בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שפילערס און זינגערס מיט בארד און פיאות
יראת שמים, שמחת תורה, מוזיק, התבודדות, חומש רשי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן העלפן אהערשטעלן די שיינע מוזיק גאנץ יום סוכות ביי אלע אושפיזין און ביי די הכנסת ספר תורה; איך האב אזוי הנאה אז די שפילערס און זינגערס ביי אונז אין די קהילה זענען חשוב'ע אינגעלייט, מלמדים און כולל אינגעלייט, אלע זינגען און שפילן מיט בארד און פיאות, מיט חסידי'שע קליידער. ווייל קינדער און בחורים האבן ליב צו קוקן ביי די קאפעליע און מוזיק, זיי שטייען ביי די מוזיק שעות אויף שעות און קוקן זיך צו, און אנשטאט זען געשוירענע בערד און לצים וואס גייען אנגעטון מיט א שטריימל וכו', זאלן זיי זען ערליכע אינגעלייט מיט בארד און פיאות.


איך האב אויך הנאה געהאט דיך צו זען לערנען שמחת תורה מיט א חברותא חומש רש"י, דאס איז גאר א שיינע זאך, הלוואי זאלסטו דאס אנהאלטן א גאנץ יאר, לערנען יעדע וואך חומש רש"י פון די פרשת השבוע, גוט קענען די חומש מיט רש"י, ווייל חומש רש"י ברענגט יראת שמים אויפן מענטש און א נאנטקייט צום אייבערשטן.


גיי אין שול צופיס, לאז דיין קאר אין שטוב, גיי א שפאציר מיט התבודדות, אזוי וועט דאס זיין באופן קבוע, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, מען זאל האבן א קביעות, א באשטימטע צייט זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און בעטן ער זאל רחמנות האבן און אים מקרב זיין צום אים.