א שערל, איינגעקנייטשט דעם קלייד און דאס צעשניטן אין האלב. ווען זיין טאטע - דער גביר האט געזען אז דער זון קומט נאך נישט אראפ, האט ער ארויף געשריגן צום בוידעם: "וואס טוסטו אזוי לאנג אין בוידעם? גיי שוין מיט דעם קלייד צו מיין טאטע!" דער זון האט זיך אבער ווייטער פארזוימט, ווען ער האט געענדיגט שניידן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך און אראפ געקומען צו זיין טאטע מיט איין שטיקל קלייד, האט אים דער טאטע געפרעגט: "פארוואס האסטו צעשניטן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך?" האט ער אים געענטפערט: "איין שטיקל לייג איך אוועק פאר דיר, ווען דו וועסט ווערן אלט וועל איך דיר ארויס ווארפן פון שטוב און ווען עס וועט קומען ווינטער און דו וועסט זיין קאלט וועל איך דיר שיקן דעם צווייטן חלק פונעם קלייד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא לך לך, ט) 'מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים', ווי אזוי דו פירסט זיך מיט דיינע עלטערן וועל איך זיך פירן מיט דיר"; האט דער טאטע זיך געכאפט ביים קאפ וואס ער האט געטון און ער האט אהיים גערופן זיין אלטן טאט'ן, ער האט אים אריין גענומען אין שטוב און אים איבערגעבעטן.


אזוי ווי זייער אסאך משפחות ווערן יעצט מקורב צום הייליגן רבי'ן און נישט אלע ווייסן וואס איז ברסלב, עס זענען דא וואס מיינען אז מען מוז אויסשרייען מיט א טראמפייטער, אלע זאלן וויסן 'איך בין ברסלב'; עס זענען דא קינדער וואס לערנען ביי אנדערע חסידות'ער, דארף מען אכטונג געבן נישט צו רעדן און אוועק מאכן אנדערע פלעצער, בפרט ווען מען גייט אין סקול דארף מען זיך פירן מיט דרך ארץ צו די לערערינס און צו די מנהלת. מיר ליידן אסאך פון די וואס חוצפה'נען זיך צו די עלטערן און צו אנדערע, נאכדעם גייט אלעס אויפ'ן הייליגן רבינ'ס נאמען, מען קוקט אויף ברסלב כאילו דאס איז א פלאץ פון מחוצפים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - קיינמאל נישט גנב'ענען, געלט געבט דער אייבערשטער
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, פרנסה, שבת קודש, שאלות, תהלים, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס קומט קודם - קבלת שבת אדער תהילים; ביידע זענען חשוב, ביידע זענען וויכטיג, אבער יעדע זאך האט זיין צייט. פרייטאג צו נאכטס זאלט איר דאווענען קבלת שבת און אז עס בלייבט צייט זאלט איר זאגן תהילים.


בנוגע שחרית נאך חצות; אויב איז אריבער די צייט זאל מען ווייטער דאווענען, אזוי וועט מען אנקומען צו דאווענען פאר חצות.


בנוגע אויב מען מעג גנב'ענען פון די רעגירונג, זיך ארויף כאפן אויפ'ן באס אן באצאלן חס ושלום; איר זאלט קיינמאל נישט גנב'ענען, דער רבי זאגט זייער שארף (ספר המידות אות גניבה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל, וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", ווער עס גנב'עט איז א סימן אז ער איז גרייט צו טון אלע עבירות פון די תורה און עס איז נישטא קיין וועג אים צוריק צו ברענגען צו די גוטע וועג; דערפאר האט רבי נתן געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן חוץ א גנב"; איר זאלט קיינמאל נישט גנב'ענען, געלט געבט דער אייבערשטער.


זייט מכבד אייערע עלטערן; ברסלב'ע חסידים האבן גאר אן אנדערן צוגאנג צו עלטערן. ביי ברסלב'ע חסידים זענען די עלטערן זייער חשוב, מען רעדט שיין און מען העלפט זיי, מען טענה'עט נישט מיט עלטערן, עלטערן זענען נישט קיין חברים, עלטערן זענען נישט געמאכט פאר ויכוחים; ווען טאטע מאמע שרייען בלייבט מען שטיל, מען ענטפערט נישט; ווען עלטערן געבן אמאל א פסק איז מען דאס מקבל באהבה, מען ענטפערט נישט.


אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט ארויסקומען פון אייך א קידוש השם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש גייט אין די וועגן פון די תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך, אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - כאפ א שפאציר און רעד צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דרך ארץ, נחת

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין מאמע תחי' האט מיר געשריבן אז דו ביסט א נייע קינד, דו פירסט זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג; קומסט אהיים פרייליך פון חדר, דו רעדסט זייער שיין צו דיין מאמע, זי האט אסאך נחת פון דיר.


שטארק זיך און גיי ווייטער מיט די וועג, זיי מכבד דיינע עלטערן; דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי זענען זייער געטריי צו העלפן בויען די מוסדות פאר'ן רבי'ן.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, אין איין רגע קען מען זען גרויסע ניסים.


יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר אינדרויסן פון דיין שטוב, זיך מתבודד זיין; בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה. אויך בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח און ווייטער פארשפרייטן די זיסע עצות.

#81 - בלייבט עסן די סעודות שבת ויום טוב ביי אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס די מצוה פון כיבוד אב ואם איז; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, כו): דער אייבערשטער זאגט, די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן.


בלייבט עסן די סעודות ביי אייערע עלטערן, אין דעם זכות וואס איר עסט מיט אייערע עלטערן די סעודות שבת ויום טוב וועט דער אייבערשטער רוען ביי אייך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.