בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - נישט פארפאסן די שיעורים, די שיעורים וועקן אויף פון שלאף
משניות, מעביר סדרה, שלחן ערוך, שיעור, תמימות ופשיטות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען הושענא רבה ביי אונז אין שטעטל, איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט פון די דאווענען און פון די דרשות, און דאס האט דיך צוריק אנגעצינדן נאכאמאל אנהייבן לעבן מיטן רבי'ן עצות.


איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט היינט צו טאגס; אויב דו וואוינסט נאך אין 'מאנסי' זאלסטו וויסן אז מיר האבן א שול אין מאנסי, און יעדע וואך ליל שישי אום ניין אזייגער קען מען מיט האלטן די שיעור וואס מען געבט אין ישיבה; די שיעורים קען מען מיטהאלטן יעדע וואך ליל שישי סיי אין מאנסי, סיי אין מאנרא, אויך אין לעיקוואד און אין שטעטל. די אדרעס פון די מאנסי שול איז 34 יוניען ראוד, ספרינג וואלי, און אז דו וואוינסט נאך אין מאנסי איז א שאד צו פארפאסן די שיעורים, די שיעורים וועקן אויף פון שלאף, עס איז מחזק צו זיין א איד בתמימות ופשיטות, און אויף האבן א גוטע שלום בית מיטן אייבערשטן.


שטארק זיך לכבוד די נייע יאר צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, לערן יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום. אויך זאלסטו צוריק אנהייבן לערנען משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג צוויי הלכות פון ספר קיצור שלחן ערוך.

#1 - ווי גוט און ווי וואויל צו ח"י פרקים משניות
מוסדות, מוהרא"ש, ליצנות, חי פרקים משניות, תמימות ופשיטות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך הער זאגן אז דו האסט מנדב געווען נייע טישן און בענקלעך פאר די חדר אין ארץ ישראל אין די ווערד פון טויזנטער שקלים; איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח אויף דעם און אויף אלע גוטע זאכן מיט וואס דו העלפסט די מוסדות און די קהלה, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


שטארק דיך זייער מיט לערנען יעדן טאג פרקים משניות, און ווי גוט וועט זיין און ווי וואויל וועט דיר זיין - אז דו וועסט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. עס שטייט פון צדיקים (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", אנטקעגן די אכצן וועלטן, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


הער נישט אויס וואס די לצים זאגן, קוק נישט אויף זיי, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זען ווער איז דער חוזק, די וועלט זאגט: "לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף"; ווען דער מלאך המוות וועט קומען ארויסנעמען די נשמה - דעמאלט וועט מען זען וואס איז דער חילוק צווישן די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, יעדן טאג געלערנט תורה אפילו בלי הבנה און צווישן די לצים.


מוהרא"ש האט אזוי זיס אונז שטענדיג געזאגט, עס שטייט אין פסוק (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דער וואס איז קלוג, ער הערט זיך צו וואס צדיקים זאגן - וועט ער אליינס הנאה האבן פון דעם, און דער וואס מאכט א געשפעט פון די רייד פון צדיקים - שפעט פון זיך אליינס.


איך בין נאך אפגעמארטערט פון די נסיעה, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.