בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4306 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#4305 - אכטונג געבן מכבד צו זיין תלמידי חכמים
בלעטל, תלמוד חכם

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש; הן מיט די גבאות, און הן מיט די שיינע קרית ברסלב בלעטל. די מפיצים זענען דאס מפיץ, זיי זאגן אלע אז דאס גייט זייער גוט, מענטשן זענען זיך זייער מחי'.


איך וואלט ווען געדארפט שרייבן יעדע וואך א בריוו, נישט נאר ווען איך האב עפעס צו זאגן וואס מען זאל פאררעכטן.


איך וויל מעורר זיין. פאריגע וואך פרשת ויגש איז געווען ביים "בילד צו דערקענען" געשריבן איינע פון די מענטשן - דער ראש ישיבה אין יבנאל, הרב הגאון רבי אליעזר אדלשטיין שליט"א. עס איז געשריבן געווארן שלא בכבוד סתם זיין נאמען, אן קיין "הרב" און אן קיין "שליט"א". דער ראש ישיבה אין יבנאל איז א גאון, ער איז געווען אלע יארן דער חברותא פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער קען ש"ס בעל פה בלי גוזמא. מען קען זיך דאס אליינס איבערצייגן; וואו מען פרעגט אים אין ש"ס - איז ער דארט בקי.


ביטע אכטונג געבן פון היינט און ווייטער מכבד זיין תלמידי חכמים.


ביטע דרוקן דעם בריוו אינעם בלעטל.

#4304 - אז מען קוקט מאוויס, ווערט מען אפגעריסן פונעם אייבערשטן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, שמירת עינים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן: קוק נישט קיין מאוויס; אז מען קוקט מאוויס - ווערט מען אפגעריסן פונעם אייבערשטן.


מען איז יעצט אריין אין די טעג פון שובבי"ם, יעצט איז א צייט צו פאררעכטן אלע פגמי הברית; זאלסטו אוועקווארפן דיינע עבירות. קוק נישט קיין קליפס פון גוים און גויות. קוק נישט גארנישט, אפילו נייעס; א שאד די מח זאל דיר ווערן פארברענט, קוק אין די חומש, קוק אין די משניות און אין די הייליגע גמרא.


אויך דיין ווייב וועט זיין אסאך מער פרייליך ווען זי וועט דיך זען מיט אן ערליכע טעלעפאן וואס מען קען נישט זען אין דעם עבירות.


נעם אן מיינע ווערטער, איך מיין נאר דיין גוטס; נאר דו וועסט מרוויח זיין אז דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4303 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן
חסידות ברסלב, מוסר, יענער, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מיטגעהאלטן די יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו אין היכל הקודש טברי', און אז אלע פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר, איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


בנוגע וכו'; דארפסט נישט האבן חלישות הדעת פון דעם וואס דו האסט געזען אינגעלייט שטייען אינדרויסן פון בית המדרש און רייכערן. עס זענען דא וואס זענען צוגעוואוינט צו רייכערן פון פריער, איידער זייער התקרבות וכו'.


דו בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן, און אויך בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן צוטון מיט אנדערע, נאר זען דאס גוטס ביי אנדערע; אזוי וועסטו זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4302 - זאגט יעדן טאג כאטש איין קאפיטל תהלים
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געזאגט פינף מאל ספר תהילים. זייט ווייטער ממשיך, זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל און פלעכטס אריין אייערע אייגענע ווערטער צום אייבערשטן; וועלן אייערע תפילות ארויפגיין זייער הויך אין הימל, און איר וועט האבן אלעס גוטס.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4301 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4300 - געב אכטונג פון די וואס פארדרייען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער
שלום בית, חסידות ברסלב, הדרכות, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין זייער דערציטערט פון דיין בריוו.


גיי אוועק פון די וועג פון פרישות, דאס איז נישט ברסלב, דאס איז אויסגעטראכט אליינס. דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן לעבן מיט די תורה, לעבן מיטן שולחן ערוך; אז דו וועסט ווייטער גיין אויף דעם וועג - וועט זיין א גט, דו וועסט פאלן אין טיפן אפגרונד.


בעט איבער דיין ווייב, דו ביסט עובר אויף שווערע לאווין, און לעב מיט איר. געב אכטונג פון די וואס פארדרייען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט די תורה און אזוי זיך צוקלעבן צום אייבערשטן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4299 - הער אויף מעסטן דיין ווייב אויב זי איז אזוי גוט ווי דיין מאמע
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, איך בעט דיר זייער האב סבלנות אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב, און אז זי שרייט אויף דיר און זי זידלט דיר - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, נאר שווייגן און מקבל זיין אלעס באהבה. הער אויס וואס טוט איר וויי, און אז זי שרייט אז דו קומסט אהיים שפעט פון הפצה - זאלסטו זיך נישט אויסלאכן, זאלסט אהיים קומען פריער. יעצט איז זי מיט פיצלעך קליינע קינדער - איז איר זייער שווער אז דו קומסט אהיים שפעט. שפעטער אין לעבן, ווען דו וועסט האבן גרויסע קינדער - וועסטו קענען קומען אביסל שפעטער, עס וועט איר זיין גרינגער אן דיר.


דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו האסט קיינמאל נישט געהערט דיין טאטע מאמע שרייען און נאר נאך דיין חתונה האסטו דאס געזען ביי דיין שוויגער וכו' און יעצט מיט דיין ווייב וכו'; זוך נישט אז דיין ווייב זאל זיין אזוי ווי דיין מאמע, הער אויף מעסטן דיין ווייב אויב זי איז דיר אזוי גוט ווי דיין מאמע. דיין ווייב איז זייער א טייערע פרוי, און אז זי שרייט - איז א סימן אז עפעס טוט איר וויי, זאלסטו איר אויסהערן.


מען ווערט נישט א מענטל-קעיס אויב מען שרייט אדער מען פארלירט זיך וכו'; אז זי האט צעבראכן דיין טעלעפאן מוז זיין אז עפעס שטארק באדערט איר, זי האט זיך פארלוירן און צעבראכן דיין טעלעפאן וכו'. בעט איר איבער, רעד צו איר שיינע ווערטער. געב איר צייט; געב איר צו שפירן ווי זי איז דיר זייער טייער.


איך קום בקרוב קיין ארץ ישראל, איך וועל רעדן מיט דיר פערזענליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4298 - די מיידלעך רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה צו הערן אלע איינצעלהייטן פון שולע.


איך פריי זיך זייער אז די מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען אין שולע אן קענען אידיש - קענען שוין א גוטע אידיש, און אלע רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש.


איך האף צו קומען קיין ארץ ישראל קומענדיגע וואך און קומען אין בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4297 - א ווייב קען מען נישט אויסשפילן, דו שפילסט זיך אליין אויס
קדושה, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט אז די לעצטע שטיק צייט איז זי ממש נישט ביי זיך, זי זעט אין דיין טעלעפאן אז דו האסט דארט אן עפפ פון זיך טרעפן מיט אנדערע השם ישמרינו; זי איז נישט רואיג, זי וויינט זייער.


איך בעט דיר זייער, פאלג די דרשות, די שיעורים - וואס דו האסט געהערט אלע יארן אין ישיבה, א שאד דיין שיינע שטוב וואס דו האסט קוים אנגעהויבן בויען זאל ווערן אויס. ווייל א ווייב קען מען נישט אויסשפילן, מען קען זיך אליינס אויסשפילן, אבער איר קען מען נישט אויסשפילן; אין אנהויב שפילן זיי מיט, אבער ביים סוף פלאצט דאס.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון דעם נארישן טעלעפאן, דו ביסט א קלוגער אינגערמאן, דו ביסט נישט קיין קליינע קאפ. איך זע אין ישיבה צווישן די בחורים, די נישט קלוגע ווערן פאר'כישוף'ט פאר א טעלעפאן, פאר קוקן מאוויס, קוקן ספארטס; דו ביסט א בר דעת, דו קענסט נעמען א חברותא, אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט לערנען און דאווענען.


דיין ווייב וויינט, זי וויל ווייטער בויען מיט דיר די שטוב, זי וויל ווייטער אויפציען די קינדער; זי איז גרייט מיט דיר ווייטער צו לעבן, זי קוקט דיך נישט אראפ, זי איז אבער זייער דערשראקן.


איך האב איר געזאגט איך וועל רעדן מיט דיר, איך ווארט צו הערן איר צו ענטפערן.

#4296 - דאס לעבן פירט מען מיט די תורה, אזוי ווי דער אייבערשטער וויל
קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז עס איז דא צווישן אייך און אייער מאן שלום און ליבשאפט, ווייל נאר דארט וואו עס איז דא שלום רוט דער אייבערשטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת.) דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום.


בנוגע וכו'; ווארטס נאך אביסל, ווארטס נאך א האלבע יאר; אזוי וועט איר האבן כח פאר די קינדער.


יא האבן קינדער אדער נישט האבן קינדער - האט נישט צוטון וואס מענטשן וועלן זאגן. דאס לעבן איז נישט געוואנדן וואס מענטשן זאגן און וועלן זאגן, דאס לעבן פירט מען מיט די תורה, אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, און די תורה זאגט אז מען זאל רעדן מיט א רב און ער זאל זאגן אויב מען איז בכח אדער מען זאל ווארטן.


ווי אזוי באקומט מען די שטארקייט צו לעבן פאר זיך און עס זאל נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן? דורך תפילה והתבודדות; דורך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן. ווען מען שמועסט מיטן אייבערשטן, מען דאנקט אים, מען לויבט אים - דאס מאכט דעם מענטש שטארק; מען באקומט א שטארקע קלארקייט, עס שטערט נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4295 - דאס רעדן צום אייבערשטן געבט שטארקייט, עס בארואיגט
תפילה והתבודדות, אמונה, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער הארציגער ברודער, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בזה העולם דארף מען אסאך חיזוק צו קענען אנגיין בעבודת ה', מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און בלייבט מיט א שטארקע אמונה.


שטעל זיך אפ פאר א סעקונדע און טראכט: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


עפן דיין מויל, רעד ארויס א ווארט צום אייבערשטן, זאג: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער געב מיר כח, אייבערשטער מאך מיך פרייליך".


דאס רעדן צום אייבערשטן געבט שטארקייט, עס בארואיגט; קיין אנדערע עצה איז נישטא.


גלייב מיר, ווער עס נעמט אריין די עצה פון רבי'ן אין זיך - לעבט א חיים טובים, מען לעבט א גן עדן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4294 - קען זיך דען א מענטש באהאלטן פונעם אייבערשטן?
קדושה, שלום בית, בזיונות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך שרייב דיר נאכאמאל, קוק נישט קיין ניאוף; קוקן ניאוף איז זייער א גרויסע עבירה, אז מען קוקט ניאוף ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט. וועסט פארלירן די וועלט און יענע וועלט, דיין ווייב וועט דיך איבערלאזן, דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, דו וועסט ווערן פארשעמט פאר אלעמען.


איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר מיט דיר, פארוואס זאלסטו נישט הערן מיינע רייד וואס איך שרייב דיר און רעדט צו דיר אזויפיל מאל; דו מיינסט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן? "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים", קען זיך דען א מענטש באהאלטן פונעם אייבערשטן? "וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" און דער אייבערשטער זאל אים נישט זען (ירמיה כג, כד).


נאכדעם וועסטו וויינען אז דו האסט נישט קיין פרוטה צו דיין נשמה? ווען דו אליינס ווארפסט אוועק די שפע, דו טראגסט די שפע צו די קליפות השם ישמרינו; אוי ווי ביטער עס איז אז מען קוקט ניאוף, אוי ווי שלעכט עס ווערט די לעבן אז מען קוקט ניאוף.


איך קען נישט ווייטער שרייבן, פון גרויס צער, ווי איך זע וואס דו טוסט.

#4293 - די גרויסקייט פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו
צדיקים, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חס וחלילה צו זאגן אזעלכע ווערטער אויפ'ן הייליגן צדיק דער קדושת לוי זכותו יגן עלינו.


ווי שעמט איר זיך נישט צו שרייבן אז דער הייליגער קדושת לוי האט פארברענגט די צייט, ווען מען רעדט פון דעם גרויסן צדיק דער הייליגער בארדיטשובער רב וואס דער הייליגער רבי האט מעיד געווען פאר רבי נתן זכותו יגן עלינו (חיי מוהר"ן, סימן תקצט) בזה הלשון: "דאס ווייסטו נישט אז דער בארדיטשובער רב זאגט 'דער בורא' שפריצט איהם פייער פון דיא אויגן".


אויך האט דער רבי געהייסן בודק זיין זיינע תפילין ווען דער הייליגער בארדיטשובער רב איז געווען אונטערוועגנס. דער רבי האט געזאגט (שם, סימן ער): "הרב מברדיטשוב הוא גדול בעיני מאד", איך האלט זייער פון הייליגן קדושת לוי, און אז אזא גדול איז אונטערוועגנס און מען איז אים נישט געהעריג מכבד - איז דאס א פגם אין די תפילין.


אויך האט דער הייליגער רבי נתן זוכה געווען צו זיין א שטיק צייט ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו. עס איז באוויסט אז דער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער פלעגט אים רופן: "מיין נתן'לע".


ווער רעדט אויפ'ן הייליגן קדושת לוי? וואס שטייט דא?! מיר דערציילן בסך הכל ווי אזוי דער הייליגער רבי נתן האט געשפירט איידער ער איז אנגעקומען צום רבי'ן. ער האט געשפירט ביי זיך ווי עפעס פעלט אים, ער איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ויהי היום, איין וואך מוצאי שבת קודש איז ער געשטעלט געווארן צו גיין קויפן בייגל פאר סעודת מלוה מלכה, דער סדר איז געווען אז מען האט געמאכט א גורל יעדע מוצאי שבת ווער עס זאל אנגרייטן די מלוה מלכה, און ווען רבי נתן האט זוכה געווען אינעם גורל, גייענדיג קויפן די בייגל - איז ער זייער צעבראכן געווארן, ער האט געטראכט: 'איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל?!'


ער איז אריין אין א שול אין עזרת נשים, ער האט גענומען א תהילים און אנגעהויבן זאגן תהילים מיט גרויס צעבראכנקייט, ביז ער האט איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און ער האלט אין איין אראפפאלן, און איינער שרייט פון אויבן: "נתן, דראפע זיך און דערהאלט זיך". שפעטער ווען רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און געזען די צורה פון הייליגן רבי'ן, האט ער געזען אז דעם צורה האט ער געזען אין חלום.


ווער איז מבטל? ווער בויט זיך אויף אנדערע? ווער מאכט אוועק אנדערע?! חס ושלום מבטל זיין דעם הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו; ווער איז נאך געווען אזוי נאנט צום הייליגן רבי'ן ווי דער הייליגער קדושת לוי? דער הייליגער קדושת לוי האט געזאגט: "ווען איך וואלט ווען געוויסט אז איך וועל פועל'ן - וואלט איך געלאפן אין די גאסן שרייען 'ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד זאל זיך מקרב זיין צו רבי נחמנ'ן'"; נאך האט ער געזאגט: "וואו איך זע עפעס גוטס  - איז יענער מקורב צום הייליגן רבי נחמן".

#4292 - ווען דו האסט א שווערע מינוט, עפן דיין מויל און רעד צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


א איד איז קיינמאל נישט אליין, וואו מען געפונט זיך - איז מען מיטן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות ט, א): "מעשה בספינה אחת של עכו"ם", עס איז אמאל געפארן א שיף מיט גוים, אויפ'ן שיף איז געווען א אידיש אינגל, עס איז געווען א שטורעם, די שיף איז אנגעקומען ערגעץ ווייט אוועק. אלע גויים זענען אראפ פון שיף זוכן עפעס עסן, אבער דער אידיש אינגל איז געבליבן אויפ'ן שיף, זענען מענטשן אים געגאנגען פרעגן: "וואס איז מיט דיר, פארוואס גייסטו נישט אראפ קויפן עפעס עסן?" האט ער געזאגט: "איך בין א פרעמדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין", האבן זיי געזאגט: "א אידיש קינד איז נישט פרעמד, 'כל אהן דאת אזיל', וואו א איד גייט, 'אלקך עמך', איז דער אייבערשטער מיט אים", אזוי ווי עס שטייט "כה' אלקינו בכל קראינו אליו".


האסט א שווערע מינוט? גייסט אריבער עפעס א שוועריקייט וכו'? עפן דיין מויל, רעד צום אייבערשטן - וועסטו זען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4291 - בעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט
קינדער, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אין די טעג וואס מען ווארט למזל טוב דארף מען טון צוויי זאכן: ערשטנס, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. צווייטנס, בעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט ברמ"ח אברים ושס"ה גידים און זיין א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4290 - ווער עס האט אמונה, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך
שמחה, אמונה, עבודת השם, נסיעה, משניות, גמרא, ראש ישיבה, לשון הרע, ארץ ישראל, מעביר סדרה, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ אונטער די גוטע געפיל פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם וואך, איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט ענק. די אמעריקאנער פרעגן וואס איך זאג צו די ארץ ישראל'דיגע תלמידים, זיי זאגן, זיי שפירן אז דער ראש ישבה איז מער פרייליך דארט.


דער אמת איז, איבעראל איז דא מעלות און מעלות, אבער איין זאך וואס איך זע ביי אייך מער ווי אין אנדערע פלעצער, עס איז דא אסאך מער תמימות ביי אייך; דאס איז א שטארקע זאך פאר'ן התקרבות צום רבי'ן. דעם רבינ'ס זאך קען מען נעמען נאר מיט גרויס תמימות, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט. "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט: "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", אז זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוט'ע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דאס זע איך ביי אייך, עס איז דא א שטארקע תמימות, און דאס האב איך ליב, ווייל דורך תמימות ופשיטות קומט מען צו האבן א קלארע אמונה, וואס דאס איז ביים רבי'ן געווען מער פון אלעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז אמונה גאר א גרויסע זאך, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז ווען מען גלייבט אן קיין חכמות, אן קיין חקירות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר", נאר מיט א פראסטקייט, "כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן פירן זיך, מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס.


איך בין געווען אויפ'ן וועג צוריק צום לופטפעלד האט מען מיר געזאגט אז מען קען שוין אריינגיין אינעם בני ברק'ער שול, (קוים וואס מען האט זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם שול אויף רחוב ירושלים, זענען שוין די שכנים געלאפן צום בית דין מיט א גיוואלד, אז מען זאל אונז נישט אריינלאזן דארט ווייל מיר זענען נישט ערליך; וויי גיוואלד, וואס מען ליידט פון לשון הרע, וויי גיוואלד וואס מען רעדט אלץ אויף צדיקי אמת וואס זענען זיך מוסר נפש צו אויסלייזן די שכינה הקדושה און עס אריינברענגען אין די וועלט; אויף זיי רעדט מען לשון הרע מיט הוצאת שם רע), בין איך געפארן אהין מחזק זיין די שול.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פו) אויף די וואכעדיגע פרשה (שמות ו, ט): "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", אידישע קינדער האבן נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו - מקוצר רוח, זאגט דער רבי דאס איז ווייניג אמונה; אז מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון עבודות קשות, ווייל ווער עס האט אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז יעדע פינטל וואס מען טוט איז חשוב ביים אייבערשטן - דער דארף נישט פאסטן, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ", מיט יעדע זאך זאלסטו וויסן דעם אייבערשטן, נאר אן אמונה מיינט מען אז מען מוז טון עבודות קשות, דאס זאגט דער רבי, מִקֹּצֶר רוּחַ, אז מען האט נישט אמונה - וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה - דארף מען שווער ארבעטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים, לאמיר אנהויבן טון די עצות פון רבי'ן, אנהויבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש, מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך. אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) דער גר"א זכר צדיק לברכה האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג - ענדיגט מען די סדרה יעדע וואך.


אויך זאלט איר לערנען אביסל משניות; משניות מאכט דעם מענטש פריי, מען גייט ארויס פון אלע קטנות הדעת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות.


ועל כולם לערנט אביסל גמרא, מיר גייען ענדיגן די וואך מסכת נדרים, מיר הייבן אן מסכת נזיר. בעט איך אייך, כאפט אייך מיט, א שאד עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


והעולה על הכל לאמיר אנהויבן זיין פרייליך, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, זיך פרייען מיט דעם אז מיר זענען אידן; דורך התבודדות ותפילה קומט מען צו שמחה.


איך בענק שוין, איך וויל שוין קומען נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4289 - הנהגות פאר'ן לעבן נאך די חתונה
תודה והודאה, שלום בית, לימוד התורה, חתונה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בויען א שיינע אידישע שטוב, די שכינה הקדושה זאל שטענדיג רוען צווישן אייך, איר זאלט זען ליכטיגע דורות.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן עפעס הנהגות פארן לעבן; ראשית כל זאלסטו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל; וויפיל דו וועסט דאנקען און לויבן - וועסטו נאכאלץ זיין שולדיג דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


געדענק גוט דעם כלל, 'נישט זיך טענה'ען מיט די ווייב, גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים'. מוהרא"ש זאגט, די ווייב דארף מען געבן גערעכט און נישט זיך שפאַרן מיט איר; אפילו מען איז קלאר גערעכט און זי איז נישט גערעכט - איז נישטא קיין ויכוחים, מען זאגט איינמאל צוויי מאל וואס מען האלט, און אז די ווייב זאגט פארקערט - לאזט מען אפ, מען טענה'עט נישט.


נאך א וויכטיגע זאך, זאלסט רעדן מיט איר נאר פון גוטע זאכן; נישט נעגעטיוו. דערצייל איר אלעס, נאר נישט קיין כשלונות און נפילות - חס ושלום.


ברענג איר אהיים א גוטע זאך; די ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן טראכט פון איר און קומט מיט א גוטע זאך וואס זי גלייכט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", רבי חייא, ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב - "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר.


מאך זיך א שיעור צו לערנען אין שטוב; די ווייב האט ליב צו זען דעם מאן לערנען, אז דו וועסט לערנען וועט זי דיך ארויפקוקן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4288 - ווי אזוי טוט מען תשובה אין די הייליגע שובבי"ם טעג?
שמחה, תשובה, לימוד התורה, עצבות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין היינט אין די וואכן פון שובבי"ם. דער הייליגער אריז"ל האט אונז מגלה געווען אז אין די וואכן קענען מיר מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין, בפרט די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן; אין די טעג קען מען דאס פאררעכטן.


וואס טוט מען צו פאררעכטן די פגמים? מוהרא"ש חזר'ט אן א שיעור מאל די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", אז מען נעמט אויף זיך די עול תורה, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתָם מִיְמֵיכֶם", זאגט דער אייבערשטער, רעכן איך ענק אזוי ווי איר וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט; זאלסטו אין די טעג זיך שטארקן צו לערנען חומש, משניות און גמרא, על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער; דאס איז מזכך ומטהר דעם מענטש.


תשובה טון דארף צוגיין מיט שמחה, עצבות ומרה שחורה איז סם המוות. עצבות אז מען לאזט דאס אין זיך - קען זיך דאס צעשפרייטן ווי א שרעקליכער גופט, און ווען עס איז שוין צעשפרייט - איז דאס שווער ארויס צו טרייבן, דעריבער דארף מען דאס גלייך פארטרייבן און נישט לאזן אין זיך קיין ברעקעלע עצבות, נאר זיין פרייליך; נאר אזוי קען מען תשובה טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4287 - דער רבי האט זוכה געווען צו אלע מדריגות, דורך זאגן תהילים
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


זעט צו זאגן תהילים, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י), ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות - דורך זאגן תהילים און רעדן אסאך צום אייבערשטן.


ווען איר זאגט תהילים זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות; סיי לויב און דאנק צום אייבערשטן, און סיי בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות, קינדער צדיקים, בזכות אייער כיבוד אב ואם. און איר זאלט מצליח זיין מיט אייערע תלמידות, ביז מיר וועלן זוכה זיין אנטקעגן גיין משיח צדקינו, מיר וועלן זיך נישט שעמען אים אנטקעגן צו גיין מיט אונזערע דורות, תלמידות בית פיגא; איידעלע, ערליכע אידישע טעכטער; אמן.


 

#4286 - תהילים ברענגט שלום בית, תהילים ברענגט נחת
שמחה, שלום בית, תהלים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


א מתנה פאר ... תחי'


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג;


תהילים געבט כח


תהילים געבט מח


תהילים מאכט פרייליך


תהילים היט דעם מענטש


תהילים ברענגט שלום בית


תהילים ברענגט נחת


 


פון דער ראש ישיבה

#4285 - ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, אלץ שטערקער ווערט די מח
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


גייט צום פענסטער, קוקט ארויף צום הימל און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח פאר מיין מאן, שכוח פאר מיינע קינדער"; רעכנט אויס די נעמען פון יעדן קינד.


דאס זאלט איר טון יעדן טאג, וועט איר ווערן געזונט און שטארק; ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט די מח, מען באקומט שטארקע כוחות הגוף והנפש.

#4284 - נאר מיט'ן לערנען הלכות שבת, קען מען היטן שבת
שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו לערנען הלכות שבת, ווייל נאר אזוי קען מען היטן שבת.


בנוגע אויב מען מעג נוצן די דינע פאוני פלעסטיק ראבערס צאמצובינדן די האר פון קליינע קינדער; שבת טאר מען עס נישט נוצן, ווייל עס איז נישט מעגליך דאס צו נוצן אן אויסרייסן האר, ענדערש זאל מען נוצן די גראבע ראבערס, אדער קען מען לייגן די דינע אום ערב שבת און דאס נישט ארויסנעמען א גאנץ שבת.


בנוגע אנגרייטן וועש פאר די קינדער פרייטאג צו נאכטס פאר שבת אינדערפרי; מען מעג אנגרייטן וועש פאר די קינדער, עס איז נישט קיין פראבלעם פון אנגרייטן איין טאג פאר'ן צווייטן; פון ביינאכט אויף אינדערפרי איז איין טאג.


זייט ממשיך צו זאגן תהילים יעדן טאג, וועט איר זען גרויסע ישועות.

#4283 - בעטס אלע אייערע בקשות ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו
תפילות אויף אידיש, יבנאל, תהלים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', יבנאל


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים - וועט איר האבן אלעס גוטס, ווייל תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


אויך זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות; סיי בקשות און סיי תודה והודאה.


אויך זאלט איר גיין צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און בעטן אלע אייערע בקשות, ווייל דארט איז מסוגל צו ווערן געהאלפן.


אויך בעטס ביים ציון פון מוהרא"ש פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.

#4282 - תהלים יעדן טאג, וועט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה בית פיגא ... תחי'


זעט צו זאגן תהלים יעדן טאג, וועט איר זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


פון דער ראש ישיבה