בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - א קאמפיוטער איז נישט גוט, אפילו פאר גוטע זאכן
קאמפיוטער, אפיס, התבודדות, בחורים, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך נאכאמאל מחזק זיין, ווען דו העלפסט אין די מוסד און די שול, ישיבה וכדומה – זאלסטו ארייננעמען וואס מער בחורים און אינגעלייט זאלן העלפן, נישט דו אליין זאלסטו טון די ארבעט, ווייל אזוי וועסטו אויף איינמאל העלפן דריי מאל; סיי זאכן וועלן געטון ווערן, סיי בחורים וועלן נישט גיין ליידיג, והעיקר די אלע וועלן בלייבן און באקומען א געפיל צום הייליגן רבי'ן; ווייל אזוי איז די מציאות, ווער עס העלפט און ווער עס טוט פארן רבינ'ס זאך – באקומט א געפיל און בלייבט מיטן געפיל צום רבי'ן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א צייט ווען און ווי לאנג דו זיצט אין אפיס, און זיך האלטן צו דעם; ווייל מען קען פארברענגען טעג און נעכט ביים קאמפיוטער, אפילו פאר גוטע זאכן, אבער מען ווערט פארט צוגעקלעבט צום קאמפיוטער פאר גארנישט און פאר נישט. למשל, מען וויל קויפן א זאך, אויב האט מען נישט קיין גדר ווי לאנג מען איז אין אפיס קען אריבער גיין א גאנצע טאג נאר צו זוכן א בענקל וכו'.


העיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – יעדן טאג א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא; הלכה – שלחן ערוך כסדרן; אויך דעם רבינ'ס ספרים און תהלים.


אינדערפרי גיי א שפאציר צו שמועסן מיטן אייבערשטן, ערשטנס הייב אן מיט דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן בחדר היכל הקודש וכו', אז דו ביסט חתונה געהאט, האסט קינדער, און אז אלע זענען געזונט וכו', און אויך זאלסטו בעטן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, און אזוי ווייטער.

#2 - קוקן אויף די ארבעט מיט א גוטע בליק
סקול, שמחה, בית פיגא, ארבעט, אויפזוכן גוטע זאכן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איר האט מיר געזאגט אז איר ווייסט נישט וואס אייער ארבעט איז אין בית פיגא, איר שפירט ווי מען ווארפט אייך ווי א באלי, יעדע רגע זאגט מען אייך צו טון א צווייטע זאך.


איך ווייס אז די זאך אויף וואס מען האט אייך געשטעלט איז זייער א וויכטיגע זאך, עס זאל זיין איינער וואס קען איבער נעמען, און טון - וואס מען דארף אין די סעקונדע; ווייל איין סעקונדע קומט א מיידל בעטן א קאפ, נאכדעם קומט א מיידל בעטן א לעפל, יעצט קומט א מיידל און וויינט אז זי האט א מאסקיטא ביס, יעצט קומט א מיידל בעטן אז איר טיטשער בעט א שערל, נאכדעם דארף א טיטשער פאמפאמ"ס גלו וכו'; דארף זיין איינער וואס איז געשטעלט אויף דעם, און דאס איז זייער א וויכטיגע און חשוב'ע ארבעט.


איך האף איר וועט אנהייבן קוקן אויף אייער ארבעט מיט א גוטע בליק, איר וועט זיך אנקוקן ווי איר זענט די וויכטיגסטע ארבעטער אין בית פיגא, און זיך פרייען יעדן טאג צו קומען העלפן משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#1 - אריינגיין אין כולל, אביסל אויף אמאל
כולל, אביסל, אומאן ראש השנה, לערנען, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


בנוגע אפלאזן די ארבעט און זיך אריינזעצן אין כולל לערנען; נעם די כלל פון 'תפשת מרובה לא תפשת, תפשת מיעוט תפשת' (סוכה ה.); פרוביר שטייטליך, אביסל אויף אמאל, זונטאג ווען מען ארבעט נישט און אלעס איז פארמאכט זאלסטו גיין אין כולל. רעד צום ראש הכולל ער זאל דיר געבן א חברותא, הייב אן מיט א האלבע טאג, פון צען ביז דריי אזייגער, און נאך א שטיק צייט זאלסטו לערנען דעם גאנצן סדר הכולל פון צען אזייגער אינדערפרי ביז זעקס אזייגער אווענט, זיבן שעה מיט א קליינע הפסקה, און אויב עס וועט אזוי אנהאלטן אפאר חדשים וועט מען גיין אויף נאך א טאג, און נאכדעם אויף נאך א טאג, אבער נישט אנהייבן מיט אפלאזן די ארבעט און נאכדעם וועט זיין 'לא תפשת', ווייל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיך געמאכט טון זייער אסאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.