בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך דאנק דיך זייער פארן העלפן מיט די כפרות ערב יום כיפור.
עס איז גוט דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד די נייע יאר צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י – שנים מקרא ואחד תרגום - איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער, ענדיג די פרשה פון די וואך יעדע וואך; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הצבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש און איין מאל יעדע פסוק תרגום – וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) אז דער גר"א זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, און אזוי פרייט מען זיך שמחת תורה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן די גאנצע תורה.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיער צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און גמרא, מאך זיך א שטארקע קבלה צו לערנען תורה יעדן טאג, און אויך אויב דו ביסט נאכנישט זוכה צו פארשטיין דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז זייער א גרויסע זאך צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נאך נישט, און אז מען איז שטארק מיט לערנען תורה, מיט זאגן די ווערטער פון תורה - וועט מען ביים סוף זוכה זיין צו תבונות התורה, מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין אלעס (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא). אויך ווערט געברענגט פון צדיקים (ספר רחמי האב אות לימוד): "עוד זאת אומר לי לבי עצה טובה", מיין הארץ זאגט מיר א גוטע עצה פאר די וואס זענען פאריאגט צו ברענגען פרנסה, און פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לערנען, "שילמוד בכל יום דף גמרא ופרק משניות באמירה בעלמא", זיי זאלן יעדן טאג זאגן א בלאט גמרא און א פרק משניות אפילו אן פארשטיין; ער דערציילט: איך האב געקענט א שוסטער וואס האט נישט פארשטאנען קיין לערנען, און ער פלעגט יעדן טאג זאגן אסאך בלעטער גמרא, ער האט יעדע יאר געענדיגט ש"ס, "והי' צלם אלקים על פניו כאחד הגדולים", ער האט געהאט א ליכטיגע פנים, עס האט אים געשיינט פון די הייליגע תורה.
וואס מיינסטו, דאס וואס מען זעט מענטשן טרינקען זיך אן שמחת תורה, מען ווערט טויט שיכור - דאס קומט פון צעבראכנקייט, מען קוקט זיך אן אז עס איז אריבער נאך א יאר אן לערנען תורה, און ווען מען זעט ווי דער רב טאנצט מיט די תורה, דער דיין טאנצט מיט די תורה - ווערט מען זייער דערביטערט, מען ווערט זייער פארשעמט אז מען האט נישט קיין שייכות מיט די תורה און מען לויפט צום טרינק, מען שיכור'ט זיך אן, נעבעך נעבעך... על כן זאלסטו יעצט נעמען א משניות, הייב אן מסכת ברכות, זאג די ווערטער פון די ערשטע פרק און זאג די ווערטער פון די צווייטע פרק, יעצט עפן א גמרא מסכת ברכות און זאג א בלאט גמרא; דו וועסט שפירן אזוי גוט, דו וועסט נישט דארפן קיין ברוינפן, דו וועסט נישט דארפן קיין וויין, דו וועסט שפירן א אינערליכע שמחה, דו וועסט שפירן אמת'דיג זאט, און אז דו וועסט אזוי ממשיך זיין יעדן טאג פון יאר - וועסטו קומענדיגע יאר שמחת תורה קענען טאנצן מיט די תורה, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.
א גוט יום טוב, א גמר חתימה טובה.