בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#279 - די מחשבות וואס פייניגן, נאך די פטירה פון עלטערן
כיבוד אב ואם, אמונה, שולד געפילן, שכחה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הרב ... שליט"א


איך וויל דיך מחזק זיין אויף וואס מיר האבן גערעדט ביי די שבעה פון דיין טאטן עליו השלום; נישט האבן קיין שולד געפילן וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך נישט יעצט באשולדיגן און זיך אויפעסן מיט די מחשבות כאילו דו האסט גע'הרג'עט דיין טאטע חס ושלום, און אז דו האסט נישט גענוג געטון פאר אים וכו' וכו'; חס ושלום זיך אויפעסן און זיך באשולדיגן אז דו האסט אים גע'הרג'ט וכו', די סארט מחשבות גרעניצט זיך מיט כפירה.


באשולדיג זיך נישט מיטן עבר, מען קען נישט צוריק ברענגען דעם עבר, טו וואס דו קענסט יעצט טון פאר אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:): "מכבדו בחייו מכבדו במותו", מען דארף מכבד זיין עלטערן סיי ביים לעבן און סיי נאכן שטארבן, און די ראשונים זאגן (ספר יראים סימן רכא אות ה, בספר תועפת ראם; תניא רבתי, סימן ק; ועוד) אז דאס איז א מצוה מדאורייתא; זאלסט יעדן טאג געבן צדקה פאר די נשמה פון דיין טאטע, און לערן יעדן טאג משניות פאר זיין נשמה; אזוי וועסטו ארויפטראגן די נשמה פון דיין טאטע העכער און העכער.


על פי רוב ליידן מענטשן ווען עלטערן גייען אוועק פון דער וועלט, מען פייניגט זיך מיט די מחשבות, מען רייסט זיך די האר פון קאפ, מען באשולדיגט זיך מיטן עבר; דאס לאזט נישט לעבן. דער הייליגער רבי האט אונז געווארענט נישט צוריק צו קוקן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#278 - רוף יעדן טאג דיינע עלטערן, שמועס מיט זיי, רעד מיט זיי
כיבוד אב ואם, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך אריינגעפארן אין שטאט באזוכן מיינע עלטערן. עס איז אזא מצוה צו גיין צו עלטערן, נישטא קיין גרעסערס פון מחי' זיין עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


זאלסט רופן יעדן טאג דיינע עלטערן, שמועס מיט זיי, רעד מיט זיי, דערצייל זיי פון דיין טאג, דערצייל זיי פון דיין משפחה, קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס די מצוה איז. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם לא:) דער הייליגער רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געזען ווען זיין מאמע קומט אריין, ער האט אבער זייער גוט געהערט, און ווען ער האט געהערט די קול פון די פוסטריט פון זיין מאמע פלעגט ער זאגן מיט שמחה: "איקום מקמי שכינה דאתיא", לאמיר זיך אויפשטעלן פאר די שכינה.


מיר גרייטן זיך צו די יערליכע קאמפיין, איך קוק ארויס אז דו וועסט מיר העלפן די יאר מער ווי פאראיאר, דו וועסט ארויפשארצן די ארבעל און טון פאר דיין קהילה.


נעכטן איז געווען א צאמקום אין ארץ ישראל פון אנשי שלומינו, אנשי ארץ ישראל זענען זייער ווארעם צו העלפן; איין זאך וויל איך פאררעכטן וואס די אינגעלייט זאגן, זיי רעדן צום עולם מען זאל העלפן דעם ראש ישיבה; זייט מיר מוחל, ענק העלפן נישט מיר, מען העלפט זיך אליין, די געלט וואס קומט אריין פונעם קאמפיין גייט נישט פאר מיין משפחה, דאס גייט פאר די מוסדות; מען העלפט זיך אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#277 - פארוואס האט די שידוך זיך נישט אויסגעארבעט?
כיבוד אב ואם, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן א בריוו און געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער, חיזוק.


גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס איר זענט אריבער יעצט מיט די שידוך וכו' - דאס איז אלעס לטובה, און אזוי האט געדארפט זיין; באשולדיגט זיך נישט, איר זענט גארנישט שולדיג. אז מען גייט צו א בעשוי און עס ציט נישט, און מען גייט נאכאמאל און עס ציט נישט - קען מען נישט פארמאכן די שידוך, איר האט גארנישט שלעכט געטון; דעריבער, די ערשטע זאך וואס איך בעט אייך, איר זאלט זיך בשום אין אופן באשולדיגן.


שנית, דאס איז אויך א בחינה פון א שידוך. אזוי ווי מיר ווייסן, ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל, דער רבי האט געזוכט א שידוך פאר זיך, דעמאלט זענען געקומען אסאך פרויען, אלע האבן געוואלט זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי דעמאלט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה), אז אלע זענען זיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש; אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט למעשה. קוקט דעם לשון פון רבי'ן: "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה", אמאל פארט מען שוין צום שידוך, מען טרעפט זיך און מען מיינט אז עס גייט שוין ווערן, און צום סוף ווערט עס נישט; דארף מען וויסן אז דאס איז אויך געווען א שידוך.


דריטנס, גאר אין נאנטן וועט איר טרעפן אייער שידוך, און איר וועט דעמאלט אזוי לאכן; איר וועט טראכטן אויף צוריק און נישט קענען פארשטיין 'וואס האב איך זיך געזארגט? וואס האב איך געמיינט, איך וועל נישט ווערן א כלה?' איר וועט אזוי דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע שידוך וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א גארנישט, ביז איר האט באקומען אייער ריכטיגע שידוך.


זייט מכבד אייערע עלטערן, אייער טאטע און מאמע זענען גאר ספעציעלע פיינע מענטשן, איך קען זיי זייער גוט; זאלט איר זיי זייער מכבד זיין, און אז די שידוך האט זיך נישט אויסגעארבעט – זאלט איר טאנצן פאר שמחה, און שמייכלען און שמייכלען, און נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#276 - זיך אליין צונאר לייגן, אבי נישט וויי טון א צווייטן
כיבוד אב ואם, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; דיין טאטע איז א איד א צדיק, ער וויל נישט פארשעמען די מיידל, דעריבער שפילט ער א שיינעם שפיל; ער זאגט אז ער וויל נישט די מיידל זאל אריינפאלן מיט זיין זון וכו' וואס איז אין היכל הקודש וכו', ווען באמת האט ער איין כוונה, ער וויל נישט פארשעמען א מיידל א יתומה.


דיין טאטע שליט"א האט מיר געזאגט, יעדע מאל מען טראגט אים אן א שידוך און אז עס קומט אן נישט גוטע אינפארמאציע, דארף ער אזוי ארום דרייען מיט מעשיות נישט צו פארשעמען די אנדערע זייט; ער איז גרייט זיך אליין צונאר לייגן, אבי נישט וויי טון א צווייטן.


לערן זיך אפ פון די גאלדענע מידות פון דיין טאטע, גיי אין זיינע וועגן; געב זיך אכטונג קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#275 - מען קען ליידן ביטערע צרות פארן מצער זיין עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייער טייערער מאן, ער איז א גוטער מענטש מיט גוטע מידות און יראת שמים, נישט יעדער איז זוכה צו דעם, זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אויך אייערע עלטערן זענען זייער זייער וואוילע מענטשן, רעדט צו זיי איידל מיט דרך ארץ, ווערט נישט נאכגעשלעפט נאך אייער ברודער וואס רעדט מיט חוצפה, איך ציטער צו טראכטן וואס וועט פאסירן מיט אים, וואס וועלן זיינע קינדער טון מיט אים פאר די שפיכות דמים וואס ער טוט צו ענקער טאטע.


אייך בעט איך, איר זאלט חס ושלום נישט וויי טון אייערע עלטערן, אזוי וועלן אייערע קינדער אייך נישט וויי טון, ווייל ווי אזוי מען פירט זיך צו די עלטערן – אזוי וועט מען האבן ביי די אייגענע קינדער.


גייט צו אייערע עלטערן אויף שבתים און ימים טובים ווען עס איז דא דארט דרך ארץ, אויב עס קומען צו די סעודות געשוויסטער וואס שפעטן און לאכן אינעם פנים פונעם טאטן – זאלט איר נישט דארט זיין, ווייל עס איז א סכנה פאר אייך און פאר אייערע דורות; איין לאך פון א ווערטל אויפן טאטן און מאמען איז סכנת נפשות.


נעמט אן די בריוו, ליינט עס מיט א ניגון פון רחמנות. עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען קען ליינען א בריוו, אדער רחמנות'דיג, אדער נישט ריכטיג; איך וויל נאר אייער גוטס, איך וויל נאר איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, און אז איר האט רחמנות אויף אייער ברודער, זאלט איר אים זאגן אין מיין נאמען ער זאל תשובה טון און אנהויבן מכבד זיין ענקער טאטע און מאמע, ווייל די וועלט איז נישט הפקר, מען קען ליידן ביטערע צרות פארן מצער זיין עלטערן.


דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", ווער עס איז מכבד די עלטערן איז דאס אזוי ווי מען איך מיך מכבד.

#274 - פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה
כיבוד אב ואם, חברים, משפחה, יראת שמים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט ביי מיר אזוי טייער, איך האב דיך זייער ליב, דערפאר בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן צו האבן גוטע חברים און אויך פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה. ווייל די חברים - און די מיט וועם מען פארברענגט - האבן א שטארקע איינפלוס, און אפילו דער איידעלער אינגערמאן, אויב זיצט ער מיט שוואגערס וואס רעדן ניבול פה, און מיט חוצפה צו די עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג ביז די גאנצע יראת שמים וועט ווערן אפגעקילט.


איך ווייס אז דו ביסט איידל, ערליך וכו', איך געדענק דיך פון ישיבה, דיין יראת שמים, אויך קומסטו פון אן ערליכע שטוב, דיינע עלטערן און דיינע געשוויסטער זענען ערליכע און איידל, וויל איך נישט דו זאלסט ווערן אפגעקילט פון דיין ווייב'ס געשוויסטער.


טייערער ... עס גייט מיר אין לעבן דיין יראת שמים.

#273 - נישט ווערן אויסער זיך ווען די קינדער פארלאנגען און סטראשען
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע די פראגע אויב דו זאלסט געבן מעדעצין פאר דיין קינד, דו זאגסט אז דו און דיין ווייב האלטן נישט אויס זיין אויפפירונג, עס איז עק וועלט, ענק טראכטן אז דאס איז א געזונט פראבלעם און מען דארף אים געבן מעדעצין.


איך האב געפרעגט דעם מלמד אין חדר, דער מלמד זאגט דיין קינד איז פון די בעסטע קינדער ביי אים אין כיתה, אויב אזוי איז דאס אפשר די עלטערן וואס דארפן זיך לערנען ווי אזוי מען פארלאנגט דרך ארץ און מען בויעט אויף א רעספעקט צו פאלגן; וואלט דער קינד סיי אין שטוב סיי אין חדר געווען נישט מיושב - קען זיין אז דאס איז א געזונט פראבלעם, אבער אז אין חדר און אין סקול צייכענען זיי זיך אויס, און אין שטוב ליידן די עלטערן - דארפן די עלטערן האבן די שטארקקייט נישט צו ווערן אויסער זיך ווען די קינדער פארלאנגען, סטראשען וכו'.


קינדער דארפן וויסן אז "א טאטע זאגט - פאלגט מען", און "אז א מאמע זאגט - פאלגט מען", און נישט ווי ביי די גוים וואס איז פינקט פארקערט; ביי זיי איז "אז א טאטע פאלגט - הייסט מען", און "אז א מאמע פאלגט - הייסט מען", קינדער דארף מען אויסלערנען דרך ארץ פאר עלטערן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#272 - גיי באדינען דיין טאטע אין שפיטאל
כיבוד אב ואם, רפואה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, דיין טאטע איז אין שפיטאל, ער נעמט שווערע טריטמענטס, ווילסטו וויסן אויב דו זאלסט אויפהערן ארבעטן און זיין מיט אים, און אויב יא - ווי אזוי וועסטו קענען אויסהאלטן דיין משפחה?


מען קען טון ביידע; קענסט ווייטער ארבעטן און ברענגען פרנסה, און זיך מאכן צייט צו גיין באדינען דיין טאטע אין שפיטאל, און דיין ווייב זאלסטו בעטן רשות, און איר געבן צו פארשטיין אז דו דארפסט גיין אין שפיטאל העלפן דיין טאטע, און בקרוב וועט ער האבן א רפואה שלימה, וועסטו קענען צוריק קומען צום געהעריגן סדר.


בנוגע אויב צו זאגן פארן טאטן יא צו נעמען קימא טריטמענטס אדער נישט; דיין מצוה איז מכבד זיין דיין טאטע, און נישט זוכן איינצוטיילן וואס יא אדער נישט; דו זאלסט אים באדינען אזוי ווי מען באדינט דעם חשוב'סטן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#271 - תורה מאכט פרייליך, תורה מאכט צופרידן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך האב זייער הנאה דיך צו זען לערנען פלייסיג חומש מיט משניות. תורה מאכט פרייליך, תורה מאכט צופרידן. עס איז טאקע נישט גרינג, בפרט ווען מען איז יונג, מען וויל אלעס טון אויסער לערנען, אבער אז מען צעברעכט דעם יצר הרע, מען מאכט זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא וכו' – ווערט עס נאכדעם זייער געשמאק.


זיי מכבד דיינע עלטערן, האסט טייערע עלטערן, זיי זענען זייער וואויל; זאלסט רעדן שיין צו זיי מיט דרך ארץ, וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#270 - פאלג דיין מלמד און דיינע עלטערן
כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פאלג דיין מלמד און דיינע עלטערן, וועסטו זיין א צדיק

#269 - שוועריקייטן פאר שמחות, נישט פון צרות
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב געהערט וואס איר גייט אריבער יעצט פאר אייער חתונה, ווען די גאנצע עול פון צורישן די חתונה ליגט אויף אייך אליין, אייער טאטע האט אייך געזאגט איר זאלט אלעס אליין אנגרייטן און איר שפירט ווי איר ווערט צעדרוקט וכו'.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז די שוועריקייטן איז פאר שמחות נישט פון צרות; איר גייט אויפשטעלן א אידישע שטוב, איר גייט אויסלייזן די שכינה הקדושה, דערנענטערן די גאולה, און פרייט אייך אז איר קענט העלפן אייער טאטע, און אז עס קומט אן שווער - זאלט איר גיין אין א ווינקל און זיך שטילערהייט אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און אים בעטן אויף כח און מח.


האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "העלפן א טאטע און מאמע איז די הייליגסטע זאך".


בזכות די הייליגע מצוה וועט איר האבן ערליכע געזונטע דורות.

#268 - וואלט זי געווען פרייליך, וואלט אלעס געווען הערליך
כיבוד אב ואם, שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


די פרוי מרת ... תחי' האט איין גרויסע פראבלעם, זי איז נישט פרייליך; דאס מאכט איר טראכטן שלעכט אויף איר מאן, ווען באמת איז דער אינגערמאן א טייערע גאלדענע מענטש, זי האט א טייערע מאן, ער איז א פרייליכער, ער האט איר נאך קיינמאל נישט וויי געטון, ער האט נאר מעלות.


דאס וואס שטערט איר אז ער האט מער טראסט אין זיינע עלטערן ווי אין איר, דאס איז נישט זיין פראבלעם; מען דארף איר לערנען אז פריוואטע זאכן צווישן איר און איר מאן - דערציילט מען נישט פאר קיינעם, און אז זי וועט וויסן וואס מען רעדט יא און וואס נישט - וועט ער איר דערציילן אלעס, און צוביסליך באקומען א טראסט.


איך בעט אייך זייער, רעדט צו די פרוי, זייט איר מחזק, עס פעלט איר נאר די איין זאך, עס פעלט איר שמחה; וואלט זי געווען פרייליך - וואלט אלעס געווען הערליך. אסאך פרויען וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא ערליכער מאן, א ירא שמים, מיט גאלדענע מידות וכו' וכו', אלעס אנדערש איז נארישקייטן; בעט איך אייך זייער איר זאלט רעדן צו איר און איר מחזק זיין זי זאל זיין פרייליך.


עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין ווייבלעך וואס האלטן ביים אנהויב פון בויען זייער שטוב, זייער לעבן; זיי זאלן נישט ווערן אויסער זיך אויב דער מאן איז נישט פינקט ווי זייער חלום איז, זיי זאלן קוקן אויף די עיקרים אין לעבן; אויף יראת שמים און אויף דאס גוטס.


בזכות וואס מען טוט פארן אייבערשטנ'ס קינדער איז מען זוכה צו האבן נחת ביי די אייגענע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#267 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי אזא שיינע משפחה צעפאלט דורך מחלוקת; אייערע עלטערן האבן געלעבט אזוי שיין אלע יארן, און יעצט וועגן א מחלוקת צעפאלט אלעס.


איר זאלט ווייטער מחזק זיין אייער מאמע, און זיין זייער שטארק נישט צו ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה. אויך זאלט איר רעדן מיט אייער טאטע, און נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה.


איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט האבן קינדער, און הצלחה, ובזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם, און בזכות שלום – זאלט איר האבן זרע של קיימא מיט אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#266 - אייער מאמע איז אזוי פרייליך אז איר זענט מקורב צום רבי'ן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער מאמע האט מיר געשריבן אז זי האט אזויפיל נחת פון אייער משפחה, זי האט זיך מחי' געווען צו זיין ביי ענק אויף יום טוב פסח, זי דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר זענט אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן.


מען זעט ממש וואס דער רבי האט פאראויס געזאגט: "ווען קסרין און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר לערנען", דער רבי לערנט אויס דרך ארץ פאר מענטשן, דרך ארץ פאר עלטערן, דרך ארץ אין שטוב פאר די ווייב.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#265 - אז איר וועט פאלגן אייער מאמע, וועט אייך גארנישט שאטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין די פראגע, און געבעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וואס צו ענטפערן, ביז איך בין ביי די מיינונג אז איר זאלט פאלגן אייער מאמע און טון די זאכן וואס זי וויל אייך מאכן וכו' וכו'. אייער מאמע איז אן אשה חכמה און אן אשה כשרה, זי וויל נישט קיין שלעכטס פון אייך, זי וויל אייך העלפן, און אז איר וועט איר פאלגן - וועט אייך נאר זיין גוט, עס וועט אייך גארנישט שאטן.


איר וועט האבן א גוטע שידוך, נאר איין זאך בעט איך אייך, רעדט נישט מיט אייערע חבר'טעס פון בחורים, רעדט נישט פון קיין שידוכים, מאכט נישט אליין שידוכים, ווארטס ביז דער אייבערשטער וועט אייך געבן אייער שידוך.


איר האט טייערע עלטערן, אייער טאטע איז א גרויסער תלמיד חכם אן ערליכער איד, און אייער מאמע איז א צדיקת; זאלט איר זיי מכבד זיין און רעספעקטירן, ובזכות דעם וועט דער אייבערשטער אייך געבן אלעס גוטס.


איך האף איר וועט אננעמען די ווערטער גוט און נישט ווערן צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#264 - אויסלערנען דאס קינד צו זאגן 'טאטע' און 'מאמע'
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך בענק מיך אויך זייער זייער צו דיר, און איך פריי זיך זייער יעדע מאל צו זען דיינע בריוו.


ברודער שטארק זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי 'קיינער דארף מיך נישט', "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבערגיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


בנוגע דיין קליין קינד וואס רופט דיך ביים נאמען, לערן אים אויס צו זאגן 'טאטע' און 'מאמע' און מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס קען זיין ער הערט די געשוויסטער רופן ביים נאמען זאגט ער אויך אזוי, און אז דו וועסט אים לערנען מיט סבלנות, וועסט אים מחנך זיין מיט אהבה - וועסטו שעפן אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#263 - נעמט די קינדער, די מאמע זאל קענען טון איר ארבעט
כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר האט ליב בית פיגא סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר זענט קונה אסאך גוטע זאכן.


העלפט אייער מאמע אין שטוב, העלפט צאמנעמען די שטוב און העלפט מיט די קליינע קינדער זיי זאלן נישט וויינען אז אייער מאמע זאל קענען טון איר ארבעט אומגעשטערט. עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן אין שטוב די מאמע, עס איז פון די גרעסטע און הייליגסטע מצוות ביי אידישע קינדער.


זאגט יעדן טאג תהלים, נעמט נישט קיין פרעשור, זאגט אביסל מיט נאך אביסל, וויפיל איר קענט, און בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#262 - מכבד זיין די עלטערן, נישט נעמען צום הארץ וואס זיי טוען
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זיי איר מחזק זי זאל נישט נעמען צום הארץ דאס וואס דיין מאמע גייט יעצט אריבער. זי דארף זיך נישט שעמען מיט איר, זי זאל נישט נעמען קיין לחץ פון וואס זי טוט, ווי זי פירט זיך; זי זאל טון וואס איר פליכט איז, צו מכבד זיין די עלטערן.


ענק דארפן ווייטער מכבד זיין די עלטערן, סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז דיין מאמע גייט יעצט אריבער די זאך וכו', זי האט זיך אנגעטשעפעט מיט איינעם השם ירחם - דאס האט נישט מיט ענק, דאס איז נישט ענקער אחריות; זאלן ענק נישט אפהאקן קשר חס ושלום נאר ווייטער טון רצון הבורא יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#261 - די טאכטער וואס איז מקורב צום רבי'ן פירט זיך אזוי שיין
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע.


זי שרייבט ווי זי שעפט נחת פון אייך און פון אייער מאן און קינדער, ווי ענק זענען איר מכבד, ווי ענק רעדן שיין צו איר; זי זאגט זי איז זייער דאנקבאר פאר היכל הקודש וואס מען טוט מיט אייך.


איך האב געליינט דעם בריוו און איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן די שיינע גריסן, ווי א מאמע שרייבט אז איר טאכטער וואס איז מקורב צום רבי'ן פירט זיך צו איר אזוי שיין, מיט אזא דרך ארץ, און אז מען זאגט די מאמע זאל זיצן ביים טיש און מען העלפט ברענגען די עסן ביי די סעודות. עס איז ממש וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר, ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


די דרך ארץ וואס דער רבי לערנט אונז - איז וואונדערליך, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער - ווערט א בעל דרך ארץ צו יעדן איינעם, און בפרט צו די עלטערן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#260 - ארייננעמען די עלטערן, און זיי געבן צו פירן דעם סדר
כיבוד אב ואם, חסד, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיין מצוה מיט דעם וואס דו נעמסט אריין דיינע עלטערן צו דיר אויף א גאנץ יום טוב.


נישטא קיין שענערע און גרעסערע זאך ווי ארייננעמען די עלטערן אין שטוב, זיי מאכן באקוועם, זיי געבן צו פירן דעם סדר וכו'.


עס איז היינט א וועלט פון חסד, אלע טוען חסד, אבער אזא חסד פון מכבד זיין די עלטערן – איז גאר עפעס אנדערש; דאס איז פון די העכסטע און שענסטע זאכן ביים אייבערשטן.


נאכמער איז דיין ווייב, אז זי טוט מיט דיר די מצוה, ארייננעמען א שווער און שוויגער, דאס איז עפעס מורא'דיג; ענקער סדר וועט שיינען אין אלע וועלטן.


א פרייליכן יום טוב.

#259 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין קריגעריי צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז אייערע עלטערן האבן זיך צעטיילט און אז אייער מאמע וויל זיך גט'ן, זי וויל נישט צוריק גיין.


איך בעט אייך זייער, איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות. געבט אכטונג נישט צו ווערן אריינגעדרייט, נישט נעמען א צד, איר זאלט רעדן מיט ביידע פון זיי, הערט אויס, געבט נאר אכטונג נישט צו ווערן א מעסענדזשער; איר זאלט נישט טראגן און ברענגען פון איינעם צום צווייטן, איר זאלט ביידע מכבד זיין, הערט זיי אויס און זייט מתפלל עס זאל זיי גוט זיין.


אז אייער טאטע וויל קומען צו ענק אויף שבתים – זאלט איר אים ארייננעמען און אים מאכן באקוועם; דאס איז די גרעסטע מצוה, צו מכבד זיין די עלטערן.


נעמט די עצה פון רבי'ן – גיין התבודדות, זיך אפזינדערן פון אלעמען און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דאס היילט די נפש, עס ברענגט צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו אלעס גוטס.





 


 





 

#258 - העלפן א מאמע, און זי וועט קענען העלפן אנדערע
כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך אז איר זאגט תהלים און יעצט האט איר געענדיגט גאנץ ספר תהלים.


העלפט אייער מאמע, עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, אייער מאמע איז זייער איבערגעגעבן פאר אונזער קהילה, זי העלפט די מוסד מיט זייער אסאך זאכן, און אז איר וועט העלפן אין שטוב, איר וועט זיך פרייען אז אייער מאמע העלפט די שטעטל – וועט איר האבן א גרויסע זכות אין אלע שיינע זאכן אין די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - זיך אויסשמועסן, אויסקרעכצן, מתוודה זיין, צום אייבערשטן
כיבוד אב ואם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז אזוי שיין צו הערן די הערליכע גריסן אויף דיר, אז מען זעט דיך יעדן טאג אין בית המדרש, ביסט קובע עתים לתורה, דו לערנסט גמרא והלכה, און מיט וועם? מיט דיין טאטע נרו יאיר; וואס קען זיין שענער פון דעם, פון לערנען מיט א טאטע.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיך מאכן א קביעות יעדן אינדערפרי זיך מתבודד זיין פאר פינף מינוט, ביז צען מינוט; זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, זיך אויסקרעכצן, זיך מתוודה זיין, תשובה טון, און בעטן פאר אביסל נאנטקייט צום אייבערשטן.


טייערער ליבער ברודער, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן טון די עצות; וועלן מיר זוכה זיין צו קומען צו די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי וויל אונז צוברענגען.


שרייב מיר דיינע סיומים פון גמרא ומשניות.

#256 - וואוינט ביי די מאמע, אבער אויך רופן דעם טאטן
כיבוד אב ואם, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די מצוה פון כיבוד אב קומט אייך אן שווער, איר האט נישט קיין שייכות מיט אייער טאטע, איר וואוינט ביי אייער מאמע - זאלט איר אבער געדענקען צו רופן אייער טאטע און רעדן מיט אים, און אז איר האט נישט וואס צו רעדן מיט אייער טאטע - זאלט איר זיך זוכן פון אונטער דער ערד וואס צו רעדן; דערציילט אים אייערע מעשיות פון תפילה, דערציילט אים מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אים אויסהיילן.


האט נישט מורא, האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "'אין עוד מלבדו', אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#255 - מכבד זיין טאטע מאמע, אבער היטן שבת
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שבת קודש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן וואס איר שרייבט, ווי שטארק צופרידן איר זענט אין בית פיגא סקול, און די שיינע גריסן אויף אייערע לערערינס, ווי איר האט זיי ליב, און איר זענט אזויפיל קונה פון זיי.


איין ווארט האב איך נישט ליב פון די בריוו, איר שרייבט אין די בריוו: "איך זאג יעדן טאג איין קאפיטל תהלים און איך האב געענדיגט די יאר 'נאר' איין מאל תהלים"; די ווארט 'נאר' איז נישט גוט, וואס דארפט איר זיך אראפקלאפן? שרייבט: "איך האב געענדיגט די יאר ספר תהלים", אן די ווארט 'נאר'.


איר האט אן אנונג ווי חשוב ביים אייבערשטן אייערע קאפיטלעך תהלים זענען? אלע מלאכים זענען מקנא ווען איר זאגט תהלים, די איין קאפיטל תהלים שפאלט אלע הימלען, און זייט ממשיך צו זאגן יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהלים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


בנוגע אייער מאמע וכו'; עס איז זייער א סענסעטיווער ענין, איך וועל ענטפערן באופן כללי, ווען איר גייט צו אייער מאמע פאר שבת, זאלט איר זי זייער מכבד זיין, זיך פירן ווי זי פירט זיך, אויסער אויב מען טוט פארקערט פון די תורה; דער אייבערשטער זאגט אונז צוויי זאכן, איינס - מכבד זיין טאטע מאמע, צוויי - היטן שבת, די צוויי מצוות שטייען אין איין פסוק, דאס לערנט אונז אז מען דארף מכבד זיין עלטערן נאר אויב עס גייט מיט די תורה, אויב חס ושלום טאטע מאמע זאגן מחלל שבת זיין - דעמאלט טאר מען נישט מחלל שבת זיין, אבער אלעס אנדערש; די מנהגים וכו', חומרות וכו' - זאלט איר טון ווי אזוי זי טוט.


שטארקט זיך, ווייל נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע ווארעמע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.