בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - זיך לערנען שפילן מוזיק
חיזוק פאר מיידלעך, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זיך לערנען שפילן מוזיק וכו'; דאס ערשטע דארפסטו פרעגן דיינע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, דעמאלט קענסטו זיך לערנען מוזיק. אבער נאר ביי אן ערליכע פרוי וואס האט ריינע השקפות וכו', ווייל אפילו מען לערנט נאר מוזיק וכדומה, אויב איז די פרוי נישט קיין יראת שמים, קען ארויסקומען גרויסע פראבלעמען, ממילא דארף מען מברר זיין אויב די טיטשער איז אן ערליכע פרוי, דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם זיך צו לערנען ביי איר.


זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז אלע ישועות און רפואות ליגט אין תהלים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן אין לעבן.


חבר זיך נאר מיט איידעלע מיידלעך, מיט מיידלעך וואס האבן א געפיל צו אנדערע; אויך זאלסטו שטענדיג מקרב זיין די מיידלעך וואס קיינער וויל נישט שפילן מיט זיי.

#1 - ממשיך זיין ארויסצוגעבן נאך סידי'ס
חנוכה, ניגונים, רענט, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר דעם וואס דו העלפסט ארויס די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו וועסט ממשיך זיין מיר צו העלפן ארויסגעבן נאך סידי'ס; די היינטיגע יוגנט האבן נישט אזא געפיל אין ליינען און וועלן ענדערש הערן מוזיק, דערפאר דארפן מיר נעמען אלע קונטרסים פון מוהרא"ש און פון יעדע קונטרס אויס געבן א סידי.


די פריערדיגע סידי "קום צוריק" האט אלע טעמים; אלע זאגן אז דאס איז שענער פון די ערשטע צוויי "טאנץ מיט אמונה", נאר ווייל דו האסט עס שיין געמאכט.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין אויב דו קענסט העלפן האברך ... נרו יאיר מיטן ארויסגעבן נאך סידי'ס; ער וויל זייער שטארק ארבעטן דערויף, דורכדעם וועסטו מצליח זיין.


יעצט קומט חנוכה, זאלסטו זען צו צינדן די הייליגע מנורה בשמחה! דו האסט דאך קליינע קינדער, זאלסטו זען צו טאנצן מיט זיי. לאז אפ "וויינען"; וויינען וועסטו ווען קיינער זעט נישט. אז דו וועסט וויינען ביי די ליכט וועלן דיין ווייב און קינדער נישט וועלן עס זאל זיין חנוכה; טאנץ און זינג מיט זיי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


...