בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א געלונגענע פרוי, טרעפט א וועג צו שעצן דעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמת, דמיונות, טעראפי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל איין זאך קלאר מאכן, איר האט א מאן וואס איז נישט קיין שלעכטער, ער איז נישט קיין חיה, ער טשעפעט נישט; קען זיין ער איז נישט אזוי געלונגען ווי אייך, ער קען נישט שרייבן אזעלכע שיינע גראמען, און ער איז נישט אזוי שנעל און שארף ווי אייך, אבער א שלעכטער איז ער נישט, און איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקענט טרעפן א צווייטער מאן וואס זאל זיין אזא גוטער און ערליכער.


איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט בלייבן מיט אייער מאן, די שטוב זאל נישט צעפאלן, איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט קוקן אויף זיינע מעלות, אז ער איז אן ערליכער איד און ער האט גוטע מידות, גאלדענע מידות, און אז איר זענט מער געלונגען פון אים זאלט איר ניצן די געלונגענקייט אויף אויסטרעפן א וועג ווי אזוי אים צו שעצן, און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


די אלע מטפלים רעדן א זיסע שפראך, אבער עס איז איין שטיק דמיונות, עס זעט אויס אזוי זיס אבער עס איז ביטערער פון טויטליכע גיפט, זיי זאגן פאר פרויען דו דארפסט א 'מאן', דו האסט נישט קיין 'מאן', וואו איז ער פאר דיר ווען ער דארף זיין א 'מאן'? און כל זמן ער איז נישט א 'מאן' - דארף מען זיין צעטיילט וכו', און נאר נאכדעם וואס ער וועט גיין זיך העלפן וויסן ווי אזוי מען איז א 'מאן', ער ווייסט נישט וואס א 'מאן' דארף טון, און אנדערע פרויען האבן א 'מאן'; די אלע ווערטער זענען הוידל בוידל, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז א פרנסה פאר די מטפלים, די שפראך העלפט נישט, די שפראך איז נישט אמת; וואס יא? ווער עס איז קלוג בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן און לעבט א זיסע לעבן, מען גלייבט אז דער מאן און די ווייב, די קינדער, די משפחה - אלעס אלעס איז נאר א לבוש פון אייבערשטן, אלעס איז ער און מיר ווייסן גארנישט וואס מיר טוען דא און פארוואס מיר זענען דא און וואס איז עפעס די שייכות פון די קאפל און די קאפל, אלעס איז חשבונות פון אויבן - דער לעבט א חיים טובים, מען ברענגט קינדער און מען ציט זיי אויף צו זיין ערליכע אידן און מען האט אפאר יאר צו זען נחת און מען גייט צוריק אהיים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.